Vayter

נאַפּאָלעאָנס קעלנערל און דעם רבינס קללה

Napoleon’s Collar and the Rabbi’s Curse

וועגן דעם פֿראַנצייזישן אימפּעראַטאָר נאַפּאָלעאָן דערציילט מען אַזוי פֿיל מעשׂיות, אַז ס׳איז שווער זיך אין זיי אָפּצוזוכן, וווּ איז דער אמת, און וווּ איז דער ליגן. צווישן די ייִדן איז שוין באַקאַנט, אַז עס זײַנען געווען אַזעלכע, וואָס האָבן אַרויסגעקוקט אויף זײַן נצחון, און אַזעלכע, וואָס האָבן געוואָלט זײַן מפּלה. אַזוי צי אַזוי, האָבן ביידע צדדים, געמוזט זיך שלאָגן איינער קעגן דעם אַנדערן און פֿאַרגיסן ייִדיש בלוט.

Read more


דאָס לערנען תּורה אָן היטלען

Learning Torah With Heads Uncovered

פֿון גענאַדי עסטרײַך

קלמן מרמר

מיט 135 יאָר צוריק, דעם 11טן אָקטאָבער 1879, איז אין דעם שטעטל מיישעגאָלע (הײַנט Maisiagala) אין דער ווילנער געגנט געבוירן געוואָרן קלמן מרמר (מאַרמאָר), דער ייִדישער זשורנאַליסט און איינער פֿון די גרינדער פֿון פּועלי-ציון. (אין אייניקע קוואַלן זײַנען אָנגעוויזן אַנדערע דאַטעס. למשל, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1876.)

דער סאָציאַליזם האָט אים פֿאַרכּישופֿט, און שוין אין יאָר 1894 איז ער געווען טעטיק אין די אומלעגאַלע קרײַזלעך. אויף אַ ווײַלע איז מרמר ווידער געוואָרן פֿרום, אָבער דערנאָך זיך אומגעקערט צום סאָציאַליזם און וועלטלעכקייט. שפּעטער וועט ער נאָך אַ פּאָר יאָרצענדליק ניט אויפֿהערן צו זוכן אַן אידעאָלאָגישע אַפֿילאַציע, אָבער די דאָזיקע זוכענישן וועלן שוין ניט אַרויסגיין פֿון די מאַרקסיסטישע דלתּ אַמות.

Read more


אַ לאָך אין דער קעשענע קאָן זײַן געפֿערלעך

A Hole in One’s Pocket Can be Dangerous

דער ערשטער ראָטשילד, ווי מע דערציילט, איז געווען אַ „לויפֿער‟, געלאָפֿן איבער די דערפֿער אײַנגעקויפֿט מציאות און זיי שפּעטער פֿאַרקויפֿט אַ צווייטן, אָבער שוין אַ ביסל טײַערער. איין מאָל, פֿאַר סוכּות, איז ער פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ רײַך הויז און האָט געזען פֿון דער ווײַטנס ווי אַ פּויער טראָגט אַ הענגל ווײַנטרויבן.

פֿונעם הויז איז אַרויסגעקומען אַ פּריץ און געפֿרעגט דעם פּויער, וויפֿל וויל ער פֿאַר זײַן סחורה. האָט דער פּויער אָנגערופֿן זײַן פּרײַז, און דער פּריץ האָט געענטפֿערט, אַז פֿאַר דעם געלט לוינט עס אים ניט צו קויפֿן. צו טײַער. דעמאָלט איז ראָטשילד צוגעגאַנגען און האָט געקויפֿט דאָס הענגל ווײַנטרויבן.

Read more


אַ זשורנאַל וואָס האָט זיך ניט „אַראָפּגעלאָזן‟ צו די מאַסן

A Journal that Didn’t Lower Its Standards for the Masses

פֿון גענאַדי עסטרײַך

מיט 90 יאָר צוריק, אין סעפּטעמבער 1924, איז אַרויס דער סאַמע ערשטער נומער פֿון דעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל „די רויטע וועלט‟. געשען איז עס אין כאַרקאָוו, וואָס איז דעמאָלט געווען די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע. אין צאַרישן רוסלאַנד איז די שטאָט געווען מחוץ דעם תּחום-המושבֿ, אַזוי אַז קיין גרויסע ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט דאָרטן פּשוט ניט געקענט זײַן. אָבער בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען די רעגירונג האָט כּמעט אָפּגעשאַפֿן דעם תּחום, האָבן אין דער שטאָט זיך באַזעצט טויזנטער ייִדן. נאָך מער געוועזענע תּושבֿים פֿונעם תּחום זײַנען אַהין געקומען נאָך דער רעוואָלוציע. אין יאָר 1923 איז שוין אין כאַרקאָוו געווען אַ גאַנץ היפּשע ייִדישע באַפֿעלקערונג: 74 טויזנט נפֿשות — כּמעט אַ פֿערטל פֿון דער היגער שטאָטישער באַפֿעלקערונג.

Read more