מע האָט מיר אָנגעהױבן רעדן אַ שידוך נאָך אין יענע צײַטן, װען מע האָט ניט געװוּסט פֿון קײן שום קאָמפּיוטערן, סמאַרטפֿאָנען און אַנדערע הײַנטצײַטיקע גליקן. כ’בין דעמאָלט געװען אַ בחורל פֿון זיבעצן יאָר און נאָר װאָס אָנגעהױבן צו לערנען זיך אין אינסטיטוט, אין אַ גרױסער שטאָט. “אַ גרױסע שטאָט איז פֿול מיט סכּנות. ער איז דאָך אַ הולטײַ און עפּעס אַ שיקסע קען אים, חלילה, פֿאַרשלעפּן אין בעט אַרײַן, און שױן — פֿאַרפֿאַלן!” — האָבן באַשטימט די באָבעס און מומעס.
מײַן גלאַװנע שדכנטע איז געװאָרן די מומע דבֿורה, מײַן עלטער־זײדעס אײניקל פֿון זײַן ערשטער פֿרױ לאה, װעלכע איז ניפֿטר געװאָרן זײער אַ יונגע, און מײַן עלטער־זײדע פּנחס האָט חתונה געהאַט מיט מײַן עלטער־באָבע פּערל. מיט אײן װאָרט, כ’בין געװאָרן אַן אָפֿטער גאַסט אין קעשענעװ, בײַ דער מומע דבֿורה. רעדן האָט זי גערעדט נאָר אױף ייִדיש און אױף רומעניש, און ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז אױך מײַנע “כּלות” זײַנען געװען פֿון די סאַמע לײַטישע „בעסאַראָבער‟ משפּחות, און כּדי צו װײַזן זײער גרױסע געלערנטקײט האָבן זײ זיך געבראָכן די צײן און גערעדט אַ קאַליע רוסיש.
פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/186497/ פֿון לעאָן עלבע
דער זיידע האָט דערציילט דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע, וואָס פֿאַר אַ חכם און וואָס פֿאַר אַ קענער שלמה המלך איז געווען. דער קליגסטער פֿון אַלע מענטשן איז ער געווען. עס איז ניט געווען קיין איין רעטעניש, וואָס ער זאָל ניט טרעפֿן. הײַנט האָט ער געקענט אַלע שפּראַכן, וואָס מענטשן רעדן נאָר, און אַפֿילו די שפּראַך פֿון חיות און עופֿות מיט אַלע זייערע הוועיות און אויך דאָס גערויש פֿון ביימער און גראָזן און פֿון ווינטן דאָס בלאָזן — אַפֿילו דאָס האָט ער פֿאַרשטאַנען.
ייִנגעלע־רינגעלע האָט דאָס געהערט, האָט ער זיך געוווּנדערט און מקנא געווען. אים האָט זיך אויך געוואָלט זײַן אַזאַ ווי שלמה, ניט קיין מלך, נאָר אַ חכם און אַ קענער, טרעפֿן אַלץ, וויסן אַלץ, און פֿאַרשטיין אַלץ: פֿאַרשטיין וואָס עס רעדן חיות און עופֿות, ביימער און גראָזן. יאָ, ער, ייִנגעלע־רינגעלע, פֿאַרשטייט אויך וואָס זיי רעדן, אָבער דאָס איז נאָר אין חלום, און שלמה המלך האָט פֿאַרשטאַנען אויף דער וואָר! אַזוי דערציילט דער זיידע.
מיר ברענגען אײַך אַ נײַעם פֿילם, אין גאַנצן אויף ייִדיש, געמאַכט פֿונעם יונגן ישׂראלדיקן ייִדישיסט יעד בירן (יאַאַד ביראַן), מיט דער הילף פֿון „בית שלום־עליכם‟. אַ סך ייִדישע שרײַבער האָבן באַזוכט ארץ־ישׂראל פֿאַר דער גרינדונג פֿון דער מדינה, און אָפֿט האָבן זיי געשריבן וועגן דעם, וואָס זיי האָבן דאָרט געזען. אין געוויסע פֿאַלן האָבן זיי אָנגעשריבן גאַנצע ביכער, ווי דער פּאָעט יהואש („פֿון ניו־יאָרק ביז רחובֿות און צוריק‟), אָבער אַ סך אַנדערע האָבן בלויז געדרוקט רעפּאָרטאַזשן אין די צײַטונגען.
אין דעם פֿילם הערן מיר די ווערטער פֿונעם באַקאַנטן הומאָריסט יוסף טונקל (דער טונקעלער), ווי אויך פֿון די ייִדישע פּראָזאַיִקער ה. ד. נאָמבערג און שלום אַש. אַזוי ווי די שטימונג אין ארץ־ישׂראל איז געווען קעגן ייִדיש, האָבן זיי געהאַט אַ ביסל אַן אַנדער פּערספּעקטיוו, וואָס איז נאָך אינטערעסאַנט צו הערן. ס׳איז טשיקאַווע צו פֿאַרגלײַכן וואָס זיי האָבן דעמאָלט געזען מיט דעם, ווי די לאַנדשאַפֿט זעט אויס הײַנט — און אַזוי זעט מען אינעם פֿילם.
די וואָך האָט איטקע לוטשינאַ פֿון מאָסקווע געטראָפֿן אונדזער ליד: „אַ פּאַסטעכל‟, אַ פֿאָלקסליד געזונגען פֿון הירש רעלעס. זי האָט עס דערקענט, ווײַל זי לערנט זיך איצט ווײַסרוסיש און אינעם ליד געפֿינען זיך גאַנצע זאַצן אויף יענער שפּראַך. הערט דאָס גאַנצע ליד:
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ליד, ניט גאַנץ נײַ, אָבער פֿאָרט פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
דער שװאַרצער הומאָר איז אַ מין הומאָר מיט אַ צומיש פֿון צינישקײט. דער קאָמישער עפֿעקט דריקט זיך אויס דורכן חוזק מאַכן פֿון טױט, פֿון כּל־מיני מענטשלעכע מומים און אַנדערע גאָר ניט קײן פֿרײלעכע זאַכן. דער שװאַרצער הומאָר אין דעם אײראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר קומט פֿון די מיטל־אַלטערלעכע קאַרנאַװאַל־טראַדיציעס, פֿאַרבונדן מיט די „טױטן־טענץ‟ און „סעודות אין מיטן דער מגיפֿה‟.
דער שװאַרצער הומאָר, װי אַ ליטעראַטור־זשאַנער, איז געװאָרן פּאָפּולער מיט הונדערט יאָר צוריק, נאָכן אױפֿקום פֿון סוררעאַליזם, אָבער די מינדלעכע מוסטערן פֿונעם זשאַנער זײַנען פֿון לאַנג באַקאַנט אין אַלע מערבֿ־אײראָפּעיִשע פֿאָלקלאָרן. דער ייִדישער „שװאַרצער הומאָר‟ איז ניט קײן אױסנאַם, נאָר אַ בולטער באַװײַז פֿון דער אָנגעהעריקײט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור צו דער גרױסער אײראָפּעיִשער ליטעראַטור־משפּחה.
פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/186251
ייִנגעלע־רינגעלע האָט זייער געוואָלט האָבן אַ פֿידעלע און קענען שפּילן אויף דעם, האָט ער געבעטן און געבעטן דעם טאַטן, ער זאָל אים קויפֿן אַ פֿידעלע, און ער האָט אַזוי לאַנג געבעטן, ביז דער טאַטע האָט אים געקויפֿט. און ער האָט אים אויך געדונגען אַ לערער, ער זאָל אים לערנען שפּילן.
ייִנגעלע האָט זיך זייער גוט געלערנט און ער האָט געשפּילט מיט גרויס חשק און גרויס געפֿיל. ער האָט זײַן פֿידעלע ליב געהאַט ווי זײַן לעבן. ווי ער האָט נאָר געהאַט אַ ביסל צײַט, אַזוי האָט ער גענומען און געשפּילט, און ווען ער האָט ניט געשפּילט, איז דאָס פֿידעלע געהאָנגען אויף דער וואַנט איבער זײַן בעטל, און ווען ייִנגעלע האָט זיך געלייגט שלאָפֿן, האָט ער זיך אומגעקערט מיטן פּנים צו דער וואַנט און געקוקט אויף דעם פֿידעלע, געקוקט און געקוקט, ביז די אויגן האָבן זיך אים גענומען קלעפּן און ער איז אײַנגעשלאָפֿן.
אײַנגעשלאָפֿן, גייט ער שוין צום מלך אין פּאַלאַץ. און דאָס פֿידעלע טראָגט ער מיט זיך. ער טראַכט: ער וועט קומען צום מלך אין פּאַלאַץ, וועט ער פֿאַר אים נעמען שפּילן, וועט דעם מלך ווערן גוט אויפֿן האַרצן, און ער וועט גוט זײַן צו זײַן פֿאָלק און מער קיין שלעכטס קיינעם ניט טאָן.
גייט ער און גייט, ייִנגעלע־רינגעלע, גייט און טראַכט, מיט אַ מאָל דערהערט ער עפּעס אַ שטים!
דער ייִדישער פּאָעט הירש רעלעס (1913־2004) איז אין זײַנע לעצטע יאָרן געווען דער איינציקער ייִדישער שרײַבער פֿונעם עלטערן דור אויף דער טעריטאָריע פֿון ווײַסרוסלאַנד. האָט דער לינגוויסט הירשע־דוד כּ”ץ, וואָס אַרבעט אַ סך יאָרן אויף אַ שפּראַך־אַטלאַס פֿונעם ליטווישן ייִדיש, ניט פֿאַרפֿעלט צו טרעפֿן זיך מיט אים אין משך פֿון זײַנע פֿאָרש־עקספּעדיציעס איבער מיזרח־אייראָפּע. דאָ זעען מיר אַן אינטערוויו, וואָס כּ”ץ האָט פֿילמירט בײַ רעלעסן אין דער היים אין זומער 1998.
רעלעס איז געבוירן געוואָרן אין טשאַשניקי, אַ שטעטל פֿון ליבאַוויטשער חסידים, וווּ זײַן טאַטע איז געווען דער איינציקער מתנגד. שרײַבן לידער האָט ער אָנגעהויבן אויף ווײַסרוסיש, נאָר דער טאַטע האָט אים געעצהט בעסער צו שרײַבן אויף זײַן מאַמע־לשון: ווי לאַנג ער וועט שרײַבן אין ווײַסרוסיש אָדער רוסיש, וועט ער גיין אויף שטאָלצן, האָט דער טאַטע געזאָגט — נאָר אין ייִדיש וועט ער גיין מיט די פֿיס אויף דער ערד.
רעלעס לייענט פֿאָר פֿון זײַן פּאָעזיע, זינגט אַ חב״דסקער לידל אויף רוסיש און ייִדיש, און רעדט גאַנץ געשמאַק וועגן זײַן אייגן לעבן. ער האָט, למשל, זיך נעענטער באַקענט מיטן קינסטלער יהודה פּען, דער לערער פֿון מאַרק שאַגאַל (וואָס האָט געהאַלטן, אַז שאַגאַל איז אַוועק אויף שלעכטע דרכים).
כאָטש דער אינטערוויו איז ניט קיין לינגוויסטישער אַנאַליז, איז טשיקאַווע צו באַמערקן געוויסע באַזונדערקייטן פֿון רעלעס׳ לשון. ער זאָגט אויף סאַבעסדיקן לאָסן „בעשמעדרעס‟ (בית־מדרש), און דער /ל/ קלינגט בײַ אים אָפֿט ווי אַ /w/ — דער טאַטע, למשל, איז געווען אַ „מעואַמעד‟ (מלמד). אָבער כּדי צו האָבן אַן אויסשעפּיק בילד פֿון זײַן ליטווישן דיאַלעקט, דאַרפֿן מיר וואַרטן עס צו לייענען אין כּ״צעס שפּראַך־אַטלאַס.
די וואָך האָט קיינער ניט געטראָפֿן דאָס ליד, וואָס איז אַ חידוש, ווײַל ס׳איז אַ מאָל געווען גוט באַקאַנט, און אַ סך חסידים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן ראַדיאָ קענען עס פֿון הענעך סאַפּאָזשניקס „ייִדישן ראַדיאָ־פּראָיעקט‟. דאָס איז די פּאַראָדיע פֿונעם WEVD־ליד געזונגען פֿון די ברידער באַרטאָן, צוזאַמען מיט זייער פּאַראָדיע פֿון דער „דזשאָו און פּאָל‟-רעקלאַמע. אַ ביסל מער וועגן זיי קען מען לייענען אויף סאַפּאָזשניקס וועבזײַטל: http://www.yiddishradioproject.org/exhibits/commercials/commercials.php3?pg=3
הערט דאָס גאַנצע ליד:
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ליד, רעקאָרדירט ניט אַזוי לאַנג צוריק. די פֿון אײַך, וואָס קענען דעם רעפּערטואַר פֿונעם מוזיקער זיסל סלעפּאָוויטש, האָבן עס מסתּמא געהערט — נאָר מיר בעטן זיסלען אַליין ניט אויסצוזאָגן דעם סוד! שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com.
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
טאָכטער: קענסטו מיר ניט זאָגן, פּאַ, ווען די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן?
פֿאָטער: אַ טאָג נאָך מײַן חתונה…
די געשיכטע איז אַ מאָדנע פֿרױ. זי האָט ממש אַ מײדלשן זכּרון — אַ טײל פּערסאָנאַזשן בלײַבן אין איר היסטאָרישן טאַש, און אַן אַנדער טײל, ניט װײניק װיכטיקע פּערסאָנאַזשן, װערן מיט דער צײַט פֿאַרגעסן. עס איז שװער צו געפֿינען אַ געבילדעטן ייִד, װעלכער האָט ניט געהערט װעגן הערשעלע אָסטראָפּאָליער, װעגן די כעלעמער חכמים אָדער װעגן מאָטקע חבד.
עס זײַנען, אָבער, געװען בײַ ייִדן ניט װײניקער חריפֿותדיקע קעפּ, װי בײַ הערשעלען אָדער בײַ מאָטקען. פֿון די כּמעט פֿאַרגעסענע װיצלער איז טאַקע כּדאַי צו דערמאָנען מיט אַ גוט װאָרט דעם שאַרפֿזיניקן װילנער בדחן, מוזיקער און אימפּראָװיזאַטאָר שײַקע פֿײַפֿער (ישעיהו פֿלײטזינגער, 1802־1875, דער זײדע פֿונעם באַװוּסטן מוזיקער און פּעדאַגאָג מיכאל גנעסין), צו װעלכן (לױט ב. י. ביאַליסטאָצקיס מײנונג) געהערט „דאָס גרױסע געװינס‟, אַ מלא־חנעװדיק הומאָריסטיש מעשׂהלע, וואָס איז געװאָרן אַ טיטל פֿון שלום־עליכמס קאָמעדיע מיטן זעלבן נאָמען.
פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/186064/
אַז עס איז געקומען דער חודש תּמוז, האָט זיך דער זומער נאָך מער צעהיצט און די מענטשן האָבן נאָך מער געשוויצט. אין שטאָט איז ניט געווען אויסצוהאַלטן, און ווער עס האָט געקענט, האָט געכאַפּט די באַן און געלאָפֿן אין די זומער־פּלעצער, וווּ ס’איז קילער און שטילער.
ייִנגעלע־רינגעלע איז אויך געפֿאָרן אין אַ זומער־פּלאַץ, ניט אַליין, נאָר צוזאַמען מיט דער מאַמען.
אָנגעקומען זענען זיי אין דעם זומער־פּלאַץ אין רעכטן מיטן טאָג, און דאָס גאַנצע אָרט איז אים אַזוי געפֿעלן געוואָרן, אַז ער האָט זיך אין איין רגע פֿאַרגעסן אין דער שטאָט, פֿון וואַנען ער איז נאָר וואָס געקומען צו פֿאָרן. ער האָט געמיינט, אַז ער איז שוין לאַנג, לאַנג אָט דאָ אין דעם זומער־פּלאַץ, וווּ אַלצדינג איז אַזוי פֿריש און זיס, שיין און ריין, און ער וועט דאָ זײַן און זײַן און גאָר קיין מאָל ניט אַוועק פֿון דאַנען.
ס’איז אַרויס אַ נײַער נוסח פֿון אַ קלאַסישן חסידישן קינדער־אַלבאָם, געשריבן אויף ענגליש פֿון שמואל קונדא און איצט איבערגעזעצט אויף אַ היימישן ייִדיש. עס זינגען די ייִנגלעך פֿונעם קינדערכאָר „פּרחי שיר ושבֿח‟ אונטערן דיריגענט ר’ חיים מאיר פֿליגמאַן.
די וואָך האָט פֿ’ אליעזר ניבאָרסקי פֿון ירושלים געטראָפֿן דאָס ליד: „די ווערבע‟ פֿון ביאַליק, געזונגען פֿון דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. פֿאַקטיש איז דער נוסח אַ פֿאָלקלאָריזאַציע פֿונעם אָריגינאַל און הייסט מיט אַן אַנדער נאָמען: „לינדענבוים‟. דאָס גאַנצע ליד קען מען הערן און לייענען, מיט אַ קאָמענטאַר פֿון איציק גאָטעסמאַן, אויפֿן וועבזײַטל „דאָס ייִדישע ליד פֿון דער וואָך‟:
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער מין פֿאָלקסליד — ניט אַ ליד וואָס דאָס פֿאָלק האָט געזונגען, נאָר אַ ליד וואָס האָט אַפּעלירט צום פֿאָלק, קען מען זאָגן. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
דאָס איז מיסטער גאַלגאַן, אַן „אָלרײַטניק‟. די אמתע פֿרוי זײַנע איז אין „יוראָפּ‟, ערגעץ אַרום מינסק, נאָר ביז וואָס ווען איז ער דאָ דערווײַל אַ קאַפּיטשקע פֿאַרהייראַט…
פֿאַראַן אַ היפּש ביסל אַזעלכע גאַלגאַנס אין אונדזער אַמעריקטשע!
בײַ אונדז אין שטעטל, אַנטקעגן איבער אונדזער הױף האָט מען אױפֿגעשטעלט אַן אײַזערנעם שטענדער, און אױף דעם־אָ שטענדער פֿלעגט מען צװײ מאָל אַ װאָך אױפֿהענגען די אָרטיקע צײַטונג. די ערשטע דרײַ זײַטלעך זײַנען געװען אָנגעפֿילט מיט כּלערלײ פּראָפּאַגאַנדיסטישע מאַטעריאַלן און רעפּאָרטאַזשן פֿון די זאַװאָדן און פֿעלדער, אָבער אױפֿן פֿערטן זײַטל, פֿון אונטן, פֿלעגט מען דרוקן נעקראָלאָגן, און אײן מאָל אין חודש — די אָפֿיציעלע מעלדונגען װעגן די גטן פֿון גאַנץ בעסאַראַביע. אַזױ װי מײַן באָבע, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט ניט געקענט לײענען, האָב איך געמוזט לױפֿן צו דעם־אָ שטענדער, אױסלײענען און פֿאַרגעדענקען די גט־מעלדונגען. איר האָט געדאַרפֿט זען דאָס לױטערע פּנים פֿון מײַן באָבע, װען נאָך מײַן “חודשלעכן באַריכט” פֿלעגט זי אַ שאָקל טאָן מיטן קאָפּ און צוגעגעבן דערצו: “גאָט צו דאַנקען, אַ ייִדישע משפּחה איז טאַקע אַן אמתע משפּחה”.
פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/185880/
מיט אַ קראַנץ פֿון יוני־רויזן אויף זײַן בלאָנדן קאָפּ איז דער זומער געשטאַנען בײַ די טויערן פֿון דרויסן און האָט געוואַרט, דער לוח זאָל אים שוין אָנזאָגן, אַז דער פֿרילינג איז אַוועק און ער, דער זומער, מעג שוין אַרײַן, אַרטיק און פֿײַן.
ער האָט זיך אָבער ניט געקענט דערוואַרטן, דער זומער דער שטיפֿער, און ווי נאָר דער לוח האָט זיך פֿאַרקוקט אויפֿן הימל, זען, צי עס וועט זײַן זון אָדער רעגן, אַזוי האָט ער זיך אַרײַנגעכאַפּט, דער זומער דער שטיפֿער, און אַ בלאָז געטאָן מיט זײַן הייסן אָטעם, און אַלע קינדער, און אויך דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע, איז געוואָרן הייס. און ווי עס איז געוואָרן הייס, אַזוי האָבן אַלע אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זיך די קאַפּאָטקעלעך און צעהיצטע און פֿאַרשוויצטע האָבן זיי זיך צעזונגען:
קומט דער ליבער זומער,
זומער,
שפּילן מיר אין זאַמד.
דאָס איז אונדזער וווינונג,
וווינונג,
דאָס איז אונדזער לאַנד.
שוואַרצע קאַרשן רײַסן מיר,
רויטע לאָזן מיר שטיין,
מאַמע רופֿט אין שטוב אַרײַן,
ווילט זיך גאָרניט גיין.
Eizer Bachurim - Come back home from On Time Studios on Vimeo.
מיר ברענגען אײַך אַ לענגערן ווידעאָ (צום באַדויערן, נאָר טיילווײַז אויף ייִדיש) פֿונעם באַקאַנטן „בײַצײַטנס סטודיאָ‟ (On Time Studios): די געשיכטע פֿון צוויי יונגע־לײַט, וואָס גייען אַראָפּ פֿון דרך, אָבער די אָרגאַניזאַציע „עזר לבחורים‟ העלפֿט זיי צו טאָן תּשובֿה.
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז דער ווידעאָ איז אַ רעקלאַמע פֿאַר דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, קען מען ניט נעמען פֿאַר גוט געלט אַלע פּרטים פֿון דער געשיכטע. פֿון דעסטוועגן, שפּיגלט עס אָפּ אַ רעאַליטעט אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט, וואָס אַ סך פֿון אונדזערע לייענער קענען זייער גוט: פֿרומע יונגע־לײַט גיבן אויף זייער דת, צום טייל אָדער אין גאַנצן, אָבער נאָך אַ געוויסער צײַט קומען זיי צוריק.
למען האמת, ווילט זיך צוגעבן, אַז דאָס איז פֿאַרבונדן מיט אַ סך שווערע פּערזענלעכע באַשלוסן, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער אייגענער אמונה און מיט דער משפּחה. ניט יעדער יונגערמאַן (אָדער יונגע פֿרוי), וואָס ווערט אויס פֿרום, ווערט אויך אַן אַרבעטלאָזער, אַ שיכּור, אָדער אַ נאַרקאָמאַן. מיר קענען אַ סך פֿון זיי, וואָס האָבן דערגרייכט אַ הויכן ניוואָ פֿון בילדונג, געוואָרן קינסטלער, באַקאַנטע שרײַבער און וואָס נישט. אַ מאָל ווערן זיי טאַקע פֿאַרברענטע אַפּיקורסים, אָבער אַנדערע בלײַבן פֿרום אויף אַ מער ליבעראַלן אופֿן. פֿון דער צווייטער זײַט, זײַנען פֿאַראַן גענוג טויזנטער פֿרומע ייִדן, וואָס מאַטערן זיך מיט אַרבעטלאָזיקייט, פֿאַרברעכערישקייט און נאַרקאָטיק, אַזוי אַז אַ שוואַרצער קאַפּעליוש איז ניט קיין סגולה פֿאַר אַלץ. כּדי אײַך צו געבן אַ מער באַלאַנסירט בילד פֿון דער דאָזיקער פֿראַגע, ברענגען מיר אײַך אויך אַ ווידעאָ פֿון דער אָרגאַניזאַציע „פֿוסטריט‟ (ניט אויף ייִדיש, צום באַדויערן).
די וואָך האָט סאַבינאַ סטאַרק (פֿון יודזשין, אָרעגאָן) געטראָפֿן אונדזער ליד: „טירטלטויבן‟ פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין, רעציטירט פֿונעם מחבר אַליין. דאָס איז, זאָגט גלאַטשטיין, דאָס ערשטע ליד, וואָס ער האָט אָנגעשריבן בכלל. הערט דאָס גאַנצע ליד:
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ זינגליד — אַ פֿאָלקלאָריזאַציע פֿון אַ באַקאַנט ליד. ס’איז אפֿשר ניט אַזוי גרינג צו טרעפֿן, אָבער פּרוּווט אָן דער הילף פֿון „ר’ גוגל‟. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
בײַ זעקס יאָר איז מײַן פֿרױ געװאָרן אַ יתומה. צו דערצײלן װעגן דער שײנער און פֿײַנער קינדהײט און יוגנט האָט זי ניט ליב, נאָר אײן זאַך האָט זי זיך טאַקע יאָ אױסגעלערנט פֿון יענע צײַטן, – די בעסטע רפֿואה קעגן דער נױט און מרה־שחורה איז – צו זינגען.
„דהײַנו? – בין איך נײַגעריק צו װיסן, – פֿון אַ ליד צו אַ ליד איז דאָך אַ גרױסער חילוק. װאָס האָסטו, אַ שטײגער, געזונגען?”
„װאָס האָב איך געזונגען?… עפּעס אַן איטאַליעניש לידל װעגן ‘סאָלדי’. קײן אַנדערע װערטער געדענק איך שױן ניט, נאָר איך געדענק די מעלאָדיע. װען איך װאָלט געהאַט די װערטער אױף ייִדיש, װאָלט איך געקענט עס זינגען טאָג און נאַכט.”
„סאָלדי, זאָגסטו… נו, הײַנטיקע צײַטן… זאָלן אונדזערע שּׂונאים אַזױ לאַנג דױערן, װיפֿל װעט בײַ מיר דױערן צו געפֿינען דײַן לידל.”
וכך היה, אַזױ איז עס טאַקע געשען. דאָס לידל הײסט Canzone Da Due Soldi, אַ לידל פֿאַר צװײ גראָשן. דאָס ליד האָבן אָנגעשריבן קאַרלאָ דאַנידאַ און דזשוזעפּע פּעראָטי, אין 1954־טן יאָר.
אַ לידל פֿאַר צװײ גראָשן
הערט מיך אױס, איך בעט אײַך,
װױלע מענטשן, בנאמנות,
ס’לידעלע דאָס פּראָסטע, עס זאָל אין האַרץ אַרײַן.
קעמעלע־האַרמאָניקע, אַ פֿידעלע אָן סטרונעס
און אַ זינגער מיט אַ פֿלעשל װײַן.
די קאָמפּאַניע פֿון די װױלע גאַסן־חבֿרה
װעט אײַך שפּילן־זינגען ביז אין טאָג אַרײַן.
ס’איז אַ פֿרײלעך לידל פֿאַר צװײ סאָלדי־גראָשן,
ס’איז אַ לידל אױפֿן פּראָסטן גאַסן־לשון,
נאָר מע זינגט עס מיט געפֿיל און מיט נשמה,
און עס מאַכט אײַך פֿרײלעך, װי דער יונגער װײַן.
ס’װעט דאָס לידעלע באַשײַנען אײַך די יאָרן,
און אױף אײביק בלײַבן װאַך אינעם זכּרון,
ס’װעט פֿאַרטראָגן אײַך אין לאַנד פֿון קינדער־טרױמען,
אין אַ לאַנד פֿון ליבע און פֿון זונענשײַן.
מיר זינגען־טאַנצן אױף דער גאַס,
און די לבֿנה איז אין כּעס, –
די גאַנצע חבֿרה טאַנצט מיט אונדז,
ס’איז גאָר אַ קונץ!
אַז מע זינגט אַ פֿרײלעך לידל פֿאַר צװײ גראָשן,
אַ שײן לידל אױפֿן פּראָסטן מאַמע־לשון,
אַז מע זינגט עס, הײבט אָן קװעלן די נשמה
און עס מאַכט אײַך פֿרײלעך װי דער יונגער װײַן.
ס’זאָל דאָס לידל בלײַבן יונג אױף לאַנגע יאָרן,
משׁמח זײַן די װאָר און דעם זכּרון,
ס’זאָל פֿאַרטראָגן אײַך אין לאַנד פֿון קינדער־טרױמען,
אינעם לאַנד פֿון ליבע און פֿון זונענשײַן.
קומט זינגען־טאַנצן אױף דער גאַס,
דאָס לעבן איז גאָר ניט קײן שפּאַס,
די גאַנצע װעלט איז הײַנט בײַ אונדז, –
ס’איז דאָך אַ קונץ!
ס’זאָל דאָס לידל בלײַבן יונג אױף לאַנגע יאָרן…
… און אײביק זאָל מען פֿרײלעך זײַן!
דאָס איז די טײַערסטע מתּנה, אַזױ טענהט מײַן פֿרױ, װאָס איך האָב איר אַ מאָל געשאָנקען צום אינטערנאַציאָנאַלן פֿרױענטאָג, און אין איר נאָמען – אַלע פֿרױען אױף דער װעלט. װאָס זאָל איך זאָגן?… אַ פֿרױ איז שטענדיק גערעכט. פּשוט, אױף אַזאַ אופֿן װיל איך אָנװינטשן אַלע װױלע מענטשן, אַז װאָס גיכער זאָל קומען די צײַט, װען קײנער װעט שױן ניט װיסן פֿון קײן הונגער און נױט. און אױב, חלילה, עס טרעפֿט זיך אַ מאָל יאָ אַ שװער שטיקל צײַט, דהײַנו, – מע האָט אַן איבעריקן פּוד שמאַלץ אין בױך־און־פּולקעס, טאָ אָט, איצט האָט איר אַ זיכערע און אַן אױסגעפּרוּװטע ייִדישע דיעטע, ממש חצי־חינם, ניט מער װי פֿאַר צװײ גראָשן.