נאַטאַליע קריניצקאַ איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן און אַרבעט בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ זינט 2000. זי האָט געלערנט ייִדיש־קורסן אין פּאַריז, ווילנע און פּוילן און פֿאָרשט אויס די ייִדישע ליטעראַטור. אַ מומחה איעם געביט פֿון דעם, ווי אַזוי די פּויליש־ייִדישע באַציִונגען ווערן אָפּגעשפּיגלט אין ביידע ליטעראַטורן, האָט זי אויך רעדאַקטירט אַ זאַמלונג לידער פֿון מרים אולינאָווער, וואָס דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ האָט אַרויסגעלאָזט אין 2003.
נאַטאַליע קריניצקאַ, די רעדאַקטאָרשע פֿונעם „טעם־טעם‟ דערקלערט אינעם פֿאָלגנדיקן אינטערוויו מיטן „ווײַטער‟, די צילן און אויפֿגאַבעס פֿון דער פּובליקאַציע און פֿאַר וואָס מע וויל לערנען סטודענטן ווי אַזוי צו רעדן וועגן סעקס אויף ייִדיש.
וואָס איז דער ציל הײַנט פֿונעם „טעם־טעם‟?
אונדזער גאַנצע „פֿילאָסאָפֿיע‟ שטעקט שוין אינעם טיטל: דער ייִדישער „טעם־טעם‟ איז אַ קאָמוניקאַציע־מיטל (ווי אַ מין „טאַמטאַם‟־פּויק טאַקע) מיט אַ ייִדישן טעם (דערפֿאַר שרײַבט מען עס מיט אַן “ע”, אָבער מע רעדט עס אַרויס מיט אַ „פּתח־אַלף‟). דער ציל איז צו געבן ייִדיש־לערנערס פֿון דער גאַנצער וועלט אינטערעסאַנטע, הײַנט־צײַטיקע לייען־מאַטעריאַלן צוגעפּאַסט פֿאַר פֿאַרשיידענע מדרגות, פֿון אָנהייבער ביז אַוואַנסירטע. אַזוי ווי דער גאַנצער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟, זענען מיר וועלטלעך און אומפּאָליטיש. אינעם „טעם־טעם‟ קען מען געפֿינען אַרטיקלען, ליטעראַרישע טעקסטן פֿון אַ מאָל און הײַנט, גלאָסאַרן און שפּילן — דאָס אַלץ מיט דערקלערונגען פֿון שווערע ווערטער אויף פֿראַנצייזיש און ענגליש. פֿאַר די, וואָס קענען נאָך ניט לייענען דעם „פֿאָרווערטס‟, דינען מיר אויך ווי אַן אינפֿאָרמאַציע־בלעטל וועגן דעם, וואָס עס טוט זיך אויף דער ייִדיש־וועלט: מיר דרוקן אָפּ נײַעס פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ און באַריכטן פֿון אַ סך לענדער, צעגעשיקטע דורך אונדזערע קאָרעספּאָנדענטן אין אויסלאַנד (זײַט וויסן, אַז יעדער לייענער קען אויך ווערן אַ קאָרעספּאָנדענט). דאָס וויכטיקסטע פֿאַר אונדז איז, אַז דער „טעם־טעם‟ זאָל האָבן אַ גוטע שפּראַך־מדרגה. דערפֿאַר ווערן אַלע מאַטעריאַלן — אי די אָנגעשריבענע דורך די רעדאַקציע־מיטגלידער, אי די צוגעקומענע פֿון דרויסן, איבערגעקוקט דורך אונדזער שפּראַך־משגיח, יצחק ניבאָרסקי, וואָס איז אויך דער „גײַסטיקער טאַטע‟ פֿונעם „טעם־טעם‟.
אַזוי ווי די יונגע־רעדערס פֿון אַ סך קליינע באַדראָטע שפּראַכן, פּרובירן די יונגע ייִדישיסטן צופּאַסן זייער שפּראַך צו די מאָדערנע קולטורעלע אומשטענדן, אָדער בעסער געזאָגט, אויסצודריקן די הײַנטיקע קולטור אויף זייער מאַמע־לשון. לעצטנס אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ האָבן צוויי יוגנטרופֿניקעס, אַרעלע ווישוואַנאַט און נפֿתּלי איידלמאַן, איבערגעזעצט צוויי באַקאַנטע לידער פֿון „פּינק־פֿלוידס‟ אַלבאָם „דער מויער‟ און זיי פֿאָרגעשטעלט צוזאַמען מיט אַ קינדער־כאָר, מיט וועלכן זיי האָבן דיריגירט.
די ייִדישע פֿאָלקס־מוזיק איז דאָך אַ לעבעדיקע טראַדיציע אָבער ס׳איז אויך, געוויינטלעך, אַ טראַדיציע וואָס באַהאַנדלט מער די טעמעס וואָס האָבן צו טאָן מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט ווי מיט די הײַנטיקע געשעענישן. דאָס זעט מען, בפֿירוש, בײַם בלעטערן די נײַע ייִדישע אַלבאָמען פֿון די לעצטע 20 יאָר, אין וועלכע ס׳רובֿ נײַ־געשריבענע לידער אויף ייִדיש האָבן צו טאָן מיט אַלטע פֿאָלקס־מאָטיוון ווי דאָס לעבן אין שטעטל, כעלעם, חדר־ייִנגלעך און אַזוי ווײַטער. עס זענען אַוודאַי פֿאַראַן וויכטיקע אויסנאַמען אַזוי ווי ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס „באַלאַדע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער‟, מרים חיה־סגלס „די באַהאַלטענע ליבע‟ (וועגן האָמאָסעקסועלער ליבע) און מײַקל וועקס ליד פֿאַרן „קלעזמאַטיקס‟ וועגן מאַריכואַנע „מזמור שיר להניף‟. זיי זענען אָבער דאָך זעלטענע אויסנאַמען.
רבֿקה גאַלפּערן איז אַ סטודענקע אין דער האָנאָרס־פּראָגראַם אין „ברוך קאָלעדזש‟. זי שטודירט יידישע קולטור און געשיכטע דורך דער CUNY Baccalaureate for Unique and Interdisciplinary Studies Program. זי שרײַבט איר טעזע וועגן ה. לייוויקס ליטעראַרישער רעאַקציע צו דעם חורבן. זי שטאַמט פֿון ניו־יאָרק.
יעדעס יאָר פֿאָרט די משפּחה אין „שיפּסהעד־ביי‟, דער מאַמעס אַמאָליקער געגנט, צו באַזוכן אַ חבֿר, מאַכן אַ באַרבעקיו, און זיך אָפּרוען אין דער שטילער געגנט. עס איז געוויינטלעך פֿאַר מיר גאָר נודנע, אַ טאָג ווי אַלע אַנדערע. אָבער מיט בערך פֿיר יאָר צוריק, האָט עפּעס פּאַסירט, וואָס איז אויף אייביק אײַנגעקריצט געוואָרן אין מײַן זכּורן.
גייענדיק אויף די גאַסן מיט דער מאַמען, זײַנען אונדז פֿאַרבײַגעגאַנגען דרײַ אַלטע מענער. הערנדיק ווי זיי שמועסן אויף ייִדיש (אַ שפּראַך וואָס איך האָב דעמאָלט נישט געקענט), האָט די מאַמע זיך פּלוצלינג אומגעקערט און איז זיי נאָכגעלאָפֿן. איך בין געשטאַנען, פֿאַרגאַפֿט, ביז זי איז צו מיר צוריקגעקומען מיט טרערן אין די אויגן. „זיי האָבן גערעדט ייִדיש‟, האָט זי דערקלערט, „פּונקט ווי דער טאַטע פלעגט רעדן‟.
זינט איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, האָט די־אָ דערמאָנונג מיר אַ סך געשטערט. איך בין אַנטוישט, וואָס איך האָב נישט געקענט טיילן דעם מאָמענט מיט דער מאַמען. צוליב דעם האָב איך זיך הײַיאָר געשטרעבט פֿאַר אַ ציל; צו געפֿינען אַ געבוירענעם ייִדיש־רעדער, אַן אימיגראַנט פֿון אייראָפּע, אין „שיפּסהעד־ביי‟.