Oyneg Shabes

ייִדישע פּרנסות

Jewish Business

אַן אָנזעצער מיט אײַנזעעניש

אַ ייִד אַ סוחר, וואָס האָט געהאַלטן בײַם אָנזעצן, איז מיט זײַן זון געפֿאָרן קיין וואַרשע אײַנקויפֿן סחורה.

ווען ער האָט גענומען אויסקלײַבן זײַן סחורה, האָט ער זיך מיטן ייִדישן הורט־סוחר שטאַרק געדונגען איבערן פּרײַז פֿון יעדן שטיקל סחורה. מאַכט דער זון שטילערהייט צום פֿאָטער:

— סטײַטש, טאַטע, וואָס דינגסטו זיך? דו וועסט דאָך סײַ ווי סײַ ניט באַצאָלן.

— פֿאַרשטייסטו מיך, מײַן קינד, — ענטפֿערט דער פֿאָטער, — איך וויל ניט, אַז אַ ייִד זאָל פֿאַרלירן צו פֿיל געלט.

Read more


יאָסעלע הײַדן און װעלװעלע מאָצאַרט

Yosele Haydn and Velvele Mozart

עס איז איבעריק, מײן איך, צו דערמאָנען, אַז יעדע תּקופֿה פּראָקלאַמירט אַ מאָדע אױף דעם אָדער אַן אַנדערן פֿאַך. פּראָגנאָזירן אָדער פֿאָרױסזען, מיט װאָס פֿאַר אַ משוגעת װעט זיך באַשעפֿטיקן די מענטשהײט אין דער קומענדיקער תּקופֿה, איז כּמעט אוממעגלעך; אָבער אין דער צײַט פֿון מײַן קינדהײט איז געװען שװער צו געפֿינען אַ ייִדיש קינד, װאָס מ׳האָט עס ניט געטריבן זיך לערנען שפּילן אױף עפּעס אַ מוזיקאַלישער כּלי, איבער הױפּט, אױפֿן אַקאָרדעאָן אָדער פֿידל, און אין די מער רײַכע משפּחות — אױף אַ פּיאַנע. די פּלוצעם אַרױסגעשװוּמענע זאַבעבאָנע, אַז די ייִדישע קינדער האָבן באַזונדערע פֿעיִקײטן צו מוזיק, האָט באַהערשט די מוחות פֿון די יונגע ייִדישע עלטערן, און זײ האָבן געטריבן זײערע קינדער װי אױף אַ גאָלדענעם מזבח. די זײדע־באָבעס פֿלעגן זיך באַרימען מיט די דערפֿאָלגן פֿון זײערע אײניקלעך, װי יענע װאָלטן שױן זוכה געװען צו אַ רובינשטײן־פּרײַז.

Read more


ערשטע מלחמה־נאַכט

First Night of the War

אונדזער קאָרעספּאָנדענט עמיל קאַלין איז פֿאַראינטערעסירט ניט נאָר אין פּאָליטישע ענינים; ער שרײַבט אויך קורצע מעשׂיות, וואָס זײַנען אַרויס אין פֿאַרשיידענע ייִדישע זשורנאַלן. עטלעכע דערציילונגען זײַנע האָט מען איבערגעזעצט אויף דײַטש און געדרוקט אינעם עסטרײַכישן זשורנאַל „ליכטונגען‟. אויפֿן אָוונט בײַם בר־אילן־אוניווערסיטעט לכּבֿוד דעם דערשײַנען פֿון יענעם נומער „ליכטונגען‟ האָט קאַלין פֿאָרגעלייענט זײַן דערציילונג „ערשטע מלחמה־נאַכט‟, וועגן דער ערשטער איראַקער מלחמה אין 1991, ווען סאַדאַם כוסיין האָט געוואָרפֿן „סקאָד‟־ראַקעטן אויף ישׂראל. שמואליק עצמון, דער געוועזענער דירעקטאָר פֿונעם ישׂראלדיקן ייִדישן טעאַטער „ייִדישפּיל‟, שטעלט אים פֿאָר אין דעם דאָזיקן ווידעאָ.

קאַלין האָט מיט זײַן משפּחה פֿון בוקאַרעשט עולה געווען קיין ישׂראל אין עלטער פֿון 4 יאָר און זײַן רומענישן ייִדיש האָט ער פֿונעם זיידן. אַ היימישער ייִד פֿונעם שטעטל שטעפֿנעשט, האָט דער זיידע באַשלאָסן צו רעדן מיט קאַלינען אויף מאַמע־לשון, כאָטש מיט די אַנדערע אייניקלעך (למשל, מיט קאַלינס צווילינג־ברודער) האָט ער עס ניט געטאָן. דערוואַקסענערהייט האָט קאַלין זיך באַקענט מיט דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און אָנגעהויבן אַליין שרײַבן אויף דער שפּראַך.


„אַ שיינער חלום‟

“A Beautiful Dream”

בײַ די חסידים גייט אָן ווײַטער די אַלטע טראַדיציע פֿון ייִנגל־געזאַנג, וואָס איז בײַ מאָדערנע מענטשן כּמעט ווי אויסגעשטאָרבן. מיט הונדערטער יאָרן צוריק האָבן אַ סך קריסטן אויך געהאַלטן, אַז עס פּאַסט ניט צו הערן פֿרויען אָדער מיידלעך זינגען אין קלויסטער, האָט מען דערפֿאַר געהערט ייִנגלעך. אין איטאַליע האָט זיך אַפֿילו אַנטוויקלט אַ טראַדיציע פֿון קאַסטרירן געוויסע ייִנגלעך, כּדי זייערע קולות זאָלן זיך ניט בײַטן, ווען זיי וואַקסן אויס; געהייסן האָבן זיי „קאַסטראַטי‟ און געזונגען האָבן זיי לאַנג נאָך דעם ווי די מלוכה האָט פֿאַרווערט די אָפּעראַציע אין 1870.

בײַ ייִדן איז נאָך ניט דערגאַנגען אַזוי ווײַט, אָבער דערפֿאַר האָבן מיר הײַנט אַ סך רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישן ייִנגל־געזאַנג, בשעת עס איז פֿון די קאַסטראַטי כּמעט גאָרניט איבערגעליבן. אָט איז אַ שיין ליד פֿון דעם מין, „אַ שיינער חלום‟, געזונגען בײַם בענעפֿיט־אָוונט פֿאַר דער צדקה־אָרגאַניזאַציע „קופּת־עזרה‟ אינעם חתונה־זאַל „עטרת טשאַרנא‟ אין ספּרינג־וואַלי, ניו־יאָרק, דעם 22סטן יאַנואַר 2011.


ציוניסטישע וויצן

Zionist Jokes

פֿאַר די קלעזמאָרים

ר׳ חיים בריסקער איז געווען אַ קעגנער פֿון ציוניזם. האָט מען אים געפֿרעגט: היתּחן, מע בויט ארץ־ישׂראל און איר, מיצוות־אָפּהיטער, שטייט פֿון דער ווײַטנס?

— איך מיין אויך אַזוי, — איז געווען זײַן ענטפֿער, — אַ מינהג אין דער וועלט, אַז חתן־כּלה גייען צו דער חופּה, לויפֿן גאַסן־ייִנגלעך און אַלע מינים לויפֿער פֿאַר די קלעזמאָרים; די מחותּנים, די חתן־כּלה קומען צו לעצט.

Read more


אַ שרײַבער און אַ רײַבער

And You Call Yourself a Writer?

יחיאל שרײַבמאַן, זאָל זיך מיִען, האָט ליב געהאַט צו דערצײלן אַ מעשׂה װעגן אַ גרופּע יונגע ייִדישע שרײַבער פֿון בעסאַראַביע, װעלכע זײַנען געקומען קײן יאַס, כּדי אױסצוהערן אַ חװת־דעת פֿון אַ באַװוּסטן ייִדישן שרײַבער װעגן זײערע װערק. יענער האָט זיי אױסגעהערט און פֿאַרסך־הכּלט: „שרײַבט, קינדערלעך, שרײַבט, עס װעט זיך בײַ אײַך אױסאַרבעטן אַ שײנע האַנטשריפֿט‟.

דאָס אַמאַטאָרישע עם־הארצות אין קונסט בכלל און אין דער ליטעראַטור בפֿרט איז אַ מסוכּנע דערשײַנונג סײַ פֿאַרן „מחבר‟ גופֿא און סײַ פֿאַר די ליטעראַטור־קריטיקער, װײַל דער שטאָלצער „עם־האָרץ־דאורײַתא‟ איז ניט מסוגל אױפֿצונעמען און אָפּערירן מיט די גרונט־פּאָזיציעס פֿון אַ מומחה. פֿאַר אַ פּראָפֿעסיאָנעלן שרײַבער זײַנען די אָפּשאַצונגען, אַפֿילו זײער שאַרפֿע, אַ סך װיכטיקער, װי די לױב־געזאַנגען פֿון די לײענער. בײַ אַ „רײַבער‟ איז אַלץ פֿאַרקערט — דאָס „פֿאָלקס־קול‟ איז העכער פֿון אַלץ.

Read more


קאַליפֿאָרניער חלום

California Dreamin’

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: http://yiddish.forward.com/articles/179045/a-concert-of-american-yiddish-music/)

ווער עס האָט פֿאַרפֿעלט דעם גרויסן קאָנצערט פֿונעם ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר דעם ערשטן יוני אין ניו־יאָרק, קען נאָך אַרײַנכאַפּן דרײַ אויסצוגן, וואָס זײַנען איצט אַרויף אויף „יו-טוב‟, סײַ מיטן ייִדישן טעקסט פֿון די לידער, סײַ מיט אַן איבערזעצונג אויף ענגליש. (ווען מע זינגט, איז אַ מאָל שווער צו פֿאַרשטיין די ווערטער, אַפֿילו אַז מע קען גוט די שפּראַך.)

קודם ברענגען מיר אײַך דאָס פּאָפּולערע „פּאָפּ‟־ליד פֿון די 1960ער יאָרן, “California Dreamin’” (קאַליפֿאָרניער חלומות). דער ייִדישער נוסח נעמט אויס מיט זײַן האַרמאָנישקייט און ייִדישלעכקייט — דער חסיד, וואָס גיט די ציצית אַ דריי, שפּילט, אַוודאי, ניט קיין ראָלע אינעם אָריגינאַל.

מיר ברענגען אויך דעם אומאָפֿיציעלן הימען פֿון „יוגנטרוף‟ און פֿון די יונגע ייִדישיסטן, „וואַסערל‟, געשריבן פֿון אונדזער שׂרה־רחל שעכטער און פּערל טײטלבוים:


ווען מדינת־ישׂראל וואָלט גערעדט ייִדיש

If the State of Israel Spoke Yiddish

דער בדחן ר’ יואלי לייבאָוויץ, דער „פּעסטער רבי‟, איז באַקאַנט, דער עיקר, אין דער חסידישער וועלט, אָבער ער טרעט אויף אויך אויף ענגליש און איז איין מאָל אַפֿילו אַרויסגעטראָטן אינעם „שלום־עליכם צענטער‟ אין די בראָנקס. אין זײַן קאָמעדיע שפּילט די מישונג פֿון שפּראַכן אַ גרויסע ראָלע — געוויינטלעך, פֿון ייִדיש מיט ענגליש. אָפֿט מאַכט ער נאָך דעם אַרויסרעד פֿונעם עלטערן דור חסידים, וואָס רעדט מיט אַ שטאַרקן אונגאַרישן אַקצענט. דער ייִנגערער דור חסידים לאַכט אָפּ פֿונעם אונגערישן אַקצענט אויף ייִדיש פּונקט ווי די פֿרײַע ייִדן אין אַמעריקע פֿלעגן אָפּלאַכן פֿונעם ייִדישן אַקצענט אויף ענגליש פֿון זייערע עלטערן.

אין דעם דאָזיקן אויסצוג פֿרעגט דער פּעסטער רבי, וואָס וואָלט געשען, ווען מדינת־ישׂראל וואָלט אויסגעקליבן ייִדיש ווי די אָפֿיציעלע שפּראַך אַנשטאָט העברעיִש. די חסידישע רביים וואָלטן אַוודאי ניט גערעדט די טרייפֿענע שפּראַך ייִדיש, נאָר מסתּמא די שפּראַך פֿונעם לאַנד, וווּ זיי האָבן געוווינט. וואָלט דער סאַטמערער רבי גערעדט אונגאַריש, דער באָבאָווער רבי — פּויליש, און דער ליובאַוויטשער רבי — רוסיש. ווי ער מאַכט נאָך די רביים אַזוי אַקוראַט, איז שווער ניט צו לאַכן.


קמצנישע וויצן

Miser Jokes

גערעדט פֿון היץ

אַ גרויסער גבֿיר, אָבער נאָך אַ גרעסערער קמצן, וואָס פֿלעגט קיין מאָל נישט וועלן געבן אַ גראָשן אויף צדקה, איז געפֿערלעך קראַנק געוואָרן. האָט מען צו אים געבראַכט אַ פּראָפֿעסאָר. רופֿט זיך אָפּ דער חולה צום פּראָפֿעסאָר:

— הער דאָקטאָר, אויב איר מאַכט מיך געזונט, וועל איך אײַך געבן 10,000 דאָלאַר, ווײַל אַז איך שטאַרב, וואָס טויג מיר דאָס גאַנצע געלט?

האָט גאָט געהאָלפֿן און דער גבֿיר איז געזונט געוואָרן. ווען דער פּראָפֿעסאָר האָט דערנאָך בײַ אים געבעטן דאָס צוגעזאָגטע געלט, האָט דער גבֿיר זיך געמאַכט תּמעוואַטע: וואָס? ווער? ווען? געפֿערלעך קראַנק?

— סטײַטש, — מאַכט דער פּראָפֿעסאָר, — איר געדענקט גאָרניט אײַער צוזאָג, ווען איר זײַט געווען געפֿערלעך קראַנק?

— יאָ, — ענטפֿערט דער גבֿיר, — געפֿערלעך קראַנק בין איך טאַקע געווען; אָבער אויב כ׳האָב דעמאָלט עפּעס געזאָגט, האָב איך מסתּמא גערעדט פֿון היץ.

Read more


צער־בעלי־חײם

Compassion For All Living Things

עס דאַכט זיך, אַז נאָר אײערנעכטן האָבן מיר געגעסן חנוכּה־לאַטקעס, און נעכטן זיך מכבד געװען מיט שבֿועותדיקע קנישעקלעך, און אָט, איז שױן װידער צײַט זיך צוגרײטן צום גײַסטיקן תּיקון — צו װאַרטן אױף אַ שנײ אין תּמוז, און זיך דערמאָנען אין דער באַזונדערקײט פֿונעם חודש אָבֿ אינעם ייִדישן לעבן. אַפֿילו אַ הױלער צדיק, אױב ער װעט זיך אַ קראַץ טאָן אין זײַן זכּרון, װעט ער שטענדיק געפֿינען עפּעס אַ זאַך, אַ װאָרט, אַ געשעעניש, װאָס ער װאָלט געװאָלט מתּקן זײַן; װײַל, אײן זאַך איז זיך האַלטן בײַ די תּרי”ג פֿאַרצײכנטע מיצװת, און גאָר אַן אַנדער זאַך איז, דער לעבעדיקער קאָנטאַקט מיטן עולם־הזה און די לעבעדיקע נפֿשות. שטענדיק איז דאָ עפּעס, װאָס עס װילט זיך אױסבעסערן…

Read more


געשמיסן דעם שמײַסער...

Flogging the Whipmaster Himself

פֿון זוסמאַן סעגאַלאָװיטש

געהײסן האָט ער דידקאָ. אַ שײנער מאַלאָרוס1). אַ יונגער כװאַט2). אין זײַן דאָרף איז ער אַװדאי געװען דער ערשטער…

בײַ אונדז אין קאַזאַרמע האָט מען אים ליב געהאַט פֿאַר זײַנע טענץ, פֿאַר זײַנע שײנע לידער. אומעטום רוקן זיך אַזעלכע אַרױס װי די ערשטע. װי אױף אַן עפּלבױם, װאַרפֿט זיך אין די אױגן יענער עפּל, װעלכער באַקומט פֿריִער פֿאַר אַנדערע די רױטע בעקעלעך… מען קאָן אַזאַ נישט פֿײַנט האָבן. אַלע װילן זיך מיט אים חבֿרן. מען שטעלט אים שטענדיק אַרױס אין פֿראָנט… אַ שײנער זעלנער. אים פֿאַרשװײַגט מען, װען ער לערנט זיך שלעכט.

Read more


אַ תּלמיד פֿון חכמים

A Student of the Wise

עטלעכע דורות ייִדיש־סטודענטן האָבן זיך געלערנט בײַ אַבֿרהם ליכטענבוים, פֿריִער אין די ייִדישע שולן פֿון בוענאָס־אײַרעס, וווּ ער האָט צענדליקער יאָרן געאַרבעט ווי אַ לערער און אַ שול־דירעקטאָר, און דערנאָך איבער דער גאַנצער וועלט אין די פֿאַרשיידענע ייִדיש־זומער־פּראָגראַמען. אין דעם דאָזיקן אינטערוויו, געמאַכט דעם 31סטן יולי 2012 אין ווילנע מיט קריסטאַ וויטני פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, דערציילט ליכטענבוים וועגן זײַנע קינדעריאָרן און משפּחה, וועגן דער אַמאָליקער ייִדישער בוענאָס־אײַרעס, און וועגן זײַן לאַנגער און אינטימער באַציִונג מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

„איך בין אַ תּלמיד־חכם‟, זאָגט ער, „איך בין געווען אַ תּלמיד פֿון חכמים‟. ליכטענבוים האָט זיך געלערנט בײַ אַזעלכע גדולים פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג ווי שמואל ראָזשאַנסקי, דבֿ סדן, חנא שמערוק, און דבֿ נוי. דער טאַטע זײַנער איז געווען אַ בונדיסט, אַ טיפּאָגראַף אין אַ ייִדישער צײַטונג. אָבער דער עיקר האָט ער גערעדט ייִדיש מיט דער באָבען, וואָס זי האָט ניט געקענט קיין שפּאַניש — ייִדיש איז זײַן „באָבע־לשון‟, זאָגט ער. אָנגעהויבן ווי אַ לערער האָט ער צו 18 יאָר אין דער זעלבער פּרץ־שול, וווּ ער איז אַליין געווען אַ תּלמיד; מיט עטלעכע תּלמידים זײַנע פֿון דעמאָלט איז ער געבליבן אין קאָנטאַקט ביזן הײַנטיקן טאָג — ווען זיי זײַנען שוין אַרײַן אין די 50ער און 60ער!

זײַן איצטיקע ראָלע ווי דירעקטאָר פֿונעם אַרגענטינער ייִוואָ האָט ליכטענבוים אָנגעהויבן אין 1994, אינעם יאָר פֿונעם באַקאַנטן טעראָר־אַטאַק, וואָס האָט אויפֿגעריסן דעם בנין, וווּ דער ייִוואָ האָט זיך געפֿונען. ווען דער אויפֿרײַס וואָלט געשען אין דער זעלבער צײַט אין אַן אַנדער טאָג, וואָלט ער מער ניט געווען אויף דער וועלט, נאָר יענעם מאָנטיק איז ער געקומען צו דער אַרבעט אַ ביסל שפּעטער. על־כּל־פּנים, דאַרפֿן זײַנע פֿיל הונדערטער, אפֿשר טויזנטער, תּלמידים זײַן דאַנקבאַר, וואָס ליכטענבוים האָט דעמאָלט פֿאַרשפּעטיקט.


דער וויצלער אײַזיק־מאיר דיק

The Wisecracker Isaac Mayer Dick

אײַזיק־מאיר דיק

דער ערשטער פּאָפּולערער שרײַבער אויף ייִדיש, דער ווילנער משׂכּיל אײַזיק־מאיר דיק (1814־1893), האָט אָנגעשריבן איבער 300 ביכלעך, וואָס האָבן זיך פֿאַרקויפֿט אין די טויזנטער. ייִדישע פֿרויען פֿלעגן כאַפּן ווי מצה־וואַסער זײַנע דערציילונגען, וואָס זײַנען אַרויס פֿון דער באַקאַנטער ווילנער דרוקערײַ „ראָם‟. ליטעראַטור־פֿאָרשער האַלטן, אַז דיק האָט „פֿאַקטיש געלייגט דעם יסוד פֿאַר דער נײַער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור‟. נאָר פֿון דעסטוועגן, איז ער אַ גאַנץ לעבן געווען אָרעם, שיִער ניט געהונגערט אַ מאָל, און ער איז געשטאָרבן אין גרויס עלנט. אָבער ווי אַ וויצלער און אַ זאָגער פֿון גלײַכווערטלעך איז זײַן נאָמען פֿאַרבליבן אינעם פֿאָלקס זכּרון צענדליקער יאָרן.

Read more


משה ענטפֿערט אָפּ די מלאכים

Moses Responds to the Angels

דראַמאַטורגיע איז אפֿשר דער ייִנגסטער זשאַנער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ צענדליק פּיעסעס, װעלכע זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן ביז אין מיט-19טן יאָרהונדערט, האָבן ניט געהאַט קײן פּראַקטישע װערט אָדער סצענישע צוקונפֿט.

דאָס איז באַזונדערס פּאַראַדאָקסאַל, װען מיר לײענען די מדרשים, װעלכע, לױט מײַן מײנונג, האָבן אַ פֿעסטע סטרוקטור פֿון אַ דראַמאַטיש װערק. די מאַקראָ־קאָסמישע סוזשעטן, צו װעלכע די אײראָפּעיִשע ליטעראַטור איז אָנגעקומען ערשט אין דער לעצטער היסטאָרישער תּקופֿה, עקזיסטירט בײַ ייִדן שױן מער װי צװײ טױזנט יאָר. אַזעלכע װאַרעמע באַציִונגען צװישן דעם אײבערשטן, זײַנע מלאָכים און אַ בשׂר־ודם, װעלכע מיר געפֿינען אין אָט דעם־אָ „שבֿועותדיקן‟ מדרש „מלאכים און מענטשן‟, זײַנען זײער כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער ייִדישער מינדלעכער און שריפֿטלעכער טראַדיציע.

Read more


דער וויכּוח

The Quarrel

פֿון שמואל־ניסן גאָדינער

WikiHow

אָט אַזױ זײַנען זײ אָפּגעזעסן אַ לאַנגע, בלױע װינטערנאַכט, אין דער אַלטער גרױסער שטוב מיט די שטומע שאָטנס פֿון זײדעס און עלטער־זײדעס מיט לאַנגע זילבער־בערד אין די טונקעלע װינקלען, מיטן פֿאַר­שטױבטן אומעט פֿון אײביקײט־שכינה מיט אָפּגעהאַקטע פֿליגל צװישן גלעזערנע שאַפֿעס מיט ספֿרים, מיט דער האַרציקער איבערגעגעבנקײט אײנער דעם צװײטן און מיט װילדער פֿרעמדקײט — און געפֿירט זײער װיכּוח.

ניט בײדע האָבן גלײַך עס געװאָלט.

ניט בײדע זײַנען פֿון אײן עלטער געװען.

Read more


ש”י עגנון רעדט מאַמע־לשון

Agnon speaks Mame-loshn

ס׳איז ווייניק באַקאַנט, אַז דער גרויסער העברעיִשער שרײַבער ש”י עגנון (1888־1970), וואָס האָט געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור אין 1966, און וואָס זײַן באַקאַנט בילד מיט אַ יאַרמלקע באַצירט דעם 50־שקל־באַנקנאָט אין מדינת־ישׂראל, האָט יונגערהייט זיך אויך געדרוקט אויף ייִדיש. געבוירן מיטן נאָמען שמואל־יוסף הלוי טשאַטשקעס אין דער גאַליצישער שטאָט בוטשאָטש, האָט עגנון אָנגעהויבן שרײַבן אין עלטער פֿון 8 יאָר. צו 15 האָט ער שוין געדרוקט זײַנע ערשטע מעשׂהלעך, אויף ייִדיש און אויף העברעיִש, און עטלעכע יאָר האָט ער געאַרבעט ווי דער געהילף־רעדאַקטאָר פֿאַרן זשורנאַל „דער ייִדישער וועקער‟. דער פּסעוודאָנים עגנון, וואָס ער האָט שפּעטער אויך געמאַכט פֿאַר זײַן אָפֿיציעלן פֿאַמיליע־נאָמען, אין 1924, נעמט זיך פֿון זײַן ערשטער מעשׂה, געדרוקט אין ארץ־ישׂראל, אין 1908 — „עגונות‟. דער העברעיִשער אוניווערסיטעט האָט אין 1977 אַרויסגעגעבן אַ באַנד פֿון זײַנע שריפֿטן אויף ייִדיש.

עגנונס גאַליציאַנער אָפּשטאַם הערט זיך זייער גוט אין דעם דאָזיקן אויסצוג פֿון אַן אינטערוויו, געמאַכט בײַ אים אין דער היים אין נאָוועמבער 1966. אַז ער איז ניט געווען צו אָנגעלייענט אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור איז שוין קלאָר פֿון דעם, וואָס ער באַקלאָגט זיך, אַז ער קען ניט לייענען די מאָדערנע אָרטאָגראַפֿיע. עגנון מישט אויך אַרײַן אַ ביסל דײַטשמעריש, וואָס אָדער ער האָט עס נאָך פֿון בוטשאָטש, אָדער ס׳איז צוגעקומען פֿון זײַנע 11 יאָר לעבן אין דײַטשלאַנד.


שווער צו זײַן אַ רבֿ

It’s Hard to Be a Rabbi

נישט געהאַט קיין ברירה…

אַ רבֿ פֿון אַ שטעטל איז ניפֿטר געוואָרן. האָט זיך דער ראָש־הקהל אַרויסגעלאָזט איבער פּוילן און האָט געבראַכט עפּעס אַ היקעוואַטן ייִד און אים געמאַכט פֿאַר רבֿ.

פֿאַרשטייט זיך, אַז ס’שטעטל ייִדן האָבן זיך אויף דעם זייער געוווּנדערט.

— וואָס איז אײַך, ר׳ נפֿתּלי, עפּעס אײַנגעפֿאַלן אַ „שמע קולנו‟ צו ברענגען אַ היקעוואַטן רבֿ? — האָט דער עולם געוואָלט וויסן.

— איך האָב נישט געהאַט קיין ברירה, האָט דער ראָש־הקהל געענטפֿערט, — קיין שטומען האָב איך ניט געקאָנט געפֿינען.

Read more


יעדע זאַך צו איר צײַט

To Everything There is a Season

מיט יאָרן צוריק האָב איך אָנגעשריבן מײַן ערשטע לענגערע נאָװעלע. הײסן האָט זי געהײסן „דער נאַכט־מלאך‟. צו יענער צײַט האָב איך שױן געװוּסט, אַז אַלץ אױף דער װעלט איז אָפּהענגיק פֿון דער צײַט, נאָר זי, די צײַט, איז אומאָפּהענגיק פֿון די בשׂר־ודמס. כ’האָב אַפֿילו אױסגעמיטן אָנצוּװײַזן די פּינקטלעכע סימנים פֿון אַ װעלכער ניט איז היסטאָרישער תּקופֿה, און איך געדענק, אַז די ליטעראַטור־קריטיקער האָבן ניט געקענט פֿעסטשטעלן, צי די געשעענישן קומען פֿאָר גלײַך נאָך די תּח־ותּט־גזירות, צי נאָכן לעצטן חורבן. אַזױ אַרום, איז פֿאַר מיר, אַ יונגן שרײַבער, געבליבן אַקטועל נאָר אײן און אײנציקע טעמע — די באַציִונגען צווישן „מענטש — צײַט — גאָט‟“, און לױט מײַן מײנונג, איז דער טאַנדעם „צײַט־מענטש‟ דער װיכטיקסטער פּרט בײַם פֿאַרשטײן און אױפֿנעמען דעם באַגריף „גאָט‟. פֿון דעמאָלט אָן איז פֿאַרבײַ אַ האַלבער יובֿל, נאָר קײן אײן מענטש אױף דער װעלט איז ניט געװאָרן נענטער צו דער אַנטדעקונג פֿונעם סוד, װעלכער ליגט באַהאַלטן אין דער פֿאָרמל „גאָט — צײַט — מענטש‟.

Read more


די זשאַבעלע באַבעלע

Grandma Froggy

לעבן וואַסער אויף אַ שטיין זיצט אַ זשאַבעלע אַליין. טראַכט די זשאַבע: „מיר איז נעבעך קאַלט, איך ציטער — ווערן אַלט איז טאַקע ביטער. פֿאַר וואָס קומען ניט באַזוכן מיך די אייניקלעך מיט קוכן — צו פֿאַרנומען זײַנען זיי?‟ גיט די פֿרומע אַ געשריי: „אַדרבא! אַן אויפֿגאַבע פֿאַר יעדער זשאַבע איז צו קומען צו איר באַבע. סתּם פֿויליאַקעס און פּראָסטאַקעס, וואָס עס קומט זיי עשׂר מכּות… נאָר איך טראַכט זיך, אַז עס מאַכט זיך פֿאַר אַ זשאַבע אין די יאָרן איז שוין צײַט אַוועקצופֿאָרן — בעסער, ווען איך וווין אין איינעם מיט משפּחה אָדער שכנים‟.

Read more


צוריק אַהיים

Back Home

אין דעם ייִדישן קהילה־צענטער פֿון סאַנקט־פּעטערבורג האָט באַזוכט אונדזער „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער פּראָפֿ’ מיכאל קרוטיקאָוו. ער האָט געהאַלטן אַ לעקציע וועגן דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטור נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. עס שטעלט זיך די פֿראַגע, ווי אַזוי צו לייענען די דאָזיקע ליטעראַטור, וואָס איז אַ מאָל איבערגעלאָדן מיט פּראָפּאַגאַנדע, און וואָס 80% דערפֿון טויג ניט לכל־הדעות. נאָר ווי אַזוי לייענט מען די צענדליקער באמת גוטע שרײַבער? מע קען לייענען קעגן דעם פּשט, זוכן רמזים, געפֿינען די פֿונקען ייִדישקייט, וואָס דער צענזאָר האָט דורכגעלאָזט; אָבער אַזאַ מעטאָדיק מאַכט דעם לייענער אַליין פֿאַר אַ מין צענזאָר.

קרוטיקאָוו פּרעזענטירט אַן אַנדער אופֿן זיי צו לייענען אויפֿן סמך פֿון צוויי סאָוועטישע שרײַבער, יוסף ראַבין (1900־1987) און יחיאל שרײַבמאַן (1913־2005). ביידע געטרײַע בירגער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט זייער ייִדישקייט זיך דאָך צונויפֿגעפּאָרט מיט זייער סאָוועטישקייט, ספּעציעל אין די יאָרן גלײַך נאָך דער מלחמה. ווי אַ סך אַנדערע, האָבן זיי געשריבן וועגן אומקערן זיך אַהיים צום שטעטל, באַנײַען דאָס לעבן, חתונה האָבן, האָבן קינדער אאַז”וו, און דערבײַ זיך באַניצט מיט אַ סך ייִדישע מאָטיוון. קרוטיקאָוו ברענגט ווי בײַשפּילן ראַבינס מעשׂה „אַ רײַזע אַהיים‟ און שרײַבמאַנס „די ווענט‟.