יעדעס יאָר שטעלט פֿאָר די „פֿאָלקסבינע‟ איר ספּעקטאַקל „נשמה צו נשמה‟ אין יאַנואַר לכּבֿוד דעם געבורטסטאָג פֿון ד׳׳ר מאַרטין לוטער קינג. די פֿאָרשטעלונג בינדט צונויף די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און די ייִדן.
איינע פֿון די אינטערעסאַנסטע לידער אין דער פּראָגראַם איז אַ ייִדישער נוסח פֿונעם ליד What a Wonderful World, וואָס ווערט איבערגעזעצט אויף ייִדיש ווי „ס׳אַראַ פּרעכטיקע וועלט‟. דאָס ליד, וואָס עס האָט אָנגעשריבן באָב טיל און דזשאָרדזש דייוויד ווײַס, איז געוואָרן דער לעצטער גרעסטער שלאַגער פֿון לויִ אַרמסטראָנגס קאַריערע. אַרמסטראָנג, אפֿשר דער באַקאַנסטער טרומייט־שפּילער אין דער וועלט־געשיכטע, כאָטש אַ קאַטאָליק, האָט שטענדיק געטראָגן אַ מגן־דוד ווי אַ סימבאָל פֿון דאַנקבאַרקייט צו דער משפּחה קאַרנאָווסקי, זײַנע שכנים אין אַן אָרעמען געגנט פֿון ניו־אָרלינס, וואָס האָט אים געהאָלפֿן נאָך דעם, וואָס זײַנע עלטערן האָבן אים פֿאַרלאָזט. דער יונגער אַרמסטראָנג האָט געאַרבעט פֿאַר דער משפּחה; אויפֿן חשבון פֿון זײַן געהאַלט, האָבן זיי אים געשאָנקען אַ טרומייט צו 6 יאָר. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן זײַן מוזיקאַלישע קאַריערע. אַגבֿ, אַרמסטראָנג האָט, קינדווײַז, זיך אויסגעלערנט צו פֿאַרשטיין ייִדיש. לכּבֿוד דער משפּחה קאַרנאָווסקי איז דאָ הײַנט אַ פֿונדאַציע אין ניו־אָרלינס אויפֿן זעלביקן נאָמען, וואָס שענקט אָרעמע קינדער אינסטרומענטן.
די דאָזיקע רעקאָרדירונג האָט מען געמאַכט בעת אַ קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 18סטן יאַנואַר 2012 בײַם „מעטראָפּאָליטאַן־רום‟, אַ דזשעז־קלוב אין מאַנהעטן.
אָט קענט איר זען אַ פֿילם, אין וועלכן אַרמסטראָנג זינגט דאָס ליד:
דער אַמעריקאַנער ייִדישער וואָדעוויל איז געווען רײַך מיט קאָמישע געגראַמטע לידער, וואָס האָבן דערציילט לאַנגע־, און צום־טייל גרעבלעכע מעשׂיות אויף אַן אַבסורדישן אופֿן. איינס פֿון די באַקאַנסטע לידער פֿון דעם סאָרט איז פֿישעל קאַנאַפּאָפֿס „הו־צאַ־צאַ‟. דאָס ליד דערציילט אַ ריי הומאָריסטישע פּאַסירונגען וועגן נעבעכדיקע ייִדן, וואָס פֿירן לינקע ליבעס, זענען עובֿר־בטל, האָבן בייזע ווײַבער און לײַדן פֿון כּלערליי צרות, וואָס זיי האָבן אָפֿט אַליין געשאַפֿן. דאָס ליד האָט ער לכתּחילה אַרויסגעלאָזט אין 1924.
אינעם דאָזיקן שטיקל פֿילם שטעלט פֿאָר דער גאָר טאַלענטירטער זינגער ברוס אַדלער ז׳׳ל דאָס ליד צוזאַמען מיטן קלאַרנעט־שפּילער דוד קראַקאַוער און דעם „באַרצעלאָנער סימפֿאָנישן אָרקעסטער‟. די רעקאָרדיר־סעסיע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין באַרצעלאָנע אין 2001, האָט אײַנגעאָרדנט דער „מילקען־אַרכיוו פֿון ייִדישער מוזיק‟ פֿאַר זײַן אַלבאָם „גרויסע לידער פֿון דער ייִדישער בינע: באַנד 3‟, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט אין 2006.
דער חודש שבֿט האָט אונדז געבראַכט
אַ ביסל רעגנס, ליבע, בלאָטע…
װי אַזױ זאָלן מיר ניט דרײען דעם לוח, נאָר דער חודש שבֿט, דער עלפֿטער לױט דער אַלטער ייִדישער צײַט־רעכענונג, איז שױן דאָ. די מקובלים האַלטן, אַז דער חודש שבֿט איז ענג פֿאַרבונדן מיט צװײ װיכטיקע זאַכן, — מיט אַ ריכטיקער געמאָסטענער שפּײַזונג און מיט… גליק. װאָס פּלוצעם „גליק‟? אַלץ איז פּראָסט און פּשוט, דער חודש שבֿט געהערט צום שבֿט אָשר, און דאָס װאָרט „אשר‟ מיט אַ „חולם‟ איז דאָך ניט אַנדערש װי „גליק‟, נאָר ניט דאָס איז דער עיקר. דער עיקר איז, אַז דאָס װאָרט „אָשר‟ באַשטײט פֿון די זעלבע אותיות װי דאָס װאָרט „ראש‟, דער קאָפּ, און דװקא אינעם קאָפּ װערן געבױרן אַלע אונדזערע „גליקן‟, דהײַנו, — די גוטע און שלעכטע מחשבֿות, דאָס גוטע און דאָס בײזע װילן, די גוטע און שלעכטע כּװנות, און װאָס איז ניט װינציקער װיכטיק — די געמאָסטענע און מיאוסע דיבורים, װעלכע זײַנען דאָס הײַטל פֿון אײַער פּריװאַטן שם־טובֿ אָדער שם־רע. קלײַבט זיך, ביטע, אױס דאָס װאָס ס‘געפֿעלט אײַך אַם בעסטן און הײַדאַ אין חודש שבֿט אַרײַן. פֿאַרגעסט נאָר ניט, אַז דװקא אין חודש שבֿט דאַרפֿן מיר אַכט געבן אױף אונדזער געמאָסטענעם מעניו. מיט אײן װאָרט, — האָט אַ קאָפּ אױף די פּלײצעס און טוט אַלץ מיט קאָפּ, און װײַטער ‒ זײַט גליקלעך און פֿרעסט זיך ניט איבער.
די צרות האָבן זיך אָנגעהויבן בײַ „בערטען די לוכטע‟. זי האָט געהאַט אַ הײַזל (בלע׳׳ז: brothel) אויף יאַטקעווער גאַס. ס׳איז געווען אַן אײַנגעפֿירט אָרט. דאָס געשעפֿט איז געגאַנגען מקנא צו זײַן. דאָרט איז געווען תּמיד פֿול, צוליב טאַמאַרען. ווילנער בחורים האָבן זיך געקלעפּט צו איר. פֿרײַטיק צו נאַכט האָט יענע ניט געהאַט קיין פֿרײַע מינוט.
איז אָבער בערטע געווען זייער זשעדנע (בלע׳׳ז: greedy). געוואָלט אַרײַנכאַפּטן די וועלט. האָט זי אָנגעהויבן שרײַען אויף טאַמאַרען, מאַכן איר דעם טויט. דאָ רעדט זי צו פֿיל, דאָ לאַכט זי ווען מע דאַרף ניט, און לאָזט אַרויס געסט. וואָלט טאַמאַרע פֿאַרשלונגען די אַבידעס (באַליידיקונגען), ווײַל פֿאָרט איז בײַ בערטען אין הײַזל געווען ווייך און וואַרעם. האָט אָבער בערטע אָפּגעטאָן אין איינעם אַ פֿרײַטיק צו נאַכטס אַ זאַך, וואָס דאָס איז שוין געווען איבער דער גאַל. אַזוי פֿיל, אַז טאַמאַרע האָט איבערגעוואַרט דעם שבת און גלײַך אויף מאָרגן גענומען איר קופֿערל, אײַנגעפּאַקט די פּאָר קליידעלעך, מיט אַלע פֿאָרזעצונגען פֿון דעם ראָמאַן „רעגינע די שפּיאָנקע‟, וואָס זי פֿלעגט קויפֿן יעדן פֿרײַטיק, און אַוועק פֿון בערטען.
מיידלעך פֿון פֿאַך האָבן געעצהט טאַמאַרען ניט אַוועקצוגיין. מע האָט שוין ניט איין אַבידע אַראָפּגעשלונגען פֿון די באַלעבאָסטעס. אָבער טאַמאַרע די הויכע האָט געהאַט איר אייגענעם האָנאָר, כאָטש קיין גרויסע דאַמע איז זי אין ווילנע ניט געווען. אין וואָלאָקומפּיע, דער שיינער געגנט הינטער ווילנע, איז זי אויף דאַטשע ניט געפֿאָרן, און בײַ דעם „גרינעם שטראַל‟ אין קאַפֿע איז זי ניט געזעסן.
ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז אַ סך פֿון דער הײַנטיקער פּאָפּולערער חסידישער קולטור ווערט פֿרײַ גענומען פֿון דער דרויסנדיקער גוייִשער סבֿיבֿה. פּונקט אַזוי ווי בײַ די ייִדישע דראַמאַטורגן מיט 150 יאָר צוריק, נעמען די הײַנטיקע חסידישע קינסטלער אַ סך פֿון זייערע געדאַנקען בײַ דער וועלט־ליטעראַטור.
פֿאַראַיאָרן האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ פּאָפּולערע שפּיל אום סוכּות מיטן נאָמען „אומגלויבלעך‟. ווי עס טרעפֿט זיך, איז די פּיעסע, געשריבן דורכן דראַמאַטורג און באַקאַנטן בדחן אליעזר יקיר ברוין, אַ פֿרײַע אַדאַפּטאַציע פֿון וויקטאָר הוגאָס באַרימטן ראָמאַן „לע מיזעראַבל‟ (1862), וואָס איז שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין איינעם פֿון די באַקאַנטסטע מוזיקלס אויף דער וועלט. מע האָט, פֿאַרשטייט זיך, צוגעפּאַסט דעם נאַראַטיוו צו די קולטורעלע באַדערפֿענישן פֿונעם היימישן עולם (דער גלח איז געוואָרן אַ רבֿ, ס׳זענען ניטאָ קיין פֿרויען אָדער, חלילה, ליבע־סצענעס) אָבער אין תּוך אַרײַן זענען די צוויי מעשׂיות די זעלביקע.
אינעם ליד, אָנגעשריבן און געזונגען פֿון חיים איצקאָוויץ, האַנדלט זיך וועגן אַ ייִד, וואָס ווערט באַפֿרײַט פֿון דער טורמע נאָך 16 יאָר. די שפּראַך איז בפֿירוש אַ רײַכע, אַפֿילו אַ ליטעראַרישע און דערמאָנט סײַ קלאַסישע בדחנות, סײַ די מאָדערנע ייִדישע פּאָעזיע.
ס׳זענען אונדז, לײדער, געבליבן נאָר אַ פּאָר ייִדישע פֿאָלק־זינגער, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳זענען הײַנט הונדערער פֿײַנע זינגער, וואָס שטעלן פֿאָר לידער אויף מאַמע־לשון, זינגען זייער ווייניק פֿון זיי אין אַ גאָר טראַדיציאָנעלן סטיל. אַפֿילו מיט די בעסטע זינגער איז דאָ עפּעס וואָס פֿעלט, צוליב דעם, וואָס זיי זענען ניט אויפֿגעוואַקסן אין אַ סבֿיבֿה, וווּ ייִדן האָבן צוזאַמענגעזונגען די אַלטע לידער בײַם וואַשן וועש אָדער בײַ דער אַרבעט.
צום גליק, זענען אונדז יאָ פֿאַרבליבן אומצאָליקע רעקאָרדירונגען פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע פֿאָלק־זינגער. דערפֿאַר קען מען הערן די פֿאַרשידענע אַלטע עכט־ייִדישע סטילן, מיט וועלכע זיי האָבן פֿאָרגעשטעלט זייערע לידער.
אין אַפּריל 1986 האָט אונדזער קאָלעגע ד״ר איציק גאָטעסמאַן, אַן עקספּערט פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און מוזיק, אָרגאַניזירט אַ קאָנצערט פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע זינגער און קלעזמאָרים אויף דער „יונגטרוף‟־קאָנפֿערענץ אין ניו־יאָרק. צווישן די זינגער איז אויפֿגעטראָטן בראָניע סאַקינע מיט צוויי ייִדישע ליבע־לידער, „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟ און „סאַפּאָזשקעלעך‟, געזונגען מיט אַ פּרעכטיק קול אין איר היימישן אוקראַיִנישן ייִדיש.
די װאָך, פֿינעף און צװאַנציק טעג אין חודש טבֿת, דעם 6סטן יאַנואַר, הײסט עס, איז אַמאָל בײַ ייִדן געװען אַ יום־טובֿ. און הײסן האָט ער געהײסן „הר גריזים‟. דער באַרג גריזים שטײט דאָרט, װוּ ער איז שטענדיק געשטאַנען, נאָר בײַ די ייִדן איז יענער יום־טובֿ מיט דער צײַט געװאָרן אױס־יום־טובֿ, כאָטש אין משה־רבינוס צײַטן און אַפֿילו שפּעטער האָבן דװקא פֿון יענעם באַרג די כּהנים געבענטשט דאָס ייִדישע פֿאָלק. מילא, מיט אײן יום־טובֿ װײניקער, מע קען עס איבערלעבן; און די מעשׂה מיט דעם־אָ יום־טובֿ איז אַזױ געװען:
אין יענעם טאָג, כ”ה בטבֿת, האָבן די כּותים (די אָפּשטאַמיקע פֿון דער שטאָט כּותה, קוטאַ, הײַנט רופֿט מען זײ שומרונים אָדער סאַמאַריטיאַנער) געבעטן דעם גרױסן גריכישן קעניג אַלכּסנדר מוקדון, אַז ער זאָל חרובֿ מאַכן דעם בית־המקדש אין ירושלים, װײַל נאָר דער באַרג גריזים, האָבן זײ געטענהט, איז באמת אַ הײליק אָרט אין ארץ־ישׂראל. דעם קעניג אַלכּסנדר מוקדון איז די אידעע ממש געפֿעלן געװאָרן און ער האָט צוגעזאָגט די כּותים צו קומען קײן ירושלים און מאַכן פֿון דער גאַנצער שטאָט אַ תּל־עולם.
די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון „רעדנדיקע ביכער‟ אויפֿן נאָמען פֿון שמואל ראָהר, אַ פּראָיעקט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. עס לייענט שׂרה דרעשער.
האַלאָ! שרײַ איך אַרײַן אין שוואַרצן טרײַבל פֿון דער נאַכט. האַלאָ! ציטערט מײַן שטים אין פֿינצטערן חלל.
אפֿשר קאָן איך זיך פֿאַרבינדן מיט מײַן שוועסטער? יאָ, מײַן שוועסטער! זי איז פֿון אונדז געווען די גרעסטע. זי איז פֿון אונדז געווען די שענסטע. אויף גאָרניט זיך קיין מאָל ניט באַקלאָגט. קיין מאָל אויף קיינעם די שטים ניט געהויבן.
— דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט. אַ דאַנק!
זי האָט ליב געהאַט צו זינגען וועגן רײַזעס איבער ימען און אויסנייען מיט זײַדענע פֿעדעם אויף קליינע קישעלעך הירשן און פֿייגל און בלומען בוקעטן.
— דער נומער וואָס דו בעטסט איז שוין לאַנג פֿאַרברענט. אַ דאַנק!
ווען מיר האָבן טאַטע־מאַמע אָנגעוווירן, איז מײַן שוועסטער געווען פֿאַר אונדז ווי טאַטע־מאַמע. געבאַקן ברויט, געשײַערט טעפּ און אונדז קינדער אָפּגעהיטן ניט אַרונטערפֿאַלן פֿון די טרעפּ. כ׳געדענק ווי איצטער אירע האָר. זיי האָבן ניט געוווּסט דעם טעם פֿון שער. זי האָט זיי געקעמט מיט אַ גרויסער קאַם. אַזעלכע לאַנגע, ווייכע האָר!
— דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט. אַ דאַנק!
מײַן שוועסטער האָט געזונגען וועגן רײַזעס איבער ימען און נאָר דעם וועג פֿון שטוב צום מאַרק געוווּסט. שבת פֿלעגט זי זיך פֿאַרגינען מיט חבֿרטעס שפּאַצירן, לענג אויס דעם געסל, ביז צום לעצטן הויז. אין מיטן וואָך קיין צײַט ניט געהאַט אַ קוק טאָן אין שפּיגל. בלויז בײַם שעפּן וואַסער, האָט איר פּנים אויפֿן וואַסערפֿלאַך פֿון ברונעם, אַ בליאַסק געטאָן אַנטקעגן מאָרגנדיקער זון און גלײַך געלאָפֿן מיט די עמערס צו די טעפּ און אויוון.
— דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט. אַ דאַנק!
מײַן שוועסטער איז פֿאַרטאָן געווען מיט דער שטוב. מײַן שוועסטער איז פֿאַרטאָן געווען מיט אונדז — דרײַ צעפּילדערטע, צעשפּילטע ברואים, האָט זי ניט באַמערקט, אַז ס׳קוקן בחורים צו אונדזער שויב און טיר. האָט זי ניט געפֿילט, אַז אָט די בליקן מיינען טאַקע זי. זי האָט אויסגענייט ביז שפּעט בײַ נאַכט בלומען, הירשן און פֿייגל מיט די שיינסטע קאָלירן פֿון רעגן־בויגן, ביז די נאָדל איז איר פֿון די הענט אַרויסגעפֿאַלן און דער שלאָף האָט איר פֿאַרקלעפּט די אויגן. איז וווּ זענען די בלומען און די הירשן? און וווּ — די פֿייגל?
— דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט. אַ דאַנק!
„אַ דאַנק. אַ דאַנק!‟ און דאָס איז אַלץ. איך וויל מײַן שוועסטער! זי איז פֿון אונדז געווען די גרעסטע!
— דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט. דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט!!!
ד׳׳ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער און ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער זענען במשך פֿון לאַנגע יאָרן געפֿאָרן איבער מיזרח־אייראָפּע, כּדי צו מאַכן פֿילם־אינטערוויען מיט אַלטע ייִדן, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, וועגן זייערע זכרונות און דעם ייִדיש, וואָס מע האָט גערעדט בײַ זיי אין די פֿאַרשידענע שטעט און שטעטלעך פֿון ייִדישלאַנד.
ווי אַ טייל פֿונעם „אַהיים־פּראָיעקט‟ האָבן זיי געכאַפּט אַ שמועס מיט אַ פּאָרפֿאָלק אין וויניציע, אוקראַיִנע. גריגאָרי און ליודמילאַ שאָר האָבן ביידע געדענקט אַ ריי ייִדישע פֿאָלקסלידער, וואָס זיי האָבן געלערנט בײַ טאַטע־מאַמע אין שטוב. ליודמילאַ האָט אַ בפֿירוש פּרעכטיקע שטימע. אָט זינגט זי אירע נוסחאָות פֿון צוויי באַקאַנטע פֿאָלקסלידער און איין ווייניק־באַקאַנט ליד:
„וווי, וווי, פֿערדלעך‟:
„פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟:
„איך פֿאָר פֿון אײַך אַוועק‟, אַ וואַריאַנט פֿונעם ליד „מחותּנתטע מײַנע‟.
פֿון זײַנע סקיצן קען מען גרינג באַקומען דעם אײַנדרוק, אַז שמעון דזשיגאַן האָט ניט געהאַלטן פֿון קיין דאָקטוירים, פּסיכיאַטער אָדער אַנדערע, וואָס אַרבעטן אויפֿן פֿעלד פֿון מעדיצין.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָבן מיר געזען וואָס איז געשען, ווען דער קאָמיקער האָט באַזוכט אַן אָנהענגער פֿון ד׳׳ר פֿרויד, וואָס האַלט צו פֿיל פֿון די טעאָריעס פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן פּסיכאָלאָג. הײַנט וועלן מיר זען, וואָס קומט פֿאָר, ווען דזשיגאַן באַזוכט אַ ציינדאָקטער.
אמת, דאָס מאַכן חוזק פֿון געזונט־פּראָבלעמען בכלל און דאָקטוירים און זייערע פּאַציענטן בפֿרט איז אַן אַלטע טראַדיציע אין דער ייִדישער הומאָר. דזשיגאַנס צוגאַנג אין דער דאָזיקער סקיצע איז אָבער אַ ביסל אַנדערש ווי געוויינטלעך. ווי מע קען זען, שאַפֿט דזשיגאַן, וואָס איז דאָך געווען אַזוי באַקאַנט פֿאַר זײַן ענערגעטישן אופֿן פֿון רעדן, זײַן הומאָר בלויז דורך דער קרומער מינע אויף זײַן פּנים. ער רעדט בכלל ניט אַרויס קיין וואָרט במשך פֿון כּמעט דעם גאַנצן שטיק. אַזאַ צוגאַנג צו קאָמעדיע דערמאָנט אַזעלכע מײַסטער ווי טשאַרלי טשאַפּלין און די ברידער מאַרקס.
די סצענע האָט מען פֿילמירט ווי אַ טייל פֿון דזשיגאַנס ספּעציעלער איינמאָליקער פּראָגראַם אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע, וואָס מע האָט געמאַכט אין 1977.
די אַקטריסע שׂרה בלאַכער־רעטער לייענט פֿאָר די דערציילונג, רעקאָרדירט פֿונעם חייפֿער אוניווערסיטעט ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט „וועלט פֿון ייִדיש‟.
איך האָב שוין אַ נײַע פּיעסע. זי הייסט: „די רוסישע רעוואָלוציע אין קײַזערלעכן הויף‟. עס גייען שוין די פּראָבן. מאָרגן איז די פּרעמיערע. איך בין טשיקאַווע צו זען, וואָס עס וועט אַרויסקומען.
איך בין זייער טשיקאַווע; מחמת פֿון דער מינוט, וואָס איך האָב דאָס ווערק אַרויסגעלאָזט פֿון דער האַנט און פֿאַר דער צײַט וואָס עס זענען אָנגעגאַנגען די הכנות און פּראָבן, זענען אין מײַן שטיק געמאַכט געוואָרן עטלעכע קליינע ענדערונגען לויט די אָנווײַזונגען פֿון דעם טעאַטער־דירעקטאָר, רעזשיסאָר, סופֿליאָר, פֿון אַלע אַרטיסטן, זייערע קרובֿים און סתּם זײַטיקע מענטשן, מבֿינים און פֿײַנשמעקער.
יעדער איינער האָט בײַגעטראָגן זײַנע אויסבעסערונגען.
די פֿראַנצויזישע זינגערין עדיף פּיאַף איז געווען איינע פֿון די פּאָפּולערסטע, אויב ניט די סאַמע־פּאָפּולערסטע, זינגערינס אויף דער וועלט אין די 1940ער און 1950ער יאָרן. אירע אויטאָגביאָגראַפֿישע לידער וועגן ליבע, האַרץ־בענקעניש און פֿאַרלוסט זענען געוואָרן נאָציאַנאַלע סימבאָלן פֿון פֿראַנקרײַך. קיין חידוש ניט, אַז אירע לידער ווערן געזונגען אויף אַ סך שפּראַכן.
אין די לעצטע יאָרן האָט מיכאל פֿעלזענבאַום איבערגעזעצט אַ ריי פֿון אירע לידער אויף ייִדיש. די ישׂראלדיקע זינגערין פּאָלינאַ בעלילאָווסקי שטעלט זיי וווּנדערלעך פֿאָר אין אירע קאָנצערטן.
אָט זינגט זי פּיאַפֿס שלאַגער „פּאַדאַם, פּאַדאַם‟:
אָט זינגט זי פּיאַפֿס באַקאַנסטע ליד „לאַ ווי אָן ראָז‟:
און אָט איז איר נוסח פֿון פּיאַפֿס „איך האָב ניט קיין חרטה‟:
יעדע שפּראַך האָט באַזונדערע קלאַנגען, וואָס עס מאַכן נאָך די בעלי־חיים. אויף ענגליש זאָגט, אַ הונט, למשל, woof און אויף ייִדיש „האָף‟ אָדער „האַווקע‟. איין אופֿן, ווי אַזוי מע לערנט די קינדער צו דערקענען געוויסע קלאַנגען פֿון חיות, איז דורך לידער.
אין אַמעריקע איז דאָס באַקאַנסטע ליד פֿון אַזאַ סאָרט Old Macdonald. דאָס ליד דערציילט וועגן אַן אַלטן פֿאַרמער, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ריי בעלי־חיים אויף זײַן פֿאַרם. בעת דער זינגער רעכנט אויס די פֿאַרשידענע באַשעפֿענישן אויף דער פֿאַרם, לערנט ער די קינדער די קלאַנגען, וואָס עס מאַכן די חיות.
אין טעדי שוואַרצס קאָמישן ייִדישן נוסח קען מען הערן ווי עס וואָלט געקלונגען די חיות אויף דער פֿאַרם, ווען זיי וואָלטן אַלע גערעדט ייִדיש. איין אויסנאַם: אינעם ייִדישן נוסח פֿאַרמאָגט דער פֿאַרמער, חלילה, ניט קיין חזיר, אַזוי ווי אינעם אָריגענעלן נוסח.
דאָ זינגט טעמע־ליבע שעכטער. אויף דער פּיאַנע — בנימין שעכטער.
די קלוגע לײַט חכמהן זיך, אַז די זשורנאַליסטיק איז דער צװײטער, לױט דער עלטער, פֿאַך אױף דער װעלט. ס׳הײסט, אַ ביסל ייִנגער פֿון פּראָסטיטוציע און אַ קאַפּעטשקע עלטער פֿון גנבֿות. מילא, װער איז שױן דאָרט דערבײַ געשטאַנען בײַם אַרױסגאַנג פֿון גן־עדן?… װי אַזױ זאָל עס ניט זײַן, נאָר אײן זאַך איז אָבער קלאָר, אַז דװקא די זשורנאַליסטן זײַנען געװען די ערשטע, װאָס האָבן זיך עוסק געװען מיט פֿאַראײביקן סײַ די זנות־געשיכטעס און סײַ די גנבֿות־כראָניק.
אַ מאָדנע זאַך — עס איז ניטאָ אױף דער װעלט קײן אײן לאַנד, אַװוּ גנבֿות אָדער זנות זאָלן זיך ניט רעכענען פֿאַר אַ פֿאַרברעכערישן טאַט, און גלײַך מיט דעם, װערט אַלץ װײַטער פֿאַרשפּרײט און מיטאָלאָגיזירט דער גנבֿישער פֿאָלקלאָר. דאָס מאָל, אָבער, װיל איך באַקענען דעם לײענער מיט אַ פּאָר ניט זײער באַקאַנטע גנבֿים־מעשׂהלעך, װעלכע זײַנען פֿאַרבונדן מיט די יום־טובֿים אָדער מיט די גרונטלעכע ייִדישע טראַדיציעס, אַזעלכע װי אַ חופּה מיט אַ חתונה אָדער, ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, אַ לװיה און שבֿעה־זיצן. אין די דאָזיקע מעשׂהלעך, אױף חידושים, פֿילט זיך ניט אַ װעלכע ניט איז באַציִונג פֿונעם קאָלעקטיװן מחבר צו די סוזשעט־געשעענישן און די פּערסאָנאַזשן, דער דערצײלערישער אופֿן איז גאָר אַ נײטראַלער, מיט אַ לײַכט־איראָניש רחמנות.
די ישׂראלדיקע זשורנאַליסטן און מוזיק־קריטיקער הערן ניט אױף צו טענהן, אַז די באַרימטע אַמעריקאַנער מחברים פֿון די זינגלידער, באַזונדערס יענע, וואָס זיצן אױפֿן אַמעריקאַנער רום־אָלימפּ, כּמעט אינטערעסירן זיך ניט און שרײַבן ניט קיין לידער, געווידמעט דעם חורבן.
די טענות, אָבער, האָבן אַ טעם פֿון אַ דעמאַגאָגישער רעטאָריק, ווײַל אױך אין ישׂראל ווערט די חורבן־טעמע געשילדערט אַלץ שוואַכער און ממש סכעמאַטיש. דאָס איז אַ נאַטירלעכער פּראָצעס, און ער איז באַקאַנט אין אַלע נאַציאָנאַלע קונסט־ריכטונגען, בפֿרט ווען עס האָט אויך אַ שײַכות מיט קאָנקורענץ אויפֿן קונסט־געביט. צוריק געשמועסט, ווי קען מען האָבן טענות צו די מחברים פֿון די זינגלידער, וועלכע פֿאַרמאָגן אין זיך מער ליטעראַריש מיסט ווי אַלע געלע צײַטונגען אין איינעם.
די אַקטריסע שׂרה בלאַכער־רעטער לייענט דאָ פֿאָר די דערציילונג, אויף אַ רעקאָרדירונג געמאַכט פֿונעם חייפֿער אוניווערסיטעט ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט „וועלט פֿון ייִדיש‟.
חיים איז אַ טרעגער.
אַז ער גייט דורך אַ גאַס, אײַנגעהויקערט אונטערן קאַסטן סחורה, זעט מען אים נישט אַרויס; עס דאַכט זיך, אַז דער קאַסטן גייט אַליין אויף צוויי פֿיס… דאָס שווערע אָטעמען הערט זיך דאָ פֿון ווײַטנס!
דאָך — אָט לענט ער אָפּ די לאַסט, באַקומט זײַנע עטלעכע גראָשן; ער גלײַכט זיך אויס, אָטעמט שטאַרק אָפּ, בינדט אָפּ די פּאָלעס, ווישט זיך אָפּ דעם שווייס פֿון פּנים, גייט גלײַך צום ברונעם, טוט אַ פּאָר שלינג וואַסער און לויפֿט אין אַ הויף אַרײַן.
ער שטעלט זיך נעבן אַ וואַנט, הייבט אויף דעם ריזן־קאָפּ אַזוי, אַז דער שפּיץ באָרד מיט דער נאָז, מיטן דאַשעק פֿונעם היטל, קומען אויס אויף איין שטח.
ער רופֿט:
— חנה!
פֿון אונטערן דאַך עפֿנט זיך אַ קליין פֿענצטערל, און אַ קליין ווײַבעריש קעפּל אין אַ ווײַסן ציפּיק ענטפֿערט:
— חיים?!
דער פּאָפּולערער ישׂראלדיקער קאָמפּאָזיטאָר און זינגער דודי קאַליש שאַפֿט מוזיק אין אַ ריי זשאַנערן און סטילן אויף ייִדיש, לשון־קודש און העברעיִש.
זײַנע אומצאָליקע קאָמפּאָזיציעס נעמען אַרײַן טראַדיציאָנעלע חסידישע לידער און ניגונים, חזונות, ייִדישע נוסחאות פֿון באַקאַנטע ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער „ראָק‟־לידער און אַפֿילו אַ ייִדישן נוסח פֿון „אינעם קלוב‟ פֿונעם „רעפּ‟־זינגער „פֿיפֿטי־סענט‟. מיט אַזאַ ריזיקער גאַמע פֿון מוזיקאַלישע סטילן און אַ באַזונדערן טאַלאַנט פֿאַרן שרײַבן ייִדישע ווערטער צו באַקאַנטע לידער איז עס קיין חידוש ניט, וואָס קאַליש ווערט אײַנגעלאַדן צו זינגען אויף כּלערליי אונטערנעמונגען איבער דער לענג און ברייט פֿון דער חסידישער וועלט.
לעצטנס האָט ער פֿאָרגעשטעלט זײַן ליד „שמע־ישׂראל‟, אויף אַן אָוונט לטובֿת דער צדקה־אָרגאַניזאַציע „תּקוותּנו‟ אין אַנטווערפּן. די בעלגישע חסידישע אָרגאַניזאַציע העלפֿט קינדער, וואָס זענען אינטעלעקטועל־הינטערשטעליק צו בלײַבן וואָס מער אַקטיוו אין דער דאָרטיקער חסידישער קהילה.
דאָס ליד, וואָס קאַליש זינגט צוזאַמען מיט אַן אָרקעסטער פֿון 18 אינסטרומענטן, אַ כאָר און אַ יונגן משורר, איז אַ פּרעכטיקע קאָמפּאָזיציע, וואָס ווײַזט ווי די הײַנטיקע חסידים בינדן צונויף אַלטע און נײַע קלאַנגען אין זייער מוזיק.
דער אַמעריקאַנער ניטל איז סײַ אַ רעליגיעזער חג בײַ די קריסטן, סײַ סתּם אַ מין געזעלשאַפֿטלעכע פֿײַערונג, ווען עס קומען זיך צונויף קרובֿים און פֿרײַנד פֿון אַלע עקן לאַנד, וואָס זעען זיך געוויינטלעך ניט במשך פֿונעם יאָר.
ס׳רובֿ פֿון די באַקאַנטע סימבאָלן פֿון ניטל אין אַמעריקע אַזוי ווי די יאָלקע (ניטל־בוים), „סאַנטאַ־קלאַוס‟ מיט זײַן שליטן און געטרײַע רעניפֿערן (reindeer) און די קליינע ליכטלעך און קראַנצן בלעטער, וואָס מע שטעלט אויף די הײַזער, האָבן באמת גאָרניט וואָס צו טאָן מיטן אָפּמערקן דעם געבורט פֿון יעזוס, נאָר שטאַמען פֿון פּאַגאַנישע טראַדיציעס און פֿאָלקלאָר. ס׳איז ניט קיין חידוש דערפֿאַר, וואָס ס׳רובֿ פֿון די באַקאַנטע לידער, וואָס ווערן באַטראַכט אין אַמעריקע ווי „ניטל־לידער‟ האָבן כּמעט אין גאַנצן ניט קיין שײַכות צו דער חג גופֿא, נאָר פּריידיקן די מעלות פֿון משפּחה־פֿײַערונגען און דעם ווינטער־סעזאָן. אַ סך פֿון די דאָזיקע לידער האָבן דווקא אָנגעשריבן ייִדן.
מײַן טײַערער מחותּן דוד האָט מיר אַנומלטן דערצײלט אַ מעשׂה־אשר־היה.
שטאַמען שטאַמט ער פֿון אָטעק־מאָהילעװ, אַ בעסאַראַבער שטעטל בײַם נעסטער, װאָס איז געװען באַזעצט מיט ייִדן און ציגײַנער. הקיצור, דודס משפּחה האָט געהאַט אַ שכן, אַ קאָװאַל אַ ציגײַנער יאַנקו. דער דאָזיקער יאַנקו האָט געהאַט צען קינדער, הױלע מײדלעך, און אין משך פֿון צען יאָר האָט ער געמאַכט אױסגעריסענע יאָרן דודס עלטערן, אַז יענע זאָלן אים פֿאַרשענקען זײער זון, װאָס זעט אױס װי אַן אמתער ציגײַנערישער באַראָן, און ער זאָגט זײ צו, אַז דוד װעט האָבן אַ לעבן, װעגן װעלכן אַפֿילו דוד המלך האָט ניט געטרױמט. עס קלינגט װילד און אַבסורדיש, נאָר עס װײַזט אױס, אַז דער אײבערשטער האָט באַשיצט אַ ייִדיש קינד און סוף־כּל־סוף האָט געשאָנקען דעם אַלטן ציגײַנער אַ יורש — אַ בלאָנד ייִנגעלע מיט בלױע אױגן.
נו יאָ, אַז גאָט װיל שיסט אַ בעזעם…
הערט זיך צו ווי די אַקטריסע שׂרה בלאַכער־רעטער לייענט פֿאָר די דערציילונג. די רעקאָרדירונג האָט געמאַכט דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט „וועלט פֿון ייִדיש‟.
בײַ נאַכט איין מאָל האָב איך זיך אויפֿגעכאַפּט אין דעם ענג־געפּאַקטן טונקעלן און שווער־שנאָרכנדיקן וואַגאָן. איך האָב אים גלײַך דערזען זיצן אַקעגן מיר אויף דער באַנק און איך האָב אים גלײַך דערקענט. דאָס איז געווען ער, דער אַלט־באַקאַנטער נאַכט־ייִד, וואָס שטענדיק, אַז ער פֿאָרט מיט דער באַן, קאָן ער ניט שלאָפֿן בײַ נאַכט, און אַז ער קאָן ניט שלאָפֿן בײַ נאַכט, נודעט ער, און אַז ער נודעט, זוכט ער עפּעס בײַ יעדן אין די אויגן און מאָנט עפּעס יעדן בײַ דער נשמה, מאָנט שטום, נאָר נאָגנדיק און אָן אַן אויפֿהער.
„יונגערמאַן‟, — האָט ער אויף מיר באַלד אַ וואָרף געטאָן זײַנע וואַסערדיקע אייביק אומעטיקע אויגן, — „וווּהין פֿאָרט איר, יונגערמאַן?‟
דערבײַ האָט זײַן קול אָפּגעקלונגען אין מײַנע אויערן אַזוי זויערלעך און אַלט־אַלט, עלטער פֿון דער צײַט, וואָס איך געדענק. און ווײַל ער האָט מער צו מיר ניט גערעדט, האָט זיך געדאַכט, אַז ניט ער האָט דאָס קול פֿון זיך אַרויסגעלאָזט, ס׳טראָגט זיך פֿון ערגעץ ווײַט און עס פֿאָדערט דין וחשבֿון:
„יונגערמאַן, וווּהין פֿאָרט איר ערגעץ, יונגערמאַן?‟