אַמאָל האָט אין בעלץ געוווינט אַ רײַכער ייִד, אַ סוחר. האָט ער געהאַט אַן איין און איינציקע טאָכטער — אַ שיינהייט, אַ געמאָלטע קראַסאַוויצע. דערצו האָט זי געהאַט אַ ווויל האַרץ און מיט אַ ברייטער האַנט פֿלעגט זי טיילן נדבֿות און געבן אַ סך צדקה.
אַז ס’איז אָבער באַשערט אַ צרה, טרעפֿט זי אויך די רײַכע און ברייטהאַרציקע. איז בײַם סוחר געשטאָרבן דאָס ווײַב און די טאָכטער איז געבליבן אַ יתומה.
אין אַ צײַט אַרום האָט דער סוחר ווידער חתונה געהאַט. די שטיפֿמוטער, ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז דעם סוחרס טאָכטער טיילט נדבֿות און צדקה מיט דער ברייטער האַנט, האָט זי אָנגעהויבן אַרבעטן מעשׂים. זי איז אַוועק צום מאַן און זיך געקלאָגט פֿאַר אים, אַז דאָס מיידל וועט זיי חרובֿ מאַכן, צעטרענצלען זייער גאַנץ פֿאַרמעגן.
האָט דער סוחר געלאָזט רופֿן די טאָכטער צו זיך און איר אָנגעזאָגט, אַז זי זאָל ניט טיילן אַזוי פֿיל צדקה. די טאָכטער האָט אָבער באַלד פֿאַרשטאַנען פֿון וועמען דער פֿאַרווער קומט אַרויס. זי האָט פֿײַנט באַקומען די קאַרגע שטיפֿמוטער און געמאַכט איר אויף קאַפּויער — צעטיילט נדבֿות און צדקה נאָך מער ווי פֿריִער.
איז די שטיפֿמוטער געקומען צו לויפֿן צום מאַן מיט אַ געוויין און מיט אַ תּנאַי — אָדער זי, אָדער זײַן טאָכטער! — ביידע אונטער איין דאַך קאָנען זיי מער ניט וווינען. די שטיפֿמוטער האָט אַזוי געשריִען און געפּילדערט, אַז ווי גרויס דעם סוחרס הויז זאָל ניט געווען זײַן, זײַנען אירע געשרייען דערגאַנגען אויך צום סוחרס טאָכטער. כּדי ניט שטעלן דעם טאַטן פֿאַר אַ ביטערער ברירה, האָט די טאָכטער אַליין באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די היים. זי האָט אַרײַנגעלייגט אין אַ זאַק אירע באַליבטע חפֿצים און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן.
ווי אַ סך וועגן אַמאָל, האָט דער וועג פֿון איר היים־שטאָט אין דער וועלט אַרײַן געפֿירט דורך אַ געדיכטן שוואַרצן וואַלד. די נאַכט איז צוגעפֿאַלן גיך און דאָס מיידל האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט. האָט זי זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ פּניאָק און אָנגעהויבן שטיל וויינען און זינגען:
ביימער רינגלען מיך אַרום —
הויכע, שטאַלטנע ברידער,
בענקט אַ מיידל שטיל און פֿרום —
אויפֿן האַרץ ווערט מילדער…
אַ ליד, זאָגט מען, מאַכט די נאַכט קירצער, און דער קאַיאָר — די נשמה ליכטיקער. די פֿייגעלעך צוויטשען, די בלעטער רוישן, קלאַפּט דאָס יונגע האַרץ שטאַרקער. זעט דאָס מיידל עס גייט איר אַנטקעגן אַן אַלטער מאַן. פֿרעגט ער זי: “וואָס טוסטו דאָ, מײַן קינד?” האָט אים דאָס מיידל אַלץ דערציילט; די גאַנצע געשיכטע, ווי אַזוי זי קומט אַהער. האָט דער אַלטער געזאָגט צו איר: “קום מיט מיר, מײַן קינד. אָט איז דער וועג, וואָס ער וועט דיך ברענגען אינעם שטעטל קאַפּרעשט. דאָרט זאָלסטו זיך פֿרעגן פֿאַרן הקדש, וועסטו האָבן וווּ צו זײַן”.
און אַזוי איז געווען. זי איז אַרויס פֿונעם וואַלד און איז געגאַנגען מיט דעם וועג ביז ער האָט זי געבראַכט צום שטעטל קאַפּרעשט. און אַז זי איז אַרײַנגעקומען אין דעם שטעטל, איז שוין געווען פֿרײַטיק פֿאַר נאַכט. זי איז געווען הונגעריק און דאָרשטיק, האָט זי זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ פּריזבע לעבן אַ הויז און ווידער אָנגעהויבן שטיל וויינען און זינגען:
ציגן בלאָנדזשען אין די געסלעך,
רײַסן הינט זיך פֿון דער קייט,
האָט דער טאַטע מיך פֿאַרגעסן —
טרינקען זיך בין איז שוין גרייט.
אין דעם הויז האָט געוווינט דער אָרטיקער רבי מיט זײַן רביצן, וואָס האָבן געהאַט אַן איין־און־איינציקן זון. די רביצן איז שוין גרייט געווען ליכטבענטשן, ווען זי האָט דערהערט, אַז עמעצער וויינט און זינגט אַזוי אומעטיק אונטערן פֿענצטער. אַרויסגעקוקט אין דרויסן, האָט זי דערזען דאָס מיידל. האָט זי געפֿרעגט: “וואָס איז מיט דיר געשען, מײַן קינד?” האָט דאָס מיידל איר דערציילט, אַז זי איז פֿאַרבלאָנדזשעט געוואָרן אין וואַלד און איז געבליבן אויף שבת אין דרויסן. די רביצן האָט געהאַט אַ ווייך האַרץ, האָט זי פֿאַרבעטן דאָס מיידל צו זיך אין שטוב: “קום אַרײַן, וועסטו בײַ מיר ליכטבענטשן, בלײַבן איבער שבת און זונטיק וועל איך דיך אָפּפֿירן אין הקדש.”
אַזוי איז געווען. ווען זונטיק איז געקומען, האָט דאָס מיידל זיך אָנגעהויבן בעטן בײַ דער רביצן: “לאָזט מיך דאָ איבער בײַ אײַך. כ’וועל זײַן אַ גוטע דינסט, בלויז פֿאַר דעם עסן און טרינקען”. האָט איר די רביצן געענטפֿערט: “כ’וואָלט דיך געלאָזט, נאָר איך האָב ניט קיין אָרט פֿאַר דיר, סײַדן אויפֿן אויוון…” — “זאָל זײַן אויפֿן אויוון, — האָט דאָס מיידל זיך דערפֿרייט, — אַבי ניט גיין אין הקדש!”
דער קאַפּרעשטער רבי איז אין דעם שטעטל געווען זייער באַליבט. רײַכע באַלעבאַטים, אַז זיי פֿלעגן מאַכן חתונה אַ קינד, אָדער עפּעס אַן אַנדער שׂימחה, איז דער רבי מיט זײַן רביצן און דעם זון געווען צווישן די בכּבֿודיקסטע געסט. נו, האָט בײַ אַ רײַכן ייִד חתונה געהאַט זײַן זון. האָט מען אַוודאי אויך פֿאַרבעטן דעם רבי מיט דער רביצן און זייער זון. זײַנען זיי אַלע אַוועק צו דער חתונה, און דאָס דינסטמיידל איז געבליבן אין דער היים.
ווי קאָן דען אַ מיידל אײַנזיצן אין שטוב, אַז אין שטעטל איז אַ חתונה. איז זי אַראָפּ פֿון דעם אויוון, אַרויסגענומען פֿונעם זאַק, וואָס זי האָט געבראַכט מיט זיך פֿונעם טאַטנס היים — אַ טײַער קלייד, דאָס גאָלדענע צירונג, די געצאַצקלטע שיכעלעך און זיך אַזוי שיין אויסגעפּוצט, אַז ס’איז שווער געווען זי צו דערקענען.
ווען זי איז געקומען צו דער חתונה, האָבן אַלע געסט שוין ניט געקאָנט אָפּפֿירן פֿון איר קיין אויג. קיינער האָט ניט פֿאַרשטאַנען פֿון וועמענס צד זי איז, צי פֿונעם חתנס, צי פֿון דער כּלהס? דערווײַל האָבן אַלע ייִנגלעך געוואָלט מיט איר כאַפּן אַ טענצל, און זי האָט קיינעם ניט אָפּגעזאָגט. דעם רבינס זון האָט מיט איר אויך געוואָלט טאַנצן און אַז ער האָט זיך צו איר צוגעכאַפּט, האָט ער שוין מער קיינעם צו איר ניט צוגעלאָזט. געטאַנצט ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן. סוף־כּל־סוף, האָט זי זיך פֿון אים אַרויסגעדרייט און אַנטלאָפֿן צום רבי אַהיים. דאָרט האָט זי זיך ווידער איבערגעטאָן אין אירע טראַנטעס און איז אַרויף צוריק אויפֿן אויוון. נאָר דעם רבינס זון האָט שוין קיין רו ניט געהאַט, געהאַלטן אין איין טראַכטן וועגן יענעם שיינעם מיידל, וואָס האָט זיך פּלוצעם געיאַוועט, ווי אַ שיינער חלום, און ווידער פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.
אין אַ צײַט אַרום איז געווען אַ חתונה בײַ אַן אַנדער גבֿיר פֿון שטעטל. האָט מען ווײַטער פֿאַרבעטן דעם רבי מיט דער רביצן, מיטן זון. זײַנען זיי אַלע אַוועק צו דער חתונה. קוים דערוואַרט זיך די באַלעבאַטים זאָלן פֿאַרלאָזן די שטוב, האָט דאָס דינסטמיידל זיך אויסגעפּוצט נאָך שענער ווי דאָס ערשטע מאָל און איז אַוועק צו דער חתונה. אָבער איצטער, ווי נאָר דעם רבינס זון האָט זי דערזען, איז ער צו איר צוגעלאָפֿן און זי געבעטן טאַנצן נאָר מיט אים. האָט זי מיט אים געטאַנצט און געטאַנצט ביז זי האָט זיך געכאַפּט, אַז ס’ווערט שפּעט. האָט זי זיך אַרויסגעדרייט פֿון אים און גיך אַנטלאָפֿן אַהיים.
אַזוי ווי דאָס מיידל האָט זיך געאײַלט, האָט זי בײַם אויסטאָן אירע שיינע קליידער ניט באַמערק, אַז איין אויערינגל האָט זיך פֿאַרטשעפּעט און געפֿאַלן אויפֿן דיל. אַליין האָט זי אָנגעטאָן אירע טראַנטעס און צוריק אַרויף אויפֿן אויוון.
געקומען פֿון דער חתונה, האָט דעם רבינס זון דערזען ווי עפּעס גלאַנצט אויפֿן דיל, אַקוראַט לעבן דעם אויוון, וווּ ס’איז געשלאָפֿן דאָס דינסטמיידל. זיך אָנגעבויגן, האָט ער אויפֿגעהויבן דאָס גאָלדענע אויערינגל מיט אַ בריליאַנט. האָט ער זיך פֿאַרקלערט: פֿון וואַנען זאָל זיך דאָ געווען נעמען אַזאַ טײַערע זאַך? דער געדאַנק האָט אים שוין ניט געלאָזט רוען ביז ס’איז ווידער אין שטעטל ניט געווען קיין שׂימחה.
ווי עס פֿירט זיך, זײַנען דער רבי, מיט דער רביצן און זייער זון צו דער פֿריילעכער שׂימחה פֿאַרבעטן געוואָרן. שוין אין לעצטן מאָמענט האָט דעם רבינס זון געזאָגט, אַז ער האָט אַ קאָפּווייטיק און אַז ער וועט קומען שפּעטער. דער רבי מיט דער רביצן זײַנען אַוועקגעגאַנגען און דער זון האָט זיך פֿאַרשפּאַרט בײַ זיך אין צימער.
דאָס דינסטמיידל האָט אָבער ניט געוווּסט, אַז ער איז פֿאַרבליבן אין דער היים. האָט זי זיך גיך איבערגעטאָן, אָבער ווען זי האָט געוואָלט אָנטאָן די שיינע אויערינגלעך אירע, האָט זי זיך ערשט דעמאָלט געכאַפּט, אַז עס פֿעלט איר איין אויערינגל. זי האָט זיך אַ וואָרף געטאָן צו זוכן עס אין אַלע ווינקעלעך פֿונעם רבינס שטוב, אָבער דאָס פֿאַרפֿאַלענע אויערינגל האָט זי ניט געפֿונען. גראָד אין דעם מאָמענט איז פֿון זײַן צימער אַרויסגעגאַנגען דעם רבינס זון. ער האָט צו איר אויסגעשטרעקט די האַנט און געזאָגט: “אפֿשר זוכסטו דאָס אויערינגל?”
דאָס מיידל האָט אים שוין געמוזט דערציילן דעם גאַנצן אמת, ווער זי איז און פֿאַר וואָס איז זי אַוועק פֿון איר טאַטנס שטוב. זי האָט געבעטן דעם רבינס זון ער זאָל זײַנע עלטערן גאָרניט זאָגן, אַנדערש וועט זי מוזן פֿאַרלאָזן זייער שטוב און גיין וווינען אין הקדש. דער זון האָט טאַקע געהאַלטן וואָרט, אָבער אויסבאַהאַלטן, אַז ער האָט זיך פֿאַרליבט אין דעם דינסטמיידל און וויל מיט איר חתונה האָבן, האָט ער ניט געקאָנט. האָט זיך אין שטוב אויפֿגעהויבן אַ גערודער: “וואָס הייסט עפּעס, אַ רבינס אַ זון זאָל גאָר חתונה האָבן מיט אַ דינסטמיידל? ניין, מיר וועלן דאָס ניט דערלאָזן!”
דערהערט אַזאַ זאַך, איז דער זון דערפֿון קראַנק געוואָרן. נאָר איין מאָל קראַנק! ער עסט ניט, ער שלאָפֿט ניט, צאַנקט ווי אַ ליכט. האָט מען געשיקט ברענגען פֿון בוקאַרעסט דעם בעסטן דאָקטער, אַ פֿולער פּראָפֿעסאָר פֿון נערוון־שלאַפֿקייטן. האָט דער פּראָפֿעסאָר אויסגעטאַפּט דעם רבינס זון פֿון אַלע זײַטן און זיך אַ ווײַלע פֿאַרטראַכט. אין דער צײַט איז אין שטוב אַרײַנגעקומען דאָס דינסטמיידל מיט צוויי עמער וואַסער. דער פּראָפֿעסאָר האָט זי דערזען און געפֿרעגט, ווער דאָס מיידל איז. האָט אים די רביצן אַלץ דערציילט.
דעמאָלט האָט דער דאָקטער ערנסט געזאָגט: “אײַער זון האָט עפּעס אַ פֿאַרלאַנג, און אַז מע וועט אים דעם פֿאַרלאַנג ניט נאָכגעבן, קאָן ער שטאַרבן.” האָבן דער רבי מיט דער רביצן אַלץ פֿאַרשטאַנען און זיך באַרעכנט, אַז איידער צו פֿאַרלירן דעם זון, זאָל ער שוין בעסער חתונה האָבן מיטן דינסטמיידל.
און אַזוי איז געווען. זיי האָבן צונויפֿגערופֿן די באַלעבאַטים פֿון גאַנץ קאַפּרעשט און מ’איז געגאַנגען שטעלן אַ חופּה. דערווײַל איז די רביצן אַרײַן צום דינסטמיידל און האָט איר געזאָגט, אַז זי האָט פֿאַר איר אויפֿגענייט אַ ווײַס קליידל צו דער חתונה. האָט דאָס מיידל איר געענטפֿערט, אַז זי האָט אַן אייגן קליידל אָנצוטאָן. און זי האָט אַרויסגעשלעפּט פֿון איר זאַק איר מוטערס חופּה־קלייד, וואָס זי האָט פֿאַרכאַפּט מיט זיך פֿון איר טאַטנס שטוב. אַ קליידל — אַ שיינהייט, אויף אַלע ייִדישע כּלות געזאָגט געוואָרן!
שוין נאָך דער חופּה האָט דאָס מיידל אַלעמען דערציילט, ווער זי איז. האָבן זיך אַלע געפֿרייט, און מער פֿון אַלע האָבן זיך געפֿרייט דער רבי מיט דער רביצן. אַ קלייניקייט — אַזאַ ייִחוס!
אין אַ יאָר אַרום נאָך דער חתונה, ווען זי האָט שוין געדאַרפֿט האָבן אַ קינד, איז איר געקומען צו חלום דער אַלטער מאַן, וואָס האָט זי אַמאָל אַרויסגעפֿירט פֿונעם וואַלד. פֿון אים האָט זי זיך דערוווּסט, אַז איר טאַטע איז פֿאַראָרעמט געוואָרן און בעטלט ערגעץ אַרום קאַפּרעשט. און נאָך האָט דער אַלטער געזאָגט, אַז זי וועט האָבן אַ זון און צו דעם ברית זאָל זי פֿאַרבעטן אַלע אָרעמעלײַט פֿונעם שטעטל. און אַז זי וועט דערזען איר טאַטן, זאָל זי הייסן אים געבן עסן דאָס שענסטע און דאָס בעסטע, נאָר אָן זאַלץ.
און אַזוי איז געווען. זי האָט געהאַט אַ ייִנגל, געמאַכט אַ ברית און האָט געהייסן, מע זאָל שטעלן אַ טיש פֿאַר אַלע אָרעמעלײַט. ווען יעדער פֿון זיי וועט אָפּעסן, זאָל ער אַרײַנקומען צו איר און זאָגן: “מזל־טובֿ!” — וועט זי אים געבן אַ זילבערנע מטבע. אינעם טאָג פֿונעם ברית האָבן זיך בײַם רבינס שטוב צונויפֿגענומען אַלע קבצנים פֿון קאַפּרעשט. די יונגע מאַמע איז געשטאַנען בײַם פֿענצטער און האָט געזען ווי איר טאַטע גייט אַרײַן — אַלט און צעבראָכן.
האָט זי געזאָגט דעם שמשׂ: “אָט יענעם אַלטן מאַן זעצט אַוועק בײַ אַ באַזונדערן טיש און אַלע עסנס וואָס מע וועט אים געבן, זאָלן זײַן אָן זאַלץ. קוקט, אַז אויך אויפֿן טיש זאָל קיין זאַלץ ניט שטיין!”. איז אַזוי געווען. מ’האָט אים דערלאַנג פֿיש, וואָס האָבן זייער גוט געשמעקט, נאָר ער האָט די פֿיש ניט געקאָנט עסן, ווײַל ס’איז געווען אָן זאַלץ. האָט מען אים דערלאַנגט זופּ, האָט ער אויך ניט געקאָנט עסן, ווײַל ס’איז געווען אָן זאַלץ. ער האָט געזען ווי אַלע עסן, אָבער ער קאָן קיין שטיקל ניט אַראָפּשלינגען — קיין טעם האָט עס ניט!
קורץ נאָכן עסן, זײַנען אַלע אַרײַנגעגאַנגען צו דער יונגער מאַמע, אָפּצוגעבן איר “מזל־טובֿ”. דערנאָך האָט יעדער געקראָגן אַ נדבֿה, אַ זילבערנע מטבע. ווען דער אַלטער מאַן איז אַרײַנגעגאַנגען אָפּגעבן זײַן “מזל־טובֿ”, האָט די טאָכטער אים געפֿרעגט, צי איז אים געווען געפֿעלן דאָס עסן. האָט ער געענטפֿערט: “יאָ, מײַן קינד, ס’האָט אויסגעזען זייער שיין און גוט, נאָר איך האָב עס ניט געקאָנט עסן.” האָט זי אים געפֿרעגט: “פֿאַר וואָס?” — “ווײַל דאָס עסן איז געווען ניט געזאַלצן און האָט ניט געהאַט קיין טעם”. — “אַזוי איז מיר אויך געווען, טאַטע!” — האָט געזאָגט די טאָכטער, — “מײַן לעבן האָט קיין טעם ניט געהאַט, ווען איך האָב געמוזט אַוועקגיין פֿון דער היים און זיך לאָזן אין דער וועלט אַרײַן”.
אַזוי ווי דער אַלטער האָט עס דערהערט, האָט ער גלײַך דערקענט, אַז דאָס איז טאַקע זײַן אייגענע טאָכטער. איז ער איר געפֿאַלן צו די פֿיס און געבעטן, זי זאָל אים פֿאַרגעבן. האָט זי אים אַלץ מוחל געווען. און זיי האָבן אַלע געלעבט צופֿרידן און גליקלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.