אַחוץ זײַן אַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר, פּאָעט, רעדאַקטאָר און צו מאָל אויך אַ שרײַבער פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, איז ד״ר דובֿ־בער קערלער איינער פֿון די וויכטיקסטע זאַמלער פֿון ייִדישע לידער און פֿאָלקלאָר אויף דער אינטערנעץ.
אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל קען מען געפֿינען צענדליקער אויסצוגן פֿון אינטערוויוען מיט עלטערע ייִדן פֿון דער אַלטער היים וואָס ער האָט געמאַכט ווי אַ טייל פֿונעם „אַהיים‟־פּראָיעקט, ווי אויך אַ סך זעלטענע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע לידער.
מיט אַ יאָר צוריק האָט ד״ר קערלער אַרויפֿגעשטעלט דרײַ פּרעכטיקע ווידעאָס, אין וועלכע צוויי פֿון זײַנע סטודענטקעס בײַם „אינדיאַנער אוניווערסיטעט‟ — אַליסאָן פּאָזנער און עדה־רבֿקה העטקאָ, זינגען ייִדישע לידער. אַליסאָן פּאָזנער איז אַ דאָקטאָראַנטקע וואָס פֿאָרשט אויס די חורבן־ליטעראַטור און האָט פֿריִער געאַרבעט ווי אַ סטיפּענדיאַטקע בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער.‟ עדה־רבֿקה העטקאָ לערנט זיך אויף אַ מאַגיסטער און פֿאַרנעמט זיך איבערהויפּט מיט דער ייִדישער מוזיק. ווי מע קען הערן פֿון דער רעקאָרדירונג פֿונעם פֿאָלקסליד „אין דרויסן איז פֿינצטער‟ (אויבן), זענען ביידע פֿון זיי טאַלאַנטירטע זינגער, וועמענס קולות פּאַסן זיך זייער גוט צו צום זינגען ווי אַ דועט.
אַחוץ „אין דרויסן איז פֿינצטער‟ האָט ד״ר קערלער אַרויפֿגעשטעלט נאָך צוויי ווידעאָס פֿון לידער וואָס ווערן געזונגען דורך די סטודענטקעס.
אָט קען מען הערן ווי אַליסאָן און עדה־רבֿקה שטעלן פֿאָר אַבֿרהם רייזענס „שווימט דאָס קעסטל אויפֿן טײַך‟.
און אָט קען מען הערן ווי זיי זינגען מאָריס ראָזענפֿעלדס קלאָגליד אויף די קרבנות פֿונעם „טרײַענגל־פֿײַער‟: „מײַן רוע פּלאַץ‟.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אַ סך גויים גוט געקענט ייִדיש אָבער בלויז איינער פֿון זיי איז געווען אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פֿילמשטערן: דזשיימס קאַגני.
קאַגני, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע ראָלעס אין די פּאָפּולערע „גענגסטער‟־פֿילמען פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן, האָט געוויינטלעך געשפּילט אַגרעסיווע באַנדיטן, פּאָליציאַנטן, סאָלדאַטן אָדער ענלעכע טיפּן. ייִדיש האָט ער זיך אויסגעלערנט ווי אַ קינד אויפֿן „איסט־סײַד,‟ וווּ זײַן אָרעמע משפּחה האָט געוווינט אין אַ טענעמענט־הויז וואָס איז געווען כּמעט אויסשליסלעך באַפֿעלקערט פֿון ייִדן. לויט עטלעכע לעגענדעס, האָט זײַן ייִדיש אים געהאָלפֿן אין האָליוווּד, וווּ די ייִדישע אייגנטימער פֿונעם גרויסן פֿילם־סטודיאָ Warner Brothers האָבן אים כּלומרשט פּרובירט אָפּצונאַרן בעת אַ פֿאַרהאַנדלונג איבער אַ קאָנטראַקט דורכן רעדן צווישן זיך אויף ייִדיש. לויט דער לעגענדע האָט קאַגני זיי שאָקירט דורכן שרײַען אויף זיי מיט אַ פּאָר זאַפֿטיקע ייִדישע קללות.
קאַגני האָט גערעדט ייִדיש אין צוויי פֿון זײַנע פֿילמען, „טאַקסי‟ און The Fighting 69th, אַ דראַמע וועגן אַן אַמעריקאַנער פּאָלק בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. אין „טאַקסי‟ שפּילט ער אַ טאַקסי־שאָפֿער וואָס אָרגאַניזירט אַ בלוטיקן קאַמף קעגן אַן אַנדער גרופּע טאַקסי־שאָפֿערן, וואָס גנבֿענען בײַ אים קליענטן. איידער דער פֿילם ווײַזט עטלעכע בלוטיקע סצענעס, כאַפּן זיך אַרײַן אַ פּאָר מאָמענטן פֿון קאָמעדיע, צווישן זיי — די הומאָריסטישע סצענע, אָן קיין שום אונטערקעפּלעך אָדער דערקלערונג, אין וועלכער אַ ייִדישער אימיגראַנט שרײַט בייז אויף אַ פּאָליציאַנט. דער פּאָליציאַנט, וואָס פֿאַרשטייט ניט קיין ייִדיש, ווייסט ניט וואָס צו טאָן מיטן שרײַענדיקן אימיגראַנט, ביז עס קומט אָן דער העלד פֿונעם פֿילם, דעם טאַקסי־שאָפֿער מאַקס נאָלען (קאַגני). זעט וואָס געשעט ווײַטער.
עס קען זײַן, אַז אחוץ מאַרק וואַרשאַווקיס „אויפֿן פּריפּעטשיק,‟ איז ניטאָ קיין ליד אויף ייִדיש פֿון אַ באַקאַנטן מחבר, וואָס איז אַזוי ברייט באַליבט ווי איציק מאַנגערס „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מאַנגער האָט אָנגעשריבן דאָס ליד אין די 1930ער יאָרן, איז עס געווען אַזוי ברייט באַוווּסט פֿאַרן חורבן, אַז ס׳איז אַפֿילו פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן. אַ סך באַקאַנטע זינגער האָבן רעקאָרדירט אַן אייגענעם נוסח פֿונעם ליד. איידער מע הערט זיך צו צו געוויסע פֿון זיי איז אָבער כּדאַי זיך צוצוהערן ווי אַזוי איציק מאַנגער אַליין לייענט פֿאָר דאָס ליד.
ווי דערמאָנט, קען מען געפֿינען פֿאַרשידענע פֿאָלקלאָריזירטע נוסחאָות פֿונעם ליד. צווישן די שענסטע איז אַ רעקאָרדירונג פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס איז אַרויס אויף איר קאָמפּאַקטל „בײַ מײַן מאַמעס שטיבעלע.‟ די רעקאָרדירונג קלינגט באמת היימיש, ניט בלויז ווײַל מאַנגערס ייִדישער דיאַלעקט איז געווען נאָענט צו שעכטער־גאָטעסמאַנס, נאָר אויך צוליב די מוזיקאַלישע קנייטשן וואָס זי גיט צו, וואָס דערמאָנען מאַנגערס ריטעם בײַם לייענען. אין איר נוסח הערט מען טאַקע די קלאַנגען פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער בוקאָווינע, פֿון וועלכער ביידע האָבן געשעפּט אַ סך פֿון זייער ליטעראַרישער אינספּיראַציע.
אָפֿטער ווי אַלע אַנדערע זשאַנערס הערט מען הײַנט דאָס ליד געזונגען ווי אַ קונסטליד. הערט ווי נחמה ליפֿשיץ טרעט אויף מיט איר נוסח פֿונעם ליד:
אויך פּאָפּולער זענען די מער טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונגען פֿון ליד. אָט זינגט דודו פֿישער זײַן נוסח בעת אַ קאָנצערט מיטן „ייִדישפּיל‟־טעאַטער אין ישׂראל.
אַ שיינע ווערסיע אין אַ מער פּאָפּולערן מאָדערנעם „פֿאָלק‟־סטיל שטעלט פֿאָר די באַקאַנטע ישׂראלדיקע זינגערין חוה אַלבערשטיין.
איינער פֿון די שענסטע רעקאָרדירונגען פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ וואָס איז אַרויס אין די לעצטע 10 יאָר, האָט געמאַכט עפֿים טשאָרני. בײַ אים קלינגט די מעלאָדיע ווי אַ וויגליד.
אויך כּדאַי צו הערן איז משה אוישערס נוסח. איך האַלט, פּערזענלעך, אַז די מוזיקאַלישע באַגלייטונג איז אַ ביסל איבערגעטריבן, אָבער ס׳איז אינטערעסאַנט צו הערן די השפּעות פֿון חזנות און אַפֿילו דזשעז אין דער דאָזיקער רעקאָרדירונג.
דער „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟ האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף „יוטוב‟ אַ קאָנצערט פֿונעם לעגענדאַרן קלאַרנעט־שפּילער דייוו טאַראַס. צווישן די לידער, וואָס ער האָט פֿאָרגעשטעלט בעתן קאָנצערט, איז געווען „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟, געזונגען פֿון מאַקס גאָלדבערג. דאָס ליד הייבט זיך אָן 34:38.
אין 2010 האָט די שוועדישע „מעטאַל‟־קאַפּעליע „דיבוקים‟ אַרויסגעלאָזט אַ גאָר געראָטענע „ראָק‟־ווערסיע פֿונעם ליד צוזאַמען מיט אַ מוזיק־ווידעאָ.
אין 2014 האָבן לענקאַ ליכטנבערג און יאיר דלאל אַרויסגעלאָזט אַן אוניקאַלן אַלבאָם, „וויגלידער פֿון גלות‟, אין וועלכן זיי האָבן צונויפֿגעפֿלאָכטן די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון די אַשכּנזישע און איראַקישע ייִדן. אין זייער צוויישפּראַכיקן נוסח פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ ברענגט דלאלס אוד־שפּילן עפּעס נײַס צום ליד, וואָס איז ממש אַן אַנטפּלעקונג. דאָס ליד האָט אויך אַן ערנסטן טאָן אויף אַראַביש, וואָס עס פֿעלט אָפֿט אויף ייִדיש און וואָס פּאַסט זיך זייער גוט צו צום טרויער, וואָס באַהאַלט זיך אונטערן אייבערפֿלאַך.
עס פֿאַלט באַלד אויס דער יום־טובֿ שבֿועות. כאָטש ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן ווייסן ניט וואָס עס איז שבֿועות בלײַבט ער בײַ די פֿרומע, אַזוי ווי אין דער אַלטער היים, אפֿשר דער פּאָפּולערסטער יום־טובֿ.
אין דער דאָזיקער חנעוודיקער רעקאָרדירונג, צו וועלכער מע האָט צוגעפּאַסט אַ ווידעאָ מיט ייִדישע אונטערקעפּלעך, הערט מען ווי אַ טאַטע שמועסט מיט זײַן יונג קינד וועגן מתּן־תּורה און דער טראַדיציע, אַז דער גאַנצער ציבור — מענער, פֿרויען און קינדער, ”אַפֿילו די פּיצעלעך“ — גייען צוזאַמען אין שיל כּדי צו הערן ווי מע לייענט פֿאָר די צען געבאָט.
פֿאַר די וואָס האָבן ליב לינגוויסטישע פּיטשעווקעס איז די רעקאָרדירונג אויך אַ גוטער מוסטער פֿון צוויי אופֿנים ווי אַזוי דער אַמעריקאַנער חסידישער ייִדיש איז אַנדערש פֿון דער ייִדישער כּלל־שפּראַך. מע דערקענט גלײַך, אַז די בייגפֿאַלן און מין זענען כּמעט אָפּגעפֿאַלן אין גאַנצן פֿון דער שפּראַך (אַ פּראָצעס וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אינעם ייִדיש וואָס מע האָט גערעדט אין די ”זיבנבערג“ שוין אין 19סטן יאָרהונדערט). מע הערט אויך אַן אָפֿטע השפּעה פֿון ענגליש — ס׳רובֿ אַמעריקאַנער חסידים וואָלטן גיכער געזאָגט ”איך גיי צו שיל“ איידער ”איך גיי אין שיל.“ ס׳איז טשיקאַווע וואָס דער פֿאָטער זאָגט דווקא ”אין שיל“ און זײַן זון — ”צו שיל.“
אויב עמעצער ווייסט פֿון וואַנען מע האָט גענומען די רעקאָרדירונג אָדער צי זי איז אַ טייל פֿון אַ לענגערער רעקאָרדירונג, שרײַבט מיר אויף kutzik@forward.com
לכּבֿוד דער נײַער ייִדיש־שפּראַכיקער אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ בײַ דער „פֿאָלקסבינע,‟ שטעלן מיר פֿאָר עטלעכע רעקאָרדירונגען פֿון לידער פֿונעם מיוזיקל.
אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן זענען באַקאַנט מיט די ווערק פֿון שלום־עליכם בלויז דורך „פֿידלער אויפֿן דאַך,‟ די פּאָפּולערע „בראָדוויי‟־אַדאַפּטאַציע פֿון זײַנע דערציילונגען וועגן טבֿיה דער מילכיקער. די פֿאָרשטעלונג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור דורך אַזעלכע לידער ווי „לחיים‟, און „טראַדיציע‟ וואָס זענען אַזוי ברייט באַקאַנט, אַז מע האַלט זיי כּמעט פֿאַר אַ טייל פֿון אַ מין סעקולערער ייִדישער מסורה.
די פּוריסטן און ס׳רובֿ ייִדישיסטן האַלטן אַוודאי ניט פֿונעם דאָזיקן מיוזיקל פֿון דזשערי באָק, שעלדאָן האַרניק און דזשאָסעף שטײַן, ווײַל זיי האַלטן, אַז זי פֿאַרוואַנדלט די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור־ירושה אין אַ ריי האַמעטנע און סטערעאָטיפּישע אימאַזשן. ניט געקוקט אויף דעם איז „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ געוואָרן ווילד־פּאָפּולער צווישן די ייִדישע מאַסן איבער דער גאָרער וועלט בכלל און אין ישׂראל בפֿרט. דאָרטן האָט שרגא פֿרידמאַן, דער גרויסער בינע־קינסטלער און מחבר פֿון פּאָפּולערע מוזיקאַלישע פּיעסעס אויף ייִדיש און העברעיִש, איבערגעזעצט דעם טעקסט פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף מאַמע־לשון.
אויבן זינגט וויראַ לאָזינסקי זײַן נוסח פֿון Sunrise, Sunset, וואָס אויף ייִדיש הייסט עס „טאָג־אײַן, טאָג־אויס‟. בײַם קלאַוויר שפּילט רעגינע דריקער. די רעקאָרדירונג האָט מען געמאַכט בײַם „ייִדישן מלוכישן טעאַטער‟ אין וואַרשע.
און אָט קען מען הערן אַ ריי לידער פֿונעם ייִדישן נוסח פֿונעם מיוזיקל פֿאָרגעשטעלט דורך אַ ישׂראלדיקן אַנסבאַמבל מיט שמואל רודניצקי און לאה דוליצקי בראָש. צווישן די לידער געפֿינט מען: „די תּורה‟ (טראַדיציע), „ווען איך בין אַ ראָטשילד,‟ „לחיים,‟ און „שדכנטע, שדכנטע.‟
לכּבֿוד דעם דערשינען פֿון ד׳׳ר יחיאל שיינטוכס לענגערן פֿאָרשאַרטיקל וועגן חיים גראַדע שטעלן מיר צו אַ פֿילם פֿון אַ רעדע וואָס גראַדע האָט געהאַלטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. די רעדע האָט ד׳׳ר שיינטוך ציטירט אין זײַן אַרטיקל.
ווי אַ סטיפּענדיאַט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ האָב איך אָנגעפֿירט מיט דער דיגיטאַליזאַציע פֿון טויזנטער שעהען רעפֿעראַטן, וועלכע באַרימטע ייִדישע שרײַבער האָבן געהאַלטן בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟ במשך פֿון די יאָרן 1953 און 2005. צווישן די הונדערטער רעדנער זענען אפֿשר די בעסטע פֿון זיי די ווילנער שרײַבער אַבֿרהם סוצקעווער און חיים גראַדע. (וועגן אַ רעקאָרדירונג פֿון סוצקעווער האָב איך שוין געשריבן.
להיפּוך צו סוצקעווער, וואָס האָט גערעדט, צום־ווייניקסטן, זעקס מאָל צווישן 1959 און 1989, איז חיים גראַדע אויפֿגעטראָטן ווי אַ רעדנער אין מאָנטרעאָל בלויז צוויי מאָל, אין דעצעמבער 1958 און אין דעצעמבער 1969. די פֿולע רעקאָרדירונגען פֿון זײַנע רעפֿעראַטן קען מען הערן דאָ.
אין זייער אַן אינטערעסאַנטן רעפֿעראַט, וואָס ער האָט געהאַלטן אין דעצעמבער 1958 האָט ער דערקלערט פֿאַר וואָס ער האַלט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור איז געווען אַ המשך סײַ פֿון דער חסידישער באַוועגונג, סײַ פֿון דער השׂכּלה. אין דער רעדע דערקלערט גראַדע די היסטאָרישע ראָלע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט און דריקט אויס זײַן מיינונג, אַז ס׳איז דווקא געווען די ערשטע ליטעראַטור צו פֿאַראייביקן דאָס לעבן פֿונעם ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, ווײַל חז׳׳ל האָט כּמעט גאָרניט געשריבן וועגן דעם פּשוטן פֿאָלקס־ייִד.
בײַם הערן די רעדע איז מיר געווען קלאָר, אַז זי וועט פֿאַראינטערעסירן אַ סך מענטשן, וואָס פֿאַרשטייען ניט קיין ייִדיש. איך האָב דערפֿאַר באַשלאָסן אים צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ פֿילם מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. דעם פֿילם קען מען זען אויבן.
עס פֿאַלט באַלד אויס 102 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם באַליבטן ייִדישן שרײַבער שלום־עליכם אין ניו־יאָרק. ווי ער האָט אַליין געבעטן אין זײַן צוואה, וועלן זונטיק, אויף זײַן יאָרצײַט, זיך פֿאַרזאַמלען גרופּעס ייִדן איבער דער וועלט, כּדי הנאה צו האָבן פֿון זײַנע ווערק און אָפּגעבן כּבֿוד זײַן אָנדענק.
די יערלעכע צערעמאָניעס און פֿאָרלייענונגען זענען הײַנט אַ סך ווייניקער אין צאָל און קלענער אין פֿאַרנעם ווי זיי זענען אַמאָל געווען אָבער דער פֿאַקט, אַז די פּראָגראַמען גייען אָן ווײַטער, ניט געקוקט אויף די שטרויכלונגען פֿון דער געשיכטע, זאָגט עדות, וויפֿל די ייִדישע פֿאָלקסמאַסן האָבן שלום־עליכמען ליב געהאַט און ווי אַזוי מע פֿאַרגעסט אים ניט, אַפֿילו 102 יאָר נאָך זײַן טויט.
אויב מע קוקט דורך שלום־עליכמס אַרכיוון, קען מען געפֿינען אומצאָליקע מאַטעריאַלן, אַרײַגערעכנט זײַנע פּערזענלעכע בריוו, כּתבֿ־ידן און אַפֿילו די פֿעדער און טינטער, מיט וועלכע ער האָט געשריבן. מע דאַרף, אָבער, אין ערגעץ ניט פֿאָרן, כּדי צו געניסן פֿון די אוניקאַלע רעקאָרדירונגען, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן לעבן און שאַפֿן פֿונעם באַליבטן ייִדישן קלאַסיקער.
שלום־עליכמס שטימע:
הײַנט קען מען געפֿינען אַ גרויסע צאָל קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון אַלע אַקטועלע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן. אָבער אין 1915 האָט די רעקאָרדיר־אינדוסטריע נאָך געהאַלטן בײַם אַנטוויקלט ווערן, און צוליב דעם איז שווער צו געפֿינען רעקאָרדירונגען פֿון דעמאָלטיקע פּערזענלעכקייטן. שלום־עליכם, שוין מסוכּן־קראַנק אויף טובערקולאָז און שטרעבנדיק צו געפֿינען אופֿנים צו שאַפֿן געלט אויפֿצוצאָלן זײַנע מעדיצינישע הוצאות, האָט געמאַכט אַ פּראָבע אין אַ רעקאָרדיר־סטודיאָ צו זען, אויב עס לוינט זיך פֿאַר דער פֿירמע צו מאַכן פּלאַטעס פֿון אים, אין וועלכע ער לייענט פֿאָר זײַנע מעשׂיות אויף אַ קול. קיין פּלאַטעס האָט מען, צום באַדויערן, ניט אַרויסגעגעבן, אָבער עס זענען אונדז יאָ פֿאַרבליבן צוויי קורצע אויסצוגן, אין וועלכע ער לייענט פֿאָר פֿון זײַנע ווערק.
אָט קענט איר הערן אַן אויסצוג פֿון „ווען איך בין ראָטשילד‟:
און „אַ פֿריילעכער יום־טובֿ‟:
כּמעט יעדן ייִדישן אַקטיאָר איז בעת זײַן קאַריערע אויסגעקומען צו שפּילן אַ ראָלע אין שלום־עליכמס אַ פּיעסע צי דערציילונג. די דערציילונגען און מאָנאָלאָגן פֿון שלום־עליכם זענען צווישן די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע ייִדישע רעקאָרדירונגען און מע קען נאָך אַלץ געפֿינען אַ סך פּלאַטעס, טאַשמעס און קאָמפּאַקט־דיקסן, אין וועלכע באַקאַנטע ייִדישע אַקטיאָרן לייענען פֿאָר זײַנע ווערק. אַ סך פֿון זיי קען מען געפֿינען אויף „יוטוב.‟
אָט איז אַן אַנאַמירטער פֿילם פֿון „טעאַטער אין כּתרילעווקע.‟ אַלע ראָלעס ווערן מײַסטעריש געשפּילט דורכן אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער, דער דירעקטאָר פֿונעם „לופֿט־טעאַטער‟ אין שטראַסבורג.
אָט לייענט דער אַקטיאָר שמואל רודענסקי פֿאָר די דערציילונג „אַלט־נײַ כּתרילעווקע,‟ צוזאַמען מיט דער משפּחה בערנשטיין.
און אָט איז אַ רעקאָרדירונג, אין וועלכער דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר שמואל עצמון לייענט פֿאָר גאַנץ „טבֿיה דער מילכיקער‟:
https://archive.org/details/251SholemAleichemKatontiIAmUnworthy.ReadByShmuelAtzmon_201312
די ישיבֿה־סיסטעם בײַ די חרדים אין ישׂראל מאַכט דורך אַ ריי שוועריקייטן. קודם זענען דאָ פּשוט אַזוי פֿיל תּלמידים, אַז מע קען ניט שטענדיק געפֿינען אַ פּלאַץ פֿאַר יעדן איינעם. דער פֿרומער ציבור ווערט געפּרעסט פֿון עטלעכע זײַטן: די בײַטנדיקע עקאָנאָמישע ווירקלעכקייט ווירקט אויף דעם, ווי לאַנג מע קען לערנען זיך אין די ישיבֿות. און אַ טייל בחורים קענען נישט אַזוי גרינג אָנקומען צו קיין שידוך — צוליב פֿאַרשידענע סיבות. באַקומט זיך, אַז אַ סך עלטערע בחורים געפֿינען זיך אָן אַ ישיבֿה אין דער זעלביקער צײַט, וואָס זיי זוכן מיט ליכט אַ שידוך. אַ סך עסקנים האָבן מורא, אַז די דאָזיקע בחורים וועלן אַראָפּגיין פֿון דרך אויב זיי האָבן ניט קיין געהעריקע סטרוקטור אינעם לעבן.
כּדי צו לייזן די פּראָבלעם האָט מען מיט זיבן יאָר צוריק געגרינדעט אַ נײַעם מין ישיבֿה ספּעציעל פֿאַר די עלטערע בחורים: „ישיבֿת אורייתא.‟ די ישיבֿה, וואָס פֿונקציאָנירט אַ ביסל ווי אַ קיבוץ, האָט לעצטנס געמאַכט אַ ריזיקן גאַלאַ־אָוונט אין ירושלים מיט חשובֿע רבנים, פֿילאַנטראָפּן און פּאָליטיקער. ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט מען געוויזן דעם דאָזיקן ייִדיש־שפּראַכיקן פֿילם.
ס׳איז הײַנט אַ זעלטענע זאַך צו זען אַ נײַעם מוזיק־ווידעאָ פֿאַר אַ ייִדישן ליד וואָס מע האָט געשאַפֿן מחוץ דער חסידישער וועלט, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז אַזאַ ווידעאָ זאָל קומען פֿון לאַטײַן־אַמעריקע.
מיט צוויי יאָר צוריק האָט זיך אָבער באַוויזן פּונקט אַזאַ ווידעאָ: דער מעקסיקאַנער חזן משה מענדלסאָן האָט אַרויסגעלאָזט אַ חנעוודיקן ווידעאָ, אין וועלכן ער שטעלט פֿאָר איזידאָר ליליענס פּאָפּולער ליד „געפֿילטע פֿיש.‟ צוליב דעם וואָס מע האָט געשאַפֿן דעם פֿילם אין דער שטאָט מעקסיקע, הערט מען סײַ די השפּעה פֿון דער קהילהס ליטווישע וואָרצלען, סײַ די השפּעה פֿונעם הײַנטיקן מעקסיקע. דער מאַרק אויף וועלכן מענדעלסאָן פֿאָרט, למשל, איז זייער אַנדערש פֿון אַ מאַרק אין ניו־יאָרק, שוין אָפּגערעדט פֿון די ערטער, וווּ זײַנע באָבעס האָבן געקויפֿט פֿיש אין מיזרח־אייראָפּע. ווי עס פּאַסט פֿאַר מעקסיקע סערווירט מען דעם פֿיש צוזאַמען מיט אַ שאַרפֿן פֿעפֿער. דערצו איז די מוזיק אַליין אַנדערש: עס באַגלייט חזן מענדעלסאָן אַ „מאַריאַטשי‟־קאַפּעליע מיט שטאַרקע טרומייטן.
ניט געקוקט אויף דער מעקסיקאַנישקייט פֿונעם פֿיש און פֿון דער מוזיק, פֿאַרמאָגט מענדלסאָנס ליד אַן עכטן ייִדישן טעם און אַן אוניקאַלן חן, וואָס קומט פֿונעם געמיש פֿון די צוויי קולטורן.
שמעון דזשיגאַן (1905־1980) און ישׂראל שומאַכער (1908־1961) זענען געווען די גרעסטע ייִדיש־שפּראַכיקע קאָמעדיע־שטערן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. די צוויי קאָמיקער האָבן געהאַט זייער אייגענעם טעאַטער אין לאָדזש און פּראָדוצירט אין פּוילן אַ ריי פֿילמען צוזאַמען, אַרײַנגערעכט „על־חטא‟ (1936), „די פֿריילעכע קבצנים‟ (1937) און „אָן אַ היים‟ (1939).
נאָכן חורבן זענען זיי צוריקגעפֿאָרן אין פּוילן, און פֿאַרבראַכט עטלעכע וואָכן בײַ אַ יתומים־הויז פֿאַר קינדער, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. בערך אַ יאָר שפּעטער האָבן זיי געמאַכט אַ פֿילם דערפֿון „אונדזערע קינדער.‟ דער פֿילם איז האַלב־דאָקומענטאַר, האַלב־פֿיקציע. די געשעענישן אויפֿן עקראַן זענען עכטע, נאָר מע האָט די סצענעס פֿילמירט לויט אַ סצענאַר און נאָך רעפּיטיציעס.
אין איין גלענצנדיקער סצענע שטעלן דזשיגאַן און שומאַכער פֿאָר אַ סצענע פֿון שלום־עליכמס „אַ שׂרפֿה אין כּתריאלעווקע.‟ די ווירטואָזע קאָמיקער שפּילן אַלע ראָלעס און בײַטן זייערע קאָסטיומען אַזוי גיך, אַז מע קען גרינג מיינען, אַז מע האָט זיך באַנוצט מיט ספּעציעלע עפֿעקטן.
דזשיגאַן, וואָס נאָך זײַנע טעטיקייטן ווי אַן אַקטיאָר, איז אויך געווען אַן ערנסטער פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן הומאָר, האָט געהאַלטן, אַז ס׳איז געווען ספּעציעל כּדאַי פֿאָרצושטעלן אַזאַ אוצר פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַר אַ גרופּע קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה. אַזוי אַרום האָט ער געהאָפֿט זיי צוריקצובינדן מיט זייערע אָפּגעשניטענע ייִדישע וואָרצלען.
ליידער, האָבן די סאָוועטן צוגענומען אַלע קאָפּיעס פֿונעם פּרעכטיקן פֿילם, טענהנדיק, אַז ס׳איז געווען צו „נאַציאָנאַליסטיש‟ און כּמעט קיינער האָט אים ניט געזען ביז די 1990ער יאָרן.
כּמעט אַלע ווידעאָס וואָס איך שטעל אַרויף ווי אַ טייל פֿון „עונג שבת‟ זענען פֿאַרווײַלערישע. דעם דאָזיקן ווידעאָ האָט מען דווקא ניט געמאַכט כּדי צו פֿאַרווײַלן דעם עולם. איך וויל ניט, אַז מע זאָל מיינען אַז איך שטעל אים אַרײַן אין „עונג שבת‟ צוליב דעם, וואָס איך וויל חוזק מאַכן פֿון דער סיטואַציע אָדער אויסנוצן די רעקאָרדירונג צו פֿאַרווײַלן די לייענער. איך שטעל אויך אַרויף ווײַל עס גיט אַן אינטערעסאַנטער און זעלטן געהערטע פּערספּעקטיוו וועגן דער פּראָבלעם פֿון חסידישע מוסדות התּורה וואָס שליסן אויס תּלמידים. עס שאַט ניט וואָס דער טאַטע רעדט ער איז אויף אַ געשמאַקן אַנטווערפּענער ייִדיש, וואָס פֿאַרמאָגט געוויסע לינגוויסטישע פּיטשעווקעס, וואָס וועלן געוויסע לייענער פֿאַראינטערעסירן. דערצו, כאָטש דער רעדנער האָט ביטערע טענות צו די רבנים, רעדט ער מיט אַ געוויסן שוואַרצן הומאָר, וואָס דערמאָנט שלום־עליכם אָדער „דער טונקעלער.‟
די טעמע פֿון דער רעקאָרדירונג און די אויספֿירן פֿונעם רעדנער זענען זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך. ווי אַ סאָציאָלינגוויסט וויל איך אונטערשרײַכן עטלעכע זאַכן וועגן דעם רעדנערס לשון.
1) ווי מע קען הערן, איז דער ייִדיש וואָס מע רעדט אין אַנטווערפּן אַ סך „פּוילישער‟ ווי אין באָראָ־פּאַרק, קרית־יואל, אָדער ירושלים. איבערהויפּט ווערט דער „ר‟ אַרויסגערעדט זייער אַנדערש, און דער וואָקאַל „אײַ‟ איז נעענטער צו „אַאַ‟ ווי אינעם אונגערישן ייִדיש.
2) דער גרעסטער אונטערשייד צווישן דעם אַנטווערפּענער חסידישן ייִדיש און דעם אַמעריקאַנער חסידישן ייִדיש איז דאָך דער ווערטער־אוצר. דער אַנטווערפּענער דיאַלעקט אַנטהאַלט הונדערטער ייִדישע ווערטער, וואָס אויפֿן ניו־יאָרקער ייִדיש ווערן געוויינטלעך אַנשטאָט זיי גענוצט ענגלישע ווערטער. עטלעכע פֿון די ווערטער וואָס מע הערט אין דער דאָזיקער רעקאָרדירונג זענען „אויטאָ,‟ „דירעקטאָר‟ (אַנשטאָט מנהל אָדער „פּרינסיפּל‟) און „געהאַלט.‟
כאָטש מע נוצט ווייניקער האָלענדישע ווערטער אינעם אָרטיקן ייִדיש ווי ענגלישע ווערטער בײַ אונדז אין אַמעריקע הערט מען יאָ אין דער רעקאָרדירונג עטלעכע טשיקאַווע לײַווערטער פֿון האָלענדיש. דאָס וואָרט winkel טײַטשט דער רעדנער אַליין אויס ווי „געשעפֿט.‟ Portefeuille איז אַזוי נאָענט צום ייִדישן „פּאָרטפֿעל‟ אַז אַלע קענען עס גלײַך פֿאַרשטיין. אַזוי ווי די חסידים אין אַמעריקע, נוצט ער דאָס וואָרט „ענוועלאָפּ‟ (אויף האָלענדיש: envelop), וואָס שטאַמט פֿון פֿראַנצייזיש אַנטשטאָט „קאָנווערט.‟ דער אינטערעסאַנסטער לאָקאַליזם וואָס מע הערט אין דער רעקאָרדירונג איז דאָס וואָרט leider (פֿירער). כאָטש פּונקט דאָס זעלביקע וואָרט עקזיסטירט אויף ענגליש, הערט מען עס זעלטן־ווען אינעם אַמעריקאַנער ייִדיש אָבער מע הערט עס אָפֿט אין אַנטווערפּן.
אין די טעג צווישן פּסח און שבֿועות טאָרן פֿרומע ייִדן זיך ניט צוהערן צו קיין אינסטרומענטאַלער מוזיק. מע שאַפֿט דערפֿאַר ספּעציעלע „ספֿירה־מוזיק‟ פֿאַר אָט די זיבן וואָכן פֿונעם עומר, אין וועלכע מע הערט נאָר קולות אָבער נישט קיין אינסטרומענטן.
אַ וווּנדער־שיינעם מוסטער פֿונעם זשאַנער אין פֿאָרעם פֿון אַ מוזיק־ווידעאָ האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט דער ישׂראלדיקער זינגער זאַנוויל ווײַנבערגער צוזאַמען מיטן „מלכות־כאָר.‟ אינעם ווידעאָ שטעלן זיי פֿאָר אַן אַקאַפּעלאַ־נוסח פֿון יום־טובֿ עהרליכס ליד „קבלת התּורה,‟ וואָס שטעלט פֿאָר אויף אַ קאָמישן אופֿן וואָס וואָלט געשען, ווען דער באַשעפֿער וואָלט פּרובירט צו שענקען די תּורה די הײַנטיקע מדינות פֿון דער וועלט.
די טעג פּראַוועט מען 70 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל. לכּבֿוד דער אומאָפּהענגיקייט־פֿײַערונג „יום־העצמאות‟ שטעלן מיר פֿאָר אַ פּאָר באַקאַנטע ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש.
די לידער האָט געזונגען דער פּאָפּולערער ישׂראלדיקער זינגער דוד עשת אויף צוויי פֿון זײַנע פּלאַטעס געווידמעט די ישׂראלדיקע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג.
עשת איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ אין 1933. פֿון דער היים האָט ער געהייסן דוד אײַזנקראַפֿט. אין 1950 האָט ער, צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן, עולה געווען קיין ישׂראל. נאָכן דינען צוויי יאָר אין צה׳׳ל האָט ער אַ דאַנק זײַן שיין קול געפֿונען אַרבעט ווי אַ זינגער. צוליב זײַן שווערן אַקצענט אויף העברעיִש האָט מען אים אָבער ניט געוואָלט רעקאָרדירן. איז ער אַריבער אויף מאַמע־לשון און געפֿונען אַן אינטערעסאַנטע נישע, אַרויסלאָזנדיק די סאַמע פּאָפּולערסטע העברעיִשע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג. זײַן גרעסטער שלאַגער איז געווען זײַן ייִדישער נוסח פֿון נעמי שמרס „ירושלים של זהבֿ‟, וואָס איז געווען די סאַמע פּאָפּולערסטע פּלאַטע אויף ייִדיש אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע.
ניט געקוקט אויף זײַן פּאָפּולעריטעט אין ישׂראל און צווישן זײַנע ייִדיש־רעדנדיקע אָנהענגער איבער דער גאָרער וועלט, איז עשת הײַנט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. איין סיבה דערפֿאַר איז, וואָס ער האָט מורא געהאַט אויפֿצוטרעטן אויף דער בינע און ס׳איז געווען זייער שווער אין ישׂראל צו יענער צײַט צו זײַן אַ שטערן, אויב מע זינגט ניט אויף קיין קאָנצערטן. דערצו האָט ער געזונגען, דער עיקר, אויף ייִדיש, און דער עולם וואָס זוכט אויס די אַלטע ייִדישע פּלאַטעס איז הײַנט, צום באַדויערן, אַ קליינע.
ווי מע קען הערן אין זײַן נוסח פֿון „הבֿאנו שלום עליכם‟ זענען די ראָק־אַראַנזשירונגען פֿון זײַנע לידער געווען גאַנץ מאָדערן צו יענער צײַט, עפּעס וואָס איז דעמאָלט געווען אַ נאָווינע אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער מוזיק.
אפֿשר דאָס סאַמע באַקאַנטסטע ליד אויף העברעיִש אין אַמעריקע איז „הבֿה נגילה‟. אָט קען מען הערן ווי עשת שטעלט אים פֿאָר אויף ייִדיש.
און אָט קען מען הערן דעם גאַנצן אַלבאָם „מיט ליבשאַפֿט פֿון ישׂראל‟. ספּעציעל כּדאַי צו הערן איז עשתס נוסח פֿון „ערבֿ של שושנים‟, וואָס הייבט זיך אָן בײַ 14:20.
הײַיאָר מערקט מען אָפּ דעם 75סטן יאָרטאָג פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. צוליב דעם, וואָס דער פּינקטלעכער יאָרטאָג איז דאָנערשטיק, דעם 19טן אַפּריל, די קומענדיקע וואָך, שטעלן מיר צו אַ זעלטענעם פֿילם, אין וועלכן די אַקטריסע הדסה קעסטין לייענט פֿאָר בינעם העלערס האַרץ־רײַסנדיק ליד וועגן דעם אויפֿשטאַנד בעת אַ וואָרט־קאָנצערט בײַם „ייִדישן קולטור־קלוב‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1990.
בינעם העלער איז אַליין ניט געווען אין וואַרשעווער געטאָ, אָבער ס׳רובֿ פֿון זײַן משפּחה, אַרײַנגערעכנט זײַן מאַמע, ברידער און שוועסטער, פּלימעניקעס און פּלימעניצעס, זענען דאָרטן פֿאַרשפּאַרט געווען און שפּעטער אומגעקומען. אינעם ליד „אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟ שילדערט ער ווי אַזוי ס׳האָט בײַ זיי אפֿשר אויסגעזען דער לעצטער פּסח, און ער פֿאַרבינדט דערבײַ די גרויליקע געשעענישן אין דער געטאָ מיט דער געשיכטע, וואָס ס׳ווערט דערציילט בײַם פּסחדיקן סדר. ס׳איז אַ ליד, וואָס איז כּדאַי צו הערן יעדעס יאָר, סײַ אויפֿן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד, סײַ בײַם סדר גופֿא.
צוליב דעם וואָס עס פֿאַלט באַלד אויס דער 75סטער יאָרטאָג פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד שטעלן מיר דאָ אַרויף פֿאַרשידענע נוסחאָות פֿון הירש גליקס „פּאַרטיזאַנער הימען.‟
ס׳איז דאָ פּשוט צו פֿיל צו דערציילן אין אַ קליין אַרטיקעלע וועגן דעם ליד און דעם גורל פֿון די, וועלכע האָבן עס לכתּחילה געזונגען אין ווילנער געטאָ. די גאַנצע געשיכטע פֿונעם ליד און פֿונעם מחבר הירש גליק (1922—1944) האָט מען אין ערגעץ ניט דערציילט אויף אַ געהעריקן אופֿן. עס וואַרט אויף דעם באמת אַ גאַנץ בוך, צי אַפֿילו, אַ האָליוווּד־פֿילם.
מע קען זיך אָבער יאָ צוהערן צו די גבֿית־עדות פֿון אַ געוועזענער פּאַרטיזאַנערין פֿון ווילנער געטאָ, וואָס האָט גוט געקענט הירש גליק און וואָס איז געווען איינע פֿון די ערשטע צו הערן זײַן ליד. רחל מאַרגאָליס (1921—2015) איז אויפֿגעוואַקסן אין ווילנע. בײַם אָנהייב פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע איז איר געלונגען זיך צו באַהאַלטן בײַ אַ קריסטלעכער משפּחה אויף דער אַרישער זײַט. אין 1942 האָט זי אָבער באַשלאָסן, אַז זי קען ווײַטער ניט לעבן אָפּגעריסן פֿון איר משפּחה און די אַנדערע ווילנער ייִדן און איז פֿרײַוויליק צוריק אַרײַן אין געטאָ, וווּ זי האָט זיך אין גיכן אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿון דער „פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע‟ צוזאַמען מיט אַבֿרהם סוצקעווער, אַבאַ קאָוונער, שמערקע קאַטשערגינסקי און די אַנדערע ווילנער פּאַרטיזאַנער. זי האָט איבערגעלעבט די מלחמה, קעמפֿנדיק אין די וועלדער אַרום ווילנע, און איז דאָרט געבליבן נאָכן קריג, וווּ זי האָט געקראָגן אַ דאָקטאָראַט אין ביאָלאָגיע און געלערנט אין אַן אָרטיקער מיטלשול. זי האָט אויך געהאָלפֿן מיטצוגרינדן דעם ווילנער חורבן־מוזיי און האָט אָפֿט באַזוכט איר היימשטאָט נאָך דעם, וואָס זי האָט עולה געווען קיין ישׂראל, כּדי צו לערנען ייִדיש־סטודענטן און די אָרטיקע ייִדן וועגן דעם אַמאָליקן ירושלים ד׳ליטא און וועגן אירע איבערלעבונגען ווי אַ פּאַרטיזאַנערין.
„בית־שלום־עליכם‟ פֿירט שוין עטלעכע חדשים דורך אַ ריי עפֿנטלעכע ספּעקטאַקלען מיטן נאָמען „אסתּרס קאַבאַרעט,‟ אין וועלכע אַקטיאָרן, זינגער און אַקאַדעמיקער פֿאַרווײַלן דעם עולם מיט סקיצעס און לידער פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסער טעמע.
לעצטנס האָט מען געווידמעט אַן אָוונט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, דעם גרינדער פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער.
ס׳איז שטענדיק אינטערעסאַנט צו קוקן אויף „יו־טוב‟ און זען, וועלכע פֿילמען אויף ייִדיש ווערן גאָר פּאָפּולער. כּדי אַ פֿילם זאָל ווערן פּאָפּולער בײַם ברייטן עולם, וואָס קען ניט קיין ייִדיש, און אַפֿילו געזען ווערן הונדערטער טויזנטער מאָל, דאַרף ער געוויינטלעך זײַן אָדער נאָסטאַלגיש, אָדער הומאָריסטיש.
אַמאָל איז געווען אַ מלך. דער מלך איז געווען אַ גרויסער און אַ שטאַרקער, נאָר ער האָט נישט ליב געהאַט קיין ייִדן. האָט ער אַרויסגעגעבן אַלע מאָל אויף זיי נײַע גזירות, ווי פּרעה מלך מצרים.
איינמאָל — פּסח איז דאָס געווען — האָבן זיך צונויפֿגעקליבן בײַ אים אין סענאַט אַלע מיניסטאָרן און מע האָט זיך אַוועקגעזעצט טראַכטן, וואָס פֿאַר אַ נײַע גזירה זאָל מען אַרויסגעבן אויף די ייִדן?
ייִדן זאָלן נישט טאָרן זיצן אומעטום — איז שוין דאָ. ייִדן זאָלן ניט טאָרן זײַן קיין אָפֿיצירן — איז שוין דאָ. ייִדישע קינדער זאָלן נישט טאָרן זיך לערנען אין די גימנאַזיעס — איז שוין דאָ.
איז איינעם אײַנגעפֿאַלן, ער זאָל אַרויסטרעטן קעגן מצה. איז ער אַרויס מיט אַ מסירה — אַזוי און אַזוי. דײַנע ייִדלעך, אַז עס קומט פּסח, באַקן זיי אָן אויף אַכט טעג כּסדר אַזעלכע טרוקענע קײַלעכיקע קאָרזשעקלעך, וואָס מע רופֿט זיי מצה. ווער ווייסט, וואָס דאָס איז פֿאַר אַ מין מאכל! עס וואָלט געווען מער ווי רעכט, מע זאָל זיי פֿאַרבאָטן עסן מצה.
האָט זיך דער מלך פֿאַרטראַכט און האָט אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל, מע זאָל אים ברענגען אַ מצה.
האָט מען זיך געלאָזט איבער דער הויפּטשטאָט זוכן אַ ייִדן, נאָר מע האָט נישט געקאָנט געפֿינען קיין ייִדן. און אַז מע האָט געפֿונען אַ ייִדן און געפֿאָדערט פֿון אים אַ מצה פֿאַרן מלך, האָט ער געשוווירן, אַז ער עסט נישט קיין מצה. (די ייִדן האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ מוז זײַן אַ נײַע גזירה).
קוים מיט צרות, מיט לײַד האָט מען געפֿונען אַ ייִדן, וואָס האָט נישט מורא געהאַט אויסצוזאָגן, אַז ער עסט מצה. און מע האָט גענומען בײַ אים אַ מצה און מע האָט געבראַכט די מצה אין סענאַט פֿאַרן מלך.
דערזען די מצה, איז זי דעם מלך געפֿעלן געוואָרן, און ער האָט זי פֿאַרזוכט און שטיקלעכווײַז געגעסן, ביז ער האָט זי אויפֿגעגעסן.
און אַז ער האָט זי אויפֿגעגעסן, האָט זיך דער מלך געפֿילט נישט גוט. און אַלע מאָל ערגער און ערגער. און אַז ס׳איז אים געוואָרן גוט שלעכט, האָט מען אַראָפּגעבראַכט די בעסטע דאָקטוירים מיט די גרעסטע פּראָפֿעסאָרן פֿון לאַנד, און זיי האָבן אויסגעפֿונען, אַז בײַם מלך אין בויך געפֿינט זיך עפּעס אַ זאַך, וואָס טוט אים צום טויט.
האָט דער גרעסטער פֿון די פּראָפֿעסאָרן צוגעלייגט אַן אויער צום מלכס בויך און גענומען זיך צוהערן. הערט ער, ווי עמעצער זינגט דאָרטן. רופֿט ער זיך אָן צום מלך: „אַדוני קעניג! אויב דו וועסט מיר דערלויבן, וועל איך זיך דורכריידן מיט דעם, וואָס געפֿינט זיך בײַ דיר אין בויך‟.
זאָגט צו אים דער מלך: רייד.
רופֿט זיך אָן דער פּראָפֿעסאָר צו דעם וואָס בײַם מלך אין בויך: „זאָג מיר, ווער ביסטו?‟
ענטפֿערט אים יענער: „איך בין אַ ייִד‟.
„וואָס טוטסטו דאָ?‟
„גאָרנישט.‟
„אפֿשר וואָלטסטו אַרויס?‟
„איך וויל נישט‟.
„פֿאַר וואָס?‟
„דאָס איז מײַן עסק‟.
„גייסטו אַרויס, באַקומסטו אַ מתּנה‟.
„מיר ווייסן שוין, וואָסער אַ מתּנה: מע שיקט מיך אַרויס אין פֿיר און צוואַנציק שעה‟.
„פֿאַר וואָס?‟
„דערפֿאַר, וואָס איך בין אַ ייִד, און אַ ייִד טאָר דאָ נישט זײַן‟.
„אָבער אַז מע וועט דיר צוזאָגן, אַז דו מעגסט דאָ זײַן?‟
„מיר אַליין איז בלאָטע; איך וויל, אַז אַלע ייִדן זאָלן דאָ מעגן זײַן‟.
פֿונעם דאָזיקן שמועס האָט דער מלך זיך געפֿילט זייער נישט גוט. דער ייִד האָט גערעדט מיט הענט און מיט פֿיס און מיט אַלע אבֿרים, און דער מלך האָט געמיינט, אַז ס׳איז אַן עק פֿון זײַן לעבן. האָט ער אָנגעהויבן בעטן בײַ די פּראָפֿעסאָרן, זיי זאָלן מאַכן אַן עק. רופֿט זיך אָן דער עלטסטער פֿון די פּראָפֿעסאָרן צו דעם וואָס בײַם מלך אין בויך: „דער מלך זאָגט דיר צו, אַז דו וועסט דאָ מעגן זײַן וויפֿל דו ווילסט‟.
„האָב איך דאָך געזאָגט שוין, אַז פֿאַר מיר אַליין איז בלאָטע; איך וואָלט וועלן, אַז אַלע ייִדן זאָלן מעגן‟.
„גוט, אַלע ייִדן וועלן מעגן, אַבי גיי אַרויס וואָס גיכער‟.
„ווער זאָגט דאָס?‟
„דאָס זאָגן מיר, דאָקטוירים, נאָר אַזוי איז דער ווילן פֿונעם מלך‟.
„פֿון וואַנען ווייס איך דאָס?‟
„האָסט דאָך געהערט, ווי דער מלך זאָגט‟.
„דער מלך זאָגט — דאָס איז נאָך אַלץ ווייניק. איצט, אַז סע טוט אים וויי, זאָגט ער; שפּעטער, אַז ס׳וועט אים אויפֿהערן וויי טאָן, וועט ער זאָגן עפּעס אַנדערש. אַזוי ווי פּרעה מלך מצרים‟.
„וואָס זשע ווילסטו?‟
„וויל איך, ער זאָל עס חתמענען, אַרויסגעבן אויף פּאַפּיר, דורכפֿירן דורכן סענאַט‟…
און דער ייִד, וואָס בײַם מלך אין בויך, האָט גענומען אַזוי שטאַרק וואַרפֿן מיט הענט און מיט פֿיס, אַז דער מלך האָט שוין מער נישט געקאָנט איבערטראָגן די ווייטיקן. האָט ער געהייסן, מע זאָל צונויפֿרופֿן די מיניסטאָרן און מע זאָל אָנשרײַבן אַ פּאַפּיר, צולייגן דעם מלכס חתימה און דורכפֿירן דורכן סענאַט אַ נײַעם געזעץ, אַז ייִדן מעגן וווינען דאָ אין דער קרוינשטאָט און אומעטום אינעם גאַנצן לאַנד פֿראַנק און פֿרײַ — והכּל שריר וקיים.
און ווי נאָר דער ייִד האָט דאָס דערהערט, האָט ער זיך געגעבן אַ שפּאַר־אַרויס דורכן מינדסטן פֿינגערל פֿונעם מלכס לינקער האַנט, זיך פֿאַרנייגט פֿאַרן גאַנצן סענאַט און איז גלײַך אַוועק צו זײַנע ברידער זוכן געשעפֿט.
יעדע ייִדישע גרופּע וועט פּרוּוון צופּאַסן דעם פּסחדיקן סדר, ער זאָל שטימען מיט די ווערטן פֿון אירע מיטגלידער. בײַ די אַמעריקאַנער ייִדישיסטן אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען געשאַפֿן אַ ריי „ייִדישיסטישע‟ הגדות, וואָס האָבן זיך באַנונצט מיט די טראַדיציאָנעלע סימבאָלן פֿון פּסח אויף אַ נײַעם אופֿן.
די גאָר־לינקע קרײַזן, ווי למשל, אין די „אָרדן‟־שולן האָבן באַטאָנט ווי אַזוי מע קען פֿאַרשטיין די באַפֿרײַונג פֿון די ייִדישע שקלאַפֿן ווי אַ משל, וואָס רעדט וועגן דעם מצבֿ פֿון די אָרעמע אַרבעטער אין אַ קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם. אַנדערע גרופּעס האָבן באַטאָנט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס איז פֿאָרגעקומען פּסח־צײַט, ווי אַ נײַעם עפּיזאָד אינעם אייביקן קאַמף פֿאַר פֿרײַהייט. אַנדערע, ווי למשל, די פּועלי־ציוניסטן, האָבן דערהויבן דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל ווי אַ היסטאָריש געשעעניש, ענלעך צום מאָמענט אין חומש, ווען די ייִדן זענען אָנגעקומען אין כּנען נאָכן יציאת־מצרים.
אונדזער קאָלעגע מרים האָפֿמאַן האָט אונדז געבראַכט זייער אַן אינטערעסאַנטע רעקאָרדירונג פֿון אַזאַ מין ייִדישיסטישן פּסח־סדר, וואָס זי האָט געהאָלפֿן אויפֿפֿירן אין 1964. דער סדר, וואָס עס האָבן געמאַכט די קינדער בײַם „שלום־עליכם־שול 21‟ אויף ביינברידזש־עוועניו אין בראָנקס, איז אַ ביסל מער טראַדיציאָנעל ווי דער טיפּישער ייִדישיסטישער סדר פֿון יענעם דור: מע הערט אַ סך טראַדיציאָנעלע ברכות און מע נעמט אַרײַן ס׳רובֿ פֿון די הויפּט־מאָמענטן פֿונעם סדר אַזוי ווי די „פֿיר קשיות‟ און „דיינו‟. דערצו זינגט מען אַ ריי ייִדישע לידער וועגן פּסח (מאָריס ראָזענפֿעלדס „אין דעם לאַנד פֿון פּיראַמידן‟ און אַבֿרהם רייזענס „אויפֿן ניל‟ און „זאָג מאַראַן‟) און אַ ייִדישן נוסח פֿון „חד־גדיא‟. אינעם חורבן־טייל פֿון דער פּראָגראַם זינגט מען דעם פּאַרטיזאַנער הימען „זאָג ניט קיינמאָל‟ און „אַני מאמין‟ און מע רעציטירט אַ טייל פֿון בינעם העלערס „אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟. צוליב דעם וואָס די „שלום־עליכם‟־שולן זענען געווען ציוניסטיש־געשטימט, הערט מען אויך בײַם סוף פֿונעם סדר ווי מע זינגט „התּיקווה‟.
דעם סדר האָבן אָרגאַניזירט און אָנגעפֿירט מרים האָפֿמאַן און בלומע לעדערהענדלער. אין דער פּראָגראַם האָבן אָנטייל גענומען אַ ריי קינדער, וואָס זענען שפּעטער געוואָרן באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס, אַרײַנגערעכנט דעם אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן, דעם היסטאָריקער דוד פֿישמאַן און אונדזער מיטאַרבעטער איציק גאָטעסמאַן.
די „פֿיר קשיות‟ פֿון דער הגדה שטאַמען פֿון דער גמרא. צוליב דעם, וואָס דער מינהג פֿון פֿרעגן די פֿיר קשיות בײַם סדר איז אָנגענומען געוואָרן בײַ אַלע ייִדישע עדות זענען דאָ פֿאַרשידענע ניגונים, מיט וועלכע מע זינגט זיי. דערצו איז דאָ אַ מינהג בײַ ס׳רובֿ ייִדישע קהילות, אַז אַ קליין קינד זאָל פֿרעגן די קשיות. דערפֿאַר זענען דאָ נוסחאָות פֿונעם ליד אויף באַזונדערע ייִדישע שפּראַכן, ווײַל מע האָט געוואָלט, אַז דאָס קינד זאָל פֿאַרשטיין די ווערטער.
בײַ די חרדישע קרײַזן אין ישׂראל, אַפֿילו יענע וואָס רעדן שוין אויסשליסלעך העברעיִש, זינגט דאָס ייִנגסטע קינד ווײַטער די פֿיר קשיות אויף ייִדיש, און דאָס לשון־קודש איז אַרויסגערעדט מיטן אַשכּנזישן אַרויסרעד. דאָס זעלביקע זעט מען אין אַמעריקע בײַ די ענגליש־רעדנדיקע ליובאַוויטשער חסידים און אַפֿילו בײַ געוויסע וועלטלעכע ייִדישע משפּחות.
אין דער דאָזיקער חנעוודיקער רעקאָרדירונג קען מען הערן ווי דער פּאָפּולערער חסידישער זינגער „רבי אַלטער‟, באַגלייט פֿון אַ קינדערכאָר, שטעלט פֿאָר די פֿיר קשיות אויף ייִדיש און לשון־קודש.