Oyneg Shabes

„הו־צאַ־צאַ‟ געזונגען פֿון ברוס אַדלער

Hu-Tsa-Tsa Sung by Bruce Adler

  • Print
  • Share Share

דער אַמעריקאַנער ייִדישער וואָדעוויל איז געווען רײַך מיט קאָמישע געגראַמטע לידער, וואָס האָבן דערציילט לאַנגע־, און צום־טייל גרעבלעכע מעשׂיות אויף אַן אַבסורדישן אופֿן. איינס פֿון די באַקאַנסטע לידער פֿון דעם סאָרט איז פֿישעל קאַנאַפּאָפֿס „הו־צאַ־צאַ‟. דאָס ליד דערציילט אַ ריי הומאָריסטישע פּאַסירונגען וועגן נעבעכדיקע ייִדן, וואָס פֿירן לינקע ליבעס, זענען עובֿר־בטל, האָבן בייזע ווײַבער און לײַדן פֿון כּלערליי צרות, וואָס זיי האָבן אָפֿט אַליין געשאַפֿן. דאָס ליד האָט ער לכתּחילה אַרויסגעלאָזט אין 1924.

אינעם דאָזיקן שטיקל פֿילם שטעלט פֿאָר דער גאָר טאַלענטירטער זינגער ברוס אַדלער ז׳׳ל דאָס ליד צוזאַמען מיטן קלאַרנעט־שפּילער דוד קראַקאַוער און דעם „באַרצעלאָנער סימפֿאָנישן אָרקעסטער‟. די רעקאָרדיר־סעסיע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין באַרצעלאָנע אין 2001, האָט אײַנגעאָרדנט דער „מילקען־אַרכיוו פֿון ייִדישער מוזיק‟ פֿאַר זײַן אַלבאָם „גרויסע לידער פֿון דער ייִדישער בינע: באַנד 3‟, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט אין 2006.