Yiddish with an Aleph

„נטרונא‟: פֿאַררעטער אָדער קליינע מוחות? (2)

The Anti-Zionist Hasidim – Traitors or Fools? (2)

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

אין אַן אַרטיקל, וואָס „נטרונא‟ האָט געלאָזט די טעג אָפּדרוקן אין „דער איד‟, איז פֿאַרדאַמט געוואָרן מײַן פֿאָריקער אַרטיקל, וואָס איז פּובליצירט געוואָרן אויף די שפּאַלטן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. וואָס מיך האָט אָבער געוווּנדערט שטאַרק איז דער פֿאַקט, וואָס „נטרונא‟ האָט ציטירט נישט מער ווי צוויי דרײַ האַלבע זאַצן פֿונעם אַרטיקל, און זיך געיאָגט צו באַשטימען, אַז פֿון מײַן פּען „רינט גיפֿט און האַס‟, און אַז דאָס „פירט אונז צוריק מיט פֿערציג-פופציג יאר צוריק ווען די גענוי-זעלבע ווערטער זענען געשריבן געווארן אויף די דרכי המלחמה והמחאה בהלו נרו עלי ראשינו פון רביה”ק מסאטמאר זי”ע‟.

פּערזענליך גלייב איך, אַז „נטרונא‟ פֿירט זיך נישט לויט די פֿאָרשריפֿטן פֿונעם סאַטמאַרער רבֿ, דאָך, וועל איך לאָזן דעם שמועס פֿאַר אַן אַנדערס מאָל, און איך וועל מיך יעצט באַציִען נאָר צו דעם, וואָס ליגט מאָמענטאַל אויפֿן טיש. קיין לאַנגע פּאָלעמיק וועל איך נישט פֿירן, אָבער כאָטש מיט אַ פּאָר שורות לאָזט מיך קלאָר שטעלן דאָס בילד.

פֿון מײַן פּען, טײַערע ייִדן, רינט נישט, חלילה, קיין האַס, דאָס איז שקר, און ווער עס וויל, קען זיך דאָס אליין איבערצײַגן בײַם ליינען מײַן פֿאָריקן אַרטיקל. פֿון מײַן פּען רינט נאָר בלוט, וואָס האָט דעם קאָליר פֿון מײַן אייגן פֿאָלק. פֿון מײַן פּען רינט נישט קיין „האס און העצע קעגן יעדן ערליכן איד‟, ווי די „נטרונא‟ וואָלט אַוודאי געוואָלט, אַז ס’זאָל זײַן. ליידער, מוז איך זיי אַנטוישן. פֿון מײַן פּען רינט אַ פּשוטע ווײַבערישע טרער, אויסגעווייקט אינעם ייִדישן ליד. כ’מיין, אָט די לאַנג-דורותדיגע שירה, וואָס האָט אָנגעהויבן איר ערשטן גילגול אין פֿרייד פֿון יציאת־מצרים, און איז אין שפּעטערן גלות פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ טרויעריקער מעלאַנכאָליע, וועלכע האָט נישט אויפֿגעהערט אויסצודרוקן איר בענקשאַפֿט צו דער מיזרח־זײַט פֿון דער וועלט.

האַס? שׂינאה? ניין, מײַנע טײַערע, איר האָט בכלל נישט גוט איינגעטראַכן, און איך זאָג אײַך צו, אַז כ’וועל אײַך דאָס איבערווײַזן. איר באַשולדיקט דעם „פֿאָרווערטס‟, זאָגנדיג, אַז זיי האָבן “אָפּגעשטויבט די אַלטע לשונות של גנאי ודברי הבאי‟, אָבער דאָ האָט איר אַ מיאוסן טעות געהאַט. נישט דער „פֿאָרווערטס‟ האָט דאָ גענוצט אַן אַלטע רעטאָריק, נאָר די וואָס זענען נישט גרייט זיך צו באַציִען צו קריטיק אויף אַ מענטשלעכן אופֿן, זיי נוצן אַן אַלטע אָפּגעריבענע מטבע.

אין מיין פאריגן ארטיקל האב איך בסך הכל געוויזן אז די וועלט אין וועלכער ‘נטרונא’ לעבט איז זייער ווייט פון דער רעאלער וועלט, און זייער סטראטעגיע איז דערפאר א פעלערהאפטיגע. דארט וואו זיי קלערן צו באשיצן אידן שטימט נישט לכאורה ווען מ’באטראכט די מאטעמאטיק, און ווידער דאס וואס זיי קלערן אויסצוליידיגן מדינת ישראל פון אידישקייט איז נאך א גרעסערע אילוזיע, וויבאלד ס’איז אין ערגעץ נישטא אזא אויסגוס פון אידישן געפיל ווי דאס וואס געפינט זיך אין ארץ-ישראל, אינעם סאמע תוך פון דער לאנדס-ווירטשאפט. נו? איז דא קעגן דעם אן ענטפער? אויב באטיטלען דעם שרייבער ווי א שונא הדת איז ביי אייך א מענטשליכער ענטפער, דאן זאל עס אייך וואויל באקומען. נאר ביטע, זאגט נישט אז איך בין דער וואס נוצט אן אור-אלטע רעטאריק…

און איר ווייסט וואס נאך כ’וועל אייך זאגן? אויב אויסדרוקן ליבשאפט צו אונזער פאלק הייסט “חירוף וגידוף”, דאן מוז דער טיטל זיין א וואונדערליך שיינער. איז דען נישט בעסער צו ברענען אין גיהנם ווי איידער צו פארלאזן דעם נאבעלסטן פאלק אויף דער וועלט? וואס א טעם וועט דער גן-עדן האבן ווען איך זאל דארט זיין אליין מיט אפאר נטרונא אנהענגער, בשעת אונזערע צענדליגער טויזנטער סאלדאטן וואס האבן זייער לעבן איינגעשטעלט פאר אונזערע ברידער און שוועסטער וועלן זיצן אינעם דעזיגנירטן גיהנם פאר ציוניסטן? מיר איז ליבער דער גיהנם פון די אידישע קינדער וואס זינגען אויס לידער צו גאט ביים אריינטרעטן קיין עזה, ווי איידער א גן-עדן וואס האט זיך געבויט אויף דעם פאקט אז איך האב מיין רוקן געוויזן פאר מיין פאלק.

אויב מיט הונדערט יאר צוריק איז ציוניזם געווען בלויז אן אידעע, איז עס היינט א טאג-טעגליכער מציאות פון מיליאנען מענטשן וואס רופט זיך ארץ-ישראל. ציוניזם איז מער נישט קיין אבסטראקטער געדאנק, נאר אזוי ממשות’דיג און מציאות’דיג ווי עס איז דאס גיין איינקויפן ברויט אינדערפרי אין געשעפט, אפשיקן די קינדער אין חדר/שולע, און טאקע אויך צו זיצן אין א טראפיק אין די גאסן פון ירושלים. ציוניזם איז מער נישט קיין ענין פון הערצל און אחד-העם, נאר פון א רחוב הרצל און א רחוב אחד-העם, וואו מענטשן יאגן זיך טאג-טעגליך צו זייערע פרנסות, און די מענטשליכע ערשיינונג פון לעבן איז סינאנים מיטן נאמען איד. צו פארשרייען דאס אלעס, ווי גלייך ס’וואלט זיך נאך געהאנדלט פון א בלויזער אידעע, איז אדער קאלטבלוטיג אדער תמימות’דיג. איר האט פאר מיר א דריטן אויסוואל? אדרבא!

צווישן איבריגנס באוויינט ‘נטרונא’ דעם פאקט וואס “מען ארגאניזירט שעות און בלעטער גמרא פאר פרטיות’דיגע נעמען פון חיילי צה”ל”, און אז “אין די חרד’ישע גאס ווערט צוזאמגענומען עסנווארג” פאר די סאלדאטן אויפ’ן פראנט. די ‘נטרונא’ באצייכנט אט די מעשים ווי “א שרעקליכער חילול השם וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען (!)”

איר שטוינט מסתמא, איז דא בכלל א וועג מקרב צו זיין אל השכל אזא לאזונג? לויט די סטאטיסטיקס קומט אויס אז א סאלדאט וואס געפינט זיך אויפ’ן שלאכטפעלד איז אין א גרעסערער סכנה ווי סתם מענטשן, גלייבט אבער ‘נטרונא’ אז צו שענקען די קינדער אויפ’ן פראנט א באזונדער קאפיטל תהלים וואלט געהייסן א שרעקליכער חילול השם, אזא וואס די וועלט האט נאך פריער נישט געזען. דאס הייסט אייגנטליך אז מיר קענען דאס באטראכטן ווי א חילול השם פון א היסטארישן כאראקטער. זאלן מיר וויינען אדער לאכן? דאס ווענדט זיך אפשר וויאזוי מיר ענטפערן אויף דער פראגע פונעם קעפל “פאררעטער אדער קליינע מוחות?”…

איך ווייס אז ‘נטרונא’ וועט אונז דעם ציוניזם נישט קענען מוחל זיין, אבער איך וועל זיי דערויף יא מוחל זיין. איך פארשטיי אז ס’זענען דא פארשידענע פאקטארן וואס האבן זיי געברענגט צו דעם אומרעאליסטישן וועלטקוק, אבער איך מוז נאר איבערזאגן נאכאמאל וואס איך האב געשריבן פאריגע וואך. דער געלעכטער האט א חשיבות נאר ווען מ’קען געבן דעם לעצטן לאך. די מעשים פון נטרונא (און איך מיין טאקע דוקא די מעשים, נישט די פערזענליכע אמונות) זענען אנטאגאניסטיש צום גרעסטן אידישן פראיעקט פון אונזער צייט, בשעת די שטערקסטע אויפבליאונג פונעם אידישן גייסט קומט פאר דוקא אין די גרעניצן פון ארץ-ישראל.

ווען איך זאג “די גרעניצן פון ארץ-ישראל” קומט מיר אין זיכרון די סינטעזע פון אלט און ניי, די אור-אלטע זאמדן אויף וועלכע אונזערע נביאים האבן געטרעטן, און דערנעבן די פריש-אויסגעלייגטע אספאלט; די נאקעטע פעלזן פון יהודה וואו אונזערע נזירים האבן זיך מתבודד געווען אין מערות, און די פריש-געפלאנצטע טייטלביימער וואס באצירן די וועגן; די חורבות פונעם גליל קעגן די הונדערטער ישיבות אין גאנצן לאנד, און פון מיין הארץ רייסט זיך א גרוס צו ציון, א גרוס צו די אידישע שאסייען וואס זענען אנגעפירקלט מיט פסוקים פון תנ”ך, א קוש צו די אידישע מארק-פלעצער וואו ס’שטייען בוכארישע אידן און פארקויפן ניסלעך, צו די אידישע פארקן און די אידישע שטיינער און ציגל. איך שענק מיינע פארמאכטע ליפן צו די בלויע פארצויגענע הימלען איבער’ן מקום המקדש און מיט די הייסטע טרערן פאראייביג איך אין איר ערד מיין נאמען איד…