Oyneg Shabes

בײַ די פּאַסטעכער (זעקסטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

With the Shepherds (Chaper VI of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/184338

ייִנגעלע איז אָן דעם רינגעלע קיין מאָל ניט געגאַנגען שלאָפֿן.

ליגט אַזוי ייִנגעלע מיטן רינגעלע אין זײַן בעטעלע און טראַכט: „וווּהין וועלן מיר הײַנטיקע נאַכט גיין, איך מיט מײַן רינגעלע? און וועלן מיר אַ מאָל קומען צום מלך אין פּאַלאַץ און זען דאָרטן דעם בן־מלך מיט דער בת־מלכּה און אַלע שיינע גוטע זאַכן?‟

און דאָ האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע דערמאָנט אין די שניטער אין פֿעלד, וועלכע שנײַדן ברויט און לײַדן נויט, ווײַל אַלץ וואָס זיי שנײַדן איז פֿאַרן מלך מיט די פּריצים, און פֿאַר זיי אַליין בלײַבט גאָרנישט ניט איבער. ייִנגעלע האָט זיך דאָס דערמאָנט, האָט ער אַ זיפֿץ געטאָן און געזאָגט צו זיך:

„איך וועל דאָס דערציילן דעם מלך און בעטן אים, ער זאָל זײַן גוט צו זײַנע שניטער‟.

און ער טראַכט ווײַטער, וואָס ער וועט טאָן. און ער טראַכט און טראַכט, און קען ניט אײַנשלאָפֿן. און ווי ער טראַכט אַזוי, דערהערט ער פֿון צווייטן צימער ווי די מאַמע פֿאַרוויגט זײַן קליין שוועסטערל:

— שלאָף, טײַערע, שלאָף!
דער פּאַסטעך היט די שאָף,
היט שאָף און רינדער,
היט אויך אַלע קינדער.
אַלע קינדער שלאָפֿן,
טיר און טויער אָפֿן,
אָפֿן טיר און טויער,
פֿאָרט אַרײַן אַ פּויער,
אַ פּויער פֿאָרט אַרײַן,
מיט זוימען און מיט לײַן —
שלאָף, מײַן קינד, אײַן!

און דעם ייִנגעלעס קליין שוועסטערל איז אײַנגעשלאָפֿן, און אויך ייִנגעלע איז אײַנגעשלאָפֿן. איז דער מלאך פֿון שלאָף געקומען און האָט אים גענומען אויף זײַנע פֿליגלעך און געפֿירט אויף יענער זײַט טײַך, וווּהין דער וועג צום קייסערס פּאַלאַץ פֿירט דורך וועלדער און פֿעלדער און לאָנקעס.

אויף די לאָנקעס האָבן זיך געפֿיטערט שאָף און רינדער און געהיט האָבן זיי די פּאַסטעכער מיט זייערע קינדער. און גרויסע הינט זײַנען געשטאַנען אויף דער וואַך און האָבן געזען, אַז אַ וואָלף זאָל ניט אָנקומען פֿון וואַלד און אַוועקשלעפּן אַ שעפֿעלע פֿון סטאַדע, אָדער אַזוי אַ פֿרעמדער זאָל ניט קומען און טאָן שלעכטס די שאָף און רינדער.

אַז די הינט האָבן דערזען דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע, האָבן זיי גענומען בילן אויף אים. האָט זיי געוויזן ייִנגעלע דאָס רינגעלע, האָט זיי אַ בליץ געטאָן אין די אויגן און זיי זײַנען גלײַך אַנשטומט געוואָרן, און אין אַ ווײַלע אַרום האָבן זיי זיך גענומען לאַשטשען צום ייִנגעלע מיטן רינגעלע און לעקן אים און שמעקן אים.

האָבן דאָס די פּאַסטעכער און זייערע קינדער דערזען, האָבן זיי זיך פֿאַרוווּנדערט: שטייט אַ פֿרעמד ייִנגעלע, און די הינט — אַזעלכע בייזע הינט! — טשעפּען אים ניט. פֿאַרקערט, זיי לאַשטשען זיך צו אים און שמעקן אים און לעקן אים! רופֿט זיך אָפּ דער עלטסטער פּאַסטעך צום ייִנגעלע:

— ווער ביסטו, ייִנגעלע?
ענטפֿערט ייִנגעלע;
— איך בין דער מיטן רינגעלע.
זאָגט דער עלטסטער פּאַסטעך:
— מיר האָבן נאָך פֿון אַזאַ ייִנגעלע ניט געהערט.

האָט זיי ייִנגעלע־רינגעלע דערציילט, אַז ער קומט פֿון יענער זײַט און אַז ער האָט דאָרטן געהערט, אַז אויף דער זײַט טײַך געפֿינט זיך דעם מלכס פּאַלאַץ און דער מלך האָט אַ ייִנגעלע אַ בן־מלך און אַ מיידעלע אַ בת־מלכּה, וויל ער אַהין גיין. און דאָס רינגעלע פֿירט אים איבער וועלדער און פֿעלדער, וואַסער און לאַנד, מדבר און זאַמד, ביז עס וועט אים אַהין ברענגען. און ער דערציילט זיי דעם וווּנדער פֿון זײַן רינגעלע, אַז דאָס איז ניט גלאַט אַזוי אַ רינגעלע, נאָר אַ צויבער־רינגעלע, און וואָס ער וויל, טוט פֿאַר אים זײַן רינגעלע. האָבן די פּאַסטעכער זיך נאָך מער פֿאַרוווּנדערט. זיי האָבן פֿון אַזאַ רינגעלע נאָך קיין מאָל ניט געהערט. און נאָך מער ווי די פּאַסטעכער, האָבן זיך זייערע קינדער געוווּנדערט. רופֿן זיך אָן די פּאַסטעכער־קינדער צום ייִנגעלע מיטן רינגעלע:

— אַנו, ייִנגעלע, ווײַז אונדז עפּעס אַ קונץ מיט דײַן רינגעלע!

טראַכט דאָס ייִנגעלע, וואָס פֿאַר אַ קונץ ער זאָל זיי ווײַזן מיט זײַן רינגעלע. און ווי ער טראַכט אַזוי, לויפֿן אָן פֿון וואַלד וועלף, און ניט איינער און ניט צוויי און ניט דרײַ און ניט פֿיר, נאָר גאַנצע מחנות אָן אַ שיעור. האָבן די הינט דערזען די וועלף, האָבן זיי זיך אַ לאָז געטאָן צו זיי מיט אַ בילערײַ, מיט אַ קוויטשערײַ. אָבער די וועלף זײַנען געווען פֿיל מער אין צאָל, ווי די הינט, האָבן די הינט גאָרנישט ניט געקענט מאַכן אַנטקעגן זיי. און די וועלף האָבן זיך געלאָזט גלײַך צו די סטאַדעס שאָף און רינדער, און די שאָף און רינדער האָבן פֿאַר שרעק זיך גענומען טוליען איינע צו די אַנדערע. און ניט ווייניקער פֿון די שאָף מיט די רינדער האָבן זיך געשראָקן די פּאַסטעכער מיט די קינדער. און זיי האָבן אַלע גענומען וויינען:

— אוי וויי, ס’איז געקומען אַ סוף
אי אויפֿן פּאַסטעך, אי אויף די שאָף!

נאָר איינער האָט זיך ניט דערשראָקן: דאָס איז געווען דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע. האָט ער זיך אָנגערופֿן:

— שרעקט זיך ניט, פּאַסטעכער,
שרעקט זיך ניט, קינדער!
איך וועל אײַך ראַטעווען
מיט שאָף און רינדער!

און עס האָט אַ מאַך געטאָן דאָס ייִנגעלע מיט זײַן רינגעלע, און פֿלאַמען פֿײַער האָבן גענומען בליצן און פֿונקען האָבן גענומען שפּריצן, און גלײַך די וועלף אין די אויגן. די וועלף האָבן מורא פֿאַר פֿײַער, האָבן זיי אין שרעק גענומען לויפֿן איבער אַלע פֿעלדער צוריק אין די וועלדער, און אין איין מינוט איז פֿון זיי קיין זכר ניט געבליבן. און די פּאַסטעכער האָבן זיך געוווּנדערט איבער דעם גרויסן וווּנדער, וואָס עס האָט באַוויזן ייִנגעלע מיט זײַן רינגעלע.

רופֿט זיך אָן דער עלטסטער פּאַסטעך צום ייִנגעלע מיטן רינגעלע:

— איך וועל גיין מיט דיר צום מלך און דערציילן אים דעם גרויסן וווּנדער, וואָס דו האָסט געטאָן מיט דײַן רינגעלע, און דער מלך וועט דיך באַלוינען דערפֿאַר וואָס דו האָסט געראַטעוועט זײַנע שאָף און רינדער.

גיט אַ פֿרעג דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע:

— זענען דען די שאָף און רינדער דעם מלכס, ניט אײַערע?

ענטפֿערט דער עלטסטער פּאַסטעך:

— געוויס זענען די שאָף און רינדער דעם מלכס, ניט אונדזערע. מיר היטן זיי נאָר פֿאַר אים.

בלאָזט אָן דאָס ייִנגעלע פֿון דעם רינגעלע זײַנע ליפּעלעך און ער מאַכט אַזוי:

אַלץ דעם מלכס, דעם מלכס! און איר האָט גאָרנישט?!

ענטפֿערט דער עלטסטער פּאַסטעך:

— מיר האָבן גאָרנישט. מיר זענען נאָר די היטער. מיר זענען נאָר די היטער פֿון דעם קייסערס גיטער.

פֿרעגט דאָס ייִנגעלע פֿונעם רינגעלע:

— און פֿלייש גיט אײַך דער מלך צום עסן?

ענטפֿערט דער עלטסטער פּאַסטעך:

— ניין, דאָס פֿלייש עסט ער אַליין, ער און די זײַניקע, און אונדז גיט ער די ביינער, און אַ מאָל דאָס אויך ניט.

רופֿט זיך אָן דאָס ייִנגעלע פֿון דעם רינגעלע:

— איך מוז צום מלך גיין די מינוט, און זאָגן אים, אַז ער טוט ניט גוט.

און ייִנגעלע האָט אַ זאָג געטאָן צו זײַן רינגעלע:

— פֿון דער ערד, פֿון דער ערד

זאָל אַרויס מיר אַ פֿערד!

און אַ פֿערד איז אַרויס פֿון דער ערד, און דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע האָט זיך אויף אים אַרויפֿגעזעצט און איז געפֿלויגן פֿײַל פֿון בויגן, צום מלך אין פּאַלאַץ.

אָבער וואָס עס איז ווײַטער געווען, ווען איר שפּעטער זען.