Vayter

„יאַקאָס” און „יאַקבע”

Yiddsh Words “Yakos‟ and “Yakbe‟

פֿון גענאַדי עסטרײַך

דאָס וואָרט „יאַקאָס” האָט אַפֿילו ניט געפֿונען קיין אָרט פֿאַר זיך אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט איז, צוזאַמען מיט ס’רובֿ אַנדערע סלאַוויזמען, אַוועק פֿון דעם וואָקאַבולאַר, וואָס ווערט איצט גענוצט אין דער חרדישער סבֿיבֿה. דאָך פֿון מאָל צו מאָל באַגעגנט מען עס אין כּלערליי ייִדישע טעקסטן, סײַ אַלטע סײַ נײַע. אין „פֿאָרווערטס” טרעפֿט מען עס אויך.

„מיינען מיינט עס „אויף עפּעס אַן אופֿן”, „אַ דאַנק עפּעס אַ סיבה”, „צוליב עפּעס אַ צונויפֿפֿאַל פֿון אומשטאַנדן”. אַ שטייגער:

Read more


ייִדישע פּרעסע־אַרכיוון אין אינטערנעץ

Yiddish Press Archives on the Internet

פֿון גענאַדי עסטרײַך

„יוגנטרוף”־אַרכיוו

די אָרגאַניזאַציע „יוגנטרוף” האָט זיך באַוויזן אין יאָר 1964, אונטער דער השגחה פֿון דר. מרדכי שעכטער ז”ל. איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער אָרגאַניזאַציע איז געווען הירש־דוד ראָסקעס, דער הײַנטיקער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור און קולטור אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק. דער „יוגנטרוף” האָט געשפּילט, און שפּילט נאָך אַלץ, אַ ממשותדיקע ראָלע אין שאַפֿן און אַנטוויקלען די סבֿיבֿה פֿון ייִדיש־רעדערס. צווישן די וויכטיקע אויפֿטוען פֿון „יוגנטרוף” איז דער זשורנאַל, וועלכער טראָגט דעם זעלביקן נאָמען און גייט אַרויס זינט 1965. איצט זײַנען די נומערן פֿונעם זשורנאַל געוואָרן צוטריטלעך אין אינטערנעץ: yugntruf.org/arkhiv.

Read more


אַ מעשׂה פֿון אַ ייִדישן סאָלדאַט

The Tale of a Jewish Soldier

פֿון באָריס סאַנדלער

ס’איז אַ מאָל געווען אַ גענעראַל, האָט בײַ אים געדינט אַ ייִדישער סאָלדאַט — „איינס־צוויי”. ער איז געווען בײַם גענעראַל אַ דענשטשיק1, און דער גענעראַל האָט זייער געהאַלטן פֿון אים. אַז אַ ייִדישער סאָלדאַט נעמט אויס בײַ אַ גענעראַל, פֿאַרדריסט עס די גוייִשע סאָלדאַטן. פֿלעגן זיי, אויף צולהכעיס, ניט אויספֿירן די באַפֿעלן פֿון זייערע אָפֿיצערן. נעמען די אָפֿיצערן און שיקן צום גענעראַל אַ ראַפּאָרט, אַז צוליב דעם וואָס ער האַלט בײַ זיך אַ ייִדישן דענשטשיק, בונטעווען זיך די סאָלדאַטן.

איבערגעלייענט דעם ראַפּאָרט, האָט דער גענעראַל באַפֿוילן די אָפֿיצערן זיי זאָלן צו אים אַרײַנשיקן צען גוייִשע סאָלדאַטן. אַזוי, האָט ער דערקלערט, וויל ער אַליין אויספּרוּוון, ווער איז אים גיכער געטרײַ. זײַנען זיי אַלע אַרײַנגעגאַנגען צום גענעראַל און זיך פֿאַר אים אויסגעשטעלט.

Read more


ייִדישער ווינטערקורס אין בית בן־יהודה

Yiddish Winter Course in Beyt Ben-Yehudah

פֿון וועראַ סאַבאָ

סטודענטן פֿונעם געזאַנג־וואַרשטאַט מיט מענדי כּהן און רות לעווין

פֿונעם 13טן ביזן 24סטן יאַנואַר 2013 איז פֿאָרגעקומען אין בית בן־יהודה אין ירושלים דער צװײטער װינטערקורס פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. צװאַנציק סטודענטן פֿון זעקס לענדער (ישׂראל, דײַטשלאַנד, אונגערן, אוקראַיִנע, דרום־אַפֿריקע און די פֿאַראײניקטע שטאַטן) האָבן זיך פֿאַרטיפֿט אין דער ייִדישער גראַמאַטיק אונטער דער הדרכה פֿון אליעזר ניבאָרסקי און דניאל בירנבאַום, און געלײענט פּערל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור מיט מרים טרין און וועראַ סאַבאָ.

אין די נאָכמיטאָגן האָבן די סטודענטן אָנטײל גענומען אין שמועס־לעקציעס, געזאַנג־ און פֿאָלקלאָר־װאַרשטאַטן אָנגעפֿירט דורך רות לעװין און אַבֿישי פֿיש; געהערט רעפֿעראַטן פֿון פּראָפֿעסאָר יחיאל שײנטוך און װעלװל טשערנין, און געגאַנגען אױף אַן עקסקורסיע אין די פֿוסטריט פֿון ייִדישע שרײַבערס אין ירושלים מיטן װעגװײַזער און ייִדיש־פֿאָרשער יעד בירן [יאַאַד ביראַן]. דעם לעצטן אָװנט האָבן די סטודענטן פֿאַרברענגט אין לאָקאַל פֿון דער געזעלשאַפֿט „יונג־ייִדיש‟, װאָס איז געװען אַ שותּף צום װינטערקורס. נאָך דער דיפּלאָמען־אויסטיילונג האָט מען געהערט אַ קאָנצערט פֿון מענדי כּהנא, אָלגאַ מיעלעשטשוק און רות לעווין. די סטודענטן פֿונעם געזאַנג־װאַרשטאַט האָבן אױך פֿאָרגעשטעלט אַ ריי לידער. 

די ווײַטערדיקע מעשׂה האָט אָנגעשריבן הײַנקע לעמאַן, אַ סטודענטקע פֿון דײַטשלאַנד װאָס האָט זיך געלערנט אין דער גרופּע פֿון מיטנדיקע. לײענענדיק אַבֿרהם סוצקעװערס „װער װעט בלײַבן”, יעקבֿ גלאַטשטײנס „גנבֿע זיך אַרײַן אין סידור”, קאַדיע מאָלאָדאָװסקיס “אָלקע”, בינעם העלערס “גוטער זכּרון”, יאָסל בירשטײנס „פֿלױמען פֿון אײגענעם גאָרטן”, אַבֿרהם רײזענס „דער ייִד װאָס האָט חרובֿ געמאַכט דעם טעמפּל” און מאַקס װײַנרײַכס „די געשיכטע פֿון בײזן בײז” האָט מען אַ סך גערעדט װעגן זכּרון, ייִדישע װערטער, שופֿלאָדן, װאָלקנס, ליגנס און זינד. װען די סטודענטן האָבן געדאַרפֿט אָנשרײַבן אַ קאָמפּאָזיציע האָט זיך הײַנקע דערמאָנט װי איר גאָר יונגער זון האָט מיט יאָרן צוריק בײַ איר געפֿרעגט׃ „װאָס געשעט מיט זאַכן װאָס מע פֿאַרגעסט?‟. דעמאָלט איז הײַנקען אײַנגעפֿאַלן צו גלײַכן דעם זכּרון צו אַ שופֿלאָד. איצט האָט זיך געמאַכט די געלעגנהייט דעם אײַנפֿאַל פֿון געדענקען ליטעראַריש באַאַרבעטן!

Read more