Yiddish with an Aleph

א מעשה אויף פורים

A Story for Purim

פֿון ואיה וענה

Getty Images

אט די מעשה וואס איך וועל אייך ערשט דערציילן האב איך מקובל איש מפי איש, פון עמיצן וואס האט עס מיט די אייגענע אויגן געזען פארשריבן אין אן אור-אלטן פנקס. דאס איז א מעשה נורא איבער אן אויפגעקלערטן איד, א מרה-שחורה’ניק אויף להכעיס, און וואס מיט אים איז זיך פארלאפן בעצם יום הפורים.

געווען איז דאס אין א פורים טאג. אין די גאסן דרייען זיך שיכורים, מוזיק הערט זיך אומעטום, און עמך ווי גוטע אידן צוגלייך לאזן זיך אין א טאנץ, אלעס דרייט זיך, אלעס פרייט זיך, איבעראל איז יום-טוב. ס’לעבט זיך ביי אידן! ס’איז פורים אויף דער וועלט! נאר משה משכיל’אוויטש אליין איז טרויעריג… ביי אים איז עס ווי תשעה־באב. ער קוקט זיך אום ווי אלע פרייען זיך און ער פארשטייט נישט לשמחה מה זו עושה.

Read more


א צייט צו טאן צו די זאך

The Time Is Right

פֿון בן זומא

JTA

מיין חשוב’ער קאלעגע פייוויש בן-גוריון האט אין זיין לעצטן קאלום (“א צייט צו בויען”, פאברואר 28) אנגעוויזן, אז ס’זענען שוין רייף געווארן די צייט און אומשטענדן פאר די מענטשן וואס זוכן א שינוי, א בעסער לעבן, אין די ראמען פון אידישקייט און חסידישקייט, זיך צו נעמען אין די הענט אריין און טאן צו דער זאך. בן-גוריון באטראכט די סיבות, וואס פירן גבירים צו עפענען זיך די טייסטערס לטובת כל’ערליי צוועקן און קאמפיינס – צניעות, אינטערנעט אא”וו – און פרעגט, פארוואס מען זעט נישט דאס זעלבע ביי “אונזערע מענטשן”, די וואס ווילן בלייבן חרדישע אידן און נארמאלע מענטשן, זיי זאלן זיך נעמען טאן דערצו, אנשטאט זיצן און זיך באקלאגן.

בן-גוריון האט דעם רעיון שיין און עלאקוואנט ארויסגעברענגט, און ס’איז נישטא וואס צוצוגעבן, אויסער א פרומען “אמן – לו יהי’ כדבריך.” כ’וויל אבער פארט יא עפעס צוגעבן. ווען מען הערט און רעדט און לייענט וואס מענטשן מיט אזעלכע מחשבות זאגן, באקומט זיך דער איינדרוק אז מיר זענען שטעקן געבליבן אין דעם זעלבן אופן טראכטן ווי די, פון וועמענס מהלך המחשבה מיר זוכן זיך ארויסצוזען.

Read more


גאטעניו! א סתירה אין דער בריאה?

Lord! A Contradiction in One’s Being

פֿון ואיה וענה

Getty Images

איין גרויסע קשיא האב איך אויף גאט’ס וועלטל, איין קשיא אויף וועלכער איך פאדער א תירוץ. ווי קומט דאס, אז גאט האט באשאפן זיין וועלט אויף אזא אופן, אז מ’קען אין איר איבערלעבן נאר מיט אומגלייכקייט, געדרייטקייט און מאניפולירונגס-פעאיגקייטן? ווי קומט דאס אז גאט, וואס פאדערט פון מענטשן יושר, זאל אוועקשטעלן די וועלט דוקא אזוי, אז מ’זאל אין איר קענען לעבן נאר אן יושר? הלמאי, פרעג איך, האט גאט געשריבן אין דער תורה “ועשית הישר והטוב” בעת ער האט די וועלט אויסגעשטעלט דוקא פארקערט? פרואווט מען נאר גיין אויפ’ן גלייכן וועג, זייענדיג פארדרייט פון דעם שיגעון, וואס רופט זיך “אידעאליזם”, איז מען אויסגעשטעלט צו ליידן, פאלט מען ממילא, ווי א רייפע פרי אין די הענט פון די טרוקענע רעאליסטן, וועלכע פארשטייען וואס לעבן הייסט… ס’גייט נישט! ווייניגסטנס נישט אויף דעם עולם השפל.

Read more


א צייט צו בויען

A Time to Build

פֿון פייוויש בן-גוריון

ווען איך טראכט פון ליע עוועניו אין וויליאמסבורג אין מיינע קינדער-יארן, זע איך די ליכט-זוילן באקלעבט מיט פלאקאטן און גרויסע אותיות וועלכע ווארענען “אידישע טעכטער”, אז זיי זאלן חלילה נישט גיין מיט “שמאלע געפאסטע קליידער.” יעדע עטליכע וואכן זענען די זוילן פריש באקלעבט געווארן, און אלעמאל מיט די זעלבע שרעקעוודיגע בלוט-רויטע אותיות.

Read more


ישיבות למצויינים – ווער איז שולדיג?

The Exclusive Yeshivas – Who is Guilty?

פֿון בן זומא

א סך איז שוין געזאגט און געשריבן און געשאלטן געווארן איבער דער דערשיינונג פון “ישיבות למצויינים” – די מאדנע באשעפעניש וואס רופט זיך “מוסד חינוך”, אבער טוט נאך ווייניגער ווי אנדערע אויפ’ן געביט פון אייגנטליך מחנך זיין. דורכשניטליכע ישיבות זענען געווידמעט דורכשניטליכע בחורים, און דעם דורכשניטליכן בחור דארף מען מחנך זיין. ישיבות למצויינים זענען געווידמעט פאר בחורים וואס זענען בעסער ווי דעם דורכשניט; זיי זענען בטבעם שארף אויסגעשלאסן פונעם כלל “פרא אדם יוולד.” די איינציגע זאך וואס דארף זיי צוגעשטעלט ווערן זענען שיעורים וואס האקן א טשייניק מיט האר-שפאלטנדע פלפולים, און אין אויסטויש דינען די תלמידים ווי גלאנץ-זייף צו האלטן און פארשענערן דעם קאלעקטיווען עגא פון דעם מוסד.

Read more


די וויזיע פון אחרית הימים: ציוניזם, סאציאליזם און טראדיציע

The Vision of a Messianic Era: Zionism, Socialism and Tradition

פֿון ואיה וענה

די סאציאלע וויזיע פון דערלעבן זיך די צייט פון אלוועלטליכער ברידערשאפט, אין וועלכער דער וואלף און דער בער וועלן פראווען א שלש סעודות מיט לעמעלעך און ציגעלעך, איז זייער א קלינגעוודיגער געדאנק און פאנגט דאס הארץ פון מענטשן. ס’פארמאגט אבער סכנות אויך. די סכנה שטאמט פון צוויי טיילן: איינס איז וואס מענטשן נעמען אן די וויזיע ווי אן ענין וואס ליגט אין די הענט פונעם מענטש אליין, צו פארווירקליכן דורך פאליטישן אקטיוויזם. דאס צווייטע איז וואס מענטשן פארמישן די נבואה פון ישעיה אביסעלע, דערמיט וואס זיי גלייבן, אז דער וואלף קען אין א טאג ווערן א לעמעלע. למעשה אבער זאגט זיך די נבואה נאר, אז דער וואלף וועט לעבן בשלום מיטן לעמעלע, צו מאכן אבער אויס וואלף איז נישט מעגליך…

גוטע מענטשן האבן תמיד ארויסגעקוקט אויף אזא צייט, בפרט נאך די פאר’צרה’טע און געליטענע. בשעת א מענטש איז אנגעגעסן, ס’איז אים גוט אויפ’ן הארצן, דאס בייכל איז אנגעפילט מיט בשר ודגים, קומט אים נישט אויפ’ן געדאנק צו טראכטן וועגן די ארעמע און קראנקע. אידן האבן אבער נישט בחינם געהאט א צרה’דיגע געשיכטע „למען ענותך ולמען נסותך‟ — פשוט כדי דיך צו פייניגן, צו דערלייטערן די נשמה, וויבאלד אנדערש איז שווער צו באמערקן די ליידן פון אנדערע. הערשט נאך מצרים קען די תורה זאגן „אתם ידעתם את נפש הגר, כי גרים הייתם בארץ מצרים‟ — איר פארשטייט וויאזוי דער פרעמדער פילט זיך, וויבאלד איר זענט אליין געווען פרעמדע אין לאנד מצרים.

און טאקע, די אנגעפאשעטקייט ווערט געזען לויט דער תורה ווי א פראבלעמאטישער ענין. קוים וואקסן ארויס מוסקלען, די פלייש הייבט אן הענגען ביי די זייטן, פארגעסט מען זיך שוין אז ס’איז דא עפעס העכערס אויף דער וועלט און אז מ’איז אמאל אליין געווען אויף א נידריגן שטאפל („פן תאכל ושבעת… ורם לבבך ושכחת את ה’ אלקיך המוציאך מארץ מצרים מבית עבדים‟). די הקדמה איז אונז וויכטיג צו האלטן אין זינען ווען מיר ווילן באטראכטן געשיכטע, בפרט די אידישע געשיכטע.

די השכלה אינעם ציוניסטישן פארעם האט געזען אינעם איד פונעם מיטל-עלטער א פארקרומעניש פון א מענטש, אזא וואס האט פארלוירן די אייגענע ווערט, פאטשקעט זיך אין בלאטע, יעדער שטויסט און שפייט אויף אים, און אנשטאט עס זאל זיך אויפהייבן און מאכן א „ויצעקו‟, לויפט עס גאר שאקלען מיטן וויידל און טאנצן „מה יפית‟ פאר יעדן גוי און פריץ. דער גלות-איד אליין האט זיך אוודאי נישט געזען אזוי. פארקערט, פארשידענע מקורות פונעם מיטל-עלטער ווייזן אן, אז אידן האבן צומאל גאר אידעאליזירט זייער מצב אינעם גלות, זעענדיג אין דעם א מיטל אויף צו אויסאיבן די נשמה און בלייבן ריין פון פייניגן אנדערע. זיי האבן נישט באטראכט דעם מצב ווי „פאליטישע פאסיוויטעט‟, נאר ענדערש ווי „אקטיווע ספיריטועליטעט‟. דאס זענען צוויי גאנץ אנדערע זייטן פון דער זעלבער מטבע.

איך האב נישט בדעה מאמענטאל צו נעמען א צד אין איינעם פון די צוויי שטעלונגען, איך האב נאר געוואלט באטאנען דעם פאקט, אז ס’איז נישט וואס די גלות-אידעע איז אויסגעוואקסן איבערנאכט ווי א רעזולטאט פון די רדיפות קעגן אידן, נאר ס’קען אין תוך טרעפן די ווארצלען אין דער אידישער מסורה פון פריער. די וויזיע פון ישעיה איז אפשר צו שטארק אוניווערסאל, אז דער גלות-איד זאל קענען וועגן דעם טראכטן אין די מינוטן פון שווערן פיין, אבער דער מוסטער פון מצרים ווי א מיטל אויף אויסצולייטערן די נשמה איז אים זיכער געשטאנען אויפ’ן געדאנק. ציוניסטישער אקטיוויזם האט געפאדערט פונעם איד אויפצובויען דעם גוף און ארויסגעבן א נייעם סארט געשטעל, א געשטעל וואס האט שטארקע ביינער און דיקע מוסקלען — נישט אן אויסגעדארט פנים פון וועלכן צוויי שארפע גמרא-אויגן קוקן ארויס; א יוגנט מיט א נאראטיוו פון בר-כוכבא און די מאקאבעער ווי די אידישע העלדן — נישט אזעלכע העלדן ווי די וואס זענען געגאנגען צו דער שחיטה ביי די קרייצציגלער און די צרות פון כמעלניצקי.

הכנעה קעגן גאווה, אונטערטעניגקייט קעגן נקמה, אט די צוויי קעגנזייטן זענען געשטאנען אין צענטער פונעם קאנפליקט צווישן דער מסורה און די נייע אידן. אינטערעסאנט איז וואס שפינאזא שרייבט אין א נביאישער מינוט איבער דעם אידישן גלות „ווען נישט וואס די רעליגיע זייערע שוואכט אפ זייער כח, וואלט איך געזאגט אז ס’וועט נאך קענען קומען א טאג וואס זיי וועלן צוריקגעווינען זייער לאנד און גאט וועט מיט זיי באנייען דעם בונד ווי פריער…‟ שפינאזא איז נישט געווען אזא מומחה אין דער אידישער מסורה, דאך איז ער מסתמא גערעכט דערמיט וואס ער האט געזען די יסודות פון דער אזויגערופענער פאסיוויטעט אין דעם סאמע קערל פון דער רעליגיעזער השקפה ביי אידן. יצחק פולגאר, א אידישער פילאזאף וואס האט געלעבט אין שפאניע אינעם פערצטן יאר-הונדערט, שרייבט אז די וועלט איז צעטיילט צווישן דערדרוקער און אונטערגעדרוקטע, היינט וויבאלד אז אידן וועלן בשום אופן נישט אונטערדרוקן אנדערע צוליב זייער ראפינירטן מוסר, דערפאר מוז עס אזוי זיין, אז זיי זאלן זיין די אונטערגעדרוקטע.

דאס הייסט אודאי נישט, אז די גלות-אידעע מוז זיין דאס לעצטע ווארט אין אידישער השקפה, א רעליגיעזע ציוניסטישע השקפה טרעפט איר שטיצע אין אנדערע טיילן פונעם תנ”ך, און די דערמאנטע נקודות פון הכנעה מוזן נישט זיין קיין סתירה צו דעם [דוקא דאס איז די פאדערונג פון דער תורה, צו לעבן נארמאל ווי א מענטש, אבער נישט צו פארגעסן ווי מ’דארף באהאנדלען אנדערע]. ווי געזאגט איז נישט מיין כוונה אין ראם פון דעם ארטיקל צו שטעלן דעם טראפ צו איין זייט, נאר צו ווייזן וויאזוי די אידן האבן געזען דעם ענין במשך דעם גלות.

יעצט אז ס’איז געקומען די מאדערנע צייט, איז געווען נישט מער ווי נאטירליך, אז אידן זאלן זיך זען אפילעאירט מיט דעם לינקן ליבעראלן פליגל. דאס איז נישט נאר צוליב דעם וואס זיי האבן געהאפט צו „פארדינען‟ פונעם ליבעראלן שטראם, דורכ’ן באקומען גלייכע בירגער-רעכטן מיט אלע, נאר פשוט קומענדיג פון אזא געשיכטע, מיט דעם באוואוסטזיין פון א צוויי-טויזנט יעריגער מצרים וואס מ’האט הערשט ווידעראמאל געשלעפט, און מ’האט געהאלטן נאך אין סאמע מיטן פונעם שלעפן, האט זיך שטארק געריסן דאס הארץ פונעם אידישן קאלעקטיוו פאר די וויזיעס פון אחרית הימים און אוניווערסאלן שלום. פון א פארטיקולאריסטישער הכנעה (אבער נישט קיין ייאוש) איז ארויסגעוואקסן סוף כל סוף — טאקע מיט א השפעה פון דער עמאנציפאציע — דער רייץ אויף אוניווערסאלער ברידערליכקייט.

***

די וועלטליכע געשיכטע לויפט אויך ווי עס איז אין א געוויסן פאראלעל צו דער אידישער געשיכטע מיט דעם דערמאנטן געדאנק. דעם אנהויב צו אזא געדאנק אין דער גוישער וועלט דארפן מיר טרעפן אין קריסטנטום אודאי. פאר די מחברים פונעם עוואנגעליאן זענען די נבואות פון ישעיה נישט געווען פארהוילן, אבער וויכטיג איז דוקא צו באטראכטן דעם אופן ווי זיי האבן אידעאליזירט הכנעה און לאזן זיך שלאגן. „אז מ’פאטשט דיך אין איין באק זאלסטו אהינגעבן דאס צווייטע‟, איז א באקאנטער ציטאט פונעם עוואנגעליאן. אט דאס הכנעה’דיגע געפיל איז געלעגן אין די ערשטע יודא-קריסטן ווי א טייל פון דער אידישער מסורה, אבער איז מסתמא נאך שטערקער געווארן א דאנק די רדיפות קעגן זיי. אינעם מציאות האט די קירכע זייער ווייניג מקיים געווען דעם רעיון הלכה למעשה, אבער ווי אן אידעאל האט די קירכע שטאלצירט מיט דער הכנעה וואס יעזוס אליין האט ארויסגעוויזן קעגן זיינע רודפים.

אין אנדערע ווערטער הייסט דאס, אז במשך דעם מיטל-עלטער האבן די קריסטן אליין אויך געפראוועט אזא השקפה ווי די גלות-אידן, דער גאנצער ענין פון פאליטישער פירערשאפט בכלל האט אויסגעזען פראבלעמאטיש פונעם עוואנגעליסטישן שטאנדפונקט, און דאס האט געגעבן אביסל קאפווייטאג פאר די קירכן-פאטריארכן, כאטש וואס אינעם למעשה האט עס געהאלטן העט ווייט פון ווערן אויסגעפירט בוכשטעבליך.

אויב אינעם מיטל-עלטער זענען די קריסטליכע אידעען געלעגן פארשטויבט, האט עס אבער געשלאגן ווארצלען אינעם נייעם פארעם, ווען אייראפע האט ענדליך גענומען חלומ’ען טאג און נאכט וועגן ישעיה’ס וויזיעס. די ליבעראלע בשורה איז ארויס אויפ’ן וועג, גייענדיג אין די פוסטריט פונעם עוואנגעליאן — אויסצולייזן די גאנצע וועלט. זענען די ליבעראלע מבשרים געווען מער רעאליסטיש ווי די קריסטליכע עלטערן? האבן זיי טאקע מצליח געווען אויסצולייזן די מענטשהייט? אודאי איז געווארן פיל בעסער היינט ווי אמאל, דאך פארשטייען שוין היינט אלע ,אז צו דערלאנגען ממש צום אחרית הימים וועט נאך נעמען צייט.

אין סך-הכל קענען מיר דא דערקענען די שפאנונג וואס הערשט צווישן דער אידישער טראדיציע פון גלות קעגן דעם פאליטיש-אקטיוון ציוניזם, ווי אויך די שפאנונג צווישן אידעאליזם און רעאליזם. די פארשידענע כוחות פארמעסטן זיך ווי קעגנזייטיגע כוחות סיי אינערהאלב דער אידישער וועלט, ווי אויך אין דער דרויסנדיגער וועלט. יעדע זייט האט אין זיך סכנות, סיי גשמיות’דיגע סיי רוחניות’דיגע, און צו טרעפן דעם גלייכן באלאנס אינדערמיט איז קריטיש פאר דעם עקזיסטענץ פון דער מענטשהייט. דערווייל אבער ווערן מיר אלע צעפליקט פון די עקסטרעמיסטן אויף ביידע זייטן, און די פשרה וועט מסתמא אויך נאר פארקומען אין אחרית הימים…


אין די הערצער ברענט א פלעמל

Their Souls Are Alive

פֿון בן זומא

אַ גרופּע ברעסלאָווער חסידים אויף קבֿר־אָבֿות אין אומאַן

ברעסלאוו מיינט אנדערע זאכן צו אנדערע מענטשן. ביז מיט א דור צוריק, זענען די ברעסלאווער חסידים געווען חסידים כמעט גלייך מיט אלע אנדערע. דער עיקר חילוק האט געשטעקט אין דער אפוועזנהייט פון א לעבעדיגן רבי’ן, מיט וואס ברעסלאוו איז געווען אנדערש ווי אנדערע חסידישע הויפן.

היינט איז ברעסלאוו אויך אנדערש ווי אנדערע חסידות’ן, אבער די חילוקים פון זיי ביז אנדערע זענען מער און גרעסער ווי אמאל. ווען מען דערמאנט ברעסלאוו, קומט אויפ’ן געדאנק מוזיק, תכלת-ציצית, שחרית בהשכמה, און נאך אזעלכע “רעוואלוציאנערישע” מעשים. ברעסלאוו איז היינט אזא סימבאל פון א רעכטן רעוואלט.

Read more


זאג מיר פריער ווער איך בין

First Tell Me Who I Am

פֿון ואיה וענה

דער הויפט תפקיד פון חינוך איז צו פארזיכערן פאר’ן דערוואקסלינג, אויף ווי ווייט ס’איז שייך, א קלארע סטאבילע ערד אויף וואס צו טרעטן. יעדער חינוך אין דער וועלט, שוין צוליב דעם אליין וואס עס פרובירט מחנך צו זיין א יונגן דור, באנוצט זיך עס מיט פארשידענע פרינציפן און ווערטן, וועלכע עס פרובירט איינצופלאנצן אין די הערצער פונעם פריש-געבוירענעם דור, און אויף יענע ווערטן צייגט עס אן מיטן פינגער “כזה ראה וקדש!” ס’איז נישטא קיין שום חינוך אין דער וועלט, וועלכע לאזט וויסן די קינדער, אז דער וועג פון לעבן איז אינגאנצן אומאויסגעטרעטן, און זיי דארפן אליין באשליסן, וויאזוי צו לעבן, וויבאלד אויף צו באשטימען אזא בליק אויפן לעבן דארף מען גארנישט קיין חינוך. לאז נאר דאס קינד אליין וועט ער שוין זען, אז ער האט נישט קיין אויסגעטרעטענעם וועג. אזא צוגאנג וואלט געהייסן אומ’חינוך.

Read more


נבואה אינעם גלות פון טירוף הדעת

Prophecy in the Exile of Madness

פֿון בן זומא

חז”ל זאגן, אז נאך דעם וואס דער בית המקדש איז חרוב געווארן, איז די נבואה איבערגעגעבן געווארן צו “שוטים” און קינדער. פריער, איז דער כוח פון נבואה געלעגן אין די הענט פון גרויסע מענטשן, וואס האבן זיך אויסגעארבעט אדער זענען לכתחילה געבוירן געווארן מיט דער אייגנשאפט, מיט די נויטיגע “אַנטענעס”, אויפצוכאפן די סובטילע זענדונגען, וואס דער מענטש מיט זיינע געווענליכע חושים איז נישט בכוח צו דערשפירן. ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן, איז די מעגליכקייט צו פילן וואס גייט זיין אריבערגעגאנגען צו קינדער און גייסטיג-צערודערטע.

אין חורבן בית המקדש איז אריינגערעכנט די צרה פון “גלות”. אחוץ דעם וואס דאס צענטראלע פלאץ פון אידישן גייסטיגן לעבן, וואו דער מענטש האט געקענט, אזוי צו זאגן, מאכן אזא פארבינדונג מיט ג-ט, איז אוועקגעקומען, איז דער איד אויך פארטריבן געווארן פון זיין לאנד – ער איז געגאנגען אין גלות.

Read more


לא יקרא שמך עוד יעקב

Thy Name Will No Longer Be Jacob

פֿון ואיה וענה

איך הייס יאנקעלע, נאר אנדערע רופן מיך ישראל’יק. פארוואס ישראל’יק ווען איך הייס יאנקעלע? א קשיא אויף א מעשה. מיר איז עס גארנישט אזוי ניחא, נאר גיי קריג זיך מיט א וועלט. דער עולם רופט און איך מוז ענטפערן. אט גיי איך אויף דער גאס און איך קלער מיר “אט גייט יאנקעלע!” דערווייל קומט מיך אנטקעגן א חבר און פרעגט “וואס מאכסטו עפעס ישראל’יקל?” זאג איך אים “איך בין יאנקעלע”, זאגט ער מיר “די גאנצע וועלט ווייסט אז דו ביסט ישראל’יקל, קומסטו מיר דערציילן מעשה’ס?”

א מאדנע אנשיקעניש! קלער איך מיר, און איך ווייס נישט ווי דאס אויפצועסן. איך האב פרובירט שוין צו ווענדן זיך צו רבנים, צו גלחים, צו כישוף-מאכער, און וואס נישט. אזוי למשל קום איך אריין צום רב, אן איינגעבויגענער מיט א גרייז-גראע בארד - צו די יונגע רבנים האב איך נישט געוואלט גיין מחמת זיי זענען אלע פאלשע, איך גלייב נישט אין זיי – זעט מיך דער אלטער רב, זאגט ער מיר: “שלום עליכם ר’ ישראל! וואס איז מיט אייך?” רעד איך מיר אויס דאס הארץ אויף מיינע צרות. גיט זיך דער רב א האסטיגן שטעל אויף פון פלאץ, אן אלטער איד קיינעהארע, נישט לייכט געווען, און ער נעמט שרייען אויף מיר:

Read more


שווער צו זיין א איד

It's hard to be a Jew

פֿון בן זומא

Max Gershman

ס’איז שווער צו זיין א איד. אזוי קרעכצן מיר שוין הונדערטער יארן. דאס איז אבער געווען אמאל. היינט, איז בכלל נישט שווער צו זיין א איד. אלעס אין וואס מיר נויטיגן זיך איז פאראן. איבעראל וואו מען דארף גיין איז צוטריטליך. קיינער שטערט נישט און יעדער העלפט. מיר האבן פרייהייט, אלע געברויכן, אלע אינסטיטוציעס, קהילות, ארגאניזאציעס, און גוטע מענטשן וואס זענען גרייט צו העלפן מיט וואס מען נויטיגט זיך. אידישקייט האט אין דעם זין דערגרייכט ימות המשיח: אלעס וואס מען דארף דארף וואקסט אויפ’ן בוים. אלץ וואס דער מענטש דארף טאן איז, אויסשטרעקן די האנט און נעמען.

און פארט, ס’איז שווער צו זיין א איד. אבער אנדערש ווי אמאל, נעמען מיר זיך די שוועריגקייטן מיט די אייגענע הענט. און אנדערש ווי אמאל, ווי די שוועריגקייטן האבן געשטעקט אין דער אידישקייט שבתוך זיין א איד, זענען די מניעות היינט קולטורעלע און סאציאלע.

Read more


דאס אייגן ביסל זיך

A Piece of Oneself

פֿון ואיה וענה

דער כח פון בענקשאפט איז שטערקער פון אונז אלע. וואוהין מיר זאלן זיך נישט קערן וועט זי אונז צערייסן אויף שטיקער. אט פארט מען אוועק פון שטוב, ווילט זיך אהיים, גייט מען אהיים בענקט זיך צום פרייען דרויסן. וואוינט מען אינעם מערב בענקט מען נאך מזרח, וואוינט מען אין מזרח בענקט מען נאכ’ן מערב. און אט שווערן זיך ביידע, אי דער מזרח אי דער מערב, אז דיין היים איז דוקא דארט וואו דו ביסט נישט!… דרייסטו דיך אזוי לאנג ביז דו פארלירסט דעם גלייכן זינען.

נאר אזוי איז מענטשליך. דער וואס איז ווייט פון זיין היים און ער בענקט נישט נאך איר איז א קנאפער מענטש. ווידער צו זיין פארשלאסן אין שטוב און נישט בענקען נאך דעם פרייען דרויסן איז פונקט אזוי קנאפער מענטש. א מענטש בענקט. אין חדר האט מען געזאגט אז דאס איז מעשה שטן, דער נישט גוטער דרייט דאס דעם מענטש א קאפ צו זוכן זיך אוצרות תמיד דארט וואו ס’איז נישטא, איך זאג אייך אבער אז ס’מוז נישט זיין מעשה שטן, דאס איז גלאט אזוי מעשה מענטש. א מענטש איז א בענקענדיג באשעפעניש, און דערפאר בענקט ער תמיד.

Read more


די קומענדיגע איבערקערעניש

A Revolution is Brewing

פֿון בן זומא

Getty Images

רעוואלוציעס און איבערקערענישן זענען א פאקט פון לעבן. ס’איז א מציאות וואס יעדער מענטש און יעדעס לאנד – און אפילו די וועלט – מוז צומאל דורכגיין. פארוואס דאס איז אזוי, איז אן ענין פאר זיך. דאס אז עס איז אזוי, איז אבער א פאקט.

ס’איז אויך א פאקט אז ס’איז נישט פאראן קיין וועלטס-מאכט וואס איז געבליבן שטיין לעולם וועד. דורכאויס דער היסטאריע זענען שוין געווען פילע אימפעריעס און מלוכות, אבער קיינער איז נישט געבליבן שטיין על מכונו. פריער צי שפעטער איז געקומען די צייט, און די מלוכה איז ווי א פרומער קריסט געפאלן אויף די קני. פאראן אימפעריעס, ווי למשל ענגלאנד, וואס זענען אזוי געבליבן קניען לאורך ימים, בשעת אנדערע, ווי דעם סאוועטן פארבאנד, איז ווי אן ערליכער מוסולמענער געפאלן צו דער ערד און געקישט די פאדלאגע. שטיין געבליבן איז אבער קיינער.

Read more


גאט, מענטש און טעכנאלאגיע

God, Man and Technology

פֿון ואיה וענה

די וועלט איז די זעלבע, די ערד איז די אייגענע, די זאמד היט אויף איר אייביגע ברוינקייט, און די בערג ווארפן מיט שפיצן נישט אנדערש ווי אמאל. דאך דער מענטש איז נישט דאס אייגענע. די קו איז דאס זעלבע, די חיות אין וואלד אויך, נאר דער מענטש האט זיך געביטן. מילא די הינער האט מען נעבעך ארויסגעריסן פונעם שטאל און אריינגעשטעלט אין פאבריקן. דאס איז דעם מענטש צו פארדאנקען. דאך בלייבן זיי אלע אינגאנצן אומבאוואוסטזיניג צו די מהפכות איבער דער וועלט, רואיג אינגאנצן וועגן דעם פראבלעם פון נוקלעארן חורבן וואס באדראעט די ערד. די קו דערקענט נישט קיין אונטערשייד אין דער שטרוי פון אמאל ביז היינט, און פון איר זייט האט די מכה פון טעראר שוין געקענט איינהילן די וועלט אין פחד פאר דריי טויזנט יאר. קיין זאך צעשיידט נישט צווישן דעם עלעפאנט אין דער אייזן-תקופה און דעם פאטער זיינעם אין דער פאלעאליטישער תקופה. אמאל און היינט איז אייניג אומזיכער ווי זיכער, פשוט און טרוקן, מאט און חיה’דיג. נאר דער מענטש איז נישט דער זעלבער.

Read more


דער קריזיס ביי די קנאים

Crisis for the Extremists

פֿון בן זומא

עס טוט זיך לעצטנס מיט א פרשה פון קברים אין בית שמש. איך בין נישט באקאנט אין די פרטים; עפעס האנדלט זיך עס וועגן א בוי-פראיעקט, וואס זאל אנגעבליך זיך האבן אנגעשטויסן אין קברים, ארום וועלכע ס’האט זיך אנטוויקלט א מיינונגס-פארשידנהייט איבער יא אדער נישט פארזעצן מיט דער ארבעט. “מיינונגס-פארשידנהייט”, ווי עס איז דער סדר אין אונזער וועלטל, באדייט פראטעסטן, פאשקעווילן, קללות און חרמות – און דאס גאנצע פעקל וואס קומט געווענליך מיט. דער חידוש מיט דעם פאל איז אבער, אז ביידע צדדים, להיתר און לאיסור, באלאנגען צום קנאי’שן לאגער. צווישן די מתירים זענען פאראן פראמינענטע און אקטיווע מיטגלידערס פון דער “עדה החרדית”, און די מחלוקה האט געפירט צו אן אומאפיציעלן אבער טיפן ריס אינערהאלב דעם קנאי’שן לאגער, בעיקר אין ארץ ישראל אבער אויך אין אויסלאנד.

Read more


גענוג פילאזאפיע! אהער מיטן תנ"ך

Forget Philosophy and Give Me Back the Scriptures

פֿון ואיה וענה

“הערט אונז”, זאגן די אידישע דענקער, “קייעט איבער די תורה מיטן שכל. פארנעמט זי מיטן מוח וועט אייך ליכטיג זיין. מיר וועלן צו אייך דרש’נען וועגן אטענס און ירושלים, מיר וועלן בויען בנינים צו דערקלערן דיר וואו עס שטעקט דער חידוש פון יהדות איבער דער גריכישער חכמה, און מיר וועלן דיר איבערצייגן ווי די אידישע נביאים האבן געזען הויך הויך מער פון סוקראטעס, אפלאטאן און אריסטו. מער וועלן אייך נישט שווער זיין די קשיות פון געטליכן מוסר, טוב ורע, מער וועט אייך נישט שווער זיין וויאזוי גאט באווייזט זיך פון דארן, ביי אונז וועט איר געפינען רו קעגן די גרויסע קשיות פון שלעכטס אויף דער וועלט. קומט נאר אין ליכט פון דייטשן אידעאליזם, דערזעט די ליכט פון העגעל, דערקען דעם גאט פון די אידן דורך שפיגלען זיך אין גוישער חכמה. קאנט און דאך נישט קאנט, אריסטו און דאך נישט אריסטו, און אזוי ווייטער.”

Read more


באקריוודעטע פון דער וועלט: פאראייניגט זיך!

Discriminated of the World: Unite!

פֿון בן זומא

האב איך אנומעלט געלייענט א נייעסל, אז א געוויסע חיות-רעכטן גרופע האט אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע, וואס פארלאנגט אז א געוויסער מין מאלפע זאל אנערקענט ווערן ווי א “פערזאן”. יענע מאלפע, טענה’ט די גרופע, האט א גענעטישן צוזאמשטעלן וואס איז 99 פראצענט די זעלבע ווי דעם מין מענטש. מיט וואספארא רעכט, ברוגז’ן זיי זיך, זאלן מיר, כמעט-מאלפעס, האבן דאס רעכט זיך צו זען אלס בעסער ווי אונזערע האריגע ברידער?

איך מיין אבער, אז יענע אנקלעגערס זענען פרימיטיוו. זיי טראכטן זייער געצוימט און וואלטן געמעגט זיך דערלויבן אביסל מער ברייטקייט אין זייער וועלט-אויסקוק. און ווען ס’וואלט זיך גערעדט פון בלויז שמאלקעפיגקייט, וואלט איך עס זיי נאך פארשוויגן. נישט קיין איבעריג ברייטע מוחות; ס’איז נישט עק וועלט: מ’האט שוין געזען אזוינס. איך מיין אבער, אז דאס אוועקשטעלן די גענעס אלס יסוד פאר גלייכהייט און אייניגקייט שטעלט מיט זיך פאר א געפערליכן פרעצעדענט, ווייל עס שלאגט פאר א קריטעריע, וואס איז בעצם דיסקרימינאטיוו.

Read more


כמעט א משכיל

A Dip into Secular Literature

פֿון ואיה וענה

א ווייסע פלארעסענט האט באלויכטן דעם צימער, פון אלע זייטן איז געווען אנגעלייגט מיט ספרים און ביכער פון פארשידענע מינים. א חומש און א גמרא דירעקט איבער ביכער פון ש”י עגנון, שלום עליכם, חיים גראדע און באשעוויס-זינגער. דירעקט אינמיטן, איבער א שרייב-טיש וואס האט זיך קוים געקענט ארויסזען, איז זיך געזעסן איציק און געצויגן די ווערטער ווי מ’ציט וואסער אין א שטרוי. ש”י עגנון’ס ווערק האט ער אפגעליינט אין א אידישער איבערזעצונג, און פון שלום עליכמ’ן האט ער געהאט דוקא נאר אן איבערזעצונג אויף לשון-הקודש. מילא ליינען עגנון’ען אויף אידיש, קען מען נאך ווי עס איז אראפשלונגען, וויבאלד עגנון איז דאך ווי נישט אויסגעבוירן אויף אידיש און האט דעם סארט לעבן געהאט אינעם מוח, אבער שלום-עליכם אויף לשון-הקודש, דאס האט שוין עפעס צו שטארק א שעטנז טעם. נאר וואס קען מען טון? עפעס אנדערש האט ער נישט געטראפן ביים צווייט-האנטיגן ספרים-סוחר, און איציק איז צופרידן געווען מיט וואס ער האט.

Read more


א שמועס מיט א געוועזענעם אמיש-מאן

A Talk With an Ex-Amish Man

פֿון בן זומא

דאס איז געווען אויף דער ניו־יארקער סובוועי, וואס דינט אלץ פלאטפארמע פאר אלערליי מאדנע מענטשן און געשעענישן. איך בין געזעסן אויף דער באן, פארטיפט אין לייענווארג. ווען כ’האב אויף א רגע אויפגעהויבן די אויגן, האב איך באגעגנט א פּאר נייגעריגע אויגן. מיין שכן, ווי עס שיינט, איז שוין אזוי געשטאנען און מיך באטראכט פאר א וויילע. ס’האט אויסגעזען ווי ס’חשק’ט זיך אים צו כאפן א שמועס, נאר ער האט נישט די מוט אנצוהויבן. האב איך געטאן, וואס מען טוט אין ניו־יארק: געגעבן אזא „סטראָוק‟-שמייכל — די ליפן צעשפרייט פון דאנעט ביז אהין; דער איבעריגער טייל פון פנים קאלט-פארפרוירן, ווי ביי א מארמארנער סטאטוע. יענער האט זיך צוגעכאפט און א שמועס האט זיך אנגעהויבן.

Read more


היכי דמי קליינע מענטשעלעך

What's Meant by "Those Little People"?

פֿון ואיה וענה

אז איך בין געקומען אין די יארן און איך האב געדארפט פארלאזן מיין טאטן’ס שטוב און זיך לאזן אין דער גרויסער וועלט אריין, האט מיר דער טאטע אנגעזאגט: “הער מיין קינד. אין גאט’ס וועלטעלע זענען דא בערג. גרויסע בערג. אפילו דו ווילסט זיי נישט זען, קענסטו זיי נישט פארפאסן. זיי דערהייבן זיך פון די קליינע נידריגע געביידעלעך און ציען זיך אויס א הימל הויך… אט דאס זענען בערג! נאר זעסטו, טאלן זענען אויך דא – אזעלכע וואס מ’זעט נישט, זיי געפינען זיך ערגעץ פארשטעקט צווישן בערג און ימ’ען, קליין, נישטיג און פאר זיך.

Read more