מיט אַכציק יאָר צוריק, דעם 7טן מײַ 1934, האָט די סאָוועטישע רעגירונג באַשלאָסן צו געבן דער ווײַט-מיזרחדיקער טעריטאָריע דעם סטאַטוס פֿון אַ „ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט‟. דעמאָלט האָט מען געטראַכט, אַז דאָס איז געווען אַ צײַטווײַליקער סטאַטוס. מע האָט דאָך געגלייבט, אַז די באַפֿעלקערונג וועט האַלטן אין איין וואַקסן, און עס וועט דערגרייכן די נייטיקע צאָל נפֿשות, בערך 100 טויזנט, כּדי די געגנט זאָל זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ רעפּובליק.
ווי כ‘האָב שוין דערמאָנט, האָט מײַן באָבע, עלקע בת־יעקבֿ, געהאַט אַ וועלט מיט מעשׂיות, וואָס איך בין אויף זיי געווען אַ גרויסער בעלן. וועל איך איצט פּרוּוון איבערדערציילן נאָך איין מעשׂה, וואָס האָט געמאַכט אויף מיר אַ גרויסן רושם; אַזוי ווײַט, אַז אַ גאַנצע וואָך מיט אַ דאָנערשטיק פֿלעג איך זיך בײַ נאַכט אויפֿכאַפּן און זיך אַרומטאַפּן, צי איך בין, חלילה, ניט פֿאַרשטיינערט געוואָרן, ווי יענע ייִדן אינעם שטעטל זגוריצע.
אין מײַן היים־שטאָט, בעלץ, האָב איך אַמאָל געהערט אַ מעשׂה, דערציילט פֿון מײַן באָבען, עלקע בת־יעקבֿ. אייגנטלעך, האָט זי די מעשׂה דערציילט מײַן מאַמען, בעת זיי זײַנען ביידע געזעסן אין אַ ווינטער פֿאַרנאַכט בײַ דער הרובע און אַרײַנגעוואָרפֿן יעדעס מאָל אַ זשמעניע טרוקענע שאָנעשניק*־שאָלעכץ אין פֿײַער אַרײַן. אין יענעם יאָר איז געווען ממש אַן אויסכאַפּעניש אויף קוילן און האָלץ, האָט יעדער געהייצט מיט דעם, וואָס ס’האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו קריגן.
מיט דרײַ־און־צוואַנציק יאָר צוריק זײַנען מיר, אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד (מיט אַ האַלב יאָר שפּעטער וועט אַזאַ לאַנד פֿאַרשווינדן ווערן פֿון דער מאַפּע), געזעסן אויף אַ קאָנצערט אין עפּעס אַ גרויסן זאַל אין ירושלים. געוויזן האָט מען אונדז אַ טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג, וועלכע האָט אילוסטרירט די ייִדישע געשיכטע. אין דער דאָזיקער פֿאָרשטעלונג איז נאָך דעם עפּיזאָד פֿון, דאַכט זיך, בר־כּוכבאס אויפֿשטאַנד, געווען אַן עפּיזאָד פֿון גאָלדע מאירס קומען קיין מאָסקווע. אין צווישן איז אין דער ייִדישער געשיכטע, אַ פּנים, גאָרנישט ניט געשען.