ווען ר’ שמעלקע שלום האט ענדליך געפאסט דעם באשלוס פון מאכן א נסיעה קיין ארץ ישראל, האט ער געהאט דערוועגן געמישטע געפילן. שוין לאנג וואס ער וויל זייער גיין און אליין זען די ווירטשאפט וואס יענע אידן פירן דארט, אבער די החלטה איז אים נישט גרינג אנגעקומען. אן ערליכער, היימישער בעל הבית, וואס געבוירן און דערצויגן געווארן אין ברוקלין עיר הקודש, האט ר’ שמעלקע שלום תמיד געקוקט קרום אויף יענע פארבלאנזשעטע אידן אין מדינת ישראל (א לאנד וואס געפינט זיך ערגעץ וואו בשכינות פון ארץ ישראל), וואס רייצן זיך מיט די פעלקער און כאפן די גאולה פאר דער צייט.
ר’ שמעלקע שלום איז גארנישט אזא בטלן; ער פארשטייט גאנץ גוט אז יענע אידן זענען חלילה נישט קיין מחללי שבת און אוכלי נבילות וטריפות. פארט, דער גאנצער קיום זייערער איז אוועקגעשטעלט אויף מינות און כפירה. אמת טאקע אז זיי דאווענען און זענען אויך מקיים מצוות. אבער ווי חשוב קענען שוין זייערע מעשים זיין אין הימל?
אנגעקומען צום בן-גריון לופטפעלד (מיט “יונייטעד עירליינס”, פארשטייט זיך. ס’איז גענוג דאס בכלל פארן קיין ארץ ישראל. עס טאן מיט “אל-על” וואלט געווען אביסל צופיל, אפילו פאר אזא מעסיגן מענטש ווי ר’ שמעלקע שלומ’ען.) האט דאס טאוול מיט די אומהיימליכע בלויע ווערטער “ברוכים הבאים לישראל” אביסל געשטאכן אין די אויגן. אבער, מילא. ר’ שמעלקע שלום האט פון פריער געוואוסט, אז ער לאזט זיך דא אריין אין א נישט-זיכער ארט. גם זה יעבור, בעזרת השם.
ר’ שמעלקע שלום האט נישט געזוכט צו פארפאטשקען די צייט. די נסיעה איז געווען אויף א קורצער צייט, ממש א דריי-פיר טעג. דער עיקר ציל איז געווען צו זען מיט די אייגענע אויגן דאס משוגעת וואס דער נייער דור ציונים האט אנגעמאכט נעבן דעם כותל המערבי. ער האט זיך גוט נאכגעפרעגט נאך אינדערהיים, צי מען קען אהין אנקומען אן דארפן דורכגיין דעם “כותל”. ער האט זיך אפילו פארשריבן גענוי דעם וועג אהין. (די גאסן מיט די מאדנע נעמען ווי “רחוב בר אילן”, “שדרת מנחם בגין” און ענליכע האט ער פארצייכנט מיט נקודות.)
ר’ שמעלקע שלום האט נישט מיטגענומען קיין באגאזשן. דעם טלית-תפילין זעקל, פלעשל מעדיצין (ער ליידט פון א מיחוש אינעם מאגן), און מתיבתא-ש”ס גמרא (ער האט זיך ספעציעל געקויפט א קליינעם) האט ער אריינגעלייגט אין א האנט-וואליזקע. ר’ שמעלקע שלום איז תיכף ארויס פון טערמינאל און אפגעשטעלט א טאקסי. אנגעבנדיג דעם אדרעס, אינאיינעם מיט זיינע דירעקציעס וויאזוי אנצוקומען אהין, האט ער זיך אריינגעזעצט און אראפגעלאזט דעם הוט. “ס’איז פול מיט ראיות אסורות וואו מען גייט און וואו מען שטייט,” האט ר’ שמעלקע שלום זיך אונטערגעברומט. אזוי האט ער געהערט אינדערהיים פון א באקאנטן, א יליד ארץ ישראל.
דער שאפער האט געכאפט א בליק אויפ’ן צעטל און געקנייטשט מיט די אויגן. פארוואס דווקא דורך דעם אומוועג, האט ער נישט פארשטאנען. דורכ’ן שפיגל האט דער שאפער געכאפט א בליק אויף זיין פאסאזשיר, און באשלאסן צו שווייגן.
אנגעקומען אין א גוטער שעה, האט ר’ שמעלקע שלום באצאלט און ארויס פון טאקסי, די וואליזקע אין דער האנט. ער האט דעם ציל באלד געטראפן; די געביידע איז גרויס, און גאר אייגנארטיג אין איר געבוי. ר’ שמעלקע שלום האט דעם בנין באלד דערקענט. די געביידע האט ווירקליך געטראגן שטוינענדע ענליכקייטן צו די געמאלענע בית-המקדש בילדער פון זיין קינדהייט.
שפאנענדיג אויפ’ן בריקל אויף ארויף, האט ר’ שמעלקע שלום באגעגנט א סך מענטשן. אלע זענען געגאנגען אין דער זעלבער ריכטונג ווי ער. ר’ שמעלקע שלום האט זייער געעגבערט דאס קלות פון יענע מענטשן: אנגעטאן לייכט, אן הוט-און-רעקל. זיי האבן צווישן זיך גערעדט און געלאכט, און קיין זכר פון ערנסטקייט האט זיך אויף די פרייליך-פארשוויצטע פנימ’ער נישט אנגעזען. ‘אזא פנים טראגט עס טאקע,’ האט ר’ שמעלקע שלום צו זיך געטראכט, מיט א געפיל-געמיש פון ניצחון און מיטלייד.
אנגעקומען אויבן, האט ר’ שמעלקע שלום באלד געזען אביסל ארויפצו שטיין א מאן אנגעטאן אין די בגדי כהונה. ‘אפילו דאס האבן זיי נאכגעמאכט,’ האט ער צו זיך געטראכט פאר’חידוש’ט. ‘ס’זעט אויס ממש ווי די אריגינעלע!’
ר’ שמעלקע שלום האט אליין נישט געוואוסט צי דאס געפיל וואס ער דארף יעצט שפירן איז שטוינונג אדער ווידערווילן.
“שלום עליכם א איד!”
ר’ שמעלקע שלום האט זיך ווי אויפגעכאפט און אויפגעריסן דעם קאפ. ער האט זיך געטראפן שטיין פנים אל פנים מיט יענעם הויכן איד, מיט די נאכגעמאכטע בגדי כהונה. א הויכע פיגור, מיט אן גלייכן ריקן, א לאנגע, שיין-מסודר’דיגע בארד, און גרויסע, קלוגע אויגן, וואס האבן אים ווארעם אנגעקוקט.
“אה, אה – עליכם שלום,” האט ר’ שמעלקע שלום אריבערגעווארפן די וואליזקע צו דער לינקער האנט, און אריינגעווארפן די פריי געווארענע רעכטע אין דער אויסגעשטרעקטער האנט פונעם “כהן גדול”.
“א גאסט פון חוץ לארץ,” האט יענער פארגעזעצט מיט א שמייכל בלשון ניחותא.
“יא, יא… איך, איך בין אזוי געקומען זען מה טיבו פון דעם גאנצן עסק דא. געהערט דערפון אינדערהיים שוין לאנג. געהאט א פאר פרייע טעג. כ’האב זיך אביסעלע גע’ישוב’ט; למעשה מחליט געווען, מהיכי תיתי, פארוואס נישט…”
דער “כהן גדול” האט אים אנגעקוקט און געדרוקט ר’ שמעלקע שלומ’ס האנט מיט ליבשאפט.
ר’ שמעלקע שלום האט זיך געדאכט אז ער זעט אין יענעמס אויגן א סימן פון מיטלייד.
“זייט נישט ברוגז,” האט ר’ שמעלקע שלום נאך אביסל קווענקלען זיך ענדליך געמאכט הארץ. “אבער אפשר קענט איר אזוי גוט זיין און מיר מסביר זיין דעם פשט פון דעם גאנצן ענין דא? כ’פארשטיי, אז איר זענט אזעלכע בעלי שיטה, אידאלאגישע מענטשן, ווי מ’רופט עס. איר האלט פון ארץ ישראל השלימה און ווילט צואיילן די גאולה און מאכן אן אייגענע מלוכה, אפילו ס’איז נאך פאר דער צייט. אבער מה פשר הדברים פון מאכן א שפיל פונעם הייליגסטן ביי כלל ישראל – דעם בית המקדש, דער כהונה, דער עבודה… זייט נישט ברוגז, אבער ס’איז זיך ממש נישט מתקבל על הדעת,” האט ר’ שמעלקע שלום צוגעפירט דעם ווייז-פינגער צום שטערן.
א יונגערמאן מיט א שווארצער בארד און פייערדיגע שווארצע אויגן האט זיך אפגעשטעלט אביסל פון דערווייטנס און פרובירט אויפכאפן דעם תוכן פונעם שמועס.
“און דערצו נאך,” האט ר’ שמעלקע שלום גערעדט מיט מער זיכערקייט, זעענדיג דעם מוטיגנדן בליק פון יענעם אין די בגדי כהונה, “מיט טריפה געלט, פון די ציונים דא וואס ווילן כידוע אויסרייסן גאנץ אידישקייט! גוט, איר זענט נישט פון דעם חדר און ביי אייך האט מען ליידער נישט עומד בנסיון געווען זיך מתנזר צו זיין משלחן איזבל. אבער איר ווייסט דאך יא דעם אמת, אז די ציונים ווילן דאס אלעס” – האט ער געמאכט א קרייז מיט’ן פינגער – “במילא אויסרייסן. אם כן,” האט ר’ שמעלקע שלום אויסגעפירט מיט לשון חז”ל, כדי נאענטער צו ברענגען דעם רעיון צו יענעמס אויערן, “מה הועילו חכמים בתקנתם?”
דעם כהן גדול’ס אויגן זענען זיך פארלאפן מיט טרערן. ער ארויפגעלייגט א האנט אויף ר’ שמעלקע שלומ’ס פלייצע און אים אריינגעקוקט אין די אויגן מיט רחמנות.
ר’ שמעלקע שלום האט אראפגעלאזט דעם קאפ. ער האט נישט דערטראגן דעם קוק. ר’ שמעלקע שלום האט אויך געהאפט, אז ער האט נישט איבערגעצויגן דאס שטריקל מיט’ן צושטופן דעם “כהן גדול” אין א ווינקל מיט זיינע דירעקטע, אביסל שארפע דיבורים.
כאפנדיג א זייטן-בליק, האט ר’ שמעלקע שלום געזען יענעם יונגערמאן – פארשטעלט ווי א כהן הדיוט – קוקן אויף אים מיט פארריסענע אויגן, כאילו ער, ר’ שמעלקע שלום, וואלט געווען א מאדנע באשעפעניש פון א פרעמדן פלאנעט. יענער יונגערמאן מיט די פייערדיגע אויגן האט פרעגנדיג געקוקט אויפ’ן כהן גדול, וועלכער האט אים שטום געענטפערט מיט א פיל זאגנדן בליק, וואס האט אויסגעדריקט רחמנות.
“קוקט אהער, מיין טייערער איד,” האט דער מיט די בגדי כהן גדול געזאגט. “קומט איינשטיין ביי מיר אויפ’ן קומענדיגן שבת. כ’וואוין נישט ווייט. אפשר וועלן מיר קענען אביסל שמועסן – אין דברי תורה און אנדערע ענינים.”
ר’ שמעלקע שלום איז פארלוירן געווארן. ס’איז אים זייער שווער אנגעקומען אפצוזאגן די איינלאדענונג פון דעם מענטש מיט די גוטע אויגן. פון דער אנדערער זייט, האט ער זיך געפילט טיף אומבאקוועם מיט די סארט אידן, וואס רעדן טאקע ווי אידן אבער זעען אויס און פירן זיך אויף אזוי מאדנע אנדערש. ר’ שמעלקע שלום איז אבער אן איידעלער מענטש, א רעספעקטירטער, באלעבאטישער איד אינדערהיים. ער האט איידל און דיפלאמאטיש אפגעזאגט.
“ס’וואלט מיר געווען א גרויס כבוד. כ’דארף אבער זיין צוריק אינדערהיים אויף שבת. איר ווייסט דאך: די קינדער איידעמער קומען אריבער נאך דער סעודה. כ’האב דערצו א קידוש פון א קרוב אויך. ניש’ שייך. חבל,” האט ר’ שמעלקע שלום אין אן איבערבעטונגס-פארזוך אריינגעווארפן איינס פון “זייערע” ווערטער.
*
זיצנדיג אויפ’ן פליגער אויפ’ן וועג אהיים, האט ר’ שמעלקע שלום זיך געפילט מאדנע ביז גאר. אויסגעמאטערט און צעמישט, האבן זיך ביי אים אין קאפ געפלאנטערט אלערליי געדאנקען וועגן מעשה-ביכלעך און בילדער פון מסכת זבחים, וואס האבן זיך ווייטער אויסגעמישט מיט א שארפן ארטיקל וואס ער האט די אנדערע וואך געלייענט איבער די מסיתים ומדיחים אין א פרומען לבוש, וואס שטרעקן אויס כשר’ע חזיר-פיסלעך און פרובירן אזוי ארום צו פארטושן די מוחות פון די ברכיים אשר לא כרעו לבעל.
עטוואס דיסאריענטירט, האט ר’ שמעלקע שלום אליין פרובירט פארשטיין וויאזוי די אלע זאכן האבן זיך אויפאמאל געטראפן ביי אים אין קאפ. ער איז אבער געווען מיד און דערשעפט. דער קאפ האט זיך אים אנגעהויבן אראפלאזן. ער האט אנידערגענומען דעם הוט, אוועקגעשטעלט אויפ’ן ליידיגן זיץ נעבן אים, און איינגעדרימלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.