Vayter

ביכער פֿאַר ייִדישע קינדער

Books for Yiddish-speaking children

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

וועראַ קנאָרינג, די ביבליאָטעקאַרשע וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט ייִדישע ביכער אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון רוסלאַנד (פּעטערבורג), האָט שוין ניט איין מאָל געמאַכט זייער אינטערסאַנטע, באַלערנדיקע ווירטועלע אויסשטעלונגען. באַזוכן אַזאַ אויסשטעלונג קען יעדער איינער, מע קען זי זען, זיצנדיק אין דער היים. די איינציקע זאַך, וואָס מע דאַרף טאָן, איז צו עפֿענען דאָס וועבזײַטל //expositions.nlr.ru/ex_olcaa/series_children/first.php. די איצטיקע אינטערנעץ-אויסשטעלונג דערציילט וועגן ייִדישע ביכער פֿאַר קינדער און יונגע לײַט.

פֿון דער אויסשטעלונג (אירע טעקסט-מאַטעריאַלן זײַנען אויף רוסיש) לערנען מיר, אַז דער ערשטער פֿאַרלאַג, וואָס האָט זיך ספּעציאַליזירט אויף אַרויסצוגעבן קינדער-ליטעראַטור פֿאַר ייִדיש-רעדנדיקע קינדער, האָט זיך באַוויזן דווקא ניט אין איינעם פֿון די הויפּט-צענטערס פֿון ייִדישער קולטור, אַזעלכע ווי וואַרשע אָדער ווילנע, נאָר אין קעשעווען. געשען איז עס אין יאָר 1910, און געהייסן האָט דער פֿאַרלאַג „פֿאַר אונדזערע קינדער‟. ווי עס האָט זיך געפֿירט אין יענער צײַט, געשריבן האָט מען אויף אַ דײַטשישן אופֿן, דאָס הייסט, „אונזערע‟, ניט „אונדזערע‟.

אין צוויי יאָר אַרום האָט זיך אין דעם פּראָיעקט אײַנגעשלאָסן אויך באָריס קלעצקינס פֿאַרלאַג, וועלכער איז געווען באַזירט אין ווילנע. אַ קאָנטיקע ראָליע האָט אין דעם פּראָיעקט געשפּילט דער איבערזעצער דוד רויכעל. באָריס קלעצקין האָט, ווי מיר ווייסן, בכלל זייער אַ סך אויפֿגעטאָן, כּדי צו שטעלן אויף די פֿיס די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור. אין דער אַנטוויקלונג פֿון קינדער-ליטעראַטור האָט זײַן פֿאַרלאַג אויך געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע.

די צײַט, ווען מע האָט אָנגעהויבן זיך ערנסט פֿאַרנעמען מיט קינדער-ליטעראַטור, איז געווען ניט קיין צופֿעליקע. אין יענע יאָרן האָט מען געמאַכט די ערשטע פּרוּוון צו אַנטוויקלען וועלטלעכע בילדונג אויף ייִדיש. אַזעלכע באַמיִונגען זעט מען דעמאָלט סײַ אין דער „אַלטער היים‟, דאָס הייסט, אין מיזרח-אייראָפּע, סײַ אין דער „נײַער וועלט‟.

אין די רעוואָלוציאָנערע יאָרן איז קיִעוו געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַרן ייִדישן קולטור-לעבן. צווישן די אַקטיוויסטן, וואָס זײַנען געווען טעטיק דאָרטן סוף 1910ער און אָנהייב 1920ער יאָרן, איז געווען אויך דוד רויכעל. קינדער-ביכער, געדרוקט אין קיִעוו, האָבן אילוסטרירט טאַלאַנטירטע קינסטלער. די שרײַבער, איבערזעצער, קינסטלער און פֿאַרלעגער האָבן געהערט צו דער „קולטור-ליגע‟, וואָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אָרגאַניזאַציאָנעלע נעץ, פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ אוקראַיִנע, ווי אויך אין די אַרומיקע געגנטן. שפּעטער האָבן אייגענע „קולטור-ליגעס‟ זיך באַוויזן אויך אין מערבֿ-אייראָפּע.

אַן אידעאָלאָגישן אונטערשלאַק קען מען געפֿינען כּמעט אין אַלע פּראָיעקטן, וואָס האָבן געהאַט אַ שײַכות צום דרוקן ליטעראַטור פֿאַר ייִדישע קינדער. מע האָט דאָך געוואָלט אויפֿהאָדעווען אַ דור, וואָס זאָל זײַן געטרײַ דער אָדער יענער אידעאָלאָגיע, למשל, סאָציאַליזם, ציוניזם, קאָמוניזם וכ’. באַזונדערש בולט זעט מען די השפּעה פֿון אידעאָלאָגיע אין דער ביכער-פּראָדוקציע, אַרויסגעגעבן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַן אידעאָלאָגישע אָנלאָדונג האָבן געהאַט אי די טעקסטן, אי די אילוסטראַציעס. צווישן די עקספּאָנאַטן פֿון דער אויסשטעלונג זעט זייער אינטערעסאַנט אויס די הילע פֿון אַ ביכל (אַרויס אין יאָר 1931) וועגן פּוילן, „באַפּוצט‟ מיט אַ האַקנקרייץ. אַזוי האָט מען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אָפֿיציעל אויפֿגענומען די שכנותדיקע מדינה.

די טעמע פֿון ייִדישע קינדער-ביכער איז זייער אַ רײַכע. צענדליקער ייִדישע שרײַבער און קינסטלער האָבן זיך באַטייליקט אין דעם שאַפֿן אַזעלכע ביכער. ייִדישע קינדער-ליטעראַטור איז געווען אין צענטער פֿון דער קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אָקספֿאָרד אין אויגוסט 2013. כראָנאָלאָגיש האָט מען אַרומגעכאַפּט יאָרהונדערטער, זינט מיטל-עלטער ביז אונדזערע טעג. איצט ווערט צוגעגרייט אַ באַנד, באַזירט אויף די רעפֿעראַטן. ס’איז פֿאַרפּלאַנירט, אַז דאָס בוך וועט אַרויסגיין ביז סוף יאָר.