Oyneg Shabes

לעק בױמער

“Lick B’Omer”

די מינהגים זײַנען שטאַרקער פֿון די געזעצן. באַזונדער בײַ די „אַלטע” פֿעלקער, װעלכע האָבן דורות לאַנג ניט געהאַט קײן אײגענע מדינה; אַזױ װי, צום בײַשפּיל, ייִדן, ציגײַנער, קורדן. בעסער פֿון אַלעמען, לױט מײַן מײנונג, האָט די־אָ מחשבֿה צוגעטראָגן י. ל. פּרץ אין זײַן דערצײלונג „דרײַ מתּנות”. אױב אונדזער טײַערער לײענער װעט האָבן חשק איבערצולײענען די שײנע נאָװעלע, ממש אַ פּיעסע, װעט איר גלײַך באַמערקן און דערפֿילן, אַז די דרײַ הױפּט־העלדן גײען אױף קידוש־השם ניט כּדי אָפּצוהיטן די תּרי”ג מיצװת, נאָר ניט אָפּטרעטן פֿון דעם אָדער יענעם מינהג, טיף אײַנגעװאָרצלטן אין דער פֿאָלקס־נשמה.

אין דער ערשטער נאָװעלע גײט דער העלד אױף קידוש־השם, כּדי אָפּהיטן פֿון „טריפֿה” הענט דאָס זעקעלע מיט ארץ־ישׂראל־ערד. אין דער צװײטער גייט די העלדין אױף קידוש־השם נאָר כּדי אָפּהיטן איר צניעותדיקײט, און שפּיליעט צו איר קלײד צום לײַב מיט אַ שפּילקע. אין דער דריטער נאָװעלע גײט דער העלד אױף קידוש־השם נאָר כּדי ניט בלײַבן מיט אַ הױלן קאָפּ, אַזױ, װי להבֿדיל, אַ ניט־ייִד. ניט אין עשׂרת־הדיברות און ניט אין תּרי”ג מיצװת װעלן מיר ניט געפֿינען אַ דירעקטן באַפֿעל װעגן אַרײַנלײגן אין קבֿר אַ ביסל ארץ־ישׂראל־ערד, און ניט אַ באַפֿעל צו טראַכטן װעגן צניעותדיקײט בעת מע פֿירט דיך, ניט דאָ און ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, צום טױט; און אַװדאי איז ניטאָ קײן באַפֿעל צו טראָגן אַ יאַרמלקע. דאָס אַלץ זײַנען די פֿאָלקס־מינהגים.

פּונקט צו אַזעלכע מינהגים געהערט הײַנטיקע טעג דער „קלײנער יום־טובֿ” ל”ג בעומר, װעלכער רופֿט אַרױס מער פֿראַגעס אײדער ענטפֿערס אױף װעלכע ניט איז. בײַ אונדז אין דער אַלטער הײם פֿלעגט מען דעם יום־טובֿ רופֿן „לעק בױמער (בײמער)”. די הונדערטער אינטערװיוען פֿונעם „שפּראַך־און קולטור־אַטלאַס פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום” באַװײַזן, אַז אָט דער נאָמען איז געװען גאָר פֿאַרשפּרײט בײַם פֿאָלק אין פֿאַרשידענע „ייִדישע קאַנטן”, אָבער איך װײס ניט, צי אין אַנדערע ייִדישע קהילות איז אױף ל”ג בעומר געװען אַ קינדער־מינהג, װעלכן מיר פֿלעגן אױספֿירן ממש בוכשטעבלעך — לעקן און קײַען די סמאָלע, װעלכע רינט אַרױס פֿון די װײַנשל־בײמער.

אַחוץ דעם, פֿלעגט די „חבֿרא־קדישא” פּראַװען די „גרױסע יערלעכע סעודה”; אָבער אַחוץ אַ גרױסער מורא, פֿלעגט די „סעודה” בײַ אונדז, קינדער, מער גאָרנישט ניט אַרױסרופֿן. אָבער אַזױ װי אױף ל”ג בעומר פֿלעגן מיר גײן מיט אַ פֿײַלן־בױגן, האָט עס אונדז צוגעגעבן אַ ביסל מוטיקײט, און עטלעכע פֿון די דרייסטע ייִדישע קינדער האָבן אַפֿילו העזה געהאַט צוגײן נאָענט צו די „אונטערגעשאָסענע‟ פֿרײלעכע חבֿרהניקעס.

צו די ניט זײער פֿאַרשפּרײטע ל”ג בעומר־מינהגים געהערט דער „יום־טובֿ פֿון די זעכציקער”, חג־הששים. דעם טאָג פֿלעגט מען פּראַװען אַ סעודה און מאַכן אַ כּוסע פֿאַר די אַלע, װאָס האָבן דערלעבט צו זײער זעכציקסטן געבורטסטאָג, אַזױ װי עס האָבן געפּסקנט די חז”ל – שׂמחה היא לו שיצא מכלל מיתה בידי שמים ועונש כּרת, אַ שׂמחה פֿאַר יענעם, װאָס האָט אױסגעמיטן די (הימל)־שטראָף און די „פֿאַרניכטונג פֿון זײַן נשמה” (כּרת).

דער זײער פֿאַרשפּרײטער מינהג צװישן די ישׂראלדיקע קינדער — צו מאַכן אַ שײַטער — קומט, װײַזט אױס, פֿון די טוניסיער ייִדן, װעלכע האָבן מיטגעבראַכט קײן ארץ־ישׂראל אַ סך גלות־מינהגים. בײַ די טוניסיער ייִדן פֿונעם אינדזל דזשערבאַ איז געװען אײַנגעפֿירט אָנצינדן אין יעדער ייִדישער שטוב אַ באַזונדערע מנורה, װעלכע הײסט „רבי שמעון־מנורה”. נאָכן בענטשן די „רבי שמעון־מנורה” פֿלעגן די ייִדן קומען אין אַ שיל און דאָרטן געלערנט פֿון ספֿר „זוהר”. נאָכן לימוד האָט מען געפּראַװעט אַ פֿרײלעכע סעודה, לױטן ספֿר „נחלת יוסף” — בל”ג בעומר מנהגינו להדליק נרות בביתי־הכּנסת כּמו ביום־טובֿ, והציבור לומדים משלי, אח”כּ ‘פּיוט בר־יוחאַי’, ואח”כּ „זוהר”, אום ל”ג בעומר איז אונדזער מינהג צו בענטשן ליכט אין די שילן, אַזױ װי יעדן יום־טובֿ, און דער עולם זאָל לערנען „משלי”, נאָך דער „פּיוט בר־יוחאַי” און נאָך דעם — „זוהר”.

מיט אײן װאָרט, איז ל”ג בעומר אַ יום־טובֿ מיט זיבן טעמען. עס גלוסט זיך אײַך שיסן פֿון אַ פֿײַלן־בױגן, שיסט אײַך געזונטערהײט. עס גלוסט זיך אײַך צו מאַכן אַ כּוסע מיט די „חבֿרא־קדישאניקעס”, אַדרבא. נאָר אײדער איר גײט בענטשן ליכט פֿאַרגעסט ניט אַ „לעק טאָן די בױמער”. די אַלטע ייִדן זאָגן, אַז ס’איז גוט קעגן די װאַלד־רוחות.


שמשון הגיבור (צוויי־און־צוואַנציקסטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

Samson (Chaper XXII of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/187444/

Aharon Gudelman

ייִנגעלע־רינגעלע איז געגאַנגען און געגאַנגען ביז ער איז געקומען צו אַ הויכער וואַנט.

קלערט בײַ זיך ייִנגעלע: דאָס איז אַוודאי אַן עוג מלך הבשן־וואַנט! וואָרעם ווער דען אַנדערש וואָלט געקענט אויפֿשטעלן אַזאַ הויכע וואַנט, אויב ניט ער, דער העכסטער פֿון אַלע מענטשן? און די וואַנט איז ניט נאָר הויך, נאָר אויך לאַנג, ציט זיך אויף הונדערטער מײַלן אַוודאי, וואָרעם מען קען גאָר מיטן אויג ניט כאַפּן. הײַנט וואָס זשע וועט איצטער זײַן? ווי אַזוי גייט מען ווײַטער, צום מלך אין פּאַלאַץ, וואָס אויף יענער זײַט טײַך?

קוקט זיך ייִנגעלע־רינגעלע נאָך מער צו דער וואַנט און באַטראַכט זי, זעט ער, אַז די וואַנט איז ניט גלאַט אַ וואַנט, נאָר אַ פֿעסטונג, מיט טורעמס און מיט שפּיצן און מיט לעכער, און פֿון די לעכער קוקן אַרויס עפּעס אַזעלכע מאָדנע האַרמאַטן! און גאָר אויבן, אויף דער וואַנט, גייען אַרום סאָלדאַטן מיט שפּיצן און מיט אַנדערע געווער, וואָס דאָס אויג קען גאָרניט כאַפּן. און ייִנגעלע טראַכט, אַז אָט די סאָלדאַטן זײַנען דאָס מסתּמא די וועכטער, וואָס היטן און וואַכן און זאָגן אָן ווען דער שׂונא קומט.

Read more


„באַשעפֿער, איך בין דײַנס‟

“Lord, I am Yours”

מיר ברענגען אײַך אַ געראָטענעם מוזיק־ווידעאָ, זייער פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכט פֿון דער פֿירמע On Time Studios („בײַ צײַטנס‟-סטודיאָס). די יונגע זינגער אַבֿרהמי קאַליש און תּולי ברול זינגען מערסטנס אויף ייִדיש, אָבער מישן אַרײַן אַ ביסל ענגליש צום סוף.


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

די וואָך האָט מרים־חיה סגל געטראָפֿן אונדזער ליד: „איך בענק אַהיים‟, מיט מוזיק פֿון יוסף רומשינסקי און ווערטער פֿון לודוויג זאַץ, דאָ געזונגען פֿון גאָלדעלע מאַלאַווסקי. גאָלדעלע פֿלעגט זינגען מיט אירע ברידער און שוועסער אינעם „מאַלאַווסקי משפּחה־כאָר‟, אָנגעפֿירט פֿון איר טאַטן, דעם באַקאַנטן חזן שמואל מאַלאַווסקי. זי האָט אויך געזונגען אין אַן אַנסאַמבל מיט אירע דרײַ שוועסטער, ווי די „פֿיר חזנטעס‟. הערט דאָס גאַנצע ליד:

מיר ברענגען אײַך נאָך אַן אויסצוג פֿון אַ היסטאָריש ליד, וואָס קען מאַכן דעם צוהערער פֿאַר אַ גרויסן פּאַטריאָט פֿון אַמעריקע. דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, קאָמפּאָניסט, און זינגער, וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com.

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


נאָטקע גנבֿ

Notke the Thief

Yehuda Blum

מיט אַ האַלבן יובֿל צוריק בין איך געזעסן אינעם רעװאָלוציאָנערן בוקאַרעשט און געשריבן אַ פֿרײלעכן ראָמאַן, „בירגער פּיפּיק‟. אַרױסצוגײן אין דרױסן איז געװען אַ סכּנת־נפֿשות און מײַן ייִדישע נשמה האָט געפֿאָדערט „װאָס מער לעבן און לאַכן‟. און װאָס קען זײַן פֿרײלעכער װי צו זײַן אין אַ קאָמפּאַניע שמוגלער, דרײקעפּ, גנבֿים און פֿרײלעכע מײדלעך. אַזױ איז געבױרן געװאָרן דער בירגער פֿיפֿיק, אָדער פּיפּיק, גײ װײס… טרױעריק פֿון אױסן און פֿרײלעך אינעװײניק.

פֿון יענער צײַט זײַנען בײַ מיר געבליבן הונדערטער מעשׂהלעך און נאָטיצן װעגן די פֿרײלעכע חבֿרהניקעס, אַ טײל פֿון װעלכע זײַנען געװאָרן די העלדן פֿון מײַן ראָמאַן. אָבער ניט דאָס בין איך אױסן; דעמאָלט האָט מיך זײער פֿאַרחידושט, אַז פֿון דער מנה־יפֿה פֿרײלעכע פֿאָלקס־פּערסאָנאַזשן, זײַנען בלויז די אַנעקדאָטן װעגן נאָטע גנבֿ ניט נאָר ניט קײן פֿרײלעכע, נאָר אַפֿילו ניט קײן שאַרפֿזיניקע. דאָס רובֿ מעשׂהלעך װעגן נאָטע גנבֿ זײַנען געזאַמלט געװאָרן און פֿאַרשריבן מיט גוטע הונדערט יאָר צוריק, נאָך פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה, און ס’װײַזט אױס, אַז מײַן קאָפּ דעריאָגט ניט און באַנעמט ניט דעם ספּעציפֿישן הומאָר װעגן נאָטע גנבֿ. װאָס איז די סיבה פֿון אַזאַ באַזונדערן צוגאַנג צו נאָטע גנבֿ װײס איך ניט, נאָר… מע קען דען זײַן אַ חכם?…

Read more


עוג מלך הבשן (איין־און־צוואַנציקסטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

Og King of Bashan (Chaper XXI of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/187256/

Aharon Gudelman

ייִנגעלע־רינגעלע איז געווען אין צירק, האָט ער זיך דאָרטן אָנגעזען אַ סך וווּנדערלעכע זאַכן, אָבער מער ווי אַלץ האָט ער זיך ניט געקענט אָפּוווּנדערן פֿון דעם ריז, וואָס ער האָט דאָרטן געזען. אַלע מענטשן האָבן אויסגעזען אַזוי ווי מילבן אַנטקעגן דעם ריז. און אַז ייִנגעלע־רינגעלע איז געקומען אַהיים, האָט ער דערציילט דעם זיידן פֿון דעם ריז אין צירק. זאָגט צו אים דער זיידע:

— דאָס איז גאָרנישט. עס איז געווען אַ מאָל אַ קעניג, עוג מלך הבשן, איז ער געווען נאָך העכער, און אָט דער ריז פֿון דעם צירק וואָלט אויסגעזען ווי אַ מילב אַנטקעגן עוג מלך הבשן. אפֿשר ביז די קנעכלעך וואָלט ער אים געגרייכט.

און דער זיידע האָט דעם ייִנגעלע דערציילט מעשׂיות פֿון עוג מלך הבשן, און ייִנגעלע האָט געהערט און געהערט, ביז די אויגן האָבן זיך אים גענומען קלעפּן און ער איז אײַנגעשלאָפֿן, און ווי ער איז אײַנגעשלאָפֿן, אַזוי האָט ער גענומען גיין צום מלך אין פּאַלאַץ, וואָס אויף יענער זײַט טײַך, און ווי ער האָט גענומען גיין, אַזוי איז אים די זון אַרויס אַנטקעגן און געזאָגט: „גוט־מאָרגן‟, האָט ייִנגעלע אַ קוק געטאָן אויף איר און אַ שמייכל געטאָן און איז געגאַנגען ווײַטער.

Read more


שמואל־613

Samuel-613

די טעמע פֿון חסידים, וואָס גייען „אַראָפּ פֿון דרך‟, איז געוואָרן פּאָפּולער, סײַ אויפֿן ביכערמאַרק — עטלעכע בענד זכרונות פֿון געוועזענע חסידים פֿאַרקויפֿן זיך גוט — סײַ אין קינאָ — למשל, דער נײַער פֿילם „פֿעלקיס און מיירע‟.

http://yiddish.forward.com/articles/187391/felix-and-meira

איצט איז אַרויס אַ שפּאָגל נײַער קורצער פֿילם „שמואל־613‟, וואָס קומט פֿאָר בײַ די חסידים אין לאָנדאָן. אין פֿאַרגלײַך מיט „פֿעליקס און מיירע‟, וואָס איז בעצם אַ פֿריילעכע געשיכטע אויף דער טעמע „די ליבע קען אַלץ בײַקומען‟, מאַכט „שמואל־613‟ אַ פֿינצטערן אײַנדרוק פֿון לײַדן און דעפּרעסיע. דער יונגערמאַן שמוגלט אַרײַן אין דער היים פּאָרנאָגראַפֿישע מאַגאַזינען, ער קוקט אויף אינטערנעץ־זײַטלעך, וואָס מע טאָר ניט. נאָך דעם ווי ער „שייגעצט אָפּ‟ אין גאַנצן, האָט ער פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען מיט משקה, מיט נאַרקאָטיק; אויף דער גאַס שלאָגן אים די כוליגאַנעס, און ער פֿאַלט דורך אין זײַן פּרוּוו זיך צו טרעפֿן מיט מיידלעך. בקיצור, ס’איז שווער צו זײַן אַ שייגעץ.

דער פֿילם איז זייער שיין פֿילמירט: דאָס בילד שאָקלט זיך פּונקט ווי דאָס לעבן פֿונעם העלד. די אַקטיאָרן שפּילן אויך וווּנדערלעך, דער עיקר: שמואל לייבאָוויץ, וואָס שפּילט דעם שטרענגן טאַטן — ער איז אַליין אַ געוועזענער חסיד פֿון לאָנדאָן, און ער רעדט אַ סך ייִדיש אינעם פֿילם; און טעאָ באַרקלעם־ביגס, דער יונגער ענגלישער אַקטיאָר, וואָס שפּילט שמואלן. לייבאָוויץ, איז כּדאַי צו וויסן, איז געזעסן אין תּפֿיסה נײַן יאָר, ווײַל ער האָט געהאַנדלט מיט נאַרקאָטיק; די BBC האָט אַפֿילו געמאַכט אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן אים מיט אַ פּאָר יאָר צוריק:

הייסט עס, דער פֿילם שפּיגלט אָפּ אַ געוויסע רעאַליטעט — כאָטש ניט פֿונעם רובֿ געוועזענע חסידים.


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

די וואָך האָט פּראָפֿ’ דובֿ־בער קערלער געטראָפֿן דאָס ליד: „טעלעבענדע האָט אַ ווײַב‟, געזונגען פֿון גאָס גאָלדשטיין, און רעקאָרדירט אין אַמעריקע אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. עטלעכע לידער זײַנע האָבן צו טאָן מיטן קאַמף פֿון די דעמאָלטיקע „סופֿראַזשיסטקעס‟ צו באַקומען פֿאַר פֿרויען דאָס רעכט צו שטימען אין די וואַלן — וואָס איז ערשט געשען אין 1920, ווען דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט אָנגענומען דעם 20סטן אַמענדמענט צו דער קאָנסטיטוציע. אָט קענט איר הערן נאָך לידער גאָלדשטיינס פֿון דעם מין:

https://rsa.fau.edu/album/36956

מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ היסטאָריש ליד (כאָטש ניט אַזוי אַלט ווי גאָס גאָלדשטיין), געזונגען אינעם חזנישן סטיל, אָבער — פֿון אַ פֿרוי. דער ערשטער, וואָס טרעפֿט ריכטיק דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, קאָמפּאָניסט, און זינגער, וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


אַלבערט אײַנשטײן און זײַנע שפּיצלעך

Albert Einstein and His Retorts

Yehuda Blum

װאָס מער איך לײען װעגן אַלבערט אײַנשטײן, און װאָס מער טשיקאַװעסן אַנטפּלעק איך אין די אומצאָליקע „מאַנסעס‟ װעגן דעם „געניאַלן טשודאַק‟, אַלץ מער פֿאַרשטײ איך, אַז די װעלט האַלט אין אײן בענקען נאָך אַזאַ גרױסער פּערזענלעכקײט, װי ר’ אַלבערט איז געװען. די לעצטע צײַט האָב איך אַפֿילו באַשלאָסן פֿאַר זיך אַלײן, אַז מיך אַרט ניט צי די אָדער יענע „מאַנסע‟ איז אַן אמתע אָדער זי איז אַ מנה־יפֿה אױסגעטראַכטע פּליאָטקע, װײַל װער האָט צײַט און חשק צו טרײַבן רכילות װעגן אַ נישטיקן קנאַקער. און איר װײסט דאָך אַלײן, אַז די פּליאָטקעס זײַנען אַ מאָל אַ סך אינטערעסאַנטער פֿון דער װירקלעכקײט.

Read more


דער אַשמדאַי טראַכט און ייִנגעלע לאַכט (צוואַנציקסטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

The Devil Thinks and Yingele Laughs (Chaper XIX of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/187048/

Aharon Gudelman

ייִנגעלע־רינגעלע איז געגאַנגען צום מלך וואָס אויף יענער זײַט טײַך. פֿאַלט אים מיט אַ מאָל אײַן און ער גיט אַ טראַכט: וואָס וועט זײַן, אַז דער אַשמדאַי וועט מיך באַגעגענען דאָ איינעם אַליין אין וועג און ער וועט זיך וועלן אָפּרעכענען מיט מיר, פֿאַר וואָס איך האָב אים פֿאַרטריבן פֿון שלמה המלכס טראָן, וואָס ער האָט געהאַט פֿאַרכאַפּט? דאָס איז אמת, איך האָב אים פֿאַרשלײַדערט ווײַט־ווײַט, אָבער דער וועג צום מלכס פּאַלאַץ אויף יענער זײַט טײַך איז אויך זייער ווײַט, קענען מיר זיך נאָך טרעפֿן, וואָס זשע וועל איך טאָן? נאָר גאָרנישט, איך האָב דאָך מײַן צויבער־רינגעלע, האָב איך קיין מורא ניט פֿאַר אים!

גייט ער און גייט, מיט אַ מאָל דערהערט ער אַ קלאַפּן פֿון פֿליגלען. גיט ער אַ קוק אין דער הייך, זעט ער קיין שום פֿייגל ניט פֿליִענדיק. גייט ער ווײַטער, גייט אָפּ עטלעכע טריט, דערהערט ער ווידער אַ קלאַפּן פֿון פֿליגלען. גיט ער ווידער אַ קוק אין דער הייך, זעט ער אַלץ ניט קיין שום פֿייגל פֿליִענדיק. טראַכט ער: „דאָס מוז זיך מיר נאָר אויסדאַכטן, מער גאָרנישט!‟ און ער איז ווײַטער געגאַנגען. ער איז אָבער ווידער אָפּגעגאַנגען עטלעכע טריט, און ווידער האָט זיך דערהערט דאָס קלאַפּן און קוויטשעדיקע קולות האָבן אויסגעשריגן:

— מאַכט אַ וואַרע: דער אַשמדאַי!

טראַלאַלאַ־לאַי, טראַלאַלאַ־לאַי!

לעבעדיק־פֿריילעך, לעבעדיק־פֿריילעך,

ער איז דער מלך, ער איז דער מלך!

Read more


ליד לכּבֿוד פֿרילינג

A Song for Spring

לכּבֿוד דעם שיינעם וועטער, וואָס איז סוף־כּל־סוף אָנגעקומען, ברענגען מיר אײַך אַ ליד געשריבן און געזונגען פֿון זשעניאַ לאָפּאַטניק. זי טרעט אויף מיט דער באַגלייטונג פֿונעם פּיאַניסט יורי כאַינסאָן.


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

די וואָך האָט ר’ קלאַודיאָ קאָלאָסימאָ פֿון סאַאָ־פּאַאָלאָ, בראַזיל, געוווּנען אונדזער פֿאַרמעסט. ער האָט געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „נאַצער וואַרט אויף ראַבין‟, געשריבן פֿון י. רובינטשוק און חיים העפֿער און געזונגען פֿון ליליאַן לוקס. דאָס איז דער עגיפּטישער פּרעזידענט גאַמאַל אַבדעל נאַצער, וואָס האָט פֿאַרשפּילט די זעקס־טאָגיקע מלחמה אין קאַמף צו גענעראַל יצחק ראַבין, וואָס איז שפּעטער געוואָרן ישׂראל־פּרעמיער און איז אומגעקומען אין אַן אַטענטאַט אין 1995. דאָס ליד שפּיגלט אָפּ די טריומף־שטימונג, וואָס האָט געהערשט בײַ ייִדן נאָכן גרויסן נצחון. הערט דאָס גאַנצע ליד:

מיר ברענגען אײַך איצט נאָך אַ היסטאָריש ליד — נאָך מער היסטאָריש! ווי איר וועט הערן, האָט מען דאָס רעקאָרדירט נאָך איידער די פֿרויען האָבן באַקומען דאָס אָפֿיציעלע רעכט צו שטימען אין די אַמעריקאַנער וואַלן. אויב איר וועט טרעפֿן דעם זינגער און דאָס יאָר, וועט דאָס שוין זײַן גענוג — דער ערשטער, וואָס טרעפֿט ריכטיק, וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


אין אָדעס, ניט פֿאַרגעס...

In Odessa, Don‘t Forget

Yehuda Blum

כּמעט יעדעס ייִדיש שטעטל האָט, אַחוץ זײַן אָפֿיציעלן נאָמען, געהאַט אַ שײנעם צונאָמען. מיט די גרױסע שטעט, אָבער, איז געװען אַ ביסל שװערער, װײַל אַ חוץ בערדיטשעװ, װוּ ס’רובֿ תּושבֿים זײַנען געװען ייִדן, אין אַלע אַנדערע אײראָפּעיִשע גרױסע שטעט זײַנען די ייִדן געװען „די שטאָלצע מינדערהײט‟. ניט אַ סך מענטשן װײסן, אַז אַזאַ גרױסע ניט־ייִדישע שטאָט, װי אָדעס, האָט באַקומען איר קרױן־נאָמען „מאַמע־אָדעס‟ (אױף רוסיש — אָדעסאַ מאַמאַ) נאָר אַ דאַנק דער הערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער קרימינעלער חבֿרה אין אַלע געביטן פֿון דער בלאַטער היעראַרכיע.

די שאַרפֿזיניקע ייִדישע בלאַטע האָבן געטענהט, אַז „אַזױ װי ייִדיש איז אַ ׳מאַמע־לשון׳, פּונקט אַזױ איז אָדעס די מאַמע פֿון דער קרימינעלער װעלט. מיט אײן װאָרט, די מאַמע אָדעס‟. אַ דאַנק דעם זעלטענעם טאַלאַנט פֿון יצחק באַבעל, האָט זיך באַקענט די װעלט ניט בלויז מיט די „שײנע בלאַטע ייִדעלעך‟, נאָר אויך מיט דעם אױסערלעך־בילדערישן „אָדעסער זשאַרגאָן‟. און ס’איז ניט קײן חידוש, לכּל־הפּחות פֿאַר מיר, אַז אַזאַ „שײנער זשאַרגאָן‟ האָט, סוף־כּל־סוף, אױסגעפֿורעמט און געשאַפֿן אַ באַזונדערע צװײַג פֿון דער ייִדישער מינדלעכער ליטעראַטור, די אָדעסער אַנעקדאָטן.

Read more


ייִנגעלע־רינגעלע פֿאַרטרײַבט דעם אַשמדאַי (נײַנצנטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

Yingele-Ringele Expels the Devil (Chaper XIX of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/186892/

Aharon Gudelman

גייט ייִנגעלע־רינגעלע מיט שלמה המלך, און שלמה המלך רעדט קיין וואָרט ניט, נאָר ער זיפֿצט. זאָגט צו אים ייִנגעלע־רינגעלע:

— וואָס זיפֿצסטו, אַדוני קעניג?

ענטפֿערט שלמה:

— דו ווייסט גאָרניט, וואָס איך זיפֿץ? איך זיפֿץ אויף מײַנע צרות, אַז דער אַשמדאַי, דער קעניג פֿון די שדים, זיצט אויף מײַן טראָן, און איך דאַרף זיך אַרומשלעפּן ווי אַ בעטלער!

מאַכט ייִנגעלע־רינגעלע:

— גיי איך דאָך אים אַראָפּטרײַבן, און דו וועסט זיך צוריק זעצן אויף דײַן טראָן, אין גאָלד און זילבער אָנגעטאָן.

Read more


באָקס־טשעמפּיאָנאַט בײַ די „די־פּיס‟

Boxing Championship with the DPs

לכּבֿוד יום השואה ברענגען מיר אײַך אַ פֿילם וועגן די ייִדישע פּליטים, וואָס האָבן געלעבט אין די „די־פּי‟־לאַגערן אין דײַטשלאַנד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. זיי האָבן מיט אַלע כּוחות געאַרבעט צוריק אויפֿצושטעלן אַ נאָרמאַל לעבן, כאָטש אַלע האָבן פּלאַנירט אַוועקצופֿאָרן פֿון דאָרט וואָס גיכער, דער עיקר, קיין ארץ־ישׂראל. אַ וויכטיקער טייל פֿון לעבן „נאָרמאַל‟ איז געווען — ספּאָרט, וואָס די ייִדישע יוגנט האָט זיך ספּעציעל גענייטיקט אין דעם. אין דעם דאָזיקן פֿילם פֿון 1947 זעען מיר אַ ייִדישן באָקס־טשעמפּיאָנאַט פֿון די „די־פּיס‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מינכן. באָקס איז דעמאָלט געווען אַ סך מער פּאָפּולער ווי הײַנט, און נאָכן חורבן האָט מען אויך געוואָלט שטאָלצירן מיט אַזעלכע „שטאַרקע ייִדן‟.


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

די וואָך האָט געוווּנען — צום צווייטן מאָל! — ח׳ אליעזר ניבאָרסקי פֿון ירושלים. ער האָט געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „דודעלע‟, געשריבן פֿון רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער, געזונגען פֿונעם באַרימטן חזן מרדכי הערשמאַן. הערט דאָס גאַנצע ליד:

מיר ברענגען אײַך איצט אַ היסטאָריש ליד, איינס פֿון רעלאַטיוו ווייניק לידער אויף ייִדיש, וווּ מע שטאָלצירט מיט אַ מיליטערישן נצחון. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


אַ באָלץ מיט אַ קלעפּקע

A Big Guy With a Screw Loose

מע זאָגט, אַז ייִדן זײַנען אַ קלוג פֿאָלק, און װי אַ באַװײַז דערױף דערצײלט מען אַ שײנע מעשׂה. בקיצור, אײנער אַ ייִד איז געפֿאָרן אין זײַן אױטאָ פּאַזע דעם באַװוּסטן משוגעים־הױז „באָניפֿראַטן‟, און דאָ פּלוצעם בײַם אױטאָ פֿאַלט אָפּ אַ ראָד. די ראָד האָט דער ייִד יאָ געפֿונען, אָבער די פֿיר מוטערקעס זײַנען ממש נעלם געװאָרן, װי קײן מאָל ניט געװען. דרײט זיך דער ייִד אַרום דעם אױטאָ און װײסט ניט װאָס צו טאָן. און דאָ שטעקט אײנער אַ פּאַציענט פֿונעם משוגעים־הױז אַרױס דעם קאָפּ פֿונעם פֿענצטער און גיט אַ געשרײ צו אים:

„ר’ ייִד, װאָס דרײט איר זיך, כ’בעט איבער אײַער כּבֿוד, װי אַ פֿלױ אױף אַ שפּיץ־שפּילקע?… איר האָט דאָך פֿיר רעדער, און יעדע ראָד איז צוגעדרײט מיט פֿיר מוטערקעס. דרײט אױס פֿון יעדן דיסק אײן מוטערקע און דרײט צו די פֿערטע ראָד מיט די דרײַ אױסגעדרײטע מוטערקעס. אַזױ װעט איר קענען צופֿאָרן צום מײַסטער אין גאַראַזש‟.

Read more


שלמה המלך געוואָרן אַ בעטלער! (אַכצנטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

King Solomon’s Become a Beggar! (Chaper XVIII of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/186679/

Aharon Gudelman

גייט ייִנגעלע־רינגעלע צום מלך אין פּאַלאַץ, וואָס אויף יענער זײַט טײַך, גייט ער און טראַכט: וואָס פֿאַר אַ קלוגער קעניג שלמה איז! דער קעניג וואָס אויף יענער זײַט טײַך מוז ניט זײַן אַזוי קלוג ווי שלמה. נאָר ער וועט קומען, וועט ער זען. אַדרבא, ער וועט בײַ יענעם קעניג אויף טשיקאַוועס פֿרעגן די רעטענישן, וואָס די מלכּה שבֿאָ האָט געפֿרעגט בײַ שלמהן, וועט ער זען, צי ער וועט זיי קענען טרעפֿן, צי ניט? און אַז ער וועט ניט טרעפֿן, וועט ער זאָגן צו אים:

— נו, און דו, ייִנגעלע־רינגעלע, ווייסט די רעטענישן?

וועט ער ענטפֿערן:

— אַוודאי ווייס איך, אַדוני קעניג! אַז איך וואָלט ניט וויסן, וואָלט איך ניט געפֿרעגט.

Read more


„כאָכאָטשעט‟

Khokhotshet

מיר ברענגען אײַך אַ נײַעם מוזיק־ווידעאָ פֿון דער ישׂראלדיקער קאַפּעליע „געוואָלט‟. ניט בלויז אַ שיין ליד, נאָר אויך מיטן טעקסט קינסטלעריש צוגעגעבן צום ווידעאָ, כּדי מע זאָל קענען מיטזינגען.


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

די וואָך האָט אַרעלע ווישוואַנאַט געטראָפֿן אונדזער ליד — „קנאה, תּאווה, כּבֿוד און געלט‟, פֿונעם חסידישן אַלבאָם „ראַפּ אין ייִדיש‟. וועגן דעם אַלבאָם איז געווען אַ שטיקל מחלוקת אין דער פֿרומער וועלט, ווען עס איז אַרויס — מע האָט אַראָפּגעריסן די רעקלאַמע־אַפֿישן פֿון די ווענט. אָבער ס׳איז פֿאָרט כּדאַי צו הערן:

מיר ברענגען אײַך איצט עפּעס פֿון אַן אַלט ליד — ניט צו פֿיל ווערטער, אָבער דערפֿאַר אַ לענגערן אויסצוג. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.