דעם אָוונט נאָך דער שחיטה אין פּיטסבורג, אַזוי ווי אויף אַ ריי פּראָטעסטן במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר, האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ גרופּע ניו־יאָרקער ייִדן אין „יוניאָן־סקווער‟ מיט אַ ריזיקן פּלאַקאַט אויף וועלכן עס שטייען די ווערטער „מיר וועלן זיי איבערלעבן.‟
ווי איך האָב אין יולי דערקלערט אינעם פֿאָרווערטס, פֿאַררופֿן זיך די דאָזיקע ווערטער אויף אַן אינצידענט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין לובלין אין 1939 — אַ דײַטשישער אָפֿיציר האָט געפֿאָדערט, אַז אַ גרופּע חסידישע מענער זאָלן פֿאַר אים זינגען אַ ליד. ווי איך האָב דעמאָלט געשריבן, האָבן זיי אָנגעהויבן זינגען דאָס פֿאָלקסליד „לאָמיר זיך איבערבעטן‟ אָבער איינער פֿון זיי האָט אין גיכן ספּאָנטאַן געביטן די ווערטער אויף „מיר וועלן זיי איבערלעבן, אָבֿינו שבשמים.‟ ווען נאָך הונדערטער ייִדן האָבן אויפֿגעכאַפּט דאָס ליד און אָנגעהויבן מיטצוזינגען, האָט דער אָפֿיציר זיי געהייסן שווײַגן. דאָס ליד האָט אָבער ווײַטער אָפּגעהילכט אַלץ העכער און העכער.
טעלעוויזיע־באַריכטן פֿון דער דעמאָנסטראַציע שבת־צו־נאַכטס, וווּ מע האָט זיך געמאַכט הבֿדלה, האָבן מיך דערמאָנט אין מײַקל אַלפּערט, פֿרענק לאָנדאָן און דוד קראַקאַוערס רירנדיקן נוסח פֿונעם אַמעריקאַנער הימען פֿאַר בירגערעכט We Shall Overcome, אין וועלכן זיי וועבן אַרײַן די דאָזיקע ייִדישע ווערטער. עס דוכט זיך מיר, אַז ס׳איז פּאַסיק ווידער אַרויפֿצושטעלן זייער אויפֿטריט אין יולי אויפֿן קראָקאָווער ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל לזכר די קרבנות פֿון דער שיסערײַ אין פּיטסבורג און ווי אַ שטיקל חיזוק נאָך האָפֿענונג אויף בעסערע צײַטן.
דאָס סאַמע באַקאַנטסטע איבערזעצונג פֿון אַ ייִדיש ליד איז אָן שום ספֿק „דאָנאַ דאָנאַ‟, וואָס ווערט געזונגען אין כּמעט אַלע לענדער. להיפּוך צו „אַ ייִדישע מאַמע‟, אָבער, וואָס אַלע ווייסן, אַז עס איז אַ ייִדיש ליד, ווייסן ס׳רובֿ מענטשן אין גאַנצן ניט, פֿון וואַנען עס שטאַמט „דאָנאַ דאָנאַ‟. דערצו פֿאַרפּלאָנטערן אַ סך פֿון די וואָס ווייסן יאָ אַז ס׳איז אַ ייִדיש ליד דעם מחבר מיט אַן אַנדער באַקאַנטן ייִדישן פּאָעט.
דאָס ליד „דאָנאַ דאָנאַ‟ האָט אָנגעשריבן אַהרן צײַטלין אַרום 1940 אין אַמעריקע ווי אַ טייל פֿון דער פּיעסע „אסתּרקע‟. צײַטלין איז געהאַט געקומען קיין אַמעריקע בלויז כּדי צו אַרבעטן אין מאָריס שוואַרצס ייִדישן טעאַטער. צוליבן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער ניט געקענט צוריקפֿאָרן קיין וואַרשע. בעת דער מלחמה איז כּמעט זײַן גאַנצע משפּחה, אַרײַנגערעכנט זײַן פֿאָטער, דער גרויסער ייִדישער דענקער הלל צײַטלין, און אַהרנס פֿרוי און זון, דערהרגעט געוואָרן אין וואַרשעווער געטאָ.
די מוזיק צום ליד האָט געשאַפֿן שלום סעקונדע.
נאָך דער מלחמה האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז מע האָט „דאָנאַ דאָנאַ‟ אָנגעשריבן אין אייראָפּע בעת דער מלחמה. צוליב עפּעס אַ מיספֿאַרשטייעניש שטייט אָנגעשריבן אין אַ סך ביכער און אויף אַ סך וועבזײַטן, אַז דאָס ליד האָט מחבר געווען יצחק קאַצענעלסאָן, אָדער אין וואַרשעווער געטאָ, אָדער גאָר אויף דער באַן קיין אוישוויץ, וווּ מע האָט אים דערהרגעט. די געשיכטע איז, פֿאַרשטייט זיך, אין גאַנצן ניט אמת. דער מחבר פֿונעם „ליד פֿונעם אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟ האָט ניט געהאַט קיין שום שײַכות צו „דאָנאַ דאָנאַ‟.
דאָס אָריגינעלע ליד אויף ייִדיש איז געוואָרן ברייט פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע און איבער דער וועלט במשך פֿון די יאָרן גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, און צענדליקער באַקאַנטע זינגער האָבן עס רעקאָרדירט. ספּעציעל איז כּדאַי צו הערן די נוסחאָות פֿון נחמה הענדל (אויבן) און טעאָדאָר ביקעל:
ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן דעם „בלוז‟־נוסח פֿון וואָלף קראַקאָווסקי, אין וועלכן דאָס טרויעריקע געוויין פֿונעם פֿאַרבונדענעם קעלבל געפֿינט אַ תּיקון אינעם ביטערן וואָרטש פֿון קראַקאָווסקיס עלעטראָנישער גיטאַר.
דאָס ליד איז געוואָרן פּאָפּולער אויף ענגליש אין די אָנהייב 1960ער יאָרן אין טעדי שוואַרץ און אַרטור קעוועס׳ איבערזעצונג, ווען עס איז אַרײַנגענומען געוואָרן אינעם רעפּערטואַר פֿון די זינגער, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אינעם אויפֿלעב פֿון דער אַמעריקאַנער און בריטישער פֿאָלק־מוזיק. אויף ענגליש האָט לכתּחילה פּאָפּולאַריזירט דאָס ליד די זינגערין דזשאָן באַעז אין 1960. אָט איז איר פּרעכטיקער נוסח פֿונעם ליד:
אַ סך אַנדערע באַקאַנטע פֿאָלק־זינגער, אַרײַנגערעכנט באָב דילאַן, דאָנאָווין, מאַרי האָפּקין און פּיט סיגער, האָבן פֿאָרגעשטעלט זייערע אייגענע נוסחאָות פֿונעם ליד. הערט זיך צו צום פּרעכטיקן נוסח פֿון דער וועלשישער זינגערין מאַרי האָפּקין:
אויף העברעיִש האָט פּאָפּולאַריזירט דאָס ליד נחמה הענדל, וואָס האָט עס געזונגען אין איר אייגענער העברעיִשער איבערזעצונג אין ישׂראל און אויף ייִדיש אין די תּפֿוצות. אָט קען מען הערן איר נוסח פֿונעם ליד אויף העברעיִש, וואָס איז מוזיקאַליש געטרײַ איר ייִדישן נוסח:
אין דרום־קאָרעע איז „דאָנאַ דאָנאַ‟ געוואָרן פּאָפּולער ווי אַ פּראָטעסט־ליד קעגן די מיליטערישע דיקטאַטורן (1972־1987) פֿון פּאַרק טשונג־הי און טשאָי קיו־האַ. דאָס ליד איז געוואָרן אַזוי באַליבט, אַז די קאָרעיִשע רעגירונג האָט עס אָפֿיציעל פֿאַרווערט אין די 1980ער יאָרן. טשיקאַווע איז דערפֿאַר צו באַמערקן, אַז איינע פֿון די שיינסטע ווערסיעס פֿונעם ליד אויף ייִדיש קומט דווקא פֿון קאָרעע. הערט ווי די אָפּערע־זינגערין סומי דזשאָ שטעלט עס פֿאָר:
דאָס ליד איז אויך באַקאַנט אין יאַפּאַן, וווּ עס ווערט געלערנט אין די אָרטיקע שולן. אָט איז אַ טשיקאַווע ווערסיע פֿונעם ליד, וואָס אַ יאַפּאַנישע קאַפּעליע האָט געשפּילט סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף יאַפּאַניש, צוזאַמען מיט אַ מונקאַטשער ניגון.
דאָס ליד איז אַזוי ברייט באַוווּסט אין יאַפּאַן, אַז עס ווערט אַפֿילו אַמאָל אַרײַנגעפֿלאָכטן אין די דאָרטיקע „אַנימע‟־פֿילמען. זעט ווי עס זינגען די ראָבאָטן דאָס ליד אינעם פֿאָלגנדיקן עפּיזאָד פֿון אַן אַנימאַציע־פֿילם:
דאָס ליד איז אויך גאַנץ פּאָפּולער אין כינע און וויעטנאַם, וווּ ס׳איז בפֿירוש באַקאַנט ווי אַ „קאַראַאָקע‟־ליד. אָט קען מען הערן אַ שיינעם נוסח אויף וויעטנאַמעזיש:
און אָט זינגט אַ קינדער־כאָר דאָס ליד אויף כינעזיש:
לכּבֿוד דעם פֿאַקט, וואָס דער דיכטער און איבערזעצער משה סחר וועט באַלד באַקומען אַ פּרעמיע פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ פֿאַר זײַן לעבנסאַרבעט לטבֿות דער ייִדישער שפּראַך, שטעלן מיר ווידער אַרויף עטלעכע ווידעאָס, אין וועלכן זינגער מע שטעלט פֿאָר זײַן פּאָפּולערע איבערזעצונג פֿונעם רוסישן ליד „די שוואַרצע קאַץ‟.
ווי באַוווּסט, פֿאַרמאָגט אויסטראַליע אַן אוניקאַלע ייִדישיסטישע קהילה מיט אַ טאָגשול וואָס לערנט קליינע קינדער ייִדיש אויף אַן ערנסטן אופֿן, און האָט אויך אַ ריי געזעלשאַפֿטן צו שטיצן די שפּראַך. ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס מע געפֿינט דאָרטן אויך אוניקאַלע פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש.
אין די 1980ער יאָרן האָט אַ גרופּע יונגע אויסטראַלישע ייִדן אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישער „ראָק‟־קאַפּעליע „פֿלאַמען‟. די גרופּע האָט אַרויסגעלאָזט כאָטש צוויי מוזיק־ווידעאָס וואָס מע קען זען אויף „יוטוב‟. אָט, למשל, אַ ליד וואָס די מוזיקער האָבן אַליין געשאַפֿן אין 1986 — „זיבן טעג‟.
אַ פּאָר וועטעראַנען פֿון „פֿלאַמען‟ שפּילן איצט אין דער קלעזמער־קאַפּעליע „קלעזמאַניע‟. די גרופּע, בראָש מיט דער זינגערין פֿריידי מראָצקי, זענען אין 2011 אויפֿגעטראָטן אויף דער אויסטראַלישער טעלעוויזיע־סטאַנציע SBS מיט איר נוסח פֿון דוד עשתס ליד „די שוואַרצע קאַץ‟.
אָט קען מען הערן ווי דוד עשת האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד אויף זײַן אַלבאָם לידער, וואָס זענען געווען פּאָפּולער בײַ די דיסידענטן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די אָנהייב 1970ער יאָרן.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז דאָס ליד „די שוואַרצע קאַץ‟ לכתּחילה געווען אַ רוסישע פֿון די אָנהייב 1960ער יאָרן. אָט קען מען זען אַ חנעוודיקן אַנימירטן פֿילם וואָס באַגלייט דאָס ליד אויף רוסיש.
לכּבֿוד דעם פֿאַקט, וואָס חוה אַלבערשטיין וועט באַלד באַקומען אַ פּריז פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ פֿאַר איר לעבנסאַרבעט לטבֿות דער ייִדישער שפּראַך שטעלן מיר ווידער אַרויף דעם דאָזיקן פּאָסט פֿון פֿאַראַיאָרן.
להיפּוך צו ס׳רובֿ ישׂראלדיקע זינגערס וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים אָבער זענען געוואָרן באַרימט אויף העברעיִש, בלײַבט חוה אַלבערשטיין געטרײַ אירע ייִדיש־שפּראַכיקע וואָרצלען.
אַ געבוירענע אין שטשעטשין, פּוילן, אין 1947, האָט זי מיט איר משפּחה זיך באַזעצט אין ישׂראל אין 1950, וווּ זי איז צו 16 יאָר געוואָרן אַ פּאָפּולערע זינגערין. הײַנט בלײַבט זי, 80 אַלבאָמען שפּעטער, איינע פֿון די באַליבטסטע זינגערינס אין ישׂראל און דער גרעסטער שטערן צווישן די הײַנטצײַטיקע ישׂראלדיקע זינגערס מחוץ דער חסידישער וועלט, וואָס טרעטן אויף רעגולער מיט ייִדישע לידער.
אַחוץ דעם וואָס אַלבערשטיין זינגט ייִדישע לידער, קאָמפּאָנירט זי אויך מוזיק צו באַגלייטן די ווערק פֿון ייִדישע פּאָעטן. צווישן אירע באַליבטע ייִדישע פּאָעטן געפֿינט מען אַ ריי ישׂראלדיקע, אַרײַנגערעכנט בינעם העלער, ישׂראל פּאַפּיערניקאָוו, אַבֿרהם סוצקעווער און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, מיט וועמען זי האָט זיך געחבֿרט אין די 1980ער און 1990ער יאָרן. פֿון איר באַקאַנטשאַפֿט מיט זיי האָט זי געהאָלפֿן שאַפֿן דעם דאָקומענטאַר „צו פֿרי צו זײַן שטיל, צו שפּעט צו זינגען‟ (1995), וואָס גיט איבער אַ פּרעכטיקע באַשרײַבונג פֿון די לעצטע ייִדישע פּאָעטן אין ישׂראל וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן.
יוסף פּאַפּיערניקאָוו, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1897 און געשטאָרבן אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1993, איז געווען צווישן די אַקטיווסטע פּאָעטן אין דער ייִדישער מדינה. במשך פֿון 52 יאָר (1935־1987) האָט ער אַרויסגעלאָזט אין תּל־אָבֿיבֿ 24 בענד פּאָעזיע. זײַן סאַמע פּאָפּולערסטע ליד „זאָל זײַן‟ האָט ער אָנגעשריבן אין די 1930ער יאָרן, ווען ער האָט נאָך געלעבט אין פּוילן, וווּ עס איז אין גיכן געוואָרן אַ שלאַגער סײַ דאָרטן, סײַ אין אַמעריקע און ישׂראל. חוה אַלבערשטיינס נוסח פֿונעם ליד האָט עס ווידער פּאָפּולאַריזירט אין ישׂראל אין די 1980ער יאָרן.
אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז דער ייִדישער וואָדעוויל־זינגער און אַקטיאָר אַל דזשאָלסאָן געווען דער סאַמע פּאָפּולערסטער פֿאַרווײַלער אין אַמעריקע.
ניט געקוקט אויפֿן רעלאַטיוו פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטיזם צו יענער צײַט האָט דזשאָלסאָן קיינמאָל ניט באַהאַלטן זײַנע ייִדישע וואָרצלען. פֿאַרקערט, זײַן ייִדישקייט איז אָפֿט געווען אַ טייל פֿון זײַן רוטין, אַזוי ווי אינעם סאַמע ערשטן פֿולן פֿילם מיט קלאַנג, „דער דזשעז־זינגער‟, וואָס האָט געשילדערט אַ ייִדישן אימיגראַנט, געשפּילט דורך דזשאָלסאָן, וועלכער אַסימילירט זיך אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אינעם זעלביקן פֿילם טרעט אויף, דרך־אַגבֿ, דער גרויסער חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט.
אַל דזשאָלסאָן איז געבוירן געוואָרן אין מײַ 1886 אין סרעדניק, אַ קליין שטעטל ניט ווײַט פֿון קאָוונע. פֿון דער היים האָט ער געהייסן אַסאַ יואלסאָן. ער איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1894, וווּ זײַן פֿאָטער האָט געפֿונען אַ פּאָסטן ווי אַ חזן און רבֿ אין וואַשינגטאָן. באַקאַנט, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר זײַנע דזשעז־לידער אויף ענגליש, האָט דזשאָלסאָן אָפֿט אַרײַנגעוועבט ייִדישע און העברעיִשע לידער אין זײַנע קאָנצערטן און אַפֿילו אין זײַנע לעבעדיקע אויפֿטרעטן אויפֿן ראַדיאָ.
צווישן זײַנע באַליבטסטע לידער אויף ייִדיש איז געווען דאָס פֿאָלקסליד „אַ חזנדל אויף שבת‟, וואָס ער האָט סײַ רעקאָרדירט פֿאַר פּלאַטעס, סײַ געזונגען אויפֿן ראַדיאָ. דאָס ליד ווײַזט בולט אָן, אַז ווען ער וואָלט געבליבן אַ פֿרומער ייִד אין אייראָפּע וואָלט ער מסתּמא געוואָרן אַ באַקאַנטער חזן. דער גורל האָט אים אָבער דערפֿירט אין אַן אַנדער ריכטונג, און אַ דאַנק דעם האָט די אַמעריקאַנער מוזיק זיך ממשותדיק געביטן. דזשאָלסאָן האָט די מוזיקאַלישע השפּעות פֿון זײַן פֿאָטערס חזנות אַרײַנגעבראַכט אין דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער מוזיק, און די דאָזיקע ווירקונגען הערט מען נאָך אַלץ אין דזשעז.
אויף „יוטוב‟ קען מען זען אַ סך פֿילמען, אין וועלכע געניטע זינגער שטעלן פֿאָר ייִדישע לידער. ס׳איז אָבער דאָ עפּעס אוניקאַל אין דעם ווידעאָ פֿון שׂרה גאָרבי, אין וועלכן זי זינגט מאַני לייבס „גייען זיי אין די שוואַרצע רייען‟, באַגלייט פֿון אַ פּויק, וואָס זײַנע ריטמישע קלעפּ שפּיגלען גוט אָפּ דעם אומעט פֿונעם ליד.
דער פֿילם איז אַ טייל פֿון אַ קאָנצערט פֿון חורבן־לידער, וואָס גאָרבי האָט געגעבן אין פּאַריז אין 1966. מאַני לייב האָט לכתּחילה אָנגעשריבן דאָס ליד וועגן די ייִדישע פּליטים פֿון פּאָגראָמען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה אָבער ס׳איז שפּעטער אַדאַפּטירט געוואָרן ווי אַ חורבן־ליד.
אויך זייער רירנדיק איז גאָרביס אומפֿאַרגעסלעכער נוסח פֿון מאַרק שוויידס „מודה אַני‟ בײַם זעלביקן קאָנצערט, אין וועלכן זי ווערט באַגלייט פֿון דרײַ „קרישטאָל־אָרגלען‟ — אינסטרומענטן, וואָס פּאַסן זיך גענוי צו צו איר קול. די מוזיק צו ביידע לידער האָט געשאַפֿן מיכל געלבאַרט.
שׂרה גאָרבי (פֿון דער היים גאָרבאַך) איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו, בעסעראַביע אין 1900. זי האָט זיך פֿאַרשריבן אין אַ מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע אין יאַס צו 17 יאָר, און האָט זיך דערנאָך באַזעצט אין פּאַריז מיט איר מאַן. אין 1940 איז זיי געלונגען צו אַנטלויפֿן קיין האַיִטי און דאָס פּאָרל האָט זיך דערנאָך באַזעצט אין ניו־יאָרק, וווּ זי איז געוואָרן אַ פּאָפּולערע זינגערין אויף ייִדיש, רומעניש און רוסיש. אין 1948 האָט זי גאַסטראָלירט אויף ייִדיש איבער די „די־פּי‟־לאַגערן פֿון אייראָפּע.
אין פּאַריז האָט זי אַרויסגעלאָזט אַלבאָמען אויף ייִדיש, פֿראַנצויזיש און רוסיש. נאָך דעם, וואָס זי האָט באַזוכט ישׂראל, האָט זי צוגעגעבן צו איר רעפּערטואַר אַ ריי לידער אויף העברעיִש און דזשודעזמאָ. אין 1960 האָט זי אָנגעהויבן אַ צוויי־יאָריקן טור איבער דרום־אַמעריקע און האָט בעת אַ וויזיט אין בוענאָס־אײַרעס פֿאַרענדיקט דרײַ אַלבאָמען אויף רוסיש, ייִדיש און ציגײַנעריש. זי איז געשטאָרבן אין 1980 אין פּאַריז.
דאָס פֿאָלקסליד „שנירעלע פּערעלע‟ שטאַמט טאַקע פֿונעם פֿאָלק; מע ווייסט ניט ווער האָט עס לכתּחילה אָנגעשריבן.
„שנירעלע פּערעלע‟ איז אַ ביסל ענלעך צום „גאָט פֿון אַבֿרהם‟, וואָס מע זאָגט אַז ס׳איז פֿאַרבונדן מיטן בערדיטשעווער רבין. (כאָטש דאָס ליד איז זיכער עלטער פֿונעם רבין, קען זײַן אַז ער האָט עס געהאָלפֿן פּאָפּולאַריזירן). ווי עס זאָל ניט זײַן, ווייסט מען יאָ, אַז באַקאַנט געמאַכט האָט „שנירעלע פּערעלע‟ ניט קיין רבי צי פֿרומע קאַפּעליע, נאָר דווקא אַ סעקולערע — די „קלעזמאַטיקס‟. איר נוסח איז ניט בלויז איינס פֿון אירע באַקאַנטסטע לידער, נאָר איינע פֿון די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע קלעזמער־רעקאָרדירונגען פֿון די לעצטע 30 יאָר צווישן דעם ברייטן עולם ליבהאָבער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „וועלטמוזיק.‟
אויבן קען מען זען ווי די „קלעזמאַטיקס‟ שטעלן פֿאָר דאָס ליד בעת אַ קאָנצערט. צוזאַמען מיט דער קאַפּעליע זינגט (אויף אַרמיש!) דער באַרימטער ייִדישער גאָספּעל־זינגער דזשאָשואַ נעלסאָן.
דער גרויסער ייִדישער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשיין האָט אָנגעשריבן זײַן טרויעריק ליד „אַ גוטע נאַכט, וועלט‟ אין 1938, בעת אַ רײַזע איבער פּוילן. דאָס ליד איז באַקאַנט פֿאַר זײַן בייזן טאָן, וואָס וועבט צונויף אַ שאַרפֿע קריטיק פֿון דער דעמאָלטיקער פּאָליטיק מיט אַ כּמעט־מיסטישער נבֿואה אויף די גרויליקע געשעענישן פֿון די קומענדיקע אַכט יאָר. זײַן ביטערע, אַפֿילו סאַרקאַסטישע, שורה „גיי איך צוריק אין געטאָ‟ באַקומט גאָר אַן אַנדער טעם נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
15 יאָר שפּעטער, אין 1955, האָט דער פּאָעט און קריטיקער אַבֿרהם טאַבאַטשניק אינטערוויויִרט יעקבֿ גלאַטשטיין אין צענטראַל־פּאַרק אין ניו־יאָרק. אינעם אינטערוויו לייענט גלאַטשטיין פֿאָר זײַנע לידער; די רעקאָרדירונג פֿונעם ליד אויבן קומט פֿון אָט דעם אינטערוויו. דעם פֿילם האָט צונויפֿגעשטעלט ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער.
בשעתן זעלביקן אינטערוויו האָט גלאַטשטיין אויסגעדריקט זײַן מיינונג וועגן דעם באַטײַט פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע נאָכן חורבן. בעת מײַן צײַט ווי אַ סטיפּענדיאַט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, וווּ איך האָב דיגיטאַליזירט די רעקאָרדירונג פֿונעם אינטערוויו, האָב איך געשאַפֿן אַ פֿילם מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך צו באַגלייטן גלאַטשטיינס דערקלערונג. אָט קען מען זען דעם פֿילם:
די וואָך פֿאַלט אויס דער געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן זינגער און פּאָעט, לענאַרד כּהן, וועלכער איז געבוירן געוואָרן דעם 21סטן סעפּטעמבער מיט 84 יאָר צוריק אין מאָנטרעאָל.
אין אויגוסט 2016 איז דניאל קאַהן צום ערשטן מאָל אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַן עולם מיט זײַן אויסערגעוויינטלעכער ייִדישער איבערזעצונג פֿון לענאַרד כּהנס „הללויה‟. זײַן אויפֿטריט איז פֿאָרגעקומען אויף אַ מסיבה לכּבֿוד דעם זשורנאַל „אין געוועב‟ אין ניו־יאָרק.
איך און שׂרה־רחל שעכטער, וואָס זענען געווען דערבײַ, האָבן גלײַך געכאַפּט, אַז די דאָזיקע „הללויה‟ איז עפּעס וואָס וועט שטאַרק אויסנעמען בײַם ברייטן עולם און דערפֿאַר האָבן מיר פֿאַרבעטן דניאלן אַרײַנצוקומען צו אונדז אין סטודיאָ, כּדי צו רעקאָרדירן דאָס ליד. קאַהן האָט מסכּים געווען און מיט אַ חודש שפּעטער, אין סוף־סעפּטעמבער, רעקאָרדירט פֿאַר אונדז צוויי ווערסיעס פֿונעם ליד. אונדזער פֿילם־טעכניקער נחום קויפֿמאַן האָט וואָכן לאַנג געהאָרעוועט צו שאַפֿן אַ קלאַנג פֿון דער העכסטער קוואַליטעט, און צו פֿאַרזיכערן אַז דער ווידעאָ זאָל אויסזען וווּנדערלעך.
ווען דער פֿילם איז געווען גרייט אין אָנהייב נאָוועמבער האָבן מיר באַשלאָסן אים אַרויסצולאָזן דעם טאָג נאָך די אַמעריקאַנער פּרעזידענטישע וואַלן, ווײַל ס׳איז געווען קלאָר, אַז קיינער וואָלט עס ניט באַמערקט אין די שטורעמישע טעג פֿאַר די וואַלן.
מיטוואָך, דעם 9טן נאָוועמבער, דער טאָג נאָך טראָמפּס אומדערוואַרטן נצחון, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ סוף־כּל־סוף פֿאַרעפֿנטלעכט דעם ווידעאָ. ס׳איז גלײַך געוואָרן אַ שלאַגער, צום טייל ווײַל אַ סך מענטשן וואָס זענען געווען שטאַרק אַנטוישט אין די וואַל־רעזולטאַטן האָבן אין אים געפֿונען אַ טרייסט. מיר האָבן, אָבער, צו יענער צײַט ניט געהאַט קיין אַנונג, אַז מיט צוויי טעג פֿריִער איז לענאַרד כּהן ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 82 יאָר. ווען זײַן זון האָט דעם 10טן נאָוועמבער געלאָזט וויסן דער וועלט, אַז כּהן איז אַוועק, האָט מען גלײַך אָפּגעטײַטשט דניאל קאַהנס פֿאָרשטעלונג ווי עפּעס וואָס מע האָט געשאַפֿן דווקא לזכר כּהנען, און דער ווידעאָ איז געוואָרן ווילד פּאָפּולער — במשך פֿון פֿינף טעג האָבן אים געזען מער ווי 150,000 מענטשן.
אין די כּמעט צוויי יאָר זינט מיר האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט דעם פֿילם האָט מען אים געקוקט מער ווי 953,892 מאָל. דערצו האָט מען געקוקט „הללויה‟ במשך פֿון מער ווי 2.5 מיליאָן מינוט, דאָס הייסט, דער עקוויוואַלענט פֿון פֿיר יאָר.
ס׳איז שטענדיק אינטערעסאַנט צו קוקן אויף „יוטוב‟ און זען, וועלכע פֿילמען אויף ייִדיש ווערן גאָר פּאָפּולער. כּדי אַ פֿילם זאָל ווערן פּאָפּולער בײַם ברייטן עולם, וואָס קען ניט קיין ייִדיש, און דאָך געזען ווערן הונדערטער־טויזנטער מאָל, דאַרף ער געוויינטלעך זײַן אָדער נאָסטאַלגיש, אָדער הומאָריסטיש.
איין אינטערעסאַנטער אויסנאַם איז אַ פֿילם פֿון 2011, אין וועלכן אַ חסידיש ייִנגל זינגט דאָס ליד „נישט געדאגהט, ייִדן‟ פֿון יוסי גרין. דאָס ליד, וואָס איז לכתּחילה געווען אַ ריזיקער שלאַגער פֿונעם זינגער אַבֿרהם פֿריד אין די 1990ער יאָרן, געהערט צום אַלטן זשאַנער פֿון ייִדישע לידער, וואָס דריקן אויס אַ בענקעניש נאָכן קומען פֿון משיח. דער אָריגינעלער נוסח פֿון אַבֿרהם פֿריד קלינגט מער ווי אַ „ראָק‟־ליד איידער אַ טראַדיציאָנעל ייִדיש ליד. דער דאָזיקער נוסח, וואָס עס זינגט דער סאָליסט צוזאַמען מיטן „משוררים־כאָר‟, קלינגט אַ סך מער ענלעך צו חזנות איידער דעם „ראָק‟־סטיל פֿון אַבֿרהם פֿריד.
דעם ווידעאָ האָט מען שוין געזען מער ווי 500,000 מאָל. אַז מע לייענט די קאָמענטאַרן אויף „יו־טוב‟, באַמערקט מען אַן אינטערעסאַנטע זאַך: ס׳רובֿ פֿון די צוקוקער ווייסן אַפֿילו ניט, אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך מע זינגט דאָס ליד, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, וואָס עס מיינען די ווערטער. ווי עס טרעפֿט אַ מאָל, ציט דאָס ליד צו אַן עולם — ניט צוליב נאָסטאַלגיע אָדער סטערעאָטיפּישע געדאַנקען וועגן דער „קאָמישקייט‟ פֿון ייִדיש, נאָר דווקא מיט דער שיינקייט פֿונעם זינגען אַליין.
אָט קען מען הערן, ווי אַבֿרהם פֿריד שטעלט פֿאָר דאָס ליד:
יענטע מאַש (1922־2013) איז געווען אַן אוניקאַל קול אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
אַ געבוירענע אינעם בעסאַראַבער שטעטל זגוריצע, האָט זי פֿאַר 1941 פֿאַרענדיקט אַ העברעיִשע פֿאָלקסשול און אַ רומענישע גימנאַזיע. גלײַך פֿאַר דער דײַטשישער אינוואַזיע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן די קאָמוניסטן פֿאַרשיקט איר משפּחה קיין סיביר, וווּ אירע עלטערן זענען אויסגעגאַנגען פֿון הונגער. מאַש האָט זיך באַזעצט אין קעשענעוו אין 1948, וווּ זי האָט געאַרבעט ווי אַ בוכהאַלטערין. קיין דערציילונגען האָט זי ניט אָנגעשריבן ביז נאָך דעם וואָס זי האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין 1977, ווײַל זי האָט ניט געוואָלט, אַז אירע ווערק זאָלן דאַרפֿן נאָכפֿאָלגן די דיקטאַטן פֿון דער סאָוועטישער פּאָליטישער ליניע.
שוין צו 68 יאָר האָט זי אין 1990 אַרויסגעלאָזט איר ערשט בוך, „טיף אין דער טײַגע‟, װאָס איז שטאַרק געלויבט געװאָרן. דאָס בוך גיט איבער אירע שוידערלעכע איבערלעבונגען בעת די יאָרן אין סיביר. במשך פֿון די ווײַטערדיקע 17 יאָר האָט זי פּובליקירט נאָך דרײַ ביכער און באַקומען פֿינף ליטעראַרישע פּרעמיעס. אַחוץ אירע ביכער אויף ייִדיש איז אַן אויסקלײַב פֿון אירע דערציילונגען פּובליקירט געוואָרן אויף העברעיִש און מע האָט לעצטנס געדרוקט עטלעכע פֿון אירע דערציילונגען אויף ענגליש, אַרײַנגערעכנט „מאָנאַ־באָבע‟, וואָס איז דערשינען אין דער זאַלמונג פֿון „פֿאָרווערטס‟־דערציילונגען ,Have I Got A Story for You, אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון עלען קאַסעדי. אַ גאַנצער אויסקלײַב פֿון אירע דערציילונגען קומט באַלד אַרויס אויף ענגליש.
אַחוץ „מאָנאַ־באָבע‟ איז אין מאַשס זאַמלונג דערציילונגען, „משנה מקום‟, אויך דערשינען די דערציילונג „שלום־עליכם זאָל לעבן‟. דאָ קען מען זען ווי זי לייענט פֿאָר די מעשׂה אין איר קיך אין ישׂראל אין די סוף 1990ער יאָרן. דעם פֿילם האָט געמאַכט באָריס סאַנדלער.
די שטרעבונג נאָך משיחן איז אַן אַלטע טראַדיציע בײַ ייִדן און די מאָדערנע חרדישע מוזיק איז ניט קיין אויסנאַם. צווישן די פּאָפּולערע פֿרומע לידער פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער וואָס דריקן אויס אַזאַ בענקעניש איז מרדכי בן דודס Just One Shabbos, וואָס ליפּא שמעלצער האָט איבערגעזעצט און אַרויסגעלאָזט אויף ייִדיש ווי „נאָך איין שבת‟.
פֿאַראַיאָרן האָט דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער „מלכות־כאָר‟, וואָס טרעט אויף אַ סך אויף ייִדיש בײַ חרדישע שׂימחות און געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען, אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ מיטן ליד באַגלײט פֿון די זינגער ברוך און מאָטי וויזל. אַ טײל פֿונעם ווידעאָ האָט מען פֿילמירט אין אַ באַרימטן באַר אין ירושלים, „זוסיאַס קרעטשמע‟ – איינע פֿון די איינציקע שענקען אין גאַנץ ישׂראל, געצילעוועט אויפֿן פֿרומען עולם. אויפֿן שילד פֿונעם באַרימטן שענק לייענט מען אויף ייִדיש „צו דערקוויקן דאָס ייִדיש האַרץ‟.
דאָס אָריגינעלע ליד אויף ענגליש, געזונגען פֿון מרדכי בן דוד, קען מען הערן דאָ:
דער נאָמען יעל יעקל איז באַקאַנט דעם „פֿאָרווערטס‟־לייענער אַ דאַנק דעם, וואָס איר ייִדיש־שפּראַכיקע פּאַראָדיע פֿון נטע ברזיליס ליד Toy (שפּילעכל) איז אין אַפּריל געוואָרן אַ ריזיקער שלאַגער. אַן אַקטריסע און זינגערין בײַם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער וואָס פֿאַרמאָגט אַ גוטן חוש פֿאַר איראָניע, איז איר ליד „גוי‟ שטאַרק געלונגען. פֿאַר וואָס? אַחוץ זײַנע מעלות ווי אַ ליד גופֿא, איז „גוי‟ אַ געוואַלדיקע פּאַראָדיע, ווײַל עס מאַכט ניט בלויז חוזק פֿון די סטערעאָטיפּן, וואָס שייך דעם אופֿן ווי אַזוי די ישׂראלים באַטראַכטן די גויים, נאָר פּאַראָדירט אויך ווי אַזוי געוויסע פֿרײַע ישׂראלים האַלטן, אַז זייערע פֿרומע לאַנדסלײַט באַטראַכטן די ניט־ייִדן.
יעקלס נײַ ליד „געפֿילטע פֿיש‟, אַ פּאַראָדיע פֿונעם פּאָפּולערן „דיזני‟־ליד „אונטערן ים‟ פֿונעם פֿילם „דאָס קליינע ים־מיידל‟, מאַכט ניט קיין סאָציאָלאָגישן קאָמענטאַר אָבער איז פֿאָרט זייער חנעוודיק, און לאָזט זיך גרינג געדענקען. און אַזוי ווי „גוי‟ איז עס הומאָריסטיש אָן דעם, אַז עס זאָל זײַן האַמעטנע.
איין אינטערעסאַנטער אַספּעקט פֿונעם ליד איז דער אופֿן ווי אַזוי יעקל פֿאַררופֿט זיך אויפֿן ייִדישן פֿאָלקלאָר בײַם דערמאָנען די כּלומרשטיקע מעלות פֿון געוויסע ייִדישע מאכלים, ווי למשל, אַז קוגל העלפֿט בײַם ווערן טראָגעדיק און טשאָלנט — מיט געלט־ענינים. אַזוי אַרום ווײַזט זי אָן, אַז געפֿילטע פֿיש ווערט דווקא ניט באַטראַכט ווי אַ סגולה בײַ ייִדן אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע שבתדיקע מאכלים.
דאָס ליד האָט אָנגעשריבן יעל יעקל אויף העברעיִש און יניבֿ גאָלדבערג האָט עס איבערגעזעצט אויף ייִדיש.
מיר דערוואַרטן פֿון איר נאָך אַזוינע ייִדישע פּאַראָדיעס פֿון באַקאַנטע לידער.
איך האָב שוין געשריבן וועגן דעם אוניקאַלן פֿענאָמען אין דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק וואָס הייסט מאָטי אילאָוויטש. דער יונגער פּאָעט, בדחן און קאָמפּאָזיטאָר האָט אַ געוואַלדיקן טאַלאַנט בײַם אָנשרײַבן רירנדיקע לידער, וואָס שפּיגלען אָפּ סײַ די ספּעציפֿישע קנייטשן פֿון דער פֿרומער וועלט, סײַ אוניווערסאַלע טעמעס פֿונעם טאָגטעגלעכן לעבן.
אילאָוויטש, אַזוי ווי יום־טובֿ עהרליך, ליפּאַ שמעלצער און דודי קאַליש פֿאַר אים, האָט ניט קיין מורא צו באַשרײַבן די שוועריקייטן פֿונעם לעבן אָדער אַרײַנצולייגן אין זײַנע לידער אַ שטיקל פֿאַרצווייפֿלונג וועגן דער צוקונפֿט. אילאָוויטש האָט אויך, אַזוי ווי דער בדחן און קאָמיקער יואלי לעבאָוויטש, אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר הומאָר, כאָטש אָפֿט מאָל דריקט ער אים אויס אויף אַ מער סובטילן אופֿן ווי בײַ ס׳רובֿ חסידישע פֿאַרווײַלער. ער איז אויך, לויט מײַן באַשיידענער מיינונג, איינער פֿון די טאַלאַנטירטסטע לידער־שרײַבער בײַ די חסידים וואָס שייך דער פּאָעטישער סטיליסטיק.
די אַלע עלעמענטן גיסן זיך צונויף אין זײַן נײַעם ליד „בערל‟. אויף איין ניוואָ איז עס פּשוט אַ פֿאַרווײַלעריש לידל וועגן אַ קינד, וואָס פֿירט זיך אויף ווי אַ צעבאַלעוועטער סמאַרקאַטש. אויף אַן אַנדער ניוואָ איז דאָס ליד אַזאַ מין „וויץ־מעשׂה‟ נוסח אָ־הענרי אָדער שלום־עליכם.
דערצו פֿאַרמאָגט עס עלעמענטן, וואָס דערמאָנען סײַ די בעסטע לידער־שרײַבער פֿאַר קינדער אויף ייִדיש און ענגליש (איבערהויפּט קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און ד׳׳ר סוס), סײַ דעם דערציילערישן סטיל פֿון יום־טובֿ עהרליך.
אחרון אחרון הבֿיבֿ — איז דאָס ליד מוזיקאַליש אויסערגעוויינטלעך, אַ ראָקליד מיט ייִדישע עלעמענטן און השפּעות פֿון דער אַראַבישער מוזיק וואָס פֿאַרפֿיקסירט זיך אין זכּרון.
אַהרן בענדיטש, אַ יונגער לייענער פֿונעם פֿאָרווערטס, פֿאַרברענגט אַ סך צײַט מיט זײַן 103־יעריקן זיידן, מאַקס. מאַקס, אַ קינד פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע אימיגראַנטן און אַ וועטעראַן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, געדענקט אָן אַ שיִעור ייִדישע לידער, אַרײַנגערעכנט ווייניק באַקאַנטע לידער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער בינע.
אַהרן האָט זיך געוואָנדן צו אונדז מיט דער פֿראַגע, צי מיר דערקענען אָט דעם ליד, וואָס זײַן זיידע האָט לעצטנס געזונגען. דאָס ליד האָט אַ מאָדנע טעמאַטיק: ס׳איז וועגן יונגע־לײַט, וואָס שלינגען אײַן גאָלדפֿיש. מה זה? ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַזוי ווי ס׳איז, אַ פּנים, הײַנט אַ מאָדע בײַ געוויסע יונגע־לײַט אײַנצושלינגען „טײַד־פּאָדס‟, דאָס הייסט, וועשזייף אין קליינע קאַפּסולן, האָט די פּרעסע אין די 1930ער יאָרן געשריבן וועגן דעם פֿאַקט, וואָס יונגע־לײַט האָבן דעמאָלט כּלומרשט אײַנגעשלונגען גאָלדפֿיש לעבעדיקערהייט. און דאָס איז, ווי מע קען זען פֿונעם דאָזיקן ווידעאָ, געוואָרן די טעמע פֿון אַ ייִדיש ליד.
צי ווייסט איר נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם ליד? שרײַבט kutzik@forward.com.
אין אַפּריל 1959 איז דער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער געקומען אויף אַ לאַנגן באַזוך קיין אַמעריקע און קאַנאַדע, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ ריי רעפֿעראַטן און פֿאָרגעלייענט זײַנע לידער.
אויף אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, זענען די איינציקע רעקאָרדירונגען וואָס זענען פֿאַרבליבן פֿון סוצקעווערס רעדעס בעתן דאָזיקן באַזוך געמאַכט געוואָרן אין דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟, וווּ מע האָט צווישן די יאָרן 1953 און 2005 רעקאָרדירט טויזנטער עפֿנטלעכע פּראָגראַמען. ווי אַ סטיפּענדיאַנט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ איז מײַן אַרבעט געווען אויסצוסדרן די אַלע רעדעס און זיי אַרויפֿשטעלן אויף דער אינטערנעץ. איך האָב אויך געמאַכט אַ סעריע פֿילמען מיט אויסצוגן פֿון די רעדעס באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. אָט קען מען זען, למשל, אַן אויסצוג פֿון סוצקעווערס אַ רעדע וואָס ער האָט געהאַלטן דעם 24סטן מײַ 1959 וועגן זײַן לעבן ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין די ליטווישע וועלדער:
מיט אַ חודש פֿריִער, ווען דער פּאָעט איז ערשט אָנגעקומען קיין מאָנטרעאָל, האָט מען געמאַכט פֿאַר אים אַ ריזיקן קבלת־פּנים. צווישן די רעדנער וואָס זענען געקומען אים באַגריסן זענען געווען באַוווּסטע ייִדישע שרײַבער פֿון מאָנטרעאָל און ניו־יאָרק, קינדער פֿון די מאָנטרעאָלער ייִדישע טאָגשולן און עטלעכע זינגער, צווישן זיי — אַניע לעדערהענדלער, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט הירש גליקס פּאַרטיזאַנער־הימען אין איינעם מיטן רירנדיק ליד „ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ (ווערטער: אַ. ל. וואָלפֿסאָן; מוזיק: אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי). כאָטש עס קלינגט ווי אַ ליד וואָס מע האָט געשאַפֿן לזכר דער פֿאַרטיליקטער ירושלים ד׳ליטא, האָט מען דאָס ליד אין דער אמתן אָנגעשריבן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער, לאַנג פֿאַרן חורבן.
אין דער זעלביקער צײַט וואָס איך האָב דיגיטאַליזירט די רעקאָרדירונג האָב איך צופֿעליק זיך אָנגעשטויסן אויפֿן בילדער־אַלבאָם פֿונעם װילנער היסטאָריקער, לײזער ראַן, „ירושלים ד׳ליטא אילוסטרירט און דאָקומענטירט‟. די אוניקאַלע בילדער, מיט קליינע דערקלערונגען אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און ענגליש האָבן מיך טיף גערירט. ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן, איך זאָל באַגלייטן אַניע לעדערהענדלערס נוסח פֿון „ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ מיט די בילדער פֿונעם אַמאָליקן ווילנע וואָס לייזער ראַן האָט צונויפֿגעזאַמלט. אויבן קען מען זען דעם רעזולטאַט.
אַזוי ווי אויפֿן אַמאָליקן ייִדישן „איסט־סײַד‟, ווערן הײַנט אַ סך פֿון די גרעסטע מוזיקאַלישע שלאַגערס בײַ די חסידים לכתּחילה געשאַפֿן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. אַזוי האָב איך געמיינט איז געווען דער פֿאַל מיטן ליד „ס׳איז גוט פֿאַר מיר‟ פֿון באָריס האַס׳ שפּיל „סליחות־נאַכט אין קיִעוו‟ (1992), וואָס מע הערט עד־היום אויף די חסידישע שׂימחות.
דאָס ליד צייכנט זיך אויס ניט בלויז מיט זײַן לעבעדיקער מוזיק, נאָר אויך מיט זײַן רײַכן ווערטער־אוצר: די שפּראַך און די גראַמען זענען אַ היפּש ביסל מער ליטעראַריש ווי בײַ ס׳רובֿ פּאָפּולערע חסידישע לידער. טאַקע דערפֿאַר האָב איך אַ ביסל אויסגעפֿאָרשט דאָס ליד און זיך דערוויסט, אַז ניט ברוך האַס האָט אים אָנגעשריבן ווי ס׳רובֿ מענטשן מיינען, נאָר דווקא אַהרן לעבעדעוו, וואָס האָט אים אָנגעשריבן פֿאַרן זינגער און אַקטיאָר מאַקס פּערלאַן. די ווערטער אין די ערשטע טיילן פֿון פּערלמאַנס נוסח פֿון 60 יאָר פֿריִער זענען אידענטיש. אָט קען מען עס הערן:
עס זעט אָבער אויס, אַז ברייט באַקאַנט איז דאָס ליד ניט געוואָרן ביז 1992, ווען ברוך האַס האָט אים אַרײַנגענומען אין זײַן שפּיל.
דער דאָזיקער נוסח, פֿאָרגעשטעלט דורכן פּאָפּולערן זינגער לוי פֿאַלקאָוויטש, אין איינעם מיט יוחי בריסקמאַנס אָרקעסטער איז בפֿירוש געלונגען. אַ מחיה צו הערן אַ מאָל, אַז אַ חסידישער זינגער זאָל אויפֿטרעטן מיט אַ ליד אָן קיין עלעקטראָנישער באַגלייטונג.
דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער זינגער דודו פֿישער האָט אַ מאָל אויפֿגעטראָטן מיט אַ ריי קאָנצערטן מיטן תּל־אָבֿיבֿער ייִדישן טעאַטער „ייִדישפּיל‟. די ספּעקטאַקלען האָט מען אַ נאָמען געגעבן „ייִדישפּיץ‟. ווי אַ טייל פֿון די פֿאָרשטעלונגען, האָט ער געזונגען אַן אינטערעסאַנטע ייִדישע פּאַראָדיע פֿונעם ליד „לאַרגאָ־אַל־פֿאַקטאָטום‟ פֿון גיאָטשינאָ ראָסיניס אָפּערע „דער שערער פֿון סעוויל‟. דאָס ליד, בעסער באַקאַנט ווי „פֿיגאַראָ‟, איז מסתּמא צום מערסטנס הײַנט באַקאַנט ווי הינטערגרונט־מוזיק בײַ די אַנימירטע אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אַזוי ווי „טאָם און דזשערי‟ און „באָגס באָני‟.
אינעם הומאָריסטישן ייִדישן נוסח, מיט ווערטער פֿון פּסח בורשטיין און דייוו קאַש, ווערט דער שערער „פֿיגאַראָ‟ פֿאַרוואַנדלט אין אַ שדכן מיטן נאָמען משה קענט און אַנשטאָט צו באַרימען זיך מיט די פֿריזורן, וואָס ער שאַפֿט, באַרימט ער זיך מיט די שידוכים, וואָס ער פֿירט דורך. דער באַקאַנטער רעפֿריין „פֿיגאַראָ‟ ווערט אויך פֿאַרוואַנדלט אין „שוויגאַראָ‟, אַן אַבסורדישע רעפֿערענץ צו דער וויכטיקייט פֿון דער שוויגער אינעם ייִדישן פֿאָלקס־הומאָר.
זייער אָפֿט דערוויסט מען זיך וועגן די נײַסטע לידער אויף דער חסידישער גאַס דורך די פֿילמען, וואָס די וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציעס לאָזן אַרויס לכּבֿוד זייערע באַנקעטן.
אין דעם פֿאַל האָט די אָרגאַניזאַציע RCCS, וואָס שטיצט אונטער פֿרומע משפּחות, וועמענס קינדער ווערן קראַנק אויף ראַק (אָדער ווי מע זאָגט בײַ די חסידים: „יענע מחלה‟), ספּעציעל געבעטן, מע זאָל קאָמפּאָנירן אַ ליד צו באַשײַנען דעם אָוונט.
דאָס ליד, אַ „ייִדיש האַרץ‟, האָט אָנגעשריבן דער פּאָפּולערער חסידישער זינגער פֿון בעלגיע, הירש ראָטענבערג. עס באַגלײטן אים דער „שירה־כאָר‟ און די „פֿריילעך־קאַפּעליע‟.
דער ריזיקער באַנקעט־אָוונט, אויף וועלכן עס זענען געקומען מער ווי טויזנט מענטשן, איז פֿאָרגעקומען דעם 24סטן יולי אין מאָנראָ, ניו־יאָרק.