Oyneg Shabes

„אַ רגע‟ געזונגען פֿון סאַשע לוריא און סוועטלאַנאַ קונדיש

"A Moment" Sung by Sasha Lurie and Svetlana Kundish

די לידער פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ז׳׳ל זענען געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם הײַנטיקן קלעזמער־רעפּערטואַר. מע הערט אירע לידער אויף אַלע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן, קאָנצערטן און זינג־וואַרשטאַטן.

ביילע איז געבוירן געװאָרן דעם 7טן אױגוסט 1920. לכּבֿוד איר געבוירן־טאָג ברענגען מיר אײַך איר קונסטליד „אַ רגע״ װאָס די זינגערינס סוועטלאַנאַ קונדיש און סאַשע לוריא האָבן לעצטנס געזונגען אויף אַ קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען ווי אַ טייל פֿון „ייִדיש זומער־ווײַמאַר‟. עס שפּילט בײַ דער פּיאַנע אַלען בערן, דער גרינדער פֿונעם פֿעסטיוואַל.

דאָס ליד איז לכתּחילה פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס אַלבאָם „זומערטעג‟. אָט קען מען הערן, ווי עס זינגט עס דזשאַנעט לויכטער.


ברוס אַדלער: „האָדל מיטן שטראָדל‟

Bruce Adler: "Hodl And Her Strudel"

די אַלטע „געזאַלצענע‟ וואָדעוויל־לידער אויף ייִדיש זענען אַ סך מער באַשיידן ווי די הײַנטיקע גרעבלעכע לידער אויף ענגליש. מע זאָגט ניט דאָס וואָס מע מיינט און מע מיינט ניט פּינקטלעך דאָס וואָס מע זאָגט. און אַז מע זאָגט עפּעס יאָ, רעדט מען פֿון עסן, ניט פֿון דער „עכטער סחורה.‟

איינס פֿון די פּאָפּולערסטע לידער פֿון אַזאַ מין איז „האָדל מיטן שטראָדל‟, וואָס עס האָט אָנגעשריבן, קאָמפּאָנירט און לכתּחילה געזונגען אַהרן לעבעדעף. אויבן קען מען זען, ווי ברוס אַדלער ז׳׳ל האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד אין שפּאַניע אין 2001 צוזאַמען מיטן קלאַרנעט־שפּילער דוד קראַקאַוער און דעם „באַרצעלאָנער סימפֿאָנישן אָרקעסטער‟. די רעקאָרדיר־סעסיע האָט אָרגאַניזירט דער „מילקען־אַרכיוו פֿון ייִדישער מוזיק‟ פֿאַר דער סעריע אַלבאָמען, „גרויסע לידער פֿון דער ייִדישער בינע‟.

לעבעדעף, וואָס איז הײַנט צום מערסטן באַקאַנט פֿאַר זײַן ליד „רומעניע, רומעניע‟ און אַ נאָסטאַלגיש ליד וועגן בעסעראַביע, האָט אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן קאַריערע אָנגעשריבן אַ ריי אַזעלכע לידער, וואָס האָבן, אַ פּנים, צו טאָן מיטן עסן אָדער נאָך עפּעס אומשולדיקס אָבער זענען באמת וועגן עפּעס גאָר אַנדערשס. צווישן זײַנע לידער אַזעלכע זענען צוויי, „סיאָמקע ווערט אַ חתן‟ און „פֿאַר נעילה, נאָך נעילה‟, וואָס זענען אַ ביסל צו פּראָסט פֿאַר אונדז פֿאָרצושטעלן, און אַ פּאָפּולער ליד מיטן נאָמען „האַט דאָגס מיט קנישעס‟, וואָס מיר שטעלן פֿאָר אונטן. אין דער אַבסורדישער רעקאָרדירונג הערט מען אַפֿילו אַ הונט, וואָס בילט צום טאַקט פֿונעם ליד.


יעקבֿ לעמער זינגט „מײַן זיידנס חלום‟

Yaakov Lemmer Sings "My Zeyde's Dream"

פֿאַר די וואָס לייענען וואָך־אײַן, וואָך־אויס דעם „עונג־שבת‟, איז ניט קיין סוד אַז איך בין אַ גרויסער אָנהענגער פֿון די ברידער לעמער — שלום און יעקבֿ. אויבן קען מען זען ווי יעקבֿ לעמער שטעלט פֿאָר אַבֿרהם זינגערס „מײַן זיידנס חלום‟ אויף אַ שבֿע ברכות אין וויליאַמסבורג.

אַחוץ זייערע גאָט־געבענטשטע שטימען צייכענען זיי זיך אויס מיט זייער ליבשאַפֿט און געטרײַשאַפֿט צום רעפּערטואַר פֿון די גרויסע חזנים פֿון אַמאָל. שלום לעמער האָט ווידער פּאָפּולאַריזירט די ווערק פֿון משה אוישער בײַם ייִנגערן דור אַמעריקאַנער חסידים און יעקבֿ לעמער האַלט אין איין אויפֿטרעטן מיט נײַע נוסחאָות פֿון אַלטע חזנות־שטיקלעך, וואָס מע הערט שוין 70 יאָר נישט.

די ברידער לעמער שטייען אָבער ניט אויף אַן אָרט. זיי גיבן שטענדיק צו עפּעס נײַס צו זייערע פֿאָרשטעלונגען און עקספּערימענטירן מיט נײַע פֿאָרמעס. אין זײַן צוזאַמענאַרבעט מיט פֿרענק לאָנדאָן, מײַקל ווינאָגראַד, בענדזשי פֿאָקס־ראָזען און נאָך אין דער קאַפּעליע „אַהבֿה רבה‟ הערט מען די השפּעות פֿון קלעזמער, דזשעז, ניגונים און אַנדערע סטילן, אַ דאַנק זײַן צוגאַנג וואָס איז סײַ טראַדיציאָנעל, סײַ נאָוואַטאָריש.

אָט שפּילט די קאַפּעליע „אַהבֿה רבה‟ בײַם „קענעדי־צענטער‟ אין וואַשינגטאָן.


חנה קופּערס פּאָפּולער שלום־ליד — אויף צען שפּראַכן

"Peace In the Streets" Sung in Ten Languages

איינס פֿון די פּאָפּולערערע נײַע ייִדישע לידער פֿון די לעצטע 25 יאָר איז באמת אַ פֿאָלקסליד אין אַ נײַעם לבֿוש. די זינגערין און כּלל־טוערין לטבֿות ייִדיש חנה קופּער ז׳׳ל האָט גענומען אַן אַלט חסידיש ליד וועגן שבת און עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ שלום־ליד דורכן בײַטן דאָס וואָרט „שבת‟ אויף „שלום‟.

דאָס ליד, „וואָלט איך געהאַט כּוח‟ האָט זי אויך געזונגען אויף ענגליש (אין איר טאָכטער שׂרה־מינע גאָרדאָנס איבערזעצונג) און העברעיִש. ווי מע קען זען אויבן, זינגט מען עס הײַנט אויף צענדליקער שפּראַכן. אינעם קאָנצערט־נוסח בײַם „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟ 2016 האָבן די סטודענטן און לערער פֿון דער פּראָגראַם פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד אויף ייִדיש, דײַטש, ענגליש, רוסיש, האָלענדיש, שפּאַניש, העברעיִש, פֿראַנצויזיש, אַראַביש און נאָך אַ שפּראַך, וואָס איך דערקען ניט.

אָט קען מען זען ווי חנה קופּער און זלמן מלאָטעק טרעטן אויף מיטן ליד אויף ייִדיש און רוסיש בעת אַ קאָנצערט מיט אַן ערך 16 יאָר צוריק.

און אָט קען מען הערן אַ ראָק־נוסח פֿונעם ליד אויף ייִדיש, ענגליש און העברעיִש געזונגען דורך חנה קופּער און איר טאָכטער, שׂרה־מינע גאָרדאָן.

און אָט קען מען הערן דאָס ליד אויף ייִדיש — געזונגען דורך אַ גרופּע מוסולמענישע מיידלעך!


„ס׳אַראַ פּרעכטיקע וועלט‟ — אויף ייִדיש

''What a Wonderful World'' - in Yiddish

יעדן יאַנואַר שטעלט די פֿאָלקסבינע פֿאָר איר ספּעקטאַקל „נשמה צו נשמה‟ לכּבֿוד דעם געבוירן־טאָג פֿון ד׳׳ר מאַרטין לוטער קינג. די פֿאָרשטעלונג בינדט צונויף די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און די ייִדן.

איינס פֿון די אינטערעסאַנטסטע לידער אין דער פּראָגראַם איז אַ ייִדישער נוסח פֿונעם ליד What a Wonderful World, וואָס ווערט איבערגעזעצט אויף ייִדיש ווי „ס׳אַראַ פּרעכטיקע וועלט‟. דאָס ליד, אָנגעשריבן פֿון באָב טיל און דזשאָרדזש דייוויד ווײַס, איז געוואָרן דער לעצטער גרעסטער שלאַגער פֿון לויִ אַרמסטראָנגס קאַריערע.

כאָטש אַרמסטראָנג, אפֿשר דער באַקאַנטסטער טרומייט־שפּילער אין דער וועלט־געשיכטע, איז געווען אַ קאַטאָליק האָט ער שטענדיק געטראָגן אַ מגן־דוד ווי אַ סימבאָל פֿון דאַנקבאַרקייט צו דער משפּחה קאַרנאָווסקי, זײַנע ייִדישע שכנים אין אַן אָרעמער געגנט פֿון ניו־אָרלינס, וואָס האָט אים געהאָלפֿן נאָך דעם, וואָס זײַנע עלטערן האָבן אים פֿאַרלאָזט. דער יונגער אַרמסטראָנג האָט געאַרבעט פֿאַר דער משפּחה; אויפֿן חשבון פֿון זײַן געהאַלט, האָבן זיי אים צו 6 יאָר געשאָנקען אַ טרומייט. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן זײַן מוזיקאַלישע קאַריערע. לכּבֿוד דער משפּחה קאַרנאָווסקי איז הײַנט דאָ אַ פֿונדאַציע אין ניו־אָרלינס אויפֿן זעלביקן נאָמען, וואָס שענקט אָרעמע קינדער אינסטרומענטן.

די דאָזיקע רעקאָרדירונג האָט מען געמאַכט בעת אַ קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 18סטן יאַנואַר 2012 בײַם „מעטראָפּאָליטאַן־רום‟, אַ דזשעז־קלוב אין מאַנהעטן.

אָט קענט איר זען אַ פֿילם, אין וועלכן אַרמסטראָנג זינגט דאָס ליד:


ווידעאָ: יאַנקל בוילע האָט מורא פֿאַר לילית

Video: Yankl Boyle Fears Lillith

אַלען לויִס ריקמאַן, דער ייִדיש־ און ענגליש־שפּראַכיקער בינע־קינסטלער, האַלט אין אַרויפֿשטעלן אויף „יו־טוב‟ אַ צאָל אויסצוגן פֿון זײַנע אויפֿטריטן.

פֿאַראַיאָרן האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאַרכאַפּנדיקע סצענע פֿון לעאָן קאָברינס פּיעסע „יאַנקל בוילע‟ (פֿונעם יאָר 1910), אין וועלכער דער העלד פּרובירט אָפּצושרעקן זײַן חבֿר (געשפּילט פֿון סטיוו סטערנער) פֿון פֿירן אַ ליבע מיט אַ גוייִשער פֿרוי, אין וועלכער ער איז פֿאַרליבט.

די סצענע, וואָס קומט פֿון דער טעאַטראַלישער פּאָפּורי „דער עסענץ: אַ ׳דים־סום׳ פֿון ייִדישן טעאַטער‟, גיט איבער אין אַ געשמאַקן לשון די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מיינונג וועגן דעם גיהנום, וואָס עס דערוואַרט אַ ייִד, וואָס שלאָפֿט מיט אַ ניט־ייִדישער פֿרוי.

ס׳איז ניט קלאָר פֿונעם שטיקל, צי לעאָן קאָברין האָט אָנגעשריבן די סצענע אויף אַן ערנסטן צי אַ הומאָריסטישן אופֿן. ס׳איז אָבער יאָ קלאָר, אַז דער אַמעריקאַנער פּובליקום, וואָס האָט עס געזען מיט 105 יאָר שפּעטער, אין אַ וועלט אין וועלכן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן האָבן טאַקע חתונה מיט ניט־ייִדן, האָבן די סצענע געהאַלטן פֿאַר קאָמיש. ס׳קען זײַן, אַז דער געלעכטער פֿונעם עולם האָט מער צו טאָן מיט די קאָמישע מינעס, וואָס עס מאַכט סטיוו סטערנער, איידער דעם מאַטעריאַל גופֿא.


זעט באַרימטע פֿילם־סצענעס — אויף מאַמע־לשון

Watch Legendary Movie Scenes in Yiddish

כּדי צו שאַפֿן פּירסום פֿאַר זייער קאָמעדיע־סעריע ”ייִדלײַף־קריזיס“ האָבן די קאָמיקער חיימי עלמאַן און לייזער באַטאַליאָן פֿאַראַיאָרן אַרויסגעלאָזט אַ קורצן חנעוודיקן ווידעאָ, אין וועלכן מע ווײַזט באַרימטע מאָמענטן פֿון אַמעריקאַנער האָליוווּד־פֿילמען, אָבער אַנשטאָט די אָריגינעלע רעפּליקן, הערט מען ווי אַזוי זיי וואָלטן געקלונגען, ווען מע וואָלט די פֿילמען געשאַפֿן אויף ייִדיש.

אינעם ווידעאָ, למשל, זעט מען ווי דאָראָטי פֿונעם ”מכשף פֿון אָז“ באַמערקט צו איר הינטל טאָדאָ, אַז ”מיר דאַכט זיך אַז מיר זענען מער ניט אין קענסעס“, און ווי אַזוי דאָס ייִנגל פֿון ”דעם זעקסטן חוש“ זאָגט זײַן פּסיכאָלאָג: ”איך זע טויטע מענטשן“.

די איבערזעצונגען האָבן געשאַפֿן ריבֿקה אויגענפֿעלד, ד׳׳ר עדי פּאָרטנוי און לייזער בורקאָ.


„דעם מילנערס טרערן‟ געזונגען פֿון דניאל קאַהן

"The Miller's Tears" sung by Daniel Kahn

דניאל קאַהן איז גוט באַקאַנט פֿאַר זײַן קלעזמער־, „פּאָנק‟־ און „ראָק‟־מוזיק אויף ייִדיש, ענגליש, דײַטש און רוסיש. כאָטש ער איז זייער אַ טאַלאַנטירטער זינגער און מוזיקער, ווי אויך אַ געראָטענער מחבר פֿון זײַנע אייגענע לידער, באַשטייט זײַן ספּעציעל מבֿינות אין זײַן פֿעיִקייט איבערצוזעצן לידער פֿון איין שפּראַך אויף אַן אַנדערער אויף אַזאַ אופֿן, אַז עס האַלט נאָך דעם גראַם און ריטעם פֿונעם אָריגינאַל.

לויט מײַן מיינונג איז ער, אין איינעם מיט זײַן מענטאָר טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל, דער סאַמע געראָטנסטער שאַפֿער פֿון ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע זינגלידער. עס גייט די רייד ניט בלויז וועגן די ווערטער, נאָר אויך וועגן די נאָטן צו די לידער, וואָס ער מאָדערניזירט אַזוי געניט, אַז גאָר אַלטע לידער קלינגען בײַ אים נײַ אָן צו קלינגען געקינצלט אָדער אַנאַכראָניסטיש.

אויבן קען מען זען ווי ער זינגט זײַן נוסח פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס „דעם מילנערס טרערן‟ באַגלייט פֿון זײַן קאַפּעליע „דער באַמאָלטער פֿויגל‟. אין קאַהנס געזאַנג הערט מען ניט בלויז די יסורים פֿון אַ ייִדישן מילנער אין צאַרישן רוסלאַנד, נאָר עס הילכן אויך אָפּ אין דער איבערזעצונג אַ דאַנק דער השפּעה פֿון ברוס ספּרינסטין די ליידן פֿון די מענטשן אין קאַהנס היימשטאָט דעטרויט און אַנדערע ערטער אינעם „פֿאַרזשאַווערטן פּאַס‟ פֿון אַמעריקע, וווּ די גלאָבאַליזאַציע האָט איבערגעלאָזט מיליאָנען מענטשן אָן אַרבעט.

אַ מער ראַפֿינירטער סטודיאָ־נוסח פֿונעם ליד קען מען הערן דאָ:

און אָט קען מען הערן ווי סידאָר בעלאַרסקי שטעלט פֿאָר זײַן באַקאַנטן נוסח פֿונעם ליד:

.


ווידעאָ: סוצקעווער — וועגן פּאָעזיע בשעתן חורבן

Video: Abraham Sutzkever on Poetry During the Holocaust

דעם 15טן יולי 1913 איז אין סמאָרגאָן, ווײַסרוסלאַנד געבוירן געוואָרן דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. סוצקעווער איז הײַנט באַוווּסט פֿאַר זײַנע לידער און פּאָעמעס און זײַנע יאָרן ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין ווילנער געטאָ און אין די אַרומיקע וועלדער. ער איז אויך געווען אַ וויכטיקער און טאַלאַנטירטער רעדאַקטאָר, פּראָזע־שרײַבער און רעדנדער, וואָס איז אויפֿגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן איבער דער וועלט.

ווען איך האָב געאַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, האָב איך אָנגעפֿירט מיט אַ פּראָיעקט צו דיגיטאַליזירן דעם קלאַנגאַרכיוו בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל‟. צווישן די הונדערטער ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן דאָרטן געהאַלטן רעדעס, איז סוצקעווער מסתּמא געווען דער פֿאַרכאַפּנדיקסטער צווישן זיי אַלע (אַנדערע מעגלעכע קאַנדידאַטן: חיים גראַדע, חוה ראָזענפֿאַרב, יעקבֿ גלאַטשטיין און אַבֿרהם יהושע העשל).

סוצקעווער האָט באַזוכט מאָנטרעאָל, צום ווייניקסטנס, פֿיר מאָל: אין 1959, 1964, 1968 און 1987, און האָט געהאַלטן צענדליקער רעדעס בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟. צווישן זיי האָט מען רעקאָרדירט 6 פּראָגראַמען, אַרײַנגערעכט צוויי פֿאָרמעלע רעפֿעראַטן (וועגן דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע‟ און וועגן זײַן צוגאַנג צו פּאָעזיע), דרײַ קבלות־פּנימס און איין אָוונט פֿון ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען. די רעקאָרדירונגען זענען אינטערעסאַנט ניט בלויז צוליב דעם, וואָס מע קען זיך דערוויסן אַ סך וועגן דעם פּאָעטס אופֿן פֿון פֿאָרלייענען זײַנע לידער, נאָר אויך ווײַל סוצקעווער איז דווקא געווען איינער פֿון די בעסטע רעציטאַטאָרן פֿון זײַנע אייגענע לידער.

כּדי צו ברענגען סוצקעווערן צו אַ ברייטן עולם, האָב איך געמאַכט אַ פֿילם מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך פֿון אַן אויסצוג פֿון אַ רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטן דעם 24סטן מײַ 1959. אינעם פֿילם דערקלערט דער פּאָעט ווי אַזוי ער האָט געשריבן לידער, ווען ער איז געווען אַ פּאַרטיזאַנער און ווי אַזוי זײַנע לידער האָבן אים געהאָלפֿן פּסיכאָלאָגיש איבערצולעבן זײַנע יסורים (זעט ווידעאָ אויבן).

אָט זענען די רעקאָרדירונגען פֿון אַלע פּראָגראַמען מיט אַבֿרהם סוצקעווער בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟ אין מאָנטרעאָל. איך שטעל זיי אַרויף אינעם סדר, אין וועלכן זיי זענען פֿאָרגעקומען. האָפֿטנלעך, וועט עמעצער אַ מאָל אַרויסלאָזן די ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען פֿון די רעקאָרדירונגען ווי אַ באַזונדערן אַלבאָם. צווישן די אַנדערע רעדנער אויף די דאָזיקע רעקאָרדירונגען קען מען הערן באַגריסונג־רעדעס פֿון מלך ראַוויטש, חוה ראָזענפֿאַרב, יהודה עלבערג, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס און נאָך באַקאַנטע שרײַבער.

„קבלת־פּנים מיט אַבֿרהם סוצקעווער‟. דעם 11טן אַפּריל 1959. אין דרײַ טיילן. מיט מלך ראַוויטש און אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס.

„קבלת־פּנים מיט אַבֿרהם סוצקעווער‟. דעם 17טן אַפּריל 1959. אין דרײַ טיילן.

רעפֿעראַט פֿון אַבֿרהם סוצקעווער: „מײַן ליד און איך‟. געהאַלטן דעם 24סטן מײַ 1959. אין צוויי טיילן.

רעפֿעראַט פֿון אַבֿרהם סוצקעווער וועגן „יונג־ווילנע‟. געהאַלטן דעם 8טן פֿעברואַר 1964. אין צוויי טיילן.

„אַן אָוונט מיט אַבֿרהם סוצקעווער‟. דעם 7טן דעצעמבער 1968. מיט יהודה עלבערג.

„אַבֿרהם סוצקעווער: אַן אָוונט מיטן באַרימטן פּאָעט‟. דעם 19טן יוני 1989.

נאָך די אַלע רעקאָרדירונגען פֿון מאָנטרעאָל זענען אויך דאָ אַ פּאָר אינטערעסאַנטע פֿילמען אויף „יוטוב‟, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט אַבֿרהם סוצקעווער.

אָט קענט איר הערן, ווי דער נאַציאָנאַלער יונגטכאָר פֿון האָלאַנד זינגט סוצקעווערס באַליבט ליד „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן‟.

די לידער פֿונעם ווילנער געטאָ, אַרײַנגערעכנט סוצקעווערס, ווערן פֿאָרגעשטעלט אינעם פֿילם „געטאָ‟, וואָס מע האָט געמאַכט אויפֿן סמך פֿון דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער שפּיל „גטו‟ [געטאָ] פֿון יהושע סאָבאָל. כאָטש דער פֿילם איז אומרעאַליסטיש, האָט ער געבראַכט די מוזיק פֿון ווילנער געטאָ צו אַ ריזיקן נײַעם עולם. אין דער סצענע זינגט די אונגעריש־ייִדישע אַקטריסע עריקאַ מאַראָזשאַן.

אין 1960 האָט די פֿירמע „פֿאָלקווייס‟, בראש מיט משה אַש, דער זון פֿונעם ייִדישן שרײַבער שלום אַש, אַרויסגעלאָזט אַ פּלאַטע, אין וועלכער סוצקעווער לייענט פֿאָר זײַנע אייגענע לידער. די לידער קען מען איצט הערן אויף „יוטוב‟. אָט לייענט סוצקעווער פֿאָר זײַן ליד „שפּילצײַג‟:

און פֿונעם זעלביקן אַלבאָם קען מען הערן זײַן ליד „אַ וואָגן שיך‟. דעם פֿילם האָט צונויפֿגעשטעלט ד׳׳ר דבֿ־בער קערלער.


נײַער מוזיק־ווידעאָ: וואָלף קראַקאָווסקי זינגט „איבער דעם רעגן־בויגן‟

New Music Video: Wolf Krakowski Sings "Somewhere Over the Rainbow"

זייער פּאָפּולער אין „עונג־שבת‟ איז געווען אַ פּאָסט מיט עטלעכע נוסחאָות פֿון ייִפּ האַרבורגס (איזידאָר הויכבערג) ליד „איבער דעם רעגן־בויגן‟ אויף מאַמע־לשון. ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַפֿילו 80 יאָר נאָך דעם וואָס דזשודי גאַרלאַנד האָט געזונגען דאָס ליד ווי „דאָראָטי‟ אינעם פֿילם „דער מכשף פֿון ׳אָז׳‟, בלײַבט עס שטאַרק באַליבט בײַם ברייטן עולם.

לעצטנס האָט דער ייִדישער ראָקזינגער וואָלף קראַקאָווסקי אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ, וואָס באַגלייט זײַן אייגנאַרטיקן נוסח פֿון אַל גראַנדס ייִדישער איבערזעצונג פֿונעם ליד. קראַקאָווסקי, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע ראָק־ און דזשעז־ווערסיעס פֿון ייִדישע לידער שטעלט פֿאָר דאָס ליד אין אַ סטיל, וואָס דערמאָנט סײַ די בלוז־מוזיק, סײַ דעם „ראָקאַבילי‟־זשאַנער פֿון אַ יונגן עלוויס פּרעזלי אָדער ביל היילי.

כאָטש די מוזיק קלינגט פֿריילעך, הערט מען אין קראַקאָווסקיס קול אַ טיפֿן טרויער, וואָס בענקט נאָך „אַן אַנדער צײַט‟, וואָס וועט קיינמאָל ניט „מקיום ווערן‟.


ווידעאָ: ישׂראלדיקע מיידלעך שטעלן פֿאָר „סינדערעלאַ‟ אויף ייִדיש

Video: Israeli Girls Perform "Cinderella" in Yiddish

עס זענען, צום באַדויערן, ניטאָ קיין סך מיטלשולן מחוץ דער חסידישער וועלט, וווּ מע לערנט די תּלמידים ייִדיש אויף אַן ערנסטן אופֿן. איין באַקאַנטער אויסנאַם איז די „פּלך‟־שול, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע גימנאַזיע אין ירושלים, וווּ דבֿורה קאָסמאַן לערנט שוין העכער 30 יאָר אירע תּלמידות ייִדיש.

יעדעס יאָר שטעלט דער גראַדויִר־קלאַס פֿאָר אַ ספּעקטאַקל אויף מאַמע־לשון, וואָס דינט סײַ ווי אַ טייל פֿון דער סיום־פּראָגראַם, סײַ ווי אַ מין סוף־עקזאַמען. די עלטערן און אַנדערע קרובֿים פֿון די יונגע אַקטריסעס קומען צו דער פֿאָרשטעלונג און קוועלן בײַם זען ווי די מיידלעך שפּילן אויס די ראָלעס אין גאַנצן אויף ייִדיש.

הײַיאָר האָט דער קלאַס פֿון 11 מיידלעך פֿאָרגעשטעלט די פּיעסע „אַשעלע‟ — אַ באַאַרבעטונג פֿון דער אוניווערסאַלער פֿאָלקס־מעשׂה, „סינדערעלאַ‟, אינספּירירט פֿון י. ל. פּרצס דערציילונג, „שׂרה בת טובֿים‟. אין יענער דערציילונג דינט שׂרה בת־טובֿים — די באַרימטע מחברטע פֿון די תּחינות — ווי אַ „גוטע פֿעע‟ (fairy godmother, בלע״ז) וואָס העלפֿט מיידלעך וועלכע געדענקען צו זאָגן די תּחינות.


חסידישע קינדערלעך פאַרטײַטשן לשון־קודשדיקע ווערטער

Hasidic Kids Translate Biblical Hebrew Into Yiddish

דער חדר „אמרי שפֿר‟ אין מאָנסי איז אַן אומאָפּהענגיקער מוסד מיט אַ נאָוואַטאָרישן צוגאַנג צום טראַדיציאָנעלן חינוך. להיפּוך צו כּמעט אַלע חסידישע שולן און ישיבֿות, איז דער חדר אַקטיוו אויף „פֿייסבוק‟ און „יוטוב.‟ מע קען, למשל, לייענען אויף „פֿייסבוק‟ אַ לאַנגן דאָקומענט, וואָס שילדערט זײַן פּעדאַגאָגישן צוגאַנג סײַ צום טראַדיציאָנעלן חינוך, סײַ צו די וועלטלעכע לימודים.

איין אופֿן ווי דער חדר שיידט זיך אונטער פֿון ס׳רובֿ חסידישע מוסדות, איז וואָס די מלמדים לערנען דאָרט לשון־קודש ווי אַ לימוד פֿאַר זיך און ניט בלויז ווי אַ זאַך וואָס די קינדער דאַרפֿן אויפֿכאַפּן בײַם טײַטשן דעם חומש. אינעם דאָזיקן ווידעאָ זעט מען ווי דער מלמד פֿאַרהערט צוויי תּלמידימלעך און ווײַזט דערבײַ וויפֿל לשון־קודשדיקע ווערטער די ייִנגעלעך קענען. כּמעט אַלע ווערטער טײַטשן זיי אויס אויף ייִדיש, אָבער אַ פּאָר, ווי למשל, „נחל‟ (טײַך), כּוס (טעפּל), פּנים, ירק (גרינסן) און גן (גאָרטן), טײַטשן זיי אויס מיטן ענגלישן עקוויוואַלענט.


אַ ראַפּ־ליד וועגן ייִדישע שרײַבער

A Rap Song About Yiddish Writers

ווי מע האָט פֿריִער באַשריבן אינעם פֿאָרווערטס, פֿירט „בית שלום־עליכם‟ דורך רעגלמעסיקע פֿאָרשטעלונגען מיטן נאָמען „אסתּרס קאַבאַרעט,‟ אויף וועלכע ייִדיש־סטודענטן און ־פּראָפֿעסאָרן טרעטן אויף מיט לידער און סקיצעס.

אויפֿן אַנומלטיקן „אסתּרס קאַבאַרעט‟ האָבן חיה קושניר און נאווה ליטוואַק פֿאָרגעשטעלט אַ ראַפּ־ליד, וואָס ליטוואַק האָט געשריבן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. וויפֿל פֿון די נעמען פֿון די שרײַבער וואָס מע דערמאָנט אינעם ליד דערקענט איר?


יצחק מאיר העלפֿגאָט און יצחק פּערלמאַן: „אַ ייִדישע מאַמע‟

Yitzchak Meir Helfogt and Itzhak Perlman: My Yiddishe Momme

אין 2013 האָבן דער גרויסער פֿידלער יצחק פּערלמאַן און דער וועלט־באַרימטער חזן יצחק מאיר העלפֿגאָט אַרויסגעלאָזט אַן אַלבאָם פֿון חזנות און ייִדישע לידער, וואָס זיי האָבן פֿאָרגעשטעלט צוזאַמען. אַזאַ צונויפֿגאָס פֿון קלאַסישער מוזיק מיט חזנות האָט אויסגעטראַכט דער מוזיקער און עטנאָמוזיקאָלאָג האַנקוס נעצקי, וואָס האָט צוזאַמענגעבראַכט די צוויי ווירטואָזן און געהאָלפֿן צו אַראַנזשירן די מוזיק אויפֿן אַלבאָם.

אַ קאָנצערט־פּראָגראַם, וואָס מע האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿונעם אַלבאָם איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פֿילם דורך דזשאַש וואַלעצקי. דער פֿילם, Rejoice, וואָס איז טראַנסמיטירט געוואָרן אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־נעץ PBS, נעמט אַרײַן ניט בלויז מוזיק, נאָר אויך קאָמענטאַרן וועגן די לידער, פֿון אַזעלכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן ווי אלי וויזל, דזשאָעל גריי און ניל צדקה.

אויבן קען מען זען, ווי העלפֿגאָט און פּערלמאַן האָבן פֿאָרגעשטעלט דזשעק יעלענס באַליבט ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟ אין זייער אייגנאַרטיקן סטיל. אויף דער פּיאַנע באַגלייט זיי האַנקוס נעצקי.


רות רובין און פּיט סיגער זינגען „טום־באַלאַלײַקע‟

Ruth Rubin and Pete Seeger Sing Tumbalalaika

פּיט סיגער (1919־2014) איז צום מערסטנס באַקאַנט פֿאַר זײַן קאַריערע ווי אַ זינגער פֿון פֿאָלקס־ און אַרבעטער־לידער במשך פֿון מער ווי 70 יאָר. אַחוץ דעם איז ער אויך געווען אַ פּאָליטישער אַקטיוויסט, אַ געניטער עטנאָמוזיקאָלאָג, אַ מוזיק־פֿאַרלעגער, אַ מוזיקאַלישער פּראָדוצענט און נאָך.

אין זײַן שליחות ווי אַן עטנאָמוזיקאָלאָג איז סיגער ניט בלויז געווען אַ שטאַרקער שטיצער פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָלקמוזיק־טראַדיציע, נאָר אויך פֿון די טראַדיציאָנעלע זינגער פֿון מוזיק פֿון אַלע עקן וועלט. דורך זײַנע קאָנצערטן, ראַדיאָ־פּראָגראַמען און זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם האָט ער פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם די זינגער פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע לענדער און קולטורן לאַנג איידער דער באַגריף פֿון מולטי־קולטוראַליזם איז געווען אין דער מאָדע.

צווישן זײַנע פֿרײַנד און קאָלעגן זענען געווען אַ ריי אַנדערע עטנאָמוקאָלאָגן, אַרײַנגערעכנט מאָ אַש (דער זון פֿון שלום אַש און גרינדער פֿון Folkways Records) און די אָנפֿירנדיקע עטנאָמוזיקאָלאָגין פֿון ייִדישער מוזיק — רות רובין. אויבן קען מען זען, ווי פּיט סיגער און רות רובין שטעלן פֿאָר „טום־באַלאַלײַקע‟ אויף זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם Rainbow Quest, וואָס מע האָט טראַנסימיטירט אין 1965 און 1966.

סיגער האָט אויך באַגלייט רות רובין מיטן באַנדזשאָ אויף אַ ריי קאָנצערטן, און אויף אַ פּלאַטע פֿון ייִדישע קינדערלידער Jewish Children’s Songs & Games. וואָס מאָ אַש האָט פּראָדוצירט פֿאַר זײַן פֿירמע „פֿאָלקווייס.‟ אָט קען מען הערן ווי רות רובין און פּיט סיגער שטעלן פֿאָר דאָס ליד „טאַנץ טאַנץ.‟ ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן ווי סיגערס באַנדזשאָ־שפּילן גיט צו צום ליד דווקא אַן אַמעריקאַנער (און דערצו אַפּאַלאַטשיאַנער) טעם.

אַליין אַ קענער פֿון יאַפּאַניש, דײַטש און רוסיש, האָט סיגער זיך אויסגעלערנט זינגען לידער אויף די צענדליקער שפּראַכן וואָס די געסט אויף זײַנע פּראָגראַמען האָבן געקענט, אַרײַנגערעכנט ייִדיש און העברעיִש. אַחוץ מאָ אַש און רות רובין האָט סיגער זיך געלערנט ייִדישע לידער פֿון זײַן חבֿר טעאָדאָר ביקעל און פֿון דער פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט, די שוויגער פֿון זײַן נאָענטן חבֿר און מענטאָר, דעם לענגענאַרן אַמעריקאַנער פֿאָלקזינגער וווּדי גאָטרי. גאָטרי, סיגער און גרינבלאַט פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען מיט אַנדערע זינגער און זיך טיילן מיט די לידער.

אָט קען מען זען ווי ער שטעלט פֿאָר דאָס סאָוועטיש־ייִדישע ליד „זשאַנקױע‟ אויף זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם Rainbow Quest.


אַלע ייִדישע לידער מיט איין קלאַפּ

The Entire Yiddish Repertoire in One Shot

ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן דערקענען מסתּמא בלויז די ייִדישע לידער „אויפֿן פּריפּעטשיק‟, „טום־באַלאַלײַקע‟ און אפֿשר „בײַ מיר ביסטו שיין.‟

אָבער די אַמעריקאַנער וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים דערקענען גלײַך צענדליקער אַנדערע לידער װי „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ און אַזוי ווײַטער. די ליבהאָבער פֿון קלעזמער, קענען, פֿאַרשטייט זיך, נאָך מער לידער און די חסידים קענען צענדליקער פֿון זייער אייגענעם רעפּערטואַר. עס זענען אָבער דאָ זייער ווייניק מענטשן, וואָס קענען באמת מער ווי אַ פּאָר צענדליק לידער אויף אויסנווייניק.

אין אָט דעם חנעוודיקן ווידעאָ האָבן די קלעזמאָרים בענדזשי פֿוקס־ראָזען און מײַקל ווינאָגראַד פֿאָרגעשטעלט אַ פּאָפּורי, וואָס באַשטייט פֿון בלויז אַ פּאָר שורות פֿון צענדליקער באַקאַנטע ייִדישע לידער, ווי אַ פּרוּוו צו זינגען „דעם גאַנצן ייִדישן רעפּערטואַר מיט איין קלאַפּ.‟ זיי האָבן ניט דערגרייכט דעם אַמביציעזן ציל אָבער זיי האָבן יאָ געשאַפֿן זייער אַן אינטערעסאַנטע קאָמפּאָזיציע. וויפֿל פֿון די באַקאַנטע (און ווייניק באַקאַנטע) לידער דערקענט איר?


„גייען זיי אין די שוואַרצע רייען‟ פֿון שׂרה גאָרבי

"They Go in Dark Rows" by Sarah Gorby

אויף „יוטוב‟ קען מען זען אַ סך פֿילמען, אין וועלכע געניטע זינגער שטעלן פֿאָר ייִדישע לידער. ס׳איז אָבער דאָ עפּעס אוניקאַל אין דעם ווידעאָ פֿון שׂרה גאָרבי, אין וועלכן זי זינגט מאַני לייבס „גייען זיי אין די שוואַרצע רייען‟, באַגלייט פֿון אַ פּויק, וואָס זײַנע ריטמישע קלעפּ שפּיגלען אָפּ דעם אומעט פֿון ליד.

דער פֿילם איז אַ טייל פֿון אַ קאָנצערט פֿון חורבן־לידער, וואָס גאָרבי האָט געהאַלטן אין פּאַריז אין 1966. לייב האָט לכתּחילה אָנגעשריבן דאָס ליד וועגן די ייִדישע פּליטים פֿון פּאָגראָמען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה אָבער ס׳איז שפּעטער אַדאַפּטירט געוואָרן ווי אַ חורבן־ליד.

אויך זייער רירנדיק איז גאָרביס אומפֿאַרגעסלעכער נוסח פֿון מאַרק שוויידס „מודה אַני‟ אינעם זעלביקן קאָנצערט, אין וועלכן זי ווערט באַגלייט פֿון דרײַ „קרישטאָל־אָרגלען‟ — אינסטרומענטן, וואָס פּאַסן זיך פּערפֿעקט צו צו איר קול. די מוזיק צו ביידע לידער האָט געשאַפֿן מיכל געלבאַרט.

שׂרה גאָרבי (פֿון דער היים גאָרבאַך) איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו, בעסעראַביע אין 1900. זי האָט זיך געלערנט אין אַ מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע אין יאַס צו 17 יאָר, און האָט זיך דערנאָך באַזעצט אין פּאַריז מיט איר מאַן. אין 1940 איז זיי געלונגען צו אַנטלאָפֿן קיין האַיִטי און דאָס פּאָרל האָט זיך דערנאָך באַזעצט אין ניו־יאָרק, וווּ זי איז געוואָרן אַ פּאָפּולערע זינגערין אויף ייִדיש, רומעניש און רוסיש. אין 1948 האָט זי געמאַכט אַ קאָנצערט־טור אויף ייִדיש איבער די „די־פּי‟־לאַגערן פֿון אייראָפּע.

אין פּאַריז האָט זי אַרויסגעלאָזט אַלבאָמען אויף ייִדיש, פֿראַנצויזיש און רוסיש. נאָך דעם, וואָס זי האָט באַזוכט ישׂראל, האָט זי צוגעגעבן צו איר רעפּערטואַר אַ ריי לידער אויף העברעיִש און דזשודעזמע. אין 1960 האָט זי אָנגעהויבן אַ צוויי־יאָריקן טור איבער דרום־אַמעריקע און האָט בעת אַ וויזיט אין בוענאָס־אײַרעס פֿאַרענדיקט דרײַ אַלבאָמען אויף רוסיש, ייִדיש און ציגײַנעריש. זי איז געשטאָרבן אין 1980 אין פּאַריז.


לידער פֿונעם מײַסטער־פּאָעט מרדכי געבירטיג

Songs by the One and Only Mordechai Gebirtig

די טעג ווערט 76 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט מרדכי געבירטיג ז׳׳ל, וועלכע איז אומגעקומען אין דער קראָקאָווער געטאָ, דעם 4טן יוני 1942.

אַ לעגענדאַרע פּערזענלעכקייט אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק בעת זײַן לעבן, איז ער אין דער זעלביקער צײַט געווען אַ פּשוטער סטאָליער, וואָס האָט אין זײַן פֿרײַער צײַט געשריבן לידער וועגן די אָרעמע ייִדן פֿון קראָקע, וווּ ער האָט געוווינט זײַן גאַנץ לעבן.

ס׳איז שווער אויף איין פֿוס איבערצוגעבן די וויכטיקייט און השפּעה פֿון געבירטיגס לידער. אויף דעם וואָלט מען געדאַרפֿט אַ גאַנצן אַרטיקל, צי אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. ס׳איז כּדאַי פּשוט צו דערמאָנען, אַז פֿון אַרום 100 לידער זײַנע וואָס זענען אונדז פֿאַרבליבן, הערט מען אָפֿט כאָטש אַ טוץ פֿון זיי און זיי בלײַבן צווישן די סאַמע באַקאַנטסטע ייִדישע לידער איבער דער וועלט.

געבירטיג, אַזוי ווי מאַרק וואַרשאַווקסי פֿאַר אים, האָט געשריבן וועגן אַ ריי טעמעס, פֿון אַקטועלע פּאָליטישע (אַרבעטלאָזיקייט, אַנטיסעמיטיזם, דעם חורבן), ביז ייִדישע (לידער וועגן שבת, חדר־ייִנגלעך און ייִדישע מאַמעס), ווי אויך מער אוניווערסאַלע (די פֿריידן און לײדן פֿונעם עלטער ווערן, אַ בענקשאַפֿט נאָך פֿאַרלוירענע חבֿרים, און ליבעסלידער). זײַנע לידער האָבן פֿאַרקערפּערט אַ מאָדערנעם צוגאַנג צו דער ייִדישער קולטור; זיי דריקן אויס אַ באַהאַוונטקייט אין דער ייִדישער טראַדיציע אָבער זענען אויך פֿעסט אײַנגעוואָרצלט אין דער מאָדערנער וועלט. די ברייטע גאַמע פֿון זײַנע טעמעס, צוזאַמען מיט דער וואַרעמקייט, מיט וועלכער ער האָט באַשריבן די ייִדישע מאַסן האָט אים געמאַכט אַן אַוניקאַלע פֿיגור אין דער ייִדישער מוזיק.

ס׳רובֿ פֿון געבירטיגס באַקאַנטסטע לידער האָט מען אַרויסגעגעבן ווי אַ בוך נאָך אין די 1930ער יאָרן. געוויסע, אָבער, בפֿרט די וואָס ער האָט אָנגעשריבן שוין אין דער קראָקאָווער געטאָ, זענען באַקאַנט געוואָרן ערשט נאָך דער מלחמה, ווען מע האָט געבראַכט זײַנע כּתבֿ־ידן קיין אַמעריקע, וווּ זיי געפֿינען זיך הײַנט אינעם „ייִוואָ‟־אינסטיטוט אין ניו־יאָרק.

זינט די 1950ער יאָרן האָט מען אַרויסגעלאָזט איבער פֿופֿציק אַלבאָמען, אין וועלכע מע זינגט בלויז זײַנע לידער. אַחוץ דעם האָבן כּמעט אַלע באַקאַנטע ייִדישע זינגער אַרײַנגענומען זײַנע לידער אין זייער רעפּערטואַר. אָט זענען נײַן פֿון מײַנע באַליבטסטע רעקאָרדירונגען און ווידעאָס פֿון געבירטיגס לידער.

1. דניאל קאַהן: „אַרבעטלאָזער מאַרש‟

(אויבן) אַן אַקטיווער בונדיסט, האָט געבירטיג אָפֿט באַשריבן די סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון זײַן צײַט, אַרײַנגערעכנט די אַרבעטלאָזיקייט, וואָס האָט געהערשט אין די 1930ער יאָרן. אין זייער אַ געלונגענעם נוסח פֿון זײַן „אַרבעטלאָזער מאַרש‟ שטעלט דניאל קאַהן און זײַן קאַפּעליע — „דער באַפֿאַרבטער פֿויגל‟ — פֿאָר געבירטיגס ליד אויף ייִדיש און ענגליש אין אַ מאָדערנעם סטיל, מיט בולטע השפּעות פֿון בערטאָלד ברעכט.

2. לעאָ פֿולד: „משהלע‟

דער „קעניג פֿונעם ייִדישן ליד‟, ווי מע האָט גערופֿן דעם זינגער, האָט ליב געהאַט צו עקספּערימענטירן מיט פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע סטילן. אין דעם פֿאַל באַגלייט אים אַן אַראַבישע קאַפּעליע. ניט געקוקט אויף דעם, איז זײַן נוסח פֿון געבירטיגס „משהלע‟ זייער אַ טראַדיציאָנעלע.

3. עמי פֿלאַמער און משה לייזער: „דרײַ טעכטערלעך‟

זייער אַ שיינער קלעזמער־נוסח פֿון געבירטיגס באַליבטן ליד פֿון פֿראַנקרײַך.

4. בענטע קאַהאַן: „עס ברענט‟

מחוץ דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט איז „עס ברענט‟ זיכער געבירטיגס באַקאַנטסט ליד. כאָטש ער האָט עס אָנגעשריבן אין 1936 וועגן אַ פּאָגראָם, איז עס געוואָרן איינס פֿון די פּאָפּולערסטע לידער אין די געטאָס און לאַגערן בשעתן חורבן און מע זינגט עס עד־היום אויף חורבן־חזכּרות איבער דער גאָרער וועלט. בענטע קאַהאַנס נוסח פֿונעם ליד איז מײַן באַליבטסטע.

5. מאַנפֿרעד לעם: „אין געטאָ‟

כאָטש ווייניקער באַקאַנט ווי זײַנע אַנדערע חורבן־לידער איז געבירטיגס „אין געטאָ‟ זייער אַ רירנדיק און וויכטיק ווערק, וואָס איז כּדאַי צו הערן. מאַנפֿרעד לעם, אַ דײַטשישער זינגער, אַרבעט שוין איבער 20 יאָר, פֿירנדיק טורן פֿאַר דײַטשישע קינדער אין קראָקע, כּדי זיי זאָלן זיך באַקענען מיט מרדכי געבירטיגס ווערק.

6. אַלפֿרעד שרײַער: „דאָס גאָלדענע לאַנד‟

מע הערט הײַנט זעלטן, צום באַדויערן, דעם פּשוטן פֿאָלקסטיל פֿון די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע זינגער. אָט זינגט אַלפֿרעד שרײַער, אַ תּושבֿ פֿון לוויוו (דאָס אַמאָליקע לעמבערג), געבירטיגס ליד „דאָס גאָלדענע לאַנד‟ אין זיין שיינעם פּשוטן סטיל.

7. ריזע איגעלפֿעלד: „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער‟

אויף אַן ענלעכן אויטענטישן פֿאָלקסישן אופֿן האָט ריזע איגעלפֿעלד פֿאָרגעשטעלט געבירטיגס „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער‟ אויף אַן אָוונט בײַם „לאָס־אַנדזשעלעסער קולטור־קלוב‟ אין 1998 געווידמעט געבירטיגס קולטור־ירושה.

8. מרדכי־צבֿי ראָסל: „קינדער־יאָרן‟

געוויינטלעך האַלט איך אַז דאָס זינגען ייִדישע לידער אין אַ קלאַסישן סטיל קלינגט איבערגעטריבן, בפֿרט מיט אַזעלכע פֿאָלקסטימלעכע לידער ווי געבירטיגס „קינדער־יאָרן‟. מרדכי־צבֿי ראָסל איז אָבער אַזאַ טאַלאַנטירטער זינגער, אַז דאָס ליד ווערט בײַ אים פֿאַרוואַנדלט ממש אין אַן איבערלעבונג. מיט זײַן באַסאָוון קול ווערט מען אַריבערגעפֿירט אין די „קינדער־יאָרן‟ פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט.

9. טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל און טאַמאַראַ בראָקס ז׳׳ל: „הוליעט, הוליעט קינדערלעך‟

איינס פֿון געבירטיגס אוניווערסאַלע לידער, „הוליעט, הוליעט קינדערלעך,‟ ווערט דאָ געבראַכט פֿאַר אַ גרעסערן עולם אין טעאָדאָר ביקעלס פּרעכטיקן צוויישפּראַכיקן נוסח פֿונעם ליד.


„ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ געזונגען פֿון אַניע לעדערהענדלער

"Vilna: City of Spirit and Innocence" sung by Annie Lederhendler

אין אַפּריל 1959 איז אַבֿרהם סוצקעווער געקומען אויף אַ לענגערן באַזוך קיין אַמעריקע און קאַנאַדע, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ ריי רעפֿעראַטן און פֿאָרגעלייענט זײַנע לידער.

אויף אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, זענען די איינציקע רעקאָרדירונגען וואָס זענען פֿאַרבליבן פֿון סוצקעווערס רעדעס בעתן דאָזיקן באַזוך געמאַכט געוואָרן אין דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟, וווּ מע האָט צווישן די יאָרן 1953 און 2005 רעקאָרדירט טויזנטער עפֿנטלעכע פּראָגראַמען. ווי אַ סטיפּענדיאַט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ איז מײַן אַרבעט געווען אויסצוסדרן די אַלע רעדעס און זיי אַרויפֿשטעלן אויף דער אינטערנעץ. איך האָב אויך געמאַכט אַ סעריע פֿילמען מיט אויסצוגן פֿון די רעדעס באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. אָט קען מען זען, למשל, אַן אויסצוג פֿון סוצקעווערס אַ רעדע וואָס ער האָט געהאַלטן דעם 24סטן מײַ 1959 וועגן זײַן לעבן ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין די ליטווישע וועלדער:

מיט אַ חודש פֿריִער, ווען דער פּאָעט איז ערשט אָנגעקומען קיין מאָנטרעאָל, האָט מען געמאַכט פֿאַר אים אַ ריזיקן קבלת־פּנים. צווישן די רעדנער וואָס זענען געקומען אים באַגריסן זענען געווען באַוווּסטע ייִדישע שרײַבער פֿון מאָנטרעאָל און ניו־יאָרק, קינדער פֿון די מאָנטרעאָלער ייִדישע טאָגשולן און עטלעכע זינגער, צווישן זיי — אַניע לעדערהענדלער, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט הירש גליקס פּאַרטיזאַנער־הימען אין איינעם מיטן רירנדיק ליד „ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ (ווערטער: אַ. ל. וואָלפֿסאָן; מוזיק: אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי). כאָטש עס קלינגט ווי אַ ליד וואָס מע האָט געשאַפֿן לזכר דער פֿאַרניכטעטער ירושלים ד׳ליטא, האָט מען דאָס ליד אין דער אמתן אָנגעשריבן לאַנג פֿאַר דעם חורבן ווי אַ טייל פֿון אַ פּיעסע.

אין דער זעלביקער צײַט וואָס איך האָב דיגיטאַליזירט די רעקאָרדירונג האָב איך צופֿעליק זיך אָנגעשטויסן אויף לייזער ראַנס בילדער־אַלבאָם „ירושלים ד׳ליטא אילוסטרירט און דאָקומענטירט‟. די אוניקאַלע בילדער, מיט קליינע דערקלערונגען אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און ענגליש האָבן מיך טיף אָנגערירט. ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן, איך זאָל באַגלייטן אַניע לעדערהענדלערס נוסח פֿון „ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ מיט די בילדער פֿונעם אַמאָליקן ווילנע וואָס לייזער ראַן האָט צונויפֿגעזאַמלט. אויבן קען מען זען דעם רעזולטאַט פֿון דעם אײַנפֿאַל.


יצחק באַשעוויס, דער פֿאַרכאַפּנדיקער רעדנער

Isaac Bashevis Singer, The Dynamic Speaker

לכּבֿוד דעם פֿאַקט וואָס דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט יצחק באַשעוויסעס ביכער אויף דער אינטערנעץ, שטעלן מיר פֿאָר אַ ייִדישע רעדע פֿונעם נאָבל־לאַורעאַט. כאָטש באַשעוויס איז הײַנט באַקאַנט פֿאַר זײַנע ליטעראַרישע ווערק, איז ער אויך געווען אַ באַגאַבטער רעדנער, וואָס האָט פֿאַרווײַלט מענטשן מיט זײַנע אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן, וויצן און אַנעקדאָטן (און זייער אָפֿט אַ געמיש פֿון אַלע דרײַ) אויף ייִדיש און ענגליש.

אין 1978 האָט באַשעוויס גערעדט אויף ייִדיש פֿאַר אַ ריזיקן עולם, וואָס איז געקומען אים באַגריסן לכּבֿוד זײַן באַקומען דעם „נאָבל־פּריז‟ פֿאַר ליטעראַטור. אין דער רעדע, וואָס די ישׂראלדיקע מלוכישע ראַדיאָ־נעץ „קול־ישׂראל‟ האָט דערנאָך טראַנסמיטירט מיט אַ קורצן אַרײַנפֿיר פֿון אפֿרים שעדלעצקי, דערקלערט באַשעוויס פֿאַר וואָס ער שרײַבט אויף ייִדיש. ער מאַכט אויך אַ ביסל חוזק פֿון די, וואָס ווילן, אַז ייִדיש זאָל האָבן אַ וואָרט אויף אַלץ. ס׳איז כּדאַי זיך צו באַקענען מיט זײַן געשמאַקן וואַרשעווער לשון, עפּעס וואָס מע הערט הײַנט זעלטן.