Yiddish with an Aleph

חרדים אין מיליטער?

The Haredim in the Military?

פֿון ואיה וענה

Getty Images
חסידישע יונגע־לײַט אין מאה־שערים, ירושלים.

יענע וואך איז פאררופן געווארן א גרויסער פראטעסט אין מאנהעטן קעגנאיבער דעם ציוניסטישן קאנסול, אין ליכט פון אנגעבליכע רדיפות הדת אין ישראל געוואנדן קעגן דעם חרדישן ציבור. צעטלעך זענען צעווארפן געווארן שוין א לענגערע צייט פריער, פלאקאטן מיט רויטע אותיות האבן פיגורירט איבער די לעקטער-זוילן אין די היימישע געגנטן, און גאט צו דאנק וואס ס’איז אביסל געבראכן געווארן די באנאלע טאג-טעגליכקייט. וואס טוט א גוי א שטייגער, ווען ער פילט אז ער דארף דעם טאג אביסל אויפשאקלען? ער גייט אינעם יענקי’שן סטאדיום, אדער אין סיטי-פיעלד (דוקא א מחותן אונזערער, פון דער צייט וואס מיר האבן דארט אויסגעפירט דעם מאסיוון ראלי קעגן די כלי משחית), און ער קוקט זיך נעבעך אן ווי א באנדע היפיס שוויצן זיך אויס מיט א באל. דער עולם ארום פאטשט, מ’שרייט, און אפנים מ’פארטרייבט די צייט מיט ליידיג-גייעריי. דארפן מיר דאך זען “מה בין בני לבן חמי”, מיט וואס אידן ברענגען אריין פילפארביגקייט אינעם לעבן, קעגן דער גוי’שער פוסטעריי.

Read more


גיוס בני ישיבות קעגן רדיפות בני ישיבות

Draft of Yeshiva students Vs. Oppression of Yeshiva Students

פֿון בן זומא

Getty Images
דעם 26סטן מײַ אין ירושלים האָט גראַדויִרט דער חרדישער באַטאָליאַן „נצח יהודה‟, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1999.

ס’טוט זיך א וועלט מיט „גיוס בני ישיבות‟. די ישראל-רעגירונג וויל אפשטעלן דאס אויטאמאטישע אפ’פטר’ן חרדישע ישיבה-לייט פון מיליטערדינסט, און די פרומע וועלט קאכט און זידט, און זוכט מיטלען אויף אפצושרייען די גזירה.

מען הערט קולות ביז’ן הימל. אבער פון די ליארמען איז שווער ארויסצוקריכן מיט קאנקרעטע ווערטער. איך זוך נאך די סיבה צו דעם מוראדיגן טומל. וואס איז אזוי עק וועלט דערמיט? דעם סאטמארער פערספעקטיוו לאזט זיך נאך פארשטיין. דארט ווערט דאס דינען אינעם ישראלדיגן מיליטער, באטראכט ווי די עצם עקזיסטענץ פון ישראל, ווי א תורהדיגע פראבלעם. מען טאר נישט האבן אן אייגן לאנד פאר משיח’ס קומען, און דאס טיילנעמען אין אזא ווירטשאפט איז אפגעפרעגט. אבער די אנדערע קהילות און קרייזן: וואס איז די פראבלעם? פארוואס זאל מיליטערדינסט זיין אנדערש ווי דער צוגאנג זייערער צום לאנד אין אלגעמיין?

Read more


איינער אליין קעגן שטן

All Alone Against Satan

פֿון ואיה וענה

געווען איז עס לאנג צוריק, אדער אפשר נישט אזוי לאנג צוריק, אין אזא יאר ווי היי-יאר, ווען דער אונטערשייד פונעם אידישן און גויש’ן קאלענדאר האבן זיך געטראפן נאנט צו א חודש אפגערוקט, א סימן אז ס’איז שוין צייט פאר א פרישן עיבור-יאר. געצל האט דערזען אז ס’איז שוין חודש ניסן און קיין זכר פון א בליענדן בוים זעט זיך נאכנישט אין דער גאנצער סביבה, האט ער פרובירט מאכן סדר אין קאפ, געקראצט זיך און געריבן דעם שטערן, היתכן אז די תורה זאגט פסח זאל זיין אין חודש האביב, דער חודש אין וועלכן די ביימער הייבן אן שפראצן, און היי-יאר האלט גאר דער פסח נאך נענטער צום שניי ווי צום שפראצן? זאל עס זיין אז די רבנים האבן זיך פאר’חשבונ’ט? נישט גוט אויסגערעכנט דעם לוח?

Read more


טעכנאלאגישער תוהו-ובוהו

Technological Chaos

פֿון בן זומא

Lisa Anchin

די חרדישע געזעלשאפט גייט דורך א קריזיס. זאכן אנטוויקלען זיך, בייטן זיך, און אלץ פליט אן קיין חשבון, אן קיין קאנטראל. מען כאפט זיך אפשר נישט, ווייל מיר געפינען זיך דערינען. מיר פילן נישט אז אלץ וואקלט זיך, צוליב דער זעלבער סיבה פארוואס מיר שפירן נישט דעם שוואונג פון דער ערד’ס נאכאנאנדן געלויף. דער צענטער פון שטורעם ווייסט קיינמאל נישט אז ארום אים בושעוועט, רייסט, שלעפט, ווארפט.

פארשידענע מענטשן געבן דעם מצב אנדערע נעמען; אבער ס’איז אלץ די זעלבע כלה, נאר אנדערש געשלייערט. עסקנים און רבנים רעדן וועגן אן “אינטערנעט פראבלעם”; אויפגעקלערטע, אנטלאפענע, און באהאלטענע שרייבן וועגן זיך ארויסרייסן פון א לעבן אונטער דרוק און צוואנג. ביידע רעדן אבער א שפראך וואס איז ביז צוויי-דריי יאר צוריק דער חרדישער קהילה געווען פרעמד.

Read more


א יום טוב על פי לומדות

A Holiday According to Jewish Learning

פֿון ואיה וענה

Forward Association
לומדים אין אַן אַלטער ווילנער שיל

די זון האט פארבויגן די קערפער צו מערב, די רויטע וואלקן איבער די הימלען האבן אנגעזאגט דאס קומען פונעם יום-טוב. אין די אידישע שטובער האבן די ווייבער געצונדן ליכט, די מענער האבן זיך געגרייט ארויסצוגיין אין שול. נאר נישט אזוי שנעל וועט דער יום-טוב קומען, גאר נישט איילן זיך. ביי אונז אינעם חומש איז געשריבן “תמימות”, דארף מען דאך זיכער מאכן אז ס’זאל קיין ברעקעלע נישט פארפאלן ווערן. ווארטן דעריבער אידן אין די שולן, די זון איז שוין לאנג געלאפן פאראויס אויפצולייכטן דעם טאג אין אנדערע לענדער, איבערלאזנדיג ניו יארק פאר דער מלוכה פון א האלבער לבנה, אבער אזעלכע זאכן וועלן אפשר נאר דערשרעקן די יעקעס. נישט די חסידים. ביי חסידים אז ס’שטייט “תמימות”, דארף זיין אזוי פעפערדיג שווארץ אז אפילו די שלעכטע מלאכים זאלן מודה זיין אז ס’איז שוין נאכט.

Read more


אינטערנעט און אפנקייט, אין ליכט פון חושך

Internet and Openness in a World of Darkness

פֿון בן זומא

מיט עטליכע יאר צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט א פריינט. דאס איז געווען נאך אן אויפגעקומענעם סקאנדאל, ווען א יו-טוב ווידעא האט געוויזן עמיצן באגיין אן אוממאראלישן אקט. מיר האבן דעמאלט גערעדט וועגן דעם, אז דער אינטערנעט איז עלול צו ברענגען צו אן עולם התיקון — על כל פנים אין דער פרומער וועלט. ווי מער פראגרעס דער אינטערנעט מאכט, אלץ שווערער ווערט דאס באגיין אוממאראלישע מעשים, ווייל מען קען קיינמאל נישט וויסן, צי דער אקט וועט נישט רעקארדירט און ארויפגעשטעלט ווערן אויפ’ן אינטערנעט פאר אלעמען צו זען.

Read more


מעדיצין 2.0

Medicine 2.0

פֿון בן זומא

„איר ווערט געפלאגט פון קאפווייטאג? איר זענט נישט בכוח צו פאָקוסירן זיך אויף די סאמע עלעמענטארע אויפגאבן אין לעבן? מאכט א סוף צו די צרות! פרואווט אונזער אויסגעפרואווטן מעדיצין, רעקאמענדירט דורך אלע ספעציאליסטן. אט איז אן אמת’ע עדות’שאפט — איינס פון הונדערטער פון איבער’ן גאנצן לאנד: ׳איך האב זיך געפילט מאכטלאז צו די קאפווייטאגן. זיי האבן מיך געפייניגט, און נישט געלאזט אויספירן די פשוט’סטע פונקציעס אין לעבן. די צרות האבן זיך געענדיגט ווען א באקאנטע האט מיר דערציילט וועגן דעם מעדיצין. קיין זכר פון קאפווייטאגן. פארשוואונדן, ווי קיינמאל געווען!׳‟

Read more


ל”ג בעומר — א יום-טוב פונעם פאלק

Lag B‘omer – The People‘s Holiday

פֿון ואיה וענה

Getty Images

דער יום-טוב פון ל”ג בעומר איז א חידוש. ווי א רעלאטיוו נייער יום-טוב, גארנישט א טייל פון דער לאנגער טראדיציע, האט זיך עס צוערשט אנגעהויבן ווי א לאקאלע פייערונג אין מירון און צום סוף איבערגעקומען אין דער גאנצער וועלט, מיטשלעפנדיג א הייליגן ווינט אויף דער גאנצער דיאספארע, ווי אין דער משנה שטייט „עד שנעשה כל הגולה כמדורת אש‟. ווי אזא, פונעם פאלקס הארץ ארויס, האט זיך דער יום-טוב אנטוויקלט אויף א זייער אייגנארטיגן אופן.

Read more


“תיבעל להגמון תחילה” — דער טירוף הדעת פון דער אינטערנעט-מלחמה

The Craziness of the Internet War

פֿון פייוויש בן-גוריון

Getty Images

ביי אן אסיפה וואס איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן אין שטוב פון דעם סקולענער רבין אין בארא-פארק, האט זיך אויפגעשטעלט רעדן נחמיה גאטליב, דער פירער פון דער איצטיגער חסידישער באוועגונג קעגן דעם אינטערנעט. גאטליב איז נישט קיין רבנישער פערזענליכקייט, אויך קומט ער נישט פון קיין רבנישער משפחה. ער איז א זון פון הרב דוד גאטליב, א בעל-תשובה, און פון די באקאנטע פערזענליכקייטן אין דער „קירוב‟-באוועגונג.

Read more


האקינג’ס פאראדאקס

Hawking‘s Paradox

פֿון בן זומא

Getty Images
סטיווען האוורקינג

שוין א לאנגע צייט וואס איך טראג זיך ארום מיט דער השערה, אז די חכמים פון אמאל האבן א סך קלארער פארשטאנען די נושאים וואס זיי האבן באהאנדלט, ווי די חכמים פון אונזערע צייטן היינט.

פאר טויזנטער יארן צוריק, איז די וועלט טאקע געווען זייער צוריקגעשטאנען. מיר זענען א סך מער פארגעשריטן ווי מיט אפילו בלויז פופציג יאר צוריק. א סך פון דער טעכנאלאגיע וואס זענען פאר אונז פשוט’ע זאכן, וואלטן מיט הונדערט יאר צוריק פארגעקומען ווי ניסי-ניסים. איך מיין אבער אז טאקע דאס, טאקע אונזער פארגעשריטנקייט, איז די סיבה פארוואס די פילאסאפן אמאל האבן א סך בעסער ארויסגעהאט דאס עסק ווי מיר היינט.

Read more


מיינע מזרח’דיגע ווארצלען

My Eastern Roots

פֿון ואיה וענה

ווי א איד, קומט מיר אפט אויף דער ריח פונעם מזרח אין דער נאז, געמישט פון אפרסמון, מור און קינמון און נאך צענדליגער שפריצן פון בשמים. ווי א איד קומט מיר אפט אויף דער געוויין פונעם אריענט, גלייך מיט דער איבערוועלטיגנדער תשוקה און נאקעטקייט פון נאטור. ליינענדיג די שירה פון אז ישיר שטעלן זיך מיר טויזנטער סעמי-אראבער, בעדואינער און בעדואינקעס, מיינע אור-עלטערן, און זיי האלטן אין די הענט מאדנע קלעזמער געצייג, אזעלכע וואס איך האב קיינמאל נאכנישט באגעגנט. די קלעזמער מאכן מאדנע קולות וואס שרייען אויס אין מזרח לשון עפעס אן אורצייטיגן אלטערטימליכן קלאנג. עפעס דערמאנען זיי אין דעם אראבישן “עוד”. די פלייטן וואס די שלאנקע ווייס-ברוינליך באבערדלטע בעדואינער האלטן אין מויל, דערמאנט זייער דאס קול פונעם “נאיה”, ס’איז אבער נישט פונקט דאס.

Read more


דער יום טוב פון ספירה

The Holiday of Sfire

פֿון ואיה וענה

דער טעם פון יום-טוב אנטלויפט נישט פונעם הארץ. זייענדיג א קינד, עטליכע וואכן פאר יום-טוב, קוים האט מען דערמאנט אז ס’קומט למשל פסח, האבן מיר שוין די מצות געגריזשעט אין בויך, די געדעקטע גלאנציגע טישן מיט כל-ערליי זילבער, דעם טאטנ’ס ווייסער קיטל, דאס אלעס איז אויפגעשווימען אויפ’ן הארץ מיט קינדישן עקסטאז. דאס זעלבע פאר שבועות, סוכות אדער אפילו ל”ג בעומר. מילא ל”ג בעומר, קלערט איר אודאי, איז נישט מער ווי א פשוט’ער יום-טוב, א וואכעדיגער, נאר ווי פשוט עס איז, איז עס אינעם קינדישן מוח פארגעקומען ווי א געעשעניש פון גאר א ספעציעלן מין. עטליכע וואכן פארדעם און נאכדעם אן א טראפעלע מוזיק, איז ל”ג בעומר געקומען ווי א משיח אין סאמע מיטן פון א צרה. ווי א ספירה’דיגן אינזל האב איך דעם יום-טוב געוואונטשן אייביגקייט. קיין צייט צו זעטיגן זיך מיט מוזיק איז נישטא, ביז פאר וואס ווען איז שוין די זון אונטערגעגאנגען און די מוטיגע מוזיק’לאזע טעג זענען ווידער אריין אין קראפט.

Read more


בקיאות אין א תקופה פון גאונות

Expertise In a Time of Genius

פֿון בן זומא

א גאון, א ידען, איז עמיצער וואס ווייסט א סך, וואס האט געלייענט א סך, וואס האט זיך קונה געווען א סך ידיעות אין מערערע געביטן. ווען מען שמועסט און א פראגע ווערט נולד, ווענדט מען זיך צום „ידען‟.

אזוי איז עס געווען אמאל. היינט, אויב האט עמיצער א ספק אדער א חסרון ידיעה, ווענדט ער זיך צום אינטערנעט. די פראגע ווערט אריינגעקלאפט אין „פענסטערל‟. דער פרעגער גיט דאן א קוועטש אויף „זוך‟, און ביז עטליכע סעקונדן באווייזן זיך אויפ’ן עקראן מער ענטפערס ווי דער פרעגער וועט באווייזן דורכצולייענען במשך דעם גאנצן לעבן. (א גוגל-זוך אויף „איסור אינטרנט‟, צום ביישפיל, האט מיר געגעבן 487,000 ענטפערס. דער ערשטער רעזולטאט, אגב, לייענט זיך: „איך אתם מתמודדים עם איסור הרבנים על אינטרנט?‟ — וויאזוי זיך אן „עצה צו געבן‟ מיט דעם רבני’שן איסור אויפ’ן אינטערנעט.)

Read more


אין דער אידיש־יידישער פראגע

Concerning the “Idish‟ or “Yiddish‟ Question

פֿון ואיה וענה

רעדנדיג וועגן פראגעס ארום אידיש קומען אין געדאנק די אידישע תשובות. ‘הלמאי איר פרעגט? וואס ווייס איך? נישט געטראפן וועמען צו פרעגן?’ אזוי איז עס דער איד, אן איפכא-מסתברא’ניק, אז מ’זאגט אים שלום עליכם, מוז ער ענטפערן עליכם שלום… און אז דער איד רעדט שוין, “רעדט זיך אים גרינגער אז מ’דרייט צו מיט א פינגער, ווייל אידיש האט ליב אז מ’רעדט צו מיט די הענט…” זינגט זיך אין א ליד. נאר וואס דען? אנדערש קען מען דאך קיין סברא נישט אוועקשטעלן, נאר אז מ’דענקט אינעם וואכעדיגן געשפרעך דעם גמרא’שן פלפול. אזא איז ער דער איד; דער טעם זקנים גיט אים דעם מענטשליכן חן, פארקנייטשט ער דעם שטערן מעשה חכם און ענטפערט ווי א פילאזאף “וואס ווייס איך?”, אפנים מ’זאל קלערן אז רענע דעקארט רעדט פון אים ארויס. און איבער אלעמען פארגעסט ער נישט שלום עליכמ’ס צוואה צו לאכן צו יעדער צייט, וויבאלד דאקטוירים הייסן לאכן. אט אזא איז דאס געפיל צום איד וואס באקומט זיך אין די שורות פונעם אידישן פאלקסמענטש.

Read more


חרדיש־אידישער „בירגער זשורנאליזם”

Ultra-Orthodox Citizen Journalism

פֿון בן זומא

די טעכנאלאגיש-מאדערנע וועלט האט געבוירן א סך חידושים. איינער אזא חידוש איז דער פענאמען פון “בירגער זשורנאליזם”. אנדערש ווי ביז דער אינטערנעט-תקופה, ווען די נייעס איז דערציילט געווארן דורך פראפעסיאנאלע צייטונגסלייט, ווערן געשעענישן צעשפרייט דורך פשוט’ע מענטשן. די מידיא-וועלט אליין טראגט זיך ביסלעכווייז איבער צום אינטערנעט. אבער אין דער ווירטואלער וועלט, זענען פאראן די סאציאל-מידיא נעצן, וואו קיינער איז נישט קיין מיוחס, און וואו דער הויפט-רעדנער ווערט באשטימט דורכ’ן פשוט’ן פאלק.

ס’איז נישט בלויז נייעס-געשעענישן. אמאל, האט די אזויגערופענע “מעינסטרים” מידיא דיקטירט דעם טאן, מיט וועלכן די לעצטע געשעענישן זאלן געהערט און דערציילט ווערן. זשורנאליסטן זענען געווען די, וואס האבן אפגעמאכט וועגן דער וויכטיגקייט פון א געשעעניש. ביי זיי אין דער האנט איז געלעגן דער גורל פון א נייעס.

Read more


א מעשה אויף פסח

A Passover Story

פֿון ואיה וענה

די ביימער זענען זיך צעוואקסן אין אויסגעשפרייטע בלעטער אויף יעדער זייט. די קנאספן האבן אנגעהויבן אויספיקעווען די ערשטע סימנים פון ווידער-געבוירן, און דער ריח פון עקאליפטוס האט זיך צעגאסן אויפ’ן ארום. די וואלקן האבן פריי געמאכט דעם וועג פאר די זון-שטראלן דורכצוהאקן די שיכטן פון דער אטמאספער דירעקט אינעם מענטשליכן יישוב, און די זונענבלומען האבן געקוקט דער זון אין פנים ווי א קליין קינד קוקט ארויף צו דער מאמען בעת’ן זייגן. די וועלט האט ווי געזונגען, און די דופטן פון בלומען האבן געענטפערט אויף איר רוף.

נישט ווייט פונעם בוים איז געשטאנען א בריקל איבערגעצויגן איבער א טייכל. דאס וואסער איז געפלאסן אונטערן בריק אין א פסח-פרילינג’דיגער רואיגקייט. אויסגעפעלט האט נאר דאס קליינע מיידעלע מיט די צעפ, וואס זאל איבערשפאנען דעם בריק מיט א קוישעלע אין דער האנט, ברומענדיג א מיידליש-קינדיש לידל. דאס קרייען פון א פרעשל האט צוגעפירט די אויגן צו אינזלען פון גראז אין סאמע מיטן פון טייך, אויף וועלכע דאס פרעשל האט ארומגעשפרונגען. וואלט דאס מיידעלע מיט’ן קוישעלע טאקע דארט געווען וואלט זי מסתמא צוריקגעשפרונגען אין שרעק, ערזעצנדיג די רויטקייט אין די רונדיגע בעקעלעך מיט א צייטווייליגער בלאסקייט.

Read more


א שליח פאר לייען־מאטעריאל

A Carrier of Reading Material

פֿון בת צלפחד

עס איז געווען נאך א שווערן טאג אין שולע. איך האב געוואונען דעם לעצטן פארמעסט ווי עס איז פיל מאל געווען דער פאל, און די אומפארגינערישע בעל מקנא׳ס האבן דאס נישט אויסגעהאלטן. נאך א טאג רדיפות בין איך געקומען אהיים. שווערע קולות זענען פארגעגאנגען. מיין שוועסטער צירל האט געהאלטן אינמיטן א טאנטראם און ירוחם איז געווען פארנומען מיטן סעקירן זיין קליין ברודערל בערעלע. איך האב מיך פרובירט פֿארשפארן אין מיין צימער, אבער נאך א פאר מינוט האט צירל זיך גענומען האקן און בראקן אויפן שוואכן שלאס אז איך האב געמוזט עפענען. 

נאך א פאר שעה האט מען סערווירט נאכטמאל, און איך האב געשלינגען די «פילעכץ» איבער א געשוואלענעם האלז. נאך א ביסל קולות, נישט אנדערש ווי געווענליך, און איך האב מיך גערישט אריינצוגיין אין בעט פרי, וואו איך האב יעדע נאכט פארגאסן טייכן טרערן אין מיין אלטן קישן.

עס איז אדורך עטליכע שטונדן און פלוצים וועק איך מיך אויף. מיין טאטע רייסט אראפ די דאכענע, און שטייט איבער מיין קאפ. איך פרוביר צו שמייכלען, ווייל איך ווייס קיינמאל נישט וואס צו דערווארטן…

«טו דיך יעצט אן,» שרייט ער, «און לויף אריבער צו מאיר׳ס הויז אפנעמען נאך פאפירן.»

Read more


“היינטיגע פוסקים און היינטיגע שאלות”

Talmudic Scholars and the Questions They Are Asked Today

פֿון ואיה וענה

ר’ ירחמיאל איז געזעסן פאר דער גרויסער גמרא, לאזנדיג די ברוינע בארד פאלן איבערן בלאט. די ברילן האבן צייטנווייז געלאנדעט אויף דער נאז, און האבן זיך צוריקגערוקט אויפ’ן פלאץ נאר נאכדעם וואס די גמרא איז פארמאכט געווארן. ס’הייסט פארמאכט? ר’ ירחמיאל פארמאכט נישט די גמרא, נאר אזוי צו זאגן איבערדעקט עס מיט אן אפענעם שולחן ערוך, וועלכן א פארמאכטער רמב”ם, מיט א קנייטש אין איינעם פון די בלעטער, באשיצט עס פון אויבן. דער רמב”ם וואלט לעולם אויך געבליבן אפן מיט א טאשנטיכל אויף דעם, נאר אמאל מאכט זיך אז דאס טאשנטיכל איז נישט צו דער האנט, אפשר פארנוצט און ס’וואשט זיך איבער אינעם וואש-מאשין, בלייבט נאר צו פארמאכן עס מיטן דערמאנטן קנייטש.

לעולם וואלט ר’ ירחמיאל גאר נישט איבערגעלאזט די גמרא בכלל, נאר היות א מענטש איז דאך נאר א מענטש, מוז ער עסן, מוז ער שלאפן, פארשטייט איר דאך אז מ’מוז אמאל איבערלאזן די גמרא. ר’ ירחמיאל רוקט דאן, ווי געזאגט, צוריק די ברילן, ער בייגט זיך איבער דער גמרא און גיט איר א מאמעשן קוש. דאס קאפל וועלכע האט פריער פארדעקט א האלבן שטערן ווערט אויך צוריקגעשטעלט אויפ’ן געווענליכן פלאץ. דער פיר-און-צוואנציגער טלית קטן וואס הענגט איבער די זייטן דערמאנט אים דא דארט פון דעם נעכטיגן נאכטמאל. מילא, דאס ווייב וועט עס שוין אמאל אויסוואשן, נאר דערווייל האט ער נישט קיין אנדער טלית-קטן, און וואס איז עס דען אז ס’בלייבט אזוי א טאג צוויי? די גמרא איז זיין לעבן. אין דעם קען מען נישט צווייפלען.

Read more


צער און שטאלץ, אין א טרויעריגער צייט

Grief and Pride in a Time of Sorrow

פֿון פייוויש בן-גוריון

א טיפער וואלקן פון צער האט זיך אויסגעשפרייט איבער דער חסידישער געמיינדע אין ניו-יארק הערנדיג די ביטערע בשורה איבער דעם אומקום פון נחמן און רייזל גלויבער, עליהם השלום, אין א שוידערליכן עקסידענט. דער ווייטאג און טרויער האט דערגרייכט א העכסטן קלימאקס ווען דאס פריש געבוירענע עופעלע וואס האט געזאלט זיין די נסימדיגע המשכה פון דער משפחה איז אויך ליידער נפטר געווארן.

עס קענען געמאכט ווערן א סך אבזערוואציעס אין דער צייט פון אזא טראגעדיע. פון טעאלאגישע און אנטראפאלאגישע שטאנדפונקטן איז וויכטיג און אינטערעסאנט צו אנאליזירן וויאזוי אזא טיף-רעליגיעזע געמיינדע נעמט אויף אזעלכע טראגישע בשורות, און די ראלע וואס עס שפילט די אומבויגזאמע באציאונג מיט גאט אין ראציאנאליזירן די ברענעדיגע פראגעס.

Read more


א פייגעלע אין בוזעם, אדער א קינד אין בויך

Child in the Womb

פֿון בן זומא

אן ארטיקל פון גענאדי עסטרייך טיטלירט “א פייגעלע אין בוזעם, אדער חרדים אין היינטיגער אידישער קולטור” (“פארווערטס”, פאברואר 7) באקלאגט זיך איבער דעם צעבלאזענעם חלום אז די ישועה פאר אידיש-קולטור וועט קומען פון אידיש-רעדנדע חרדים. עסטרייך באקלאגט זיך אז אנדערש ווי מאנכע ווילן זאגן, אז דער אויפלעב פון אידיש, ווי א שפראך און קולטור, וועט קומען פון דער פרומער וועלט, ווייזן די פאקטן אנדערש. מיר זעען נישט אז די אידיש-רעדנדע יונגעלייט וואס פארלאזן די פרומע וועלט זאלן זיך קערן צו אידיש.

עסטרייכ’ס אויפפאסונג איז א ריכטיגע. איך וויל נאר זאגן די סיבה פארוואס דאס איז אזוי. די “אידיש-קולטור” פון וועלכער דער חשוב’ער שרייבער רעדט, איז עפעס וואס שמעקט פון בתי עלמין און מוזעאומס. דער גרויסער רוב פון דער אידישער ליטעראטור איז געווידמעט א זייער שמאלן ספעקטרום פון טעמעס — חורבן, דעם “אמאל”, די גרויסע שרייבערס און קינסטלערס וואס אידיש האט ארויסגעגעבן, אא”וו. אויף וויפיל אידיש-קולטור איז היינטצייטיג, דרייט זי זיך בעיקר ארום נודנע פארש-ארבעטן, דקותדיג-וויסנשאפטליכע טעמעס וועגן שפראך, און דער השפעה וואס דער אדער יענער אידישער שרייבער האט געהאט אויף דער ארומיגער קולטור.

Read more