אַ דאַנק דעם ייִדישן ביכער-צענטער, זײַנען טויזנטער ייִדישע ביכער צוטריטלעך געוואָרן דורך אינטערנעץ; דערצו, איז עס אין גאַנצן פֿרײַ פֿאַר איטלעכן באַניצער. ווי עס האָט אונטערגעציילט דער צענטער, האָט מען שוין 350 טויזנט מאָל זיך געוואָנדן צו דער דאָזיקער עלעקטראָנישער ביבליאָטעק. בינו-לבינו, ווערט אַנטוויקלט די פּראָגראַם, וואָס וועט דערלויבן צו זוכן אַ וואָרט צי אַ פֿראַזע אין אָט דעם ריזיקן באַנק פֿון ייִדישע טעקסטן. אַזאַ זאַך וועט ממש ברענגען אַ רעוואָלוציע אין ייִדישער פֿאָרשונג.
יעדערער וואָס נוצט די עלעקטראָנישע ביבליאָטעק ווייסט, אַז דערווײַל בלײַבט נאָך אַ גרויסע צאָל ייִדישע ביכער ניט צוטריטלעך. דאָס פֿילן, אַ שטייגער, די לײַט, וואָס זוכן ביכער פֿון סאָוועטישע פֿאַרלאַגן. אַ סבֿרא, אַז אין אַ צײַט אַרום וועט מען דעם בלויז ניט האָבן. די ביבליאָטעק פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט (וואָס איז גלײַכצײַטיק די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק פֿון מדינת-ישׂראל) קלײַבט זיך צו דיגיטאַליזירן 24 טויזנט ייִדישע ביכער. דער פּראָיעקט וועט קאָאָרדינירט ווערן מיטן ייִדישן ביכער-צענטער.
דער ייִדישער ביכער-צענטער באַשעפֿטיקט זיך איצט אויך מיט אוידיאָ-ביכער, בפֿרט מיט די רעקאָרדירונגען וואָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט אין דער מאָנטרעאָלער ייִדישער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק. די אידעע באַשטייט אין מאַכן זיי צוטריטלעך דורך אינטערנעץ, אַז דער באַניצער זאָל קענען סײַ לייענען, סײַ הערן, דעם ייִדישן טעקסט.
ס’איז שווער צו זאָגן, ווי אַזוי דאָס האָט זיך באַקומען, אָבער דווקא פֿראַנקרײַך איז געוואָרן דער צענטער פֿון גרויסער שאַפֿערישער אַרבעט אין דעם געביט פֿון פּראַקטישער ייִדישער שפּראַך-וויסנשאַפֿט. די בעסטע לעקסיקאָגראַפֿישע ווערק — ייִדישע ווערטערביכער — גייען איצט אַרויס אין פּאַריז. קיין חידוש ניט, אַז אויך אין פּאַריז האָט דערזען די ליכט די Grammaire descriptive du yidiche contemporain, “דעסקריפּטיווע גראַמאַטיק פֿון הײַנטצײַטיקן ייִדיש”. דער מחבר פֿון דער גראַמאַטיק איז בערנאַרד (בערל) ווײַסבאָרד, וואָס לערנט ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור אין אוניווערסיטעט “פּאַריז 8”. צוזאַמען מיט יצחק ניבאָרסקין האָט ווײַסבאָרד זיך באַטייליקט אין דעם וויכטיקן פּראָיעקט פֿון צונויפֿשטעלן דאָס ייִדיש-פֿראַנצויזישע ווערטערבוך, וואָס ווערט ברייט גענוצט אויך מחוץ די פֿראַנצויזיש-רעדנדיקע קרײַזן.
די ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס האָט באַקומען אַ מתּנה — אַ קאָלעקציע און רעקאָרדירונגען, פֿאָטאָגראַפֿיעס און אַנדערע זאַכן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער געשיכטע פֿון ייִדישן ראַדיאָ אין אַמעריקע. די מתּנה האָט געגעבן הענרי (הענעך) סאַפּאָזשניק, וואָס איז דער דירעקטאָר פֿון דעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור בײַם אוניווערסיטעט אין וויסקאָנסין-מעדיסאָן.
די קאָלעקציע איז כּולל מער ווי טויזנט פּלאַטעס, וואָס מע האָט רעקאָרדירט אין די יאָרן 1929—1961. די בלי-צײַט פֿון דעם ייִדישן ראַדיאָ איז געווען אין די 1940ער און 1950ער יאָרן.
דאָס וואָרט „עלטער” רופֿט צו מאָל אַרויס אַ פּלאָנטער, ווײַל ייִדיש האָט, אין דער אמתן, צוויי „עלטערס”, וואָס באַטײַטן פֿאַרשיידענע זאַכן.
איין וואָרט — „דער עלטער” — ווערט גענוצט ווען די רייד גייט וועגן דעם ווי אַלט עמעצער איז:
„זייערע זין זײַנען געווען פֿון איין עלטער.”
„שרײַבן לידער האָט ער אָנגעהויבן זייער פֿרי, אין דעם עלטער פֿון צוועלף יאָר.”
„איך האָב שוין דערגרייכט דעם עלטער, ווען מע קאָן פּענסיאָנירט ווערן.”
אַן אַנדער וואָרט — „די עלטער” — מיינט די עלטערע יאָרן:
„די עלטער לאָזט זיך פֿילן, כאָטש מײַן קרעדאָ איז אַזאַ: אַלט זאָל מען ווערן, אָבער ניט זײַן.”
„אויף דער עלטער האָט זיך אין אים אַנטפּלעקט אַ נײַער טאַלאַנט — ער האָט אָנגעהויבן מאָלן, און דווקא ניט שלעכט.”
„צו וואָס מע איז געוווינט אין דער יוגנט, אַזוי טוט מען אויף דער עלטער.”
אַגבֿ, די ערשטע דערציילונג פֿון יצחק באַשעוויס-זינגערן האָט געהייסן „אויף דער עלטער”. זי איז אַרויס אין יאָר 1925 אין דעם וואַרשעווער וואָכנבלאַט „ליטעראַרישע בלעטער”.