מיט אַנדערהאַלבן יאָר צוריק האָט דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ פֿאָרגעשטעלט אַ ייִדישן נוסח פֿון סאַמיועל בעקעטס „וואַרטן אויף גאָדאָ‟. אפֿשר דער סאַמע־רירנדיקסטער מאָמענט פֿון דער פֿאָרשטעלונג איז געווען די רעדע פֿון לאָקי, דער דינסט פֿון פּאָזאָ. פֿון זײַן רעדע קען מען דערקענען, אַז לאָקי איז אַמאָל געווען אַן אינטעליגענטער מענטש, וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיט גרויסע געדאַנקען. איצט איז ער אָבער צעבראָכן און רעדט אָן קיין שום זין. זײַן רייד איז אַ מיש־מאַש פֿון גרויסע ווערטער און קאָמפּליצירטע באַגריפֿן וואָס פֿליסן אַרויס פֿון זײַן מויל אָן קיין שום סדר.
„לאָקי‟, אין בעקעטס פּיעסע פֿון 1953 האָט געדאַרפֿט פֿאַרקערפּערן אין זיך די טראַגעדיע פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור בכלל און די אייראָפּעיִשע געלערנטע בפֿרט, וועמענס צוגאַנג צום לעבן האָט אויסגעזען אין גאַנצן אומרעלעוואַנט אין ליכט פֿון אַ חרובֿ־געוואָרענעם און פֿאַרברענטן קאָנטינענט. אין די לעצטע יאָרן, אָבער, ווען די צווייטע וועלט־מלחמה ווערט ווייניקער און ווייניקער אַקטועל אינעם געמיינזאַמען זכּרון, ווערט די ראָלע פֿון לאָקי אָפֿט געשפּילט מער הומאָריסטיש איידער טראַגיש. אינעם אויסגעצייכנטן נוסח פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, אָבער, הערט מען אין לאָקיס צעדרייטער רייד דעם עכטן שוידערלעכן פּאַטאָס פֿון אַ רויִנירטער געזעלשאַפֿט און אַ פֿאַרשניטענעם דור אינטעליגענטן.
כּדי צו קענען געהעריק אָפּשאַצן די ייִדישע איבערזעצונג פֿון שיין בייקער דאַרף מען אויך הערן, ווי אַזוי עס קלינגט די דאָזיקע רעדע אויף ענגליש.
ניט אַלצדינג אין דער ייִדישער ליטעראַטור האָט צו טאָן מיט דער ייִדישער טעמאַטיק. צווישן די שטאַרקסטע ווערק פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע געפֿינט מען דווקא אַ סך לידער, וואָס רירן אָן מער אוניווערסאַלע טעמעס אַזוי ווי ליבע, פֿאַרלוסט און דעם מענטשלעכן גורל. צווישן די גרעסטע שאַפֿער פֿון אַזעלכע לידער איז געווען די פּאָעטעסע רחל קאָרן.
ס׳איז מיר אויסגעקומען אַ פּאָר מאָל צו הערן, אַז מע זאָל שטעלן מוזיק צו רחל קאָרנס לידער וועגן ליבע, בענקשאַפֿט און האַרצווייטיק. לעצטנס האָט די האָלענדישע זינגערין לוצעט וואַן דען בערג עס טאַקע געטאָן, פֿאַרוואַנדלענדיק קאָרנס ליד „באַשערטע‟ אין אַ ראָק־געזאַנג. די שטאַרקע מוזיק פּאַסט זיך זייער גוט צו צום טעקסט און דערמאָנט אַ ריי לידער מיט אַן ענלעכער טעמאַטיק, וואָס זענען גאַנץ פּאָפּולער אין אַמעריקע און איבער דער גאָרער וועלט.
כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן די ווערק פֿון רחל קאָרן און איר צוגאַנג צו פּאָעזיע קען מען זיך צוהערן צו אַן אינטערוויו מיט איר, וואָס עס האָט געמאַכט דער קריטיקער אַבֿרהם טאַבאַטשניק אין 1955. בשעתן אינטערוויו לייענט זי פֿאָר אַ ריי פֿון אירע לידער.
די פֿאָלקס־פֿאַנטאַזיע װײסט נישט פֿון קײן גרענעצן. װאָס פֿאַר אַ װאָרט אָדער אַ באַגריף זאָלט איר ניט פֿאָרלײגן, שטענדיק װעט איר באַקומען אַ שײנע פּאָרציע מעשׂהלעך, זאַבאַבאָנעס אָדער סתּם אינטערעסאַנטע געשיכטעס, װעלכע װערן באַגלײטן מיט אַ זיכערן עדות — ראיתי בעני, כ’האָב עס געזען מיט מײַנע אײגענע אױגן. װאָס־װער־װען… ס’רובֿ עדות זײַנען ניט מער װי אַ פּרוּװ צו אונטערשטרײַכן די זעלבסט־װאָגיקײט פֿונעם דערצײלער.
מיט צען יאָר צוריק איז מיר אױסגעקומען אָנטײל צו נעמען אין אַ ייִדיש־ציגײַנערישן פּראָיעקט, געװידמעט (הערט אַ משוגעת) 800 יאָר פֿון דער סאַקסאָנישער שטאָט דרעזדען. צו דעם פּראָיעקט האָט מען געבראַכט פֿון רומעניע דרײַ ציגײַנער־לעוטאַרן (מוזיקער) פֿונעם באַװוּסטן „קלעזמאָרישן‟ דאָרף זיעטשע פּראַזשין (צען אַרשינען, אַרשין איז 70 סאַנטימעטער) און מיך, דעם גלאַװנער ציגײַנער, פֿון ישׂראל — קױם לעבעדיק, אױף קוליעס, נאָך דרײַ שװערע אָפּעראַציעס. אָבער, נישקשה, אַ ייִדישער „ציגײַנער‟ מוז דאָך זײַן אַ מוסטער פֿון אָפּטימיסטישקײט.
מיט צוויי קיישלעך בין איך געפֿאָרן אין מחנה־יהודה, דעם גרויסן מאַרק אין ירושלים, אײַנקויפֿן עפּעס אין שטוב אַרײַן. אָנגעקומען בין איך אַהין פֿון דער צווייטער זײַט, נישט אויף דער גאַס יפֿו, און דאָרטן איז דער אַרײַנגאַנג געווען אָנגעפּאַקט מיט מענטשן. הייס איז געווען, צווישן צוויי און דרײַ נאָך מיטיק, האָב איך זיך אַרײַנגעשטעלט אונטערוואַרטן אין שאָטן פֿון אַן עלעקטרישן סלופּ. מע וועט זיך צעגיין אַ ביסל וועל איך אַרײַן אין מאַרק.
איז אָנגעפֿאָרן אַ לאַסטוואָגן און זיך פֿאַרנומען אין מאַרק אַרײַן. האָב איך אַ הייב געטאָן אַן אַקסל פֿאַר זיך אַליין: איך האָב זיך נישט געקענט אַרײַנשטופּן און ער, דער לאַסטוואָגן, יאָ. ווי אַזוי? אַזאַ גרויסע מאַשין, געל און ברייט.
דער שאָפֿער, אין דער הייך, אין זײַן קאַבינע, האָט געטאָן אַ פֿײַף און אַ פֿאָר, אַ פֿײַף און אַ פֿאָר און די מענטשן האָבן זיך צעשטופּט אין די זײַטן. זיך געדריקט צו די ווענטלעך פֿון אויטאָ. געמאַכט אַ וועג. פֿונעם אָרט וווּ איך בין געשטאַנען, אין שאָטן פֿון עלעקטרישן סלופּ, האָט עס אויסגעזען ווי די מאַסע וואָלט געעפֿנט אַ גרויס מויל און געשלונגען דעם וואָגן.
דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער זינגער דודו פֿישער איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ ריי קאָנצערטן צוזאַמען מיטן תּל־אָבֿיבֿער ייִדישן טעאַטער „ייִדישפּיל‟. די ספּעקטאַקלען האָט מען אַ נאָמען געגעבן „ייִדישפּיץ‟. ווי אַ טייל פֿון די פֿאָרשטעלונגען, האָט ער געזונגען גאָר אַן אינטערעסאַנטע ייִדישע פּאַראָדיע פֿונעם ליד „לאַרגאָ־אַל־פֿאַקטאָטום‟ פֿון גיאָטשינאָ ראָסיניס אָפּערע „דער שערער פֿון סעוויל‟. דאָס ליד, בעסער באַקאַנט ווי „פֿיגאַראָ‟, איז מסתּמא צום־מערסטנס הײַנט באַוווּסט, אַ דאַנק זײַן ראָלע אין די אַנימירטע אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אַזוי ווי „טאָם און דזשערי‟.
אינעם הומאָריסטישן ייִדישן נוסח, מיט ווערטער פֿון פּסח בורשטיין און דייב קאַש, ווערט דער שערער „פֿיגאַראָ‟ פֿאַרוואַנדלט אין אַ שדחן מיטן נאָמען משה קענט און אַנשטאָט צו באַרימען זיך מיט די פֿריזורן, וואָס ער שאַפֿט, באַרימט ער זיך מיט די שידוכים, וואָס ער פֿירט אַדורך. דער באַקאַנטער רעפֿריין „פֿיגאַראָ‟ ווערט אויך פֿאַרוואַנדלט אין „שוויגאַראָ‟, אַן אַבסורדישן רעפֿערענץ צום וויכטיקייט פֿון דער שוויגער אינעם ייִדישן פֿאָלקס־הומאָר.
ס׳איז הײַנט זייער גרינג צו קוקן אויף דער „אַלטער היים‟ מיט אַ געפֿיל פֿון נאָסטאַלגיע. מע טאָר אָבער ניט פֿאַרגעסן, אַז דאָס לעבן איז אויך אָפֿט מאָל געווען זייער שווער, בפֿרט ווען עס גייט די רייד וועגן דער אייביקער פֿראַגע בײַ ייִדן, „וווּ נעמט מען פּרנסה‟.
לעצטנס, האָט די ישׂראלדיקע זינגערין סוועטלאַנאַ (לאַנאַ) סאָקאָלאָוו אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟ זייער אַן אינטערעסאַנטן פֿילם פֿון איר זיידן, דעם אַקטיאָר און זינגער מאַטוויי פּיווניטש ז׳׳ל. אינעם פֿילם זינגט ער אַ ליד מיטן נאָמען „געסעלע‟. דאָס ליד דערציילט וועגן אַ ייִדישער גאַסן־פֿרוי, וואָס טרעפֿט זיך מיט אַ מיאוסער משונה.
עס זענען געווען אַ סך לידער אַזעלכע, וואָס דערציילן פֿון ברוטאַלע געשעענישן סײַ אינעם ייִדישן פֿאָלק־רעפּערטואַר און סײַ אינעם ייִדישן טעאַטער. זייער זעלטן הערט מען אָבער הײַנט אַזעלכע טרויעריקע לידער, בפֿרט געזונגען אויף אַזאַ רירנדיקן אופֿן. דער עולם וויל בעסער הערן די נאָסטאַלגישע לידער אזוי ווי „בעלץ‟, „אויפֿן פּריפּעטשיק‟ און „טום־באַלאַלײַקע‟. די טראַגישע לידער, אַזוי ווי „געסעלע‟, זענען אָבער פֿאָרט אַ וויכטיקער טייל פֿון דער ייִדישער קולטור, וואָס טאָר ניט פֿאַרגעסן ווערן.
איין באַמערקונג וועגן דעם ליד אַליין: איך האָב אין ערגעץ ניט געקענט געפֿינען, פֿון וואַנען עס שטאַמט דער מחבר אָדער צי ער איז באַקאַנט? טאָמער איר ווייסט וועגן דעם עפּעס, זײַט אַזוי גוט, און לאָזט עס וויסן דורך די קאָמענטאַרן.
כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן מאַטוויי פּיווניטש, האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט לאַנאַ סאָקאָלאָוו. דער זינגער און אַקטיאָר מאַטוויי פּינעוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אַ שטעטל לעבן קיִעוו אין 1916. ער האָט גראַדויִרט פֿון דער ייִדיש־אָפּטיילונג בײַם קיִעווער אוניווערסיטעט אין 1941, אַ פּאָר טעג פֿאַר דײַטשלאַנדס אינוואַזיע אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד. נאָך דער מלחמה האָט ער געוווינט 30 יאָר אין טאַשקענט, וווּ ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער אָרטיקער טעאַטער־ און קונסט־גרופּע פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי. נאָך דעם, וואָס ער איז עולה געווען אין 1994, פֿלעגט ער אָפֿט אויפֿטרעטן מיט ייִדישע און רוסישע קאָנצערטן אין ישׂראל. ער איז געשטאָרבן אין אַשדוד אין 2010.
עס דאַכט זיך, אַז װאָס מער און לענגער װערט די מענטשהײט אײַנבאַלעבאַטעװעט אין די גליקן פֿונעם עולם־הזה, אַלץ װײניקער װעלט־סודות דאַרפֿן בלײַבן בײַ די מענטשן.
אַ פֿאַראַיאָריקער שנײ… די װעלט װערט אַלץ עלטער און כּאילו רײַפֿער, אָבער די צאָל פֿראַגעס — װאָס, פֿאַר װאָס, װי אַזױ, װען, אאַז”װ? — װערט נישט װײניקער. און איך װיל זיך מתװדה זײַן, אַז כ’בין שטענדיק מקנא געװען יענע מענטשן, װעלכע האָבן אַ פֿאַרטיקן ענטפֿער אױף יעדער פֿראַגע, אַפֿילו אױף אַזעלכע, אין װעלכע זײ פֿאַרשטײען אַ קרענק. אָבער, נישקשה, מע מאַכט אַ שײנע מינע און מע לעבט װײַטער.
דעם לעצטן שבת האָבן מיר געבענטשט דעם חודש אָדר, דעם צװעלפֿטן חודש לױטן ייִדישן לוח. אָבער דאָס יאָר איז דאָך אַ ביסל טראָגעדיק, און אַחוץ אָדר א’, האָבן מיר נאָך אַ חודש — אָדר ב’. די ייִדישע טראַדיציע זאָגט אונדז אונטער, אַז װען עס קומט דער חודש אָדר װערט גרױס די שׂימחה בײַ דעם עולם; אין דעם פֿאַל זײַנען ייִדן ניט אַנדערש װי אַלע אַנדערע פֿעלקער. איר געדענקט דאָך דעם אַלט־רױמישן לאָזונג, אַז עמך פֿאָדערט װײַן און שׂימחות. און אַזױ װי דאָס יאָר האָבן מיר צװײ אָדרים, טאָ בעתן פּורים קטן אין אָדר א’ קען מען מאַכן אַ שײנע פּראָבע מיטן װײַן און אָנהײבן זוכן דעם המן־הרשע, און שױן בעתן אמתן פּורים אין אָדר ב’ קען מען פֿאַרריכטן די לעבנס־פֿעלערן, װעלכע װעלן זיך אָנזאַמלען בעתן קלײנעם פּורים.
אַ מעשׂה לכּבֿוד פּסח, דערצײלט פֿון אַ כּתרילעװקער ייִדן, װאָס האַנדלט מיט אָבריעזקעס (שטיקעלעך פּאַפּיר) און רױכערט דינע פּאַפּיראָסלעך, און איבערדערצײלט טאַקע מיט זײַן לשון.
― אַלץ הײסט בײַ אײַך צעטראָגן? אָט איז בײַ אונדז אין כּתרילעװקע, הײסט עס, פֿאַראַן, איר האָרכט צי נײן, אַ ייִד אַ צעטראָגענער, שלום־שכנא הײסט ער, נאָר רופֿן רופֿט מען אים „שלום־שכנא דרײ־זיך“, טאַקע איבער זײַן צעטראָגנקײט, ― איז דאָס אַ צעטראָגענע בריאה, איז דאָס אַ צעטראָגענער מלאך, זאָל זיך דער אײבערשטער שומר ומרחם זײַן!
וױי־װײ, װאָס מע דערצײלט זיך אָן בײַ אונדז װעגן דעם שלום־שכנאן מעשׂיות מיט אַנעקדאָטן ― פּעק, זאָג איך אײַך, גאַנצע פּעק! אַן עבֿירה, װאָס איר כאַפּט זיך, ס’איז ערבֿ־פּסח. װײַטער װאָלט איך אײַך, פּאַניע שלום־עליכם, געגעבן שטאָף, איר האָרכט צי נײן, װאָלט איר געהאַט דערנאָך צו שרײַבן און צו שרײַבן.
אײן מעשׂה, אױב איר װילט, קאָן איך אײַך דערצײלן, װאָס מיט דעם שלום־שכנא האָט זיך פֿאַרלאָפֿן ערבֿ־פּסח; ס’איז אַ מעשׂה מיט אַ היטל, און נישט קײן אױסגעטראַכטע מעשׂה, נאָר אַן אמתע, אַ רעאַלע מעשׂה, כאָטש זען זעט זי אױס װי אַן אַנעקדאָט.
אַזױ האָט אָנגעהױבן אַ כּתרילעװקער ייִד אַ סוחר, װאָס האַנדלט מיט „אָבריעזקעס“ (שטיקלעך פּאַפּיר), גלעט זיך דאָס בערדל אַרונטער, אין האַלדז אַרײַן, און רײכערט דינע פּאַפּיראָסעלעך, אַ פּאַפּיראָסל נאָך אַ פּאַפּיראָסל.
איך מוז מודה זײַן אָבער, אַז די רעאַלע מעשׂה, װאָס דער דאָזיקער כּתרילעװקער ייִד האָט מיר דערצײלט, כאַפּט טאַקע דעם אָפּבליק פֿון אַן אַנעקדאָט, און איך האָב מיך דעריבער לאַנג געשלאָגן מיט דער דעה, צי איך זאָל זי אײַך איבערגעבן, צי נײן? נאָר צוריק האָב איך מיך באַטראַכט: אַ כּתרילעװקער ייִד אַ סוחר, װאָס האַנדלט מיט אָבריעזקעס, איז נישט שײך צו ליטעראַטור און געהערט זיך כּלל נישט אָן מיט קײן ספֿרים, לכן, אַז ער זאָגט ס’איז רעאַל, איז ער באַגלײבט; און איך גיב אײַך איבער די דאָזיקע מעשׂה מיט זײַן לשון גופֿא, נישט צוגעלײגט מײַנס אַ װאָרט אַפֿילו.
איין זאַך דאַרפֿן מיר, ייִדיש־רעדנדיקע, תּמיד געדענקען: מע קען קיינמאָל ניט וויסן אויף זיכער, אַז אַ פֿרעמדער פֿאַרשטייט ניט אונדזער שפּראַך.
מיטן דאָזיקן תּנאי שאַפֿט זיך דער הומאָר פֿונעם נײַסטן, און ביז־אַהער־שטאַרקסטן קאַפּיטל פֿונעם „סיטקאָם‟ — „ייִדלײַף־קריזיס‟. מים ביאַליק, די שטערן פֿון דער פּאָפּולערער טעליוויזיע־פּראָגראַם „די טעאָריע פֿונעם גרויסן קנאַל‟ שפּילט וווּנדערלעך די ראָלע פֿון „חיה‟, אַן ערנסטע נעווראָ־וויסנשאַפֿטלערין, וואָס טרעפֿט זיך מיט די צוויי ייִדיש־רעדנדיקע לופֿטמענטשן לייזער (אלי באַטאַליאָן) און חיימי (דזשיימי עלמאַן). אין אַ קלוגער פּאַראָדיע פֿונעם הײַנטיקן „שידוך־קריזיס‟, האָט חיה ניט קיין צײַט אויף ראָמאַנס: אַנשטאָט צו באַקענען זיך צוביסלעך מיט אַ פּאָטענציעלן חתן גייט זי אויף „פּראָבע־ראַנדקעס‟, אין וועלכע זי שטעלט די בחורים אַ ריי ערנסטע פֿראַגעס וועגן אומבאַקוועמע טעמעס.
לייזער, אַ טשודאַק, קומט אויף דער ראַנדקע צוזאַמען מיט זײַן חבֿר חיימי און וויל באַקומען פֿון אים עצות, וואָס ער זאָל זאָגן „חיה‟. כּדי דאָס אַלץ זאָל זײַן באַהאַלטן, רעדן זיי צווישן זיך ייִדיש. ווען „חיה‟ וואָלט געווען אַ נאָרמאַלע פֿרוי, וואָלט זי גלײַך אַוועק פֿון די צוויי מאָדנע פּאַרשוינען. אָבער ווי עס טרעפֿט זיך, איז זי זייער פּראַקטיש (און אפֿשר אַליין אַ ביסל עקצענטריש): זי באַשליסט, אַז ס׳איז בעסער צו מאַכן אַ „פּראָבע־ראַנדקע‟ מיט זיי ביידע אין דער זעלביקער צײַט. דאָס שאַפֿט, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך הומאָריסטישע און פּריקרע מאָמענטן.
דער קאַפּיטל, געשאַפֿן לכּבֿוד „וואַלענטינס־טאָג‟, וועט זיכער צוציִען אַ ריזיקן עולם אַ דאַנק זײַן גאַסט־שטערן און שאַפֿן דערבײַ אַ סך פּירסום, ניט בלויז פֿאַר די יונגע קאָמיקער, נאָר אויך פֿאַר ייִדיש אַליין. מער ווי אַלע פֿריִערדיקע, ווײַזט דער קאַפּטיל דעם הומאָריסטישן פּאָטענציאַל פֿון אַ ייִדישן „סיטקאָם‟, וואָס איז באַזירט אויפֿן ייִדישן הומאָר און ניט סתּם אויף גראָבע וויצן. הלוואי אויף ווײַטער.
די אַלטע „געזאַלצענע‟ וואָדעוויל־לידער אויף ייִדיש זענען אַ סך מער באַשיידן ווי די הײַנטיקע גרעבלעכע לידער אויף ענגליש. דאָס הייסט, אַז מע זאָגט ניט דאָס וואָס מע מיינט און מע מיינט ניט פּינקטלעך דאָס וואָס מע זאָגט. און אַז מע זאָגט עפּעס יאָ, רעדט מען פֿון עסן, ניט פֿון דער עכטער סחורה.
איינס פֿון די פּאָפּולערסטע לידער פֿון אַזאַ מין איז „האָדל מיטן שטרודל‟, וואָס עס האָט אָנגעשריבן, קאָמפּאָנירט און לכתּחילה געזונגען אַהרן לעבעדעף. אויבן קען מען זען, ווי ברוס אַדלער ז׳׳ל האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד אין שפּאַניע אין 2001 צוזאַמען מיטן קלאַרנעט־שפּילער דוד קראַקאַוער און דעם „באַרצעלאָנער סימפֿאָנישן אָרקעסטער‟. די רעקאָרדיר־סעסיע האָט אָרגאַניזירט דער „מילקען־אַרכיוו פֿון ייִדישער מוזיק‟ פֿאַר דער סעריע אַלבאָמען, „גרויסע לידער פֿון דער ייִדישער בינע‟.
לעבעדעף, וואָס איז הײַנט צום מערסטנס באַקאַנט פֿאַר זײַן ליד „רומעניע, רומעניע‟ און אַנדערע נאָסטאַלגישע לידער וועגן בעסעראַביע, האָט אינעם ערשטן טייל פֿון זײַן קאַריערע אָנגעשריבן אַ ריי אַזעלכע לידער, וואָס האָבן, אַ פּנים, צו טאָן מיטן עסן אָדער נאָך עפּעס אומשולדיקס אָבער זענען באמת וועגן עפּעס גאָר אַנדערש. צווישן זײַנע לידער אַזעלכע זענען צוויי, „סיאָמקע ווערט אַ חתן‟ און „פֿאַר נעילה, נאָך נעילה‟, וואָס זענען אַ ביסל צו שמוציק פֿאַר אונדז פֿאָרצושטעלן, און אַ פּאָפּולער ליד מיטן נאָמען „האָט דאָגס מיט קנישעס‟, וואָס מיר שטעלן פֿאָר אונטן. די אַבסורדישע רעקאָרדירונג אַנטהאַלט אַפֿילו אַ הונט, וואָס בילט צום טאַקט פֿונעם ליד.
מיט דעם־אָ קורצן מאַטעריאַל פֿאַרענדיק איך אַ ציקל אַרטיקלען װעגן פּאָפּולערע לידער, װעלכע, לױט מײַן מײנונג, קלינגען גאָר ניט שלעכט אױף ייִדיש, און אַ מאָל אױף ייִדיש קלינגען זײ נאָך שענער װי אױף אַנדערע שפּראַכן.
איך האָב שױן אַ מאָל געשריבן, אַז מיר געפֿעלט ניט דער הײַנטיקער פּאַריז, דער פּאַריז פֿון עריק־עמואל שמיטס װערק, און ניט װײַל ער איז, חלילה, ניט קײן גוטער שרײַבער, פֿאַרקערט — ער איז אַ גוטער שרײַבער, נאָר כּדי זיך באַפֿרײַנדן מיט זײַן פּאַריז, איז מיר גענוג אַראָפּצוגײן אין די אַלטע קװאַרטאַלן פֿון מײַן אײגן שטעטל רמלה — די זעלבע יענטע, נאָר אַנדערש געקלײדט. פּאַריז, נאָך װעלכן איך האָב געבענקט און בענק ביז הײַנט צו טאָג, איז דער פּאַריז פֿונעם פּױערעװאַטע אָגיוסט ראָדען, פֿונעם צעפֿאָכטן און אומרויִקן מאָדיליאַני, פֿונעם טרױעריקן „שפּערלינג‟ עדיט פּיאַף…
הײַנט דאַרף איך זיך מודה זײַן, אַז פּערל בעלילאָװסקי, אַן אײדעלע ייִדישע זינגערין, האָט אַ צענדליק יאָר מיך געפֿירט איבערן פּאַריז פֿון עדיט פּיאַף, דהײַנו, – איך האָב איבערגעזעצט פֿאַר פּערלען אַ צענדליק לידער פֿון עדיט פּיאַפֿס רעפּערטואַר, און דאָס איז געװען אַן אמתע הנאה. די צײַט, אָבער, האָט אַ טבֿע צו פֿאַרפֿליִען אין דער פֿאַרגאַנגענהײט, און מיט איר צוזאַמען פֿליִען אױך אַװעק די בילדער און געפֿילן פֿון יענער צײַט. נאָר שטענדיק װעט זיך געפֿינען אַ גוטער פֿרײַנד, װעלכער שלעפּט דיך אַרױס פֿון דער פּוסטקײט און קערט דיך אום אינעם לאַנד פֿון „ראָזעװע חלומות‟. דאָס מאָל איז דאָס מײַן אומבאַקאַנטער פּאַריזער פֿרײַנד אַלען װאַלעט, װעלכער פֿאַרגעסט ניט שוין במשך פֿון צען יאָר צו באַגריסן מיך יעדן ייִדישן יום־טובֿ און דערמאָנען, אַז ס׳װאָלט געװען כּדאַי צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַזאַ און אַזאַ ליד פֿון פּערל בעלילאָװסקי אָדער װירע לאָזינסקיס רעפּערטואַר. נו, מעסיע אַלען װאַלעט, זײַט געבענטשט, װײַל, אַז מע לעבט — דערלעבט מען.
די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון „רעדנדיקע ביכער‟ אויפֿן נאָמען פֿון שמואל ראָהר, אַ פּראָיעקט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. עס לייענט דוד ראָגאָוו. דער טעקסט האָבן מיר אַ סך געקירצט, כּדי עס זאָל שטימען מיטן נוסח, וואָס דוד ראָגאָוו לייענט פֿאָר.
— פֿון װאַנען איך פֿאָר? ― רופֿט זיך אָן צו מיר אַ הױכער, אַ דאַרער, אַ באָרדיקער ייִד, מיט אַ פּלושן היטל. — פֿון װאַנען איך פֿאָר? אַז אָך און װײ איז מיר, איך פֿאָר, פֿונעם פּריזיװ פֿאָר איך. דאָס איז טאַקע מײַנער אַ זון, אָט דער יונגערמאַן, װאָס ליגט אָט דאָ אױסגעצױגן אויף דער באַנק. דאָס פֿאָר איך מיט אים, פֿון יעהופּעץ פֿאָר איך.
געװען בײַ אַדװאָקאַטן זיך אַן עצה האַלטן. אײַ אַ פּריזיװ האָט מיר גאָט צוגעשיקט. פֿיר מאָל געשטאַנען, און נאָך נישט פֿאַרטיק. און דװקא אַ בן־יחיד, אַן אײן־און־אײנציקער הײסט עס, אַ רײנער, אַן אמתער, אַ כּשרער פּערװיזראַדניק — דאָס הייסט — מע טאָר אים ניט נעמען אין דער אַרמיי. װאָס קוקט איר מיך אָן, װאָס? ס’איז אײַך פּריקרע?
איר מעגט דאָס האָרכן, מעגט איר עס.
נאָך די רבנישע טישן, חתונות, בריתן און יום־טובֿדיקע פֿאַרזאַמלונגען זענען די גרעסטע סאָציאַלע אונטערנעמונגען אויף דער הײַנטיקער חסידישער גאַס די ריזיקע פּראָגראַמען, וואָס שאַפֿן געלט פֿאַר צדקה־אָרגאַניזאַציעס. בײַ אַזעלכע געלעגנהייטן קומען זיך צונויף די סאַמע־פּראָמינענטע בעל־בתּישע ייִדן, ווי אויך באַקאַנטע רעדנער און זינגער, וואָס פֿאַרווײַלן און אינספּירירן דעם עולם.
איינע פֿון די באַקאַנסטע צדקה־אָרגאַניזאַציעס אויף דער חסידישער גאַס איז RCCS, וואָס העלפֿט אויס די משפּחות פֿון קינדער, וואָס לײַדן פֿון ראַק. אַזוי ווי אינעם אַמאָליקן שטעטל רופֿט מען בײַ די הײַנטיקע חסידים אָן ראַק געוויינטלעך „יענע מחלה‟, אַנשטאָט „ראַק‟ אָדער „קאַנצער‟. צוליב די משונה־הויכע פּרײַזן פֿון מעדיצינישער באַהאַנדלונג אין אַמעריקע, איז אַ קינד וואָס ווערט קראַנק אויף „יענער מחלה‟, ניט בלויז אַ מעדיצינישער נויטפֿאַל פֿאַר דער געטראָפֿענער משפּחה, נאָר אויך אַ פֿינאַנציעלע. RCCS אַרבעט צוזאַמען מיט די משפּחות, כּדי צוצושטעלן דאָקטוירים, כּשר עסן און טראַנספּאָרט פֿאַר די פֿרומע משפּחות, וואָס דאַרפֿן ראַנגלען זיך סײַ מיטן געזונט פֿונעם קראַנקן קינד און פֿונעם וווילזײַן פֿון זייערע אַנדערע קינדער, סײַ מיט די הויכע הוצאָות פֿון דער מעדיצינישער באַהאַנדלונג.
לעצטנס, האָבן די באַקאַנטע חסידישע זינגער, מיכאל שניצלער און פּינקי וועבער, פֿאָרגעשטעלט אַ ריי לידער, געווידמעט דער אַרבעט פֿון RCCS, צוזאַמען מיטן יונגן זינגער משה־מרדכי לײַפֿער. די לידער זענען גאַנץ שיין און רירנדיק, אָבער מער אינטערעסאַנט איז די הקדמה, וואָס עס לייענט פֿאָר דער יונגער זינגער וועגן זײַנע איבערלעבענישן מיט אַ חבֿר, וואָס האָט געליטן פֿון ראַק. די שפּראַך איז גאָר אַ רײַכע, אַפֿילו אַ ליטעראַרישע, און אַן אינטערעסאַנטער משל פֿונעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש.
ס׳איז שטענדיק אינטערעסאַנט צו קוקן אויף „יו־טוב‟ און זען, וועלכע פֿילמען אויף ייִדיש ווערן גאָר פּאָפּולער. צוליב דעם, אַז אַ פֿילם זאָל ווערן פּאָפּולער בײַם ברייטערן עולם, וואָס קען ניט קיין ייִדיש, און דאָך געזען ווערן הונדערטער־טויזנטער מאָל, דאַרף ער געוויינטלעך זײַן אָדער נאָסטאַלגיש, אָדער הומאָריסטיש.
איין אינטערעסאַנטער אויסנאַם איז אַ פֿילם פֿון 2011, אין וועלכן אַ חסידיש ייִנגל זינגט דאָס ליד „נישט געדאגהט ייִדן‟ פֿון יוסי גרין. דאָס ליד, וואָס איז לכתּחילה געווען אַ ריזיקער שלאַגער פֿאַרן זינגער אַבֿרהם פֿריד אין די 1990ער יאָרן, געהערט צום אַלטן זשאַנער פֿון ייִדישע לידער, וואָס דריקן אויס אַ בענקעניש נאָכן קומען פֿון משיח. דער אָריגינעלער נוסח פֿון אַבֿרהם פֿריד קלינגט מער ווי אַ „ראָק‟־ליד איידער אַ טראַדיציאָנעל ייִדיש ליד. דער דאָזיקער נוסח, וואָס עס זינגט דער סאָליסט צוזאַמען מיטן „משוררים־כאָר‟, קלינגט אַ סך מער ענלעך צו חזונות איידער דעם „ראָק‟־סטיל פֿון אַבֿרהם פֿריד.
די וואָך האָט מען געזען דעם פֿילם צום 400,000סטן מאָל. אַז מע לייענט די קאָמענטאַרן אויף „יו־טוב‟, באַמערקט מען אַן אינטערעסאַנטע זאַך: ס׳רובֿ פֿון די צוקוקער ווייסן אַפֿילו ניט, אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך מע זינגט דאָס ליד, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, וואָס עס מיינען די ווערטער. ווי עס טרעפֿט זיך, ציט דאָס ליד צו ניט מיט נאָסטאַלגיע אָדער צווייפֿלהאַפֿטיקע געדאַנקען וועגן דער „קאָמישקייט‟ פֿון ייִדיש, נאָר דווקא מיט דער שיינקייט פֿונעם זינגען אַליין.
אָט קען מען הערן, ווי אַבֿרהם פֿריד שטעלט פֿאָר דאָס ליד:
יעדע װאָך האָט איר פּעקל סודות, אָבער אַזאַ רײַכע אױף געשעענישן, פֿאַרשײדנאַרטיקע און אינטערעסאַנטע װאָך, װי די איצטיקע, איז אַ זעלטנהײט אַפֿילו אינעם ייִדישן לוח. מיט יאָרן צוריק, װען ייִדן האָבן זיך באַנוצט איבער הױפּט מיטן ייִדישן לוח, װאָלט איך אװדאַי אָנגעװיזן, אַז סע רעדט זיך װעגן דער װאָך „פּרשת יתרו‟, און צו דעם ענין װעל איך זיך שפּעטער אומקערן, נאָר אָנהײבן װעל איך טאַקע מיט חמישה־עשׂר בשבֿט, וואָס איז אויסגעפֿאַלן דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק.
דער תּוכן פֿונעם יום־טובֿ איז אַ ביסל צעשװוּמען געװאָרן, און ס’רובֿ ייִדן, סײַ אין ארץ־ישׂראל און סײַ אין גלות, װײסן נאָר, אַז ס’איז אַ נײַ יאָר פֿון די בײמער און מע דאַרף אומבאַדינגט עסן טרוקענע פּרות, און עס װעט אױך ניט שאַטן צו פֿאַרפֿלאַנצן אַ פּאָר בײמער. מילא, אַז מע װײסט װאָס דאַרף מען טאָן איז שױן אױך גאָר ניט שלעכט.
די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון „רעדנדיקע ביכער‟ אויפֿן נאָמען פֿון שמואל ראָהר, אַ פּראָיעקט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. עס לייענט אַבאַ איגעלפֿעלד.
און עס איז געווען אין די טעג פֿון היטלער. און די שטאָט וואַרשע איז באַלעגערט און באַשאָסן געוואָרן פֿון זײַנע חיילות אויף דער ערד און פֿונעם הימל. און די שטאָט וואַרשע האָט געברענט פֿון אַלע זײַטן. און קיין וואַסער איז ניט געווען צו לעשן דאָס פֿײַער. און דער וואַרשעווער ייִד, אַבֿרהם, איז געשטאַנען פֿאַר גאָט. און אַבֿרהם האָט גענענט און האָט געזאָגט:
— ניט שוין וועסטו אומברענגען דעם אומשולדיקן? און וועסט ניט פֿאַרגעבן דאָס אָרט פֿון וועגן די אומשולדיקע? חלילה דיר צו טאָן אַזאַ זאַך! זע, איך בעט דיך, איך אונטערשטיי מיך צו רעדן צו מײַן האַר, הגם איך בין שטויב און אַש!
און גאָט האָט פֿאַרדעקט זײַן פּנים מיט רויך און מיט פֿלאַמען פֿון דער ברענענדיקער שטאָט. און אַבֿרהם האָט בחינם געהויבן זײַן קאָפּ צו די הימלען.
און שׂרה, זײַן ווײַב, און יצחק זײַן זון, זענען פֿאַרצערט געוואָרן פֿונעם בראַנד.
איז אַבֿרהם, דער וואַרשעווער ייִד, געפֿאַלן אויף זײַן פּנים און אַזוי געזאָגט צו גאָט:
— האָסט פֿאַר אַבֿרהם אָבֿינו געהאַט צוגעזאָגט: און איך וועל אויפֿשטעלן מײַן בונד צווישן מיר און צווישן דײַן זאָמען נאָך דיר אויף דור־דורות!
דער פּאַרטיזאַנער הימען „זאָג ניט קיינמאָל‟ האָט אָנגעשריבן דער יונגער פּאָעט הירש גליק (1922־1944) אין ווילנער געטאָ נאָך דעם, וואָס ער האָט געהערט וועגן דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.
דאָס ליד איז אין גיכן געוואָרן ברייט פֿאַרשפּרייט, צו ערשט — דורך די ייִדישע פּאַרטיזאַנער אין ווילנע און אומגעגנט, דערנאָך דורך די סאָוועטישע פּאַרטיזאַנער, און סוף־כּל־סוף, דורך די געוועזענע קעמפֿער, וואָס האָבן עס געלערנט אַנדערע אין די „די־פּי־לאַגערן‟.
דאָס ליד ווערט הײַנט געזונגען איבער דער גאָרער וועלט אינעם אָריגינעלן ייִדיש, ווי אויך אויף אַ ריי אַנדערע שפּראַכן, בפֿרט אויף העברעיִש, ענגליש, פֿראַנצויזיש, רוסיש און שפּאַניש. אָט זענען אַ פּאָר נוסחאות פֿונעם ליד, וואָס זענען כּדאַי צו הערן.
אין אַפּריל 1959, בעת אַ קבלת־פּנים פֿאַרן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער אין דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל‟ האָט אַניאַ לעדערהענדלער שיין אָנגעפֿירט מיטן זינגען דעם פּאַרטיזאַנער־הימען. דער דאָזיקער פֿילם האָב איך געמאַכט ווען איך בין געווען אַ פּראַקטיקאַנט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. די רעקאָרדירונג איז געווען אַ טייל פֿון די, וואָס מע האָט דאָרטן דיגיטאַליזירט פֿון די טאַשמעס, וואָס געפֿינען זיך אין די אַרכיוון פֿון דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאַל‟.
פּאָל ראָבסאָן האָט דאָס ליד אָפֿט געזונגען אויף זײַנע קאָנצערטן אויף דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, רוסיש און ענגליש. אָט איז אַ צוויי־שפּראַכיקער נוסח פֿונעם ליד, מיט זייער אַ געלונגענער ענגלישער איבערזעצונג, וואָס מע הערט זעלטן הײַנט צו טאָג.
מאַלי פּיקאָן, וואָס איז כּמעט אין גאַנצן אומבאַקאַנט ווי אַ זינגערין פֿון ערנסטע לידער, האָט זייער שיין און רירנדיק געזונגען אַ נוסח פֿון „זאָג ניט קיינמאָל‟ פֿאַר אַ רעקאָרדירונג וואָס „באַנער־רעקאָרדס‟ האָט געמאַכט אין 1950.
אין 2012 האָט אַ פֿראַנצויזישער קינדער־כאָר פֿאָרגעשטעלט אַ שיינעם נוסח פֿונעם ליד בעת אַ חורבן־חזכּרה אין דער גרויסער שול פֿון פּאַריז.
לזכר „דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג‟ שטעלן מיר פֿאָר אַ פּאָר פֿילמען אויף ייִדיש וועגן דעם חורבן.
עס זענען דאָ אומצאָליקע פֿילמען אויף „יו־טוב‟, אין וועלכע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה רעדן וועגן זייערע איבערלונגען. זייער ווייניק פֿון זיי האָט מען אָבער געשאַפֿן דווקא אויף ייִדיש, און צווישן זיי — גאָר אַ קליינע צאָל האָט מען טאַקע פֿילמירט אין מיזרח־אייראָפּע.
אין אוקראַיִנע האָט ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער אינטערווויִרט אַ ייִדישע פֿרוי, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם לאַגער אין פּעטשערע. זי דערמאָנט זיך אין אַ ליד, וואָס עס פֿלעגן זינגען אַ ייִד פֿון טשערנאָוויץ מיטן נאָמען מאַקס, וועמענס מאָרד זי האָט אַליין געזען.
אָט קען מען הערן אַ ביסל מער וועגן איר געשיכטע און די שוידערלעכע יאָרן, וואָס זי האָט איבערגעלעבט. מע מוז וואָרענען פֿון פֿריִער, אַז די פּרטים, וואָס זי גיט איבער זענען זייער ברוטאַל:
קיין מיזרח־אייראָפּע איז אויך געפֿאָרן קריסטאַ וויטני פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, כּדי צו מאַכן אינטערווויען מיט די אָרטיקע ייִדיש־רעדנדיקע. צווישן זיי האָט זי גערעדט מיט הענריק ראָבאַק, וואָס דערקלערט אינעם דאָזיקן שטיקל פֿילם, ווי אַזוי ער האָט זיך אַרויסגעשמוגלט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ.
דר’ אידע קאַלגאַנאָװע, די באַקאַנטע מומחהטע אין ליטערטור־געשיכטע, האָט אַ סך געשריבן װעגן די „איבערגעניצעװטע‟ און קאָמפּילאַטיװע ווערק אין דער װעלטלעכער ליטעראַטור. דאָס געשעפֿטל פֿון איבערניצעװען ראָמאַנען און פּיעסעס איז נאָך מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק געװען זײער פּאָפּולער אין אײראָפּע; אָבער זײער גיך האָט זיך עס איבערגעפּעקלט איבערן ים און געװאָרן אַ הײמישער „גנבֿ‟ אױף אַלע קאָנטינענטן. עס זײַנען געגרינדעט געװאָרן „פּראָפֿעסיאָנעלע אַרטעלן‟, אין װעלכע עס זײַנען געזעסן און געאַרבעט מומחים אינעם שרײַבן „ליבע־סצענעס‟, „דעטעקטיװע דערציילונגען נוסח קאָנאַן דױל, מומחים אינעם שרײַבן שונד־פּיעסעס אאַ”װ.
אין ייִדישער ליטעראַטור־שאַפֿונג, סײַ שריפֿטלעכער און סײַ מינדלעכער איז דאָס דאָזיקע „איבערניצעװען־געשעפֿטל‟ געװען מער פֿאַרשפּרײט אויפֿן טעאַטער־געביט, װען די פּאָעטן און קאָמפּאָזיטאָרן האָבן געמוזט צושטעלן זײערע װערק כּמעט יעדע װאָך, פּונקט צו דער פּרעמיערע. אױף אַזאַ אופֿן זײַנען געבוירן געוואָרן הונדערטער וואַריאַנטן פֿון „מײַן שטעטעלע בעלץ‟, „פּאַפּירענע קינדערלעך‟, „הייסע בייגעלעך‟ א”אַ.
ס׳איז פֿאַר מיר געווען אַ יום־טובֿ, ווען מײַן עלטערער ברודער האָט מיך מיטגענומען צו דעם וואַנדערנדיקן „מוזיי פֿון אויסטערלישקייטן‟, וואָס איז אײַנגעשטאַנען אין דער אַלטער, פּוסטער פֿײַערלשער־קאָמאַנדע. כ׳האָב אייגנטלעך ניט געוווּסט וואָס דאָס איז אַזוינס און וואָס מע וועט דאָרט זען. כ׳בין אָבער מיטגעריסן געוואָרן פֿון דער פֿריילעכער שטימונג און פֿון דער הײַטערקייט מיט וועלכער די לופֿט פֿון אונדזער גאַס און פֿון די אַרומיקע געסלעך איז פֿול געווען. די דערוואַקסענע האָבן ניט ווינציקער ווי די קינדער זיך איבערגענומען מיט דער געשעעניש און ווער עס האָט זיך נאָר געקאָנט באַפֿרײַען פֿון דער אַרבעט איז געלאָפֿן קויפֿן בילעטן.
שוין פֿון דער ווײַטנס האָט מען געקאָנט זען דעם גרויסן שילד מיט דער שרײַענדיקער אויפֿשריפֿט:
אומגעהערטע אַטראַקציע! דאָס זעט מען איין מאָל אין הונדערט יאָר!
די בעסטע אויסטערלישע כּוחות! קומט מאַנסווײַז אין אונדזער „מוזיי פֿון אויסטערלישקייטן‟!!!
דער פֿאַרזשאַווערטער טויער פֿון דער פֿײַערלעשער־קאָמאַנדע איז באַצירט און באַהאַנגען געווען מיט פֿענדלעך און מיט קאָלירטע לעמפּעלעך, וואָס האָבן זיך געצונדן און געלאָשן אַפֿילו אין מיטן העלן טאָג.