פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/186064/
אַז עס איז געקומען דער חודש תּמוז, האָט זיך דער זומער נאָך מער צעהיצט און די מענטשן האָבן נאָך מער געשוויצט. אין שטאָט איז ניט געווען אויסצוהאַלטן, און ווער עס האָט געקענט, האָט געכאַפּט די באַן און געלאָפֿן אין די זומער־פּלעצער, וווּ ס’איז קילער און שטילער.
ייִנגעלע־רינגעלע איז אויך געפֿאָרן אין אַ זומער־פּלאַץ, ניט אַליין, נאָר צוזאַמען מיט דער מאַמען.
אָנגעקומען זענען זיי אין דעם זומער־פּלאַץ אין רעכטן מיטן טאָג, און דאָס גאַנצע אָרט איז אים אַזוי געפֿעלן געוואָרן, אַז ער האָט זיך אין איין רגע פֿאַרגעסן אין דער שטאָט, פֿון וואַנען ער איז נאָר וואָס געקומען צו פֿאָרן. ער האָט געמיינט, אַז ער איז שוין לאַנג, לאַנג אָט דאָ אין דעם זומער־פּלאַץ, וווּ אַלצדינג איז אַזוי פֿריש און זיס, שיין און ריין, און ער וועט דאָ זײַן און זײַן און גאָר קיין מאָל ניט אַוועק פֿון דאַנען.
די מאַמע איז געווען פֿאַרמאַטערט פֿון וועג, אָבער ניט ייִנגעלע־רינגעלע. ער האָט דערזען די וועלדער און די פֿעלדער, די סעדער און די גערטנער, וואָס אַרום דעם זומער־פּלאַץ, און ער האָט גענומען אומעטום לויפֿן, אַליין, אָדער מיט נאָך קינדער, וואָס אַזוי ווי ער זענען זיי אויך געקומען אַהער מיט זייערע מאַמעס פֿון דער גרויסער שטאָט, צו פֿאַרברענגען דאָ אויף דער פֿרײַער לופֿט איבער די הייסע טעג.
ייִנגעלע־רינגעלע איז געלאָפֿן פֿון איין אָרט צום צווייטן, ער איז באַלד געוואָרן היימיש מיט די קי, מיט די הינער, מיט די הענער, מיט די גענדז, מיט די קאַטשקעס, אַלץ אַזעלכע זאַכן, וואָס אין שטאָט זעט ער דאָס ניט, סײַדן אָפּגעמאָלט אין אַ ביכל מיט צאַצקעס, אָדער גאָר אין חלום, וואָרעם אין חלום זעט ייִנגעלע־רינגעלע אַ סך זאַכן, וואָס ער זעט ניט אויף דער וואָר.
אַרומלויפֿנדיק אַזוי פֿון איין אָרט צום צווייטן, האָט ייִנגעלע־רינגעלע דערזען אַ בינשטאָק. דאָס איז פֿאַר אים געווען גאָר אַ נײַס, און ער האָט זיך געוואָלט נענטער צוקוקן צו דעם, טאַקע אַ קוק טאָן וואָס עס טוט זיך דערינען און זען אויך די בינען. פֿאַר וואָס ניט? אין שטאַל צו די קי האָט ער געמעגט אַרײַנגיין און אַלצדינג באַטראַכטן און באַקוקן, און דאָ ניט?
ער האָט שוין אַ רוק געטאָן זײַן הענטל צום בינשטאָק און ער וואָלט באַלד צערייצט די בינען, און די בינען וואָלטן אים צעביסן אויף טויט. אָבער אין דער רגע האָט זיך באַוויזן דער אַלטער פֿאַרמער און ער האָט גענומען שרײַען אויפֿן ייִנגעלע מיטן רינגעלע:
— ניטע! קריך ניט צום בינשטאָק!
האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע דערשראָקן, ניט אַזוי פֿאַר די בינען, ווי פֿאַרן פֿאַרמערס קולות, און ער האָט געוואָלט אַנטלויפֿן. אָבער דער פֿאַרמער איז געווען אַ גוטער מענטש, האָט ער אים אָפּגעהאַלטן און געזאָגט צו אים:
— מיין ניט, ייִנגעלע, אַז איך טרײַב דיך פֿון בינשטאָק, דערפֿאַר וואָס איך בין שלעכט. איך טרײַב דיך דערפֿאַר וואָס די בינען זענען שלעכט, כאָטש זיי גיבן אונדז האָניק, נאָר עפּעס בײַסן זיי. און אַז זיי גיבן אונדז אַ ביס, קאָן מען נאָך שטאַרבן אויך. אָבער איך פֿאַרשטיי, אַז דו האָסט געוואָלט וויסן וואָס עס טוט זיך אינעווייניק אין בינשטאָק, אַיאָ?
ייִנגעלע־רינגעלע האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ אויף יאָ, און דער פֿאַרמער האָט צו אים ווײַטער געזאָגט:
— אַזוי, ווילסטו טאַקע וויסן? נו, וועל איך דיר דערציילן, וואָרעם איך האָב איצטער גראָד אַ ביסל צײַט, און איך גיי דאָך אַרום די בינען שוין אַזוי פֿיל יאָרן, ווייס איך אַלצדינג, וואָס עס טוט זיך בײַ זיי. זעץ זיך דאָ אויפֿן קלאָץ לעבן מיר, וועל איך דיר דערציילן.
דער פֿאַרמער האָט זיך אַוועקגעזעצט און לעבן אים ייִנגעלע־רינגעלע, און דער פֿאַרמער האָט אים דערציילט, אַז די בינען האָבן אַ קעניגין, וועלכע רופֿט זיך אויך מוטער־בין, ווײַל זי לייגט די אייעלעך, פֿון וועלכע עס קומען דערנאָך אַרויס די בינען.
— און אַ קעניג האָבן זיי די בינען? — האָט ייִנגעלע־רינגעלע אַ פֿרעג געטאָן אין מיטן דערינען.
— ניין, קיין קעניג האָבן זיי ניט, — האָט דער פֿאַרמער געענטפֿערט, — נאָר עס זענען דאָ אַזעלכע בינען, וואָס רופֿן זיך דראָנען, אָדער זכרים, און זיי לעבן זיך אַזוי ווי מלכים, טאָן טוען זיי גאָרנישט, אמתע ליידיק־גייער, און זיי לעבן נאָר פֿון דעם, וואָס אַנדערע אַרבעטן פֿאַר זיי. אָבער אַזוי ווי זיי זענען אַזעלכע חבֿרה־לײַט, איז מער ווי הונדערט פֿון זיי לאָז איך ניט זײַן אין בינשטאָק.
— ווי באַלד אַז זיי טוען גאָרנישט, — האָט ייִנגעלע־רינגעלע געפֿרעגט, — טאָ אויף וואָס דאַרף מען זיי גאָר, אָט די דראָנען די פֿויליאַקעס?
— מען דאַרף זיי האָבן, — האָט דער פֿאַרמער געענטפֿערט, — ווײַל זיי זענען דער קעניגינס מענער.
— אַזוי פֿיל מענער! — האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע געוווּנדערט, — אַ קעניגין האָט דאָך נאָר איין מאַן, אַ קעניג.
— יאָ, — האָט געענטפֿערט דער פֿאַרמער, — אַ קעניגין האָט טאַקע איין מאַן, אַ קעניג, אָבער די קעניגין פֿון די בינען האָט גראָד אַ סך מענער, נאָר מער ווי הונדערט מענער לאָז איך ניט אַרײַן אין בינשאָק. גענוג הונדערט פּוסט־און־פּאַסניקעס! עס זאָל זײַן מער, וועט שוין ניט זײַן גוט, וואָרעם פֿרעסן פֿרעסן זיי ווי די טײַוואָלים און טאָן טוען זיי דאָך גאָרנישט. נו, וועלן זיי דאָך פֿאַלן צו לאַסט, ווי אַ ניט־געבעטענער גאַסט, אויפֿן גאַנצן בינשטאָק. זיי וועלן אַלצדינג אויפֿפֿרעסן, און פֿאַר קיינעם וועט ניט בלײַבן, און פֿון דעם גאַנצן בינשטאָק וועט ווערן אַ תּל.
און דאָס האָט דער פֿאַרמער דערציילט דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע וועגן דעם דריטן סאָרט בינען, די אַרבעטער־בינען, אויף וועלכע דער גאַנצער בינשטאָק האַלט זיך. זיי אַרבעטן שווער און ביטער, ניט נאָר פֿאַר זיך אַליין, נאָר פֿאַר אַלעמען. ניין, טאַקע מער פֿאַר אַלעמען, ווי פֿאַר זיך אַליין. זיי בויען די קעמערלעך אין בינשטאָק, זיי טוען דאָרטן אַלע אַרבעטן, זיי שפּײַזן אַלעמען, זיי פּאַסן אויף אויף די אייעלעך, וואָס די קעניגין לייגט, זיי זעען, אַז פֿון די אייעלעך זאָלן אַרויסקומען געזונטע בינען, וואָס זאָלן קענען אַרבעטן פּונקט ווי זיי, און אַ קעניגין אַ שיינע, וואָס זאָל פֿאַרנעמען דער קעניגינס אָרט, אויב די קעניגין וועט שטאַרבן. און אויך די דראָנען די ליידיק־גייער האָדעווען זיי אויס. אַלצדינג טוען זיי, און פֿון זיי קריגן מיר דעם האָניק. קיין זאַך איז פֿאַר זיי ניט צו שווער, און זיי האָרעווען אַזוי, האָרעווען איבער די כּוחות, ביז זיי האָרעווען זיך אויס און שטאַרבן אַוועק.
דער פֿאַרמער האָט דערציילט און דערציילט, און ייִנגעלע־רינגעלע האָט אַלץ געהערט און געהערט, און הערנדיק אַזוי איז ער אײַנגעדרעמלט געוואָרן, ווײַל מיד איז ער שוין געווען פֿון דעם אַרומלויפֿן פֿריִער, און דאָ האָט נאָך די פֿרישע לופֿט אים פֿאַרשיכּורט און פֿאַרשלעפֿערט.
און ווי ער איז אײַנגעדרעמלט געוואָרן, אַזוי האָט זיך אים גענומען חלומען, ווי ער גייט אַלץ צום קעניג אין פּאַלאַץ. און דער פֿאַרמער זעט ניט, ווי ייִנגעלע־רינגעלע שלאָפֿט שוין. ער דערציילט אים אַלץ פֿון די בינען, און ייִנגעלע־רינגעלע שלאָפֿט און חלומט פֿון דעם קעניגס פּאַלאַץ, וווּהין ער גייט אין חלום.
גייט ער און גייט, ייִנגעלע־רינגעלע, גייט ער און גייט צום קעניג אין פּאַלאַץ, ערשט עס פֿליט אָן אַ בין מיט אַ זשומערײַ און אַ הוזשערײַ. האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע דערשראָקן, ווײַל ער האָט געמיינט, אַז די בין וועט אים אַ ביס טאָן, אָבער די בין האָט אים גאָרניט געזען. זי האָט גאָר געטראַכט פֿון איר אַרבעט און זי האָט געזשומעט און געזונגען:
— בין אַ בין,
בין אַ בין,
פֿלי אַהער,
פֿלי אַהין.
זשום־זשום־זשום!
פֿלי אַרום
פֿון אַ בלום
צו אַ בלום,
און איך קום,
זשום־זשום־זשום!
קום צו גיין
גלײַך אַהיים.
בלומען־שטויב
אויף די פֿיס,
און עס פֿליסט
האָניק זיס.
און ווי זי האָט דאָס אָפּגעזונגען, אַזוי איז זי ניט געוואָרן —
אַוועקגעפֿלויגן, ניט געוואָרן,
איבער פֿעלדער פֿול מיט קאָרן.
אָבער באַלד איז אָנגעפֿלויגן אַ גאַנצע מחנה בינען. די בינען זענען געווען ניט צופֿרידן, וואָס זיי דאַרפֿן אַרבעטן אַזוי שווער און ביטער, און וואָס די דראָנען טוען גאָרנישט, נאָר זיי פֿרעסן, האָבן די בינען געזשומעט אַ לידל:
נעמט דעם דראָן,
נעמט אים אָן,
וואַרפֿט אַרויס
אויף אַ שפּאָן,
ווײַל ער וויל
גאָרנישט טאָן.
דאָ האָבן די בינען דערזען דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע, אַזוי האָבן זיי געוואָלט אויסלאָזן דעם כּעס צו אים און אים צעבײַסן. האָט זיך ייִנגעלע דערשראָקן, אָבער באַלד האָט ער דערהערט זײַן רינגעלע זאָגט צו אים:
— האָב ניט מורא פֿאַר די בינען,
איך וועל באַלד אַ מיטל געפֿינען.
און גלײַך איז געוואָרן אַ פֿײַער און פֿון פֿײַער האָט גענומען שפּאַרן הויך אַ רויך. די בינען האָבן זיך דערשראָקן פֿאַרן רויך און געמאַכט אין איין רגע פּליטה, און ייִנגעלע־רינגעלע איז זיך געגאַנגען ווײַטער זײַן וועג.
ער איז אָפּגעגאַנגען אַ צען טריט, צי אפֿשר דאָס אויך ניט, ערשט — ווידער די בינען, און דאָס מאָל שוין ניט אַליין, נאָר מיט זייער קעניגין און די דראָנען די ליידיק־גייער אויך. האָט ייִנגעלע זיי דערזען, האָט ער געמיינט, אַז זיי ווילן אים ווידער באַפֿאַלן, און ער האָט שוין געוואָלט בעטן דאָס רינגעלע, עס זאָל ווידער מאַכן אַ פֿײַער, אָבער די קעניגין האָט צו אים געזאָגט:
— מיר זענען ניט געקומען דיך טשעפּען, ייִנגעלע! די בינען זענען געקומען צו פֿליִען אין בינשטאָק מיט שרעק און מיט פֿאַרוווּנדערונג און האָבן מיר דערציילט, וואָס פֿאַר אַ וווּנדער־רינגעלע דו האָסט. האָב איך געזאָגט צו די בינען: לאָמיר אים גיין איבערבעטן מיט אַ טעפּעלע האָניק. זענען מיר דאָס איצטער צוליב דעם געקומען, ניט צו געבן דיר אַ ביס, נאָר האָניק זיס.
און די אַלע בינען האָבן אונטערגעכאַפּט אין כאָר און אויסגעזונגען:
— ניט קיין ביס, ניט קיין ביס,
נאָר צו געבן האָניק זיס.
און די קעניגין אַליין האָט גלײַך אונטערגעטראָגן דעם ייִנגעלע דאָס טעפּעלע האָניק. האָט ייִנגעלע זיך פֿאַרנייגט און געזאָגט:
— איך דאַנק דיר, קעניגין!
האָט זיך די קעניגין אַ דריי געטאָרן און אַ זשום געגעבן און געזאָגט:
— ייִנגעלע־רינגעלע,
ייִנגעלע גוטער!
רוף מיך ניט קעניגין,
רוף מיך נאָר מוטער.
האָט ייִנגעלע־רינגעלע זיך איבער אַ נײַס פֿאַרנייגט און געזאָגט:
— איך דאַנק דיר, מוטער! איך וועל דאָס טעפּעלע האָניק ברענגען צום קעניג, וועט ער דאָס עסן און ווערן גוט און זיס אַזוי ווי דער האָניק איז גוט און זיס.
און ייִנגעלע־רינגעלע האָט דערציילט דער מוטער־בין די גאַנצע געשיכטע, ווי ער גייט צום מלך אין פּאַלאַץ, אָבער וועמען ער באַגעגנט אויפֿן וועג, זאָגן זיי אַלע, אַז דער מלך איז שלעכט.
האָט די מוטער־בין און די אַלע בינען (נאָר די דראָנען ניט) אַ זשום געטאָן:
— זיי זענען גערעכט:
דער קעניג איז שלעכט.
פֿרעגט ייִנגעלע:
— פֿאַר וואָס זאָגן דאָס די דראָנען ניט?
ענטפֿערט די מוטער־בין:
— די דראָנען זענען אַזעלכע ליידיק־גייער ווי דער קעניג. אַנדערע טוען פֿאַר זיי און זיי אַליין טוען גאָרנישט.
פֿרעגט ייִנגעלע:
— נו, טאָ זאָל איך אַליין עסן דעם האָניק?
ענטפֿערט די מוטער־בין:
— אַליין, אַליין, וועט זײַן מער מיצווה.
און ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף דער ערד עסן דעם האָניק. אָבער דאָ האָט דער פֿאַרמער, וואָס האָט אים דערציילט אַלץ וועגן די בינען, געכאַפּט זיך, אַז ייִנגעלע שלאָפֿט גאָר, האָט ער אים גענומען וועקן. ייִנגעלע האָט זיך אויפֿגעכאַפּט און אַ האַלב־פֿאַרשלאָפֿענער האָט ער גענומען זוכן.
— וואָס זוכסטו? — האָט דער פֿאַרמער געפֿרעגט.
— דעם האָניק, וואָס די בינען האָבן מיר געגעבן, — האָט ייִנגעלע געענטפֿערט.
דער אַלטער, גוטער פֿאַרמער האָט אַ שמייכל געטאָן און געזאָגט:
— אָ, דאָס האָט זיך דיר מסתּמא געחלומט, אָבער איך וועל דיר טאַקע געבן האָניק אויף דער וואָר.
ייִנגעלע־רינגעלע האָט געקראָגן האָניק, נאָר וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.