פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/184920/
דער טאַטע האָט געקויפֿט דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע אַ פּאָר גליטשערס, האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע זייער דערפֿרייט.
— אײַ, גוט! — האָט ער געזאָגט, — דער טײַך איז דאָך שוין פֿאַרפֿרוירן, וועל איך זיך מאָרגן גליטשן.
דערווײַל איז ער געגאַנגען שלאָפֿן, און די גליטשערס האָט ער אונטערגעלייגט אונטער זײַן בעטל, ער זאָל זיי גלײַך געפֿינען מאָרגן אָן שום זאָרגן, ווען ער וועט אויפֿשטיין. און ווי ער איז אײַנגעשלאָפֿן, אַזוי איז געקומען צו פֿליִען דער מלאך פֿון חלומות און אַ זאָג געטאָן צום ייִנגעלע מיטן רינגעלע:
— העי, ייִנגעלע־רינגעלע! קום, לאָמיר גיין צום מלכס פּאַלאַץ, וועסטו דאָרטן זען דעם בן־מלך מיט דער בת־מלכּה און אַלע שיינע, גוטע זאַכן.
— אוי, יאָ! — האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן ייִנגעלע־רינגעלע, — לאָמיר טאַקע גיין. אָבער וואָס טו איך מיט די גליטשערס, וואָס דער טאַטע האָט מיר געבראַכט?
— נעם זיי מיט זיך, — האָט דער מלאך געענטפֿערט, — וועסט זיך דאָרטן גליטשן.
ר’ אליעזר־שלמה שיק, באַקאַנט ווי דער מהראָ”ש, איז אַ וויכטיקער רבֿ בײַ די ברעסלאָווער חסידים. ער וווינט אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, אָבער ער איז אָנערקענט ווי דער גײַסטיקער פֿירער פֿון „ברעסלאָוו סיטי‟, אַ קהילה פֿון אפֿשר 400 ברעסלאָווער משפּחות, אַן ערך 20% פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿונעם ייִשובֿ יבֿנאל אין ישׂראל. כאָטש ס’רובֿ אײַנוווינער זײַנען דאָרט בעלי־תּשובֿה און ספֿרדים, וואָס דער מהראָ”ש האָט זיי געמאַכט פֿאַר ברעסלאָווער, דרשנט ער ווײַטער אויף ייִדיש, און אַזוי ווי די ברעסלאָווער זײַנען שטענדיק פֿאַרנומען מיט מקרבֿ זײַן אַנדערע ייִדן, שטעלט מען זײַנע דרשות אַרויף אין אינטערנעץ. זײַט איר פֿאַרבעטן צו הערן די דאָזיקע דרשה לכּבֿוד חמישה־עשׂר בשבֿט, אין וועלכער אַ מענשט ווערט געגליכן צו אַ בוים.
די וואָך האָט אונדזער חשובֿער פֿרײַנד ר׳ לייזער אַברבנל געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „וויליאַמסבורג‟, פֿונעם באַקאַנטן חסידישן זינגער ר׳ יום־טובֿ עהרליך. דער „פֿאָרווערטס‟ וועט שיקן ר׳ לייזערן אַ כּשרע און אַן ערלעכע פּרעמיע. הערט דאָס גאַנצע ליד:
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ ווייניקער פֿרום ליד (אָבער פֿאָרט ניט קיין שטיק אַפּיקורסות). שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
אַזוי לייענט זיך דאָס קעפּל פֿון „פֿאָרווערטס‟ פֿונעם 26סטן פֿעברואַר 1899, ווען דאָס דאָזיקע בילד איז דערשינען אויף דער ערשטער זײַט. עס האַנדלט זיך וועגן דעם קאָמעט „בילאַ‟, וואָס מע האָט אים אידענטיפֿיצירט אין 1826 און באַלד אויסגעפֿונען, אַז זײַן אָרביט קרייצט זיך מיטן אָרביט פֿון אונדזער ערד. צוליב דעם פֿאַקט פֿלעגן זיך אָפֿט פֿאַרשפּרייטן קלאַנגען, אַז די ערד וועט אין אַזאַ און אַזאַ טאָג זיך צונויפֿשטויסן מיט „בילאַ‟ און דאָס וועט זײַן אונדזער סוף.
נאָר צום גליק איז די דאָזיקע מעגלעכקייט געווען זייער אַ קליינע, און דערצו האָט דער קאָמעט זיך געשפּאָלטן אין צווייען און איז דערנאָך אין גאַנצן זיך צעפֿאַלן. אין 1852 האָט מען דערזען „בילאַ‟ צום לעצטן מאָל — דערנאָך זײַנען פֿאַרבליבן בלויז רעשטלעך, מעטעאָרן, וואָס האָבן זיך פֿאַרברענט אין דער ערדישער אַטמאָספֿער. אין 1899 איז אַוודאי ניט געווען קיין סכּנה, אָבער וואַרפֿן אַ שרעק אויפֿן לייענער האָט זיך געלוינט, כּדי צו פֿאַרקויפֿן די צײַטונג…
פֿריִער האָב איך געהאַט אַ מיאוסע טבֿע צו דערצײלן די מענטשן װעגן מײַנע קרענק און פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, אָבער דאָ ניט לאַנג צוריק האָב איך באַשלאָסן אױפֿצוהערן משׂמח זײַן די מענטשהײט אױף אַזאַ נאַיִװן אופֿן.
ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז אַלע מענטשן האָבן כאָטש אײן מאָל אין זײער לעבן געהאַט עפּעס אַ פּראָבלעם. מײַן שכנה, װעלכע איז ענלעך אױף אַ סיבירער רױטער בעריכע, הערט ניט אױף צו טענהן: „איך פֿאַרשטײ, אַז אַלע רײַפֿע פֿרױען האָבן אַ מיאוסע טבֿע צו װערן מיט יאָרן אַלץ דיקער און דיקער. איר װעט ניט גלײבן, נאָר אַ מאָל האָב אױך איך געװויגן דרײַ קילאָ און צװײ הונדערט גראַם‟.
אַז איך הער דאָס טאָג־טעגלעכע יאָמערן פֿון מײַן שכנה, הײב איך אָן זיך צו פֿרײען, אַז גאָט האָט מיך באַפֿרײַט פֿון די זאָרגן איבער אַ גױדער, װעלכער ליגט ערגעץ װוּ אין די שמאַלץ־קנײטשן אױפֿן בױך.
פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/184709/
— הײַנט, זונעלע, וועסטו גיין פֿרי שלאָפֿן, וואָרעם מאָרגן איז דאָס דריטע ליכטל, וועלן מיר גיין צום זיידן אויף לאַטקעס און מיר וועלן דאָרטן פֿאַרברענגען ביז שפּעט אין דער נאַכט.
אַזוי האָט געזאָגט די מאַמע צום ייִנגעלע מיטן רינגעלע. און דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע האָט שוין געוווּסט, וואָס איז דאָס פֿאַר אַ דריט ליכטל. ער האָט געוווּסט, אַז עס איז חנוכּה, בענטשט מען חנוכּה־ליכטלעך, יעדן טאָג צינדט מען אָן מיט אַ ליכטל מער, און אַזוי גאַנצע אַכט טעג, ביז עס ענדיקט זיך חנוכּה און עס ווערט שוין אויס יום־טובֿ. און די טעג פֿון דעם יום־טובֿ ציילט מען נאָך די ליכטלעך: דער ערשטער טאָג איז דאָס ערשטע ליכטל, דער צווייטער טאָג איז דאָס צווייטע ליכטל, דער דריטער טאָג איז דאָס דריטע ליכטל און אַזוי ווײַטער, און צום דריטן ליכטל, ווייסט דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע, גייט מען צום זיידן אויף לאַטקעס. אַלע יאָר אַזוי, זינט ער געדענקט. דער זיידע גיט אים אַ דריידל, אויסגעגאָסן פֿון בלײַ, און ער דרייט דאָס דריידל, און ס’איז אַזוי פֿריילעך נאָך בעסער ווי בײַם מלך! און די באָבע דערלאַנגט די הייסע לאַטקעס צום טיש און דער זיידע דערציילט מעשׂיות פֿון חנוכּה, אַזעלכע שיינע מעשׂיות!
GUCCI VUMP - Sha! Shtil! (Doc-Terry Video Mix) from ATOMIC VIDEO on Vimeo.
ווען מיר האָבן געפֿונען דעם דאָזיקן מוזיק־ווידעאָ, האָבן מיר זיך שטאַרק פֿאַרוווּנדערט: דאָס קלאַסישע ליד „שאַ, שטיל‟ געמישט מיט דער מאָדערנער „טעכנאָ‟־טאַנצמוזיק, און דערצו מיט אַ מין טאַנצן, וואָס מיר זײַנען ניט צוגעוווינט צו זען פֿאַרבונדן מיט אונדזערע לידער. אָבער עס דאַרף ניט זײַן קיין חידוש — ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך.
דאָס ליד האָבן געשאַפֿן די צוויי פֿראַנצייזישע „די־דזשייס‟ גיִיאָם בריִער און לויִ בראָדינסקי, וואָס זייער גרופּע הייסט „גוטשי וווּמפּ‟. (וואָס דאָס מיינט, הייבן מיר ניט אָן צו וויסן.) דעם ווידעאָ האָט געשניטן אַ דריטער „די־דזשיי‟, וואָס רופֿט זיך דאָק טערי — געשניטן אויפֿן סמך פֿון אַ יאַפּאַנישער טעלעוויזיע־רעקלאַמע. קענען מיר באַרויִקן דעם לייענער, אַז קיין ייִדישע טעכטער האָבן מסתּמא ניט געהאַט קיין שאָדן פֿון דעם דאָזיקן ווידעאָ.
יענע וואָך האָט קיינער ניט געטראָפֿן דאָס ליד, קענען מיר ניט מעלדן קיין געווינער. אָבער מיר ווילן אײַך סײַ־ווי מודיע זײַן, אַז דאָס ליד הייסט „געלט‟, געזונגען פֿונעם פּאָפּולערן חסידישן שטערן ליפּע שמעלצער. הערט דאָס גאַנצע ליד:
די וואָך ברענגען מיר אײַך אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ליד פֿון יענע מקומות. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
דעם גרויסן נוצן פֿון דער ייִדישער דראַמע און פֿון דעם זעלבשטענדיקן ייִדישן טעאַטער פֿאַר בראָנזוויל קען מען זען אויף דעם בילד, וואָס איז געצייכנט געוואָרן כּמעט פֿון אמתן לעבן.
אַזוי ווי „לאָמבער‟ (האָלץ) איז איצט טײַער, האָבן די בראָנזווילער ייִדן אַנטליִען אין זייער „ליבערטי‟־טעאַטער „סינעריס‟ (דעקאָראַציעס), די גאָלדענע שטולן און סטאַטועס און מען שטעלט אויס סוכּות, אַזש גראַפֿן מעגן אין זיי עסן.
אָט אַזאַ לעבנס־נויטווענדיקייט איז דער טעאַטער פֿאַר בראָנזוויל.
די ערשטע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן און עטנאָגראַפֿן זײַנען געװען געפּלעפֿט פֿון די אומצאָליקע אוצרות, צעזײט אין די טױזנטער ייִדישער הײַזקעס פֿון די ייִדישע שטעטלעך.
שמואל לעהמאַן דערמאָנט אײנעם פֿון זײַנע אינפֿאָרמאַנטן פֿון װאַרשע, ר’ נח קובעל (צונאָמען נח ריז, 1852־1916), פֿון װעלכן לעהמאַן האָט פֿאַרשריבן אַריבער הונדערט מעשׂהלעך. װעלכע פֿון יענע מעשׂהלעך זײַנע געװען נח קובעלס אָריגינעלע װערק, און װעלכע האָט ער פּשוט איבערדערצײלט אָדער איבערגעניצעװעט, װעלן מיר זיך קײן מאָל ניט דערװיסן; אָבער אַזעלכע פֿאָלקס־דערצײלער זײַנען בײַ ייִדן געװען אַ סך. אײנער פֿון אַזעלכע דערצײלער איז געװען אונדזער שכן, דער פֿעטערטשי זוניע. זײַנע באַלערעװדיקע מעשׂהלעך זײַנען אױף אײביק געבליבן אין מײַן זכּרון, און דעם אמת געזאָגט, אױך איך געדענק שױן ניט, װעלכע פֿון זײ האָב איך געהערט פֿונעם פֿעטערטשי זוניע, און װעלכע האָב איך אַלײן אױסגעטראַכט.
פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/184534
ייִנגעלע רינגעלע האָט זיך אויפֿגעכאַפּט אין מיטן שלאָף. האָט ער דערזען, אַז עס איז בײַ נאַכט און אַרום איז פֿינצטער און אַלע אין הויז שלאָפֿן, איז ער צוריק אײַנגעשלאָפֿן.
האָט דער מלאך פֿון חלום דערזען, אַז דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע שלאָפֿט ווײַטער, האָט ער זיך צו אים אָנגערופֿן:
— נו, ייִנגעלע מיטן רינגעלע, גייען מיר ווײַטער זוכן דעם מלכס פּאַלאַץ אויף יענער זײַט טײַך?
— געוויס, — ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע, — געוויס גייען מיר ווײַטער, וואָרעם איך חלש שוין אַזוי זײַן דאָרטן און זען דעם מלך מיט דער מלכּה און זייער ייִנגעלע, דעם בן־מלך, מיט זייער מיידעלע, דער בת־מלכּה, און אַז איך וועל זײַן דאָרטן, וועל איך דעם מלך אַלצדינג דערציילן, אַלצדינג וואָס איך האָב געזען און געהערט אויף מײַן ווײַטן וועג, און אַז ער וועט דאָס אַלצדינג הערן, וועט זײַן האַרץ ווייך און גוט ווערן. נו, קום! אָבער וווּ איז מײַן פֿערד?
מרים־חיה סגל איז ניט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. זי טרעט אויף מיט קאָנצערטן און טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען שוין 10־15 יאָר, זינט זי איז דאָס ערשטע מאָל געקומען אויפֿן באַרימטן „קלעזקעמפּ‟ (הײַנט דאַרף מען צוגעבן: ע״ה). זי איז פֿון די זייער ווייניק יונגע קלעזמאָרים הײַנט, וואָס שרײַבן און קאָמפּאָנירן אייגענע לידער אויף ייִדיש, און דער נײַער אַלבאָם נעמט אַרײַן 7 אָריגינעלע שאַפֿונגען אירע. אינספּירירט אין דעם האָט די פֿאַרשטאָרבענע פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס אין איר הויז האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געמאַכט מיט מרים־חיה דעם דאָזיקן אינטערוויו.
דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען מיטוואָך דעם 28סטן יאַנואַר, 7 אַ זייגער, אינעם מוזיי אויף דער עלדרידזש־סטריט.
Museum at Eldridge Street
12 Eldridge Street
New York City
מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט פּראָפֿ’ דובֿ־בער קערלער געוווּנען אונדזער פֿאַרמעסט. ער האָט ריכטיק געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „אײַ בײַ יאַבאַבײַ‟, געזונגען פֿון מײַק בורשטיין און געשריבן פֿון ב. ליליאַן (מסתּמא ליליאַן לוקס — בורשטיינס מאַמע). הערט דאָס גאַנצע ליד:
די וואָך ברענגען מיר אײַך אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ליד — זייער אַ קורצן אויסצוג. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, און זינגער. דער ערשטער, וואָס טרעפֿט ריכטיק, וועט באַקומען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
מיר פֿירן אײַן אַ נײַעם אָפּטייל אין אונדזער „עונג שבת‟ — פֿון קאַריקאַטורן, סײַ נײַע, סײַ אַמאָליקע. די ייִדישע פּרעסע האָט אַ גרויסע טראַדיציע פֿון קאַריקאַטורן, אַפֿילו זשורנאַלן ספּעציעל געווידמעט קאַריקאַטורן, ווי „דער גרויסער קונדס‟ און „דער קיביצער‟. אונדזער היסטאָריקער אין דעם געביט איז ד״ר עדי פּאָרטנוי פֿון ייִוואָ, וואָס לערנט אויך אין ראָטגערס־אוניווערסיטעט. ער גרייט צו אַ גרויס בוך פֿון ייִדישע קאַרטיקאַטורן, וואָס די גאַנצע ייִדיש־וועלט קוקט אַרויס אויף זײַן דערשײַנען. דערווײַל קענען מיר בלויז שטילן דעם הונגער מיט אַזעלכע קאַריקאַטורן, וואָס פּאָרטנוי נעמט ניט אַרײַן אין זײַן זאַמלונג. אָבער ניט געפֿערלעך: עס זײַנען פֿאַראַן טויזנטער — כאָטש אַ סך זײַנען גאָר שלעכט אָדער אַזוי „פּאָליטיש אומקאָרעקט‟, אַז מע טאָר זיי הײַנט ניט דרוקן…
אונדזער ערשטע קאַריקאַטור איז פֿון „דער גרויסער קונדס‟: אַ בילד ווי דער „פֿאָרווערטס‟ (פֿאַרקערפּערט פֿון אַ גראָבן „אָלרײַטניק‟) שלינגט אײַן דעם אַרבעטער־רינג. דעמאָלט איז דער אַרבעטער־רינג אַרײַן אינעם „פֿאָרווערטס‟־בנין און ס’איז געווען אַ געפֿיל, אַז די „אימפּעריאַליסטישע‟ צײַטונג וויל אַלץ אַרײַנשלינגען.
אין די לאַנגע זומער־אָװנטן איז ניט געװען קײן בעסערע זאַך װי צו זיצן אױפֿן גאַניק און זיך צוהערן צו די מעשׂהלעך פֿונעם פֿעטער זוניע, זאָל זיך מיִען. ער איז געװען אַ דערצײלער פֿון גאָט, און געקענט אַ סך מעשׂהלעך. אַגבֿ, אַלע מיט אַ דערציִערישן צװעק. פֿון די הונדערטער געשיכטעס, װאָס ער האָט אונדז דערצײלט, רופֿט בײַ מיר אַרױס אָט די, װעלכע איך װעל אײַך איצט איבערדערצײלן, מער פֿראַגעס, װי אַנדערע.
קודם־כּל, די העלדן פֿון דער מעשׂה טראָגן קאָנקרעטע ייִדישע נעמען, אָבער פֿאַר װאָס דװקא די־אָ: שלמה, שמעון, קאָפּל און ראובֿן איז גאָר ניט קלאָר. און צװײטנס, די צאָל העלדן און די צאָל געשעענישן חזרן זיך איבער ניט דרײַ מאָל, װאָס איז אַ באַװוּסטער פֿאָלקס־מיטל, נאָר פֿיר מאָל. און נאָך אַ זאַך, דער פֿעטער זוניע איז געקומען קײן בעסאַראַביע פֿון פּױלן און גערעדט אַ שײנעם צעצױגענעם ייִדיש: „אָט, קינדער, גײַ עך צין אַך. הערטשע אַ מאַנסע‟:
פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/184338
ייִנגעלע איז אָן דעם רינגעלע קיין מאָל ניט געגאַנגען שלאָפֿן.
ליגט אַזוי ייִנגעלע מיטן רינגעלע אין זײַן בעטעלע און טראַכט: „וווּהין וועלן מיר הײַנטיקע נאַכט גיין, איך מיט מײַן רינגעלע? און וועלן מיר אַ מאָל קומען צום מלך אין פּאַלאַץ און זען דאָרטן דעם בן־מלך מיט דער בת־מלכּה און אַלע שיינע גוטע זאַכן?‟
און דאָ האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע דערמאָנט אין די שניטער אין פֿעלד, וועלכע שנײַדן ברויט און לײַדן נויט, ווײַל אַלץ וואָס זיי שנײַדן איז פֿאַרן מלך מיט די פּריצים, און פֿאַר זיי אַליין בלײַבט גאָרנישט ניט איבער. ייִנגעלע האָט זיך דאָס דערמאָנט, האָט ער אַ זיפֿץ געטאָן און געזאָגט צו זיך:
דעם 13טן יאַנואַר 1948 איז אויף סטאַלינס באַפֿעל דערמאָרדעט געוואָרן דער גרויסער ייִדישער אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס, דער דירעקטאָר פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער „גאָסעט‟ און דער אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. זײַן מאָרד האָט אײַנגעפֿירט די „שוואַרצע יאָרן‟ פֿון רדיפֿות פֿאַר די סאָוועטישע ייִדן, וואָס האָט זיך געענדיקט מיט סטאַלינס טויט אין 1953, כאָטש די מלוכה האָט ווײַטער גערודפֿט די ייִדן און די ייִדישע קולטור צענדליקער יאָרן.
אין דעם דאָזיקן אויסצוג זעט מען מיכאָעלס אין זײַן באַקאַנטסטער ראָלע פֿון קעניג ליר אין דער פּיעסע פֿון שעקספּיר, וואָס איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין 1935. פֿון איין זײַט, איז אַ שאָד, וואָס ס׳זענען געבליבן נאָר די עטלעכע מינוט פֿון אַ פֿאָרשטעלונג וואָס האָט געשמט ווי איינע פֿון די בעסטע אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער. פֿון דער צווייטער זײַט, איז כּדאַי צו געדענקען, אַז פֿון די אַנדערע גרויסע פֿאָרשטעלונג פֿון יענער צײַט, ווי, למשל, „יאָשע קאַלב‟, אויפֿגעפֿירט פֿון מאָריס שוואַרצעס ייִדישן קונסט־טעאַטער, איז קיין פֿילם ניט פֿאַרבליבן בכלל.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט פּראָפֿ’ דובֿ־בער קערלער געוווּנען אונדזער פֿאַרמעסט. ער האָט ריכטיק געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „אײַ בײַ יאַבאַבײַ‟, געזונגען פֿון מײַק בורשטיין און געשריבן פֿון ב. ליליאַן (מסתּמא ליליאַן לוקס — בורשטיינס מאַמע).
די וואָך ברענגען מיר אײַך אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ליד — זייער אַ קורצן אויסצוג. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, און זינגער. דער ערשטער, וואָס טרעפֿט ריכטיק, וועט באַקומען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
לערער: איצט, אַז איך האָב אײַך דערקלערט די מוראדיקע שטאַרקייט און דרייסטקייט פֿונעם לייב, קען ווער פֿון אײַך מיר אָנרופֿן אַ וואָסער־ניט־איז חיה, פֿאַר וועלכער דער קעניג פֿון די חיות זאָל שטיין מיט שרעק פֿאַר איר?
תּלמיד: יאָ, די לייביכע…
אַז מע לעבט, דערלעבט מען. און אַ סימן דערפֿון איז, אַז אָט, דאָס יאָר איז פֿאַרבײַ און, פּונקט װי מיט אַ יאָר צוריק, האָב איך דעם כּבֿוד פֿאָרצושטעלן דעם ייִדישן לײענער די נעמען פֿון די „שנאָבעל־פּרײַז‟־לאַורעאַטן פֿאַרן יאָר 2014, אויסגעטיילט דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער דורכן האַרוואַד־אוניווערסיטעט, װי אױך באַקענען אײַך מיט זײערע געניאַלע אַנטדעקונגען.
אױפֿן געביט פֿון פֿיזיק האָט דעם „שנאָבעל־פּרײַז‟ באַקומען אַ גרופּע געלערנטע פֿונעם יאַפּאַנער אוניװערסיטעט קיטאַסאַטאָ, פֿאַר זײערע אױספֿאָרשונגען פֿון באַנאַנען־שאָלעכץ. די הױפּט־פֿראַגע פֿון דער אױספֿאָרשונג איז געװען: פֿאַר װאָס איז די באַנאַנען־שאָלעכץ אַ סך גליטשיקער פֿון דער עפּל־שאָלעכץ און מאַראַנצן־שאָלעכץ. פֿון אָנהײב אָן האָבן די אױספֿאָרשונגען אױסגעזען װי אַ נאַרישער געדאַנק, אָבער שױן נאָך דעם, װי די יאַפּאַנער געלערנטע האָבן באַקומען דעם „שנאָבעל־פּרײַז‟, האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז זײער אױספֿאָרשונג האָט אַ װיכטיקע פּראַקטישע נוץ, דהײַנו: די פּאָליצוקערדיקע זשעלע, װעלכער מאַכט די באַנאַנען־שאָלעכץ מוסכּן־גליטשיק, געפֿינט זיך אין מענטשנס געלענקען, און טאַקע אַ דאַנק די „מאָדנע אױספֿאָרשונגען‟ פֿונעם פּראָפֿעסאָר קיאָשי מאַבוטשי און זײַנע קאָלעגן, װעט זײַן גרינגער אױסצומאָדעלירן די קינסטלעכע געלענק־פּראָטעזן.