1. שאַט עס אַנטשלאָפֿן צו ווערן, בעת ס׳שפּילט דער טעלעוויזאָר?
טייל עלטערן מיינען, אַז ווען קינדער און דערוואַקסלינגען קוקן טעלעוויזיע אין אָוונט, מאַכט עס זיי מער שלעפֿעריק, אָבער לויט אַ נײַער שטודיע אין אויסטראַליע, גיט עס זיי דווקא צומער ענערגיע. דאָס זעלבע האָט מען באַמערקט ווען מענטשן ניצן זייערע „אײַ־פּעדס‟ און „סמאַרטפֿאָנען‟ פֿאַרן שלאָפֿן גיין: די מאַכאַרײַקעס סטימולירן דעם מוח, און מאַכן עס דערפֿאַר שווערער אַנטשלאָפֿן צו ווערן.
דערצו האָט אַ גרופּע פֿאָרשער אינעם „אָהײַאָ שטאַט־אוניווערסיטעט‟ באַמערקט, אַז ווען מע שטעלט אַ ליכט ענלעך צו טעלעוויזיע־שטראַלן פֿאַר אַ גרופּע האַמסטערס, ווײַזן די באַשעפֿענישן מיט דער צײַט אַרויס סימנים פֿון דעפּרעסיע. (יאָ, חיות קאָנען אויך לײַדן פֿון דעפּרעסיע!)
2. מאַכט עס אויס, אויב איך ניץ מײַן זיווגס ציין־בערשטל אָדער גאָל־מעסערל?
וויפֿל איר זאָלט נישט ליב האָבן אײַער מאַן אָדער פֿרוי, איז בעסער נישט צו ניצן די זעלבע טואַלעט־זאַכן, גיט איבער שילפּי אַגאַרוואַל, אַ משפּחה־דאָקטער אין לאָס־אַנדזשעלעס. אין אַ ציין־בערשטל לעבן נישט בלויז די באַקטעריעס, וואָס קאָנען גורם זײַן לעכער אין די ציין אָדער יאַסלע־קראַנקייטן, אָבער אויך די ווירוסן פֿון פֿאַרקילונגען און גריפּע. יענע ווירוסן קאָנען בלײַבן לעבעדיק אינעם ציין־בערשטל אַפֿילו אַכט שעה לאַנג.
וואָס שייך די גאָל־מעסערלעך, איז די זאָרג וועגן Staphylococcus: „אין די מעסערלעך קאָנען זיך געפֿינען די באַקטעריעס, וואָס זענען גורם אינפֿעקציעס און געשווירן, בפֿרט אויב מע צעקראַצט זיך,‟ האָט ד״ר אַגאַרוואַל געזאָגט. אַ טייל פֿון די באַקטעריעס איז אַזוי שטאַרק, אַז אַפֿילו אַנטיביאָטיק קאָן נישט פּטור ווערן פֿון זיי.
3. קען מען טרינקען וואַסער פֿון אַ פֿלאַש, וואָס מע האָט געלאָזט שטיין אינעם אויטאָ וואָכן לאַנג?
אויב עמעצער האָט פֿריִער געטרונקען דאָס וואַסער גלײַך פֿונעם פֿלאַש, געפֿינט זיך אפֿשר נאָך אַלץ די באַקטעריע פֿון זײַן מויל אויפֿן ראַנד פֿון פֿלאַש. אויב דאָס זענט איר אַליין געווען, שאַט נישט, ווײַל אײַער אימון־סיסטעם האָט שוין זיכער באַקעמפֿט די ווירוסן און באַקטעריעס, וואָס געפֿינט זיך אין אײַער אייגן מויל. אָבער אויב איר ניצט די פֿינגער צוצודעקן דעם פֿלאַש, קאָנען די באַקטעריעס פֿון אײַערע פֿינגער יאָ „אָנשטעקן‟ דעם ראַנד. נאָך עטלעכע וואָכן אין דער וואַרעמער, פֿײַכטער אַטמאָספֿער פֿון אַן אויטאָ, איז שוין בעסער עס נישט צו נעמען אין מויל אַרײַן.
4. קען איך לאָזן דעם טאָסטער אַרײַנגעשטעקט אינעם קאָנטאַקט, ווען איך ניץ אים נישט?
בעסער נישט. 11% פֿון די שׂריפֿות צוליב טאָסטערס זענען אויסגעבראָכן, ווײַל עמעצער האָט זיי על־פּי־טעות אָנגעדרייט אָדער פֿאַרגעסן אויסצולעשן. צום טייל איז דאָס, ווײַל אינעווייניק זאַמלען זיך אָן קרישקעס, וואָס מע זעט נישט, און די קרישקעס צינדן זיך אָן צוליב דער הויכער היץ. די הויפּט־פּראָדוצירער פֿון טאָסטערס עצהן אַרויסצונעמען דעם דראָט פֿונעם קאָנטאַקט, ווען איר ניצט אים נישט.
די נײַע מאָדעלן טאָסטער, וואָס מע קען בלויז ניצן דורך אַ מעסט־זייגער (timer), זענען אַ סך זיכערער, ווײַל דער טאָסטער לעשט זיך אויטאָמאַטיש אויס נאָך דעם ווי דער זייגער קלינגט.
5. שאַט עס, אויב איך טראָג שטעקשיך, ווען איך פֿיר דעם אויטאָ?
אין 2011 האָט אַ פֿרוי אַרײַנגעקראַכט אין אַ קלויסטער לעבן אָלבאַני, ניו־יאָרק און דערבײַ אומגעבראַכט דרײַ מענטשן צוליב דעם, וואָס איר שטעקשוך האָט זיך פֿאַרטשעפּעט אינעם גאַז־פּעדאַל. „פֿירן אַן אויטאָ איז איינס פֿון די געפֿערלעכסטע זאַכן, וואָס אַ מענטש קען טאָן,‟ האָט באַמערקט אַן עקספּערט פֿון געפֿאָר־זיכערהייט, דזשאָן לאַנגאַן. „פֿאַר וואָס זשע וואָלט אַ מענטש עס געמאַכט נאָך מער סכּנותדיק, דורך טראָגן די נישט פּאַסיקע שיך?‟
וויליאַם וואַן טאַסל, וועלכער פֿירט אָן מיט שאָפֿער־פּראָגראַמען בײַ דער AAA (א‟אַמעריקאַנער אויטאָמאָביל־אַסאָציאַציע‟) האָט אַן אינטערעסאַנטע עצה: „אויב ס׳גלוסט זיך אײַך נישט צו טראָגן פֿאַרמאַכטע שיך, איז שוין בעסער צו פֿירן אַן אויטאָ באָרוועסערהייט, איידער צו טראָגן שטעקשיך.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.