די לאַװינעס פֿון די אינפֿאָרמאַטיװע מאַטעריאַלן קענען משוגע מאַכן יעדן פּשוטן מענטש, װעלכער האָט נאָך ניט פֿאַרלױרן די אמונה אינעם געדרוקטן װאָרט. דעם גרעסטן פּלאָנטער אינעם טאָג־טעגלעכן סדר־היום טראָגן אַרײַן די אומצאָליקע ידיעות און כּאילו װיסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען, װעלכע האָבן צו טאָן מיט צװײ געביטן פֿונעם מענטשנס לעבן — די נערונג און געזונט־צושטאַנד. די מענטשן האָבן דאָך גרױסע אױגן, און עס אַרט זײ זײער, אַז דער שכן, צום בײַשפּיל, איז שױן נײַנציק יאָר אַלט, און ער האָט אַ קלאָרן קאָפּ און גײט אױף זײַנע אײגענע פֿיס. אױך ער װיל לעבן אַזױ לאַנג, װי דער שכן, און אױך ער װיל זײַן געזונט, רײַך און גליקלעך. מילא, צו װעלן צו פֿיל איז קײנעם ניט פֿאַרווערט.
מאָטל און חנה בערנשטיינס קינדער האָבן געהייסן דוד, רחל און מיליסענט. מיליסענט איז געווען אַ ביסל אַנדערש. ערשטנס, האָט זי גאָר ניט געהייסן „מיליסענט‟. איר אמתער נאָמען איז געווען „שפּרינצע‟. אָבער שפּרינצע האָט זיך געלערנט אין אַנדאָװער און זי האָט געמיינט, אַז דער נאָמען „שפּרינצע‟ קלינגט צו ייִדישלעך. האָט זי אָנגעהויבן זיך צו רופֿן „מיליסענט‟. דערנאָך האָט זי זיך געלערנט אין האַרװאַרד, און נאָר די פּאָר סטודענטן, װאָס האָבן זיך מיט איר געלערנט אין אַנדאָװער, און איצט אין האַרוואַרד, האָבן געוווּסט, אַז מיליסענט האָט אַ מאָל געהייסן שפּרינצע.
אין דער רוסישער שטאָט סאַראַטאָוו איז געשאַפֿן געוואָרן אַ פּרעכטיקער אַנימאַציע־פֿילם „לײַדנשאַפֿטן נאָך שאַגאַל‟. פֿון קורצע אויסצוגן, גענומען פֿון מאַרק שאַגאַלס בוך „מײַן לעבן‟, און פֿון זײַנע בילדער־געשטאַלטן, האָבן די מחברים פֿונעם פֿילם, אַלעקסיי קאָנדראַשאָוו און אַנדריי מעליקאָוו, צונויפֿגעפֿלאָכטן אַ פֿאַרשיידנפֿאַרביקע, בילדערישע געשיכטע, באַגלייט מיט קלעזמער־מוזיק.
מיר לייגן אײַך פֿאָר דעם ערשטן טייל פֿון דעם אַנימאַציע־פֿילם, מיט ייִדישע אונטערקעפּלעך.
צוויי ייִדן פֿלעגן שפּילן שאָך אין קלוב יעדע נאַכט. איינער שטייט איבער זיי ווי אַ קיבעצער נאַכט־אײַן, נאַכט־אויס. איין מאָל וויל זיך איינער מיט אים שואל־עצה זײַן וועגן אַ גאַנג. יענער איז זיך מודה, אַז ער פֿאַרשטייט אין שאָך פּונקט ווי אַ האָן אין בני־אָדם.
— טאָ וואָס־זשע שטייט איר דאָ די גאַנצע צײַט? — פֿרעגט ער אים.
— אָ, איר קענט ניט מײַן ייִדענע! — איז געווען דער ענטפֿער.
די װיסנשאַפֿטלער האַלטן, אַז נײַנציק פּראָצענט פֿון די מענטשן געדענקען אַלע פּיטשעװקעס פֿונעם ערשטן קוש אין זײער לעבן.
■ דער װיסנשאַפֿטלעכער נאָמען פֿון אַ קוש איז „פֿילעמאַטאָלאָגיע‟.
■ פֿון 1981סטן יאָר אָן מיט די קוש־אַספּעקטן באַשעפֿטיקט זיך דער אַלװעלטלעכער געזונטהײט־קאָמיטעט בײַ דער „יו־ען‟.
■ די װיסנשאַפֿטלער האַלטן, אַז דער גענעטישער חומר, װאָס דער מענטש באַקומט בעתן קוש, װערט אַנאַליזירט מיט דער הילף פֿון מאַקראָפֿאַג־צעלן, װעלכע לױט זײער בױ דערמאָנען די נערװן־סיסטעם.
אין דעם איצטיקן „עונג שבת‟ ברענגען מיר אײַך אַ מעשׂה, געשריבן אין אַ פּשוטן ייִדיש, וואָס זאָל צו נוץ קומען דעם ייִדיש־לערער און די סטודענטן. די ווײַטערע אַוואַנטורעס פֿון „יאַנקעלע מזיק” וועלן זײַן אָפּהענגיק פֿון אײַערע בריוו: בײַם סוף פֿון יעדן עפּיזאָד וועט איר, די לייענער, אַליין באַשליסן, וואָס יאַנקעלע זאָל טאָן. אַזוי וועט זײַן געשיכטע ווערן אַ מין קאָלעקטיווער „קלײַב־אויס־דײַן־אייגענע־אַוואַנטורע” (Choose Your Own Adventure) אין המשכים. זאָלן די לערער און סטודענטן אַרומרעדן די מעשׂה אין קלאַס און אונדז שיקן זייערע געדאַנקען, אָדער אַפֿילו אַליין אָנשרײַבן דעם המשך?
איך הייס יאַנקל, אָבער אַלע רופֿן מיך „יאַנקעלע מזיק”. פֿאַר וואָס? ווײַל איך האָב ליב שטיפֿן, איבערקערן די וועלט. בײַ יעדער געלעגנהייט שטעק איך אַרײַן די נאָז אַהין, וווּ מען טאָר נישט.
איך האָב אָבער נישט צו פֿיל געלעגנהייטן, ווײַל איך בין נאָך אַ ייִנגל. איך וווין מיט מײַן משפּחה אין ברוקלין, מיט טאַטע־מאַמע און מיט מײַנע פֿופֿצן ברידער און שוועסטער. איך בין דער ייִנגסטער און אַלע זאָגן מיר וואָס צו טאָן: „יאַנקעלע, הער אויף צו מאַכן ‘טראָבל’! זײַ אַ ווויל ייִנגעלע!”
אַ נײַער אינטערוויו מיט פֿאַניע בראַנצאָווסקי, אַ ייִדישע פּאַרטיזאַנקע אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה און די ביבליאָטעקערין בײַם ווילנער ייִדישן אינטיסטוט.
קריסטאַ וויטני פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ האָט אין זומער 2012 אינטערוויויִרט בראַנצאָווסקי אין ווילנע פֿאַרן „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה א”נ וועקסלער‟ — און איצט איז דער ווידעאָ געוואָרן צוטריטלעך אין אינטערנעץ. בראַנצאָווסקי דערציילט איבער צוויי שעה וועגן איר לאַנג און שפּאַנענדיק לעבן אין דער אַמאָליקער „ירושלים ד’ליטא‟.
הײַנט איז שװער צו זאָגן, װאָס האָט געהאַט אין זינען װיליאַם שייקספּיר, װען ער האָט אַ זאָג געטאָן, אַז די גאַנצע װעלט איז אַ טעאַטער. צי האָט ער געהאַט אין זינען, אַז אַלע מענטשן „שפּילן‟? צי אפֿשר האָט ער געמײנט דערמיט, אַז די װעלט איז צעטײלט פּונקט אַזױ װי דער טעאַטער, דהײַנו — פֿון אײן זײַט, געפֿינען זיך אױף דער בינע די אַקטיאָרן, װעלכע „פּערען‟ אײַך אַרײַן אַ שטיקל אילוזיע, און פֿון דער צווייטער זײַט, אַנטקעגן די אַקטיאָרן, זיצט דער צושױער, װעלכע װאַרטן מע זאָל אים „אַרײַנפּערען‟ אַ שטיקל אױסגעטראַכט לעבן, ס’הײסט, אַ שטיקל אילוזיע.
פֿאַראַן אַ ווערטל: אַז די וועלט זאָגט משוגע, זאָלסטו גלייבן! דאָס האָט טאַקע נאָר אַ משוגענער געקענט אויסטראַכטן. אָט קוקט אויף מיר: איר זעט עפּעס? אַ מענטש, געזונט אויף אַלע חושים און דאָך האָב איך קיין אַנדער נאָמען ניט, ווי דער „צעדרייטער‟. פֿאַר וואָס? נאָר דערפֿאַר, וואָס איך שעם זיך מיטן נאָמען ייִד. איז וואָס איז דאָ דער חטא? איך האָב פֿאָרט פֿײַנט ס’ייִדישע לשון, ייִדישע מינהגים, ייִדישע ימים־טובֿים און גלאַט ייִדן געפֿעלן מיר ניט!
לכּבֿוד דער אָלימפּיאַדע אין סאָטשי, רוסלאַנד, ברענגען מיר אײַך די פֿיגוריסטקע יוליאַ ליפּניצקאַיאַ, וואָס האָט דאָרט געטאַנצט אונטער דער מוזיק פֿונעם באַקאַנטן חורבן־פֿילם „שינדלערס רשימה‟. בייזע צינגער האָבן באַמערקט, אַז עס פּאַסט ניט צו מאַכן אַ שפּיל פֿון דער חורבן־טעמאַטיק, און ליפּניצקאַיאַ איז אַליין ניט קיין ייִדישע. אָבער איר טרענירער, איליאַ אַווערבוך, איז יאָ אַ ייִד, און איר אײַזטאַנץ האָט געמאַכט אַ גרויסן קינסטלערישן אײַנדרוק, געהאָלפֿן דער רוסישער מאַנשאַפֿט צו געווינען דעם ערשטן גאָלדענעם מעדאַל פֿאַר רוסלאַנד.
ליפּניצקאַיאַ איז אויפֿגעטראָן אין אַ רויט קלייד, אין דער ראָלע פֿונעם „מיידל מיטן רויטן קלייד‟, וואָס טראָגט דאָס איינציקע ביסל קאָליר אינעם גאַנצן פֿילם. דער טויט פֿון דעם דאָזיקן מיידל רירט דאָס קאַלטע האַרץ פֿון אָסקאַר שינדלער, אַ דײַטשן פֿאַבריקאַנט, וואָס באַשליסט צו ראַטעווען די ייִדישע אַרבעטער פֿון זײַן מוניציע־פֿאַבריק. דער אמתער שינדלער האָט געראַטעוועט 1,200 ייִדן בעתן חורבן און איז באַגראָבן געוואָרן ווי איינער פֿון די חסידי-אומות-העולם אויפֿן הר־ציון אין ירושלים — דער איינציקער נאַצישער פּאַרטיי־מיטגליד, וואָס האָט באַקומען אַזאַ כּבֿוד.
מיר ברענגען אײַך יוליאַ ליפּניצקאַיאַס אײַזטאַנץ — ניט פֿון דער אָלימפּיאַדע, נאָר פֿון דעם אייראָפּעיִשן פֿיגוריסטן־טשעמפּיאָנאַט, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ חודש פֿריִער אין בודאַפּעשט:
■ איציק מאַנגער איז געקומען אױף אַ פּאָר טעג אין אַ קלײן בוקאָװינער שטעטל, צו טרעפֿן זיך מיטן ייִדישן לײענער. צום ליטעראַרישן אָװנט איז ער, אָבער, געקומען נאָך אַן אמתן צעגיס אין דער אָרטיקער קרעטשמע און טאַקע זײער, זײער „מיד‟. ער איז געװען אַזױ „מיד‟, אַז ביז דער פֿאָרזיצער, אַ באַװוּסטער גראַפֿאָמאַן, יאַנקעלע שטאָק, האָט געלײענט פֿון אַ פּאַפּירל זײַן נודנעם אַרטיקל װעגן דעם פֿאָלקס־פּאָעט איציק מאַנגער, איז דער פֿאָלקס־פּאָעט אַנטשלאָפֿן געװאָרן. יאַנקעלע לײענט, מאַנגער שלאָפֿט, דער קהל לאַכט. און דאָ דערזעט, סוף־כּל־סוף, יאַנקעלע שטאָק, אַז איציק מאַנגער שלאָפֿט. איז ער אין כּעס געװאָרן און גלײַך פֿון דער בינע זיך געװאָנדן צום פּובליקום און פֿאָרגעלײגט איבערצולײענען אַ פּאָר זײַנע נײַע דערצײלונגען. שטעלט זיך אַנטקעגן אים אױף אַן אַלטער ייִד און זאָגט: „יאַנקעלע־סערצע, אין מאַנגערס כראָפּען איז מער פּאָעזיע, װי אין דײַן פּלאַפּלערײַ!‟
אין דער גאָר לעצטער צײַט איז אױף אונדזער ליטעראַרישן מאַרק געװאָרן אַקטועל אַ מין חלאַת ר”ל, װאָס איך האָב קײן אַנדער נאָמען נישט פֿאַר איר װי — ליטעראַרישע היפּאָכאָנדריע!
מען שרײַבט, און מען שרײַבט, און מען שרײַבט —
מען דרוקט, און מען דרוקט, און מען דרוקט —
און אַלע אױף אײן קול:
— אינדז גײַע־מאָ־אינטאָ! (אױפֿן פּױלישן דיאַלעקט) און — מיר גײען אונטער (אױף ליטװיש).
שאולי גראָס איז אַ באַקאַנטער יונגער זינגער און מחבר פֿון זינגלידער אויף ייִדיש. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין ניו־סקווער און האָט געאַרבעט ווי אַ פּראָדוצירער און שרײַבער מיט פּראָמינענטע מוזיקער פֿון דער חסידישער וועלט, ווי, למשל, ליפּע שמעלצער. אין דעם דאָזיקן ליד דריקט ער אויס דעם ווייטיק און די ספֿקות, וואָס פּלאָגן אַ סך פֿרומע ייִדן.
אַ חסיד האָט אַ מאָל געטראָפֿן דעם אַפּיקורס אָד”ם הכּהן לעווינזאָן טראָגנדיק אין האַנט אַ שטעקן אום שבת.
— ווי האָט איר ניט מורא פֿאַר גאָט צו טראָגן אַ שטעקן אום שבת? — פֿרעגט אים דער חסיד.
— טאַקע ווײַל איך האָב מורא פֿאַר גאָט, גיי איך מיט אַ שטעקן — האָט זיך דער דיכטער פֿאַרענטפֿערט.
■ אַלפֿרעד היטשקאָק, װי באַװוּסט, איז געװען אַ גרױסער רעזשיסאָר און דערצו נאָך, אַ גרויסער פֿרעסער. אײן מאָל האָט מען אים אײַנגעלאַדן צו אַ װעטשערע; און די װעטשערע איז געװען, װי מע זאָגט, בײַ די ייִדן, אַ קאַרגע װעטשערע. היטשקאָק איז געבליבן הונגעריק. אַז ס’איז געקומען צום דעסערט און מע האָט דערלאַנגט קאַװע — פֿאַרשטײט זיך, אָן געבעקס — האָט דער באַלעבאָס זיך אָנגערופֿן:
— הער היטשקאָק, איך האָף זײער, אַז אין גיכן װעט איר װידער קומען עסן מיט אונדז.
— מיט פֿאַרגעניגן, — האָט זיך דערפֿרײט היטשקאָק, — אָט בין איך שױן דאָ ווידער. לאָמיר אָנהײבן גלײַך אױפֿן אָרט.
בײַ ר׳ געצל יאָשעס אין שטוב איז אַ גאַנצע מהומה, אַ טומל, אַ געפּילדער. עס איז אַרײַן אַ קאַץ אין שטוב.
נאַטירלעך װאָלט דערפֿון גאָר נישט געװען, װען בײַ ר׳ געצל יאָשעס װאָלטן נישט געװען זעקס דערװאַקסענע טעכטער, אײנע אונטער דער אַנדערער פֿון צװאַנציק יאָר ביז… נאָר דאָס זאָגט מען נישט אױס. בקיצור עס װאָלט דערפֿון גאָר נישט געװען, װען…
ר׳ געצל יאָשעס איז פֿון די אַלטע באַלעבאַטים אין שטאָט. זײַן טאַטע האָט געשפּילט אַ גרױסע ראָלע, דער זײדע גאָר אַ גרױסע, און דער עלטער־זײדע — גאָר־גאָר אַ גרױסע. דעם עלטער־עלטער־זײדן געדענקט שױן די געשיכטע נישט. אײניקע זאָגן, אַז ער איז געװען פֿון די ערשטע חסידישע רבײם, און אַנדערע האַלטן, אַז ער איז געװען גלאַט אַ פֿערד־גנבֿ. נאָר אַזױ װײַט דאַרף מען נישט קריכן. עס איז גענוג, אַז דער עלטער־זײדע האָט געשפּילט גאָר־גאָר אַ גרױסע ראָלע, דער זײדע גאָר אַ גרױסע, און דער טאַטע, און אַזױ װײַטער. ער, ר׳ געצל יאָשעס אַלײן, האָט געהאַט אַ צװײ־שטאָקיק קרום הױז, אַ פֿעלקרעמל אָן פֿעל, אַ “שטאָט” אין שול — אין רעכטן מיזרח, אָבער דער עיקר, זעקס דערװאַקסענע מױדן, מיט װעלכע ער האָט זיך קונה־שם געװען אַ סך מער װי דער עלטער־עלטער־זײדע, אױב יענער האָט געהאַט אין זיך אַפֿילו בײדע מעלות צוזאַמען.
זעקס דיקע, הױכע, פֿעטע מױדן, אַלע געראָטן אין דער מאַמען — אַ הױכע, דיקע ייִדענע, אַ פֿאַרגאָסענע מיט שמאַלץ, בײַ װעלכער נישט נאָר די פֿיס, נאָר אַפֿילו די צונג קאָן זיך נישט באַװעגן — אַ “שטיק גראָב פֿלײש” פֿון שטענדיקן עסן און נאַשן.
אין מאָסקווע אויפֿן פֿאַרמעסט „אײַז־תּקופֿה‟ טאַנצן די פֿיגוריסטן אַלבענאַ דענקאָוו און פּיאָטר קיסלאָוו אונטער דער מוזיק פֿון מאַנגערס ליד „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟, געזונגען פֿונעם ייִדישן זינגער יעפֿים טשאָרני. איינער פֿון די גרינדערס פֿון דעם אײַז־שאָו איז איליאַ אַווערבאַך, אַ מאָסקווער ייִד, וואָס האָט אויך צוגעטראַכט די ייִדישע קאָמפּאָזיציע. ער האָט עס אָנגערופֿן „וויגליד‟.
אין געוויסע שטעט איז געווען אַמאָליקע צײַטן אַ מינהג ניט צו באַגראָבן אַ מת ביז מען זאָגט ניט אויף אים עפּעס אַ זכות. האָט זיך געמאַכט אין אַ שטאָט, אַז ס’איז געשטאָרבן איינער אַ גרויסער בעל־עבֿירהניק, וואָס קיינער האָט ניט געקענט אויף אים געפֿינען קיין שום זכות. אַ פּאָר טעג איז דער מת אַזוי געלעגן און מע האָט אים ניט געקענט מקבר זײַן, ביז ס’איז געקומען איינער און האָט מודיע געווען:
— רבותי, איך האָב צו זאָגן אַ זכות אויף דעם מת: איך ווייס, אַז ער האָט געלאָזט אַזעלכע בנים, וואָס אַקעגן זיי איז ער אַ צדיק.
מײַנער אַ באַקאַנטער דערצײלט:
מיט פּרוזדאַקן האָב איך אַמאָל געאַרבעט צוזאַמען בײַ אַ פֿאָטאָגראַפֿטשיק. איך האָב זיך געפֿילט זײער נאָענט צו אים, װאָרעם ער איז געװען זײער ענלעך צו מיר סײַ אין אױסזען, סײַ אין כאַראַקטער: ער — אַ הױכער, איך — אַ הױכער. ער האָט געהאַסט דעם באָס, װי אַ חזיר, — איך אױך. ער האָט פֿײַנט געהאַט צו אַרבעטן, איך האָב אױך ליב געהאַט אַרומצוגײן לײדיק. ער איז געװען אַ גרױסער ליבהאָבער פֿון דער נאַטור און איך בין פֿון דער נאַטור אױך געװען אַ גרױסער ליבהאָבער. ער פֿלעגט רעגלמעסיק באַװוּנדערן די מיטנאַכט־זון אױף די “פֿיאָרדן”, װאָס ער האָט קײן מאָל ניט געזען, און איך פֿלעג אױך סיסטעמאַטיש זײַן אַנטציקט פֿון דעם זון־אונטערגאַנג אױף די אַלפּן, װאָס איך האָב אױך קײן מאָל ניט געזען.
■ די חכמי־ישׂראל האָבן געפּסקנט, אַז דער אײבערשטער האַלט בײַ זיך נאָר דרײַ שליסלעך: דעם שליסל פֿון די קימפּעטאָרינס, דעם שליסל פֿון תּחית־המתים און דעם שליסל פֿונעם רעגן־טױער.
■ מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק האָט דער מלך פֿון מאַראָקאָ, מוכאַמעד דער זעקסטער, צוגעשיקט אַ בריװל דעם פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון דער שטאָט מאַראַקעש, מעסיע יעקבֿ־זשאַקי קדוש, מיט אַ ביטע, אַז די ייִדן זאָלן אױסבעטן בײַם אײבערשטן אַ רעגן, װײַל די טריקעניש האָט געשטעלט די מלוכה פֿאַר אַן עת־צרה. גוט, האָבן באַשלאָסן די מאַראָקאַנער ייִדן, אַז דער מלך בעט… אום שבת, פֿאַרן קריאת־תּורה, האָבן די מאַראָקאַנער ייִדן געזאָגט אַ באַזונדערע תּפֿילה און… איר קענט טאַקע לאַכן, נאָר מוצאי־שבת, זונטיק בײַ נאַכט, איבער גאַנץ מאַראָקאָ האָט געליאַפּעט אַזױ שטאַרק, װי עמעצער װאָלט דאָרט, אין הימל, אױפֿגעמאַכט דעם רעגן־טױער.