מע זאָגט, אַז הײַנטיקע קינדער זײַנען קליגער פֿון זײערע עלטערן און זײדע־באָבעס. אַ נעכטיקער טאָג. יאָ, די מאָדערנע קינדער װערן געבױרן מיט אַ מאָבילקע אין די הענטעלעך, אָבער זײער פֿעיִקײט צו דענקען איז גאָר ניט העכער פֿון דער, װאָס איז געװען מיט הונדערט און צװײ הונדערט יאָר צוריק. דער בעסטער באַװײַז צו דער־אָ מסקנא זײַנען די פֿאָלקס־רעטענישן.
ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז די טעמאַטיק און דער בױ פֿון די ייִדישע רעטענישן זענען געקניפּט און געבונדן מיטן ייִדישן שטײגער־לעבן, דערציִונג־און בילדונגס־סיסטעמען אין דער אָדער אַנדערער געגנט. אין דער צײַט פֿון מײַנע קינדער־יאָרן װאָלט קײן אײן קינד פֿון אונדזער שטעטל ניט געקענט טרעפֿן דעם ריכטיקן ענטפֿער אױף אַ פּשוט רעטעניש, װאָס איז געװען גאָר אײנפֿאַך פֿאַר די ייִדישע קינדער מיט הונדערט יאָר צוריק. דהײַנו: „אין מיטן מאַרק שטײט אַ מענטש. װען מע גיט אים אַ שלום־עליכם, װײנט ער‟. דער ענטפֿער איז זײער אַ פּשוטער — אַ פּלומפּ.
דרײַ חבֿרים האָט מאָטעלע אין הויף געהאַט:
קעצעלע מורע,
חזירל בורער
און הינטעלע האַוו.
איין מאָל, נאָך אַ גרויסן רעגן, איז מאָטעלע אַרויס אין הויף. די חבֿרים זײַנען אים אַנטקעגן געקומען.
קריכן די קינדערלעך אין קאַלוזשעס ביז די קני און מעסטן וואָסערע איז טיפֿער, נאָר קעצעלע מורע קריכט ניט. זי זשאַלעוועט אירע סאַמעטענע לאַפּקעלעך אין וואַסער נעצן.
קלערט זיך אָן מאָטעלע אַ שיף בויען. די קינדערלעך איז דאָס ווויל געפֿעלן. האָט גענומען הינטעלע מיט חזירלען אַ טײַך האַטען, קעצעלע מיט די נעגעלעך שטרוי שאַרן און מאָטעלע האָט פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און זיך גענומען די שיף בויען. געמאַכט די שיף פֿון פּאַפּיר און פֿון שטרוי, גייט אָן האָן־גאַלאַגאַן, טוט אַ קריי — קערט זיך איבער די שיף און צעפֿאַלט זיך.
דער ייִדישער זינגער און אַקטיאָר מענדי כּהנא, וואָס פֿירט אָן מיט דער אָרגאַניזאַציע „יונג ייִדיש‟ אין ישׂראל, איז אַליין אַ געבוירענער אין בעלגיע. ווייסט ער אַוודאי וועגן דער בעלגישער מוזיק־טראַדיציע, און ער זינגט אָפֿט באַקאַנטע לידער פֿונעם גרויסן בעלגישן זינגער זשאַק ברעל. ברעל איז געוואָרן אַ שטערן, פֿריִער אין בעלגיע און פֿראַנקרײַך — דער עיקר, האָט ער געזונגען אויף פֿראַנצייזיש — און דערנאָך איבער דער גאַנצער וועלט. איבער פּערזענלעכע סיבות, האָט ער באַשלאָסן אין 1966, אויפֿן הויכפּונקט פֿון זײַן באַרימטקייט, אויפֿצוהערן אויפֿצוטרעטן מיט קאָנצערטן. עטלעכע יאָר האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט מאַכן פֿילמען, אָבער זײַן לעבן איז פֿרי פֿאַרשניטן געוואָרן דורך אַ ראַק אין עלטער פֿון 49.
כּהנא זינגט דאָ זײַן אייגענע ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם ליד „לאָז מיך נישט אַליין‟ (Ne me quitte pas).
די וואָך האָט ר׳ אליעזר ניבאָרסקי פֿון ירושלים געטראָפֿן אונדזער ליד — שוין צום דריטן מאָל! דאָס איז אַ פֿאָלקסליד „שוואַרצע קאַרשעלעך‟, געזונגען פֿון בן־ציון וויטלער אויפֿן וואַרשעווער דיאַלעקט. אָט הערט אַ לענגערן אויסצוג פֿונעם ליד:
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ קונסטליד, כאָטש עס האַנדלט פֿונעם טראַדיציאָנעלן לעבן. דער (אָדער די?) זינגער(ין) האָט אַ ווייך קול ווי אַ דימענט. דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם ליד, קאָמפּאָזיטער, זינגער אאַז”וו, וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
דאָס אַלטע גלײבעכץ, אַז אַלע ייִדישע קינדער װערן געבױרן מיט אַ פֿידל אין די הענט אָדער מיט אַ מאַטעמאַטיק־ענציקלאָפּעדיע אין קאָפּ, איז פֿון לאַנג פֿאַרשימלט געװאָרן, און געבליבן נאָר װי אַ רודימענט אין די אַנטיסעמיטישע פּאַשקװילן. הײַנטיקע טעג, גאָט צו דאַנקען, פֿאַרשטײען אַפֿילו די ייִדן אַלײן, אַז די ייִדישע קינדער זײַנען ניט מער װי קינדער. נאָר װאָס? די קאָלעקטיװע מינדלעכע שאַפֿונג פֿון די ייִדישע קינדער, באַזונדערס מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר צוריק, איז געװען אַנדערש װי די קאָלעקטיװע מינדלעכע שאַפֿונגען פֿון די ניט־ייִדישע, װײַל ס’רובֿ ייִדישע קינדער האָבן געשאַפֿן אין די ראַמען פֿון די ייִדישע לערן־אינסטיטוציעס, דהײַנו, חדרים און ישיבֿות. מיך פּערזענלעך, נאָך מיט יאָרן צוריק, האָבן באַצױבערט און צוגעצױגן צו זיך די קינדער־צײלענישן און די אַבסורדישע, אָבער זײער שײן אױסגעבױטע רײצלקעס. אַ באַזונדערע טעמע איז די רעטענישן. די אַבסורדישע צײלענישן אַנטװיקלען דאָס אַבסטראַקטע דענקען פֿון אַ קינד, און די רעטענישן — דאָס לאָגיש־מעטאַפֿאָרישע דענקען. הײַנטיקע טעג, װען דאָס קינד באַקענט זיך מיט דער װעלט דורך אַ מאָבילקע אָדער אַ „טאַבלעטקע‟, װערן אין גאַנצן פֿאַרגעסן די אַלטע ייִדישע צײלענישן און רײצלקעס, פּונקט אַזױ װי עס װערן נעלם די גאַס־און הױף־שפּילן. אָבער, ניט אַלץ װאָס איז אַלט, װערט פֿאַרשימלט…
פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/188210/
ייִנגעלע־רינגעלע איז געגאַנגען, און דער וועג איז שוין געווען אַ גלאַטער און אַ גלײַכער, אַז עס איז געווען אַ מחיה צו גיין! אָבער וווּהין דער וועג ציט זיך, וווּהין ער פֿירט — דאָס האָט ייִנגעלע ניט געוווּסט.
גייט ייִנגעלע און ער טראַכט: וויפֿל איז דאָס דער שיעור צו גיין? וועט דאָס גאָר קיין מאָל קיין עק ניט נעמען? — און ייִנגעלע מאַכט בײַ זיך אָפּ, אַז דאָס איז דאָס לעצטע מאָל וואָס ער גייט. מער וועט ער זיך ניט אַרומשלעפּן צו זוכן דעם מלכס פּאַלאַץ וואָס אויף יענער זײַט טײַך! וועט ער טרעפֿן הײַנטיקס מאָל גלײַך צום פּאַלאַץ, איז רעכט; קערט ער זיך אום צוריק אַהיים, און — אַן עק, אַ סוף!
אַן עק, אַ סוף,
אַ סוף, אַן עק,
עס נעמט אַן ענד
צום לאַנגן וועג!
דער פּאָעט און דראַמאַטורג, אויף ייִדיש און העברעיִש, יצחק קאַצענעלסאָן איז אומגעקומען אין אוישוויץ אין מײַ 1944. אָבער מיט עטלעכע חדשים פֿריִער, אין יאַנואַר 1944, האָט ער נאָך באַוויזן צו פֿאַרענדיקן זײַן „ליד פֿון אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟, אַ פּאָעמע פֿון 225 סטראָפֿעס. ער האָט דעם כּתבֿ־יד אַרײַנגעלייגט אין אַ פֿלעשל און באַגראָבן אונטער אַ בוים אין קאָנצענטראַציע־לאַגער אין וויטעל, פֿראַנקרײַך, און אַזוי איז דער טעקסט געפֿונען און געדרוקט געוואָרן אין פּאַריז אין פֿעברואַר 1945, נאָך איידער די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט.
די פֿאָרשטעלונג פֿונעם שטראַסבורגער „לופֿטעאַטער‟, אָנגעפֿירט פֿונעם באַוווּסטן אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער, איז אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש.
Montage 2 juin from Mariette FELTIN on Vimeo.
די וואָך האָט ר׳ אַרעלע ווישוואַנאַט נאָך אַ מאָל געטראָפֿן אונדזער ליד: „טאַנגאָ מאַרגאַריטאַ‟, געזונגען פֿון סימאָר רעכטצײַט, מיט ווערטער און מוזיק פֿון דזשעק רעכטצײַט. הערט דאָס גאַנצע ליד:
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ליד, ניט פֿון אַמעריקע, נאָר פֿון… נו, איר וועט שוין אַליין הערן! דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם ליד, דעם זינגער — און דעם דיאַלעקט! — וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
מע זאָגט, אַז יעדע פּרי קומט צו איר צײַט, בפֿרט ווען עס קומט צו זינג־און טאַנץ־קולטור. עס איז שװער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אין די הײַנטיקע טאַנצקלובן אָדער נאַכטקלובן װעט עמעצער גײן טאַנצן אַ מענועט, אַ װאַלס אָדער אַ „פּאָלאָנעז‟. די טאַנץ־און זינג־מאָדע האָט צו טאָן ניט בלויז מיט דער מאָדע פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט, נאָר אױך מיט דעם, װאָס ס׳װעט קומען שפּעטער. צום בײַשפּיל, װער װעט הײַנט טאַנצן אַ קרעכץ־דאַנס, װעלכן מען װעט אָנהײבן טאַנצן אין דרײַסיק יאָר אַרום.
די אַלע זאַכן האָבן אַ דירעקטע שײַכות צום „טאַנגאָ‟, װעלכן מיט הונדערט יאָר צוריק װאָלט מען אַפֿילו ניט אַרויפֿגעלאָזט אױף דער שװעל פֿון אַן אָרנטלעכער לײַטישער שטוב. די קולטור־עליטע האָט אים, דעם טאַנגאָ, געהאַלטן פֿאַר אַ װוּלגאַרן אױסדרוק פֿון די „נידעריקע‟ געזעלשאַפֿט־שיכט. דעם אמת געזאָגט, זײַנען די טעקסטן פֿון יענע טאַנגאָס געװען און געבליבן װוּלגאַר און פּרימיטיװ, נאָר די מעלאָדיעס… די מעלאָדיעס טראָגן אין זיך דעם זעלבן סודותדיקן פֿלאַם, װעלכן עס פֿאַרמאָגט „פֿלאַמענקאָ‟. פֿון אַלע טאַנגאָס, איז צום מערסטן פּאָפּולער געבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג „על טשאָקלאָ‟, מער באַקאַנט װי דער „אַרגענטינער טאַנגאָ‟.
און אָט, זײַט באַקאַנט מיט דער ייִדישער װערסיע פֿון דעם־אָ פֿענאָמען, װאָס איך האָב גימוזט „צוקעמען‟, כּדי, חלילה, ניט אָנרירן דעם כּבֿוד פֿון אונדזער ראַפֿינירטן ייִדישן לײענער.
פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/188053/
דער טויער פֿון שטאָט איז געווען פֿאַרשלאָסן פֿון אינעווייניק, און דער רײַטער האָט אָנגעקלאַפּט:
— איינס און צוויי און דרײַ —
געפֿאַר איז שוין פֿאַרבײַ!
דער טויער האָט זיך אָבער ניט געעפֿנט. האָט דער רײַטער ווידער אָנגעקלאַפּט:
— מערבֿ, מיזרח,
דרום, צפֿון —
זאָל דער טויער
זײַן שוין אָפֿן!
דאָס ליד הייסט אויף ענגליש Memorial Day. ס׳האָט אָבער גאָרניט צו טאָן מיטן אַמעריקאַנער „אָנדענקטאָג‟ און אויך ניט מיטן „יום הזיכּרון‟ אין ישׂראל; דער זינגער, שמשון קעמעלמאַכער, זינגט עס אין אָנדענק פֿון זײַן אייגענער פֿאַרשטאָרבענער מאַמען. קענטיק, אַז ר’ שמשון האָט ניט גענוג אָפֿט געקלונגען צו זײַן מאַמען, ווען זי איז נאָך געווען בײַם לעבן, און איצט פֿילט ער זיך שולדיק. נאָר וואָס קען מען טאָן, אַז די מאַמע איז שוין ניטאָ? מע קען בלויז זינגען און אויסגיסן דאָס ביטערע האַרץ…
יענע וואָך איז אונדזער ליד געווען „קאַקײַד דזשעני‟ (Cockeyed Jenny) פֿון די אַמעריקאַנער זינגער, די ברידער באַרטאָן. זיי זײַנען צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר זייער נוסח פֿונעם ליד „דזשאָו און פּאָל‟, וואָס איז געוואָרן אַ גרויסער שלאַגער אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. איר קענט הערן דאָס ליד דאָ:
לייענט ווײַטער וועגן דעם ליד אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם „ייִדישן ראַדיאָ־פּראָיעקט:
http://www.yiddishradioproject.org/exhibits/commercials/commercials.php3?pg=3
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ליד פֿון אַמעריקע, כאָטש ניט, ווי עס קלינגט, פֿון בוענאָס־אײַרעס… דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, און זינגער, וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
צו זאָגן, אַז די אָדעסער דעריבאַסאָװסקע־גאַס איז שײן, איז פּונקט װי גאָרניט געזאָגט; די גאַס איז פּשוט אַ שטיק פֿײַנקונסט, און פֿאַר איר רעלאַטיװ קורצן לעבן קען זי דערצײלן מער מעשׂיות װי לאָנדאָן מיט פּאַריז אין אײנעם. אַזױ, װי כ’האָב אײַך צוגעזאָגט מיט אַ װאָך צוריק, גײ איך איצט איבער צום צװײטן ליד אױף דער מעלאָדיע פֿונעם „אַרגענטינער טאַנגאָ‟, דאָס מאָל װעגן די שײנע „מאַנסעס‟, װעלכע פֿלעגן זיך טרעפֿן אין די אַמאָליקע ייִדישע שענק אױף דער דעריבאַסאָװסקע־גאַס, אין אָדעס.
פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/187841/
— מע זעט שוין מער ניט די שטאָט, נאָר עפּעס אַזוי ווי אַ פֿײַער מיט אַ רויך פֿון דער הייך! — האָט ייִנגעלע־רינגעלע זיך אָנגערופֿן צום רײַטער אויפֿן רויטן פֿערד.
— יאָ, — האָט געענטפֿערט דער רײַטער אויפֿן רויטן פֿערד, — טאַקע מע זעט ניט די שטאָט. מסתּמא האָט דאָס דער לינדוואָרעם גענומען אָטעמען און וואַרפֿן מיט שטיקער פֿײַער און זײַלן רויך. איך האָב מורא, אַז מיר וועלן גאָר נאָענט ניט קענען צוגיין. מען קען שוין דאָ פֿילן, ווי עס רייכערט און עס ברענט!
— פֿאַרלאָז זיך אויף מײַן רינגעלע! — האָט געזאָגט ייִנגעלע.
די יונגע זינגערין לאָרד (דער קינסטלער־נאָמען פֿון עלאַ מאַריִאַ לאַני יעליך־אָ’קאָנער) איז געבוירן געוואָרן אין 1996 אין נײַ־זעלאַנד, אָבער זי איז שוין געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער שטערן. איר מוזיק האָט אינספּירירט דעם ישׂראלדיקן שרײַבער יובֿל בן־עמי צו שאַפֿן אַ גאַנצן פּראָיעקט אַרום איר און לאָזן איבערזעצן אירע לידער אויף העברעיִש, אַראַביש, פֿראַנצייזיש, רוסיש און — ייִדיש. וועגן דעם ציל פֿון זײַן פּראָיעקט שרײַבט בן־עמי באַריחות:
http://972mag.com/the-israel-palestine-lorde-project
דעם דאָזיקן נוסח פֿונעם ליד „מאַנשאַפֿט‟ (Team) האָט געשאַפֿן שירה כּרמל מיטן אַקאָרדיאָניסט אַלאָן דיאַמענט. איבערגעזעצט האָבן יעל לוי און שאול נועם זאַריט.
די וואָך האָט קיינער ניט געטראָפֿן אונדזער ליד: „באָרג מיר דײַן ווײַב‟ פֿון דזשייקאָב דזשייקאָבס, רעקאָרדירט אין 1919. דזשייקאָבס, וואָס אין דער אמתן האָט ער געהייסן יעקבֿ יאַקובאָוויטש, איז איבער אַ האַלבן יאָרהונדערט געווען אַ וויכטיקע פֿיגור אינעם ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק. צום בעסטן איז ער הײַנט באַקאַנט ווי דער מחבר פֿונעם ליד „בײַ מיר ביסטו שיין‟, וואָס ער האָט אָנגעשריבן צוזאַמען מיטן קאָמפּאָזיטאָר שלום סעקונדע אין 1931. אין זילבערצווײַגס לעקסיקאָן שטייט, אַז דזשייקאָבס איז געבוירן געוואָרן אין ריסק, אונגערן, אין 1890. „אין 1904 געקומען קיין אַמעריקע, געאַרבעט אין אַ סאָדע־פֿאַבריק, אַרומגעטראָגן סאָדע־וואַסער, שפּעטער געאַרבעט אין אַ בלעך־פֿאַבריק, און צום סוף זיך געלערנט שנײַדערײַ‟. ער האָט אָבער אָנגעהויבן זינגען און שפּילן אין וואָדעוויל נאָך אין 1907, און ווײַטער אַזוי ביז ער איז געשטאָרבן אין 1977. הערט דאָס גאַנצע ליד:
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ליד, וואָס מיר האָבן מורא, אַז אַ סך מענטשן וועלן עס דערקענען — איז אײַלט זיך! דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, און זינגער, וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
בערך מיט 100 יאָר צוריק האָט אַן אַרגענטינער מוזיקער אַנכעל װידזשאָלדאָ אָנגעשריבן אַ ליד, װאָס האָט גלײַך באַהערשט די װעלט און געװאָרן אַ מלכּה פֿון די אַרגענטינער טאַנגאָס. די מעלאָדיע איז באמת װוּנדער שײן, אָבער די װערטער, פֿון טיטל אָן און ביזן לעצטן װאָרט, זײַנען ניט נאָר קלאַסיש פּרימיטיװ, נאָר אױך דעמאָנסטראַטיװ װוּלגאַר. דער טאַנגאָ הײסט „על טשאָקלאָ‟, אױף נאָרמאַטיװ ייִדיש — אַ פּשעניטשקע, די קוקורוזע־קאַטשן. אין דרום־אַמעריקע איז די דאָזיקע „טשאָקלע‟ ניט אַנדערש װי אַ פּשוטער פֿאַלאָס־סימבאָל.
מילא, אָבער װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט אָט דער קוקורוזע־קאַטשן צום ליד, איז פֿאַר מיר געבליבן אַ גרױסער סוד. אינטערעסאַנט איז, אַז אין אײראָפּע איז דער טאַנגאָ געװען און געבליבן באַקאַנט אונטערן אַנדערן נאָמען, דהײַנו, „אַרגענטינער טאַנגאָ‟. איך מײן, אַז גאָר ניט צופֿעליק, איז שױן אין יאָר 1920 דער טאַנגאָ „איבערגעמאַכט‟ געװאָרן אױף רוסיש און ביזן הײַנטיקן טאָג איז זײער פּאָפּולער צװישן די בלאַטע חבֿרה. עס זײַנען דאָ צװײ באַקאַנטע „ייִדישע‟ לידער אױף דער מעלאָדיע פֿון „על טשאָקלאָ‟, אָבער מיט גאָר פֿאַרשידענע סוזשעטן — „אַ מעשׂה מיטן קאַכאָװקער רבי‟, און די צװײטע, „אױף דעריבאַסאָװסקע מ’האָט אױפֿגעמאַכט אַ שענקל‟. די דאָזיקע צװײ לידלעך האָבן די זעלבע מעלאָדיע — דעם ערשטן טײל פֿון „על טשאָקלאָ‟, אָבער יעדער סוזשעט האָט אַ צענדליק זײער נאָענטע װאַריאַנטן.
מע דערצײלט, אַז אַ מאָל זײַנען אױך געװען אַ פּאָר װאַריאַנטן אױף ייִדיש, אָבער איך האָב זײ ניט געפֿונען און אַפֿילו װײס ניט, װוּ צו זוכן. דעריבער האָב איך „רעקאָנסטרויִרט‟ דעם ייִדישן טעקסט, נעמענדיק אין באַטראַכט דעם סטיל פֿונעם אָריגינאַל און דעם סוזשעט פֿונעם איבערגעניצעװעטן „אַרגענטינער טאַנגאָ‟.
פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/187658/
ייִנגעלע־רינגעלע האָט דערזען פֿון ווײַטן אַ הויכן באַרג, און אויפֿן קאַרק פֿון הויכן באַרג איז אַזוי ווי אַ שטאָט געשטאַנען, אַ גרויסע שטאָט, זייער אַ גרויסע, אַזוי האָט דאָס אויסגעזען.
טראַכט בײַ זיך ייִנגעלע: וואָס קען דאָס זײַן פֿאַר אַ שטאָט? אפֿשר איז דאָס שוין גאָר די שטאָט, וווּ עס טוט וווינען דער מלך פֿון יענער זײַט טײַך, און איך וועל שוין מער ניט דאַרפֿן גיין?
און ווי ער גייט אַזוי און טראַכט, ערשט אַ רײַטער אויף אַ ווײַס פֿערד לויפֿט אים אַנטקעגן. טראַכט ייִנגעלע: איך וועל בײַ אים פֿרעגן! און ווי דער רײַטער איז צוגעקומען נאָענט, אַזוי האָט ייִנגעלע בײַ אים געפֿרעגט:
— רײַטער, רײַטער! וואָס איז ווײַטער?
מיר ברענגען אײַך אַ קורצן, חנעוודיקן פֿילם וועגן חסידישע ייִנגלעך, וואָס גרייטן זיך אויף משיחס קומען. אמת, משיח האָט זיך געזאַמט אַ שטיקל צײַט — אָבער אויב די ייִנגלעך וועלן זיך אויפֿפֿירן בעסער, מיינענדיק, אַז אָט־אָט שטייט ער בײַ דער טיר, איז כּדאַי צו וואַרטן נאָך אַ ביסל.
די וואָך האָט אונדזער קאָרעספּאָנדענט איציק בלימאַן געטראָפֿן אונדזער ליד: „לעבן זאָל קאָלומבוס‟, געשריבן פֿון באָריס טאָמאַשעווסקי, מיט מוזיק פֿון פּערלמוטער און וואָהל, דאָ געזונגען פֿון אַבֿרהם ראָזענשטיין — אין 1916! דאָס ליד האָט אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע: דער ערשטער באַקאַנטער נוסח האָט אַ סטראָפֿע וועגן לעאָ פֿראַנק, אַ ניו־יאָרקער ייִד, וואָס מע האָט אים פֿאַרמישפּט פֿאַרן כּלומרשט דערמאָרדן אַ מיידל אין אַטלאַנטע, אָבער דער גובערנאַטאָר האָט באַשלאָסן אים צו לאָזן זיצן אין תּפֿיסה, אַנשטאָט הענגען. דער המון איז געוואָרן אַזוי אין כּעס, אַז דער ייִד וועט לעבן, אַז מע האָט אים אַרויסגענומען פֿון תּפֿיסה און „געלינטשט‟ — דאָס איינציקע ייִדישע לינטשערײַ אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. הערט דאָס גאַנצע ליד:
און מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם ליד קען מען לייענען דאָ:
http://www.milkenarchive.org/works/view/568
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ היסטאָריש ליד, אַ ביסל ווייניקער באַקאַנט. דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, קאָמפּאָניסט, און זינגער, וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.