Vayter

„ייִדן‟: אַ חסידישער שלאַגער מיט אַן אומדערוואַרטן ייִחוס

Yidden: A Hasidic Hit with Unexpected Roots

פֿון דזשאָרדין קוציק

  • Print
  • Share Share

ס׳איז שוין אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אז די הײַנטצײַטיקע חסידישע מוזיקער, אַזוי ווי אַלע מוזיקער איבער דער וועלט, ווערן שטאַרק באַאײַנפֿלוסט פֿון דער מוזיק, וואָס זיי הערן אַרום זיך. די הײַנטיקע חסידישע פּאָפּ־זינגער נעמען פֿאַקטיש מעלאָדיעס און אַפֿילו גאַנצע לידער פֿון דער גוייִשער וועלט און פּאַסן זיי צו צו ייִדישע אָדער העברעיִשע ווערטער. ווי ליפּאַ שמעלצער האָט דערקלערט בעת אַ רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטן בײַם „קולטורפֿעסט‟, ווייסן ניט אַלעמאָל זײַנע פֿרומע צוהערער, פֿון וואַנען עס קומט אַ געוויסע מעלאָדיע אין זײַנע לידער, אָבער אַז זיי הערן די נײַע גוייִשע מעלאָדיע, הייבן זיי אָן זי צו באַטראַכטן ווי אַ „ייִדישע‟.

די דאָזיקע שיטה פֿון „באָרגן‟ ניט־ייִדישע מעלאָדיעס איז קאָנטראָווערסיעל אין דער חרדישער וועלט. נאָך דעם וואָס שמעלצער האָט גערעדט בײַם „קולטורפֿעסט‟ איז ער געפֿאָרן אין ישׂראל, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן אויף אַ פֿרומער ראַדיאָ־סטאַנציע. אַ צוהערערין, אַ חסידישע פֿרוי, האָט אָנגעקלונגען אין סטודיאָ און געטענהט מיט אים, דווקא אויף ייִדיש, וועגן דעם, וואָס ער נעמט מעלאָדיעס פֿון דער דרויסנדיקער וועלט. אָט קענט איר הערן דעם שמועס:

ווי שמעלצער דערקלערט אויפֿן ראַדיאָ, האָבן די חסידישע קאָמפּאָזיטאָרן גענומען ניגונים פֿון די אַרומיקע פֿעלקער פֿון תּמיד אָן. אין דער אמתן, קען מען בכלל ניט אַזוי גרינג פֿונאַנדערטיילן אַ ייִדישע מעלאָדיע פֿון אַ גוייִשער, פּונקט אַזוי, ווי מע קען ניט דערקענען, וואָס עס איז אַ „ריין‟ ייִדיש מאכל.

כאָטש ס׳רובֿ חסידים ווייסן הײַנט יאָ, אַז אַ סך פֿון דער מוזיק וואָס זיי הערן, טראָגט שטאַרקע השפּעות פֿון דער דרויסנדיקער סעקולערער קולטור, האָבן ווייניקער דאָס געוווּסט מיט אַן ערך 25 יאָר צוריק. צו יענער צײַט איז דער פּאָפּולערסטער פֿרומער זינגער געווען מרדכי בן־דוד, וואָס איז, ניט צופֿעליק, אויך געווען דער ערשטער חסידישער זינגער צו „נעמען‟ זײַן סטיל פֿון דער „ראָק‟־מוזיק. בן־דוד, באַקאַנט ווי דער „מלך פֿון דער ייִדישער מוזיק‟, פֿאַרמאָגט אַ חשובֿן ייִחוס: זײַן פֿאָטער איז געווען דער חזן דוד ווערדיגער, איינער פֿון די ייִדן געראַטעוועט פֿון די נאַציס דורך אָסקאַר שינדלער, וואָס האָט נאָך זײַן קומען אין אַמעריקע רעקאָרדירט איבער 60 אַלבאָמען פֿון חסידישע ניגונים. זײַן זון מרדכי האָט אַדאָפּטירט דעם פּסעוודאָנים „בן־דוד‟, כּדי מע זאָל ניט קויפֿן זײַן מוזיק סתּם צוליב זײַן ייִחוס.

מרדכי בן־דודס פּאָפּולערסטע ליד אויף ייִדיש איז מסתּמא זײַן פֿריילעכער שלאַגער „ייִדן‟, וואָס מאָלט אויס אַ בילד פֿונעם קומען פֿון משיחן. יעדער איינער וואָס הערט דאָס ליד, קען גלײַך דערקענען, אַז די מוזיק איז אינעם „ראָק‟־סטיל פֿון די שפּעטערע 1970ער, אָנהייב 1980ער יאָרן. וואָס איז אָבער ניט געווען באַקאַנט דעם ברייטערן עולם איז, אַז בן־דוד האָט ניט אָנגעשריבן די מוזיק, נאָר אין דער אמתן זי „געבאָרגט‟ פֿון אַ ליד, וואָס אַ דײַטשישע קאַפּעליע האָט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ טייל פֿונעם Eurovision אין 1979. דאָס אַבסורדיש דײַטשישע ליד איז לכתּחילה ניט געווען וועגן משיחן, נאָר וועגן דעם מאָנגאָלישן פֿירער דזשינגעס כאַן. נאָר מיט יאָרן שפּעטער, אַ דאַנק דער אינטערנעץ, האָבן ס׳רובֿ מענטשן זיך דערוווּסט וועגן דעם עכטן „ייִחוס‟ פֿונעם ליד.

אָט קענט איר הערן דאָס ליד „ייִדן‟, געזונגען דורך מרדכי בן־דוד אין 1989:

און אָט איז דאָס ליד „דזשינגעס כאַן‟, פֿאָרגעשטעלט ווי אַ טייל פֿונעם Eurovision אין 1979.

ניט געקוקט אויף די וואָרצלען, בלײַבט נאָך אַלץ דאָס פֿאַרכאַפּנדיקע ליד „ייִדן‟ פּאָפּולער איבער דער גאָרער וועלט, בפֿרט אין ישׂראל, וווּ מע שפּילט עס אויף חתונות. דאָס ליד איז אויך איינס פֿון די געציילטע מאָדערנע חסידישע לידער, וואָס איז ברייט באַוווּסט די ייִדישיסטן און ליבהאָבער פֿון דער קלעזמער־מוזיק. אָט קענט איר זען ווי די קאַפּעליע Yiddish Princes, בראש מיט דער זינגערין שׂרה־מינע גאָרדאָן, זינגט דאָס ליד אויפֿן ייִדישן פֿעסטיוואַל אין קראָקע אין 2013.