מײַן זיידע איז געווען הערבערט לעדער. ער איז געבוירן געוואָרן דעם 15טן אויגוסט, 1927, אין ווין, עסטרײַך. ער האָט געהאַט א ברודער, דשאַק, וואָס איז געבוירן געוואָרן 11 יאָר נאָך אים. זײַן מאַמעס נאָמען איז געווען האָדל (הילדע) ביבער און זײַן טאַטנס נאָמען איז געווען ריטשאַרד לעדער. מײַנע עלטערן האָבן מיך אָנגערופֿן נאָך הילדען אין ייִדיש.
ער איז אויפֿגעוואַקסן אין ווין, עסטרײַך, מיט זײַן מאַמען און טאַטן. ער איז געבוירן געוואָרן פֿאַרן חורבן. הערבערט האָט זיך געלערנט אין אַ שול אין עסטרײַך ביז 1938 (ווען ער איז געווען 11 יאָר אַלט). ער האָט זיך געלערנט אין אַ גענעראַלער פֿאָלק־שול מיט ייִדישע און ניט־ייִדישע קינדער. די ייִדישע קינדער זײַנען געבליבן באַזונדער פֿון די נישט-ייִדישע קינדער, ווײַל עס איז דעמאָלט געווען אַ סך אַנטיסעמיטיזם.
די ייִדן, ווי אַ סך אימיגראַנטישע גרופּעס, האָבן געוואָלט סײַ זיך אַסימילירן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט און סײַ אָנהאַלטן זייערע וואָרצלען. איין אופֿן, ווי אַזוי מע האָט געקענט אויסדריקן שטאָלצקייט צו זײַן אַן אַמעריקאַנער און אין דער זעלביקער צײַט פֿײַערן די אייגענע קולטור, איז געווען צו זינגען אַמעריקאַנער לידער אויף ייִדיש. במשך פֿון די יאָרן פֿון דער מאַסן־אימיגראַציע קיין אַמעריקע (1881־1924) האָט מען געשאַפֿן אַ סך פֿאַרשידענע נוסחאות פֿון פּאַטריאָטישע אַמעריקאַנער לידער.
צוליב דעם אויסנאַם־צושטאַנד איז די אונטערבאַן ניט געפֿאָרן איבער דער מאַרסי־עוועניו־סטאַנציע. דער פֿאַרקער אויף בראָדוויי, די הויפּט־גאַס, וואָס געפֿינט זיך אונטער די באַנרעלסן, האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעשטעלט. די ווייניק מענטשן אין די קרעמלעך און קיאָסקן האָבן געשפּירט די מאָדנע שטילקייט, דערשמעקט די סכּנה אין דער קאַלטער לופֿט.
די קלאַנגען האָבן זיך דערהערט פֿון צפֿון, פֿון וואַנען די ערשטע באַנדעס אַרטיסטן און כוליגאַנעס זײַנען געקומען פֿאַרנעמען שליסל־פּאָזיציעס הינטער די גרויסע אויטאָס און די ריזיקע זײַלן, וואָס טראָגן די באַנרעלסן. „פּאָנק־ראָק‟־מוזיק האָט געשפּילט פֿון די אָפֿענע פֿענצטערס אויף דער צפֿון-זײַט און מע האָט אויסגעשריגן, געבראָכן פֿענצטער אָדער געשאָסן אין דער לופֿטן, כּדי זיך צו דערמוטיקן מוט. צו ביסלעך זײַנען געקומען נאָך באַנדעס, נאָך און נאָך יונגע מענער און פֿרויען, מיט צעריסענע קליידער, געפֿאַרבטע האָר אָדער געגאָלטע קעפּ, ווילדע פֿריזורן, רינגלעך אין דער נאָז און אַרום די ליפּן. זיי האָבן געהאַלטן אין די הענט מעסערס, שטעקנס, פּיסטוילן, אָפּצעבראָכענע בירפֿלעשלעך. די פֿרויען האָבן געלאַכט און געכיכיקעט, די מענער — געזוכט מיט די אויגן סימנים פֿון שׂונא.
שעבעשטיען פֿיומעיִ איז געבוירן געוואָרן אין 1992 אין בודאַפּעשט און וווינט הײַנט אין ווין, וווּ ער אַרבעט פֿאַר אַ דאָרטיקן ייִדישן זשורנאַל און שטודירט קונסט.
פֿאָנען זעט מען אױף בראָשורן, פּראָספּעקטן און װעבזײַטלעך אָפֿטמאָל װי אַ סימן פֿון שפּראַך־באַנוץ. זײ העלפֿן צוצוציִען דעם אױפֿמערק, אָדער פּשוט גרינגער צו מאַכן דעם אָפּקלײַב פֿון דער שפּראַך װאָס מען דאַרף. אױף די געצײלטע זײַטלעך, װוּ מען האָט, צװישן די גרױסע װעלט־שפּראַכן װי ענגליש, שפּאַניש, דײַטש, פֿראַנצױזיש, רוסיש, יאַפּאַניש, וכדומה אױך אַן אָפּציע פֿאַר ייִדיש, „װײַזט אָן” אױף דעם געװײנטלעך נאָר אַ גרױ קעסטעלע מיט אַ פֿראַגע־צײכן. צומאָל באַניצט מען פּשוט די ישׂראלדיקע פֿאָן (װאָס שטײט אין אַלגעמײן פֿאַר דער העברעיִשער שפּראַך). און װען מען האָט נאָך העברעיִש װי אַ ברירה, װערט עס אינגאַנצן אַ באַלאַגאַן.
װאָס ווײַטער, אַלץ מער: לאָמיר אַפֿילו ניט דערמאָנען, אַז די ישׂראלדיקע פֿאָן טראָגט די שׂינאה, װאָס די שפּראַך־פּאָליטיק פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק האָט אַרױסגעװיזן צו ייִדיש אין די יאָרן, נאָך אײדער די ציוניסטישע מדינה איז אױפֿגעקומען. דעריבער, קען עס נישט זײַן קײן פּאַסיקער סימבאָל פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך; עס װאָלט זיך געשאַפֿן אַ סתּירה, אַן אַנטאַגאָניזם. („רק עבֿריתּ” - האָט אַמאָל אַ ישׂראלדיקער בחור געזאָגט אין פּאָסט־אַמט צו אַ זקנה, אַ נאָר װאָס אָנגעקומענע פֿון ריגע, װען זי האָט געשטעלט אַ פֿראַגע אױף מאַמע־לשון. „אַ ראַק דיר אין קאָפּ”, האָט געענטפֿערט די אַלטיטשקע מיט כּעס.)