http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/184020/
דאָ, וווּ דער וואַלד האָט זיך געענדיקט אויף יענער זײַט טײַך, האָבן זיך אָנגעהויבן ברייטע פֿעלדער, און אַז דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע איז אַרויס פֿון וואַלד, האָט ער דערזען די פֿעלדער און זיך זייער שטאַרק דערפֿרייט.
— אָ, — האָט ער געזאָגט, — איך בין פֿאָרט אַרויסגעקראָכן פֿון דעם טיפֿן וואַלד. איצט איז אַזוי ליכטיק און פֿרײַ, וועל איך גרינג טרעפֿן דעם וועג צום מלכס פּאַלאַץ און זען דאָרט זײַן ייִנגעלע, דעם בן־מלך, און זײַן מיידעלע, די בת־מלכּה.
גייט ער אַזוי און גייט איבער די פֿעלדער, און עס נעמט קיין סוף ניט. די פֿעלדער האָבן זיך געצויגן ברייט און ווײַט, רעכטס און לינקס, אָן אַן עק און אָן אַ ברעג. און דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע גייט און גייט און בלאָנדזשעט טיף אין די זאַנגען פֿון די פֿעלדער, און די פֿיסלעך נעמען אים שוין ברעכן, און ער קען ווײַטער ניט גיין. און דאָ האָט זיך נאָך באַוויזן אַ טונקעלער וואָלקן, און עס האָט גענומען דונערן און בליצן און עס האָט אויסגעזען, אַז באַלד, באַלד וועט נעמען רעגענען.
פֿאַר דער מלחמה האָבן אַ סך ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן נאָך געמיינט, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך ניט בלויז פֿאַר אונדזערע קלײַזלדיקע ייִדישע אינטערעסן, נאָר פֿאַר דער גאַנצער וועלטקולטור. דעריבער האָבן זיי דעמאָלט „פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט‟ די ווערק פֿון שעקספּיר, טאָלסטאָי, געטע און די אַנדערע וועטל־באַרימטע שרײַבער; ווי אויך געשטעלט זייערע פּיעסעס אויף דער בינע — שוין אָפּגערעדט וועגן דער גרויסער פּאָפּולערער ליטעראַטור און שונד־טעאַטער. אָבער נאָך דער מלחמה האָבן ס’רובֿ ייִדישע שרײַבער, צוליב פֿאַרשטענדלעכע סיבות, זיך צוריקגעצויגן צו זייערע אייגענע ייִדישע ד׳ אַמות, מיטן געפֿיל, אַז ייִדן האָבן שוין סײַ ווי אַ צוטריט צו דער וועלטקולטור דורך ענגליש, רוסיש, העברעיִש אאַז”וו. דאָס דאָזיקע אָפּרוקן זיך פֿון דער וועלט האָט אָבער אויך אין געוויסע פּרטים פֿאַראָרעמט די ייִדישע קולטור און זי געמאַכט ווייניקער אַקטועל פֿאַרן ברייטן עולם.
דער הויכפּונקט פֿון די ייִדישע קאָמיקער אין אַמעריקע, ווען מע האָט גערעכנט, אַז אפֿשר גאַנצע 80% פֿון די קאָמיקער זײַנען ייִדן, איז געווען אין די 1970ער יאָרן, און דעמאָלט איז אויך אויפֿגעקומען דער מאָדערנער פֿעמיניזם. אַ היפּשע צאָל קאָמיקער זײַנען דעמאָלט געווען ייִדישע פֿרויען, למשל, די ניט לאַנג פֿאַרשטאָרבענע דזשאָון ריווערס, אויך גילדאַ ראַדנער, בעט מידלער און נאָך. אָבער יענע קאָמיקער האָבן דערציילט וויצן אויף ענגליש פֿאַרן ברייטן אַמעריקאַנער עולם; אונדזערע וויצן אויף ייִדיש זײַנען ס’רובֿ פֿון אַ פֿריִערדיקער תּקופֿה, ווען קיין פֿעמיניזם איז כּמעט ניט געווען אויף דער וועלט. דעריבער פֿאַרמאָגן מיר אין די הומאָריסטישע ביכלעך גאָר אַ סך וויצן, וואָס מע קען זיי מער ניט דערציילן אין אַ לײַטישער געזעלשאַפֿט, ווײַל זיי באַליידיקן מענטשן און טרעטן אַריבער די הײַנטיקע נאָרמעס. פֿון דעסטוועגן, קענען די דאָזיקע „פּאָליטיש אומקאָרעקטע‟ וויצן נאָך, ווי אומיושרדיק זיי זאָלן ניט זײַן, אַ מאָל אַרויסרופֿן אַ געלעכטער, און ס’איז כּדאַי זיי צו לייענען כאָטש פֿון אַ קולטור־היסטאָרישער פּערספּעקטיוו.
מיט דער דאָזיקער וואָרענונג און התנצלות ברענגען מיר ווײַטער אַן אויסקלײַב פֿון די דאָזיקע ייִדישע וויצן, וואָס דריקן אויס ביטול צו פֿרויען. לייענט און זאָגט ניט איבער!
װען איך הײב אָן צו זוכן עפּעס אַ זאַך אָדער מײַנע אַלטע נאָטיצן, האָט מײַן מאַמע, אַ לעבן אױף איר, תּמיד רחמנות אױף מיר — פֿון אַ הײמישן גנבֿ, זאָגט זי, קען מען זיך ניט באַװאָרענען.
נו, און װי אַזױ כאַפּט מען דעם הײמישן גנבֿ? איך פֿאַרשטײ, װען עס רעדט זיך װעגן אַ רױבער, אַ שלעסער־האַקער, אַ גזלן, אַ קאַרמאַנשטשיק… אָבער, גײ און גיב זיך אַן עצה און כאַפּ אַ גנבֿ אַ רוח, אַ באַשעפֿעניש אָן אַ קערפּער. ס’איז טאַקע אַ קשיא אױף אַ מעשׂה.
די ייִדן, דאַכט זיך, האָבן זיך שטענדיק באַצױגן מיט אַ סך רעספּעקט צו די „אַל די רוחות‟, און אַפֿילו מורא געהאַט אױסרעדן דאָס „שלעכטע װאָרט‟. די מנה־יפֿה פֿרײלעכע, בײזע, קונדסעװאַטע און ברידקע אָנקערפּערדיקע בריות האָט מען גערופֿן מיט אײן װאָרט — דער ניט־גוטער, טפֿו־טפֿו־טפֿו! באַהיט זאָל מען װערן. און גלײַך מיט דעם, אין אַ סך קבלה־מעשׂהלעך װערט דערצײלט װעגן די ניט־גוטע, װעלכע נעמען אָן אַ צורה פֿון אַ שװאַרצן הונט אָדער אַ שװאַרצער קאַץ. צו קעמפֿן מיט אַזאַ פֿאַרזעעניש האָט געקענט נאָר אַ גרױסער צדיק, און װוּ נעמט מען אַזױ פֿיל צדיקים, כּדי צושטעלן זײ צו יעדער ייִדישער שטוב? האָבן די ייִדן צוגעטראַכט און אױספּראָבירט אַ בינטל סגולות און אָפּשפּרעכענישן, כּמעט אַלע אין נוסח פֿון די „דרײַ װײַבער, װעלכע זיצן אױף אײן שטײן‟. אָבער, אַחוץ די טראַדיציאָנעלע, זײַנען אױך דאָ אַזעלכע, צו װעלכע מע דאַרף האָבן אַ גוטן שעפֿערישן קאָפּ און אַ סך פֿאַנטאַזיע.
טיף אין וואַלד אויף יענער זײַט טײַך האָבן געלעבט גזלנים. און די גזלנים זײַנען געווען הויכע און גראָבע גידלען, און עס איז געווען אַ שרעק אויף זיי צו קוקן. די פּנימער זײַנען געווען בײַ זיי פֿאַרוואַקסן מיט האָר, מער ווי די אויגן האָט מען ניט אַרויסגעזען, און די אויגן זײַנען געווען בײַ זיי ניט ווי בײַ אַלע מענטשן, נאָר ביסטרע, ווי צוויי שטיקער פֿײַער. און אַז זיי פֿלעגן געבן אַ קוק מיט זייערע ביסטרע אויגן, פֿלעגט אָנפֿאַלן אַן אימה און אַ פּחד.
זיצן אַזוי די גזלנים אין וואַלד און וואַרטן, ביז עמעצער וועט דורכגיין אָדער דורכפֿאָרן, וועלן זיי אים באַפֿאַלן און אָפּנעמען בײַ אים אַלצדינג, וואָס ער האָט, און אים אַליין דערהרגענען.
גייט קיינער ניט דורך, פֿאָרט קיינער ניט פֿאַרבײַ. ווערן די גזלנים אין כּעס, און זייערע ביסטרע אויגן ווערן נאָך ביסטרער און זיי טראַכטן: „אַך, ווען עמעצער ווײַזט זיך איצט פֿאַר אונדזערע אויגן, קיין לעבעדיקער וואָלט ער שוין ניט אַרויס!‟
טויזנטער סאַטמאַרער חסידים זײַנען זיך צונויפֿגעקומען דעם 13טן דעצעמבער (כּ”א כּסלו), כּדי אָפּצומערקן דעם טאָג, ווען דער ערשטער סאַטמאַרער רבין, ר׳ יואל טייטלבוים, איז אַנטלאָפֿן פֿון אונגאַרן און האָט זיך געראַטעוועט פֿון די נאַציס. דער רבי איז געפֿאָרן מיט אַ ספּצעילער באַן, דעם אַזוי־גערופֿענעם „קאַסטנער־טראַנספּאָרט‟, וואָס איז אָנגעקומען אין דער שווייץ, וווּ דער רבי האָט געלעבט ביזן סוף פֿון דער מלחמה.
מיר ברענגען אײַך אַ ווידעאָ פֿון איינער פֿון די דאָזיקע פֿײַערונגען — נאָר פֿון איינער, ווײַל הײַנט איז פֿאַראַן ניט איין סאַטמאַרער רבי, נאָר צוויי, די ברידער אַהרן און זלמן־לייב. די „זאָליס‟, וואָס שטיצן זלמן־לייבן, האָבן אָרגאַניזירט די דאָזיקע פֿײַערונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם „ניו־יאָרק סטייט אַרמאָרי‟ אין קראַון הײַטס, ברוקלין.
די וואָך האָט ר’ דוד לעפֿעוורע אַרײַנגעשיקט דעם ריכטיקן ענטפֿער, אַז דאָס ליד הייסט „יאַנקעלע‟, געשריבן פֿון מרדכי געבירטיג און דאָ געזונגען פֿון מרים פֿוקס. ער וועט שוין באַלד באַקומען זײַן מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟, צוגעשיקט צו אים אין פֿראַנקרײַך. הערט דאָס גאַנצע ליד:
הערט זיך צו צו אַן אויסצוג פֿון נאָך אַ ליד — אפֿשר וועט איר טרעפֿן ריכטיק? שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, ווי אויך פֿונעם מחבר, קאָמפּאָזיטאָר און זינגער. דער ערשטער וועט באַקומען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
ווינטער אין אַ גרויסן פֿראָסט לויפֿט אין שענק אַ סטודענט, וואָס טראָגט אין האַנט אַ שטעקן.
„וואָס דאַרפֿסטו אַ שטעקן אין אַזאַ גרויסן פֿראָסט?‟ — האָט אים זײַנער אַ באַקאַנטער געפֿרעגט.
„איך קלײַב זיך אַרײַן אין אַ נײַער דירה, — האָט דער סטודענט געענטפֿערט, — טראָג איך איבער מײַנע גאַנצע מעבל אַהין אין מײַן קוואַרטיר‟.
די באָבע רחל האָט מיך גערופֿן „אַ געלער‟, די באָבע מילכּה — „אַ רױטער‟. קײן גרױסן חילוק האָב איך אין דעם ניט געזען, װײַל סײַ אַ געלן און סײַ אַ רױטן פֿלעגט איבערפֿאַלן אַ פּאָר צוקערקעס אָדער אַ שקאַרמיצל כרוסטיקעס. שפּעטער, װען כ’האָב זיך דערװוּסט, אַז „יעדער געלער איז אַ גנבֿ‟ און „אַ רױטער‟ הײסט אין אַ סך סלאַװישע שפּראַכן „אַ שײנער, אַ שײנהײט‟, און די װױלע ייִדעלעך, װעלכע טראָגן דעם פֿאַמיליע־נאָמען „קראַסני‟, זײַנען ניט רױט, נאָר שײן. און דעמאָלט איז מיר בעסער געפֿעלן געװאָרן צו זײַן אַ רױטער קראַסאַװעץ אײדער אַ געלער גנבֿ. איצט איז דאָס שױן גאָר ניט װיכטיק, װײַל די צײַט פֿאַרװאַנדלט אַלץ אין װײַסן קאָליר, סײַ דאָס רױטע און סײַ דאָס געלע. אָבער פֿאַר װאָס אַ געלער איז טאַקע אַ גנבֿ?… אָט דאָס האָט מיר אױפֿגעקלערט מײַן פֿעטער הענעך דער פֿילאָסאָף, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל ער האָבן.
טיף אין וואַלד אויף יענער זײַט טײַך האָט געוווינט אַ וואַלדמאַן אין אַ שטיבעלע. איז דער וואַלדמאַן געווען זייער אַ גוטער מענטש, אָבער אַ ווײַב האָט ער געהאַט — אַ מרשעת. און כּדי קיינער זאָל ניט קאָנען אַרײַן צו איר אין שטיבעלע, האָט זי בײַ דער טיר אויסגעגראָבן אַ גריבעלע. איז ווען דער וואַלדמאַן פֿלעגט דאַרפֿן אַרײַן אין שטיבעלע, פֿלעגט ער זיך אַוועקשטעלן בײַם גריבעלע, שטעלן זיך און אויסשרײַען:
— היי, מײַן ווײַב! מאַך מיר אַ קלאַדקע איבערן גריבעלע, איך זאָל קענען אַרײַן אין מײַן שטיבעלע.
פֿלעגט דאָס ווײַב אַרויס מיט אַ ברעט פֿון בעט און לייגן אַ קלאַדקע איבערן גריבעלע, און איר מאַן פֿלעגט אַזוי אַרײַן אין שטיבעלע. אָבער פֿאַר אַ פֿרעמדן מענטשן האָט זי קיין קלאַדקע ניט געוואָלט לייגן איבערן גריבעלע, פֿלעגט קיינער ניט קענען אַרײַן צו איר אין שטיבעלע.
מיר ברענגען אײַך אַ חנוכּה־קאָנצערט מיט יום־טובֿדיקע לידער פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟, וואָס איז פֿילמירט געוואָרן פֿון „שלום טעלעוויזיע‟. עס זינגען די טאַלאַנטירטע דזשאָען באָרטס און רחל יוכט, אויף דער פּיאַנע שפּילט דער קינסטלערישער דירעקטאָר זלמן מלאָטעק, אויפֿן קלאַרנעט — זיסל־יוסף סלעפּאָוויטש, אויף דער גיטאַר — אַבֿי פֿאַקס־ראָזען און אַבֿרהם פּענגאַס, און אויף די פּײַקלעך — מאָטל טעמקין.
די וואָך האָט ד״ר אסתּר־בתיה ווײַסמאַן־שולמאַן, דירעקטאָרשע פֿונעם ייִדישן שפּראַך־אינסטיטוט בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, ריכטיק געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „פֿאַרגעס מיך נישט‟, געשריבן פֿון אייב עלשטיין, מיט ווערטער פֿון דזשייקאָב דזשייקאָבס, דאָ געזונגען פֿון די שוועסטער בערי. ס׳איז אַ חידוש, וואָס מער מענטשן האָבן ניט אַרײַנגעשיקט אַן ענטפֿער, ווײַל דאָס ליד איז טאַקע גוט באַקאַנט. אָט האָט איר דאָס גאַנצע:
מיר ברענגען אײַך הײַנט אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ליד, אויך ניט אַזוי שווער צו טרעפֿן. נאָר געדענקט, אַז איר דאַרפֿט אַרײַנשיקן ניט בלויז דעם נאָמען פֿונעם ליד, פֿונעם מחבר, און פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר, נאָר אויך פֿונעם זינגער. דער ערשטער וועט באַקומען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
אַ פֿאָטער איז אַרײַן אין תּלמוד־תּורה, געפֿינט ער ווי דער מלמד לערנט אײַן זײַנע בנים קדיש זאָגן, דערלאַנגט ער — אַ דערשטוינטער — אַ פֿרעג: וואָס איז דאָס? וואָס עפּעס קדיש, דערווײַל בין איך דאָך נאָך נישט געשטאָרבן!
— ס’מאַכט ניט, זאָל אײַך דאָס ניט אַרן, — האָט דער מלמד זיך אָפּגערופֿן, — וואָרעם ביז וואַנען אײַערע קינדער וועלן קענען זאָגן גוט קדיש, וועט איר נאָך אויסלעבן אײַערע הונדערט־און־צוואַנציק יאָר.
„אױב ס’געפֿעלט דיר ניט – האָרך נישט, נאָר שטער מיר ניט לײַגן.‟
— באַראָן מינהױזן
אין אונדזער שטוב האָט איר קײן מיאוסע אָדער גראָבע װערטער ניט געקענט הערן. דער טאַטע, זאָל זיך מיִען, האָט שטרענג געהיט דאָס כּשרות פֿון דער שפּראַך, און דאָס ערגסטע װאָרט װאָס איך האָב פֿון אים געהערט איז געװען „אַ פּאַסקודניאַק‟ אָדער „אַ פּאַרשיװער מענטש‟.
דעם „שײנעם ייִדישן לעקסיקאָן‟ פֿלעג איך אַהײמברענגען פֿון דער גאַס, און דאָס פֿאַרפּאַטשקען אַ ייִדיש מױל און „טריף מאַכן‟ אַ ייִדישע אינטעליגענטע שטוב מיט די מיאוסע װערטער פֿלעגט פֿירן צו זײער ערנסטע רעזולטאַטן פֿאַר מײַן װײכן אָרט.
דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע האָט געוווינט אויף דער זײַט טײַך. אָבער ער האָט זייער געוואָלט וויסן, וואָס עס טוט זיך אויף יענער זײַט.
אויף יענער זײַט, האָט ער געהערט, שטייט אַ פּאַלאַץ, וואָס ציט זיך פֿון איין עק וועלט ביז דעם אַנדערן. און געבויט איז דער פּאַלאַץ פֿון גאָלד און פֿון זילבער, און די שויבן אין די פֿענצטער פֿון פּאַלאַץ זײַנען ניט פֿון גלאָז, נאָר פֿון דימענטן און בריליאַנטן. און וווינען וווינט אין דעם פּאַלאַץ דער מלך מיט דער מלכּה. און דער מלך מיט דער מלכּה האָבן אַ ייִנגעלע, איז דאָס ייִנגעלע ניט קיין פּראָסט ייִנגעלע, נאָר אַ בן־מלך. און אויך אַ מיידעלע האָבן זיי, איז דאָס ניט אַבי אַ מיידעלע, נאָר אַ בת־מלכּה. און עסן עסט מען דאָרטן מאַרציפּאַנעס און אַלע גוטע זאַכן. אַזוי האָט זײַן באָבע אים איין מאָל דערציילט. נו, האָט ער געוואָלט דאָרטן זײַן, אַ קוק טאָן.
שלמה אַרצי איז אַ שטערן פֿון דער ישׂראלדיקער מוזיק־געשיכטע, און זײַן ליד „ירח‟ פֿון 1992 איז געוואָרן איינער פֿון זײַנע גרעסטע שלאַגערס. אָבער כּדי מיר זאָלן האָבן אַ ייִדישן נוסח פֿון דעם, האָבן מיר געדאַרפֿט וואַרטן ביזן חסידישן זינגער דודי קאַליש.
דער אָפּטימיסטישער רעפֿריין איז: „געווען נעכטן גוט, און עס וועט אויך מאָרגן זײַן…‟.
אַ שדכן איז געקומען רעדן אַ יונגן־מאַן אַ שידוך מיט אַ געוויסער פֿרײַלין. „אַך! — זאָגט דער יונגערמאַן, — דאָס מיידל הינקט דאָך!‟ „יאָ, — ענטפֿערט אים דער שדכן, — דאָס איז זייער גוט פֿאַר אײַך, וועט זי אײַך ניט קענען נאָכלויפֿן‟. „אָבער זי איז דאָך בלינד!‟ — זאָגט דער יונגערמאַן. „נו, גאַנץ גוט, — זאָגט דער שדכן, — וועט זי ניט קענען זען ווי איר גייט אַרום מיט אַנדערע פֿרויענצימער‟. „אָבער זי איז דאָך אויך טויב!‟ — זאָגט דער יונגערמאַן מער ערגערניש. „אַך, אַן אמת גליק פֿאַר אײַך, — זאָגט דער שדכן, — איר וועט מעגן רעדן אין שטוב אַלץ וואָס איר וועט נאָר וועלן, עס וועט זײַן, אַזוי ווי זי וואָלט גאָר דערבײַ ניט געווען‟. „זי איז דאָך אָבער אויך שטום!‟ „נאָך בעסער, — ענטפֿערט דער שדכן, — וועט בײַ אײַך אין שטוב שטענדיק זײַן שטיל און רויִק‟. „אָבער זי האָט דאָך אַ הויקער אויך!‟ — שרײַט דער יונגערמאַן. „נו, ווילט איר, — זאָגט דער שדכן צו אים, — אַז זי זאָל שוין גאָר קיין פֿעלער ניט האָבן?‟
אַ ליולקע אָדער אַ ציביק זײַנען אַ באַקאַנטער כּושוף־אַטריבוט פֿונעם מינדלעכן פֿאָלקלאָר בײַ אַלע פֿעלקער אױף דער װעלט.
אין ייִדישן פֿאָלקלאָר, אָבער, און טאַקע אין אונטערשײד צום פֿאָלקלאָר פֿון די אײראָפּעיִשע פֿעלקער, װען די ליולקע װערט אַ כּישוף־אַטריבוט אין די הענט פֿון די פּשוטע מענטשן, געהערט די ליולקע איבער הױפּט צו די כּלי־קודש, צו אַ גרױסן רבֿ אַ צדיק, און װערט אַ הילפֿס־כּלי בײַם טאָן אַ נס, בערך אַזױ, װי אַ שטעקן אין די הענט פֿון משה־רבינו.
רעדאַקציע: מיר פֿירן הײַנט אײַן אַ נײַעם אָפּטייל פֿון אונדזער בלאָג „עונג-שבת‟: מעשׂיות פֿאַר קינדער — און פֿאַר אַ סך גרויסע, וואָס האָבן אויך ליב אַזעלכע מעשׂיות. מיר ברענגען אײַך דעם ערשטן קאַפּיטל פֿונעם באַליבטן, קלאַסישן קינדער־ראָמאַן „ייִנגעלע רינגעלע‟, געשריבן פֿון לעאָן עלבע, וואָס איז פֿריִער דערשינען אין המשכים אינעם „קינדער־זשורנאַל‟ פֿונעם שלום־עליכם פֿאָלק־אינסטיטוט, און איז אין 1929 אַרויס ווי אַ בוך.
די טשיקאַווע וווּנדערלעכע געשיכטע פֿון אַ ייִנגעלע מיט אַ רינגעלע, וואָס איז אויסגעווען וווּ נאָר אַ העק, און וווּ די וועלט האָט אַן עק. די חידושים וואָס ער האָט געזען, און אַלץ וואָס מיט אים איז געשען. גוט פֿאַר קינדער, אַפֿילו פֿאַר גרויסע, ניט נאָר פֿאַר קליינע, וואָרן די מעשׂה איז אַלץ איינס אַ שיינע.
מיר ברענגען אײַך אַן אויסצוג פֿון אַ וויכטיקן פֿילם געמאַכט אין וואַרשע אין 1948 בײַ דער אויפֿדעקונג פֿונעם דענקמאָל לזכר די העלדן פֿונעם געטאָ־אויפֿשטאַנד. דעם באַקאַנטן דענקמאָל האָט געשאַפֿן דער קינסטלער נתן ראַפּאָפּאָרט, און דעם פֿילם — נתן גראָס.
דער גאַנצער פֿילם, וואָס געדויערט אַ האַלבע שעה, געפֿינט זיך אינעם פּוילישן נאַציאָנאַלן פֿילם־אַרכיוו, אָבער דער דאָזיקער אויסצוג, וואָס געפֿינט זיך אין ישׂראל, נעמט אַרײַן בלויז די לעצטע צען מינוט.