Vayter

דער חתן פֿון יענער וועלט

The Groom from the "Other Realm"

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

אין מײַן היים־שטאָט, בעלץ, האָב איך אַמאָל געהערט אַ מעשׂה, דערציילט פֿון מײַן באָבען, עלקע בת־יעקבֿ. אייגנטלעך, האָט זי די מעשׂה דערציילט מײַן מאַמען, בעת זיי זײַנען ביידע געזעסן אין אַ ווינטער פֿאַרנאַכט בײַ דער הרובע און אַרײַנגעוואָרפֿן יעדעס מאָל אַ זשמעניע טרוקענע שאָנעשניק*־שאָלעכץ אין פֿײַער אַרײַן. אין יענעם יאָר איז געווען ממש אַן אויסכאַפּעניש אויף קוילן און האָלץ, האָט יעדער געהייצט מיט דעם, וואָס ס’האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו קריגן.

די שאָלעכץ האָט גיך אויסגעברענט, ווי נאָר די פֿײַער־צונגען האָבן עס געכאַפּט, אין איין סעקונדע. האָט מען געדאַרפֿט אָפֿט אונטערוואַרפֿן אַ נײַע פּאָרציע. די באָבע, פֿאַרכאַפּט מיט איר אייגענעם דערציילן, פֿלעגט פּלוצעם בלײַבן זיצן איבערן זאַק מיט שאָלעכץ; דאָס פּנים פֿאַרגאָסן מיט אַ פֿײַער־פֿאַרב, ווי פֿאַרשטעלט מיט אַ פֿאַרקרימטער מאַסקע, האָט זיך מיר אין די רגעס געדאַכט, אַז אַפֿילו איר קול איז געוואָרן הייזעריקער און פֿאַרבאָרגענער.

און אָט איז די מעשׂה אַליין:

„עס האָבן זיך אַ מאָל געלעבט זייער גוט צוויי חבֿרים. פֿלעגן זיי שטענדיק לערנען אין איינעם. האָט זיך געמאַכט, אַז איין חבֿר איז געשטאָרבן יונגערהייט. איז איבערגעבליבן דער צווייטער. די צײַט איז געקומען, ווערט ער אַ חתן. פֿאַר דער חתונה, ווי ס’פֿירט זיך בײַ ייִדן, אינעם טאָג פֿון שטעלן די חופּה, לאָזט מען ניט דעם חתן בײַ נאַכט אַליין. איז גראָד אין דער נאַכט געווען אַ שׂרפֿה און אַלע זײַנען געלאָפֿן לעשן דאָס פֿײַער. האָט דער חתן זיך אויך אַרויסגעכאַפּט אַ קוק צו טאָן.

ערשט דערנאָך האָט מען פֿאַרשטאַנען, אַז די שׂרפֿה איז געווען ניט קיין צופֿעליקע זאַך. אַזוי ווי דער חתן איז אַרויס אין דרויסן, איז צו אים צוגעגאַנגען דער געשטאָרבענער חבֿר און גיט אים שטיל אַ פֿרעג:

— וואָס מאַכסטו עפּעס?

בײַם אָנהייב האָט דער חתן זיך דערשראָקן, נאָר דערנאָך האָט ער פֿאַרלוירן דעם פּחד, און האָט דערציילט זײַן אַלטן חבֿר, אַז ער האָט הײַנט חתונה. רופֿט זיך אָן צו אים דער חבֿר:

— קום מיט מיר אויף אַ מינוט, וועל איך דיר ווײַזן, וווּ איך וווין.

האָט אים דער חתן געענטפֿערט:

— ווי קען איך אַוועקגיין, אַז כ’דאַרף אין גיכן פֿאָרן צו דער חופּה?

דער חבֿר האָט זיך אָבער פֿון אים ניט אָפּגעטשעפּעט, געבעטן ווײַטער:

— פֿון דעסטוועגן, אויף אַ מינוט קענסטו גיין, ניט מער.

דער חתן האָט זיך נאָכגעגעבן און זיך געלאָזט גיין מיטן חבֿר. יענער האָט אים געבראַכט צו פֿירן אין זייער אַ רײַך, שיין הויז אויסער דער שטאָט. אויפֿן טיש איז געלעגן אַ גמרא, און דער חבֿר רופֿט זיך אָן צום חתן:

— לאָמיר זען, ווער פֿון אונדז ביידע געדענקט בעסער דאָס לערנען.

האָבן די צוויי חבֿרים זיך אַוועקגעזעצט בײַם טיש לערנען, און אַזוי האָבן זיי געלערנט ק”ן יאָר.

נאָך די 150 יאָר איז דער חתן אַרויסגעגאַנגען פֿון דעם שיינעם הויז און זיך געלאָזט גיין צוריק צום מחותּן, מ’זאָל שטעלן די חופּה, ווײַל אים האָט זיך אויסגעוויזן, אַז דאָס אַלץ וואָס ס’איז מיט אים געשען, האָט געדויערט עטלעכע מינוט. ער איז צוגעגאַנגען צו דער שטוב פֿון זײַן מחותּן, ער גיט אַ קוק: שוין גאָר אַן אַנדער שטוב, אין גאַנצן איבערגעבויט. די מענטשן אויף די גאַסן, אַז זיי האָבן אים דערזען, אָנגעטאָן אין מלבושים פֿון מיט 150 יאָר צוריק, האָבן פֿון אים געלאַכט.

דער חתן איז פֿאָרט אַרײַנגעגאַנגען אין שטוב און האָט אָנגעהויבן פֿרעגן אויף זײַן מחותּן און כּלה. אַלע קוקן אים אָן, ווי אַ משוגענעם; נאָר די אַלטיטשקע, וואָס איז געזעסן אין אַ ווינקל, אַן אַלטע באָבע, ווען זי האָט דערהערט די נעמען פֿונעם מחותּן און דער כּלה, האָט זי זיך דערמאָנט אין דער מעשׂה, וואָס נאָך איר באָבע האָט דערציילט וועגן אַ חתן, וועלכער איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן בײַ נאַכט אויף ק”ן יאָרן…

מײַן באָבע פֿלעגט אַלע אירע מעשׂיות תּמיד פֿאַרענדיקן מיט אַ מוסר־השׂכּל, ווײַל זי האָט געוווּסט, אַז איך הער זיך צו. אויך דעם אויספֿיר פֿון דער מעשׂה וועגן חתן האָט זי אָפּגעשיקט צו מיר; איך בין דאָך געזעסן הינטער זיי ביידע, דער מאַמען און דער באָבען, מיט אָנגעשפּיצטע אויערן.

— אַ מינהג טאָר מען ניט ברעכן, — האָט די באָבע הויך געזאָגט, — מע דאַרף פֿאָלגן, וואָס עלטערע מענטשן זאָגן.

* שאָנעשניק — קערלעך