אין די לעצטע טעג האט מען געקענט הערן איבער די נייעס-קאנאלן אויף דער ראדיא א מעסעדזש פון דער “נטרונא” ארגאניזאציע וואס האט זיך געהערט בערך אזוי: “מדינת ישראל געפינט זיך אינמיטן אן אפעראציע קעגן די פאלעסטינער, און דאס לייגט אריין אידן איבער דער גאנצער וועלט אין א סכנה. דערפאר איז וויכטיג די וועלט זאל וויסן אז ציוניזם דארף ווערן אפגעטיילט פון אידישקייט. מדינת ישראל האט נישט דאס רעכט צו רעדן אין נאמען פון דעם אלוועלטליכן אידנטום וויבאלד מיר דערקלערן אפן אז זיי זענען נישט אונזערע פארטרעטער. להיפוך פון די ציוניסטן, זענען מיר דוקא געטריי פאר’ן פרעזידענט אבאמא און זיין שליח זשאן קערי, און מיר זענען געטריי צו דער אמעריקאנער רעגירונג. אויב איר ווילט וויסן מער וועגן דעם, באזוכט אויף אונזער וועבזייטל…”
קען זיין אז איר זענט צעמישט ווי אבאמא מיט קערי קומען דא אריין פלוצעם אינמיטן דערינען? איז לאמיר אייך מסביר זיין אז די “נטרונא” לעבט נאך מסתמא מיט א צוריקגעשטאנענער היסטאריע, אין וועלכער די געטריישאפט פון א מענטש צו זיין לאנד מוז זיך אויסדרוקן דורך געטריישאפט צום “קעניג”, און דערפאר זענען מיר מחוייב צוליב דער “גזירת הגלות” צו שווערן געטריישאפט צו אדוננו המלך פרעזידענט באראק אבאמא ירום הודו. די נטרונא ווייסט מסתמא נישט אז אין א דעמאקראטישן סיסטעם מאכט עס גאנץ קנאפ אויס וואס איר האלט וועגן דעם פרעזידענט און זיין אויסערן מיניסטער. פארשטייט זיך אז דאס דעמאנסטרירט גאנץ א באדייטנדע מאס פון שמאלקעפיגקייט מצד דער ארגאניזאציע. נאר צום ווייטאג קען א שמאלקעפיגער אויך זייער צונוץ קומען פאר אנטיסעמיטן, און דאס איז גענוג צו שעדיגן דעם אידישן פאלק חלילה.
דער מציאות איז אז די ציוניסטישע מדינה איז שוין א געשעענער פאקט, און אין אירע גרעניצן לעבן ארום פינף מיליאן אידן. ווען נטרונא רופט אויס צו דער אלגעמיינער וועלט, “מיר שאקלען זיך אפ פון דעם עקזיסטענץ פון מדינת ישראל, וויבאלד דאס איז א פארברעכן”, איז אפילו אויב מיר זאלן אננעמען אז די אנטיסעמיטן איבער דער וועלט באקלאפן טאקע אידן נאר צוליב די פארברעכנס פון דער מדינה, און ס’איז נישט בלויז א שלייער וואס זיי נוצן כדי צו קענען אויסגעבן זייער שנאה אין דער עפנטליכקייט, וועט דאך אבער אזא סטעיטמענט גארנישט אויפטון צו בארואיגן די שונאי ישראל, וויבאלד סוף כל סוף זענען דאך פאראן מיליאנען אידן וואס געבן יא א האנט צו דעם “גרויסן ציוניסטישן פארברעכן”.
וואס די פראפאגאנדע טוט אויף איז נאר דאס, אז די שונאי ישראל קענען יעצט נוצן א געלונגענעם מקור ווי איבערצואווייזן אז זיי זענען גערעכט מיט זייערע אנטיסעמיטישע טענות, דורכ’ן זאגן: אט זעסטו דאך אז אפילו די אידן זאגן אז מדינת ישראל איז א שטיק פארברעכן… די “רחמנות’דיגע” אנטיסעמיטן איבער דער וועלט זענען נישט אזוי שמאלקעפיג ווי נטרונא, און זיי פארשטייען גאנץ גוט אז נטרונא איז נישט מער ווי אן עקסטרעמיסטישע גרופע וואס געפינט זיך ערגעץ אין א ווינקל פונעם אידישן פאלק, אבער ווען ס’וועט קומען צו נוצן זייערע פרעדיגונגען קעגן אידן, דארט וועט אודאי נטרונא אפירגעברענגט ווערן ווי “די עדות פונעם פארברעכער קעגן זיך אליין”.
אויפ’ן וועבזייטל פון נטרונא שטעלן זיי ארויס זייער ציל ווי פאלגנד: אונטערברענגען מדינת ישראל זענען מיר נישט בכח, אבער מיר זענען ווייניגסטנס בכח אויסצוליידיגן די מדינה פון איר אידישן אינהאלט. אויב אלע פרומע אידן וועלן זיך אפזאגן פון דער מדינה, וועט עס ממילא פארלירן דעם אידישן אינהאלט, און מ’וועט מער נישט האלטן די אידן פאראנטווארטליך אויף דעם וואס די “ציוניסטן” טוען. אט די וויזיע פון נטרונא איז נאר איינע פון נאך א צאל וואנזיניגע וויזיעס וואס פיגורירן איבער זייער וועבזייטל, וועלכע צייגן ווידער די תמימות מיט וועלכע זי שפייזט זיך, לעבנדיג אינגאנצן אין א רעאליטעט וואס געהערט גארנישט צו אונזער פלאנעט. א קליינע סטאטיסטיק לאמיר נאר אהערשטעלן: איבער פופציג פראצענט פון דעם אמעריקאנער [רעפארמיסטישן און וועלטליכן] אידנטום האבן חתונה מיט נישט-אידן. אין ארץ-ישראל ווידער זענען שוין היינט דא אפאר הונדערט טויזנט בעלי תשובה (!), א צייכן אז דאס לאנד דערפירט צוריק צו אידישקייט צוליב איר עצם מציאות. ס’איז אוממעגליך צו פארגלייכן די אויסגעטרוקנטע אידישקייט פון ליע עוועניו און ראדני, וואס דאס איז שוין די חרדי’שע אידישקייט אין אמעריקע, צו דער אויפגעלעבטער אידישקייט וואס שפראצט ארויס ווען מ’דערזעט זיך מיט א תנ”כ’ישן מציאות אויף דער הייליגער ערד, סמוך ונראה פון די טייערסטע אידישע פלעצער. אפגעזען אינגאנצן וויאזוי מיר ווילן דאס ערקלערן על-פי דעם ויואל משה, איז עס אבער למעשה א מציאות פון וועלכן מיר קענען נישט אנטלויפן. פון די פרייע אידן אין ארץ-ישראל גיסט זיך דער נאמען פונעם באשעפער אויף די ליפן מער ווי אויף די גאסן פון מאנרא און וויליאמסבורג, וואו דער קאפ שטייט נאר אויף געפאסטע קליידער און ווערעמדיגע סטראבעריס.
איידער די סאלדאטן זענען ארויס אויפ’ן פראנט אינעם יעצטיגן קריג האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ, זינגענדיג וועגן אמונה אינעם באשעפער. זעענדיג דאס אויף א קליפ וואס איז ארומגעלאפן אויפ’ן אינטערנעט זענען מיר די אויגן פייכט געווארן. איך בין מודה אז מיר האט מען אין חדר נישט אריינגעבלאזן א צענטל פון אט דער טיפער אנערקענונג אין געטליכער השגחה, און איך האב געקוקט מיט טיפער קנאה אויף די אידישע סאלדאטן. איך האב צוגערופן מיינע קינדער אז זיי זאלן דאס זען, איך האב זיי אפילו געמוטיגט מיטצוטאנצן פונדערווייטנס, און נאר געהאפט אז אין זיי זאל זיך איבערפלאנצן דירעקט די אידישע התלהבות וואס שטראלט פון די הערצער פון אונזערע סאלדאטן אין ארץ-ישראל. איך ציטער נאר אז די צעטלעך פון די מוסדות קעגן טעכנאלאגיע, קליידער, צניעות, ווערים, און אודאי קעגן ציוניסטן, אגודיסטן, א.א.וו. זאלן נאר נישט אויסרייסן ביי זיי די געפילן צום אידישן פאלק חלילה.
נטרונא טייערע, לאכן לאכט ווער עס לאכט צום לעצט. ס’קען טאקע זיין אז נטרונא ברענגט א פיזישע סכנה אויפ’ן אידישן פאלק, אבער כלל ישראל האט שוין דורכגעמאכט א סך פיזישע יסורים אין זיין געשיכטע, און טאקע זייער אפט האבן אידן געגעבן א האנט פאר די שונאי ישראל – צו אונזער גרויסן ווייטאג. מיר וועלן אבער די אלע פיזישע יסורים דורכקומען, און איבערבלייבן וועט דער שטארקער אידישער גייסט וואס קיין מענטש אין דער וועלט קען נישט פארלעשן. ס’קען טאקע זיין אז ליע עוועניו וועט גיין א גאנג צוזאמען מיט נטרונא. לאמיר אפילו זאגן אז די אנטיסעמיטן וועלן פארשוינען ליע עוועניו, און נאר דארט וועלן קיין פענסטערס נישט אויסגעשאסן ווערן, אבער דער אידישער גייסט וועט בלייבן גאנץ נישט דארט, נאר אין די גרעניצן פון ארץ-ישראל. אט דאס וועט נטרונא נישט קענען צונעמען פון אונז.
נטרונא קען אויסרופן ביז איבערמארגן אז מדינת ישראל פארטרעט נישט דאס אידישע פאלק, און זי קען זיך אוועקשטעלן אלץ ציל “אויסצוליידיגן דעם אידישן אינהאלט” פון דער מדינה. למעשה אבער איז עס א געלעכטער צו קוקן ווער ס’וויל אויסליידיגן וועמען פונעם אידישן אינהאלט. דער צאל פון בעלי תשובה אין ארץ ישראל אליין דערגרייכט שוין סך העכער פון דעם צאל אידן וואס נטרונא פארטרעט זיי… דאס אידישע פאלק האט זיך אומגעקערט צו איר אור-אלטער ערד, מיט בלוט און מיט טרערן, און נאר דארט האט די אידישע נשמה געקענט אויפלעבן ווי קיינמאל פריער. די פאראייניגונג פונעם איד מיט זיין ערד האט ווירקליך אויפגעטון וואונדער און האט איבערגעוויזן אז די ציוניסטישע וויזיאנערן זענען גערעכט געווען מיט זייער אפשאצונג אז “דאס אידישע פאלק וועט נישט קענען בשום אופן דערגרייכן א נארמאליזאציע, נאר דעמאלט ווען זי וועט זיך צוריק באזעצן אויף איר אייגענער ערד”.
איינס פון די גרויסע באשולדיגונגען קעגן דעם אידישן פאלק איז געווען דער עקסטרעמער אינדיווידואליזם וואס האט געהערשט צווישן אידן אינעם גלות, און אחד-העם האט אויסגעדרוקט זארג אז אט דער כאראקטער וועט נישט ערלויבן אידן אנצוהאלטן א מדינה, וויבאלד דאס אויפהאלטן א לאנד פאדערט אז יחידים זאלן זיך מקריב זיין פאר’ן כלל. היינט אבער אז מיר געבן א קוק ווי די סאלדאטן שטייען און זינגען איידערן ארויסגיין צו א מיסיע וואס שטעלט זייער לעבן אין געפאר כדי צו באשיצן דאס אידישע פאלק, און מ’דערמאנט זיך דערנאך אין די עגאאיסטישע סטעיטמענטס פון נטרונא, וועלכע האפט בסך הכל אז די אנטיסעמיטן זאלן אויסמיידן די פאר חרדישע געסעלעך, דערזעט מען ווירקליך אן אונטערשייד פון ליכט יארן. דאס איז דער אונטערשייד פונעם שטעטל’שן קליין-געוואוקסיגן איד, קעגן דעם גרויסן איד וואס זעט זיך אינעם שפיגל פון זיין פאלק…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.