דאָס ליד „איבער דעם רעגן־בויגן‟ פֿונעם קלאַסישן אַמעריקאַנער פֿילם „דער מכשף פֿון ׳אָז׳‟ איז איינע פֿון די סאַמע־פּאָפּולערסטע לידער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט און ווערט געזונגען הײַנט איבער דער גאָרער וועלט. די באַלאַדע, וואָס שטעלט פֿאָר אַן אוטאָפּישע וועלט „ערגעץ איבער דעם רעגן־בויגן‟, וווּ מע לאָזט מענטשן צו רו, האָבן פֿאַרשידענע גרופּעס אַדאָפּטירט ווי אַ מין הימען אויסצודריקן זייער באַגער נאָך אַ בעסער לעבן. אין די 1930ער יאָרן איז דאָס ליד געוואָרן באַזונדערס פּאָפּולער צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן און אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער. ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס ביידע פֿעלקער האָבן געהערט אינעם ליד אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זייער ווילן צו לעבן אין אַ וועלט, וווּ מע דיסקרימינירט ניט קעגן זיי. אין די 1970ער און 1980ער יאָרן איז דאָס ליד געוואָרן אַ מין הימען אויך בײַ די האָמאָסעקסואַליסטן צוליב ענלעכע סיבות.
די פֿאַרבינדונג צווישן די ווערטער פֿונעם ליד און דאָס שטרעבן צו פֿרײַהייט לייגט זיך שטאַרק אויפֿן שׂכל, ווען מע דערוויסט זיך וועגן דעם ייִד, וואָס האָט אָנגעשריבן די איקאָנישע ווערטער. ייִפּ האַרבורג (פֿון דער היים: איזידאָר הויכבערג) איז געבוירן געוואָרן אויפֿן „לאָוער איסט סײַד‟, אַ קינד פֿון פֿרומע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד. זײַן משפּחה איז געווען גאַנץ אָרעם און בעת זײַנע קינדער־יאָרן זענען ס׳רובֿ פֿון זײַנע ברידער און שוועסטער געשטאָרבן. אַ סטודענט פֿונעם אירישן דראַמאַטורג דזשאָרדזש בערנאַרד שאַו, איז האַרבורג געוואָרן אַ לעבנס־לאַנגער סאָציאַליסט, צוליב דער השפּעה פֿון זײַן לערער. זײַן גאַנץ לעבן האָט ער געשריבן פּאָליטישע לידער וועגן אַזעלכע ענינים ווי דער קלאַסן־קאַמף, די אָפֿיציעלע דיסקרימינאַציע קעגן די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, אַרבעטער־פֿאַראיינען און גלײַכע רעכט פֿאַר פֿרויען. ס׳איז באמת ניט אַזוי אויסטערליש פֿאָרצושטעלן, אַז דער גורל פֿון די אייראָפּעיִשע ייִדן אין די 1930ער יאָרן האָט אפֿשר משפּיע געווען אויף דער טעמאַטיק פֿון זײַן סאַמע־באַקאַנסטן ליד.
אויף ייִדיש עקזיסטירן, צום־ווייניקסטנס, צוויי איבערזעצונגען פֿונעם ליד. דער נוסח אויבן, וואָס עס זינגט יאָסי דעסער מיט אַ געשמאַקן חסידישן טעם, האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַל גראַנד, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַן ייִדישן נוסח פֿון גילבערט און סוליוואַנס „די ים־גזלנים‟ (The Pirates of Penzance). אָט קענט איר הערן אַ גאָר שיינעם נוסח פֿון אַל גראַנדס איבערזעצונג, געזונגען דורך שעלי שילדס, וואָס האָט אויך געשפּילט אינעם ייִדישן נוסח פֿון „די ים־גזלנים‟.
נאָך אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם ליד האָט געמאַכט בנימין שעכטער. איר קענט זען ווי זײַן טאָכטער טעמע שעכטער האָט געזונגען איר פֿאָטערס נוסח אויף דער ייִדיש־וואָך אין 2013.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.