Oyneg Shabes

קורץ און צו דער זאַך

Short and To the Point

  • Print
  • Share Share

■ פֿון אַ מעלדונג אין אַ צײַטונג: „איך פֿאַרקױף מײַנע חופּה־קלײדלעך. די מאָסן — 44, 46, 48, 50, 52, 54. מיר איז שױן נימאס געװאָרן צו װאַרטן. רײזעלע.‟

■ פֿון אַ ביאָגראַפֿיע־אַנקעטע: „משפּחה־צושטאַנד — אַפֿילו קײן קאָטער האָב איך נישט.‟

■ פֿון אַ געשפּרעך צװישן חבֿרטעס: „מײַן מאַן, אַ פּראָגראַמירער, איז אַן אידיאָט. אונדזערן זון האָט מען געשטעלט פּאָקן. האָט ער גענומען אַ מאַרקער און אָנגעשריבן אױפֿן קינד, אַז די װירוס־באַזע איז באַנײַט געװאָרן דעם 24סטן מערץ‟.

■ מסקנאות פֿון אַ געניטער רוסישער פֿרױ: „האָסטו אַ מאַן, האָסטו אַ באַרג פּראָבלעמען. האָסטו נישט קײן מאַן, האָסטו נאָר אײן פּראָבלעם — צו זוכן זיך אַ מאַן!‟

■ אַ מײדעלע אױף װאַקאַציעס אין דאָרף שרײַבט אַ בריװ איר חבֿרטע אין שטאָט: „װען מײַן זײדע קערט זיך אום אַהײם אין מיטן דער נאַכט, שטינקט פֿון אים מיט בראָנפֿן און מיט פֿרעמדע באָבעס.‟

■ מע דאַרף זיך סטאַרען צו לעבן אַזױ אָרנטלעך, אַז װען די טױבן װעלן פֿליִען איבער אײַער קבֿר, זאָלן זײ זיך אײַנהאַלטן.

■ אַ געשפּרעך צװישן צװײ חבֿרים:
— װען איך שיכּור זיך אָן, האָב איך פֿאַר קײנעם נישט מורא.
— אױך פֿאַר דײַן פֿרױ נישט?
— װאָס רעדסטו אַזױנס? אַזױ שטאַרק האָב איך נאָך קײן מאָל זיך נישט אָנגעשיכּורט.

■ אַ שײנער חלום: אױף דער נאַכט שטעקט איר אַרײַן אײַער בײַטל אין דער עלעקטריע, און אין דער פֿרי איז דער בײַטל פֿול מיט געלט.

■ לעבנס־עטאַפּן פֿון אַ ייִדישער פֿרױ: קראַנק. זײער קראַנק, מסוכּן קראַנק. אַן אַלמנה.

■ אַ ייִדישע פֿרױ פֿאַרמאָגט דרײַ זאַכן: אַ מאַן אַ שלימזל, אַ קינד אַ גאָון און אַ ביסל איבעריק פֿעטס אין די זײַטן.

■ צװײ פֿרײַנד אױף דער גאַס:
— יאַנקל, מע זאָגט, אַז דײַן רײזעלע איז מסוכּן קראַנק.
— אמת, זי איז קראַנק, אָבער מסוכּן איז זי נאָר דעמאָלט, װען זי איז געזונט.

■ מע זאָגט, אַז אַ ייִדישע פֿרױ איז אַן אױספֿאָרשער, אַ פּראָקוראָר, אַ ריכטער און אַ תּלין אין אײן געשטאַלט.

■ צװײ חבֿרטעס:
— שׂרה, װי איז דײַן קאָפּװײטיק?
— געגאַנגען שפּילן אין קאָרטן.