Vayter

ווי אַזוי צו געפֿינען ייִדישע לידער

How to Find Yiddish Songs

פֿון מרים־חיה סגל

מרים חיה־סיגל איז אַ ייִדישע זינגערין, פּאָעטעסע, אַקטריסע און ביבליאָטעקערין. אירע אַרטיקלען זענען דערשינען אין „אויפֿן שוועל‟, „יוגנטרוף‟ און דעם „פֿאָרווערטס‟. עס איז לעצטנס אַרויס איר נײַער אַלבאָם פֿון ייִדישע לידער „טויזנט טעמען‟.


ווי אַ ביבליאָטעקערין, זינגערין און שאַפֿערין פֿון לידער אויף ייִדיש, קומט עס מיר אויס זייער אָפֿט אויסצוזוכן ייִדישע זינגלידער. הײַנט וועל איך לייגן דעם טראָפּ, אַזוי צו זאָגן, אויף געדרוקטע מוזיק־בויגנס אויף ייִדיש.

וואָס איז אַזוינס בויגן־מוזיק? דאָס איז מוזיק, געוויינטלעך, פֿאַר איין ליד, אַ מאָל פאַר עטלעכע, וואָס מען האָט געדרוקט אין באַזונדערע אויסגאַבעס. מען האָט דאָס אַ מאָל פאַרקויפֿט אינעם ייִדישן טעאַטער און אין ספּעציעלע מוזיק־געשעפֿטן און עס זענען געווען ספּעציעלע פֿאַרלאַגן, וואָס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט דעם. טויזנטער ייִדישע מוזיק־בויגנס זענען געדרוקט געוואָרן פֿון כּלערליי סאָרטן: טעאַטער, פֿאָלק, קונסט, קינדער־לידער, חזנות, העברעיִשע און ציוניסטישע לידער און נאָך. מע פֿלעגט זינגען און שפּילן די לידער בײַ זיך אין דער היים, אין די ייִדישע שולן, און פֿאַרשטייט זיך, אויף דער בינע. ד״ר מאַרק סלאָבינס בוך, „טענעמענט־לידער”, איז אַן אינטערעסאַנטע שטודיע אויף דער טעמע.

Read more


אַ מעשׂה מיט פֿיר ייִדן אין אַרובאַ

A story with four Jews in Aruba

פֿון פֿישקע דע גאַל

פֿישקע דע גאַל איז דער ליטעראַרישער פּסעוודאָנים פֿון איתן קענסקי, וואָס לערנט ייִדיש אין האַרוואַרד. ער איז אַ שרײַבער אויף ייִדיש און ענגליש, און אַן איבערזעצער פֿון ייִדישער ליטעראַטור.


1.

און נאָך אַ טיר איז געװען פֿאַרמאַכט! גאַנצע דרײַ טעג אין אַרובאַ און סידני פֿידלשטיין איז געװען זיכער, אַז אויף יעדער אַרובער טיר הענגט אַ שילד: „פֿאַרמאַכט. קומט מאָרגן.‟

אמת, מע האָט ניט פֿאַרמאַכט אַלע טירן. די רעסטאָראַנען, די האָטעלן, די קרעטשמעס, די אינדלערײַ־ (surfing), שיפֿלערײַ־, סקובאַ־, און באָדקאָסטיום־געשעפֿטן — די אַלע קראָמען און קלייטן זײַנען געווען אָפֿן. קומט אַרײַן!

בלויז די ערטער װאָס ציִען צו אונדזער העלד, זײַנען געװען פֿאַרמאַכט: די מוזייען, די היסטאָרישע בנינים, די חורבֿות, און די מלוכישע פּלעצער. דאָס לעצטע פֿאַרמאַכטע אָרט איז געװען דער פֿאָרט אין אָראַנגעשטאַדט. נו, דער פֿאָרט איז ניט אַזוי פּרעכטיק, אָבער ער איז סײַ װי אַן אַלטער. דאָס איז גענוג פֿאַר אונדזער העלד.

Read more


וואָס מיינט דער „ווײַטער‟ הײַנט?

What Does “Vayter” Mean For Us Today?

פֿון דזשאָרדין קוציק

עס איז מיר צוגעטיילט געוואָרן דער כּבֿוד פֿאָרצושטעלן דעם נײַעם נוסח פֿון „ווײַטער‟. „ווײַטער‟ איז לכתּחילה געווען אַ פּרוּוו צוצוציִען סטודענטן פֿון ייִדיש, וואָס האָבן ניט געקענט גענוג ייִדיש צו לייענען דעם „פֿאָרווערטס‟ גופֿא, אָבער וואָס האָבן זיך יאָ גענייטיקט אין לייען־מאַטעריאַל אויף ייִדיש. דער ערשטער נוסח פֿון „ווײַטער‟ האָט עקזיסטירט ווי אַ געדרוקטע אויסגאַבע און האָט אַרײַנגענומען אַרטיקלען און דערציילונגען, וואָס מע האָט געשריבן אויף פֿאַרשידענע ניוואָען פֿון שוועריקייט — פֿון אַ פּאָר גאָר פּשוטע זאַצן וועגן בעלי־חיים, ביז אַרטיקלען פֿון גאַנצע פּאַראַגראַפֿן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור.

יענער נוסח פֿון „ווײַטער‟ האָט עקזיסטירט קנאַפּע 5 יאָר און איז מצליח געווען אַרײַנצוברענגען נײַע לייענער פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, אַרײַנגערעכנט דעם מחבר פֿון די דאָזיקע שורות, וואָס רעדאַקטירט דעם איצטיקן נוסח פֿונעם זשורנאַל.

Read more


„טאַטע־מאַמע: ס‘איז אײַער שולד‟

It‘s Your Fault, Mom and Dad

פֿון אַרי מאַנדעל

אַרי מאנדעל איז אויפגעוואַקסן חסידיש אין מאָנסי, ניו־יאָרק, און איז שפּעטער אַוועק פֿון אָרטאָדאָקסישקייט. ער האָט געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, און איז הײַנט א סטודענט אינעם „ניו־יאָריקער אוניווערסיטעט‟. אין זײַן פרײַער צײַט טיילט ער דעות פֿאַר חסידים. דאָס איז זײַן ערשטער אַרטיקל אויף ייִדיש.


לאָמיר זאָגן דעם אמת: איך בין קיינמאָל נישט געווען קיין חסיד. כ׳האָב אויסגעזען ווי אַ חסיד, כ׳האָב גערעדט ווי אַ חסיד, איך האָב אַפֿילו ליב געהאַט צו זײַן אַ חסיד, אָבער איצט, קוקנדיק צוריק, קען איך זיכער זען, אַז איך בין קיין עכטער חסיד קיינמאָל נישט געווען.

בײַ אונדז פֿלעגט מען זאָגן „איך וויל וועלן,‟ און אַזוי וואָלט איך מסביר געווען מײַנע געפֿילן אַרום דעם זײַן חסידיש (און פֿרום בכלל). ווען איך פֿלעג גיין אויף טישן און פֿאַרברענגענס ווי אַ קליין קינד, פֿלעג איך באַטראַכטן פֿאַרוווּנדערט ווי הונדערטער אָדער טויזנטער מענטשן ווערן פֿאַרכאַפּט אין התבודדות און זיך איבערנעמען מיט התלהבֿות, און נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס איך קען נישט שפּירן די זעלבע דבֿיקות. איך זאָג נישט, אַז איך האָב נישט הנאה געהאַט, אָבער ס׳האָט מיר קיינמאָל נישט פֿאַרכאַפּט דאָס האַרץ. איך האָב זיך אייביק געשפּירט ווי אַ שלעכטער ייִד פֿאַרן זײַן פֿאַרעקלט פֿון שריים, און נישט עסן דערפֿון באַהאַלטענערהייט.

Read more