Oyneg Shabes

מער גילבערט און סאָליוואַן אויף מאַמע־לשון

More Gilbert and Sullivan in Mame-loshn

  • Print
  • Share Share

פֿאַראַכטאָגן האָבן מיר אײַך געבראַכט אויסצוגן פֿון חנה מלאָטעקס פּורים־שפּיל באַזירט אויף די אָפּערעטעס פֿון די באַקאַנטע ענגלישע קאָמפּאָזיטאָרן גילבערט און סאָליוואַן. ס׳איז אָבער כּדאַי צו וויסן, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ ייִדישע טראַדיציע פֿון באַאַרבעטן גילבערט און סאָליוואַן אויף מאַמע־לשון, וואָס גייט אָן שוין צענדליקער יאָרן. אָנגעהויבן האָט זיך די דאָזיקע באַוועגונג, דאַכט זיך, אין 1952, ווען אַ „הדסה‟־גרופּע אין ברוקלין האָט געשטעלט אַ ייִדישן נוסח פֿונעם HMS Pinafore אין אַ ייִדישן קהילה־צענטער. מיט צוויי יאָר שפּעטער איז אויפֿגעקומען די „גילבערט און סאָליוואַן־ייִדישע אָפּערעטע־קאָמפּאַניע פֿון לאָנג־אײַלאַנד‟, ווי אַ פּראָגראַם פֿאַר דערוואַקסענע אויסצולערנען ייִדיש. אין משך פֿון די יאָרן איז די דאָזיקע גרופּע אויפֿגעטראָטן מיט צענדליקער, אפֿשר הונדערטער פֿאָרשטעלונגען.

אויף זייער וועבזײַטל קען מען הערן עטלעכע מוזיקאַלישע אויסצוגן פֿון זייערע שפּילן:

אַ לענגערן אויסצוג פֿון זייער „פּינאַפֿאָר‟ איז אויך דאָ צו זען:

אַל גראַנד, איינער פֿון די טוערס פֿון דער קאָמפּאַניע, האָט אָנגעשריבן אַ ייִדישן נוסח פֿון The Pirates of Penzance, וואָס די „פֿאָלקסבינע‟ האָט אויך אויפֿגעפֿירט אונטערן נאָמען „די ים־גזלנים‟ אין 2006. פֿון יענער געראָטענער פֿאָרשטעלונג זעט אַ קורצן אויסצוג: