אַ וועגעטאַריער בין איך געוואָרן צו 12 יאָר, און דערבײַ געשאַפֿן מײַן מאַמען אַ סך עגמת־נפֿש. במשך פֿון כּמעט 15 יאָר האָב איך קיין איין פֿליישיק מאכל נישט געגעסן. דעם אמת געזאָגט, האָט עס מיר בכלל נישט אויסגעפֿעלט.
אָבער נאָך דעם ווי איך האָב אָנגעהויבן אַרויסגיין מיט מײַן צוקונפֿטדיקן מאַן, בפֿרט ווען ס׳איז שוין געוואָרן ערנסט צווישן אונדז, האָב איך באַשלאָסן ווידער צו עסן פֿליישיקס. צום טייל איז עס געווען, ווײַל ס׳האָט זיך דעמאָלט בײַ מיר סײַ־ווי אַנטוויקלט אַ סענסיטיווקייט צו גלוטען (מיט אַנדערע ווערטער, כ׳האָב מער נישט געגעסן קיין ברויט, לאָקשן און אַנדערע שפּײַזן, דעריבער האָב איך געדאַרפֿט עסן אָפֿטער פֿלייש, כּדי זיך אָנצוזעטיקן), און צום טייל — כּדי אַרויסצוּווײַזן סאָלידאַריטעט מיט מײַן מאַנס פֿליישיקן לעבן־שטייגער.
איר דאַרפֿט פֿאַרשטיין עפּעס וועגן מײַן מאַן. אויב מע גיט אים אַ טעלער מיט סטייק, וועט ער עס אַראָפּשלינגען אין אַן אויגנבליק. ווען מיר גייען אויף „באַרבעקיוס‟, עסט ער אַזוי פֿיל וווּרשטלעך, אַז ער וואָלט זיכער געקאָנט זיך פֿאַרשרײַבן אין דער יערלעכער וווּרש־פֿרעסערײַ אין קאָני־אײַלאַנד.
כ׳האָב פֿאַרשטאַנען, אַז אויב איך וועל גוט צוזאַמענלעבן מיט דעם דאָזיקן מאַנצביל, וועט פֿלייש מוזן ווערן אַ טייל פֿון מײַן דיעטע — בפֿרט ווײַל ער איז אַ געניטער קאָכער און ווערט (פֿאַרשטענדלעך) באַליידיקט, אויב איך זאָג זיך אָפּ צו עסן זײַנע פֿליישיקע פּאָטראַוועס. לכתּחילה איז עס מיר געווען שווער — נישט צוליב מאָראַלישע סיבות, נאָר סתּם ווײַל איך האָב נישט אַזוי ליב פֿלייש. אָבער כ׳האָב זיך גיך צוגעוווינט; בײַ מײַן מאַן אין די אויגן, איז דאָס עסן די זעלבע שפּײַזן אין איינעם אַ סימן פֿון ליבשאַפֿט.
אַכט יאָר שפּעטער, עס איך נאָך אַלץ ווייניק פֿלייש: בלויז שבת, ווען עס קומען געסט, און יום־טובֿים ווי ראש־השנה און דאַנקטאָג.
הײַנט קאָך איך די מאָלצײַטן מער ווי מײַן מאַן, ווײַל זײַן שטעלע פֿאָדערט אַ סך מער שעהען ווי מײַנע. מײַן סטראַטעגיע איז צוצוגרייטן מאָלצײַטן, וווּ דאָס פֿלייש איז נישט דער עיקר, אָבער קאָן גרינג אַרײַנגעמישט ווערן. כ׳וועל קאָכן אַ געקעכץ פֿון רויטע לינדזן, שוואַרצע בעבלעך און גרינסן (זעט דעם רעצעפּט), וואָס איך עס ווי אַ וועגעטאַריש מאכל, אָבער מײַן מאַן מישט אַרײַן שטיקלעך געקאָכט פֿלייש. און ווען איך מאַך אַ גרויסן פֿרישן סאַלאַט, צעשנײַדט ער דאָס נעכטיקע געבראָטענע הינדל און מישט זיי אַרײַן מיט די שאַלאַטן און פּאָמידאָרן. אַזוי זענען מיר ביידע צופֿרידן.
מײַן צוגאַנג צום עסן פֿלייש האָט זיך אָבער פֿאָרט געביטן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע אַכט יאָר. פֿריִער האָב איך עס געגעסן צוליב שלום־בית אָדער צוליב מײַן גלוטען־פֿרײַער דיעטע. הײַנט אָבער מוז איך זאָגן, אַז געוויסע פֿליישיקע פּאָטראַוועס זענען טאַקע זייער געשמאַק; מײַן מאַנס קײַלעכלעך (meatballs), למשל, זענען טעם־גן־עדן. ווי עס איז, אויב מײַן עסן פֿלייש וועט מיר שאַפֿן אַ גליקלעכן מאַן און אַ רויִקן הויזגעזינד, בין איך גרייט אַ ביסל זיך מקריבֿ צו זײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.