Oyneg Shabes

ווידעאָ: צי איז פֿײַוויש פֿינקעל אַ דיבוק צי ניט?

WATCH: Is Fyvush Finkel a Dybbuk or Not?

וועגן די רעזשיסאָרן יואל און איתן כּהן, שוין אָפּגערעדט פֿונעם לעגענדאַרן קאָמיקער פֿײַוויש פֿינקעל ז׳׳ל, קען מען אָנשרײַבן אַ שלל מיט ביכער און אַקאַדעמישע אַרטיקלען. אָבער די איינציקע סצענע פֿון אַ פֿילם, אויף וועלכן זיי האָבן צוזאַמענגעאַרבעט, איז דווקא געווען די ייִדיש־שפּראַכיקע הקדמה צום פֿילם „אַן ערנסטער מאַן‟.

אין דער סצענע, דערציילט אַ ייִד (געשפּילט דורך אַלען לויִס ריקמאַן) זײַן פֿרוי (יעלענאַ שמואלנסאָן) אַז ער האָט זיך באַגעגנט מיט עמעצן וואָס זי קען. ווען דער מאַן, טרײַטל גראָשקעווער, קומט אַרײַן צו זיי אין הויז, זאָגט זי אים, אַז ער איז שוין טויט און איז אַ דיבוק.

די סצענע, געשפּילט אויף אַ פֿײַנעם נאַטירלעכן ייִדיש (ריקמאַן האָט געהאָלפֿן בײַם שרײַבן דעם ייִדישן נוסח) ווערט ביזן הײַנטיקן טאָג אַרומגערעדט, ניט בלויז צוליב איר אומקלאָרן סוף, נאָר אויך ווײַל ס׳איז ניט אין גאַנצן קלאָר וואָס איז איר שייכות מיטן פֿילם בכלל. פֿאַקטיש איז די סצענע זיכער אַ טעמאַטישע הקדמה צום פֿילם איידער אַ כראָנאָלאָגישער אָנהייב. ווי עס זאָל ניט זײַן, איז זי, באמת, אַ „פֿילמעלע‟ פֿאַר זיך, אפֿשר דאָס בעסטע פֿון אַזאַ מין זשאַנער, וואָס מע האָט אַמאָל געמאַכט אויף ייִדיש.


אַ ישׂראלדיקער פֿילם צו שאַפֿן געלט — אויף ייִדיש

WATCH: An Israeli Fundraising Film in Yiddish

מער פֿון אַלע ייִדיש־שפּראַכיקע פֿילמען אויף „יוטוב‟ בלײַבט „דאָס געצעלט‟ בײַ מיר באמת אַ רעטעניש. 

דער פֿילם, וואָס מע האָט געשאַפֿן אין 1950 אין ישׂראל, כּדי צו שאַפֿן געלט פֿאַר דער נײַער מדינה, הייבט זיך אָן כּמעט ווי אַ פּראָפּאָגאַנדע־פֿילם: מע ווײַזט צופֿרידענע מענטשן אין תּל־אָבֿיבֿ און מע לויבט דעם „נס‟ פֿונעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה. 

דערנאָך ווײַזט מען אָבער באַלד אין די לאַגערן פֿאַר דער נײַ־געקומענער שארית־הפּליטה ווי אַ דאָקטער באַזוכט אַ מאַן, וועמענס טעכטערל איז נאָר וואָס געהאַט געשטאָרבן. ממש איבערן קינדס קערפּער אַמפּערן זיי זיך וועגן די סיבות פֿאַר וואָס דאָס לאַנד האָט ניט גענוג געלט אויפֿצוהאַלטן דעם וווילזײַן פֿון די פּליטים. דער דאָקטאָר באַשולדיקט דעם אויסלענדער, וואָס גיט ניט גענוג געלט. דער שארית־הפּליטהניק טענהט, אַז ס׳וואָלט אים בעסער געווען צוריקצופֿאָרן אין די „די־פּי‟־לאַגערן אין אייראָפּע, ווײַל דאָרטן האָט ער כאָטש ניט געהונגערט. 

פֿאַר אַ הײַנטיקן צוקוקער איז דער פֿילם ממש שאָקירנדיק. קודם, איז יענע סצענע מיטן דאָקטער און דעם טאַטן פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם מיידעלע אַזוי איבערגעטריבן און מעלאָדראַמאַטיש, אַז קיין הײַנטיקער מענטש וואָלט ניט געגלייבט, אַז אַזוינס וואָלט טאַקע פֿאָרגעקומען. צווייטנס איז עס אין גאַנצן אַן אומדערוואַרטע דערשײַנונג, אַז אַ ישׂראלדיקער פֿילם פֿון 1950 זאָל ווײַזן דאָס לאַנד אין אַזאַ נעגאַטיוון ליכט און פֿאַרגלײַכן דעם מצבֿ פֿון די פּליטים דאָרטן מיט זייער צושטאַנד אין אייראָפּע נאָכן חורבן. 

דערצו איז שווער צו פֿאַרשטיין פֿאַר וועמען האָט מען געמאַכט דעם פֿילם. אין 1950 וואָלטן שוין אַ סך פֿון די דאָזיקע צוקוקער מסתּמא אַליין געווען ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. צי וואָלט אַזאַ זעלבסט־קריטיק פֿון מדינת־ישׂראל געווען עפֿעטקיוו, כּדי צו שאַפֿן געלט? ס׳איז שווער צו גלייבן. 

דער פֿילם איז אָבער פֿאָרט כּדאַי צו זען, פּשוט פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעך־היסטאָרישן קוקווינקל.


ווידעאָ: וואָס וועט אַ ייִד ניט טאָן צופֿרידנצושטעלן זײַן ווײַב?

WATCH: What A Guy Would Do To Please His Wife!

לעצטנס האָט ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער באַזוכט ישׂראל, וווּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיט צוויי מענטשן וואָס ער קען שוין לאַנגע יאָרן — אלי שאַרפֿשטיין, וואָס האָט ווי אַ קינד אין ווילנע קאָמפּאָנירט מוזיק צו אַ ליד געשריבן פֿון ד׳׳ר קערלערס טאַטן, יוסף קערלער און שאַרפֿשטיינס טאַטן, הירשל.

הירשל, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן לעבן ווילנע און געקעמפֿט אין דער סאָוועטישער אַרמיי, האָט פֿאַר זײַן גאַסט רעציטירט שלום־עליכמס מאָנאָלאָג „גימנאַזיע‟, אין וועלכן אַ ייִד, פֿאָלגנדיק זײַן פֿרוי, טוט אַלץ מעגלעך איבערצוצײַגן די גימנאַזיע־פֿירער צו דערלויבן זײַן זון זיך דאָרט צו לערנען.

אלי שאַרפֿשטיין פֿירט אָן מיט אַ „יוטוב‟־קאַנאַל פֿון ווידעאָס, וווּ זײַן טאַטע דערציילט וועגן זײַנע קינדעריאָרן, זײַן דערציִונג אין אַ ייִדיש־שפּראַכיקער שול און זײַנע מלחמה־איבערלעבונגען.

אַן אָפּקלײַב פֿון די ווידעאָס קען מען זען דאָ:


ווידעאָ: אַ פֿאַרגעסן קאַמפֿליד באַטאָנט די העלדישקייט פֿון פֿרויען

WATCH: Forgotten Yiddish Battle Song Extols the Bravery of Women

דאָס קאָמפּאַקטל „ייִדישע פּראַכט‟, וואָס איז לעצטנס נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „גרעמי‟, באַשטייט פֿון פֿאַרגעסענע קאַמפֿלידער געזאַמלט פֿונעם פֿאָלקלאָריסט משה בערעגאָווסקי, וואָס סאָוועטישע ייִדן האָבן אָנגעשריבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

נאָך דעם וואָס די סאָוועטן האָבן בערעגאָווסקי אַרעסטירט האָט מען יאָרן לאַנג געמיינט, אַז די לידער זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אייביק אָבער ד׳׳ר אַנאַ שטערנשיס האָט זיי ווידער אַנטדעקט אין אַ קיִעווער אַרכיוו. ד׳׳ר שטערנשיס האָט, צוזאַמען מיטן עטנאָמוזיקאָלאָג פּסאָי קאָרעלענקאָ, אָרגאַנזירט אַ קאַפּעליע פֿאָרצושטעלן אַ טייל פֿון די לידער. פֿונעם פּראָיעקט איז אַרויסגעוואַקסן דער אַלבאָם „ייִדישע פּראַכט.‟

צווישן די לידער אויפֿן אַלבאָם איז אַ טשיקאַווע ליד פֿון דער פּאָעטעסע סאָניע ראָזנבערג „טשוּוואַשישע טעכטער‟, וואָס באַטאָנט די העלדישקייט פֿון די פֿרויען אין דער עטנישער גרופּע, די טשוּוואַשן. כאָטש זיי קומען פֿון אַ רוסישן רעפּובליק ווײַט אַוועק פֿונעם פֿראָנט, קעמפֿן די פֿרויען צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע קעגן היטלערן. כאָטש דאָס ליד איז וועגן די פֿרויען פֿון טשוּוואַשישן אָפּשטאַם, אַן עטנישע גרופּע וואָס מע באַגעגנט זעלטן־ווען אין דער ייִדישער ליטעראַטור, קען מען דאָס ליד אַוודאי אָפּטײַטשן ווי אַ לויבגעזאַנג פֿון די כּמעט איין־מיליאָן סאָוועטישע פֿרויען, וואָס האָבן געקעמפֿט אין דער רויטער אַרמיי קעגן די דײַטשן.

עס זינגט סאָפֿי מילמאַן.


ווידעאָ: אַ קרעטשמעליד פֿון קאָלאָמיי

WATCH: A Drinking Song from Kolomey

ד״ר דובֿ־בער קערלער און ד״ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער זענען במשך פֿון אינטערוויויִרן מיזרח־אייראָפּע, און בפֿרט — אוקראַיִנע בפֿרט, כּדי צו אינטערוויויִרן אַלטע ייִדן, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, וועגן זייערע זכרונות און דעם ייִדיש, וואָס מע האָט גערעדט אין זייערע שטעטלעך.

אין 2005 האָבן זיי געכאַפּט אַ שמועס מיט שמעון קראָטש אין קאָלאָמיי, וווּ ער האָט געזונגען אַ ריי לידער; צווישן זיי, דאָס דאָזיקע אומבאַוווּסטע פֿאָלקסליד וועגן אַ ייִד, וואָס האָט, אַ פּנים, צו פֿיל געטרונקען. עס זענען דאָ אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער וועגן שיכּרות („דער רבי אלימלך‟, „יאָשקע‟), אָבער דער ייִדישער הומאָר אינעם דאָזיקן ליד גיט צו אַן אומדערוואַרטן קנייטש.


ווידעאָ: זעלטענער פֿילם פֿון די שוועסטער בערי אין קאָנצערט

WATCH: Rare Footage of The Barry Sisters in Concert

די שוועסטער בערי — מערנאַ (1923־1976) און קלער (1920־2014) — זענען מסתּמא געווען די פּאָפּולערסטע זינגער פֿון ייִדישע לידער אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. די שוועסטער, וואָס האָבן פֿון דער היים געהייסן מיני און קלאַראַ בייגלמאַן, זענען פּאָפּולער געוואָרן אַ דאַנק זייער אַרבעט אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „ייִדישע מעלאָדיעס אין ׳סווינג׳‟ פֿון 1937 ביז די 1950ער יאָרן, אויף וועלכער זיי האָבן געזונגען ייִדישע פֿאָלקסלידער אין אַ דזשעז־סטיל, ווי אויך פּאָפּולערע אַמעריקאַנער לידער אויף ייִדיש.

כאָטש די שוועסטער בערי זענען הײַנט באַקאַנט אַ דאַנק זייערע עלף אַלבאָמען, זענען זיי אין יענע יאָרן געווען באַרימט פֿאַר זייערע קאָנצערטן — זיי האָבן זיך אויסגעצייכנט ווי פֿאַרווײַלערינס מיט זייער עלעגאַנטן סטיל און ריזיקע אָרקעסטערס. אָט קענט איר זען אַ זעלטענעם פֿילם פֿון אַ קאָנצערט זייערן אין דײַטשלאַנד, אין וועלכן זיי זינגען דאָס פּאָפּולערע ליד „נו, זאָג מיר שוין ווען‟, אָנגעשריבן פֿון אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי אין 1935 צו זײַן אָפּערעטע „וואָס מיידלעך טוען‟ מיט מאַלי פּיקאָן. דער ווידעאָ ווערט באַגלייט פֿון אונטערקעפּלעך אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות, כאָטש די ווערטער זענען ניט אין גאַנצן ריכטיק אָנגעשריבן.


„קעצעלע, ס׳ברענט דער פֿראָסט‟ געזונגען דורך דזשאָשואַ און דאָנע ברײַצער

WATCH: "Baby It's Cold Outside" Sung by Joshua and Donna Breitzer

אַזוי ווי אַ סך פֿון די פּאָפּולערע סעקולערע לידער פֿון די 1920ער ביז 1960ער יאָרן, וואָס ווערן אַסאָציִיִרט אין אַמעריקע מיט ניטל, איז “Baby It’s Cold Outside” דווקא די שאַפֿונג פֿון אַ ייִד.

להיפּוך צו אַלע אַנדערע אַזעלכע ניטל־לידער ווי „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ און „ווײַסער ניטל‟, איז פֿרענק לעסערס שלאַגער פֿון 1944 הײַיאָר אָבער געוואָרן זייער קאָנטראָווערסיעל. פֿאַר וואָס? ווײַל די ווערטער פֿונעם ליד, אין וועלכן אַ מאַן פּרובירט איבערצורעדן אַ פֿרוי אײַנצושטיין בײַ אים אויף אַ נאַכט און פֿאָלגט זי ניט ווען זי זאָגט ניין, קלינגען הײַנט, אין דער תּקופֿה פֿון דער „איך אויך‟־באַוועגונג, שוין ניט אַזוי הומאָריסטיש.

אין אָט דער סומאַטאָכע, צי דאָס ליד דערמוטיקט טאַקע סעקסועלע אַטאַקן, וויל איך דווקא ניט אַרײַנטרעטן. נאָר איר קענט אַליין באַשליסן, צי דאָס ליד קלינגט ניט פּאָליטיש קאָרעקט, אין דעם ייִדישן נוסח פֿון בנימין שעכטער „קעצעלע, ס׳ברענט דער פֿראָסט‟, געזונגען דורכן חזן דזשאָשואַ ברײַצער און זײַן פֿרוי דאָנע. דער ייִדישער נוסח איז סײַ אידיאָמאַטיש, סײַ געטרײַ דעם אָריגינאַל אָבער פֿאַרמאָגט אַ געוויסע צערטלעכקייט, וואָס עס פֿעלט אינעם אָריגינאַל.

דעם אָריגינאַלן נוסח קען מען זען אונטן:


ווידעאָ: ”אַולד לאַנג סײַן“ אויף מאַמע־לשון

WATCH: "Auld Lang Syne" in Yiddish

אין מיטלשול, צו דער זעלביקער צײַט וואָס איך האָב זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש, האָב איך אויך אַ געוויסע צײַט שטודירט שאָטלענדיש, די גערמאַנישע שפּראַך וואָס איז פֿיר הונדערט יאָר געווען די הויפּטשפּראַך אויפֿן פֿלאַכלאַנד פֿון שאָטלאַנד.

ווי ס׳רובֿ מענטשן וואָס פּרובירן זיך צו לערנען שאָטלענדיש, איז מײַן ציל ניט געווען צו קענען רעדן די שפּראַך (ווײַל אַלע וואָס רעדן זי הײַנט קענען אויך פֿליסיק ענגליש), נאָר דווקא זי צו קענען לייענען. ראָבערט בורנס, דער נאַציאָנאַלער פּאָעט פֿון שאָטלאַנד, האָט אָנגעשריבן ס׳רובֿ פֿון זײַנע לידער אָדער אויף שאָטלענדיש, אָדער אויף אַ געמיש פֿון איר מיט ענגליש, און איך האָב געוואָלט קענען בעסער פֿאַרשטיין זײַנע לידער.

פֿאַר וואָס האָב איך געהאַט חשק צו לייענען די ווערק פֿון ראָבערט בורנס? ווײַל דאָס ליד ”אַולד לאַנג סײַן“, וואָס מע זינגט יעדעס יאָר אויף די סילוועסטער־נאַכט־פֿײַערונגען, איז מיר געפֿעלן. אין איינער פֿון מײַנע ערשטע אַרטיקלען פֿאַרן ”פֿאָרווערטס“ האָב איך אַרומגערעדט די געשיכטע פֿון דער שאָטלענדישער שפּראַך, כּדי אָנצוּווײַזן אויף אַ פּאָר פֿון די טשיקאַווע ענלעכקייטן צווישן איר און ייִדיש, וואָס מע קען דערקענען אינעם ליד.

צו יענער צײַט האָב איך אַליין פּרובירט איבערצוזעצן ”אַולד לאַנג סײַן“ אויף מאַמע־לשון אָבער ס׳איז מיר ניט געלונגען. איך האָב אויך לאַנג געזוכט אַן איבערזעצונג אָבער קיינמאָל ניט געפֿונען.

צום גליק האָט בנימין שעכטער איבערגעזעצט דעם רעפֿרען פֿונעם ליד און אים געלערנט דעם ”ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר“. אויבן איז דעם כאָרס נוסח פֿונעם ליד, וואָס ער האָט פֿאָרגעשטעלט אויף אַ קאָנצערט אין אָקטאָבער 2018. דער ווידעאָ ווערט באַגלייט מיט אונטערקעפּלעך, וואָס גיבן סײַ די ייִדישע איבערזעצונג, סײַ דעם בוכשטעבלעכן באַטײַט אויף ענגליש, וואָס שיידט זיך אַ ביסל אונטער פֿון בורנס׳ אָריגינאַל.

אַז מע הערט ”אַולד לאַנג סײַן“ אויף דער טעלעוויזיע בעת די סילוועסטער־נאַכט־פֿײַערונגען, הערט מען עס געוויינטלעך ניט מיט קיין אויטענטישן שאָטלענדישן אַרויסרעד. ס׳איז דערפֿאַר כּדאַי זיך צוצוהערן צום ליד, געזונגען אָדער פֿאָרגעלייענט דורך עמעצן, וואָס קען טאַקע די שפּראַך. אָט זענען צוויי גוטע בײַשפּילן.

דאָס ליד האָט בורנס ”פֿאַרפֿאַסט“ אינעם אַלטן זין פֿון וואָרט: גענומען האָט ער צוויי באַזונדערע פֿאָלקסלידער און זיי צונויפֿגעוועבט, צוגעבנדיק עטלעכע פֿון זײַנע אייגענע שורות. אַזאַ צוגאַנג בײַם שאַפֿן לידער איז, אַגבֿ, אויך געווען פֿאַרשפּרייט בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.


„דער ווינט וואָס איז געווען אין כּעס‟ פֿאָרגעלייענט פֿון שיין בייקער

'The Wind That Was Angry,' Read by Shane Baker

Kurt Hoffman/Forward

כאָטש ער איז הײַנט בעסער באַקאַנט דעם ברייטן עולם פֿאַר זײַנע לידער פֿאַר דערוואַקסענע און זײַן ראָמאַן „זעלמעניאַנער‟, איז משה קולבאַק אויך געווען אַ טאַלאַנטירטער שרײַבער פֿאַר קינדער.

אין ווילנע האָט ער געלערנט ייִדישע ליטעראַטור סײַ אין דער באַרימטער „רעאַל־גימנאַזיע‟, סײַ אין אַ פֿאָלקסשול פֿאַר קלענערע קינדער. אַחוץ די קלאַסישע ווערק פֿון שלום־עליכם און י. ל. פּרץ האָט ער זיי אויך געלערנט די לידער און דערציילונגען פֿון זײַנע מיטצײַטלער דוד בערגעלסאָן, איזי כאַריק, לייב קוויקטאָ און נאָך.

קולבאַק האָט אַליין אָנגעשריבן מעשׂיות, דערציילונגען און לידער פֿאַר קליינע קינדער, וואָס ער האָט געניצט אין זײַנע קלאַסן. זײַן באַרימטסט ווערק אַזאַ איז זײַן מעשׂהלע „דער ווינט וואָס איז געווען אין כּעס‟.

פֿאַראַיאָרן האָט מען פֿאַרבעטן דעם אַקטיאָר שיין בייקער פֿאָרצולייענען די מעשׂה פֿאַרן שוועדישן ראַדיאָ. די וווּנדערלעכע רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿון אַ סעריע ייִדישע קינדער־מעשׂיות פּראָדוצירט דורך טאָמאַס לינדערקוויסט. די מעשׂה האָט מען אויסגעקליבן אַ דאַנק דער רעקאָמענדאַציע פֿון ד׳׳ר מרים יודל (עמאָרי־אוניוועריסטעט), וואָס האָט באַזאָרגט לינדערקוויסט מיט איר אייגענער ענגלישער איבערזעצונג. די רעקאָרדירונג נעמט אַרײַן מוזיק געשפּילט דורך פֿרענק לאָנדאָן און דער קאַפּעליע „קול אישה‟.

בייקערס חנעוודיקע פֿאָרלייענונג דערמאָנט דעם קלאַסישן רעציטאַציע־סטיל פֿון די וואָרט־קינסטלער יוסף בולאָף און הערץ גראָסבאַרד, וואָס פֿלעגן אויפֿטרעטן אין ווילנע מיט ליטעראַרישע רעציטאַציעס פֿאַר קינדער, וואָס זיי האָבן אָנגערופֿן „וואָרט־קאָנצערטן‟. גראָסבאַרד, האָט, דרך־אַגבֿ, באַזוכט די קלאַסן פֿון משה קולבאַקן, כּדי צו רעציטירן פֿאַר קולבאַקס תּלמידים.

אָט קען מען הערן ווי גראָסבאַרד לייענט פֿאָר אַנדערע לידער פֿון משה קולבאַקן.


ווידעאָ: ייִדישע לידער לכּבֿוד ניטל?

WATCH: Yiddish Christmas Songs?

דער אַמעריקאַנער ניטל איז סײַ אַ רעליגיעזער חגא בײַ די קריסטן, סײַ סתּם אַ געזעלשאַפֿטלעכע פֿײַערונג, בײַ וועלכער עס פֿאַרזאַמלען זיך משפּחה און פֿרײַנד, וואָס זעען זיך געוויינטלעך ניט במשך פֿונעם יאָר.

ס׳רובֿ פֿון די באַקאַנטע סימבאָלן פֿון ניטל אין אַמעריקע, אַזוי ווי די יאָלקע (ניטל־בוים), „סאַנטאַ־קלאַוס‟ מיט זײַן שליטן און זײַנע געטרײַע רעניפֿערן (reindeer) און בלומענקראַנצן, וואָס הענגט אויף אויף דער טיר, האָבן באמת גאָרניט צו טאָן מיטן אָפּמערקן דעם געבורט פֿון יעזוס, נאָר שטאַמען פֿון פּאַגאַנישע טראַדיציעס און פֿאָלקלאָר. ס׳איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, וואָס ס׳רובֿ פֿון די באַקאַנטע לידער, וואָס ווערן באַטראַכט אין אַמעריקע ווי „ניטל־לידער‟ האָבן כּמעט אין גאַנצן ניט קיין שײַכות צום חגא גופֿא, נאָר פּריידיקן גיכער די שיינקייט פֿון משפּחה־פֿײַערונגען און דעם ווינטער־סעזאָן. אַ סך פֿון די דאָזיקע לידער האָבן אַפֿילו אָנגעשריבן דווקא ייִדן.

דאָס פּאָפּולערע כּמו־ניטל ליד „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ האָט, למשל, אָנגעשריבן פֿעליקס בערנאַרד, (פֿון דער הײם: בערנהאַרט). White Christmas (ווײַסער ניטל), דאָס צום מערסטנס פֿאַרקויפֿטע ליד אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע, האָט מחבר געווען אירווינג בערלין, (פֿון דער היים: ישׂראל־איזידאָר ביילין). אַ טוץ אַנדערע באַקאַנטע ניטללידער האָבן אויך אַ „ייִדישן‟ ייִחוס.

צוליב דעם שטענדיקן אַמעריקאַנער־ייִדישן באַגער צו פֿאַרוואַנדלען די גוייִשע טראַדיציעס אין ייִדישע מנהגים, איז אפֿשר קיין חידוש ניט, וואָס מע האָט געוויסע באַקאַנטע ניטללידער איבערגעזעצט אויף ייִדיש.

„רודאָלף דער רויט־נאָזיקער רעניפֿער‟ איז באַקאַנט אַלע אַמעריקאַנער קינדער צוליב דעם, וואָס ער האָט געהאָלפֿן „סאַנקט־ניקאָלאַס‟, ווען הער האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט צוליב אַ זאַווערוכע. די קלעזמער־קאַפּעליע „קוגל־פּלעקס‟ האָט רעקאָרדירט אַ קלעזמער־נוסח פֿונעם ליד אויף ייִדיש. כאָטש דער ייִדיש הינקט אונטער אין געוויסע ערטער, איז עס כּדאַי צו זען דעם ווידעאָ, בפֿרט ווײַל מע האָט דאָס ליד אַרײַנגעפֿלאָכטן אין אַן אַלטן אַנימירטן פֿילם.

די ייִדישע זינגערין טערעזע טובֿה שטעלט פֿאָר אַ ריי ייִדישע ניטללידער אין אירע ווינטערדיקע קאָנצערטן. איר נוסח פֿון „לאָז עס שנייען‟ איז כּדאַי צו הערן. דאָס ליד האָבן אויך, דרך־אַגבֿ, אָנגעשריבן צוויי ייִדן: דזשול סטײַן (פֿון דער היים: יוליִוס שטײַן) און סאַמי קאַהן (פֿון דער הײם: שמואל כּהן).

די „פֿאָלקסבינע‟ שטעלט פֿאָר חנוכּה־קאָנצערטן יעדעס יאָר, וואָס נעמען אַרײַן אַ פּאָר ניטללידער אויף ייִדיש. אָט קענט איר הערן ווי דזשאָען באָרץ און רחל יוכט שטעלן פֿאָר צוויי „ייִדישע‟ ניטללידער, וואָס הייבן זיך אָן 26:50. די לידער זענען „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ און „פֿעטער־שנײער קומט באַלד אין שטאָט‟ (Santa Claus is Coming to Town).


זאָל מען באַקעמפֿן די אינטערנעץ, צי נישט?

So Should We Be Fighting the Internet Or Not?

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

עס איז לעצטנס אוועק א איד, ר׳ שאול יצחק ראבינאוויטש, א רביש אייניקל מיט א פלאטשיגן הוט, וואס איז די לעצטע פאר יאר באקאנט געווארן װי א קעמפער קעגן טעכנאלאגיע.

ער האט געהאלטן אז אפילו מיט א פילטער, אפילו לצורך פרנסה, נישט געקוקט אויפן היתר פון רבנים, זענען די כלים אסור. ער איז אלײן ארומגעגאנגען פון שיל צו שיל, פון מנין צו מנין אויסרופן און אויסשרייען אז די כלים זענען אסור. ער האט זיך מיט דעם נישט באנוגנט. ער האט פארשפרייט צעטלעך און קינדער קארטלעך מיט א סך רעטאריק קעגן די מאשינקעס. דאס אלעס האט אנגעזייט א טעראר, אדער התעוררות, עס האט אנגעהויבן ווערן א בושה צו פארמאגן א סמארטפאון בפרהסיא. 

אויף דער אינטערנעט געפינען זיך צוויי היימישע וועבזייטלעך אויף יידיש: „קאווע שטיבל‟ און „אײ וועלט‟. לויט קאווע (דער הויפט־שטראם מיינונג) איז דער פרומער שאול יצחק נישט מער ווי א שלעכטער פרומיאק. דער טיטל פונעם שמועס־פאדעם איז „שאול יצחק ראבינאוויטש פירט מלחמה קעגן אונזערע קינדער‟. ער ווערט דארטן אראפגעמאלן ווי אן אנזייער פון כאאס, א משפחה צעברעכער, א חוצפהניאק, א פורץ גדר קעגן הוראת הרבנים, א פרומער הפקר יונג וואס ווייסט נישט קיין אחריות פון מחיה וכלכלה, פון ברענגען פרנסה. זיין פלאם פייער איז א טארקאמעוועדא פייער, נישט אן איידעלער אידישער, ער דארף נישט עפעס אנדערש נאר תשובה טון אויף זיינע מעשים רעים. ער וועט מגולגל ווערן אין א באַשעפעניש פינקט װי אַלע פראָסטע יונגען ביז ער וועט באקומען זיין תיקון. די מיינונגען ווערן געזאגט מיט זיכערקייט, זיי זענען איבערצײַגעװדיק. אין קאווע ווערט מען נישט סתם אזוי נתפעל פאר א הייליג פנים.

קום איך אבער אין „איי וועלט‟, זע איך א פארקערטער וועלט: שרייעדיגע ווערטער מיט א פרומער הייליגקייט:

„הרה”צ בנש”ק (רביש קינד) ר’ שאול יצחק דער לוחם מלחמות השם — א איד א צדיק וואס האט זיך אוועקגעגעבן פארן באשעפערס כבוד מיט מסירת נפש, ווי דער אמאליגער אידישקייט קעמפער ר’ הלל קילאמייער אין זיינע צייטן. ער האט געראטעוועט אידישע שטיבער פון אונטערגיין אין אפגרונט פון שמוץ. ר’ שאול יצחק האט פאר זיינע בראווע טאטן געליטן בזיונות דורך מענטשן מיט קרומע מיינונגען אבער האט געשוויגן, געצייגט אייזערנע מידות, אייביג נאר באשטראפט די זינד אבער נישט דעם זינדיגן. צדיקי הדור האבן אויף אים געזאגט גרויסע זאכן, ער האט זיך געשלאגן מיט יענע חברה אליין. אוי געוואלד, וואס די וועלט האט פארלוירן!‟

לויט איי וועלט ווערט ער געבראכט אונטער די פליגלען פון דער שכינה הקדושה און די צדיקים מיט די גרעסטע מאס ליבע און שעצונג.

נו, ווער איז גערעכט? 

איז ער געווען א לייכטזיניגער פלאם פייערדיגער מענטש אן פארשטאנד צו יסודות פון פרנסה? א טעראר אנווארפער מיט א פארפרומטער טרייבקראפט, וואס זיין אייפער האט איבערגענומען ווי א צונאמי אויך נארמאלע רבנים? אדער פארקערט — א איד מיט אן אינערליכן גוטן פארשטאנד אז אינטערנעט איז נישט אזוי א מוז פאר פרנסה ווי מען מאכט עס, און סוף סוף װעט אפילו א געפילטערטער מכשיר אפקילן דעם חסיד, און רבנים זענען דורך זיינע טעטיקייטן געקומען צו דער זעלבער אנערקענונג? 

בלי ספק זענען דא מענטשן וואס זענען אים דאנקבאר, בלי ספק ער האט געהאט פיינע שטריכן אין טאג טעגליכן לעבן, אפשר אפילו געווען אן ארנטליכער מענטש. מען קען גלויבן אז ער האט אנגעווארעמט און מחזק געווען צעבראכענע הערצער, אבער מצד שני איז אויך נישט קיין ספק אז ער האט דורך זיינע מערכות אנגעווייטיגט מענטשן, אפילו צעשפּאָלטן גאַנצע משפּחות.

אמת, דער פרייז פון א מלחמה, טראץ די כונות און טאקטיקן, וועט שטענדיג האבן ווייטיקדיקע נאכפאלגן, דארף מען דערפאר באטראכטן די זאך מיט א ברייטערן בליק, און זען ווי געראטן די מלחמה איז געווען.

כדי בעסער צו פארשטײן בײדע צדדים דארף מען דא שטעלן דריי שאלות: 

1) איז דער אינטערנעט טאקע אזוי קריטיש פאר פרנסה? דאכט זיך אז מען קען עד היום נישט קלאר שטעלן צי אינטערנעט איז טאקע נײטיק פאר יעדן איינעם. אפשר איז עס טאקע רוב מאל מער א נעץ ווי א העלפער? נאך אלעם איז אינטערנעט ווייט נישט קיין גאָלד־גרוב פאר א געווײנדליכן מענטש. און אביסל מסירת נפש מעג א היימישער איד האבן.

2) טוט טאקע דער אינטערנעט מיט א פילטער אפקילן א פֿרומען איד? אויך דא איז שווער פעסטצושטעלן. עס קען אפילו עמיצער טענה’ן פארקערט, מען זעט א בהלה’דיגע וועלט אויפן עקראן [סקרין] און דאס קען גאר גורם זיין בענקשאפט צום היימישן זיכערן ווינקל. אזויפיל איז מסתמא יא קלאר, אינטערנעט נעמט אוועק די אמאליגע איידלקייט און תמימות צו דער טראדיציע און קהילה, אבער אפשר איז דאס טאקע גוט. אפענקייט קען אויך אפהאלטן פון שלעכטס.

3) דארפן זיך די ראשי־קהילות רעכענען מיט די נסיונות פון די „שוואכע‟ און דערפאר נישט אזוי מחמיר זיין מיט אינטערנעט? דאס צושטעלן זיך צו די „טונא בייגל‟ — יענע לײַט װאָס טראָגן נאָך דעם חסידישן לבוש אָבער פֿירן זיך נישט תּמיד חסידיש, איז בלי ספק א שאלה. זיי זענען דאך פֿונעם פראסטן פאלק, מיט א חשק צו דער גויאישער ליידיגקייט, נו, איז עפעס אזוי מוכרח אז מען דארף זיך צו זיי צושטעלן? איז זייער לעבנס שטייגער אזא רוחניותדיקער? זאלן זיי טאקע אפלאזן די שטותים און זיך צוגעוויינען הנאה האבן פון א גוט ווארט, א אידיש מאכל, א אידישער אינערליכקייט, עס וועט זיי נישט שאטן. 

די טענה איז נאר, אז דער צוגאַנג — אז אינטערנעט טויג נישט — איז בלויז לויט קנאישע, עקסטרעמיסטישע ברילן ווי טאקע ביי נאָכגײער פון הרב ראבינאוויטשעס זיידן דער רבי פון “קהילת משכנות הרועים” ז”ל, אדער די חסידים פון ר׳ אהרעלען אדער אנדער סאמעט־הוטיגע קרײַזן לויט וועמען א בילד פון א גוי און גויאישקייט איז מטמא די מחשבה. א פריצותדיג בילד טראגט גלייך אין שאול תחתית, אינעם טמא’נסטן גרוב. מה שאין כן, לויט אנדערע השקפות וואו יסודות פון אידישקייט מעסט זיך נישט צי מען האט געזען רייצנדיקע בילדער פון עולם הזה צי נישט, ביי זיי פארמאגט אידישקייט גאר אנדערע פונדאמענטן, און די פונדאמענטן קען אינטערנעט נישט אזוי לייכט אפקילן. אז אפילו עולם הזה און נסיונות איז פונעם געטליכן באשעפער, אז דער תכלית פון א איד איז צו לערנען דעם באשעפערס וועגן, רעדן צו אים, און ליב האבן זיינע קינדער און זיינע מצוות, קען דער אינטערנעט דאס טאקע אפקילן?!


ווידעאָ: קלעזמאַטיקס שטעלט פֿאָר קאַטשערגינסקיס „באַריקאַדן‟

WATCH: Klezmatics Perform Szmerke Kaczerginski's 'Barricades'

אַ דאַנק דעם בוך פֿון דוד פֿישמאַן וועגן „דער פּאַפּירענער בריגאַדע‟, די געהיימע גרופּע ייִדן וואָס האָט געראַטעוועט צענדליקער טויזנטער דאָקומענטן פֿון די נאַציס און זיי פֿאַרבאַהאַלטן אין דער ווילנער געטאָ, איז דער נאָמען שמערקע קאַטשערגינסקי הײַנט אַ סך בעסער באַקאַנט דעם ברייטן עולם.

אַחוץ זײַנע יאָרן ווי אַ פּאַרטיזאַנער און אַן אָנפֿירער פֿון דער „פּאַפּירענער בריגאַדע‟ איז קאַטשערגינסקי געווען צווישן די סאַמע וויכטיקסטע פֿאָרשער פֿון די לידער וואָס מע האָט געשאַפֿן אין די געטאָס און לאַגערן. פֿאַר דער מלחמה איז ער אויך געווען אַ מיטגליד פֿון „יונג־ווילנע‟. אָבער להיפּוך צו זײַן נאָענטן חבֿר אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז בעצם געווען אומפּאָליטיש, איז קאַטשערגינסקי געווען אַ לעבנס־לאַנגער פּאָליטישער אַקטיוויסט.

אין די אָנהייב 1930ער יאָרן האָט ער געשמאַכט עטלעכע יאָר אין תּפֿיסה צוליב זײַנע פּאָליטישע טעטיקייטן. זיצנדיק אין תּפֿיסה האָט ער אָנגעשריבן דאָס ליד „באַריקאַדן‟ (טאַטעס, מאַמעס, קינדערלעך…), וואָס שילדערט אַ גרופּע ייִדישע אַרבעטער און זייערע קינדער ווי זיי שלאָגן זיך אין די גאַסן מיט דער פּאָליציי. כאָטש דאָס ליד איז געווען זייער פּאָפּולער פֿאַר דער מלחמה איז עס כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן ביז די קלעזמאַטיקס האָט עס אַרײַנגענומען אין איר רעפּערטואַר. אויבן קען מען זען ווי די קאַפּעליע שטעלט פֿאָר דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט אין ניו־יאָרק, באַגלייט פֿון אַ כאָר.


ווידעאָ: פּאַראָדיע פֿון פּרצעס פּאָעמע וועגן אָפּגעפֿאָרענעם ישיבֿה־בחור

WATCH: Peretz's Poem About Fallen Yeshiva Student, Parodied

דער פּאָפּולערער בראָדוויי־מיוזיקל Wicked (בייזהאַרציק) האָט ווידער פּאָפּולאַריזירט אַן אַלטע שיטה אין דער דראַמאַטורגיע — דאָס פֿאַרוואַנדלען באַקאַנטע אַנטאַגאָניסטן אין סימפּאַטישע העלדן דורכן לאָזן דעם עולם הערן וואָס איז געשען פֿון זייער פּערספּעקטיוו.

אינעם פֿאַל פֿון Wicked, למשל, הערט מען די באַרימטע סיפּור־המעשׂה פֿון ל. פֿרענק באַומס Wizard of Oz [„מכשף פֿון אָז‟], פֿונעם קוקווינקל פֿון דעם ראָמאַנס הויפּט־אַנטאַגאָניסטקע „די בייזהאַרציקע מכשפֿה פֿון מערבֿ‟. אין Wicked דערוויסט מען זיך וואָס די מכשפֿה אַליין טראַכט און פֿילט; בקיצור — אַז זי איז גאָרניט שולדיק געווען און אַז די געשיכטע וואָס אַלע קענען פֿונעם ראָמאַן איז אַ פֿאַלשע.

פּונקט אַזאַ סצענאַר לייגט פֿאָר יעד בירן אין זײַן מאָנאָלאָג, נאָר דאָס מאָל — רעדט זיך וועגן דער גויע „מאַריע‟ אין י. ל. פּרצעס „מאָניש‟ — אַ פּאָעמע וועגן אַן אָפּגעפֿאָרענעם ישיבֿה־בחור. אין בירנס נוסח איז מאַריע געווען אַן אומשולדיק מיידל, וואָס האָט סתּם געוואָלט זינגען, און ניט חלילה קיין געצײַג, וואָס לילית האָט אויסגענוצט כּדי אַראָפּצורײַסן מאָנישן פֿונעם ריכטיקן וועג. מאַריע ווערט געשפּילט דורך דער אַקטריסע יעל יעקל, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר איר ייִדיש־שפּראַכיקער פּאַראָדיע פֿון נטע ברזליס Boy „גוי‟.

דעם מאָנאָלאָג האָט מען געשפּילט ווי אַ טייל פֿונעם ספּעקטאַקל אסתּרס קאַבאַרעט בײַם „בית שלום־עליכם‟ אין תּל־אָבֿיבֿ.


ווידעאָ: אַ שפּילליסטע לכּבֿוד חנוכּה — צווייטער טייל

WATCH: The Forverts Hanukkah Playlist Part II

מיר זענען ממשיך מיט אונדזער שפּילליסטע פֿון געזאַנגען לכּבֿוד חנוכּה.

מיר עפֿענען מיט אַ פּיוט, וואָס איז מסתּמא דאָס סאַמע־עלטסטע; ווי אַלע באַקאַנטע פּיוטים, האָבן די ייִדן פֿון פֿאַרשידענע לענדער געזונגען „מעוז צור‟ מיט באַזונדערע מעלאָדיעס. אָט קענט איר הערן ווי דער חזן פּנחס באָרענשטיין זינגט די ווערטער, באַגלייט מיט אַ כאָר.

די בראָסלעווער חסידים האָבן זייער אייגן ניגון, מיט וועלכן זיי זינגען „מעוז צור‟. אָט שפּילט דער באַקאַנטער חסידישער מוזיקער יחיאל פֿראַנק דעם ניגון אויפֿן קלאַרנעט.

אין מאַראָקאָ האָט מען געזונגען אויף גאָר אַן אַנדער שטייגער. אָט הערט ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאַראָקאַנער קאַפּעליע שטעלט פֿאָר „מעוז צור‟. עס זינגט הרבֿ מני מיימון כּהן.

נאָך אַן אור־אַלטע פּיוט, וואָס מע זינגט אום חנוכּה איז „הנרות הללו‟. אָט זינגט דער גרויסער וואַרשעווער חזן גרשון סיראָטע „הנרות הללו‟, באַגלייט פֿון אַ כאָר.

חזן סיראָטע איז געווען צווישן די סאַמע באַקאַנטסטע חזנים אויף דער וועלט אין די 1910ער און 1920ער יאָרן און איז אויפֿגעטראָטן אין צענדליקער לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ ער האָט געזונגען אין „קאַרנעגי־האָל‟. ער איז אומגעקומען על־קידוש־השם, אַ קעמפֿער אינעם וואַרשעווער־געטאָ אויפֿשטאַנד, צו 69 יאָר.

נאָך דעם וואָס גרשון סיראָטע האָט פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע ווי דער חזן אין דער באַקאַנטער וואַרשעווער שיל אויף דער טלאָמאַצקע־גאַס, האָט דער חזן משה קוסעוויצקי איבערגענומען דעם פּאָסטן. חזן קוסעוויצקי האָט איבערגעלעבט די מלמחה אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און האָט זיך שפּעטער באַזעצט אין אַמעריקע. די דאָזיקע רעקאָרדירונג פֿון זײַן „הנרות הללו‟ האָט מען געמאַכט בעת אַ קאָנצערט אין לאָנדאָן אין 1955.

דער באַקאַנטסטער חזן פֿון דער „גאָלדענער תּקופֿה‟ פֿון חזנות איז מסתּמא יאָסעלע ראָזענבלאַט, וואָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, רעקאָרדירט אַ סך חנוכּה־לידער. גאָר אינטערעסאַנט איז זײַן נוסח פֿון „יוונים‟, באַגלייט פֿון משוררים.

פֿאַראַכטאָגן האָבן מיר געהערט די חנוכּה־לידער פֿון וווּדי גאָטרי און „די וויווערס‟. ווי עס טרעפֿט זיך, האָט פּיט סיגער, אַ זינגער אין דער קאַפּעליע „די וויווערס‟ און אַ חבֿר פֿון גאָטרי אויך רעקאָרדירט אַ נוסח פֿון „חנוכּה, אוי חנוכּה‟ אויף ייִדיש.

און אָט איז אַ פֿילם, אין וועלכן סיגערס נאָענטער חבֿר און קאָלעגע טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל זינגט דאָס זעלביקע ליד. איידער ער הייבט אָן צו זינגען, רעציטירט ער אַן ענגלישן נוסח פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד „אוי איר קליינע ליכטלעך‟.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דאָס איינציקע גאָר־באַקאַנטע חנוכּה־ליד אויף דזשודעזמע איז „אַכט ליכטלעך‟, זענען דאָ צענדליקער אַלטע פֿאָלקסלידער וועגן חנוכּה אין דער ספֿרדישער טראַדיציע, אַ סך מער ווי, למשל, אין דער אַשכּנזישער. אָט שטעלט דזשודי פֿרענקל פֿאָר איר נוסח פֿון איינעם פֿון זיי.

וואָס שייך „אַכט ליכטלעך‟ איז דאָס ליד פֿון פֿלאָרי יאַגאָדאַ גאַנץ פּאָפּולער צווישן דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג און ווערט געזונגען אין אַ סך עפֿנטלעכע שולן אויף די יערלעכע ווינטער־קאָנצערטן. אָט איז גאָר אַ שיינער נוסח פֿון Ocho Kandelikas, וואָס אַ לייענער האָט אַרײַנגעשיקט, אין וועלכן אַ קינדערכאָר פֿון קאָנעטיקאָט שטעלט פֿאָר דאָס ליד.

עס זענען דאָ אָן אַ שיעור חנוכּה־לידער וועגן דריידלעך אָבער ניטאָ קיין סך וועגן לאַטקעס. איינער פֿון די באַקאַנטסטע איז וולאַדימיר חפֿצס הומאָריסטיש ליד „פֿײַער! פֿײַער!‟. אַ באַרימטער קאָמפּאָזיטאָר פֿון אַ מוזיקאַלישער משפּחה (זײַן שוועסטערקינד איז געווען דער פֿידלער יאַשע חפֿץ), איז וולאַדימיר לאַנגע יאָרן געווען אַקטיוו אין די ניו־יאָרקער ייִדישע טעאַטערס. ער האָט אויך דיריגירט אַ ריי ייִדיש־שפּראַכיקע כאָרן און האָט אויך אָפֿט באַגלייט סידאָר בעלאַרסקי אויף דער פּיאַנע.

אָט קען מען זען ווי דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר‟ האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן „פֿײַער! פֿײַער!‟ אויף אַ קאָנצערט.


ווידעאָ: שלום לעמער זינגט די חנוכּה־לידער פֿון משה אוישער

WATCH: Shulem Lemmer Sings Moishe Oysher’s Hanukkah Songs

פֿאַראַכטאָגן, אין מײַן איבערזיכט פֿון לידער לכּבֿוד חנוכּה, האָב איך געשריבן, אַז כאָטש אַ סך קלעזמאָרים זינגען און שפּילן די חנוכּה־לידער פֿון משה אוישער, קען קיינער פֿון זיי זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט אוישער אַליין.

אָבער נאָכן זיך צוהערן ווי אַזוי שלום לעמער שטעלט פֿאָר אַ פּאָפּורי פֿון אוישערס לידער, באַגלייט פֿונעם „שירה־כאָר‟ און דעם „פֿריילעך־אָרקעסטער‟, מיין איך אַז איך האָב זיך טועה געווען.

די מאָדערנע אינטערפּרעטאַציע פֿון „האָב אַ גוטן חנוכּה‟, „דרײ דריידל‟ און נאָך לידער פֿון אוישערס רעפּערטואַר בינדט צונויף די בעסטע עלעמענטן פֿון אוישערס אָריגינעלער קאָמפּאָזיציע מיט מאָדערנע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, אַזוי ווי די עלעקטרישע גיטאַר, וואָס האָבן ניט עקזיסטירט ווען דער באַקאַנטער חזן האָט געלעבט. די אַראַנזשירונג מיטן פֿולן אָרקעסטער, אין איינעם מיט די שטאַרקע קולות פֿונעם כאָר, גיבן אַ סך צו צו לעמערס זינגען אָבער ווענדן ניט אָפּ פֿון זײַן שטאַרקן קול. אַפֿילו די בלאָז־אינסטרומענטן, וואָס זענען געוויינטלעך די הויפּט־חסרון פֿון דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק, קלינגען גוט צוגעפּאַסט אינעם נײַעם נוסח. דער סאַקסאָפֿאָן־סאָלאָ אין „דריי דריידל‟ איז בפֿירוש שטאַרק.

מיט איין וואָרט: ס׳איז כּדאַי צו זען און צו הערן — און אויפֿצושפּילן אויף אײַער חנוכּה־מסיבה.


ווידעאָ: אַ שפּילליסטע לכּבֿוד חנוכּה וואָס וועט אײַך שטאַרק צו ניץ קומען

WATCH: The Hannukah Playlist You've Been Looking For

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס חנוכּה איז שטענדיק געווען אַ באַליבטער יום־טובֿ בײַ ייִדן, זענען כּמעט אַלע באַקאַנטע חנוכּה־לידער, בפֿרט די אויף ייִדיש, אָנגעשריבן געוואָרן אין אַמעריקע אין די לעצטע 100 יאָר.

דאָס באַוווּסטסטע פֿון זיי אַלע, „איך בין אַ קליינער דריידל‟, איז געוואָרן ברייט באַקאַנט אויף ענגליש אין אַמעריקע ווי I Have A Little Dreidel. כאָטש קיינער קען עס ניט באַשטעטיקן אויף זיכער, זעט עס אויס אַז מיכל געלבאַרטס ייִדישן נוסח האָט מען פּשוט צוגעגנבֿעט און פֿאַרוואַנדלט אינעם ענגלישן ליד. די צוויי לידער זענען זייער ענלעך, כאָטש אין געלבערטס ייִדישן אָריגינאַל זינגט דאָס דריידל אַליין וועגן זיך און עס איז געמאַכט פֿון בלײַ. אינעם ענגלישן נוסח מאַכט אַ ייִנגל אַ דריידל פֿון לײם (clay), עפּעס וואָס האָט נישט קיין זינען אָבער וואָס גראַמט זיך יאָ מיטן ענגלישן וואָרט play.

אָט קענט איר הערן ווי דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקס־כאָר‟ זינגט דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט.

און אָט זינגט לאָרי כּהן־סײַמאַן אַ מער טראַדיציאָנעלן נוסח פֿונעם ליד באַגלייט מיט איר קאַפּעליע.

נאָך אַ ייִדיש ליד לכּבֿוד חנוכּה, וואָס איז גוט באַקאַנט אויף ענגליש (ווי אויך אין ישׂראל אויף העברעיִש) איז „חנוכּה אוי חנוכּה‟. אָט איז אַ פּרעכטיקער נוסח, אין וועלכן טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל זינגט עס אויף אַלע דרײַ שפּראַכן.

און אָט איז אַ פֿילם, אין וועלכן ליפּא שמעלצער זינגט דאָס ליד פֿאַר אַן עולם אין זײַן פּאָפּולערן חסידישן סטיל.

איינס פֿון די עלטסטע חנוכּה־לידער וואָס מע זינגט אין אַמעריקע איז „מי ימלל‟, וואָס די פֿאָלק־קאַפּעליע The Weavers, בראָש מיט פּיט סיגער, האָט רעקאָרדירט אין די 1950ער יאָרן:

כאָטש עס איז ניט ברייט באַקאַנט, קען מען דאָס ליד אויך הערן אויף ייִדיש. הערט ווי לאָרי כּהן־סײַמאַן זינגט איר נוסח פֿון „ווער קען דערציילן‟ אויף איר אַלבאָם „חנוכּה איז פֿריילעך‟.

איינס פֿון די שענסטע ייִדישע לידער וועגן חנוכּה איז דווקא אַן ערנסטס. מאָריס ראָזענפֿעלדס „אָ איר קליינע ליכטעלעך‟, וואָס ער האָט אָנגעשריבן בײַם אָנהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט, גיט אַ טרויעריק בליק וועגן דער ייִדישער צוקונפֿט און טאַדלט די ייִדן מחמת זיי האָבן ניט קיין מאַכט אָדער קיין לאַנד. דאָס כּמו־ציוניסטישע ליד איז מערקווירדיק צוליב זײַן פּעסימיסטישן טאָן. אָט זינגט עס לאָרי כּהן־סײַמאַן.

נאָך אַ ליד איז אַבֿרהם רייזענס „ברוך אַתּה זינגט דער טאַטע‟, אין וועלכן אַ ייִד דערמאָנט זיך אין זײַן פֿאָטער בעת ער צינדט די ליכט. אָט קענט איר הערן זייער אַ שיינעם נוסח געזונגען דורכן Peace of Heart Choir.

אַ סך לעבעדיקער איז משה אוישערס ענערגעטישע „דריי דריידעלע‟. דאָס אָפּטימיסטישע ליד, אין וועלכן ער מוטיקט די צוהערער זיך צו שטאָלצירן מיט זייער ייִדישן אָפּשטאַם, איז ספּעציעל מערקירוודיק צוליב דעם וואָס ער האָט עס אָנגעשריבן און רעקאָרדירט ניט לאַנג נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. הײַנט זינגען אַ סך קלעזמאָרים דאָס ליד אָבער קיינער פֿון זיי קען זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט אוישערס נוסח.

די אַלטע טראַדיציאָנעלע חנוכּה־לידער ווערן אָפּגעהיט אין דער חסידישער וועלט. אָט קענט איר הערן אַ פּאָר פֿונעם מונקאַטשער כאָר:

אויף ענגליש זענען דאָ אומצאָליקע חנוכּה־לידער. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען, צום באַדויערן, גאַנץ שוואַך. אַ פּאָר שטעלן מיט זיך אָבער פֿאָר אַ שיינעם סינטעז פֿון די אַמעריקאַנער און ייִדישע קולטורן. דאָס באַקאַנטסטע פֿון אַזעלכע לידער, וואָס בינדט צונויף חנוכּה מיטן קלאַנג פֿון די 1960ער יאָרן, איז Light One Candle פֿון „פּיטער, פּאָול און מערי‟:

דער אַמעריקאַנער פֿאָלק־זינגער וווּדי גאָטרי האָט געשריבן צענדליקער לידער אויף ייִדישע טעמעס, צווישן זיי — אַ פּאָר וועגן חנוכּה. ס׳רובֿ פֿון די לידער זענען געווען כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן ביז „די קלעזמאַטיקס‟ האָבן אַרויסגעלאָזט אַן אַלבאָם אויפֿן סמך פֿון זײַנע חנוכּה־לידער. גאָטרי האָט געהאַט צוויי נאָענטע פֿאַרבינדונגען צו דער ייִדישער ליטעראַטור. ערשטנס איז זײַן שוויגער געווען די פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט, מיט וועמען ער האָט פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט. צווייטנס איז זײַן נאָענטער חבֿר און דער מענטש, וואָס האָט פּראָדוצירט אַ סך פֿון זײַנע רעקאָרדירונגען געווען מאָ אַש, דער זון פֿונעם שרײַבער שלום אַש.

אָט קענט איר זען, ווי אַזוי די „קלעזמאַטיקס‟ האָבן פֿאָרגעשטעלט וווּדי גאָטריס ליד „חנוכּה־געלט‟ אויף דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם Late Night with Conan O’Brien.

נאָך אַ גאָר טשיקאַווע חנוכּה־ליד פֿון וווּדי גאָטרי איז זײַן באַלאַדע The Many and the Few, וואָס גיט איבער אויף זײַן פֿאָלקישן שטייגער די געשיכטע פֿון חנוכּה. להיפּוך צו ס׳רובֿ חנוכּה־לידער, וואָס מײַדן אויס די עכטע בלוטיקע געשעענישן פֿונעם יום־טובֿ, דערקלערט גאָטרי פּרטימדיק די געשיכטע פֿון די חשמונאָים. טשיקאַווע איז צו באַמערקן, וואָס דער ליבעראַלער זינגער איז דווקא מסכּים אינעם ליד מיט די אַמאָליקע ייִדישע קנאָים:

און אַזוי זינגען עס „די קלעזמאַטיקס‟:

אַ רשימה פֿון חנוכּה־לידער מוז שוין אויך דערמאָנען פֿלאָרי יאַגאָדאַס Ocho Kandelikas (אַכט ליכטעלעך). אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה פֿון באָסניע, שרײַבט זי נײַע „פֿאָלקסלידער‟ אויף איר מוטערשפּראַך דזשודעזמע. דאָס ליד האָט זי אָנגעשריבן אין 1983 און עס איז אין גיכן געוואָרן פֿאַרשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט:


ווידעאָ: צוויי ייִדישע חנוכּה־לידער באַגלייט מיט פּרעכטיקע האַרמאָניעס

WATCH: Two Yiddish Hanukkah Songs in 4-Part Harmony

דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר‟, דער עלטסטער ייִדיש־שפּראַכיקער כאָר אויף דער וועלט, האָט אין אָקטאָבער געהאַלטן אַ קאָנצערט אין מאַנהעטן, אין וועלכן ער האָט פֿאָרגעשטעלט אַ ריי חנוכּה־לידער.

לכּבֿוד חנוכּה האָט דער דיריגענט פֿונעם כאָר, בנימין שעכטער, באַשלאָסן אַרויפֿצושטעלן ווידעאָס דערפֿון אויף „יוטוב‟ מיט אַ ספּעציעלן טעכנאָלאָגישן קנייטש: אַז מע קוועטש אויף CC אונטערן ווידעאָ, קען מען זען דעם טעקסט פֿונעם ליד, אָדער מיט לאַטײַנישע אותיות און דער ענגלישער איבערזעצונג אָדער מיט ייִדישע אותיות. די דרײַ ווידעאָס, צוגעגרייט פֿון שמואל זערין און אײַזיק בלימאַן, זענען דערפֿאַר אַ געראָטענער פּעדאַגאָגישער מכשיר פֿאַר די, וואָס ווילן פֿאַרבעסערן זייער פֿאַרשטאַנד פֿון מאַמע־לשון.

אינעם ערשטן ווידעאָ אויבן, זעט מען ווי דער כאָר שטעלט פֿאָר מיכל געלבאַרטס „איך בין אַ קליינער דריידל‟ אינעם (מסתּמא) אָריגינעלן ייִדיש. כּדאַי איז צו באַמערקן, אַז להיפּוך צום ענגלישן נוסח, אין וועלכן דער דריידל איז געמאַכט פֿון לײם (clay), כּדי עס זאָל זיך גראַמען מיטן ענגלישן play (שפּיל), לייגט זיך דער ייִדישער נוסח מער אויפֿן שׂכל, ווײַל דער דריידל איז געמאַכט פֿון בלײַ.

הײַנט שפּילט מען אַוודאי מער ניט מיט קיין בלײַענע דריידלעך אָבער ניט דעם בין איך אויסן. עס דאַרף זײַן אַ בלײַענער, ווײַל די ווערטער „האָלץ‟ און „פּלאַסטיק‟ גראַמען זיך דאָך ניט מיט „דרײַ‟ ווי מע זינגט: „איינס, צוויי, דרײַ‟.

„חנוכּה, אוי, חנוכּה‟ האָט מרדכי ריוועסמאַן אָנגעשריבן אין 1911. ריוועסמאַן איז געווען אַ שרײַבער און דיכטער אויף ייִדיש און העברעיִש, נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער „פּעטערבורגער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק‟. אינעם ווידעאָ הערט מען ווי דער כאָר רעדט אַרויס די ווערטער ווי ריוועסמאַן, אַ ליטוואַק, האָט זיי אָנגעשריבן — „אַזוינער‟ גראַמט זיך מיט „שיינער‟.

די באַקאַנטע איבערזעצונג אויף העברעיִש, איז, דרך־אגבֿ, אַ היפּש ביסל עלטער פֿונעם אַמעריקאַנער נוסח, וואָס מע הערט אויף שריט און טריט אין די ניו־יאָרקער אײַנקויף־צענטערס. איין טשיקאַווער פּרט וועגן דעם העברעיִשן נוסח: דאָס וואָרט „סופֿגניות‟ מיינט אין דעם פֿאַל דווקא לאַטקעס און ניט פּאָנטשקעס. צו יענער צײַט האָט מען גענוצט דאָס וואָרט אויף ביידע. דאָס וואָרט לבֿיבֿה האָט מען בלויז שפּעטער אַדאָפּטירט ווי אַן איבערזעצונג פֿונעם ייִדישן וואָרט „לאַטקע.‟

„’ברוך־אַתּה’ זינגט דער טאַטע‟ האָט מחבר געווען אַבֿרהם רייזען אין די אָנהייב 1920ער יאָרן. דאָס פּרעכטיק שיינע ליד איז, ווי מאָריס ראָזענפֿעלדס „אוי, איר קליינע ליכטעלעך‟, דווקא טרויעריק און מער פֿילאָסאָפֿיש.


„טאָג־אײַן, טאָג־אויס‟, געזונגען פֿון וויראַ לאָזינסקי

WATCH: "Sunrise, Sunset" in Yiddish, Sung By Vira Lozinsky

לכּבֿוד דער פֿריילעכער ידיעה, אַז דער פּאָפּולערער ייִדיש־שפּראַכיקער נוסח פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ בײַ דער „פֿאָלקסבינע‟ וועט אויפֿגעפֿירט ווערן „אַוף־בראָדוויי‟, שטעלן מיר פֿאָר רעקאָרדירונגען פֿון לידער פֿונעם מיוזיקל.

אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן זענען באַקאַנט מיט די ווערק פֿון שלום־עליכם בלויז דורך „פֿידלער אויפֿן דאַך,‟ די פּאָפּולערע „בראָדוויי‟־אַדאַפּטאַציע פֿון זײַנע דערציילונגען וועגן טבֿיה דער מילכיקער. די פֿאָרשטעלונג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור דורך אַזעלכע לידער ווי „לחיים‟, און „טראַדיציע‟ וואָס זענען אַזוי ברייט באַקאַנט, אַז מע האַלט זיי כּמעט פֿאַר אַ טייל פֿון אַ מין סעקולערער ייִדישער מסורה.

די פּוריסטן און ס׳רובֿ ייִדישיסטן האַלטן אַוודאי ניט פֿונעם דאָזיקן מיוזיקל פֿון דזשערי באָק, שעלדאָן האַרניק און דזשאָסעף שטײַן, ווײַל לויט זיי פֿאַרוואַנדלט די פּיעסע די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור־ירושה אין אַ ריי האַמעטנע און סטערעאָטיפּישע אימאַזשן. ניט געקוקט אויף דעם איז „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ געוואָרן ווילד־פּאָפּולער בײַ די ייִדישע מאַסן איבער דער וועלט בכלל, און אין ישׂראל בפֿרט. דאָרטן האָט שרגא פֿרידמאַן, דער גרויסער בינע־קינסטלער און מחבר פֿון פּאָפּולערע מוזיקאַלישע פּיעסעס אויף ייִדיש און העברעיִש, איבערגעזעצט דעם טעקסט פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף מאַמע־לשון.

אויבן זינגט וויראַ לאָזינסקי שרגאס נוסח פֿון Sunrise, Sunset, וואָס אויף ייִדיש הייסט עס „טאָג־אײַן, טאָג־אויס‟. בײַם קלאַוויר שפּילט רעגינע דריקער. די רעקאָרדירונג האָט מען געמאַכט בײַם „ייִדישן מלוכישן טעאַטער‟ אין וואַרשע.

און אָט קען מען הערן אַ ריי לידער פֿונעם ייִדישן נוסח פֿונעם מיוזיקל פֿאָרגעשטעלט דורך אַ ישׂראלדיקן אַנסבאַמבל מיט שמואל רודניצקי און לאה דוליצקי בראָש. צווישן די לידער געפֿינט מען: „די תּורה‟ (טראַדיציע), „ווען איך בין אַ ראָטשילד,‟ „לחיים,‟ און „שדכנטע, שדכנטע.‟


זעראָ מאָסטעל זינגט „מיט אַ נאָדל אָן אַ נאָדל‟

WATCH: Zero Mostel Sings "With a Needle, Without a Needle"

מיר האָט זיך געדאַכט אַז איך האָב במשך פֿון מײַנע יאָרן צוגרייטנדיק די „עונג־שבת‟־שטיקלעך, אַז איך האָב שוין אויסגעשעפּט אַלע געראָטענע ווידעאָס אויף ייִדיש, וואָס געפֿינען זיך אויף „יוטוב.‟ צום גליק בין איך ניט געווען גערעכט. רחל קפֿריסן האָט לעצטנס פֿאַרשפּרייט דעם דאָזיקן ווידעאָ, אין וועלכן זעראָ מאָסטעל שטעלט פֿאָר אַ ייִדיש ליד. אַ פּנים האָב איך דעם ווידעאָ פֿריִער ניט געהאַט באַמערקט, ווײַל אין דער באַשרײַבונג שטייט „דזשויִש‟ אַנשטאָט „ייִדיש.‟ ווי עס זאָל ניט זײַן איז דער דאָזיקער ווידעאָ טאַקע אַן אוצר.

דער אַקטיאָר, קאָמיקער און זינגער זעראָ מאָסטעל, וואָס איז הײַנט צום מערסטן באַקאַנט פֿאַר זײַן ראָלע ווי דער ערשטער טבֿיה אויף בראָדוויי און פֿאַרן שפּילן דעם פּראָדוצענט מאַקס ביאַליסטאָק אין מעל ברוקס׳ פֿילם „די פּראָדוצענטן,‟ איז אויך געווען זייער באַקאַנט אין די 1940ער יאָרן ווי אַ ראַדיאָ־ און טעאַטער־שטערן. ער האָט אויך געשפּילט קליינע ראָלעס אויף ייִדיש אויף סעקאָנד־עוועניו.

מאָסטעלס פֿילם־קאַריערע איז אָבער אָפּגעהאַקט געוואָרן אין מיטן צוליב זײַנע פּאָליטישע אידעאַלן: שוין אין 1942 האָט דער סטודיאָ MGM אים באַזײַטיקט פֿון איינעם פֿון זײַנע פֿילמען, ווײַל מאָסטעל האָט עפֿנטלעך געזאָגט אַז אַ צווייטער פֿילם פֿונעם סטודיאָ איז געווען ראַסיסטיש געשטימט. ער איז ניט אויפֿגעטראָטן אין קיין אַנדערע פֿילמען, ווײַל אַלע סטודיאָס האָבן אים ניט געוואָלט אָננעמען, צוליב זײַן האָבן עפֿנטלעך קריטיקירט MGM. ער האָט אין 1949 און 1950 ווײַטער באַקומען אַרבעט אָבער דערנאָך איז ער אַרויף אויף דער טרויעריק־באַרימטער „שוואַרצער ליסטע‟ פֿאַרן האָבן, אַ פּנים, אַמאָל געווען אַ קאָמוניסט. צוליב דעם וואָס מאָסטעל האָט ניט געלייקנט דעם פֿאַקט, אַז ער איז אָמאָל געווען אַ קאָמוניסט און ניט אויסגעזאָגט וועלכע פֿון זײַנע קאָלעגן זענען אויך געווען קאָמוניסטן, האָט מען אים אויך פֿאַרווערט אויפֿצוטרעטן אויף בראָדוויי אָדער אויפֿן ראַדיאָ. ניט נאָר האָט ער ניט פֿאַרדינט אין יענע יאָרן, נאָר ווען ער איז סוף־כּל־סוף צוריק אויף דער בינע אַן ערך 8 יאָר שפּעטער האָט די וועלט שוין כּמעט אין גאַנצן געהאַט פֿאַרגעסן אין אים. ווי דאָס וואָלט ניט געווען גענוג, איז ער אין 1960 שווער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן נאָך דעם וואָס אַ לאַסטאויטאָ איז אים איבערגעפֿאָרן און ער איז 4 חדשים געלעגן אין שפּיטאָל.

אין דעם קאָנטעקסט דאַרף מען פֿאַרשטיין דעם טשיקאַווען ווידעאָ, אין וועלכן מאָסטעל שטעלט פֿאָר זײַן נוסח פֿון „מיט אַ נאָדל, אָן אַ נאָדל‟ אויף דער טעלעוויזיע אין 1962. זײַן קאַריערע האָט זיך נאָר וואָס געהאַט ווידער אָנגעהויבן און אָט וואָס באַשליסט ער צו זינגען — אַ ייִדיש ליד. און ניט נאָר אַ ייִדיש ליד, נאָר איינס, וואָס דער ברייטער עולם קען ניט. הייסט עס, אַז אויך מיט זײַנע באַשלוסן בײַם פֿאַרווײַלן אַן עולם איז ער געווען געטרײַ זײַנע אידעאַלן; אין דעם פֿאַל — דאָס פֿאַרשפּרייטן ווייניק באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקסלידער.

כאָטש מאָסטעל הייבט אָן זײַן אויפֿטריט מיט וויצן און דער עולם האַלט דערפֿאַר אַז דאָס גאַנצע ליד „מיט אַ נאָדל אָן אַ נאָדל‟ איז אַ געלעכטער, שטעלט ער אים פֿאָר אויף אַן ערנסטן אופֿן; בפֿירוש ניט ווי קיין וויץ.

מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט מען באַשלאָסן אָנצונעמען מאָסטעלן ווי טבֿיה אינעם דעמאָלט־נײַעם מיוזיקל „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. מאָסטעל האָט געהאַלטן, אַז דער סצענאַר בכלל און די מוזיק בפֿרט זענען ניט געווען גענוג ייִדישלעך און האָט אַליין באַשלאָסן אַרײַנצוּוועבן ייִדישע ווערטער און ניגונים, עס זאָל קלינגען מער היימיש. זײַן אויפֿטריט, צוזאַמען מיט דער מער ליבעראַלער פּאָליטישער אַטמאָספֿער אין די 1960ער יאָרן, האָט אים געגעבן די מעגלעכקייטן ווידער צו ווערן אַ גרויסער שטערן.

פֿון זײַן זינגען אויף ייִדיש אינעם דאָזיקן ווידעאָ קען מען זיך פֿאָרשטעלן ווי מאָסטעל וואָלט געהאַט געקלונגען, ווען ער וואָלט אַמאָל געשפּילט טבֿיה אויף מאַמע־לשון.


„אוי וויי מאַמעלע: אַ דראַמעלע‟

WATCH: Oh, Mama: A Bit Of Drama

אַ סך מענטשן ווילן בעסער גלייבן, אַז אַלע ייִדן אין דער אַלטער היים זענען געווען אומשולדיק און תּמימותדיק. אַז מע בלעטערט אָבער דורך די אַלטע לידער, דערוויסט מען זיך גלײַך, אַז דאָס לעבן איז ווײַט ניט געווען אַזוי פּשוט, בפֿרט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, ווען דאָס טראַדיציאָנעלע ייִדישע לעבן אין שטעטל איז שוין ממשותדיק אָפּגעשוואַכט געוואָרן.

די קאַבאַרעטן־לידער האָבן חוזק געמאַכט פֿון אַ סך פּראָבלעמען, וואָס מע האָט עפֿנטלעך בדרך־כּלל פֿאַרשוויגן. די זינגערין דזשיין פּעפּלער האָט אויסגעפֿאָרשט הונדערטער אַזעלכע לידער און אַרויסגעלאָזט נײַע רעקאָרדירונגען פֿון מער ווי אַ הונדערט פֿון זיי אין איינעם מיט דער אָריגינעלער מוזיק. איין ליד, „אוי מאַמעלע‟, האָט זי אַרויסגעלאָזט צוזאַמען מיט אַ חנעוודיקן אַנימאַציע־פֿילם.

דאָס ליד דערציילט וועגן אַ מאַן, וואָס גייט אויף אַ שפּאַציר מיט אַ מיידל אין וואַלד; ווערט נײַן חדשים שפּעטער אַ טאַטע און דאַרף מיט איר דערפֿאַר חתונה האָבן. דאָס ליד איז ווײַט ניט אַזוי גרעבלעך ווי אַנדערע ייִדישע לידער אינעם זשאַנער, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ סך הײַנטיקע אַמעריקאַנער לידער. עס דינט אָבער יאָ ווי אַ טשיקאַווער באַווײַז, אַז אויך צווישן ייִדן זענען אַזעלכע פֿאַלן פֿאָרגעקומען.