אַ שווער האָט אַ מאָל באַגעגנט אום שבת אין גאַס זײַן איידעם, רייכערנדיק אַ פּאַפּיראָס, פֿרעגט ער אים:
— האָסט פֿאַרגעסן, אַז שבת טאָר מען ניט רייכערן?
— ניין.
— האָסט פֿאַרגעסן, אַז הײַנט איז שבת?
— ווער ווייסט דען דאָס ניט?
— וואָס דען האָסטו פֿאַרגעסן?
— איך האָב פֿאַרגעסן, אַז איך בין אַ ייִד.
שירע גאָרשמאַן, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט ליב געהאַט איבערחזרן: ניט אַזױ דאָס קעלבל װיל זױגן, װי די קו װיל אױסגעזױגט װערן. אַנטקעגן װאָס פֿלעגט זי דאָס זאָגן? טאַקע מכּוח די באַציִונגען צװישן דעם קינסטלער און דעם צושױער; צווישן דעם צוהערער און לײענער. די זעלבע קעגנזײַטיקע באַציִונג, מײן איך, עקזיסטירט אין דער אַלגעמײנער גײַסטיקער ספֿערע — דער אײבערשטער האַלט אין אײן װאַרטן, אַז די מענטשן זאָלן מיט זײערע גוטע כּװנות און מעשׂים־טובֿים פֿאַרװאַנדלען דעם טרױער און תּעניתים אין שׂימחות און פֿרײלעכע סעודות. צו דעם־אָ סאָרט גײַסטיקע שטרעבונגען געהערן די גוטע כּװנות פֿון די פֿרומע ייִדן אַרײַנצוברענגען אַ ביסל מער פֿרײד און האָפֿענונג אין דער שװערער טאָג־טעגלעכער פּראַצע.
די לינגוויסטן זײַנען מחולק וועגן דער פֿראַגע, ווען און ווי אַזוי ייִדיש איז אויפֿגעקומען. צי איז די שפּראַך טאַקע טויזנט יאָר אַלט? קען אַ שפּראַך געבוירן ווערן צוויי מאָל און אין צוויי ערטער? די יונגע פּעטערבורגער לינגוויסטקע וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ גיט אַן אַלגעמיינעם אַרײַנפֿיר אין דעם דאָזיקן וויכטיקן ענין.
אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר זײַנען פֿאַראַן לידער וועגן כּלערליי זאַכן, אַרײַנגערעכנט אַ סך טראַגישע מעשׂיות און אומגליקן. צום טייל איז דאָס מסתּמא דערפֿאַר, ווײַל דאָס פֿאַקטישע לעבן אין שטעטל איז אָפֿט געווען טראַגיש. אָבער מע דאַרף אויך רעכענען מיט דעם, אַז דער פּשוטער פֿאָלקסמענטש האָט ליב געהאַט זיך אויסצוּוויינען. מע פֿלעגט זיך גוט אויסוויינען בײַם דאַווענען, בײַם זינגען, בײַם לערנען מוסר־ספֿרים און ווען נאָר עס האָט זיך געמאַכט אַ געלעגנהייט. דאָס קען מען אפֿשר באַטראַכטן ווי אַ מין פּרימיטיווע טעראַפּיע, כּדי אָפּצולאָדן די שטאַרקע געפֿילן, וואָס יעדער איינער האָט מיט זיך אַרומגעטראָגן. הײַנט, ווען מיר וויינען שוין ניט, האָבן מיר אַנדערע סאָרטן טעראַפּיע, וואָס קאָסטן אַ סך טײַערער.
דער ב״ח איז אַ מאָל געזעסן און געלערנט מיט זײַנע תּלמידים. דערווײַל איז אַרײַנגעקומען זײַן טאָכטער. זאָגט דער פֿאָטער צו איר: „מײַן קינד, ביסט שיין ווי די לבֿנה‟. זײַן תּלמיד, דער טורי־זהבֿ, האָט זיך דערבײַ אָנגערופֿן: „ס׳איז שוין צײַט מקדש צו זײַן די לבֿנה‟… דער ב״ח האָט אַ ביסל נאָכגעטראַכט און אים באַלד גענומען פֿאַר אַן איידעם.
סוף 19טן יאָרהונדערט, פּונקט אין דער זעלבער צײַט, װען עס האָט זיך אָנגעהױבן די פֿעמיניסטישע רעװאָלוציע, איז געשען אַ זאַך, װעלכע האָט אױפֿגערודערט די קרימינעלע װעלט אױף אַלע קאָנטינענטן. צום ערשטן מאָל, זינט עס עקזיסטירט די אָרגאַניזירטע קרימינעלע געזעלשאַפֿט, איז אַ פֿרױ געקרױנט געװאָרן מיטן טיטל „אַ בלאַטע גנבֿטע‟.
דער־אָ טיטל האָט איר געגעבן רעכט צו מישפּטן די בלאַטע גנבֿים בעת די קרימינעלע געריכטן, װי אױך אָנטײלצונעמען און שטימען אױף די געהיימע צונויפֿקומענישן פֿון די קרימינעלע אױטאָריטעטן. די פֿרױ האָט געהײסן שׂרה־שײנדל בלוּװשטײן (מײדלװײַז, שׂרהלע סאָלאָמאָניאַק) און האָט געשמט װי די פֿעיִקסטע גנבֿטע־אַװאַנטוריסטקע אױף דער װעלט. בעת דער קרױנונג האָט שׂרהלע געקראָגן אַ הילכיקן בלאַטן צונאָמען „סאָנקעלע אַ גאָלדן הענטל‟.
בײַ דער יוגנט פֿון די פּױליש־ליטװישע שטעטלעך האָט געגאָלטן דער כּלל: װיל מען זיך װידמען מיסחר — פֿאָרט מען קײן װאַרשע, װיל מען זיך װידמען תּורה — פֿאָרט מען קײן װילנע.
אַ יונג מיט אַ לענגלעך בלאַס פּנים, באַרעמט פֿון אַ שװאַרצן פּוך, װאָס קײן גאָלמעסער האָט עס נאָך ניט אָנגערירט, טרײסלט זיך אױף דער פֿור, װאָס פֿאָרט אַרײַן אין דער װילנער פֿאָרשטאָט. דער זשװיריקער װײכער שאָסײ האָט זיך געענדיקט, ס׳הײבט זיך אָן דער ברוק, און די פֿור צעבריאַזגעט זיך מיט אַלע אירע אײַזערנע אבֿרים. דער יונג קוקט מיט קײַלעכדיקע אױגן: נידעריקע, באַלאָדנטע הילצערנע הײַזלעך מיט ברײט־טיריקע ייִדישע קראָמען; אַ פּױערשער װאָגן מיט אַ צוגעבונדן פֿערד, װאָס האָט טיפֿזיניק אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ אין טאָרבע; אַ שמאָלער ייִד אין אַ לאַנגער קאַפּאָטע, װאָס שפּאַנט אַ פֿאַרטראַכטער, די הענט פֿאַרלײגט אױף הינטן; ייִנגלעך אין היטלען מיט פֿאַרריסענע דאַשעקעס, װאָס טראָגן זיך איבער דער גאַס, — אַלץ כּמעט, װי בײַ אים אין שטעטל. נאָר אָט װערן די הײַזער געדיכטער, עס שפּרינגט פּלוצלינג אַרױס אַ צװײ־גאָרנדיקער מױער, הינטער אים עפֿנט זיך אַ נײַע גאַס, אױך אַ ברוקירטע, און אױף איר שטופּן זיך צװײ־גאָרנדיקע און אַפֿילו דרײַ־גאָרנדיקע הײַזער און אין דער װײַטן, אין דער אונטערגײענדיקער זון, טורעמס פֿון קלױסטערס און שפּיצן פֿון דעכער און פֿאַבריק־קױמענס — נײן, ס׳איז נישט קײן שטעטל, ס׳איז װילנע! די גאַס גײט באַרג־אַראָפּ, דאָס פֿערדל שטעלט פֿיס. די פֿור טרײסלט און ליאַרעמט און בריאַזגעט און דרינגט אַרײַן טיפֿער און טיפֿער אין דעם געפּלאָנטער פֿון גאַסן, געסלעך, הײף, צױמען, קלױסטערס און מױערן. דער בעל־עגלה װערט לעבעדיקער, נעמט די בײַטש אין דער האַנט און קוקט זיך מעשׂה זיגער אום אױפֿן בחור:
נו, חײם־זעליק, אָנגעקומען!
אַ סך קריטיקער האַלטן, אַז חיים גראַדע, און ניט באַשעוויס, האָט געדאַרפֿט געווינען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור. אין זײַנע גרויסע ראָמאַנען האָט גראַדע אָפּגעשפּיגלט דאָס לעבן פֿונעם למדן, פֿונעם ישיבֿה־בחור, פֿונעם פֿאָלקסמענטש, און אפֿשר צום ערשטן מאָל די ייִדישקייט פֿון דער פּשוטער ייִדישער פֿרוי. דערצו איז ער געווען אַ טאַלאַנטירטער רעדנער, אַזוי ווי מע הערט פֿון דעם דאָזיקן אויסצוג פֿון זײַנער אַ רעדע געהאַלטן אין 1952 בײַ דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל.
דעם ווידעאָ מיט דער איבערזעצונג אויף ענגליש האָט געשאַפֿן דזשאָרדין קוציק פֿאַרן ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט.
אַ שדכן שלאָגט פֿאָר אַ גראָבן יונגאַטש אַ זייער רײַך מיידל און אַ שיינס, נאָר אַ מאָל איז זי אַ ביסל אַראָפּ פֿון זינען.
— גוט, — זאָגט דער בחור, — כ’שטים צו.
— מוזסט אָבער וואַרטן אויף דעם טאָג ווען זי איז גענוג משוגע דיך צו נעמען, — ענטפֿערט דער שדכן.
עס דאַכט זיך, אַז ס’איז ניטאָ אױף דער װעלט קײן אײן זאַך, קײן געשעעניש אָדער טעמע, עס זאָל נישט האָבן געווען באַשריבן אין דער ליטעראַטור. עס זײַנען ניט געבליבן קײן פּראָבלעמען, מע זאָל זיי ניט האָבן געװען גוט באַהאַנדלט און אױסגעפֿאָרשט אין די װיסנשאַפֿטלעכע לאַבאָראַטאָריעס און אינסטיטוטן, און גלײַך מיט דעם קען מען יעדעס מאָל געפֿינען עפּעס אַן אינפֿאָרמאַציע, װעלכע זעט אױס װי אַ נאָװינע און אַ װוּנדער.
איך האָב זיך פֿאָרגענומען צו שװײַגן אַ ביסל, זיך אײַנהאַלטן און אױפֿהערן אױף אַ צײַט דערצײלן אָדער שרײַבן מעשׂיות, און האָב זיך װי אַלע מאָל געכאַפּט, אַז איך בין שױן װידער פֿאַרטאָן אין בײדע מלאָכות. אױך דאָס מאָל האָט זיך עס װי געװײנטלעך אָנגעהױבן פֿון אַ קלײניקײט: מײַן פֿעטערס האַנט. מײַן פֿעטער האָט מודיע געװען, אַז ער װעט קומען צו פֿאָרן צו אונדז צוזאַמען מיט זײַן װײַב, בין איך אַרױס אין דרױסן, װען די שעה האָט זיך דערנענטערט, און זײ געגאַנגען אַנטקעגן אױף רחובֿ זאַנגװיל, די גאַס װוּ איך װױן. לעבן דער פֿאַרמאַכטער שוסטער־בודקע פֿון אורי דעם רומענער, האָב איך זײ געזען אַראָפּשטײַגן פֿון אױטאָבוס; מײַן פֿעטער, אַ הױכער, װי ער האָט זיך אָפּגעשילדערט אין זײַן בריװ, מחמת איך האָב אים נישט געקענט, אָנגעטאָן אין אַ רוסישער קורטקע, פֿאַרקנעפּלט ביזן אײבערשטן קנעפּל אונטער זײַן גאָמבע, און זײַן גרױסע, שװערע האַנט, לעבן זײַנע היפֿטן, האָט ער גײענדיק אָנגעלענט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן נידעריק װײַב.
אַז ייִדיש איז אַ סגולה צו אַריחת־ימים, קען מען לערנען פֿון דער קאַריערע פֿון יצחק לודען, וואָס האָט רעדאַקטירט דעם בונדישן זשורנאַל „לעבנס־פֿראַגן‟ ביז אין זײַנע 90ער יאָרן. דער זשורנאַל האָט אין משך פֿון איבער 60 יאָר, פֿון 1951 ביזן פֿאַרמאַכן זיך הײַיאָר, אַגיטירט פֿאַר סאָציאַליזם און פֿאַר ייִדיש. די לעצטע יאָרן, זינט די דאָזיקע צוויי ווערטן זײַנען אין דער ייִדישער מדינה שטאַרק אָפּגעשוואַכט געוואָרן, איז „לעבנס־פֿראַגן‟ געוואָרן ממש אַ קול־קורא במידבר. אין דעם אַקט אָנצוגיין ווײַטער מיטן זשורנאַל, קען מען זען אַ בולטע השפּעה און עקשנות פֿונעם אַמאָליקן „בונד‟, וואָס האָט זיך ניט אונטערגעגעבן, ניט געקוקט אויף אַלע מניעות און ניינזאָגער. לודען דינט דעם זשורנאַל ווי אַ רעדאַקטאָר זינט 1971, האָט ער שוין באַקומען דאָס רעכט זיך צו פּענסיאָנירן.
וועגן דעם דאָזיקן עקשנות רעדט ער אין דעם איצטיקן אינטערוויו, דוכגעפֿירט פֿון דער ישׂראלדיקער ייִדיש־פֿאָרשערין גאַלי דרוקער־בר־עם. די ציוניסטישע ייִדישיסטן האָבן ניט געהאַט אַזאַ מוט אָנצוהאַלטן מיט דער אַרבעט אונטער די שווערע באַדינגונגען, געשאַפֿן פֿון דער רעגירונג. צו ביסלעך האָט זיך זייער ייִדיש־טעטיקייט אויסגעשעפּט און איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. נאָר דער „בונד‟ איז ווײַטער געבליבן אַקטיוו ביז דער לעצטער מינוט.
דער ווידעאָ איז אויף ייִדיש און העברעיִש, מיט העברעיִשע אונטערטיטלען:
אַן עושר, זייער אַ קאַרגער, איז געשטאָרבן. אַזוי לאַנג ווי דער מת איז געלעגן אין דער היים האָט דער זון נישט געוויינט. אָבער ווען מען האָט גענומען קלאַפּן אין דער פּושקע: „צדקה תּציל ממות‟, האָט דער זון גענומען וויינען.
אַז מען האָט געפֿרעגט דעם זון, פֿאַר וואָס ער וויינט גראָד איצט, האָט ער געענטפֿערט:
— אַז מען רופֿט צו צדקה און מײַן פֿאָטער לויפֿט ניט אַוועק, איז אַ סימן, אַז ער איז טאַקע טויט אויף אַן אמת…
אַ שם, װעלכן עס האָבן איר פֿאַרשאַפֿן די אָנצאָליקע גרױסע געשעענישן, װאָס האָבן זיך אָפּגעשפּילט אין אירע מױערן; װי אױך די גרױסע פּערזענלעכקײטן, װאָס האָבן דאָ געלעבט, געשאַפֿן, געחלומט, געליטן און געלאַכט.
דאָס לאַכן פֿון אירע באַרימטע בני־עיר און גײַסטרײַכע קינדער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זעלטן פֿײַערװערק, װאָס בלענדט מיט װוּנדערלעכע נשמה־פֿאַרבן און שפּילעװדיקער טיפֿקײט פֿון פֿראַנצײזישן הומאָר און חכמה.
עפּעס פֿון דער חכמה אין דער פֿאָרם פֿון היסטאָרישע קוריאָזן איז דאָ אײַנגעזאַמלט געװאָרן פֿאַרן ייִדישן לײענער און ליבהאָבער פֿון דער „ליכטשטאָט‟, פּאַריז.
יחזקאל קאָרנהענדלער
אַ גאַנצע נאַכט האָבן פֿאַנטאַסטישע ים־כװאַליעס מיך געהאַלטן געשפּאַנט. מיר שװימען צוזאַמען, איך און ער. דער ים ליגט פֿלאַך אָפּגעצױגן װי אַ זײַדענע קאָלדרע איבער אַ פֿאַרבעטן בעט. איך שװים אױפֿן רוקן אָן שום אָנשטרענג. אים זע איך ניט. איך פֿיל זײַן נאָענטקײט אין ריטעם פֿון דער כװאַליע אין פּריװאַטן האַפֿן פֿון פֿרעמדן ים.
שמעלצער גראַמט וועגן די מיטגלידער פֿון זײַן משפּחה אויף דער חתונה פֿון זײַן פּלימעניצע. דערבײַ ניצט ער צום ערשטן מאָל דעם ניגון פֿון זײַן נײַ ליד „וווּ איז דײַן באָרד?‟, וואָס דער מוסר־הסכּל דערפֿון איז: אַל תּסתּכּל בקנקן — „קוק נישט אויפֿן קרוג (נאָר אויף דעם, וואָס איז אין אים)‟, אָדער בלע״ז Don’t judge a book by its cover.
שמעלצער האָט געהערט אַ סך קריטיק איבער דעם, וואָס ער שערט אונטער די באָרד, אָבער אַז אַ ייִד האָט אַ קורץ בערדל הייסט ניט דווקא, אַז ער איז ווייניקער פֿרום.
חז״ן איז ראָשי־תּיבֿות: חזנים זײַנען נאַראָנים.
אַ חזן, וואָס די באַהאַוונטע פֿון שיל האָבן אים אָפּגעזאָגט, האָט אָנגעהויבן אַ מיסחר מיט פֿערד. האָט מען אים געפֿרעגט, ווי ער קומט צו דעם מיסחר אָן מבֿינות? האָט ער געענטפֿערט: אויב פֿערד זײַנען מבֿינים אויף אַ חזן, פֿאַר וואָס זאָל אַ חזן ניט זײַן קיין מבֿין אויף פֿערד?…
אײן מאָל, אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, באַװײַזט זיך אין דער צײַטונג „מעשענער פֿײַפֿל” אַן אַרטיקל פֿון ד״ר זשיטלאָװסקי: “די פֿרױ אין דער דינאַמישער אַטמאָספֿער פֿון די שאַפֿונגס־כּוחות אין דער פֿעאָדאַלער עפּאָכע”. דערבײַ ברענגט ער אַזאַ שטעלע: “יאָ, אַלס באַװײַז פֿאַר דער ריכטיקײט פֿאַר מײַן טעאָריע קען איך ברענגען אַ פֿראַזע פֿון באַרימטן פֿילאָסאָף און טיפֿן אַנאַליטיש־רעװאָלוציאָנערן דענקער שינצע, װעלכע לױטעט: “די פֿרױ איז דער צימעס פֿון דער נאַטור”. דער דאָזיקער אַפֿאָריזם, װעלכן ער האָט געשריבן אױפֿן פֿערציקסטן יאָר פֿון זײַן שאַפֿן, האָט געקענט בלױז אַרױסדרינגען פֿון אַ טיף דורכגעטראַכטער פֿילאָסאָפֿישער אָנשױונג אַלס פּועל־יוצא פֿון אַ קאָסמישער אַלץ אַרומכאַפּנדיקער סיסטעם”.
דער בדחן הילי היל ווײַזט ווי עס וואָלט געקלונגען, ווען ייִדן וואָלטן גערעדט מיטן זעלבן ניגון און טראָפּ, ווי זיי לייענען די תּורה.
ר׳ אײַזל סלאָנימער פֿלעגט ניט מאריך זײַן מיטן דאַווענען, און פֿלעגט אויסגיין שמונה עשׂרה פֿריִער פֿון יעדן. האָט מען אים געפֿרעגט: רבי, פֿאַר וואָס פֿירט איר זיך ניט ווי אַלע רבנים?
— איר זאָלט וויסן, — פֿאַרענטפֿערט זיך דער גאָון, — איך בין ניט ווי אַלע רבנים. אַלע רבנים גייען אויס נאָך זייערע בעלי־בתּים, בײַ מיר גייען די בעלי־בתּים אויס נאָך מיר…
טלית, וויין נישט
דער קעלמער מגיד איז אַ מאָל געקומען קיין דובלין און געזען, ווי די ייִדן דאַווענען אָן טליתים, האָט ער זיך אַוועקגעשטעלט און גענומען זאָגן:
— אַ מאָל בין איך אַרײַן צו איינעם אין הויז און געטראָפֿן, אַז דאָס הויז איז ליידיק, נאָר מען וויינט. ווער וויינט? כ’קוק זיך אַרום און זע, אַז דאָס וויינט דער טלית. „וואָס וויינסטו, טלית?‟ — פֿרעג איך אים. „מײַן בעל־הבית איז אַוועקגעפֿאָרן קיין דובלין, — זאָגט מיר דער טלית, — האָט ער מיטגענומען דאָס געלט און דאָס צירונג, נאָר מיך נישט‟.
— וויין ניט, — האָט דער מגיד אים פֿאַרטרייסט, — דערפֿאַר, איבער הונדערט יאָר, וועט ער אַלצדינג איבערלאָזן, און נאָר דיך מיטנעמען.