Vayter

דער אייפֿערזיכטיקער אַרענדאַר

The Jealous Tenant-Farmer

פֿון באָריס סאַנדלער

ס’איז אַמאָל געווען אַ רײַכער אַרענדאַר. האָט ער געהאַט זייער אַ שיין ווײַבל. ווי באַוווּסט, איז אַ שיין ווײַבל אַ לאָך אין קאָפּ בײַ איר מאַן. האָט ער מורא געהאַט זי אַרויסצולאָזן אַליין פֿון שטוב, קיין בייז אויג זאָל איר ניט שאַטן. אַז זי האָט געדאַרפֿט ערגעץ גיין, איז ער מיט איר געגאַנגען, אָדער ער האָט מיטגעשיקט זײַן משרת זי צו באַלייטן.

איין מאָל האָט זי געדאַרפֿט גיין אין מיקווה, און סײַ דער מאַן און סײַ זײַן משרת זײַנען געווען אויפֿן יריד אין סאָראָקע. האָט זי זיך אַרויסגעכאַפּט פֿון שטוב קיינער זאָל זי ניט זען און איז אַליין אַוועק אין שטאָט אַרײַן.

Read more


דאָס שטאַרקע ייִנגל (סוף)

The Powerful Boy (The End)

פֿון באָריס סאַנדלער

דאָס ייִנגל האָט אָבער געוווּסט דעם וועג אין וואַלד, איז ער געגאַנגען בלינדערהייט ביז ער האָט אָנגעטראָפֿן אויף אַ בעטלער. פֿרעגט אים דער בעטלער: „וווּהין גייסטו?‟ האָט אים דאָס ייִנגל געענטפֿערט, אַז אַ בלינדער גייט אַהין, וווּ זײַנע פֿיס פֿירן אים. „ווייסטו וואָס, — האָט אים געזאָגט דער בעטלער, — לאָמיר אַרומגיין איבער שטעט און שטעטלעך צוזאַמען. עס זײַנען נאָך דאָ גוטע מענטשן, וועט מען אונדז געבן אַ ביסן איבערצוקומען אַ טאָג‟.

און אַזוי זײַנען דאָס ייִנגל מיטן בעטלער אַרומגעגאַנגען איבער דער וועלט, וווּ געטאָגט, ניט גענעכטיקט, און גוטע מענטשן האָבן זיי ניט געלאָזט אויסצוגיין פֿאַר הונגער. ניט איין יאָר איז אַוועק, אָבער וויפֿל גענוי, האָט קיינער ניט געציילט.

Read more


דאָס שטאַרקע ייִנגל (צווייטער טייל)

The Powerful Boy (Part Two)

פֿון באָריס סאַנדלער

נאָך דער ערשטער נאַכט, וואָס זיי האָבן פֿאַרבראַכט אין איינעם, האָט דער מכשף געפֿרעגט בײַ זײַן געליבטער: פֿון וואַנען נעמט זיך, אַז איר ייִנגל איז אַזוי שטאַרק? האָט זי געענטפֿערט, אַז זי ווייסט נישט. האָט ער איר ווײַטער געזאָגט: „אַז דו ווילסט מיר זאָלן ווײַטער לעבן גליקלעך, מוזן מיר פֿון דײַן ייִנגל פּטור ווערן. איין וועג אויף פּטור צו ווערן פֿון אים איז אַזאַ…‟ — און ער האָט איר געהייסן זיך לייגן אין בעט און זיך מאַכן קראַנק; ווען דער זון וועט קומען, זאָל זי אים זאָגן, אַז נאָר ציגענע מילך פֿון די ציגן, וואָס פּאַשען זיך אויף דער לאָנקע טיף אין וואַלד, קאָן זי שטעלן אויף די פֿיס.

Read more


דאָס שטאַרקע ייִנגל (ערשטער טייל)

The Powerful Boy (Part One)

פֿון באָריס סאַנדלער

ס’איז געווען אַ מאָל אַ קייסער. האָט ער געדאַרפֿט חתונה מאַכן זײַן טאָכטער. שיקט ער רופֿן דעם פֿישער, ער זאָל אים כאַפּן די בעסטע פֿיש אַזוי פֿיל, וויפֿל מע דאַרף צו אַ קייסערס טאָכטער חתונה.

האָט דער פֿישער זיך געזעצט אין זײַן שיפֿל און איז אָפּגעשוווּמען אין די ווײַטע וואַסערן, וווּ עס באַהאַלטן זיך אויס די בעסטע פֿיש צום קייסערס טיש. איין טאָג אַרײַנגעוואָרפֿן זײַן נעץ — קיין פֿישל ניט געכאַפּט. אַ צווייטן טאָג אַרײַנגעוואָרפֿן זײַן נעץ — ווידער קיין פֿישל ניט אַרויסגעשלעפּט; אויפֿן דריטן טאָג, ווען ער האָט שוין געזאָלט כאַפּן אַ פֿולע נעץ מיט די בעסטע פֿיש, האָט דאָס שיפֿל זיך איבערגעקערט און דער פֿישער איז דערטרונקען געוואָרן.

Read more