Vayter

דאָס לערנען תּורה אָן היטלען

Learning Torah With Heads Uncovered

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share
קלמן מרמר

מיט 135 יאָר צוריק, דעם 11טן אָקטאָבער 1879, איז אין דעם שטעטל מיישעגאָלע (הײַנט Maisiagala) אין דער ווילנער געגנט געבוירן געוואָרן קלמן מרמר (מאַרמאָר), דער ייִדישער זשורנאַליסט און איינער פֿון די גרינדער פֿון פּועלי-ציון. (אין אייניקע קוואַלן זײַנען אָנגעוויזן אַנדערע דאַטעס. למשל, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1876.)

דער סאָציאַליזם האָט אים פֿאַרכּישופֿט, און שוין אין יאָר 1894 איז ער געווען טעטיק אין די אומלעגאַלע קרײַזלעך. אויף אַ ווײַלע איז מרמר ווידער געוואָרן פֿרום, אָבער דערנאָך זיך אומגעקערט צום סאָציאַליזם און וועלטלעכקייט. שפּעטער וועט ער נאָך אַ פּאָר יאָרצענדליק ניט אויפֿהערן צו זוכן אַן אידעאָלאָגישע אַפֿילאַציע, אָבער די דאָזיקע זוכענישן וועלן שוין ניט אַרויסגיין פֿון די מאַרקסיסטישע דלתּ אַמות.

מרמר האָט זיך באַטייליקט אין פֿיר ציוניסטישע קאָנגרעסן. אין יענער צײַט, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, האָט ער געוווינט אין אייראָפּע, דער עיקר, אין דער שווייץ און ענגלאַנד. קיין אַמעריקע איז ער געקומען צו רעדאַקטירן דעם זשורנאַל „דער ייִדישער קעמפֿער‟. אין יאָר 1907 האָט ער באַזוכט ארץ-ישׂראל. די אײַנדרוקן פֿון דער נסיעה האָט ער באַשריבן אין זײַן בוך „מײַן לעבנס-געשיכטע‟. איך ברענג דאָ געקירצט אַן אויסצוג, אין וועלכן ער באַשרײַבט די העברעיִשע שול, בעסער באַקאַנט, ווי די „הרצליה־-גימנאַזיע‟ אין יפֿו:

די העברעיִשע גימנאַזיע אין יפֿו איז געגרינדעט געוואָרן [אין 1906] פֿון אַ יחיד: ד”ר מעטמאַן-כּהן. שפּעטער ווערט זי אָנגעפֿירט פֿון דער געזעלשאַפֿט „אגודת הגימנסיה העברית בארץ ישׂראל‟. יעדער מיטגליד פֿון אָט דער העברעיִשער גימנאַזיע-געזעלשאַפֿט האָט געמוזט איין מאָל אײַנצאָלן די סומע פֿון 50 דאָלאַר.

די גימנאַזיע האָט געהאַט אַכט קלאַסן און דערצו אַ דרײַ-קלאַסיקע צוגרייטונג-שולע. די ערשטע פֿינף קלאַסן האָבן געגעבן די בילדונג פֿון אַ קאָמערץ-שול. די לעצטע דרײַ האָבן צוגעגרייט צום פּאָליטעכניקום אָדער צום אוניווערסיטעט. די לערן-שפּראַך איז געווען העברעיִש. די פֿרעמדע שפּראַכן זײַנען געווען געלערנט אין זיי גופֿא. פֿראַנצויזיש און אַראַביש — אין אַלע אַכט קלאַסן. טערקיש — פֿון פֿערטן קלאַס אָן. דײַטש און ענגליש זײַנען ניט געווען קיין מוז. דאָך האָט מען פֿון דריטן קלאַס אָן אויך געגעבן לעקציעס אין דײַטש.

אַ נײַעס אין דער ייִדישער דערציִונג איז געווען דאָס לערנען חומש און תּנ”ך אָן היטלען. די אָרטאָדאָקסן האָבן שטאַרק פּראָטעסטירט קעגן אָט דעם אײַנפֿיר, וועלכן זיי האָבן באַטראַכט פֿאַר אַ „חילול השם‟. נאָר די לערער זײַנען געבליבן אײַנגעשפּאַרט און זיך געהאַלטן פֿעסט בײַ זייער פּרינציפּ, אַז די גימנאַזיע דאַרף זײַן פֿרײַ פֿון רעליגיע.

צוליב לערנען ייִדישקייט אָן היטלען, און דאָס לערנען צוזאַמען ייִנגלעך און מיידלעך, האָבן אַ סך אָרטאָדאָקסן ליבער געשיקט זייערע קינדער לערנען אין די אַסימילאַטאָרישע שולן און אַפֿילו אין די מיסיאָנערסקע [דאָס הייסט פֿון קריסטלעכע מיסיאָנערן]. בפֿרט אַז אין גימנאַזיע האָט מען געדאַרפֿט צאָלן שׂכר-לימוד, בעת די אַנדערע שולן האָבן נאָך „צוגעצאָלט‟, דורך געבן פּרעזענטן פֿאַר די קינדער.

די לערער אין גימנאַזיע זײַנען אַלע געווען ייִדן און האָבן גערעדט העברעיִש, אַ חוץ דעם לערער פֿון אַראַביש און טערקיש, וועלכער איז געווען אַן אַראַבער. דאָס רובֿ שילער זײַנען געווען פֿון אַשכּנזיש-ייִדישע עלטערן. די ספֿרדישע קינדער זײַנען געווען ווייניקער ווי צען פּראָצענט. נאָענט פֿון צוויי דריטל שילער זײַנען געווען פֿון יפֿו אַליין. אַ פֿערטל פֿון אויסלאַנד — דרום-אַפֿריקע, אַרגענטינע און רוסלאַנד (דער גרעסטער טייל). די איבעריקע זײַנען געקומען פֿון די קאָלאָניעס, דאָס רובֿ פֿון ראשון-לציון און פּתּח-תּקוה.

אין גימנאַזיע ווערט אין 1907 געלערנט חומש, תּנ”ך און תּלמוד אַלס ייִדישע ליטעראַטור, פֿון אַ פֿרײַען היסטאָריש-קריטישן שטאַנדפּונקט. די שפּעטערדיקע ליטעראַטור און די אַנטוויקלונג פֿון דער העברעיִשער שפּראַך ווערט גרינטלעך שטודירט. די אַראַבישע שפּראַך ווערט געלערנט אויף וויפֿל זי איז נייטיק אין טעגלעכן לעבן. פֿראַנצויזיש ווערט געלערנט גרינטלעך, אַזוי אַז די שילער מוזן קאָנען אָפּגעבן עקזאַמען אויף אַלע לימודים פֿון גימנאַזיע אין דער פֿראַנצויזישער שפּראַך.

מרמר האָט אין יאָר 1914 פֿאַרלאָזט דעם „פּועלי-ציון‟ און איז אַרײַנגעטראָטן אין דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. נאָך דער שפּאַלטונג צווישן די סאָציאַליסטן, איז ער אַוועק אין דער קאָמוניסטישער באַוועגונג און איז פֿאַרבליבן אין איר ביז זײַן טויט אין 1956. די יאָרן 1933–1936 האָט מרמר פֿאַרבראַכט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, זיך באַשעפֿטיקט מיט אַקאַדעמישער אַרבעט אין דעם קיִעווער אינסטיטוט פֿון ייִדישער קולטור. ער איז געווען באַקאַנט ווי אַ מומחה אין דער אַמעריקאַנער פּראָלעטאַרישער ייִדישער דיכטונג פֿון דעם 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט (מאָריס ווינטשעווסקי, יוסף באָוושאָווער, דוד עדעלשטאַט). ער האָט אַ סך געשריבן און געדרוקט אויף דער דאָזיקער טעמע.

ווען מרמר האָט זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, איז ער געווען טעטיק אין צוגרייטן דעם קולטור-קאָנגרעס אין פּאַריז, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין 1937. פֿון דעם קאָנגרעס איז אויסגעוואַקסן דער ייִדישער קולטור-פֿאַרבאַנד, „ייִקוף‟ (אָדער „איקוף‟, ווי מע האָט עס אָפֿט געשריבן), אַ לינקע קולטור-פֿאַראייניקונג, וואָס איז געווען אַקטיוו אין אַמעריקע, ווי אויך אין אַנדערע לענדער. מרמר איז שפּעטער געוואָרן איינער פֿון די צענטראַלע פֿיגורן אין דעם אַמעריקאַנער „ייִקוף‟.