Oyneg Shabes

ווי וועט מען באַקומען מצה אױף פּסח?

Where Will We Get Matzah for Passover?

די אײנציקע שטעטל־בעקערײַ איז געשטאַנען אױפֿן ראָג פֿון צװײ צענטראַלע גאַסן, אַנטקעגן איבער אונדזער הױף. אין יענע זעלטענע נעכט, װען מ’האָט געבאַקן ברױט, פֿלעגט דער זױערלעכעך ריח פֿאַרפֿלײצן די אַרומיקע גאַסן, און דאָס איז געװען אַ סימן, אַז מע דאַרף װאָס גיכער אױפֿשטײן און לױפֿן זיך שטעלן אין דער רײ. אַניט, בלײַבט די משפּחה אָן ברױט, װײַל אױף אַלע תּושבֿים װעט סײַ װי סײַ ניט סטײַען.

דאָס ברױט איז געװען פֿול מיט קלײַען, שטיקעלעך פֿון געטרוקענע אַרבעס און פּאַפּשױ־קערנדלעך. אָבער, גאָט צו דאַנקען, ס’איז דאָך בעסער װי גאָרניט, פֿלעגט אַ בורטשע טאָן די פֿאַרשלאָפֿענע באָבע, אַזאַ יאָר אױף די באָלשעװיקעס און אױף זײערע קעפּ. פֿאַר אַזעלכע רײד האָט מען געקענט באַקומען אַ פּאָר יאָר תּפֿיסה, נאָר די באָבע האָט געװוּסט, אַז איך װעל זי ניט פֿאַרמסרן.

Read more


די אַוואַנטורעס פֿון יאַנקעלע מזיק: יאַנקעלעס חלום

The Adventures of Yankele the Troublemaker: Yankele’s Dream

אַלע מאַלפּעס האָבן הויך געשריגן און זײַנען אַרויסגעשפּרונגען פֿון שטײַג. יאַנקעלע האָט שטאַרק מורא געהאַט און האָט מיט די הענט צוגעדעקט(1 די אויגן. ער איז געווען אַזוי פֿאַררחידושט,(2 אַז ער האָט נישט באַמערקט, ווי דאָס קלענסטע מאַלפּעלע איז אַרײַנגעשפּרונגען צו אים אין קעשענע, כּדי צו עסן די באַנאַנע, וואָס ער האָט דאָרט באַהאַלטן.(3

דאָס גערודער(4 האָט באַלד געבראַכט אַלע אַרבעטער אַרײַן אין מאַלפּע-הויז צום אָפֿענעם שטײַג. ווען זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די מאַלפּעס זײַנען באַפֿרײַט געוואָרן, האָבן אַלע אַרבעטער אָנגעהויבן אַרומלויפֿן ווי משוגעים. אַזוינס(5 האָט נאָך קיין מאָל נישט פּאַסירט און מע האָט נישט געוווּסט וואָס צו טאָן. אָבער ווײַל יאַנקעלע איז געווען זייער אַ קליינער, האָט ער געקענט זיך באַהאַלטן ביז אַלע אַרבעטער זײַנען פֿון בנין אַרויסגעלאָפֿן כאַפּן די מאַלפּעס.

Read more


ווי צו פֿרעגן די פֿיר קשיות אויף ייִדיש

How to Ask the Four Questions in Yiddish

אַפֿילו אויב איר קענט נישט פֿליסיק ייִדיש, וועט איר קלינגען ווי אַ פֿליסיקער ייִדיש־רעדער, אויב איר לערנט זיך ווי צו פֿרעגן די פֿיר קשיות פֿון דער רעקאָרדירונג.


וויצן לכּבֿוד פּסח

Passover Jokes

זיבן קשיות

פֿאַרן אָפּריכטן דעם סדר האָט אַ זון געפֿרעגט דעם פֿאָטער:

— טאַטע, איך וועל דיך הײַנטיקס מאָל ניט פֿרעגן 4 קשיות, נאָר גאַנצע 7.

— פֿרעג, מײַן קינד, פֿרעג, — זאָגט דער פֿאָטער.

נאָך די 4 קשיות פֿון דער הגדה פֿרעגט דער זון ווײַטער:

— פּאַפּאַ, פֿאַר וואָס אַ גאַנץ יאָר, אַז עס קומט צו דיר אַן אָרעמאַן, גיסטו אים אַ קדחת און הײַנט שרײַסטו אַזוי ברווח: „כּל דכפֿין ייתי ויאכל?‟

— קינד מײַנס, — ענטפֿערט דער פֿאָטער, — דער תּירוץ איז: „עבֿדים היינו לפֿרעה במצרים‟, און איך פֿיר זיך פּונקט אַזוי ווי פּרעה האָט זיך געפֿירט. ער האָט צוגעזאָגט און ניט געהאַלטן וואָרט, טו איך אויך אַזוי.

דער זון: פֿון וואַנען האָסטו געהאַט אָנצוגרייטן אַזאַ פּסח, אַז דו האָסט אַ גאַנצן ווינטער קיין אַרבעט ניט געהאַט?

דער פֿאָטער: דער תּירוץ איז: „לפֿיכך אַנחנו חייבֿים‟, צוליב דעם זײַנען מיר אומעטום שולדיק!

— פּאַפּאַ, פֿאַר וואָס פֿאַרשליסטו די טיר ווען מען זעצט זיך צום סדר?

— דו האָסט גאָר פֿאַרגעסן, — האָט דער פֿאָטער אים געענטפֿערט, — אַז מען וועט באַלד זאָגן „כּל דכפֿין ייתי ויאכל‟, קענען נאָך די הונגעריקע אַרײַנקומען צום עסן.

Read more


בײַ אײַך אַ דעליקאַטעס, בײַ מיר — עקלדיק

A Delicacy To You Might Be Repulsive to Me

ייִדן האָבן אױסגעלערנט די װעלט צו מאַכן אַ ברכה אױף יעדער װיכטיקער זאַך, און דערצו נאָך ניט פֿאַרגעסן אונטערשטרײַכן, אַז אַלץ אױף דער װעלט איז רעלאַטיװ. װען דער גוט אונטערגעשאָסענער מלאך איז געפֿלױגן איבער דער װעלט מיט צװײ זעקלעך און געזײט אױף רעכטס און אױף לינקס די קרישטאָלן פֿון דער הױלער חכמה און דער בולטער נאַרישקײט, האָט ער, נעבעך, ניט געקענט װיסן, אַז די װעלט װעט זיך אַנטװיקלען אױף אַזױ װײַט, אַז קײן שׂכלדיקע געזעצן װעט ניט סטײַען כּדי אײַנאָרדענען כאָטש אַ װעלכע ניט איז אָרדענונג. און נאָך מער, דאָס װאָס בײַ די פּאַפּואַסן זעט אױס שײן, איך מײן די אױסגעטריקנטע שטשערבנס, רופֿט אַרױס אַן עקלדיקן פּחד בײַ די עקזאַלטירטע פֿראַנצױזן, אָבער דער עקל שטעלט די פֿראַנצױזן ניט אָפּ פֿון האָבן הנאה פֿון די זשאַבעס־פֿיסלעך, װעלכע רופֿן אַרױס אַן עקלדיקן פּחד בײַ די ייִדן, און… מע קען דורות לאַנג זיך דרײען אינעם עקל־הנאה־קרײַז און ניט קומען צו אַ װעלכן ניט איז טאָלק.

Read more


ר׳ דוד ווערדיגער ז״ל

David Werdyger Z”L

מיטוואָך איז ניפֿטר געוואָרן דער גרויסער חזן און שטערן פֿון דער חסידישער מוזיק־וועלט ר׳ דוד ווערדיגער, אין עלטער פֿון 94 יאָר.

ר’ דוד איז אויפֿגעוואַקסן אין קראָקע אין אַ משפּחה פֿון גערער חסידים. צו 6 יאָר האָט ער שוין געזונגען ווי דער סאָליסט בײַם כאָר פֿון דער באַקאַנטער אײַזיק יעקעלעס־שיל, און צו 12 יאָר האָט מען אים פֿאַרבעטן צו זינגען אין גער. ער האָט געדאַוונט ראָש־השנה פֿאַרן גערער רבין, דער „אמרי־אמת‟, מיט זײַנע טויזנטער חסידים.

Read more


רבנישע וויצן

Rabbinic Humor

מוסר און חסידות

ר’ ישׂראל סאַלאַנטער פֿלעגט זאָגן: וואָס איז דער חילוק פֿון מוסר צו חסידות? מוסר קען פּסלען ביטערע טרערן, און חסידות קען כּשר מאַכן דעם ביטערן טראָפּן.

Read more


קורץ און צו דער זאַך

Short and To the Point

■ פֿון אַ מעלדונג אין אַ צײַטונג: „איך פֿאַרקױף מײַנע חופּה־קלײדלעך. די מאָסן — 44, 46, 48, 50, 52, 54. מיר איז שױן נימאס געװאָרן צו װאַרטן. רײזעלע.‟

■ פֿון אַ ביאָגראַפֿיע־אַנקעטע: „משפּחה־צושטאַנד — אַפֿילו קײן קאָטער האָב איך נישט.‟

■ פֿון אַ געשפּרעך צװישן חבֿרטעס: „מײַן מאַן, אַ פּראָגראַמירער, איז אַן אידיאָט. אונדזערן זון האָט מען געשטעלט פּאָקן. האָט ער גענומען אַ מאַרקער און אָנגעשריבן אױפֿן קינד, אַז די װירוס־באַזע איז באַנײַט געװאָרן דעם 24סטן מערץ‟.

Read more


די אַוואַנטורעס פֿון יאַנקעלע מזיק: צווישן די ווילדע חיות

The Adventures of Yankele the Troublemaker: Among the Wild Animals

מיר האָבן געהערט פֿון עטלעכע סטודענטן, וואָס האָבן פֿאָרגעלייגט, למשל, אַז אונדזער העלד יאַנקעלע זאָל פֿאָרן מיט דער באַן צו קאָני־אײַלאַנד אין ברוקלין, אָדער אַפֿילו מיט אַ שיף קיין שאַנכײַ, כינע! נחמה רן ראַדניץ דערציילט אַ שיינע מעשׂה, ווי ער באַזוכט דעם ניו־יאָרקער אַקוואַריום און באַגעגנט זיך מיט אַ גרופּע תּלמידים פֿון אַ מלוכישער שול, אַ „פּאָבליק סקול‟. נאָר פֿון דעסטוועגן, האָט אונדזער קינסטלערין, פֿראָנס הילבער, באַשלאָסן, אַז יאַנקעלע וועט בעסער פֿאַרברענגען(1 אין זאָאָלאָגישן גאָרטן, אין „זו‟.

Read more


אָנגעקומען אין האַליפֿאַקס

Arrival in Halifax

חנה גאָנשאָר איז געבוירן געוואָרן אין 1919 אין וואַרשע. קינדווײַז האָט זי פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין דער מעדעם־סאַנאַטאָריע. הײַנט וווינט זי אין מאָנטרעאָל. דאָ דערציילט זי וועגן איר אָנקומען אין קאַנאַדע, אין אַן אינטערוויו מיט דזשאָרדין קוציק פֿאַרן ייִדישן ביכער־צענטער.


ייִדן קריכן פֿון אַלע ווינקלען

Jews Coming Out of the Woodwork

צװײ הונדערט יאָר צוריק איז אין רוסלאַנד געװען זײער פּאָפּולער אַן אױסדרוק: „אױב איר װעט אַ קראַץ טאָן אַ װעלכן ניט איז רוסישן פּאַטריאָט, וועט איר באַלד אױסקראַצן אַ טאָטער‟. כּמעט דאָס זעלבע פֿלעגט אַ זאָג טאָן דער נאָבעל־לאַורעאַט איװאַן בונין, כאָטש אין זײַנע צײַטן האָט מען, אָן ספֿק, געקענט פֿאַרבײַטן דאָס װאָרט „טאָטער‟ אױף „אַ ייִד‟.

אין די צײַטן פֿון דער רוסישער אימפּעריע איז די צאָל שמדניקעס אין רוסלאַנד געװען ניט קײן גרױסע, בערך אַכט הונדערט שמדן אַ יאָר, אָבער נאָך דעם, װי מע האָט אָפּגעשאַפֿן דעם תּחום־המושבֿ און אָפּגעטײלט די רעליגיע פֿון דער מאַכט, איז די צאָל יונגע ייִדן און ייִדענעס, װעלכע האָבן זיך אַ װאָרף געטאָן אינעם ים פֿון דער אַסימילאַציע, געװאָרן אַ גװאַלדיקע. קײן פֿרױען זײַנען אין יענע צאַרישע צײַטן אין די רעגירונגען ניט געװען, און בײַ די מיטגלידער פֿון דער רוסישער רעגירונג זײַנען קיין ייִדישע פֿרויען אויך נישט געווען.

Read more


די צװיי פֿידלען

Two Violins

פֿון פֿישקע דע גאַל

הערט אַ מעשׂה — משה האָט פֿאַרלוירן דעם פֿידל! אָט אַזוי הייבט זיך אָן די געשיכטע:

אין אַ פּאַנסיאָן(1 אין ניו-דזשערזי האָט משה געמאַכט אַ קערטל(2 מיט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ליטעראַטור. דער פּראָפֿעסאָר — האָט מען משהן דערציילט — איז אַ טיילצײַטיקער אָנגעשטעלטער בײַ דעם ניו-יאָרקער אוניװערסיטעט, און איינער פֿון די בעסטע פֿידלערס אויף דער װעלט. ער איז אַ קלוגער און אַ מאָל איז ער געװען אַ גוטער קאָרטן-שפּילער, אָבער משה האָט זייער לײַכט געװוּנען; און ער האָט טאַקע געװוּנען אַ סך — טויזנטער דאָלאַרן. „געלויבט איז דער אייבערשטער!‟,(3 האָט משה אויסגעשריגן.

Read more


ייִדישער סוף־וואָך אין מעקסיקע

Yiddish Weekend in Mexico

פֿון שלום גערץ ראַניען און תּמרה גליסאָן

די באַטייליקטע אינעם ייִדישן סוף־וואָך
די באַטייליקטע אינעם ייִדישן סוף־וואָך

אין אַ הײסן נאָכמיטאָג, דעם 7טן מערץ, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט 26 מענטשן אויפֿן פּאַרקירפּלאַץ פֿון אַ ייִדישער שול אין אַ געגנט הינטער מעקסיקע-שטאָט. אין אױטאָבוס האָבן זיך אויסגעזעצט אַלע, סײַ דאָקטױרים, סײַ לערערקעס פֿון די אַמאָליקע מעקסיקאַנער ייִדישע שולן, סײַ אַ פּאָר גראַדויִר-סטודענטן פֿון מעקסיקע און די פֿאַראײניקטע שטאַטן. דער צװעק: אַ ייִדישער סוף-װאָך װײַט פֿון דער פֿאַרהאַװעטער מעקסיקאַנער הױפּטשטאָט, אין דער רויִקער קוראָרט-שטאָט איקסטאַפּאַן דע לאַ סאַל; אַ רײַזע פֿון אַ פּאָר שעה איבער די בערג קײן דורם-מערבֿ. דאָרטן, צװישן די װאַרעמבעדער און די כאַקאַראַנדע-בלומען, האָט מען פּלאַנירט דורכפֿירן אַן אינהאַלטרײַכע פּראָגראַם — כּמעט אין גאַנצן אױף ייִדיש.

Read more


מער גילבערט און סאָליוואַן אויף מאַמע־לשון

More Gilbert and Sullivan in Mame-loshn

פֿאַראַכטאָגן האָבן מיר אײַך געבראַכט אויסצוגן פֿון חנה מלאָטעקס פּורים־שפּיל באַזירט אויף די אָפּערעטעס פֿון די באַקאַנטע ענגלישע קאָמפּאָזיטאָרן גילבערט און סאָליוואַן. ס׳איז אָבער כּדאַי צו וויסן, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ ייִדישע טראַדיציע פֿון באַאַרבעטן גילבערט און סאָליוואַן אויף מאַמע־לשון, וואָס גייט אָן שוין צענדליקער יאָרן. אָנגעהויבן האָט זיך די דאָזיקע באַוועגונג, דאַכט זיך, אין 1952, ווען אַ „הדסה‟־גרופּע אין ברוקלין האָט געשטעלט אַ ייִדישן נוסח פֿונעם HMS Pinafore אין אַ ייִדישן קהילה־צענטער. מיט צוויי יאָר שפּעטער איז אויפֿגעקומען די „גילבערט און סאָליוואַן־ייִדישע אָפּערעטע־קאָמפּאַניע פֿון לאָנג־אײַלאַנד‟, ווי אַ פּראָגראַם פֿאַר דערוואַקסענע אויסצולערנען ייִדיש. אין משך פֿון די יאָרן איז די דאָזיקע גרופּע אויפֿגעטראָטן מיט צענדליקער, אפֿשר הונדערטער פֿאָרשטעלונגען.

אויף זייער וועבזײַטל קען מען הערן עטלעכע מוזיקאַלישע אויסצוגן פֿון זייערע שפּילן:

אַ לענגערן אויסצוג פֿון זייער „פּינאַפֿאָר‟ איז אויך דאָ צו זען:

אַל גראַנד, איינער פֿון די טוערס פֿון דער קאָמפּאַניע, האָט אָנגעשריבן אַ ייִדישן נוסח פֿון The Pirates of Penzance, וואָס די „פֿאָלקסבינע‟ האָט אויך אויפֿגעפֿירט אונטערן נאָמען „די ים־גזלנים‟ אין 2006. פֿון יענער געראָטענער פֿאָרשטעלונג זעט אַ קורצן אויסצוג:


ייִדן לאַכן פֿון זיך אַליין

Self-Deprecatory Jokes

דעמאָלט

ווען משה רבינו האָט צעבראָכן די לוחות, האָבן אַ טייל ייִדן געכאַפּט די „עשׂה׳ס‟ און אַנדערע — די „לא תעשׂה׳ס‟.

און דעמאָלט טאַקע זײַנען אויפֿגעקומען די קאַטעגאָריעס: אָרטאָדאָקסן און רעפֿאָרמירטע…

Read more


שלאָפֿט געזונטערהײט

Sleep in Good Health

WikiHow

מײַן רבי, ר’ משה־דוד ראָזען, זכרונו צדיק לבֿרכה, איז געװען אַ ראַיעלער מענטש. די פּאָליצעס און דעם ביכערשראַנק אין מײַן קאַבינעט האָט ער באַשטעלט מיט ספֿרים און ייִדישע ביכער. אױך אינעם שופֿלאָד פֿון מײַן אַרבעטסטיש האָט ער אַרײַנגעלײגט אַ פּאָר ספֿרים — רבי נחמנס „סיפּורי מעשׂיות‟ און „שבֿחי הר”ן‟, װעגן הרבֿ נחמן בראַסלעװער. כ’האָב אױפֿגעמאַכט די „שבֿחים‟, און דאָס ערשטע, װאָס עס האָט זיך מיר אַ װאָרף געטאָן אין די אױגן, איז געװען אַ באַשרײַבונג װעגן ר’ נחמנס באַזונדערער פֿעיִקײט אױפֿצושטײן צום תּיקון־חצות, אָן אַ װעקער און שטענדיק אין דער זעלבער צײַט.

Read more


יאַנקעלע אין „סאָבוויי‟

Yankele on the Subway

די אַוואַנטורעס פֿון יאַנקעלע מזיק

ערשטנס, ווילן מיר באַדאַנקען די סטודענטן, וואָס האָבן זיך געטיילט מיט אונדז מיט זייערע געדאַנקען פֿאַר דער מעשׂה: סאַש אָרעס, סיידי גאָלד־שאַפּיראָ, סאָפֿי זים, נח מאַרקוס, הלל רינגעלבלום, און נחמה רן־רדניץ. זיי האָבן פֿאָרגעלייגט,(1 אַז יאַנקעלע זאָל פֿאָרן אין זאָאָלאָגישן גאָרטן (אין “זו”), אָדער אין מוזיי, אָדער אין פּאַרק. אָבער כּמעט אַלע זײַנען מסכּים, אַז ער זאָל פֿאָרן מיטן „סאָבוויי‟ און אַזוי האָבן מיר באַשלאָסן.

איידער מיר דערציילן יאַנקעלעס געשיכטע ווײַטער, ברענגען מיר דעם המשך(2 פֿון דער מעשׂה, וואָס סיידי גאָלד־שאַפּיראָ האָט אָנגעשריבן:

יאַנקעלע לויפֿט און לויפֿט און לויפֿט. ער לויפֿט אין אַ פּאַרק, ער לויפֿט אין אַ פֿעלד, ער לויפֿט אין די גאַסן. ער איז זייער מיד און אַ ביסל הונגעריק. ער מוז עסן! ער קויפֿט אַן עפּל אין אַ שפּײַזקראָם. דער קרעמער(3 פֿרעגט: „ווי אַלט ביסטו, ייִנגעלע?‟

„עס איז נישט אינטערעסאַנט‟ — ענטפֿערט יאַנקעלע און אַנטלויפֿט. ער לױפֿט אַריבער דעם וועג, וווּ מע טאָר נישט… אַן אויטאָבוס — בוווווום!!!!

Read more


אַ גילבערט און סאָליוואַן־פּורים־שפּיל

A Gilbert and Sullivan Purim Play

פֿון חנה מלאָטעק

דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק האָט די „פֿאָלקסבינע‟ אין ניו־יאָרק אויפֿגעפֿירט אַ „גילבערט און סאָליוואַן־פּורים־שפּיל‟ אין אַ געפּאַקטן זאַל. די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג, וואָס האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם, איז געווען באַזירט אויפֿן סקריפּט פֿון חנה מלאָטעק, וואָס האָט באַאַרבעט די מוזיק פֿון די באַקאַנטע ענגלישע קאָמפּאָזיטאָרן און צוגעשטעלט נײַע טעקסטן. די דאָזיקע פּורים־שפּיל האָט מען צום ערשטן מאָל אויפֿגעפֿירט אין אַן „אַרבעטער־רינג‟־שול אין 1968, און דער סקריפּט איז צוויי מאָל געדרוקט געוואָרן. מיר ברענגען דאָ נאָר דרײַ אויסצוגן פֿונעם סקריפּט, אָבער ווער עס וויל קען לייענען דעם גאַנצן טעקסט און הערן די מוזיק דאָ:

http://ia600801.us.archive.org/17/items/nybc211316/nybc211316.pdf

Read more


היימישע המן־טאַשן

Good Old-Style Homentashen

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב די הײַנטיקע המן־טאַשן מיט שאָקאָלאַד־פֿילעכץ רופֿן אַרויס בײַ אײַך אַ בענקשאַפֿט נאָך די עכטע היימישע רעצעפּטן, קומט אַרײַן צו אונדז אין קיך, און זעט ווי מיר מאַכן המן־טאַשן מיט צוויי מינים פֿילעכץ: מן און אַפּריקאָסן.


לײַדנשאַפֿטן נאָך שאַגאַל (טייל 2)

The Passions of Marc Chagall (Part 2)

אין דער רוסישער שטאָט סאַראַטאָוו איז געשאַפֿן געוואָרן אַ פּרעכטיקער אַנימאַציע־פֿילם „לײַדנשאַפֿטן נאָך שאַגאַל‟. פֿון קורצע אויסצוגן, גענומען פֿון מאַרק שאַגאַלס בוך „מײַן לעבן‟, און פֿון זײַנע בילדער־געשטאַלטן, האָבן די מחברים פֿונעם פֿילם, אַלעקסיי קאָנדראַשאָוו און אַנדריי מעליקאָוו, צונויפֿגעפֿלאָכטן אַ פֿאַרשיידנפֿאַרביקע, בילדערישע געשיכטע, באַגלייט מיט קלעזמער־מוזיק.

מיר לייגן אײַך פֿאָר דעם ערשטן טייל פֿון דעם אַנימאַציע־פֿילם, מיט ייִדישע אונטערקעפּלעך.