די פּויליש־ייִדישע געזונט־אָרגאַניזאַציע „טאָז‟, ראָשי־תּיבֿות פֿאַר די פּוילישע ווערטער — „געזעלשאַפֿט צו פֿאַרהיטן דאָס געזונט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלערונג‟, איז געגרינדעט געוואָרן אין וואַרשע אין 1921 צו פֿאַרבעסערן דאָס געזונט פֿון די ייִדישע קינדער אין לאַנד. (מער וועגן „טאָז‟ — http://www.yivoencyclopedia.org/article.aspx/TOZ)
דער ייִדישער פֿילם — „מע קעמפֿט פֿאַרן געזונט‟ (מיט פֿראַנצייזישע אונטערקעפּלעך) פֿון די 1930ער יאָרן איז געמאַכט געוואָרן מיטן ציל צו זאַמלען געלט פֿאַר „טאָז‟. ער ווײַזט זעלטענע גאַסן־סצענעס און בילדער פֿון ייִדישער אָרעמקייט, בפֿרט פֿון אָרעמע ייִדישע קינדער. אָבער, דער עיקר, זעט מען די וויכטיקע אַרבעט פֿון „טאָז‟ מיטן טראָפּ אויף ריינקייט און גימנאַסטיק.
דער הײַנטיקער צוקוקער וועט זיך אפֿשר חידושן פֿון געוויסע אַספּעקטן אינעם פֿילם: די פּוילישע ייִדישע קינדער האָבן נישט געוווּסט וואָס ס‘איז אַ סערוועטקע? צי איז אַ שטיקל זייף טאַקע געווען אַזאַ יקר־המציות ווי מע זעט אין פֿילם? אַזוי איז דאָך געווען די ווירקלעכקייט. די „טאָז‟־ דאָקטוירים און קראַנקנשוועסטער זענען די העלדן פֿונעם פֿילם, אָבער די חנעוודיקע קינדער זענען די הויפּט־פּערסאָנאַזשן.
דער פֿילם איז אײַנגעטיילט אויף דרײַ טיילן און מיר ווײַזן דעם גאַנצן פֿילם:
פֿאר די קינדער שטעלן מיר פֿאָר נאָך דרײַ לידלעך פֿון באָריס סאַנדלערס קינדערבוך און קאָמפּאַקטדיסק „נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן‟. עס זינגט מאַרק אײַזיקאָוויטש ע״ה, און ער האָט אויך געשאַפֿן די מוזיק צו די לידער. די בילדער האָט געמאָלן איטעלע מאַסטבוים.
צו באַקומען דאָס בוך, קוועטשט http://yiddish2.forward.com/node/2276
אָדער שרײַבט צו vinokur@yiddish.forward.com
אַ ייִד האָט געשפּילט אויף דער לאָטעריע, האָט ער אַ נדר געטאָן פֿאַרן רבֿ, אַז אויב ער וועט געווינען 10,000 רובל, וועט ער געבן דעם רבֿ 1,000 רובל פֿאַר צדקה. און ער האָט פֿאַרשפּילט.
איז ער אַוועק צום גלח און אים צוגעזאָגט בנדר פֿאַרן קריסטלעכן גאָט 1,000 רובל, אויב ער וועט געווינען די 10,000 רובל. דאָס מאָל האָט ער געוווּנען, אָבער קיין געלט פֿאַר דער קירכע נישט געגעבן.
קומט צוגיין צו אים דער גלח און מאָנט בײַ אים דאָס געלט.
ענטפֿערט אים דער ייִד:
„אונדזער גאָט איז טאַקע אַן אמתער גאָט, האָט ער געוווּסט מײַן מחשבֿה ניט צו האַלטן דעם נדר, האָט ער מיך נישט געלאָזט געווינען. אײַער גאָט איז גאָר קיין גאָט נישט, האָט ער אַפֿילו נישט געוווּסט מײַן מיין ניט צו געבן, און האָט מיך געלאָזט געווינען. קומט אים גאָרניט.‟
צוגעגרייט פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום
אין די אָנהײב 1990ער יאָרן האָט אַ געװיסע צאָל עולים פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד צוגעגעבן אַ גוט שטיקל אַרבעט די רבנים בײַ די שטאָט־ראַטן, װי אױך אין די שטאָט־אָפּטײלן פֿונעם אינערן־מיניסטעריום. באַזונדערס אַ סך אַרבעט איז געװען אין אַשדוד, װוּ ס‘האָבן זיך באַזעצט אַריבער הונדערט טױזנט רעפּאַטריאַנטן, ס‘רובֿ אַסימילירטע ייִדן, אָדער „כּמעט‟ ייִדן, אָדער „אַ ביסעלע ייִדן‟. דער רבֿ פֿלעגט זיצן בײַם טיש אַנטקעגן דעם „ייִד‟, װאָס זײַן ייִדישקײט האָט אַרױסגערופֿן ספֿקות בײַ די באַאַמטע פֿונעם אינערן־מיניסטעריום, און שטעלן פֿאַרשײדענע עלעמענטאַרע „ייִדישע‟ פֿראַגעס; האָט דער „פֿאַרדעכטיקטער‟, נעבעך, געמוזט אױף זײ ענטפֿערן. עטלעכע ענטפֿערס פֿון די „נײַע ייִדן‟ זײַנען װערט מע זאָל זײ פֿאַרשרײַבן מיט גאָלדענע אותיות אינעם בוך פֿון די ייִדישע חכמות.
די הויפּט־פֿראַגע האָט געקלונגען אַזוי:
ווי אַזוי קענט איר באַשטעטיקן אײַער אָנגעהעריקײט צום ייִדנטום?
◆ איך געדענק, אַז אײן מאָל האָט מײַן חבֿר מיך פֿאַרבעטן אין אַ רעסטאָראַן. נאָך דער װעטשערע איז מיר שלעכט געװאָרן, און כ’האָב תּיכּף פֿאַרשטאַנען, אַז ס‘איז צוליב די חזיר־קאָטלעטן. בין איך גלײַך אַנטלאָפֿן אַהײם און דערצײלט אַלץ דעם זײדן, וואָס איז געווען אַ רבֿ. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? ער איז, נעבעך, אַ גאַנצע נאַכט אָפּגעשטאַנען אױף די קני אַנטקעגן דער איקאָנע און געבעטן בײַם גאָט, ער זאָל מיר מוחל זײַן.
◆ זאָל איך אַזױ לעבן, אַז יעדן זונטיק אינדערפֿרי פֿלעג איך לױפֿן אין שיל אַרײַן. בײַ אונדז אין ריגע זײַנען געװען צװײ סינאַגאָגעס — אַ קאַטױלישע און אַ פּראַװאָסלאַװנע.
◆ מײַן באָבע איז געװען זײער פֿרום, און פֿון קינדװײַז אָן האָט זי מיך געלערנט, אַז מע טאָר ניט עסן די כּשרע מאכלים צוזאַמען מיט די טריפֿענע.
◆ מײַנע עלטערן זײַנען זײער פֿרומע מענטשן. אום שבת, צום בײַשפּיל, פֿלעגט דער טאַטע פֿאַררײכערן די סיגאַרעטן נאָר פֿון די ליכט, װאָס די מאַמע האָט געבענטשט אױף שבת. און מײַן מאַמע אַליין, זאָלט איר װיסן, האָט בכלל קײן מאָל ניט גערײכערט.
◆ איך װעל אײַך זאָגן דעם רײנעם אמת. דאָרטן, אין רוסלאַנד, בין איך געװען אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, אָבער אױף אַלע סאָװעטישע חגאות פֿלעג איך זיך אַרײַנכאַפּן אין סינאַגאָגע.
◆ צי האָב איך געהערט װעגן משה רבינו? זיכער, איך װײס אַפֿילו, אַז רבונו־של־עולם האָט אײַנגעלאַדן משהן אױפֿן באַרג סיני, כּדי איבערצוגעבן אים די תּורה אין אינטימע באַדינגונגען.
◆ איך דאַרף אײַך זאָגן דעם אמת: מײַן מאַמע האָט געהאַט פֿיר ברידער אין בערדיטשעװ, און נאָר אײנער פֿון זײ איז געװען אַ ייִד.
◆ בײַ אונדז אין דער הײם איז געװען אַ כּשרע קיך, און מײַן באָבע האָט זײער אָפֿט געפּרעגלט געפֿילטע פֿיש.
◆ אױך אין טאַשקענט פֿלעג איך גײן סײַ מיט אַ צוגעדעקטן קאָפּ און סײַ געטראָגן אַ היטל.
◆ איך װײס, אַז אַבֿרהם אָבֿינו איז געװען אַ ייִד, װײַל מע האָט אים אַרױסגעטריבן פֿון דער שטוב.
◆ מײַן באָבע יעװדאָכע פֿלעגט װאַשן װעש בײַ אַ ייִדישער משפּחה און געהאַט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיטן באַלעבאָס, ר’ יוסף. פֿון יענער פֿרײַנדשאַפֿט איז געבױרן געװאָרן מײַן מאַמע, װאַרװאַרע בת־יוסף. אױך זי האָט מײדלװײַז אָנגעהױבן װאַשן װעש אין אַן אַנדער ייִדישער משפּחה און געהאַט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיטן באַלעבאָס, ר’ דוד. פֿון יענער פֿרײַנדשאַפֿט בין איך געבױרן געװאָרן, גלאַפֿירע בת־דוד. הײַנט װױן איך אין אַשדוד און װאַש װעש אין אַ פֿרומער ייִדישער משפּחה. איך האָב אַ טאָכטער, אַליזע בת־מײַמאָן, פֿון מײַן באַלעבאָס, ר’ מײַמאָן בן־אַלוש.
◆ בײַ אונדז אין דער הײם זײַנען געװען צװײ קאָמפּלעטן געשיר; אײן קאָמפּלעט פֿאַר די פֿלײשיקע מאכלים, און דער צװײטער — פֿאַר פֿיש.
◆ די צווייטע פֿרוי בײַ מײַן טאַטן איז געווען אַ ייִדענע, מײַן מאַמע. דאָס קענען באַשטעטיקן זײַנע אַנדערע צוויי ווײַבער — די ערשטע און די דריטע, װעלכע האָבן מיך ניט געבױרן.
◆ יאָ, כ’בין געזעסן צװײ מאָל אין טורמע. דאָס ערשטע מאָל — פֿאַר טראָצקיזם, און דאָס צװײטע מאָל — פֿאַר ציוניזם. אַזױ אַרום, בין איך שטענדיק געװען אַ פֿרומער ייִד.
◆ מיר קומען פֿון אַ קלײן דערפֿל אין גאַליציע, און אונדזער משפּחה האָט שטאַרק געליטן, װען אונדזערע שכנים, עכטע אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן, האָבן געגעסן שינקע.
אַ ייִד — אַ פֿי־סוחר, איז געקומען צום רבין נאָך אַן עצה, װאָס איז? די אַנדערע װאָך איז יאַריד אין לאָשקעװיץ. װיל ער פֿאָרן אַהין, צו קױפֿן בהמות. נאָר ער װיל הערן קודם דעם רבינס עצה: „רבי, זאָל איך פֿאָרן קױפֿן אָקסן?‟
דער רבי קוקט אים אָן און זאָגט נײן, ער זאָל נישט קױפֿן. ער האָט אױף דעם אַ בפֿירושע ראַיה פֿון דער תּורה: „אָט גײט די װאָך די סדרה נצבֿים, װאָס מײנט שטײ; אײַל דיך נישט מיט קױפֿן. װאַרט צו‟.
דער חסיד האָט געפֿאָלגט. ער איז דאָך געקומען צום רבין נאָך אַן עצה, און, אַז דער רבי זאָגט נײן, איז נײן.
נאָר ס’האָט זיך באַלד אַרױסגעװיזן, אַז ס’איז געװען אַ טעות. מ’האָט געקױפֿט אױפֿן יאַריד בהמות בחצי־חינם, און סוחרים האָבן געמאַכט געלט, װײַל גלײַך נאָך דעם איז דער מקח אױף בהמות שטאַרק אַרױף.
אױף דער אַנדערער װאָך קומט דער סוחר װידער צום רבין, צו מישבֿ זײַן זיך מיט אים. מילא, לאָשקעװיץ איז שױן פֿאַרפֿאַלן. נאָר אָט איז די טעג אַ יאַריד אין אָלמיץ. װיל ער פֿאָרן אַהין, צו קױפֿן בהמות. נאָר ער װיל הערן קודם דעם רבינס עצה: „רבי, זאָל איך פֿאָרן קױפֿן אָקסן?‟
דער רבי קוקט אים אָן און זאָגט יאָ, ער זאָל למען־השם פֿאָרן. ער האָט אױף דעם אַ בפֿירושע ראַיה פֿון דער תּורה: „אָט גײט די װאָך די סדרה ױלך — און ער איז געגאַנגען. הכּלל, די תּורה זאָגט בפֿירוש גײן. אײַל דיך, גײ‟.
דער חסיד האָט געפֿאָלגט. ער איז דאָך געקומען צום רבין נאָך אַן עצה, און, אַז דער רבי זאָגט גײן, איז גײן. און ער איז געפֿאָרן קײן אָלמיץ אױפֿן יאַריד און האָט געקױפֿט אָקסן, און דװקא פֿאַר אַ הױכן פּרײַז. נאָר באַלד זענען בהמות געפֿאַלן אין מקח, און דער סוחר האָט אָנגעװױרן אַ מטמון מיט געלט. ער האָט דערלײגט ממש דעם קאָפּ און איז שיעור בדלות געװאָרן. קומט ער שױן װידער צום רבין. דאָס מאָל שױן נישט נאָך אַן עצה, נאָר מיט אַ טענה: „סטײַטש, רבי, איך בין דאָך ממש בדלות געװאָרן. קודם האָט מיך דער רבי געראָטן, נישט קױפֿן, בשעת מ’האָט גראַדע יאָ געדאַרפֿט קױפֿן, און איך װאָלט געקענט מאַכן אַ פֿאַרמעגן. דערנאָך האָט דער רבי געראָטן — יאָ קױפֿן, און איך האָב געקױפֿט און דערלײגט ממש דעם קאָפּ.‟
„הער נאָר‟, זאָגט דער רבי, „װאָס בין איך — אַן אָקסן־סוחר, װאָס דו קומסט צו מיר װעגן אַזעלכע זאַכן? איז מײַן טאַטע, זכרונו לבֿרכה, געװען אַן אָקסן־סוחר? זענען מײַנע פֿעטערס אָקסן־סוחרים? אַ מעשׂה! כאָטש אַזױ זע איך, אַז די תּורה איז גערעכט, נאָר מ’האָט געדאַרפֿט טײַטשן די סדרה אַ ביסל אַנדערש: „נצבֿים — שטײ, שטײ אױפֿן יאַריד און קױף, קױף װיפֿל דו קענסט. און באַלד נאָך דעם ױלך — גײ, אַנטלױף פֿון דעם צװײטן יאַריד, גענוג, קױף נישט מער‟.
* * *
אַ קרעמער איז געזעסן און האָט פֿאַרשריבן חובֿות אין בוך. ער האָט פֿאַרשריבן האַלב אױף ייִדיש, האַלב אױף לשון־קודש. דעם האָט ער געגעבן אױף באָרג אַ הערינג פֿאַר פֿינף קאָפּיקעס, דעם האָט ער געגעבן קאַװע פֿאַר דרײַ קאָפּיקעס, און צום סוף שרײַבט ער אין בוך: „נתטי לאיװאַן ב’ רובל‟, אַז ער האָט געגעבן איװאַנען צװײ רובל.
שטײט לעבן אים זײַן ייִנגעלע און זעט װי דער פֿאָטער האָט געשריבן נתטי מיט אַ טית, זאָגט ער צו אים: „טאַטע, ס’אַ טעות. נתתּי שרײַבט מען מיט אַ תּיו, און נישט מיט קײן טית‟.
„פֿון װאַנען װײסטו דאָס, מײַן קינד?‟
„אין דאַװענען שטײט אַזױ‟, ענטפֿערט דאָס ייִנגל. און ער ברענגט צו אַ סידור און װײַזט אים װי סע שטײט: ונתתּי מטר אַרצכם בעתו. פֿרעגט דער פֿאָטער: „װאָס מײנט דאָס, קינד?‟
זאָגט דאָס ייִנגעלע: „גאָט זאָגט, און איך װעל געבן דעם רעגן אין אײַער לאַנד אין זײַן צײַט‟.
דער פֿאָטער גיט אַ טראַכט און זאָגט: „דו ביסט גערעכט, מײַן קינד. אַז סע רעדט זיך װעגן רעגן, איז נתתּי מיט אַ תּיו. נאָר אַז מע רעדט װעגן געלט, איז נתטי מיט אַ טית‟.
דאָס ייִנגל שװײַגט אַ מינוט. מיט אַ מאָל צעשײַנט ער זיך און זאָגט: „טאַטע, װען אַבֿרהם האָט געקױפֿט די מערת־המכפּלה, צו קענען מקבר זײַן שׂרהן, רעדט זיך דאָך דאָרטן אױך װעגן געלט, װאָרן סע שטײט נתתּי כּסף השׂדה — איך גיב דאָס געלט פֿאַר דעם פֿעלד, איז דאָרט נתתּי אױך מיט אַ תּיו‟.
„אױב אַזױ, קינד‟, זאָגט דער פֿאָטער מיט ייִשובֿ־הדעת, „איז טאַקע דאָ, װײַזט אױס, אַ טעות, און דו ביסט גערעכט, װאָרן געבן איװאַנען געלט, איז בכלל אַ טעות‟.
דער דאָזיקער פֿילם פֿון אַ סטודיאָ־פֿאָרשטעלונג פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר, רעציטאַטאָר און זינגער לייבו לעווין האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן טאָכטער, די זינגערין רות לעווין, וועלכע וווינט הײַנט אין ישׂראל און האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך פֿון איר טאַטנס שאַפֿונגען אין 2005 — „לייבו לעווין: וואָרט און ניגון‟. די רעקאָרדירונג האָט מען געמאַכט אין די 1970ער יאָרן.
לייבו לעווין איז געבוירן געוואָרן אין 1914 אין קימפּולונג, בוקעווינע, (דעמאָלט עסטרײַך־אונגערן, שפּעטער רומעניע) און געשטאָרבן אין הרצליה, ישׂראל, אין 1983. ער איז 14 יאָר געזעסן אין אַ סאָוועטישן לאַגער. אין די 1930ער יאָרן האָט מען אין רומעניע בכלל און אין טשערנאָוויץ בפֿרט, געזונגען זײַנע לידער, און הויך אָפּגעשאַצט זײַנע רעציטאַציעס. זײַן קונסט ווי אַ זינגער און אויסטײַטשער פֿון זינגלידער זעט מען אויף דעם ווידעאָ, כאָטש מע האָט אים דאָ שוין רעקאָרדירט אויף די עלטערע יאָרן.
דאָס ליד וואָס ער זינגט אינעם ווידעאָ איז נישט קיין אייגענע שאַפֿונג, נאָר אַ פֿאָלקסליד — „די חתונה‟ — וואָס ער האָט זיך אויסגעלערנט בײַ זײַן מאַמען. דאָס ליד איז פּאָפּולער געווען צווישן די רומענישע ייִדן, און מיר דרוקן צוזאַמען מיטן ווידעאָ, די ווערטער פֿונעם ליד, ווי מע קען זיי געפֿינען אין דער פֿאָלקסליד־זאַמלונג פֿונעם עטנאָמוזיקאָלאָג, עמיל סעקולעץ — „ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון רומעניע‟.
פֿאר די קינדער שטעלן מיר פֿאָר נאָך דרײַ לידלעך פֿון באָריס סאַנדלערס קינדערבוך און קאָמפּאַקטדיסק „נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן‟. עס זינגט מאַרק אײַזיקאָוויטש ע״ה, און ער האָט אויך געשאַפֿן די מוזיק צו די לידער. די בילדער האָט געמאָלן איטעלע מאַסטבוים.
צו באַקומען דאָס בוך, קוועטשט http://yiddish2.forward.com/node/2276
אָדער שרײַבט צו vinokur@yiddish.forward.com
זײַענדיק אין אַ גרויסער הונגער־נויט, האָט זיך אַ ייִד געשמדט. אפֿשר וועט אים גאָט העלפֿן, ס‘וועט אים בעסער גיין.
שפּעטער אַ יאָר, צוויי, טרעפֿט אים זײַנער אַן אַלטער פֿרײַנד:
— נו, יאַשקע (פֿריִער האָט ער געהייסן יאָשקע), ווי גייט עס אַצינד, בעסער ווי אַ געשמדטער?
— ניט קיין סך בעסער, — ענטפֿערט ער — נאָר מיט איין טאָג:
פֿריִער האָב איך געהונגערט שבת; הײַנט האָב איך ניט אויף זונטיק.
* * *
אַ פֿרוי טעלעגראַפֿירט צו איר מאַן פֿון אַ האָטעל אין די „קעטסקיל־בערג‟.
„כ׳האָב ניט צו באַצאָלן דעם האָטעל־באַלעבאָס. שיק געלט.‟
דער מאַן ענטפֿערט איר: „כ‘האָב נישט אַצינד, וועל שיקן אין עטלעכע טעג אַרום. דערווײַל שיק איך דיר 1000 קושן‟.
אין עטלעכע טעג אַרום קומט אָן אַ טעלעגראַם פֿונעם ווײַב‟ „שיק מער נישט קיין געלט. איך האָב געגעבן דעם האָטעל־באַלעבאָס עטלעכע פֿון דײַנע קושן.
* * *
אַ מחבר איז געקומען צו אַן עושר, ער זאָל בײַ אים קויפֿן זײַן ספֿר.
— ווי קום איך דערצו? — פֿרעגט דער עושר.
— איך האָב געהערט, אַז איר קויפֿט גנבֿות, דאַרפֿט איר דאָך זײַן אַ בעלן אויף מײַן ספֿר אויך; ס‘איז אָסור ניט מײַנס…