Vayter

„זיבן שיינע שטיינדלעך‟

Seven Little Stones

פֿון פּעטראַ דזשאָונס

  • Print
  • Share Share

פּעטראַ דזשאָונס איז אַן אַמאַטורע פּאָעטעסע און אַ בעל־תּשובֿה, וואָס האָט ליב טראַדיציע — פֿונעם כינעזישן „קונג־פֿו‟ ביז דער אייגענער ייִדישער קולטור און אמונה.


אַ קלויסטער טורעם
טונקל און מרה־שחורהדיק
ווי די פֿאַרגאַנגענהייט פֿון אָט דעם שטעטל
וואָס וואָלט עס געזאָגט
אויב עס וואָלט געקענט רעדן?
אָבער קיין שיל בלײַבט נישט
אַלטע גאַסן אונטער די פֿיס
צום סוף דערגרייך איך דאָס אָרט
זיבן נעמען קוקן אַרויף אויף מיר
ראַדירט אין מעש, און גילדענע
אויף זיבן שיינע שטיינדלעך
אַ שטיין פֿאַר יעדן וואַרעמען האַרץ
וואָס האָט געלעבט און געחלומט דאָ
איך דעכע און שאָקל זיך אַ ביסל
ווי אַ חסיד אין שטילער תּפֿילה
די גאַס קוקט מיט אומגעזעענע אויגן
בשעת איך קני אַראָפּ זיך בײַ זיי
עלטער־באָבע, עלטער־זיידע,
זיי ווייסן פֿאַר וואָס איך בין דאָ
און עס איז דאָ פֿרייד אַפֿילו אין גריזאָטע…

שפּעטער, ווען די באַן פֿאָרט אָפּ פֿון סטאַנציע
הייב איך אָן צו פֿאַרשטיין דעם אמת
אַז ס׳איז נישט וועגן זיבן שטיינער
אָדער אַפֿילו אָנצינדן זיבן ליכט
עס האַלט אין איין פּשוטער מיצווה
דער אַקט פֿון געדענקען
דערשפּירן אַ שמייכל ערגעץ אויבן
ווי אי הימל אי הימלרוים פֿאַרענדיקן זיך
דער וועגסמאַן אַנטדעקט נײַע ערטער
אָבער צום טײַערסטן זײַנען די
וואָס ווערן אַנטדעקט אין האַרצן