Oyneg Shabes

אויפֿן גליטש (נײַנטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

Skating on Ice (Chaper IX of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/184920/

Aharon Gudelman

דער טאַטע האָט געקויפֿט דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע אַ פּאָר גליטשערס, האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע זייער דערפֿרייט.

— אײַ, גוט! — האָט ער געזאָגט, — דער טײַך איז דאָך שוין פֿאַרפֿרוירן, וועל איך זיך מאָרגן גליטשן.

דערווײַל איז ער געגאַנגען שלאָפֿן, און די גליטשערס האָט ער אונטערגעלייגט אונטער זײַן בעטל, ער זאָל זיי גלײַך געפֿינען מאָרגן אָן שום זאָרגן, ווען ער וועט אויפֿשטיין. און ווי ער איז אײַנגעשלאָפֿן, אַזוי איז געקומען צו פֿליִען דער מלאך פֿון חלומות און אַ זאָג געטאָן צום ייִנגעלע מיטן רינגעלע:

— העי, ייִנגעלע־רינגעלע! קום, לאָמיר גיין צום מלכס פּאַלאַץ, וועסטו דאָרטן זען דעם בן־מלך מיט דער בת־מלכּה און אַלע שיינע, גוטע זאַכן.

— אוי, יאָ! — האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן ייִנגעלע־רינגעלע, — לאָמיר טאַקע גיין. אָבער וואָס טו איך מיט די גליטשערס, וואָס דער טאַטע האָט מיר געבראַכט?

— נעם זיי מיט זיך, — האָט דער מלאך געענטפֿערט, — וועסט זיך דאָרטן גליטשן.

האָט ייִנגעלע־רינגעלע גענומען די גליטשערס און דער מלאך־חלומות האָט אים אַרויפֿגענומען אויף זײַנע פֿליגלעך און איז מיט אים אַוועקגעפֿלויגן העט־העט, ווײַט פֿון בעט, אויפֿן וועג, וואָס פֿירט צום מלכס פּאַלאַץ.

זענען זיי געפֿלויגן אַ שעה און צוויי און דרײַ, ביז זיי זענען געקומען צו אַ פֿעלד, און דאָס פֿעלד איז געווען פֿאַרשאָטן מיט שניי, אַז מע האָט גאָרנישט ניט געקענט זען, און קיין מענטשלעכע טריט, אַפֿילו טריט פֿון חיות, האָט מען אויך ניט געקענט זען. לאָזט דער מלאך אַראָפּ ייִנגעלע־רינגעלע אויפֿן פֿעלד און זאָגט צו אים:

— נו, אָט דאָ וועסטו שוין גיין אַליין, ביז דו וועסט קומען צום מלכס פּאַלאַץ.

פֿרעגט ייִנגעלע־רינגעלע:

— ווי אַזוי זאָל איך דאָ גיין אַליין, אַז מען קען דעם וועג ניט זען?

ענטפֿערט דער מלאך:

— נישקשה, וועסט טרעפֿן ווי צו גיין, און אויב ניט, האָסטו דאָך, ייִנגעלע, דײַן רינגעלע, וואָס קען פֿאַר דיר טאָן אַלץ אין דער וועלט.

איז דער מלאך אַוועקגעפֿלויגן, און ייִנגעלע־רינגעלע האָט גענומען גיין.

אָבער דער שניי איז געווען אַזוי טיף, אַז עס האָט געכאַפּט אַריבערן קאָפּ. האָט ייִנגעלע־רינגעלע אַ קוק געטאָן אויף זײַנע גליטשערס און אַ מורמל געטאָן פֿאַר זיך:

— אָ, ווען מען קען זיך דאָ גליטשן, וואָלט איך זיך דאָך אַוועקגעגליטשט אַזש צום קעניג אין פּאַלאַץ!

דערמאָנט זיך דאָס ייִנגעלע אָן זײַן רינגעלע, נעמט ער עס אַראָפּ פֿון פֿינגער און וויל שוין צו דעם זאָגן:

— רינגעלע, רינגעלע, דײַן וווּנדער באַווײַז,

נעם צו דעם שניי און מאַך פֿון דעם אײַז!

גליטשן זיך זאָל איך קענען אויף דעם —

דו טוסט דאָך אויף וווּנדער, דו האָסט דאָך אַ שם!

צום קעניג אין פּאַלאַץ וויל איך דאָך גיין,

איך קען ניט, איך קען ניט, איך קען ניט אַליין.

אָבער ווי ער וויל דאָס זאָגן און ווי ער האַלט אַזוי דאָס רינגעלע צווישן זײַנע קליינע, פֿאַרפֿרוירענע פֿינגערלעך, אַזוי קומט אָן אַ בייזער שטורעמווינט און רײַסט אַרויס דאָס רינגעלע בײַם ייִנגעלע און פֿאַרטראָגט דאָס ערגעץ, שדים ווייסן וווּ.

ווי דאָס ייִנגעלע איז געבליבן אָן דעם רינגעלע, אַזוי האָט ער גענומען וויינען און יאָמערן הויך אויפֿן קול, אָבער דער שטורעמווינט האָט געקערט אַ וועלט און ניט געלאָזן קיינעם דערהערן דעם ייִנגעלעס געוויין. איינער אָבער האָט דערהערט: דאָס איז געווען אַן אַלטער מאַן מיט לאַנגע האָר און מיט אַ לאַנגער באָרד, אײַנגעוויקלט אין אַזאַ מאָדנעם פּעלץ, וואָס קיינער טראָגט דאָס גאָר ניט, און מיט אַ לעדערנעם גאַרטל אויף זײַנע לענדן.

דער אַלטער מאַן איז געקומען פּלוצעם, מיט אַ מאָל. ייִנגעלע־רינגעלע האָט גאָרנישט געזען, ווי אַזוי און פֿון וואַנען דער אַלטער מאַן האָט זיך באַוויזן פֿאַר אים. ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך פֿאַרוווּנדערט, דערזעענדיק דעם אַלטן מאַן פֿאַר זיך, אָבער דער אַלטער האָט אים אַ גלעט געטאָן מיט גרויס ליבשאַפֿט און אים געפֿרעגט:

— דערקענסט מיך גאָרנישט, ייִנגעלע? איך בין דאָך אליהו הנבֿיא!

דאָס ייִנגעלע האָט זיך זייער דערפֿרייט, ווען ער האָט דערהערט, אַז דער אַלטער מאַן איז דאָס אליהו הנבֿיה.

— אַזוי? — האָט ער געזאָגט, — ביסטו דאָס אליהו הנבֿיא? דער זיידע מײַנער האָט מיר דערציילט אַ סך שיינע מעשׂיות פֿון דיר, ווי דו קומסט צו די מענטשן פֿאַרשטעלטערהייט און דו העלפֿסט וועמען מע דאַרף און דערנאָך פֿאַרשווינדסטו. אַזוי ביסטו דאָס?

— יאָ, — האָט אליהו הנבֿיא געענטפֿערט, — איך בין דאָס. איך האָב דערהערט דײַן געוויין, בין איך געקומען צו גיין. זאָג, וואָס פֿעלט דיר?

— אַ בייזער ווינט איז געקומען און האָט מײַן רינגעלע צוגענומען, מײַן צויבער־רינגעלע. וואָס זאָל איך איצטער טאָן?

מאַכט אליהו הנבֿיא:

— וויין ניט, ייִנגעלע! עס וועט זיך געפֿינען דאָס רינגעלע! און דערווײַל זאָג מיר, וואָס דו ווילסט, איך וועל פֿאַר דיר קענען טאָן וואָס דײַן רינגעלע וואָלט געטאָן, און נאָך מער. זאָג מיר, וואָס ווילסטו?

זאָגט דאָס ייִנגעלע:

— זעסט די גליטשערס, וואָס איך האָב? דאָס האָט מיר מײַן טאַטע געקויפֿט. נו, וויל איך, זאָלסט מיר מאַכן אַ גליטש, איך זאָל זיך קענען אַוועקגליטשן אַזש צום מלך אין פּאַלאַץ.

ווי אליהו הנבֿיא האָט דערהערט די ווערטער „צום מלך אין פּאַלאַץ‟, אַזוי האָבן זיך זײַנע ברעמען אָנגעצויגן און ער האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ און האָט אַזוי געזאָגט:

— מײַן קינד, מײַן קינד! דו ביסט נאָך יונג און קליין און דו קענסט ניט פֿאַרשטיין, וואָס די מלכים זענען. איך קען זיי בעסער. איך האָב מיט זיי געהאַט צו טאָן. שלעכט זענען זיי ביז גאָר. אָט וועל איך דיר דערציילן אַ מעשׂה מיט אַ מלך.

און אליהו הנבֿיא האָט דערציילט:

— אַ מאָל איז געווען אַ מלך בײַ ייִדן, האָט מען אים גערופֿן אַחאָבֿ. איז ער געווען אַ שלעכטער און זײַן ווײַב איז נאָך געווען אַן ערגערע פֿון אים. זי האָט געהייסן איזבֿל. און אין זייער צײַט איז געווען איינער אַ פּראָסטער מענטש מיטן נאָמען נבֿות. האָט נבֿות געהאַט אַ ווײַנגאָרטן, גראָד לעבן דעם מלכס פּאַלאַץ. איז דער ווײַנגאָרטן זייער געפֿעלן געוואָרן דעם מלך, האָט ער אים געוואָלט האָבן. האָט ער געבעטן בײַ נבֿותן, ער זאָל אים אָפּגעבן דעם ווײַנגאָרטן און ער וועט אים דערפֿאַר געבן אַן אַנדער ווײַנגאָרטן. אָבער נבֿות האָט ניט געוואָלט זיך שיידן מיטן ווײַנגאָרטן, ווײַל דאָס איז געווען אַ ירושה פֿון זײַנע עלטערן, איז דאָס אים געווען זייער טײַער. איז דער מלך אַוועק אַהיים אַן אומעטיקער און אַ בייזער און האָט דאָס דערציילט דעם ווײַב. האָט דאָס ווײַב גענומען פֿון אים לאַכן און חוזק מאַכן: „דו ביסט דאָך אַ קעניג!‟ האָט זי געזאָגט, „הייס הרגענען נבֿותן, און דו וועסט צונעמען דעם ווײַנגאָרטן‟. האָט דער מלך אַזוי געטאָן. נו, זעסטו שוין, מײַן קינד, וואָס אַ מלך איז? און דײַן מלך מוז אויך זײַן אַזאַ.

— יאָ, — האָט דאָס ייִנגעלע געזאָגט, — מע זאָגט טאַקע, אַז ער איז אַ שלעכטער, נאָר איך וויל גיין צו אים און זאָגן אים, וועט ער ווערן בעסער.

רופֿט זיך אָן אליהו הנבֿיא:

— נו, מילא, דער מלך ווי דער מלך, אָבער גליטשן זיך קומט דיר. און באַלד וועסטו דאָס טאַקע קענען טאָן.

און איידער דאָס ייִנגעלע האָט זיך אַרומגעקוקט, איז שוין קיין זכר ניט געווען פֿון דעם פֿעלד מיט שניי, נאָר אַ גליטש, אַ טײַערע גליטש, גלאַט ווי אַ שפּיגל. און ייִנגלעך און מיידלעך האָבן זיך אַרומגעגליטשט אויפֿן גליטש, האָט ייִנגעלע־רינגעלע אויך אָנגעטאָן זײַנע גליטשערס און געגליטשט זיך מיט אַלעמען. און אליה הנבֿיא איז געשטאַנען און האָט געקוואָלן, וואָס ייִנגעלע־רינגעלע גליטשט זיך אַזוי פֿײַן. לאַנג אָבער האָט ער ניט געקענט שטיין, מאַכט ער צום ייִנגעלע־רינגעלע:

— איצט לאָז איך דיך איבער, וועסט שוין קיין מורא ניט האָבן.

און גלײַך האָט זיך באַוויזן אַ פֿײַערדיקער רײַטוואָגן מיט אַ פּאָר פֿײַערדיקע פֿערד, און אליהו הנבֿיא האָט זיך אַרײַנגעזעצט, און עס האָט אים אַרויפֿגעטראָגן הויך־הויך, אַזש אין הימל אַרײַן. ייִנגעלע רינגעלע האָט אים שוין מער ניט געקענט זען און ער האָט ווײַטער גענומען זיך גליטשן, און ער האָט זיך אַזוי געגליטשט און געגליטשט, ביז ער האָט זיך אײַנגעמאַטערט. האָט ער זיך צוגעזעצט אָפּרוען, אָבער פֿון גרויס מידקייט איז ער אײַנגעשלאָפֿן, און ער איז אַזוי אָפּגעשלאָפֿן, ביז דאָס רינגעלע איז געקומען צו קײַקלען צו אים און האָט אים אויפֿגעוועקט פֿון שלאָף. אָבער וואָס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.