עס איז ביי אידן פאראן א גרופע, א סעקטאר, וואס איז לכתחילה נישט גורס די עיקרים פון אידישקייט, און גאנצע חלקים פון דער תורה ווערן דארט איגנארירט. די טיילן פון אידישקייט וואס ווערן יא אפגעהיטן, ווערן כסדר געקנייטשט און געביטן לויט’ן געשמאק, און די התחייבות און מסורה בייטן זיך לויט די געברויכן.
דאס טוישן און איגנארירן גייט אן נישט נאר ביי מצוות און מנהגים, נאר אפילו ביי זאכן וואס ווערן געברענגט אין די עשרת הדברות. די עיקרים ביי יענע אידן באשטייען נישט אין דער מאס וויכטיגקייט וואס יהדות האט זיי צוגעטיילט, נאר לויט וויאזוי ס’קומט פונקט בעסער אויס. אנשטאט דעם וואס דאס לעבן זאל צוגעפאסט ווערן צו די חוקי התורה, ווערן די הלכות צוגעשניטן צו די געברויכן פון דער געזעלשאפט.
יענע אידן האלטן זיך פאר א חלק פון דעם זעלבן כלל ישראל, וואס עקזיסטירט שוין דריי טויזנט יאר – הגם דאס שייכות פון זיי, אין אלע הינזיכטן, גייט נישט קיין סך טיפער ווי דעם טיטל וואס זיי טראגן. זייער אופן פון קיום המצוות איז אנדערש ווי אמאל; דאס זעלבע מיט זייערע השקפות.
זייער גאנצע התנהגות, זאגן יענע אידן, איז אין איינקלאנג מיט די כללים וואס די גרויסע לייט ביי אידן פון אמאל האבן אוועקגעשטעלט. אין פרינציפ גלייבן די אידן אין אחדות השם און תורה מסיני; למעשה וועלן זיי נישט האבן קיין פראבלעם אויסקלייבן צו ענדערש פאלגן וואס א מענטש זאגט ווי איידער א הלכה פסוקה, אפילו ווען די צוויי שטייען אין שארפסטער סתירה איינע צו דער אנדערער.
די גרופע אידן האלט זיך בעסער ווי אלע אנדערע. זיי האבן א טענדענץ צו פארקוקן און פארטושן די אייגענע עוולות, אבער האט נישט קיין שום פראבלעם אין דער זעלבער צייט זיך ארויפצואווארפן אויף אנדערע גרופעס אידן און אטאקירן די מיסברויכן און פאלשקייטן פון יענע לאגערס. זיי זענען געשלאגן מיט פראבלעמען, פונקט ווי יעדן אנדערן סעקטאר און גרופע מענטשן, נישט בלויז צווישן אידן נאר איבער דער וועלט בכלל, אבער זענען בלינד צו די אייגענע שוואכקייטן און וואכזאם ביז גאר, מיט די אויגן ברייט צעעפנט, ווען ס’קומט צו נעגאטיווע דערשיינונגען ערגעץ אנדערשוואו.
צביעות איז אין יענע רייען עובר לסוחר. דארט געשעען נישט קיין עוולות און קיינער טוט גארנישט קעגן דער תורה. אויף יעדן אקט ווערן אפגעשריבן תשובות מיט גאנגבארע מליצות, די זעלבע וואס רבנים און פוסקים האבן אין אלע דורות גענוצט ביים שרייבן זייערע הלכה’דיגע פסקים. קיינער וועט דארט קיינמאל קיינעם נישט פארשרייען מיט סתם געמיינע ווערטער און מיאוסע לאזונגען. אויף אלעם נוצט מען פסוקים, מאמרי חז”ל, און היימיש-געמאכטע שלאג-ווערטער, וואס נאכ’ן זיי נוצן אויף אמת’ע הלכה’דיגע מיסברויכן און געזעלשאפטליכע עוולות ווערן זיי גרינג אנגעוואנדן אויף סתם מענטשן וואס טוען אנדערש ווי מיך שמעקט.
זיי האלטן זיך בעסער ווי גויים און אנדערע אידן. אבער למעשה דרייען זיי זיך ארום מלא קאמפלעקסן און זענען כסדר פארנומען צו וויסן וואס אנדערע, “דרויסנדע” האלטן און טראכטן וועגן זיי. און פרובירן זאל עמיצער זיך וואגן זיי צו קריטיקירן! אויס וועלט וועט דעמאלט זיין. דער יעניגער וועט באקומען אלערליי צונעמען און ער וועט אויטאמאטיש אפגעסטעמפלט ווערן אלס א שונא מובהק, אן אנטיסעמיט. אלעס וואס מען טוט צווישן די אידן איז מלא חשבונות. זיי, די אידן, און נאר זיי האבן דעם אמת. זייער תורה איז די ריכטיגע, אבער שטילערהייט טוט זיך א גניבה און לקיחה פון פרעמדע געדאנקען און רעיונות, וואס ווערן דערנאך שיין איינגעפאקט און פארקויפט אלס אייגנס. איינמאל די עפנטליכקייט דערוואוסט זיך דער מקור הדברים, פון וואו די מעטאדן און אידעען שטאמען, הייבט זיך אן א טומל און געשריי פון קעגנזייטיגע באשולדיגונגען, וואס ענדיגט זיך מיט געשלעגן אז ס’גייט א רויך.
די גרופע פארמאגט רבנים, פוסקים, שיינע אידן לרוב. זיי פארמאגן עשירים און ארעמלייט, זיי האבן אויך מוסדות און בתי מדרשים. די שיינע אידן אבער טראגן דעם זעלבן פנים ווי דעם המון עם, און באגייען די זעלבע עוולות און עבירות קעגן וועלכע זיי מוסר’ן און האלטן לאנגע דרשות. זייערע מוסדות לערנען אידישקייט, אבער די קינדער זענען נאכ’ן גראדואירן קיין האר נאענטער צו פארשטיין וואו זיי האלטן אויף דער וועלט און וואס אידישקייט מיינט. זיי קומען ארויס אזוי אומוויסנד און איגנאראנט ווי זיי גייען אריין.
זיי באשטייען פון א סך מענטש, די גרופע. זייערע קהילות האבן טויזנטער מעמבערס; במציאות איז דארט פוסט און רעאליסטיש גערעדט שרינקען זיי אין גרויסן. זייער צוקונפט זעט אויס שווארץ, און יעדער וואס קוקט זיך נאר ארום אויף זייער פילאסאפיע פון לעבן און אידישקייט זעט באלד אז זי פארקויפט גארנישט אויסער געמאלן וואסער.
און אוי, ניין! די גרופע פון וועלכער מ’רעדט דא איז נישט דער חרדישער ציבור. בכלל נישט. (א מין בלינדע שנאה! איר ווייסט דאך אליין אז ס’איז שקר. פארוואס מוז דער קאפ ביי אייך אייביג טראכטן קרום?) איך רעד דאך פון דער “רעפארם” באוועגונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.