Vayter

דאָס קול פֿון אַבֿרהם סוצקעווער

Abraham Sutzkever’s Voice

פֿון דזשאָרדין קוציק

דעם 15טן יולי 1913 איז אין סמאָרגאָן, ווײַסלאַנד, געבוירן געוואָרן דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. סוצקעווער איז הײַנט ברייט באַוווּסט פֿאַר זײַנע לידער און פּאָעמעס; און זײַנע יאָרן ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין ווילנער געטאָ און אין די אַרומיקע וועלדער. ער איז אויך געווען אַ וויכטיקער און טאַלאַנטירטער רעדאַקטאָר, פּראָזע־שרײַבער און רעדנדער, וואָס איז אויפֿגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן איבער דער גאָרער וועלט.

ווען איך האָב געאַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, האָב איך אָנגעפֿירט מיט אַ פֿראָיעקט צו דיגיטאַליזירן דעם קלאַנג־אַרכיוו בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאַל‟. צווישן די הונדערטער ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן דאָרטן געהאַלטן רעדעס, איז סוצקעווער מסתּמא געווען דער פֿאַרכאַפּנדיקסטער צווישן זיי אַלע (אַנדערע מעגלעכע קאַנדידאַטן: חיים גראַדע, חוה ראָזענפֿאַרב, יעקבֿ גלאַטשטיין און אַבֿרהם יהושע העשיל). סוצקעווער האָט באַזוכט מאָנטרעאַל, צום ווייניקסטנס, פֿיר מאָל, אין 1959, 1964, 1968 און 1987, און האָט געהאַלטן צענדליקער רעדעס בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟. צווישן זיי האָט מען רעקאָרדירט 6 פֿאַרשידענע פּראָגראַמען, אַרײַנגערעכט צוויי פֿאָרמעלע רעפֿעראַטן (וועגן דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע‟ און וועגן זײַן צוגאַנג צו פּאָעזיע), דרײַ קבלות־פּנימס און איין אָוונט פֿון ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען. די רעקאָרדירונגען זענען אינטערעסאַנט ניט בלויז צוליב דעם, וואָס מע קען זיך דערוויסן אַ סך וועגן דעם פּאָעטס אופֿן פֿאָרצולייענען זײַנע לידער, נאָר אויך ווײַל סוצקעווער איז דווקא געווען איינער פֿון די סאַמע בעסטע רעציטאַטאָרן פֿון זײַנע אייגענע לידער, וואָס די ייִדישע פּאָעזיע האָט אַמאָל פֿאַרמאָגט.

Read more


בײַ דער אַרבעט־פֿאַרמיטלונג

At the Employment Agency

פֿון לייזער בורקאָ

Yehuda Blum

ווען איך האָב ערשט ערנסט אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, האָב איך נישט געוווּסט, וווּ אָנצוהייבן מיט דער גערעדטער שפּראַך. פֿאַרשטייט זיך, באַלד האָב איך אַנטדעקט „יוגנטרוף‟, און איך בין געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אַ סבֿיבֿה; אָבער דאָס איז נאָר געווען איין־צוויי שעה אַ וואָך, נישט גענוג צו לערנען זיך רעדן. ווי אַ סטודענט פֿון דײַטש האָב איך געוווּסט וואָס מע דאַרף טאָן — נאָך אַ יאָר אין דײַטשלאַנד האָב איך געקענט גוט דײַטש, האָב איך נאָר געדאַרפֿט געפֿינען דאָס ייִדישלאַנד. און צום גליק, איז עס ניט געווען שווער — פּורים בין איך און עטלעכע סטודענטן פֿון „קאָלומביע‟ און „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ געפֿאָרן קיין באָראָ־פּאַרק.

מיר האָבן געטאַנצט מיט די חסידים, געהערט דרשות אויף ייִדיש, און געזען צוויי ייִדישע פּורים־שפּילן. ווען ס׳איז דאָ אַזאַ זאַך ווי „ייִדישלאַנד‟, דאַרף עס זײַן אין ברוקלין — אין קיין אַנדער אָרט האָב איך נישט געזען אַזעלכע מאַסן, טויזנטער ייִדיש־רעדערס. קורץ נאָך דעם האָב איך באַשלאָסן צו זוכן אַרבעט אין אַ חסידישער געגנט, כּדי איך זאָל זיך קענען לערנען אַ היימישן ייִדיש. אָבער ווי אַזוי? אין אינטערנעץ, אויף „קרייגסליסטע‟, האָב איך גאָרנישט געפֿונען. איין נאָכמיטאָג בין איך אַרומגעגאַנגען אין די גאַסן פֿון וויליאַמסבורג זוכן אַרבעט — איך האָב געפֿרעגט בײַ צענדליקער קרעמער, נעבעך, אויף ענגליש. שוין דעמאָלט האָב איך געוווּסט, אַז די חסידים האָבן צו ווייניק אַרבעט פֿאַר זייער אייגענע יונגעלײַט; פֿאַר מיר, אַ פֿרעמדן, האָבן זיי גאָרנישט. אָבער מע האָט מיר געוווּנטשן הצלחה און געזאָגט, אַז איך דאַרף פֿרעגן בײַ דער „אַרבעט־פֿאַרמיטלונג‟ אויף קלײַמער־גאַס.

Read more


אַ מענטשלעכער פֿאַסאַד

A Human Facade

פֿון לאה פֿעדער

די דאָזיקע מאָלערײַ איז וועגן דעם פּראָצעס פֿון אָננעמען דעם פֿאַקט, אַז מע לעבט, נאַטירלעך, מיט אַ געזעלשאַפֿטלעכן פֿאַסאַד. די מורא, אַז מענטשן וועלן זען אײַער אמתע נאַטור, איז אַ נאָרמאַלע זאַך, אַ תּקנה פֿונעם מענטשלעכן לעבן. מיר זענען אַלע אַקטיאָרן אין אַ פּוסטער וועלט, אַן עלנטער פֿיאַסקאָ פֿון טיפֿע געבײַען, וואָס באַהאַלטן זיך הינטער זײַן אייגענער אָביעקטיווער שיינהייט.

אָט איז אַ פּנים, וואָס איז אָבער, מער געבײַ ווי פּנים. מע קען זי ניט דערקענען. עס זעט אויס ווי זי פֿעלט. די מיסטעריע פֿון אונדזער עכטן תּוך באַהאַלט זיך הינטער דער אויספֿאָרמירטער סטרוקטור, וואָס מיר רופֿן אָן דעם „איך‟.


„ייִדן‟: אַ חסידישער שלאַגער מיט אַן אומדערוואַרטן ייִחוס

Yidden: A Hasidic Hit with Unexpected Roots

פֿון דזשאָרדין קוציק

ס׳איז שוין אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אז די הײַנטצײַטיקע חסידישע מוזיקער, אַזוי ווי אַלע מוזיקער איבער דער וועלט, ווערן שטאַרק באַאײַנפֿלוסט פֿון דער מוזיק, וואָס זיי הערן אַרום זיך. די הײַנטיקע חסידישע פּאָפּ־זינגער נעמען פֿאַקטיש מעלאָדיעס און אַפֿילו גאַנצע לידער פֿון דער גוייִשער וועלט און פּאַסן זיי צו צו ייִדישע אָדער העברעיִשע ווערטער. ווי ליפּאַ שמעלצער האָט דערקלערט בעת אַ רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטן בײַם „קולטורפֿעסט‟, ווייסן ניט אַלעמאָל זײַנע פֿרומע צוהערער, פֿון וואַנען עס קומט אַ געוויסע מעלאָדיע אין זײַנע לידער, אָבער אַז זיי הערן די נײַע גוייִשע מעלאָדיע, הייבן זיי אָן זי צו באַטראַכטן ווי אַ „ייִדישע‟.

Read more