Oyneg Shabes

דער ערשטער מײַ (דרײַצנטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

May Day (Chaper XIII of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

Aharon Gudelman

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/185488/

דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע האָט זיך זייער שטאַרק געגרייט צום ערשטן מײַ. איין קלייניקייט: דער ערשטער מײַ! ער וועט דאָך זיכער גיין מיט אַלע קינדער צום מײַ־פֿעסט און ער וועט זײַן דער קעניג און דער שכנהס מיידעלע וועט זײַן די קעניגין. ער האָט שוין אַלצדינג פֿאַרטיק גרויסאַרטיק: די קרוין פֿון קאַרטאָן מיט גאָלדן פּאַפּיר אַרומגעקלעפּט, און דעם פּורפּור־מאַנטל געמאַכט פֿון פּאַפּיר.

מאָרגן, מאָרגן וועט דאָס זײַן! נו, און דערווײַל דאַרף מען גיין שלאָפֿן און זיך גוט אויסשלאָפֿן און אויפֿשטיין מאָרגן פֿריש און געזונט.

האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע געלייגט שלאָפֿן, און ווי נאָר ער איז אײַנגעשלאָפֿן — אַהאַ, ער איז דאָ דער מלאך פֿון חלומות און ער שלעפּט אים שוין פֿאַרן הענטל:

— קום!

— וווּהין? — פֿרעגט אים ייִנגעלע־רינגעלע.

Read more


דורך קרומע ברילן

Through Crooked Glasses

מיר ברענגען אײַך אַ וווּנדערלעכע נײַע רעקלאַמע פֿון דער חסידישער פֿירמע On Time Studios („בײַצײַטנס־סטודיאָס‟) — ניט אין גאַנצן אויף ייִדיש, אָבער מיט אַ סך ייִדישן חן.


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

די וואָך האָט אונדזער פֿרײַנד פֿון ביראָבידזשאַן (און ניו־יאָרק), שמואל מילשטיין, געטראָפֿן דאָס ליד: „שיבֿת ציון‟, פֿונעם באַרימטן ווילנער בדחן און פּאָעט אליקום צונזער, געזונגען פֿון יואל ענטין. הערט דאָס גאַנצע ליד:

מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ רעציטאַציע פֿון אַ צווייטן פּאָעט — צופֿעליק איז עס דאָס סאַמע ערשטע ליד, וואָס דער דאָזיקער פּאָעט האָט אָנגעשריבן. שיקט אַרײַן זײַן נאָמען און דעם טיטל פֿונעם ליד, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


דער „זעלבסטהערשער‟ פֿון איסט־בראָדוויי

The Autocrat of East Broadway

אין דער דאָזיקער קאַריקאַטור זעען מיר ווי שאול יאַנאָווסקי, רעדאַקטאָר פֿון דער אַנאַרכיסטישער „פֿרײַער אַרבעטער־שטימע‟, און דער פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד גיבן שמיץ דעם „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן. אַזוי ווי דער „פֿאָרווערטס‟ איז געווען די שטאַרקסטע ייִדישע צײַטונג און קאַהאַן האָט איבער אים געהערשעוועט ווי אַ קייסער, האָבן די אַנדערע צײַטונגען און זשורנאַלן אים אָפֿט אַטאַקירט. דער סאַטירישער זשורנאַל „דער גרויסער קונדס‟ האָט ספּעציעל הנאה געהאַט פֿון חוזק מאַכן פֿון קאַהאַנען אין אַ סך קאַריקאַטורן. ד”ר עדי פּאָרטנוי דערציילט, אַז צוליב די דאָזיקע חוזק־בילדער האָט קאַהאַן אַליין געוויינטלעך פֿאַרווערט צו דרוקן סײַ־וועלכע קאַריקאַטורן אין „פֿאָרווערטס‟ בכלל.

אינעם אָריגינעלן קעפּל שטייט דאָס רוסישע וואָרט „סאַמאָדערזשעץ‟ (Самодержец), אָבער מיר האָבן עס געביטן אויף „זעלבסטהערשער‟, ווײַל אַ סך פֿון אונדזערע הײַנטיקע לייענער זײַנען ניט אַזוי גוט באַקאַנט מיטן רוסישן צאַר ווי מיט הונדערט יאָר צוריק.

ראָזענפֿעלד: אויב דער רויטער תּליון וויל ניט אַנדערש ווי אויף „בלויזן‟, טאָ דערלויב מיר, גוטער אייבי, האַלטן דיר די הויזן.

קאַהאַן: ניט נייטיק. איך אַליין בין פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אַלץ, וואָס ווערט אַרײַנגעהאַקט אין מײַן „ריקווערטס‟.

ש. יאַנאָווסקי: האַקט און ציילט, ציילט און האַקט…

אָנמערקונג פֿון „קונדס‟־רעדאַקציע: „מיר באַדויערן זייער אַ געוויסע שטעלע אין דער דאָזיקער קאַריקאַטור. ווען מיר האָבן אים רעדיזשירט, האָט עס אויסגעזען ווי אַ וויציקע שטיפֿערײַ. אָבער אין דרוק זעט אַ זאַך אַ מאָל אויס גאַנץ אַנדערש ווי אין מאַנוסקריפּט‟.
ראָזענפֿעלד: אויב דער רויטער תּליון וויל ניט אַנדערש ווי אויף „בלויזן‟, טאָ דערלויב מיר, גוטער אייבי, האַלטן דיר די הויזן.קאַהאַן: ניט נייטיק. איך אַליין בין פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אַלץ, וואָס ווערט אַרײַנגעהאַקט אין מײַן „ריקווערטס‟.ש. יאַנאָווסקי: האַקט און ציילט, ציילט און האַקט…אָנמערקונג פֿון „קונדס‟־רעדאַקציע: „מיר באַדויערן זייער אַ געוויסע שטעלע אין דער דאָזיקער קאַריקאַטור. ווען מיר האָבן אים רעדיזשירט, האָט עס אויסגעזען ווי אַ וויציקע שטיפֿערײַ. אָבער אין דרוק זעט אַ זאַך אַ מאָל אויס גאַנץ אַנדערש ווי אין מאַנוסקריפּט‟.


פֿון יונג ביז יונגאַטש איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג!

Call Me “Yung”, But Not a “Yungatsh”!

אַ פּשוטער „ייִדישער‟ סופֿיקס קען אַ מאָל ברענגען צרות. מיט יאָרן צוריק האָב איך באַמערקט, אַז דאָס װאָס איז גוט אָדער נײטראַל אין עפּעס אַ „גױיִשער שפּראַך‟, קען זײַן פּונקט קאַפּױער און „גוט פּאַסקודנע‟ אין ייִדיש. אַז איך זאָל ניט ציִען די קו בײַ דעם עק, װעל איך גלײַך זאָגן, אַז עס רעדט זיך װעגן דעם סלאַװישן סופֿיקס „אַטש‟, װעלכער דינט אין אַלע סלאַװישע שפּראַכן װי אַן אײדעלער צוגאָב און גיט צו דעם אָדער יענעם סובסטאַנטיװ אַ הױפּט־כאַראַקטעריסטיק פֿון אַ פּערזאָן.

צום בײַשפּיל, איר נעמט אַ פּשוט סלאַװיש װאָרט „סילאַ‟ /קראַפֿט/, שטעלט צו אים צו דעם סופֿיקס „אַטש‟, און אָט, האָט איר שױן אַ כאַראַקטעריסטיק פֿון אַ מענטש — סילאַטש, זײער אַ קרעפֿטיקער מענטש. װײס איך װאָס… אַ מענטש װי אַ מענטש, גאָר פּאַרווע, ניט גוט און ניט שלעכט. ניט אַזױ איז דאָס בײַ די ייִדן. אַז אַ ייִד באָרגט שױן עפּעס בײַ אַן אַנדערן, דאַרף ער עס תּמיד אָפּפֿאַרבן — אָדער שװאַרץ אָדער װײַס.

Read more


בײַם יום־סוף (צוועלפֿטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

At the Red Sea (Chaper XII of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/185488/

Aharon Gudelman

דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע איז פּסח צום סדר געווען בײַ זײַן זיידן און האָט געהערט אַלע מעשׂיות פֿון דער הגדה, ווי די ייִדן זענען אויסגעלייזט געוואָרן פֿון מצרים, וווּ זיי זענען געווען קנעכט בײַ דעם קעניג פּרעה און האָבן פֿאַר אים געבויט גאַנצע שטעט, פּיתום מיט רעמסס, און אַליין האָבן זיי געמוזט וווינען אין שטיבער ווי גריבער.

ייִנגעלע־רינגעלע האָט מיט אַלעמען גלײַך געטרונקען די אַרבע־כּוסות. דרײַ כּוסות האָט ער שוין געטרונקען און ער האָט געוואַרט אויפֿן פֿערטן. ער האָט געחלשט, עס זאָל וואָס גיכער קומען שוין צום פֿערטן כּוס, ניט ווײַל ער האָט געוואָלט טרינקען נאָך ווײַן, נאָר ווײַל ער האָט געוואָלט זען אליהו הנבֿיא, וועגן וועמען ער האָט זיך אָנגעהערט אַזוי פֿיל גוטע מעשׂיות. דער זיידע האָט אים געזאָגט, אַז צום פֿערטן כּוס קומט אליהו הנבֿיא טרינקען זײַן כּוס, וואָס עס שטייט אָנגעגרייט פֿאַר אים. האָט דערפֿאַר ייִנגעלע־רינגעלע געוואַרט מיט אומגעדולד אויפֿן פֿערטן כּוס.

עס איז אָבער געווען לאַנג צו וואַרטן, און דאָ איז שוין געווען שפּעט אין דער נאַכט, האָט זיך דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע גענומען שלעפֿערן און ער איז אַזוי אײַנגעשלאָפֿן זיצנדיק בײַם טיש. און ווי ער איז אײַנגעשלאָפֿן, אַזוי האָט זיך אים גענומען חלומען.

Read more


אַ ירושלמער פּורים־שפּיל

A Jerusalem Purim Shpil

לכּבֿוד דעם יום־טובֿ פּורים ברענגען מיר אײַך אַ קאָמישן אויסצוג פֿון אַ ירושלימער פּורים־שפּיל. בכלל זײַנען רעקאָרדירונגען פֿון די חסידישע שפּילן אין ישׂראל זעלטענער ווי בײַ אונדז. ערשטנס, איז דער פֿרומער ציבור דאָרט אַ סך אָרעמער און האָט ניט די זעלביקע מעגלעכקייטן, און צווייטנס, רעדן אַ סך הײַנטיקע ירושלימער חסידים מער עבֿרית ווי ייִדיש. אָבער אויף וויפֿל זיי רעדן עס נאָך, האָט זייער ייִדיש אַן אַנדער טעם, מיט אַ מער ליטווישן אַרויסרעד און מיט פֿאַרשיידענע אַלטפֿרענקישע ייִדישע ווערטער, וואָס די אַמעריקאַנער חסידים האָבן לאַנג פֿאַרגעסן. דאָס איז נאָך אַ סיבה צו זען די דאָזיקע סצענע, אין וועלכער די יונגע אַקטיאָרן מאַכן זיך פֿאַר אַלטע ירושלימער חסידים.


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

די וואָך האָט בנימין גינזבורג געטראָפֿן דאָס ליד: „בײַ מיר ביסטו שיין‟, אפֿשר דאָס באַקאַנטסטע ייִדישע ליד פֿון אַלע צײַטן! ס’איז געשריבן געוואָרן פֿון דזשייקאָב דזשייקאָבס, מיט מוזיק פֿון שלום סעקונדע. אָבער דווקא דער דאָזיקער נוסח איז שווערער צו דערקענען, ווײַל עס ווערט געזונגען אין אַ „מעטאַלענעם‟ „ראָק‟־סטיל פֿון דער רוסיש־ישׂראלדיקער קאַפּעליע „געוואָלט‟. הערט דאָס גאַנצע ליד:

מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ ייִדיש ליד, ניט אַזאַ שלאַגער ווי „בײַ מיר ביסטו שיין‟, אָבער פֿאָרט אַ קלאַסיקער אין זײַן צײַט. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


„די טרויעריקע ייִדעלעך‟

“The Sad Little Jews”

בײַ טאָמאַשעווסקין שפּילט מען „די לוסטיקע ייִדעלעך‟. דאָרטן איז פֿריילעך. די אַקטיאָרן זינגען און טאַנצן, ווײַל זיי נעמען גוטע שׂכירות. דאָ האָט אונדזער קאַרטוניסט געצייכנט אַ סצענע ניט פֿון יענע ייִדעלעך, נאָר פֿון די טרויעריקע ייִדעלעך. דאָ זיצן די ניט־אַנגאַזשירטע אַקטיאָרן. זיי זיצן פֿאַרכמורעטע אין קלוב און חלומען פֿון פּאַפּירענע קרוינען און פֿון שׂכירות.
בײַ טאָמאַשעווסקין שפּילט מען „די לוסטיקע ייִדעלעך‟. דאָרטן איז פֿריילעך. די אַקטיאָרן זינגען און טאַנצן, ווײַל זיי נעמען גוטע שׂכירות. דאָ האָט אונדזער קאַרטוניסט געצייכנט אַ סצענע ניט פֿון יענע ייִדעלעך, נאָר פֿון די טרויעריקע ייִדעלעך. דאָ זיצן די ניט־אַנגאַזשירטע אַקטיאָרן. זיי זיצן פֿאַרכמורעטע אין קלוב און חלומען פֿון פּאַפּירענע קרוינען און פֿון שׂכירות.

אַ סך פֿון אונדזערע לייענער קענען די אַלטע אינסטיטוציע „ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד־אַקטיאָרן קלוב‟, וואָס איז אַ פֿאַראייניקונג פֿון צוויי אָרגאַניזאַציעס: דער „אַקטיאָרן־קלוב‟, וואָס מע זעט אין דער דאָזיקער קאַריקאַטור, און „ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד‟. ביז מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט די אָרגאַניזאַציע נאָך דורכגעפֿירט פּראָגראַמען אין איר אַלטן לאָקאַל אויף דער 7טער גאַס, אַרומגערינגלט מיט בילדער פֿון אונדזערע גרויסע אַקטיאָרן און שרײַבער — אַ היימיש אָרט, וואָס שמעקט נאָך מיט דער ייִדישער קולטור און געשיכטע. די פּראָגראַמען קומען ווײַטער פֿאָר אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם אין אַנדערע ערטער, אָבער, צום באַדויערן, קען מען דעם אַלטן לאָקאַל מער ניט ניצן, ווײַל דער בנין נייטיקט זיך אין אַ רעמאָנט און קיין געלט און קיין אינטערעס צו דעם איז דערווײַל ניטאָ. מע וואָלט טאַקע געדאַרפֿט שאַפֿן אַ פֿאָנד אָפּצוראַטעווען דעם דאָזיקן היסטאָרישן בנין, מאַכן פֿון אים אַ מוזיי און אַ זאַל פֿאַר פֿאָרשטעלונגען.


טאַטוניע מיט די בײנער

Daddy With His Bones

מיר זײַנען געװען דאָרשטיק אױף אַ יום־טובֿ. עס װײַזט אױס, אַז מיר, די נאָכמלחמהדיקע קינדער, האָבן געירשנט פֿון אונדזערע עלטערן דאָס עקלדיקע געפֿיל פֿון אַ טאָג־טעגלעכן הונגער. די מורא, אַז אױך מאָרגן װעט ניט זײַן װאָס צו עסן, האָט זײער דערנידעריקט די שטאָלצע מענטשן, װעלכע האָבן איבערגעלעבט די שרעקלעכע מלחמה, און יעדע קלײניקײט — אַ פֿונט רינדערפֿלײש, אַ צענדליק מאַסלינעס אָדער אַ לימענע — האָט אױסגעזען װי אַ סעודה אין אַ פּאַלאַץ פֿון אַ מלך.

צו דער גשמיותדיקער הנאה פֿלעגט תּמיד צושטײן די רוחניותדיקע שׂימחה, איך מײן די פֿרײלעכע סיטואַציעס, װעלכע פֿלעגן זיך שאַפֿן, װען מײַן טאַטע „אַ ליטװאַק אַן עקשן‟ פֿלעגט אָנהײבן די סעודה מיט אַ ביטע צו דער באָבע „אַ בעסאַראָבקע‟, אַז יענע זאָל אים אָפּשנײַדן אַ שטיקל „ברײט‟. און די באָבע פֿלעגט אים אָפּשיקן אין דער קלאַדאָװקע, ער זאָל ברענגען די זעג, װײַל אַ „ברײט‟ (ברעט) זעגט מען. און װײַטער האָבן מיר אַלע געדאַרפֿט זיצן און װאַרטן ביז דער טאַטע װעט אָפּעסן פֿלײש מיט פֿאַסאָליעס, װײַל בײַ זײ אין דער הײם עסט מען פֿלײש פֿאַר דער יויך. איך האָב אונטערגעהאַלטן מײַן טאַטנס „ליטװישן‟ מינהג, און פֿון דעמאָלט אָן האָט מען מיך גערופֿן ניט אַנדערש װי „דער טאַטוניע (מיטן טראָפּ אױפֿן צװײטן טראַף) מיט די בײנער‟.

Read more


פּורים צו דער סעודה (עלפֿטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

At the Purim Feast (Chaper XI of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/185306/

Aharon Gudelman

אויף פּורים האָט דער זיידע געבראַכט אַ גראַגער דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע און ער האָט צו אים אַזוי געזאָגט:

— זע, אַז המן הרשע, אָט דער אַזוינער און אַזוינער, זאָל פֿון דיר ניט אַרויס מיט גאַנצע ביינער. גיב אים ווי ער איז ווערט!

— זאָרג זיך ניט, זיידע! — האָט ייִנגעלע־רינגעלע געענטפֿערט, — ער וועט שוין בײַ מיר קריגן!

און דערווײַל איז ייִנגעלע רינגעלע געגאַנגען שלאָפֿן.

ייִנגעלע־רינגעלע ווייסט אָבער ניט קיין רו אויך אין שלאָף. עפּעס מוז זיך אים חלומען. חלומט זיך אים, ווי ער גייט אַלץ צום מלך אין פּאַלאַץ, זען דאָרטן אַלע חידושים און דעם מלך מיט דער מלכּה און זייערע קינדער, דעם בן־מלך מיט דער בת־מלכּה.

Read more


„צי ווילסטו בויען אַ שניימענטש?‟

“Do You Want To Build A Snowman?”

דער פֿילם „געפֿרוירן‟ פֿון 2013 איז געוואָרן איינע פֿון די גרעסטע שלאַגערס אין דער פֿילם־געשיכטע — אַרײַנבאַקומען איבער 1.2$ ביבליאָן אין די קינאָס, און דערנאָך אַזעלכע סומעס פֿאַר די פֿאַרשיידענע ליאַלקעס און אַנדערע צאַצקעלעך, פֿאַרבונדן מיטן פֿילם, אַז ס’איז זיי קוים מעגלעך אָפּצושאַצן. „דיזני‟ האָט שוין פֿאַרקויפֿט איבער דרײַ מיליאָן „געפֿרוירן‟־קאָסטיומען, איבער אַכט מיליאָן „געפֿרוירן‟־ביכעלעך, און אָרגאַניזירט גאַנצע שיף־נסיעות קיין נאָרוועגיע פֿאַר אַזעלכע משפּחות, וואָס ווילן די אמתע „געפֿרוירן‟־איבערלעבעניש. הינטער דער ריזיקער הצלחה שטעקן ניט בלויז די פּאָפּולערקייט פֿונעם פֿילם און די שיינקייט פֿון דער מוזיק, נאָר אויך דאָס גוואַלדיקע חריפֿות פֿון „דיזני‟ צו פֿאַרקויפֿן זײַן אייגענע סחורה די יונגע מיידלעך, וואָס קענען אַליין ניט קיין צורת־מטבע, אָבער וואָס טאַטע־מאַמעס זײַנען גרייט אויסצוגעבן אַ מאַיאָנטיק, אַבי צופֿרידן צו שטעלן זייערע „פּרינצעסינס‟.

מיר ברענגען אײַך אַן אויסצוג פֿונעם ליד „צי ווילסטו בויען אַ שניימענטש?‟ אין אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿון עריק לאָרענס, געזונגען פֿון דזשאָרדין לאָרענס. דאָס איז לכּבֿוד די אַלע שניימענטשן, וואָס ווערן איצט געבויט, אַ דאַנק דעם קאַלטן וועטער און די בערגלעך שניי, וואָס פֿאַלן אויף די אַמעריקאַנער צפֿון־מיזרח־שטאַטן — אין אַ סך ערטער מער ווי ווען עס איז פֿריִער אין דער געשיכטע, זינט מע האָט אָנגעהויבן רעקאָרדירן.


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

די וואָך האָט רייזע טורנער געטראָפֿן דאָס ליד — אַן אויסצוג פֿונעם באַרימטן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס לייענט פֿאָר איינס פֿון זײַנע באַקאַנטסטע לידער, „ייִדישע גאַס‟. די רעקאָרדירונג איז פֿונעם אַלבאָם רעציטאַציעס, וואָס סוצקעווער האָט אַרויסגעלאָזט אין 1960 בײַ דער מוזיק־פֿירמע „פֿאָלק־מנהגים‟ (Folkways). הערט דאָס גאַנצע ליד:

מיר ברענגען אײַך איצט עפּעס אין גאַנצן אַנדערש פֿון סוצקעווער, פֿון דעסטוועגן איז עס ניט אַזוי שווער צו טרעפֿן. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


This week Ri Turner guessed the poem - an excerpt of the famous poet Abraham Sutzkever reading one of his best-known poems, “Jewish Street.” The recording is from the album of recitations that Sutzkever released under the “Folkways” label in 1959. Here is the whole poem:

Now we bring you something completely different from Sutzkever, but nevertheless not so difficult to guess. Send us the name of the author, composer, and singer - the first one to guess correctly will receive a prize from the “Forverts.”

Send your answer to [oyneg@yiddish.forward.com](mailto:oyneg@yiddish.forward.com)
Please include your name and the city where you live.

„ווי געפֿעלט אײַך אַזאַ לחיים?‟

“How Would You Like A Drink Like This?”


אין די יאָרן פֿון „פּראָהיבישן‟, ווען אַלקאָהאָל איז געווען געזעצלעך פֿאַרווערט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן (1920־1933), האָבן אַ סך אײַנפֿאַלערישע מענטשן זיך פֿאָרט אַן עצה געגעבן — מיט שמוגל, מיט פֿאַרקויפֿן ווײַן „פֿאַר ריטועלע צוועקן‟, און מיט אַזעלכע מינים משקה, וואָס זיי האָבן פּראָדוצירט אין דער היים. כּדי אָפּצושרעקן מענטשן פֿון מאַכן די דאָזיקע היימישע משקאָות, האָט די רעגירונג געפֿאָדערט, אַז מע זאָל צוגעבן אַ פּראָצענט סמיקן האָלץ־ספּירט (מעטיל־ספּירט, methyl alcohol בלע”ז) צום געוויינטלעכן ווײַנספּירט (עטיל־ספּירט, ethyl alcohol בלע”ז), וואָס מע האָט ווײַטער געמעגט ניצן פֿאַר פֿאַרשיידענע אינדוסטריעלע פּראָצעסן. האָבן אַ סך מענטשן אָבער — אַלקאָהאָליקער, נעבעך — ווײַטער געטרונקען די היימישע משקאָות און אַן ערך 10,000 זײַנען דערפֿון געשטאָרבן אין די יאָרן פֿון „פּראָהיבישן‟. די דאָזיקע קאַריקאַטור באַשולדיקט די פּראָדוצירער פֿון די היימישע משקאָות, און פֿאַרגעסט אָבער אין דער רעגירונג, וואָס האָט זיי געמאַכט סמיק.


שאַרפֿזיניקײט איז אַ חריפֿות

Sharpness is a Strange and Brilliant Thing

די ייִדן, װי באַװוּסט, האָבן ליב צו לאַכן פֿון זיך אַלײן. עס איז גענוג איבערצולײענען די מעשׂהלעך װעגן די „כעלמער חכמים”, כּדי איר זאָלט זיך אָננעמען מיט די פּאָזיטיװע עמאָציעס ביזן װײַסן טאָג אַרײַן. צו לאַכן פֿון זיך אַלײן איז בײַ די אַחינו־בני־ישׂראל ניט קײן חריפֿות. דאָס װאָרט אַלײן, „חריפֿות”, איז אַ חריפֿות. בײַ אונדז פֿלעגט מען זאָגן: אַזױנס װי אַזעלעכס, עפּעס זײער אױסטערלישס. און גאָר ניט צופֿעליק װערט בײַ די תּלמודיסט דאָס װאָרט „חריף” – שאַרף, פֿאַרבונדן מיט “בקי” - אַ קענער, ערודיט. עס שטײט געשריבן: „אַ חריף – אַן עוקר הרים”, אַ בערג־אױסרײַסער, אַ למדן, אַ שאַרפֿזיניקער. „בקי וחריף” הײסט באַלעזן און שאַרף.

מיך האָט זײער פֿאַרחידושט, אַז ניט נחום סטוטשקאָװ און ניט איגנאַץ בערנשטײן ברענגען ניט קײן אײן שפּריכװאָרט אָדער אַ פּאָפּולערן אױסדרוק מיטן װאָרט „חריפֿות”.

Read more


בײַ די פֿישער (צענטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

With the Fishermen (Chaper X of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/185115

Aharon Gudelman

דער טײַך איז נאָך געווען פֿאַרפֿרוירן, און ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך גענוג אָנגעגליטשט אויף זײַנע שטאָלענע גליטשערס, וואָס האָבן אַזוי געבלאַנקט אַנטקעגן דער זון, און ער איז געקומען אַהיים שפּעט פֿאַר נאַכט אַ מידער, אַן אָנגעפֿרוירענער, אַזש ער האָט קוים דערלעבט נאָך וועטשערע, און איז געפֿאַלן שלאָפֿן.

שלאָפֿט ער אַזוי, און ער חלומט ווײַטער זײַנע שיינע, זיסע חלומות, און ער גייט ווײַטער זײַן וועג צום מלך אין פּאַלאַץ אַרײַן, וווּ ער וועט זען דעם מלכס ייִנגעלע, דעם בן־מלך, און דעם מלכס מיידעלע, די בת־מלכּה.

גייט ער און גייט און טראָגט מיט זיך זײַנע גליטשערס, ווײַל ער רעכנט, אַז אויף די גליטשערס וועט ער קענען בעסער אַריבערגיין דעם טײַך און קומען אַזוי אויף יענער זײַט טײַך, וווּ עס שטייט דעם מלכס פּאַלאַץ.

קומט ער צו צום טײַך, זעט ער, אַז דער טײַך איז גאָרניט פֿאַרפֿרוירן. וווּנדערט ער זיך, דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע: סטײַטש, אָט ערשט, מיט עטלעכע שעה צוריק, האָט ער זיך דאָך געגליטשט אויפֿן טײַך, און דאָס אײַז איז געווען אַזוי שטאַרק, כאָטש גיי אויף אים אַריבער מיט צען פּאָר פֿערד! הײַנט ווי וועט ער אַריבערגיין דעם טײַך? נאָר דאָס אַרט אים ניט, ווײַל ער איז דאָך שוין ניט איין מאָל אַריבער דעם טײַך. אויף דעם האָט ער דאָך אַ רינגעלע, וואָס טוט פֿאַר אים אַלצדינג אין דער וועלט. דאָס רינגעלע וועט אים שוין איצטער אויך אַריבערפֿירן איבער דעם טײַך, קרום צי גלײַך, עס וועט זיך שוין באַווײַזן אַ שיף אין דער לופֿטן. אָדער אַ שיף פֿון דער טיף.

Read more


„פֿעליקס און מיירע‟

“Félix et Meira”

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: http://yiddish.forward.com/articles/184899/an-outsider-among-montreals-hasidim/)

דער נײַער קאַנאַדער פֿילם „פֿעליקס און מיירע‟, אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש, באַהאַנדלט אַ ליבע צווישן אַ חסידישער פֿרוי און אַ „היפּסטער‟, אַ וועלטלעכן ייִד, אין דער שטאָט מאָנטרעאָל.

עס זײַנען שוין פֿאַראַן עטלעכע פֿילמען וועגן חסידישע פֿרויען, וואָס פֿאַרליבן זיך אין דרויסנדיקע, למשל A Price Above Rubies אָדער Fading Gigolo — ווײַזט אויס, אַז דאָס איז אַ באַליבטע טעמאַטיק בײַ אונדזערע פֿילם־פּראָדוצענטן. אָבער „פֿעליקס און מיירע‟ איז דער ערשטער, וואָס שפּיגלט אָפּ אַ ביסל דאָס אמתע חסידישע לעבן און וווּ די אַקטיאָרן רעדן דאָס אויטענטישע חסידישע ייִדיש — אַ דאַנק דעם אַקטיאָר אלעזר טווערסקי, וואָס ניט נאָר שפּילט ער אַ הויפּט־ראָלע אינעם פֿילם, נאָר ער האָט אויך אויסגעלערנט די הויפּט־אַקטריסע, הדס ירון, צו רעדן אַ היימישן ייִדיש. כאָטש זי האָט שוין געשפּילט אַ חסידישע טאָכטער אינעם ישׂראלדיקן פֿילם „למלא את החלל‟, האָט זי דאָרט גערעדט רק עבֿרית.


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

דאָס מאָל האָט געוווּנען אונדזער פֿאַרמעסט פֿרײַנד זכריה שולמאַן. ער האָט געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „באָרשט רעוויזיטירט‟ (Borsht Revisited), געזונגען פֿון דניאל קאַהן מיט זײַן קאַפּעיליע „דער געפֿאַרבטער פֿויגל‟. דאָס אָריגינעלע ליד „באָרשט‟ איז אַ פֿאָלקסליד, הייסט עס, דער מחבר/קאָמפּאָזיטאָר איז אונדז ניט באַקאַנט. הערט דאָס גאַנצע ליד:

די וואָך ברענגען מיר אײַך אַן אויסצוג פֿון אַ ליטעראַריש ליד, אַ רעציטאַציע, ניט קיין זינגליד. צום גליק איז דער רעציטאַטאָר אויך דער מחבר, איז אפֿשר ניט אַזוי שווער צו טרעפֿן. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם מחבר און פֿונעם ליד, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


This week our friend Sebastian Schulman won our contest, by guessing the name of the song: “Borsht Revisited,” performed by Daniel Kahn and the Painted Bird. The original “Borsht” is a folksong, so the author is unknown. Here is the entire song:

Now we bring you an excerpt from a poem - a recitation, rather than a song. Luckily, the reciter is also the author, so it‘s not too difficult to guess. Send us the name the author and the poem. The first one to guess correctly will receive a prize from the “Forverts.”

Send your answer to [oyneg@yiddish.forward.com](mailto:oyneg@yiddish.forward.com)
Please include your name and the city where you live.

אַ קעצעלע, אַ לייב און פֿעטער שמואל

A Kitten, a Lion and Uncle Sam


אין יאָר 1882 איז פֿעטער שמואל גרויס; די „טראָסטס‟ זײַנען קליין. זיי זײַנען אַ קלייניק קעצעלע, וואָס ער גלעט און שפּילט זיך מיט אים.


אין 1899 איז פֿעטער שמואל קליין און די „טראָסטס‟ זײַנען גרויס. זיי זײַנען מעכטיק ווי אַ לייב. פֿעטער שמואל שפּילט זיך שוין ניט מער מיט זיי. ער פֿילט, אַז זיי וועלן אים דערשלינגען.


„כאַמישוסער‟

"Khamishuser"

ייִדן זײַנען אַ רײַך פֿאָלק. מיר האָבן אַזש פֿיר דאַטעס פֿאַר ראָש־השנה, און אײנע פֿון זײ איז דאָס נײַיאָר פֿאַר די בײמער און געװיקסן — ט”ו בשבֿט אָדער חמישה־עשׂר בשבֿט.

„כאַמישוסער‟, ס׳הײסט חמישה־עשׂר בשבֿט, איז געװען פֿאַר מיר פֿון יענע יום־טובֿים, וואָס זייער טײַטש האָט מײַן לערערקע, די באָבע מילכּה, ניט געװוּסט און ניט געקענט דערקלערן. „כאַמישוסער‟ — און שױן. די אײן און אײנציקע זאַך, װאָס איך האָב יאָ געװוּסט, איז אַז אױף „כאַמישוסער‟ דאַרף מען עסן טרוקענע פּרות, און באַזונדערס, די באָקסערן. װי אַזױ זעען זײ אױס, די דאָזיקע באָקסערן, האָט אױך די באָבע ניט געװוּסט. „אַז מיר װעלן זיך, מירטשעם, אומקערן קײן ירושלים, — פֿלעגט זי טענהן, — װעסטו שױן זען. דערװײַל זשע, עס טרוקענע עפּל, פֿלױמען און באַרן‟.

Read more