איך בין זייער צופֿרידן, אַז ס’איז לעבעדיקער געוואָרן אַרום דעם נאָמען פֿון יוסף אָפּאַטאָשו. מײַקל וועקס קלײַבט זיך מאַכן אַ נײַע איבערזעצונג פֿון אָפּאַטאָשוס מײַסטערווערק „אין פּוילישע וועלדער‟. איך גלייב ניט — און אין „פֿאָרווערטס‟ איז דאָס שוין געווען דערמאָנט — אַז מע לייענט ווייניק די עקזיסטירנדיקע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, ווײַל זיי זײַנען ניט גענוג גוט געמאַכט. מע לייענט זיי ניט, ווײַל מע לייענט הײַנט ניט אַזעלכע זאַכן בפֿרט, און מע לייענט הײַנט בכלל ניט. אָבער מיר געפֿעלט סײַ ווי סײַ דער טומל, וואָס מײַקל וועקס מאַכט אַרום זײַן פּראָיעקט, ווײַל אַזאַ טומל מיינט, אַז מענטשן דערוויסן, זיך צי דערמאָנען זיך, וועגן דעם שרײַבער יוסף אָפּאַטאָשו. אפֿשר וועט זיי אַ צי טאָן איבערצולייענען זײַנען ווערק אויף ייִדיש צי אין אַן איבערזעצונג.
אין יאָר 1938, דאָס הייסט, אַקוראַט מיט דרײַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק, איז אַרויס אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון דעם ראָמאַן „אין פּוילישע וועלדער‟, און מע קען זי קויפֿן, אַ שטייגער, דורכן „אַמאַזאָן‟. איבערגעזעצט האָט עס אײַזיק גאָלדבערג (Isaac Goldberg), וואָס האָט בכלל אַ סך געאַרבעט מיט ליטעראַרישע ווערק, אָנגעשריבן אויף ייִדיש, שפּאַניש און אַנדערע שפּראַכן. ער איז געווען אַן אמתער פּאָליגלאָט. וועגן זײַן באַציִונג צו שפּראַכן האָט ער געשריבן אין זײַן עסיי Notes from a Multilingual Career, וואָס איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין יאָר 1933 אין דעם יולי-נומער פֿונעם זשורנאַל Books Abroad. שפּעטער האָט דער זשורנאַל געביטן זײַן טיטל און גייט נאָך אַלץ אַרויס ווי World Literature Today.
בײַ מיר אויפֿן טיש, ווי אויך אויף די טישן פֿון נאָך אַ צאָל קאָלעגן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, ליגן הײַנט די קאָרעקטורן פֿונעם בוך. דאָס איז דער ערשטער אַקאַדעמישער באַנד, געווידמעט אין גאַנצן דעם שרײַבער יוסף אָפּאַטאָשו. אַ שיין ביסל איז דאָרטן געווידמעט אויך דעם ראָמאַן „אין פּוילישע וועלדער‟. זייער אינטערעסאַנט זײַנען די זכרונות, אָנגעשריבן פֿאַרן באַנד דורך דן אָפּאַטאָשו, דעם שרײַבערס אייניקל. ווער ווייסט, אפֿשר וועט דער טומל אַרום אָפּאַטאָשוס ווערק ווערן נאָך שטאַרקער, אַ דאַנק דעם דאָזיקן בוך, כאָטש עס איז, אין תּוך אַרײַן, ניט אויסגערעכנט אויף אַ זייער ברייטן עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.