אויף „יוטוב‟ קען מען זען אַ סך פֿילמען, אין וועלכע געניטע זינגער שטעלן פֿאָר ייִדישע לידער. ס׳איז אָבער דאָ עפּעס אייגנאַרטיק אין דעם ווידעאָ פֿון שׂרה גאָרבי, אין וועלכן זי זינגט מאַני לייבס „גייען זיי אין די שוואַרצע רייען‟, באַגלייט פֿון אַ פּויק, וואָס זײַנע ריטמישע קלעפּ שפּיגלען אָפּ דעם אומעט פֿון ליד.
דער פֿילם איז אַ טייל פֿון אַ קאָנצערט פֿון חורבן־לידער, וואָס גאָרבי האָט געהאַלטן אין פּאַריז אין 1966. לייב האָט לכתּחילה אָנגעשריבן דאָס ליד וועגן די ייִדישע פּליטים פֿון פּאָגראָמען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה אָבער ס׳איז שפּעטער אַדאַפּטירט געוואָרן ווי אַ חורבן־ליד.
אויך זייער רירנדיק איז גאָרביס אומפֿאַרגעסלעכער נוסח פֿון מאַרק שוויידס „מודה אַני‟ אינעם זעלביקן קאָנצערט, אין וועלכן זי ווערט באַגלייט פֿון דרײַ „קרישטאָל־אָרגלען‟ — אינסטרומענטן, וואָס פּאַסן זיך גוט צו צו איר קול. די מוזיק צו ביידע לידער האָט געשאַפֿן מיכל געלבאַרט.
שׂרה גאָרבי (פֿון דער היים גאָרבאַך) איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו, בעסעראַביע אין 1900. זי האָט זיך געלערנט אין אַ מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע אין יאַס צו 17 יאָר, און האָט זיך דערנאָך באַזעצט אין פּאַריז מיט איר מאַן. אין 1940 איז זיי געלונגען צו אַנטלאָפֿן קיין האַיִטי און דאָס פּאָרל האָט זיך דערנאָך באַזעצט אין ניו־יאָרק, וווּ זי איז געוואָרן אַ פּאָפּולערע זינגערין אויף ייִדיש, רומעניש און רוסיש. אין 1948 האָט זי געמאַכט אַ קאָנצערט־טור אויף ייִדיש איבער די „די־פּי‟־לאַגערן פֿון אייראָפּע.
אין פּאַריז האָט זי אַרויסגעלאָזט אַלבאָמען אויף ייִדיש, פֿראַנצויזיש און רוסיש. נאָך דעם, וואָס זי האָט באַזוכט ישׂראל, האָט זי צוגעגעבן צו איר רעפּערטואַר אַ ריי לידער אויף העברעיִש און דזשודעזמע. אין 1960 האָט זי אָנגעהויבן אַ צוויי־יאָריקן טור איבער דרום־אַמעריקע און האָט בעת אַ וויזיט אין בוענאָס־אײַרעס פֿאַרענדיקט דרײַ אַלבאָמען אויף רוסיש, ייִדיש און ציגײַנעריש. זי איז געשטאָרבן אין 1980 אין פּאַריז.
די וואָך פֿאַלט אויס 78 יאָר זינט די דײַטשן זענען באַפֿאַלן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ס׳איז דערפֿאַר פּאַסיק זיך צו באַקענען מיט צוויי לידער, וואָס ייִדישע סאָלדאַטן אין דער רויטער אַרמיי האָבן געזונגען, וואָס מע קען הערן אויפֿן אַלבאָם ייִדישע פּראַכט, וואָס איז פֿאַראַיאָרן נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „גרעמי‟.
די פּאָעטעסע סאָניע ראָזנבערג האָט מחבר געווען דאָס ליד „טשוּוואַשישע טעכטער‟, וואָס באַטאָנט די העלדישקייט פֿון די פֿרויען אין דער עטנישער גרופּע, די טשוּוואַשן. ניט געקוקט אויף דעם וואָס זיי קומען פֿון אַ רוסישער רעפּובליק ווײַט פֿונעם פֿראָנט, קעמפֿן די פֿרויען צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע קעגן היטלערן. כאָטש דאָס ליד איז וועגן די פֿרויען פֿון טשוּוואַשישן אָפּשטאַם, אַ פֿאָלק וואָס מע באַגעגנט זעלטן־ווען אין דער ייִדישער ליטעראַטור, קען מען דאָס ליד אַוודאי אָפּטײַטשן ווי אַ לויבגעזאַנג די כּמעט איין־מיליאָן סאָוועטישע פֿרויען, וואָס האָבן געקעמפֿט אין דער רויטער אַרמיי קעגן די דײַטשן.
דער מחבר פֿונעם ליד „מײַן פּולעמיאָט‟ איז אומקבאַקאַנט, כאָטש ס׳איז קלאָר פֿון די ווערטער, אַז ער איז געווען אַ ייִדישער סאָלדאַט. דער פּאָעט מענדל מאַן האָט פֿאַרשריבן דאָס ליד ווי אַ טייל פֿון אַן אַנטאָלאָגיע, וואָס ער האָט צוגעגרייט. די סאָוועטישער צענזור האָט געביטן די ווערטער פֿון „כּדי מײַן פֿאָלק זאָל לעבן‟ אויף „כּדי אַלע פֿעלקער זאָלן לעבן‟. אינעם נוסח געזונגען פֿון פּסאָי קאָראָלענקאָ, וועלכער האָט אויך געשאַפֿן די מוזיק צום ליד, זינגט ער ביידע נוסחאָות פֿון דער דאָזיקער שורה.
אינעם ייִדישן טעאַטער זענען די טרויעריקע לידער געווען פּאָפּולער פֿון סאַמע אָנהייב אָן. אַז מע הערט זיך צו צו די אַלטע רעקאָרדירונגען קען מען מיינען, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן פֿון די 1910־1930ער יאָרן זענען געווען גאָר דעפּרעמירט. און אפֿשר ליגט אין דעם טאַקע אַ שטיקל אמת, ווײַל עס דאַכט זיך מיר, אַז ס׳איז אַ טראַדיציע בײַ ייִדן זיך צו דערמאָנען אין טראַגעדיעס אַפֿילו ווען מע פֿאַרברענגט גוט, כּדי מע זאָל קיינמאָל ניט פֿילן הונדערט פּראָצענט פֿריילעך.
דווקא אַזאַ שיטה פֿאָלגט דער באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר שלמה סמולעוויץ, בעסער באַקאַנט ווי „סאָלאָמאָן סמאַל‟, אין זײַן ליד „דער בלומענקראַנץ‟, וואָס וועבט צונויף אימאַזשן פֿון אַ חתונה מיט, להבֿדיל, סצענעס פֿון אַ לוויה. אינעם ליד ווערן ביידע פֿאַרגליכן צו אַ קראַנץ בלומען, וואָס צעפֿאַלט זיך, אַזוי ווי דאָס לעבן, פֿאַר די אויגן.
שלמה סמולעוויץ איז געווען דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון אַ סך באַקאַנטע ייִדישע לידער אין אַמעריקע, אַרײַנגערעכנט „אַ בריוועלע דער מאַמען‟ אָבער ס׳איז זעלטן וואָס מע הערט זײַן אייגן קול. די דאָזיקע רעקאָרדירונג, פֿון 1910, האָט דיגיטאַליזירט און אַרויפֿגעשטעלט אויף „יוטוב‟ דזשיין פּעפּלער.
עס זענען דאָ אויף ייִדיש, ווי אויך אויף אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַכן, אַ סך לידער וועגן פּאַסטעכער, וואָס זענען אין דער אמתן אַלעגאָריעס אויף גרעסערע טעמעס. איינס פֿון די באַקאַנטסטע איז דאָס טרויעריקע, מיסטעריעזע ליד „איז געווען אַ מאָל אַ פּאַסטעכל‟. אינעם ליד פֿאַרלירט דער פּאַסטעך זײַן שעפֿעלע און עס דאַכט זיך אים, אַז זײַן „איין און איינציק שעפֿעלע‟ האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ מיתה־משונה. דערפֿאַר טענהט ער זיך אויס מיטן רבונו־של־עולם וואָס ענטפֿערט אים, דורך אַ פּויער, אויף אוקראַיִניש.
פֿאַר וואָס פֿאַרמאָגט אַ פּאַסטעך בלויז איין שאָף? און פֿאַר וואָס דאַכט זיך אים, אַז די שטיינער אין פֿעלד זענען דאָס געביין פֿון זײַן שעפֿעלע? צי זעט ער באמת די אַלע זאַכן, צי איז עס אַלץ בלויז אַ בייזער חלום? די אַלע פֿראַגעס ווערן ניט פֿאַרענטפֿערט אינעם ליד גופֿא, נאָר יעדער צוהערער קען געפֿינען זײַן אייגענעם אָפּטײַטש. דאָס ליד איז אָבער אין אַ געוויסן זינען אַן אַלעגאָריע וועגן דער שטערבלעכקייט פֿונעם בשׂר־ודם און זײַן אומבאַהאָלפֿנקייט אין פֿאַרגלײַך מיט גאָט.
דאָס ליד, אַזוי ווי אַ סך אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער, עקסיסטירט אין פֿאַרשידענע נוסחאָות. אַלע נעמען אָבער אַרײַן אַספּעקטן פֿון חזנות, דעם זעלבן דיאַלאָג אויף אוקראַיִניש און לשון־קודש און שפּורן פֿון פּיזמונים. דער קלעזמער און עטנאָמוזיקאָלאָג זיסל סלעפּאָוויטש, וואָס האָט רעקאָרדירט זײַן אייגענעם „רעפּ‟־נוסח פֿונעם ליד, טײַטשט עס אויס ווי אַ „מוזיקאַלישער מדרש‟.
אינעם נוסח אויבן זינגט דער חזן מרדכי הירשמאַן. אַ געבוירענער אין טשערניכעוו, אוקראַיִנע, איז ער אַ שטיקל צײַט געווען דער ווילנער שטאָט־חזן. אין 1920 איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט רעקאָרדירט דעם דאָזיקן פֿאַרכאַפּנדיקן נוסח פֿונעם ליד. דעם פֿילם האָט צונויפֿגעשטעלט דזשיין פּעפּלער.
ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן די אויפֿפֿירונג פֿון ליד פֿונעם חזן ישׂראל באַקאָן. אַ באָבאָווער חסיד פֿון קשאַנעוו, האָט ער, צוזאַמען מיט אַ ריי קרובֿים, געהאַלטן וויכטיקע פּאָזיציעס ווי אַ חזן אין פֿאַרשידענע שטעט אין פּוילן און דײַטשלאַנד. אַ לאַנגע צײַט האָט ער געוווינט אין בערלין, וווּ ער האָט רעקאָרדירט אַ טוץ לידער אין 1936, אַרײַנגערעכנט זײַן אומפֿאַרגעסלעכן נוסח פֿון „איז אַמאָל געווען אַ פּאַסטעכל‟. נאָך „קרישטאָלנאַכט‟ אין 1938 האָט ער פֿאַרלאָזט דײַטשלאַנד און איז צוריקגעפֿאָרן קיין פּוילן, וווּ ער, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי און זון, זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינעם פֿאַרטיליקונג־לאַגער בעלזשעץ, אין 1943.
אין אָקטאָבער 2018 איז אַוועק אין דער אייביקייט דער באַקאַנטער ירושלימער רבֿ לייב מינצבערג ז׳׳ל. הרבֿ מינצבערג איז געווען אַ ירושלימער ייִד פֿונעם אַלטן שניט. ער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ ריי פֿרומע מוסדות, אַרײַנגערעכנט „ישיבֿת המתמידים‟, וואָס זענען בכּיוון ניט פֿאַרבונדן מיט דער גרויסער חרדישער קאָאַליציע „עדה החרדית‟.
ניט בלויז אינסטיטוציאָנעל האָט ער זיך געהאַלטן אָפּגעזונדערט פֿון די אַנדערע חרדישע מנהיגים, נאָר אויך פּרינציפּיעל — זײַן צוגאַנג צום לערנען איז געווען היפּש ביסל אַנדערש ווי פֿונעם חרדישן הויפּטשטראָם. ער האָט למשל, געהאַלטן אַז מע דאַרף אַרומרעדן די כּוונה פֿון די מיצוות און באַטראַכטן ניט בלויז דעם אינהאַלט פֿון דער תּורה, נאָר דווקא אויך איר סטרוקטור ווי אַ טעקסט. די שיעורים, שׂיחות און דרשות, וואָס ער האָט געהאַלטן איבערהויפּט אויף ייִדיש, האָט מען אַרויסגעגעבן אין פֿינף בענדער אויף לשון־קודש מיטן טיטל „בן מלך‟.
לעצטנס האָט דער ישׂראלדיקער זינגער יאָסעלע קרישעווסקי אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן ער באַוויינט די פּטירה פֿון הרבֿ מינצבערג. אינעם ווידעאָ זעט מען מאָמענטן פֿון דער לוויה, ווי אויך אַ סצענע, אין וועלכער אַ ייִד רעדט מיט זײַן זון אויף אַ שיינעם ליטווישן ייִדיש וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי מע זאָל וויינען אויף אַ לוויה. אַרײַנגעוועבט אין מיטן איז אַ טייל פֿון אַ שיעור, וואָס הרבֿ מינצבערג האָט אַ מאָל געהאַלטן. בסך־הכּל שילדערט דער פֿילם אַן אינטערעסאַנט בילד פֿון הרבֿ מינצבערגס חסידים.
דעם ווידעאָ האָט מען געמאַכט ווי אַ טייל פֿון אַ קאַמפּאַניע צו שאַפֿן געלט, כּדי אַרויסצוגעבן נאָך בענדער פֿון הרבֿ מינצבערגס דרשות, שיעורים און שׂיחות. ס׳איז ניט קיין חידוש דערפֿאַר, וואָס מע זעט עטלעכע מאָל אינעם ווידעאָ, ווי מע בלעטערט זיי דורך.
עס איז ניט קיין גוזמא צו זאָגן, אַז אָן וועלוול פּאַסטערנאַק ז׳׳ל, וואָס איז דעם 11טן יוני אַוועק אין דער אייביקייט, וואָלט בכלל ניט פֿאָרגעקומען קיין רענעסאַנס פֿון דער ייִדישער מוזיק אין די 1970ער און 1980ער יאָרן, ניט בײַ די פֿרומע קרײַזן, ניט אין דער קלעזמער־וועלט. די ביכער וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן דורך זײַן פֿאַרלאַג „עטרה‟ זענען געווען דער גרונטשטיין, אויף וועלכן דורות מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָרן האָבן צונויפֿגעשטעלט זייער רעפּערטואַר.
כאָטש וועלוול פּאַסטערנאַק האָט געזאַמלט און אַרויסגעגעבן ייִדישע מוזיק פֿון אַלע מקומות, פֿון תּמין און אינדיע ביז מיזרח־אייראָפּע און אַמעריקע (אַ זאַך וואָס איז נאָך געווען אַ נאָווינע אין די 1970ער און 1980ער יאָרן), האָט ער ספּעציעל ליב געהאַט די טראַדיציאָנעלע חסידישע ניגונים. זייער פּאַסיק איז דערפֿאַר, וואָס אויף זײַן לוויה האָט דער קלאַרנעט־שפּילער אליעזר ראָזענפֿעלד אויפֿגעפֿירט פֿאַרן עולם אַ ריי ניגונים, מיט וועלכע די אָבֿלים האָבן מיטגעזונגען.
אין 2016 האָט וועלוול פּאַסטערנאַק געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אין ברוקלין וווּ עס האָבן אויפֿגעטראָטן די מוזיקער זיסל סלעפּאָוויטש, בנימין גינזבערג און אבֿרהמי גאָרי. אַ ווידעאָ דערפֿון קען מען זען דאָ.
אין די 1960ער יאָרן האָט דער פֿאָרווערטס ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD געווידמעט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם דער מוזיק פֿון די מאָדזשיצער חסידים. אין דער רעקאָרדירונג, דערציילט די לעגענדאַרע ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט צבֿי סקולער וועגן דער מוזיק פֿון די מאָדזשיצער חסידים, און אויף דער פּיאַנע שפּילט וועלוול פּאַסטערנאַק.
אָט קען מען הערן, ווי אַ כאָר אָרגאַניזירט פֿון וועלוול פּאַסטערנאַק, שטעלט פֿאָר אַ טראַדיציאָנעלן נוסח פֿון „וטהר לבנו‟.
דניאל קאַהן איז באַרימט פֿאַר זײַן קלעזמער־, „פּאָנק‟־ און „ראָק‟־מוזיק אויף ייִדיש, ענגליש, דײַטש און רוסיש. כאָטש ער איז זייער אַ טאַלאַנטירטער זינגער און מוזיקער, ווי אויך אַ געראָטענער מחבר פֿון זײַנע אייגענע לידער, באַשטייט זײַן ספּעציעל גאונות אין זײַן פֿעיִקייט איבערצוזעצן לידער פֿון איין שפּראַך אויף אַן אַנדערער אויף אַזאַ אופֿן, אַז מע קען זיי נאָך אַלץ זינגען.
לויט מײַן מיינונג איז ער, באַנאַנד מיט זײַן מענטאָר טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל, דער סאַמע געראָטנסטער שאַפֿער פֿון ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע זינגלידער. דאָ גייט די רייד ניט בלויז וועגן דעם טעקסט, נאָר אויך וועגן די נאָטן צו די לידער, וואָס ער מאָדערניזירט אויף אַזאַ אופֿן, אַז גאָר אַלטע לידער קלינגען בײַ אים נײַ — אָן צו קלינגען געקינצלט אָדער אַנאַכראָניסטיש.
אויבן קען מען זען ווי ער זינגט זײַן נוסח פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס „דעם מילנערס טרערן‟ באַגלייט פֿון זײַן קאַפּעליע „דער באַמאָלטער פֿויגל‟. אין קאַהנס געזאַנג הערט מען ניט בלויז די יסורים פֿון אַ ייִדישן מילנער אין צאַרישן רוסלאַנד, נאָר עס הילכן אויך אָפּ אין דער איבערזעצונג אַ דאַנק דער השפּעה פֿון ברוס ספּרינגסטין די ליידן פֿון די מענטשן אין קאַהנס היימשטאָט דעטרויט און אַנדערע ערטער אינעם „פֿאַרזשאַווערטן פּאַס‟ פֿון אַמעריקע, וווּ די גלאָבאַליזאַציע האָט איבערגעלאָזט מיליאָנען מענטשן אָן אַרבעט.
אַ מער ראַפֿינירטער סטודיאָ־נוסח פֿונעם ליד קען מען הערן דאָ:
עס קומט באַלד דער יום־טובֿ שבֿועות. כאָטש ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן ווייסן ניט וואָס עס איז שבֿועות בלײַבט ער בײַ די פֿרומע, אַזוי ווי אין דער אַלטער היים, אפֿשר דער פּאָפּולערסטער יום־טובֿ.
אין דער דאָזיקער חנעוודיקער רעקאָרדירונג, צו וועלכער מע האָט צוגעפּאַסט אַ ווידעאָ מיט ייִדישע אונטערקעפּלעך, הערט מען ווי אַ טאַטע שמועסט מיט זײַן יונג קינד וועגן מתּן־תּורה און דער טראַדיציע, אַז דער גאַנצער ציבור — מענער, פֿרויען און קינדער, ”אַפֿילו די פּיצעלעך“ — גייען צוזאַמען אין שיל כּדי צו הערן ווי מע לייענט פֿאָר די צען געבאָט.
פֿאַר די וואָס האָבן ליב לינגוויסטישע פּיטשעווקעס איז די רעקאָרדירונג אויך אַ גוטער מוסטער פֿון צוויי אופֿנים ווי אַזוי דער אַמעריקאַנער חסידישער ייִדיש איז אַנדערש פֿון דער ייִדישער כּלל־שפּראַך. מע דערקענט גלײַך, אַז די בייגפֿאַלן און מין זענען כּמעט אין גאַנצן אָפּגעפֿאַלן פֿון דער שפּראַך (אַ פּראָצעס וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אינעם ייִדיש וואָס מע האָט גערעדט אין די ”זיבנבערג“, טראַנסילוואַניע, שוין אין 19סטן יאָרהונדערט). מע הערט אויך אַן אָפֿטע השפּעה פֿון ענגליש — ס׳רובֿ אַמעריקאַנער חסידים וואָלטן גיכער געזאָגט ”איך גיי צו שיל“ איידער ”איך גיי אין שיל.“ ס׳איז טשיקאַווע וואָס דער פֿאָטער זאָגט דווקא ”אין שיל“ און זײַן זון — ”צו שיל.“
אויב עמעצער ווייסט פֿון וואַנען מע האָט גענומען די רעקאָרדירונג אָדער צי זי איז אַ טייל פֿון אַ לענגערער רעקאָרדירונג, שרײַבט מיר אויף kutzik@forward.com.
אוּווע פֿאָן זעלטמאַן און זײַן פֿרוי גאַבריעלאַ — די פֿילם־רעזשיסאָרן וואָס האָבן געשאַפֿן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „באָריס דאָרפֿמאַן — אַ מענטש‟ האָבן לעצטנס פֿאַרענדיקט אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דעם לעבן און קולטור־ירושה פֿון מרדכי געבירטיג ז״ל.
ווי אַ טייל דערפֿון האָבן זיי פֿילמירט ווי דניאל קאַהן זינגט געבירטיגס ליד „דער זינגער פֿון נויט“ אינעם זעלבן בנין, וווּ מרדכי געבירטיג האָט אַ מאָל געוווינט. דאָס ליד האָט געבירטיג אָנגעשריבן אין 1918, צו 41 יאָר. ס׳איז מערקווערדיק, אַז להיפּוך צו אַנדערע באַקאַנטע לידער־שרײַבער, האָט געבירטיג אָנגעשריבן ס׳רובֿ פֿון זײַנע טעקסטן ווען ער איז שוין געווען אין די 40ער און 50ער יאָרן. דאָס דאָזיקע ליד איז געווען צווישן די ערשטע שאַפֿונגען זײַנע וואָס מע האָט אָפּגעדרוקט.
די טעג ווערט 77 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט מרדכי געבירטיג ז׳׳ל, וועלכער איז אומגעקומען אין דער קראָקעווער געטאָ, דעם 4טן יוני 1942.
אַ לעגענדאַרע פּערזענלעכקייט אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק בעת זײַן לעבן, איז ער גלײַכצײַטיק געווען אַ פּשוטער סטאָליער. אין זײַן פֿרײַער צײַט האָט ער געשריבן לידער וועגן די אָרעמע ייִדן פֿון קראָקע, וווּ ער האָט געוווינט זײַן גאַנץ לעבן.
ס׳איז שווער אויף איין פֿוס איבערצוגעבן די השפּעה פֿון געבירטיגס לידער. אויף דעם וואָלט מען געדאַרפֿט אַ גאַנצן אַרטיקל, צי אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. ס׳איז כּדאַי פּשוט צו דערמאָנען, אַז פֿון אַרום 100 לידער זײַנע וואָס זענען אונדז פֿאַרבליבן, הערט מען אָפֿט כאָטש אַ טוץ פֿון זיי און זיי בלײַבן צווישן די סאַמע באַקאַנטסטע ייִדישע לידער איבער דער וועלט.
געבירטיג, אַזוי ווי מאַרק וואַרשאַווקסי פֿאַר אים, האָט געשריבן וועגן פֿאַרשידענע זאַכן: אַקטועלע פּאָליטישע טעמעס (אַרבעטלאָזיקייט, אַנטיסעמיטיזם, דעם חורבן); וועגן ייִדישקייט און ייִדישן פֿאָלק (שבת, חדר־ייִנגלעך און ייִדישע מאַמעס), ווי אויך מער אוניווערסאַלע ענינים (די פֿריידן און לײדן פֿונעם עלטער ווערן, אַ בענקשאַפֿט נאָך פֿאַרלוירענע חבֿרים און ליבעלידער). זײַנע ווערק האָבן אַרויסגעוויזן אַ מאָדערנעם צוגאַנג צו דער ייִדישער קולטור און דריקן אויס אַ באַהאַוונטקייט אין דער ייִדישער טראַדיציע אָבער זענען אויך פֿעסט אײַנגעוואָרצלט אין דער מאָדערנער וועלט. די ברייטע גאַמע פֿון זײַנע טעמעס, צוזאַמען מיט דער וואַרעמקייט, מיט וועלכער ער האָט באַשריבן די ייִדישע מאַסן האָט אים פֿאַרוואַנדלט אין אַן אוניקאַלער פֿיגור אין דער ייִדישער מוזיק.
ס׳רובֿ פֿון געבירטיגס באַקאַנטסטע לידער האָט מען אַרויסגעגעבן ווי אַ בוך נאָך אין די 1930ער יאָרן. געוויסע, אָבער — בפֿרט די וואָס ער האָט אָנגעשריבן שוין אין דער קראָקעווער געטאָ — זענען באַקאַנט געוואָרן ערשט נאָך דער מלחמה, ווען מע האָט געבראַכט זײַנע כּתבֿ־ידן קיין אַמעריקע, וווּ זיי געפֿינען זיך הײַנט אינעם „ייִוואָ‟־אינסטיטוט אין ניו־יאָרק.
זינט די 1950ער יאָרן האָט מען אַרויסגעלאָזט איבער פֿופֿציק אַלבאָמען, אין וועלכע מע זינגט בלויז זײַנע לידער. אַחוץ דעם האָבן כּמעט אַלע באַקאַנטע ייִדישע זינגער אײַנגעגלידערט זײַנע לידער אין זייער רעפּערטואַר. אָט זענען נײַן פֿון מײַנע באַליבטסטע רעקאָרדירונגען און ווידעאָס פֿון געבירטיגס לידער.
1. דניאל קאַהן: „אַרבעטלאָזער מאַרש‟
(אויבן) ווי אַן אַקטיווער בונדיסט, האָט געבירטיג אָפֿט באַשריבן די סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון זײַן צײַט, אַרײַנגערעכנט דער אַרבעטלאָזיקייט, וואָס האָט געהערשט אין די 1930ער יאָרן. דניאל קאַהן און זײַן קאַפּעליע — „דער באַפֿאַרבטער פֿויגל‟ — זינגען דאָ זייער אַ געלונגענעם נוסח פֿון געבירטיגס „אַרבעטלאָזער מאַרש‟ אויף ייִדיש און ענגליש אין אַ מאָדערנעם סטיל, מיט בולטע השפּעות פֿון בערטאָלד ברעכט.
2. לעאָ פֿולד: „משהלע‟
דער „קעניג פֿונעם ייִדישן ליד‟, ווי מע האָט גערופֿן דעם זינגער, האָט ליב געהאַט צו עקספּערימענטירן מיט פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע סטילן. דאָ באַגלייט אים אַן אַראַבישע קאַפּעליע. ניט געקוקט אויף דעם, איז זײַן נוסח פֿון געבירטיגס „משהלע‟ פֿאָרט אַ טראַדיציאָנעלער.
3. עמי פֿלאַמער און משה לייזער: „דרײַ טעכטערלעך‟
זייער אַ שיינער קלעזמער־נוסח פֿון געבירטיגס באַליבטן ליד — פֿון פֿראַנקרײַך.
4. בענטע קאַהאַן: „עס ברענט‟
מחוץ דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט איז „עס ברענט‟ זיכער געבירטיגס באַקאַנטסט ליד. כאָטש ער האָט עס אָנגעשריבן אין 1936 וועגן אַ פּאָגראָם, איז עס געוואָרן איינס פֿון די פּאָפּולערסטע לידער אין די געטאָס און לאַגערן בשעתן חורבן און מע זינגט עס עד־היום אויף חורבן־חזכּרות איבער דער וועלט. בענטע קאַהאַנס נוסח פֿונעם ליד איז מײַן באַליבטסטע.
5. מאַנפֿרעד לעם: „אין געטאָ‟
כאָטש ס׳איז ווייניקער באַקאַנט ווי זײַנע אַנדערע חורבן־לידער איז געבירטיגס „אין געטאָ‟ זייער אַ רירנדיק און וויכטיק ווערק, וואָס ס׳איז כּדאַי צו הערן. מאַנפֿרעד לעם, אַ דײַטשישער זינגער, אַרבעט שוין איבער 20 יאָר, פֿירנדיק טורן פֿאַר דײַטשישע קינדער אין קראָקע, כּדי זיי זאָלן זיך באַקענען מיט מרדכי געבירטיגס ווערק.
6. אַלפֿרעד שרײַער: „דאָס גאָלדענע לאַנד‟
מע הערט הײַנט זעלטן, צום באַדויערן, דעם פּשוטן פֿאָלקסטיל פֿון די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע זינגער. אָט זינגט אַלפֿרעד שרײַער, אַ תּושבֿ פֿון לוויוו (דאָס אַמאָליקע לעמבערג), געבירטיגס ליד „דאָס גאָלדענע לאַנד‟ אין זײַן שיינעם פּשוטן סטיל.
7. ריזע איגעלפֿעלד: „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער‟
אויף אַן ענלעכן אויטענטיש פֿאָלקסישן אופֿן איז ריזע איגעלפֿעלד אויפֿגעטראָטן מיט געבירטיגס „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער‟ בעת אַן אָוונט בײַם „לאָס־אַנדזשעלעסער קולטור־קלוב‟ אין 1998 געווידמעט געבירטיגס קולטור־ירושה.
8. מרדכי־צבֿי ראָסל: „קינדער־יאָרן‟
געוויינטלעך האַלט איך אַז דאָס זינגען ייִדישע לידער אין אַ קלאַסישן סטיל קלינגט איבערגעטריבן, בפֿרט מיט אַזעלכע פֿאָלקסטימלעכע לידער ווי געבירטיגס „קינדער־יאָרן‟. מרדכי־צבֿי ראָסל איז אָבער אַזאַ טאַלאַנטירטער זינגער, אַז דאָס ליד ווערט בײַ אים פֿאַרוואַנדלט ממש אין אַן איבערלעבונג. מיט זײַן באַסאָוון קול ווערט מען אַריבערגעפֿירט אין די „קינדער־יאָרן‟ פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט.
9. טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל און טאַמאַראַ ברוקס ז׳׳ל: „הוליעט, הוליעט קינדערלעך‟
איינס פֿון געבירטיגס אוניווערסאַלע לידער, „הוליעט, הוליעט קינדערלעך,‟ ווערט דאָ געבראַכט פֿאַר אַ גרעסערן עולם אין טעאָדאָר ביקעלס פּרעכטיקן צוויישפּראַכיקן נוסח פֿונעם ליד.
כאָטש עס זענען ניטאָ קיין הײַנטיקע בראַצלעווער רביים, זענען יאָ פֿאַראַן אַ סך רבנים וואָס פֿירן אָן מיט בראַצלעווער קהילות.
צווישן די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים אין ברוקלין איז איינער פֿון די באַקאַנטסטע בראַצלעווער פּערזענלעכקייטן הרבֿ יואל ראָטה, וואָס פֿירט אָן מיט דער וויליאַמסבורגער ישיבֿה „תּפּארת התּורה‟. ראָטהס ישיבֿה איז באַקאַנט ווי אַן אָרט, וווּ בחורים וואָס פּאַסן זיך ניט גוט אַרײַן אין אַנדערע סבֿיבֿות קענען געפֿינען אַ מקום־מיקלט. אַחוץ זײַנע דרשות, איז הרבֿ ראָטה אויך באַקאַנט פֿאַרן קאָמפּאָנירן אָריגינעלע לידער, וואָס ער זינגט און פֿאַרשפּרייט אויף יוטוב און דורך „וואַטסאַפּ‟־גרופּעס.
דווקא אַ טאַלאַנטירטער זינגער און לידער־שרײַבער, איז הרבֿ ראָטה איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע הײַנטצײַטיקע בראַצלאַווער זינגער, און זיכער דער בעסטער וואָס רעקאָרדירט מערסטנס אויף ייִדיש. אין זײַן ליד „יבֿנאל‟, וואָס האָט אַן אומדערוואַרטן אַראַבישן טעם, גיט ער אָפּ כּבֿוד זײַן בעל־דרך הרבֿ אליעזר שלמה שיק ז׳׳ל, באַקאַנט ווי דער מוהרא׳׳ש. הרבֿ שיק, וואָס איז אַוועק אין 2015, האָט געגרינדעט אַ בראַצלעווער קהילה אינעם דערפֿל יבֿנאל, אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון ישׂראל, ניט ווײַט פֿון טבֿריה. דאָרט ליגט זײַן קבֿר, וואָס מע זעט טאַקע אינעם מוזיק־ווידעאָ.
אײנס פֿון די באַליבטסטע לידער פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר פֿאַר די זינגער, װאָס זינגען ניט געװײנטלעך אויף ייִדיש, איז „אַבי געזונט‟.
עס קען זײַן, אַז די אָפּטימיסטישע פּערספּעקטיװ פֿונעם ליד און זײַן דזשעז־סטיל ציִען צו אַ ריי טאַלאַנטירטע אַרטיסטן. עס העלפֿט אױך, אַז דער גרױסער אַמעריקאַנער דזשעז־זינגער קאַב קאַלאָװײ האָט אַרױסגעלאָזט אַ ליד מיטן נאָמען „אַבי געזונט‟, כאָטש עס האָט גאָרניט קײן שײַכות צום אָריגינאַל, אַחוץ די־אָ צװײ װערטער.
װײניק מענטשן געדענקען הײַנט, אַז אַחוץ דעם װאָס מאָלי פּיקאָן איז געװען די ערשטע זינגערין פֿונעם ליד, האָט זי עס אױך מחבר געװען. פּיקאָן האָט עס אָנגעשריבן פֿאַר איר העלדין אינעם פֿילם „מאַמעלע‟, אַ ראָמאַנטישע מוזיקאַלישע קאָמעדיע אױפֿן סמך פֿון „צינדערעלאַ‟, רעזשיסירט דורך יוסף גרין. די אָריגינעלע מוזיק פֿון אײב עלשטײן, װערט געשפּילט פֿון אַן אָרקעסטער אין אַ מער קלאַסישן סטיל; דער דזשעז־צוגאַנג האָט זיך, אַ פּנים, אַנטװיקלט שפּעטער, אין אַמעריקע.
אָט דער דזשעז־סטיל הערט מען בולט אינעם נוסח פֿון די שװעסטער בערי, װאָס האָבן געזונגען דאָס ליד אױפֿן ייִדישן ראַדיאָ אין די 1940ער יאָרן װי אַ טײל פֿון זײער פּראָגראַם.
אױף ענגליש זינגט מען געװײנטלעך דאָס ליד פּאַמעלעכער. אָט קען מען הערן װי די זינגערין אַמאַנדאַ קינג שטעלט פֿאָר דאָס ליד מיט אַ דזשעז־קאַפּעליע. איר ייִדיש הינקט אונטער אָבער דער ענגלישער נוסח איז װוּנדערלעך.
אין אַן ענלעכן סטיל האָט די יונגע זינגערין לאה רײס־דעניס פֿאָרגעשטעלט „אַבי געזונט‟ אױף דער ייִדיש־װאָך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק.
אין די טעג צווישן פּסח און שבֿועות טאָרן פֿרומע ייִדן זיך ניט צוהערן צו קיין אינסטרומענטאַלער מוזיק. מע שאַפֿט דערפֿאַר ספּעציעלע „ספֿירה־מוזיק‟ פֿאַר אָט די זיבן וואָכן פֿונעם עומר, אין וועלכע מע הערט נאָר קולות אָבער נישט קיין אינסטרומענטן.
אַ וווּנדער־שיינעם מוסטער פֿונעם זשאַנער אין פֿאָרעם פֿון אַ מוזיק־ווידעאָ האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעלאָזט דער ישׂראלדיקער זינגער זאַנוויל ווײַנבערגער צוזאַמען מיטן „מלכות־כאָר‟. אינעם ווידעאָ פֿירן זיי אויס אַן אַקאַפּעלאַ־נוסח פֿון יום־טובֿ עהרליכס ליד „קבלת התּורה‟, וואָס דערציילט, מיט הומאָר, וואָס וואָלט געשען, ווען דער באַשעפֿער וואָלט פּרובירט צו שענקען די תּורה די הײַנטיקע מדינות פֿון דער וועלט.
אַזוי ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע און להיפּוך צו כּמעט אַלע אַנדערע לענדער אין די אַמעריקעס, זענען ס׳רובֿ אַרגענטינער אָפּשטאַמיקע פֿון אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן. די אַרגענטינער רעגירונג האָט ניט בלויז פֿאַרבעטן אימיגראַנטן זיך צו באַזעצן דאָרט, נאָר אויך, צוזאַמען מיט בראַזיל, אַפֿילו אונטערגעשטיצט פּראָיעקטן מאַסנווײַז צו באַזעצן אימיגראַנטן פֿון אַ געוויסן לאַנד צי פֿאָלק צוזאַמען, מע זאָל מאַכן פֿון זיי דאָרפֿישע אַגריקולטורעלע קאָלאָניעס.
אַזוי אַרום זענען אויפֿגעקומען אין אַרגענטינע קאָלאָניעס באַפֿעלקערט איבערהויפּט פֿון נײַ־געקומענע פֿון וויילז, דײַטשלאַנד, איטאַליע, אוקראַיִנע און שפּאַניע. דערפֿאַר האָט מען דאָרטן געפֿונען, און עס עקזיסטירן נאָך אַלץ עד־היום, ראַיאָינען פֿונעם לאַנד וווּ ס׳רובֿ אײַנווינער רעדן אַחוץ שפּאַניש די שפּראַכן פֿון זייערע אייראָפּעיִשע אָבֿות, אַרײַנגערעכנט וועלשיש און פֿאַרשידענע דיאַלעקטן פֿון איטאַליעניש און דײַטשיש. (דער דאָזיקער פֿענאָמען איז הײַנט מער בולט אין בראַזיל, וווּ מער ווי צוויי מיליאָן מענטשן רעדן נאָך פֿאַרשידענע דיאַלעקטן פֿון דײַטשיש און איטאַליעניש, כאָטש זייערע אָבֿות זענען געקומען פֿון אייראָפּע נאָך אין 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט).
פֿאָר וואָס דערמאָן איך דאָס אַלץ? ווײַל אין אַרגענטינע איז אויך געווען אַ ייִדישער ייִשובֿ, מאָזעסוויל. דאָרט האָבן זיך באַזעצט טויזנטער ייִדן, נײַ־געקומענע פֿון פּוילן און אוקראַיִנע. דער מעקסיקאַנער חזן לייבעלע כיניטש זינגט (אויבן) אַ ליד, וואָס ער געדענקט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקן שטעטל לעבן מאָזעסוויל. אין 2013 האָט ער געמאַכט אַן אינטערוויו מיט קריסטאַ וויטני ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. הײַנט וווינט דער חזן כיניטש אין מעקסיקע.
אָט זינגט ער אַ ליד וועגן „מאָזעסוויל‟:
און אָט דערציילט ער וועגן אַ קאָמישן אינצידענט וואָס איז פֿאָרגעקומען אין זײַן יוגנט:
וואָס איז געוואָרן פֿון מאָזעסוויל? כאָטש עס וווינען דאָרט נאָך אַלץ אַ פּאָר צענדליק ייִדן וואָס פּרובירן אויפֿצוהאַלטן די אַלטע טראַדיציעס, איז דער ייִשובֿ מער־ווייניקער דורכגעפֿאַלן ווײַל מיט דער צײַט האָבן די אימיגראַנטן און זייערע קינדער געפֿונען מער עקאָנאָמישע געלעגנהייטן אין די גרויסע שטעט אַזוי ווי בוענאָס־אײַרעס.
עס זענען דאָ הונדערטער ווייניק באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקסלידער וועגן אָרעמקייט און דער אונטערדריקונג פֿון אַרבעטער. להיפּוך צו די שפּעטערדיקע לידער פֿון פּאָליטישע פּאָעטן ווי דוד איידלשטאַדט אָדער מאָריס ראָזענפֿעלד, זענען די אימאַזשן אין די דאָזיקע פֿאָלקסלידער אָפֿט מאָל אַ סך סובטילער. דאָס הייסט ניט, חלילה, אַז די לידער ווירקן ווייניקער אויפֿן האַרצן. פֿאַרקערט, אָפֿט מאָל רירט מער אָן אַזאַ ליד, ווײַל מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַן אָרעמע נייטאָרין צי שנײַדערקע אין אַ פֿאַבריק אויפֿן „איסט־סײַד‟ אָדער וואַרשע, האָט עס אַליין אויסגעטראַכט און פֿאַרשפּרייט בײַ דער אַרבעט דורכן זינגען פֿאַר אירע פֿרײַנד.
פּונקט אַזאַ ליד איז „איידער איך לייג מיך שלאָפֿן‟ — קורץ, פּשוט און שטאַרק, כאָטש די זיסקייט פֿון די נאָטן שטימט בכלל ניט מיטן טרויער פֿונעם ליד. רות רובין, וואָס האָט רעקאָרדירט דאָס ליד אין אין 1948 האָט איבערגעגעבן אַז דאָס ליד איז געווען פּאָפּולער בײַ ייִדישע אַרבעטער אין אַמעריקע. ס׳איז, אָבער, אַ פּנים, קיינמאָל ניט פֿאַרשריבן געוואָרן פֿאַר דער געשיכטע, צי דאָס ליד שטאַמט פֿון אַמעריקע, צי ערגעץ אין מיזרח־אייראָפּע, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, ווער עס האָט עס לכתּחילה מחבר געווען.
די עסטרײַכישע ייִדישע זינגערין איזאַבעל פֿריי האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ שיינעם נוסח פֿונעם ליד, וואָס מע קען הערן אויבן. פֿריי, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין דער ווינער ייִדישער קהילה, ספּעציאַליזירט זיך אין פּאָליטישע לידער, וואָס זי זינגט אויף פּראָטעסטן קעגן דער איצטיקער רעכט־געשטימטער רעגירונג אין לאַנד, וואָס רעכנט אַרײַן אין איר רעגירונגס־קאָאַליציע די פֿאַשיסטישע „עסטרײַכישע פֿרײַהייטס־פּאַרטיי‟. איר באַליבטסט ליד אויף יענע פּראָטעסטן: דווקא „דאַלוי פּאָליציי‟.
לכּבֿוד דער אומאָפּהענגיקייט־פֿײַערונג „יום־העצמאות‟ שטעלן מיר פֿאָר אַ פּאָר באַקאַנטע ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש, געזונגען פֿונעם פּאָפּולערן ישׂראלדיקן זינגער דוד עשת. די לידער געפֿינען זיך אויף צוויי פֿון זײַנע פּלאַטעס פֿון ישׂראלדיקע לידער איבערגעזעצט אויף ייִדיש.
עשת איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ אין 1933. פֿון דער היים האָט ער געהייסן דוד אײַזנקראַפֿט. אין 1950 האָט ער, צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן, עולה געווען קיין ישׂראל. נאָכן דינען צוויי יאָר אין צה׳׳ל האָט ער אַ דאַנק זײַן שיין קול געפֿונען אַרבעט ווי אַ זינגער. צוליב זײַן שווערן אַקצענט אויף העברעיִש האָט מען אים אָבער ניט געוואָלט רעקאָרדירן. איז ער אַריבער אויף מאַמע־לשון און געפֿונען אַן אינטערעסאַנטע נישע, אַרויסלאָזנדיק די סאַמע פּאָפּולערסטע העברעיִשע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג. זײַן גרעסטער שלאַגער איז געווען זײַן ייִדישער נוסח פֿון נעמי שמרס „ירושלים של זהבֿ‟, וואָס איז געווען די סאַמע פּאָפּולערסטע פּלאַטע אויף ייִדיש במשך פֿון דער ישׂראלדיקער געשיכטע.
ניט געקוקט אויף זײַן פּאָפּולעריטעט אין ישׂראל און צווישן זײַנע ייִדיש־רעדנדיקע אָנהענגער איבער דער וועלט, איז עשת הײַנט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. איין סיבה דערפֿאַר איז, וואָס ער האָט מורא געהאַט אויפֿצוטרעטן אויף דער בינע און ס׳איז געווען זייער שווער אין ישׂראל צו יענער צײַט צו זײַן אַ שטערן, אויב מע זינגט ניט אויף קיין קאָנצערטן. דערצו האָט ער געזונגען, דער עיקר, אויף ייִדיש, און דער עולם וואָס זוכט אויס די אַלטע ייִדישע פּלאַטעס איז הײַנט, צום באַדויערן, אַ קליינע.
ווי מע קען הערן אין זײַן נוסח פֿון „הבֿאנו שלום עליכם‟ זענען די דזשעז־ און ראָק־אַראַנזשירונגען פֿון זײַנע לידער דעמאָלט געווען אַ נאָווינע אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער מוזיק.
אפֿשר דאָס סאַמע באַקאַנטסטע ליד אויף העברעיִש אין אַמעריקע איז „הבֿה נגילה‟. אָט קען מען הערן ווי עשת פֿירט עס אויס אויף ייִדיש.
און אָט קען מען הערן דעם גאַנצן אַלבאָם „מיט ליבשאַפֿט פֿון ישׂראל‟. ספּעציעל כּדאַי צו הערן איז עשתס נוסח פֿון „ערבֿ של שושנים‟, וואָס הייבט זיך אָן בײַ 14:20.
שאַנכײַ, די גרעסטע שטאָט אין כינע, באַקאַנט פֿאַר איר קאָלאָסאַלן פּאָרט און אירע ריזיקע וואָלקן־קראַצערס, איז ניט קיין אָרט, וווּ מע וואָלט זיך געריכט, אַז מע קען הערן אַ ייִדיש ליד.
לעצטנס איז אָבער געפֿאָרן קיין שאַנכײַ אַ דעלעגאַציע פֿון חסידישע געשעפֿטסלײַט פֿאַרבונדן מיט דער פֿאַרזיכערונג־פֿירמע Mass Mutual. די גרופּע איז געפֿאָרן זען די ערטער, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע בשעתן חורבן, אַרײַנגערעכנט דעם אָרט פֿון דער אַמאָליקער שאַנכײַער געטאָ און דעם בנין, וואָס איז געווען די צײַטווײַליקע היים פֿון דער מירער ישיבֿה.
אויף אַ קבלת־פּנים פֿאַר די אויסלענדישע געסט איז אויפֿגעטראָטן דער אַמעריקאַנער חסידישער זינגער און מחבר פֿון באַקאַנטע חסידישע לידער, מאָטי אילאָוויטש מיט אַ רירנדיק ליד וועגן אַ שרעקלעכן אינצידענט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם לאַגער בערגן־בעלזען, און ווי אַזוי עס האָט געווירקט אויפֿן לעבן פֿון אַ ייִד, וואָס האָט אים דורכגעמאַכט. אילאָוויטש ווערט באַגלייט פֿונעם ישׂראלדיקן חסידישן כאָר „נרננה‟ און אַ ריי מוזיקער פֿונעם „שאַנכײַער סימפֿאָנישער אָרקעסטער‟.
גלײַכצײַטיק מיט דער מוזיק ווײַזט מען אויף אַן עקראַן ווי דער קינסטלער אַהרן־זאבֿ בערנשטיין צייכנט מיט זאַמד די געשעענישן וואָס קומען פֿאָר אינעם ליד.
דער „מיזירלו‟, אַ באַקאַנט פֿאָלקסליד פֿונעם מיטלענדישן ראַיאָן וואָס איז אין די 1960ער יאָרן געוואָרן אַ טייל פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָפּקולטור, איז אין די יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געווען גוט באַקאַנט בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.
אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי האָבן ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע געהערט פֿונעם „מיזירלו‟, זענען דאָ צוויי טעאָריעס: די פּלאַטעס פֿון גריכישער און טערקישער מוזיק זענען בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט געווען פּאָפּולער בײַ די קלעזמער־מוזיקער אין פּוילן און אוקראַיִנע און ס׳איז גאַנץ מעגלעך, אַז מע האָט פֿון אַזעלכע פּלאַטעס אויפֿגעכאַפּט די מעלאָדיע און אים אַרײַנגעוועבט אין קלעזמער־לידער. עס קען אויך געמאָלט זײַן, אַז קלעזמער־מוזיקער האָבן עס געלערנט פֿון גריכישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע אין די 1920ער יאָרן און דאָס ליד איז צוריקגעבראַכט געוואָרן קיין אייראָפּע.
אַזוי צי אַזוי, ווייסט מען זיכער אַז דאָס ליד איז געווען פּאָפּולער בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. נאָך דעם ווי דאָס ליד איז אַרײַן אין עטלעכע קלעמזער־קאָמפּאָזיציעס האָט מען צוגעטראַכט ייִדישע ווערטער צום ליד. (עס זענען דאָ כאָטש צוויי נוסחאָות).
אין 2010 איז אַן עלעטראָפּאָפּישע ווערסיע פֿונעם „מיזירלו‟, באַגלייט מיט אַ ייִדישן טעקסט, אַרויסגעלאָזט געוואָרן דורכן זינגער דזשאָ פֿלײַש און זײַן קאַפּעליע Jewrythmics. פֿלײַש, אַ ייִדיש־רעדנדיקער זון פֿון פּוילישע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, איז אויפֿגעוואַקסן אין דײַטשלאַנד. צוזאַמען מיט די גרופּעס Jewrythmics און „די ייִדישע מאַלפּעס‟ שטעלט ער פֿאָר אַלטע ייִדישע לידער אינעם „עלעקטראָפּאָפּ‟־סטיל, וואָס איז פּאָפּולער אין די אייראָפּעיִשע נאַכטקלובן. בעת אַן אינטערוויו מיטן זשורנאַל Vice, האָט ער דערקלערט, אַז ער וויל שאַפֿן ייִדישע מוזיק ווי אַזוי עס וואָלט געקלונגען ווען ס׳וואָלט נישט פֿאָרגעקומען דער חורבן.
פֿלײַש האָט אויך איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַ ריי פּאָפּולערע דײַטשישע לידער, וואָס ווערן געזונגען סײַ דורך אים, סײַ דורך מער באַקאַנטע אייראָפּעיִשע זינגער. ווי מע קען זען אינעם ווידעאָ אויבן, זענען זיי פּראָדוצירט אויף זייער אַ הויכן ניוואָ. ווי מע קען אויך זען פֿון די מוזיק־ווידעאָס אינעם אַרטיקל אויף Jewniverse, האָט ער אויך ניט קיין מורא אַליין אויפֿצוטרעטן אין ווידעאָס, וואָס זענען אַ ביסל צו גרעבלעך פֿאַר אונדזער צײַטונג. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַזעלכע ווידעאָס, ווי אויך זײַן אוניקאַלן „מיזירלו‟, זעען אויס ווי עפּעס פֿון אַ פּאַראַלעלן אוניווערס, אין וועלכן עס זינגען הונדערטער עלעקרטאָפּאָפּ־גרופּעס אויף מאַמע־לשון.
אַ מער טראַדיציאָנעלן ייִדישן נוסח פֿונעם „מיזירלו‟, געזונגען פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר סימאָר רעכטצײַט קענט איר דאָ הערן:
ניט געקוקט אויף דעם וואָס דאָס ליד „חד־גדיא‟ (איין ציגעלע, אויף אַרמיש) איז שוין מער ווי 400 יאָר אַ טייל פֿונעם סדר, האָבן די ווערטער ניט קיין קלאָרן שײַכות צום יום־טובֿ פּסח.
לכתּחילה איז דאָס ליד מסתּמא געווען סתּם אַ מיטל צו פֿאַרווײַלן די קינדער בײַם סדר. אַזוי ווי דאָס דריידל האָט מען עס אָבער שפּעטער אויסגעטײַטשט אויף אַ מער ערנסטן אופֿן: דאָס ציגעלע רעפּרעזענטירט דאָס ייִדישע פֿאָלק און די אַנדערע בעלי־חיים און חפֿצים סימבאָליזירן די פֿעלקער, וואָס האָבן געהערשט איבער ארץ־ישׂראל. אַזוי אַרום ווערט דאָס קעצעלע באַטראַכט ווי אָשור, דער שטעקן — בבֿל, דאָס פֿײַער — פּערסיע, — דאָס וואַסער — מוקדון, דער אָקס — די רוימישע אימפּעריע, דער שוחט — מצרים און, דער מלך־המוות — די טערקן. לויטן דאָזיקן פּירוש רעפּרעזענטירן די צוויי זוזים (אַ גאָר אַלטע ייִדישע מטבע) די צוויי טאָוולען, אויף וועלכן גאָט האָט אײַנגעקריצט די צען געבאָט.
דאָס ליד, אָנגעשריבן אויף לשון־קודש (מערסטנס אַרמיש), איז געוואָרן גאָר פּאָפּולער אויף אַ ריי ייִדישע שפּראַכן, בפֿרט אין דער ספֿרדישער און מיזרחדיקער וועלט, וווּ מע האָט הונדערטער יאָרן געזונגען פֿאַרשידענע נוסחאָות פֿונעם ליד אויף דזשודעזמע, האַקאַטיִאַ (אַ מאָראָקער וואַריאַנט פֿון דזשודעזמע) און ייִדיש־אַראַביש. אויף ייִדיש זינגט מען דאָס ליד שוין איבער 150 יאָר. די „קלאַסישע‟ ייִדישע איבערזעצונג האָט געמאַכט יצחק לוקאָווסקי. אַ צווייטע פּאָפּולערע ייִדישע איבערזעצונג האָט געשאַפֿן יצחק פּירזשניקלאָוו.
אויבן קען מען הערן, ווי שלום לעמער שטעלט פֿאָר משה אוישערס נוסח פֿון „חד־גדיא‟, וואָס טראָגט שטאַרקע השפּעות סײַ פֿונעם טראַדיציאָנעלן חזנות, סײַ פֿון דזשעז.
אָט זינגט דער „זמירות־כאָר‟ זייער אייגענעם ייִדישן וואַריאַנט פֿון „חד־גדיא‟, וואָס מע האָט צוגעפּאַסט צום ניגון פֿונעם „פּינגווין־טאַנץ‟, אַ טאַנץ פֿון סאַודיע, וואָס איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער בײַ די חסידים מיט פֿינף יאָר צוריק.
אָט זינגט טובֿה בן־צבֿי „חד־גדיא‟ אויף ייִדיש אין דער איבערזעצונג פֿון יצחק לוקאָווסקי.
אָט קען מען הערן ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאָראָקאַנער ייִדישע קאַפּעליע שטעלט פֿאָר דאָס ליד אויף האַקאַטיִאַ און אַראַביש.
און אָט איז אַ טראַדיציאָנעלער נוסח פֿונעם ליד אויף דזשודעזמע:
איך האַלט שוין פֿון לאַנג אַז דאָס פּסח־ליד „אויפֿן ניל‟ איז איינס פֿון די שיינסטע יום־טובֿדיקע לידער אויף ייִדיש. דאָס ליד, אָנגעשריבן פֿון אַבֿרהם רייזען מיט פּרעכטיקער מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט, דערמאָנט דאָס רוישן פֿונעם גרויסן טײַך, אויף וועלכן דאָס עופֿעלע משה איז געפֿאָרן אין אַ קעסטל.
אין די אַמאָליקע וועלטלעכע ייִדישע שולן אין אַמעריקע איז דאָס ליד געווען זייער פּאָפּולער. הײַנט איז ער, צום באַדויערן, כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן, ווײַל להיפּוך צו אַ סך אַנדערע יום־טובֿדיקע לידער אויף ייִדיש איז עס ניט מגולגל געוואָרן אין אַ העברעיִשן צי ענגלישן נוסח. דערצו, להיפּוך צו „אַ סוכּהלע אַ קליינע‟ (אויך פֿון אַבֿרהם רייזען), וואָס איז ברייט באַקאַנט אויף דער חסידישער גאַס, הערט מען בכלל ניט „אויפֿן ניל‟ בײַ די חסידים, מסתּמא צוליב דעם סעקולערן באַגריף דערמאָנט אין דער לעצטער שורה: משה רבינו ווי דער „משיח‟ פֿון די קנעכט.
האָפֿנטלעך וועט דאָס ליד ווערן מער באַקאַנט אַ דאַנק דעם פּרעכטיקן נײַעם נוסח פֿונעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟. בנימין שעכטערס אימפּרעסיאָניסטישע אַראַנזשירונג, מיט ציכטיקע האַרמאָניעס, לעבט אויף געלבאַרטס מוזיק אויף אַזאַ אופֿן, אַז מע קען ממש הערן ווי עס פֿליסן די וואַסערן פֿונעם ניל.
דער ווידעאָ איז געמאַכט געוואָרן בעת אַ קאָנצערט אין אָקטאָבער 2018 בײַם „מערקין קאָנצערט־זאַל‟ אינעם „קאַופֿמאַן מוזיק־צענטער‟ לעבן לינקאָן־צענטער. דעם כאָר, דיריגירט פֿון בנימין שעכטער, האָט באַגלייט אויף דער פּיאַנע סעט ווײַנשטיין.
אונטערקעפּלעך אויף ענגליש, אויף טראַנסקריבירטן ייִדיש אָדער מיט ייִדישע אותיות, קען מען זען דורכן קוועטשן אויף די אותיות CC.