Oyneg Shabes

אַ מאַנטל

A Coat

פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי

די בילדער האָט געצייכנט קאַדיע מאָלאָדאָווסקי פֿאַר אַ באַנד קינדער־לידער, וואָס עס האָט אַרויסגעגעבן דער „אַרבעטער־רינג‟ אין ניו־יאָרק.

בײַ אַ שנײַדער אין קאָמאָרע
פֿול מיט קינדער, קיין עין הרה,
קינדער פּיצעלעך, ווי מאָן,
שטייט אַ וויגל אויבן־אָן.

איצטער הייבט זיך אָן די מעשׂה,
נישט פֿון ציגעלעך קיין ווײַסע,
נאָר אַ מעשׂה פֿון אַ מאַנטל
פֿון אַ טונקעלן געוואַנטל.

Read more


„אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟

By the Wayside Stands A Tree

עס קען זײַן, אַז אחוץ מאַרק וואַרשאַווקיס „אויפֿן פּריפּעטשיק‟, איז ניטאָ קיין ליד אויף ייִדיש פֿון אַ באַקאַנטן מחבר, וואָס איז אַזוי ברייט באַליבט ווי איציק מאַנגערס „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מאַנגער האָט אָנגעשריבן דאָס ליד אין די 1930ער יאָרן, איז עס געווען אַזוי ברייט באַוווּסט פֿאַרן חורבן, אַז ס׳איז אַפֿילו פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן.

זייער אַ סך באַקאַנטע זינגער האָבן רעקאָרדירט אַן אייגענעם נוסח פֿונעם ליד. איידער מע הערט זיך צו צו געוויסע פֿון זיי איז עס אָבער קודם כּדאַי זיך צוצוהערן צו דעם, ווי אַזוי איציק מאַנגער האָט אַליין פֿאָרגעלייענט דאָס ליד.

ווי דערמאָנט, קען מען געפֿינען פֿאַרשידענע פֿאָלקלאָריזירטע נוסחאָות פֿונעם ליד. צווישן די שיינסטע איז אַ רעקאָרדירונג פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס איז אַרויס אויף איר קאָמפּאַקטל „בײַ מײַן מאַמעס שטיבעלע‟. די רעקאָרדירונג קלינגט באמת היימיש, ניט בלויז ווײַל מאַנגערס ייִדישער דיאַלעקט איז געווען גאַנץ נאָענט צו שעכטער־גאָטעסמאַנס, נאָר אויך צוליב די מוזיקאַלישע קנייטשן וואָס זי גיט צו, וואָס דערמאָנען מאַנגערס ריטעם בײַם לייענען. אין איר נוסח הערט מען טאַקע די קלאַנגען פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער בוקאָווינע, פֿון וועלכער ביידע האָבן געשעפּט אַ סך פֿון זייער ליטעראַרישער אינספּיראַציע.

Read more


די פֿאַרװײנטע קרישקעלעך ברױט

The Weeping Bread Crumbs

װען עס קומט די שײנע צײַט צװישן פּורים און פּסח, כאַפּ איך זיך שטענדיק בײַ אַ געדאַנק, אַז יעדן טאָג — סײַ בײַ טאָג און סײַ בײַ נאַכט — דערמאָן איך זיך אין מײַן באָבע מילכּה, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל זי האָבן. װען האָט עס זיך אָנגעהױבן, װי אַזױ און פֿאַר װאָס װײס איך נישט, אָבער דער אמת איז, אַז איך דאַרף נישט האָבן קײן לוח, כּדי צו װיסן, אַז מיר זײַנען צװישן „פּרשת צו‟ און דעם כּשרן יום־טובֿ פּסח.

אַנומלטן איז געשען עפּעס גאָר אַ מאָדנע זאַך. אַזױ װי יעדן אינדערפֿרי האָב איך אָנגעקלונגען מײַן מאַמען, אָבער פּלוצעם, אָן אַ כּװנה און אומגעריכט, איז אונדזער געשפּרעך איבערגעשפּרונגען פֿון געװײנטלעכע — װי פֿילסטו זיך, װי איז הײַנט דער צוקער אאַ’װ — צו גאָר װײַטע, אָבער זײער פֿרישע זכרונות פֿון מײַן מאַמען װעגן אײן שרעקלעכן טאָג אין סטאַלינגראַד, צװישן פּורים און פּסח אין 1942טן יאָר. און װער אױב ניט די באָבע מילכּה האָט אָנגעפֿירט מיטן זכּרון פֿון מײַן מאַמען?…

Read more


אָלקע

Olka

פֿון קאַדיאַ מאָלאָדאָווסקי

די רעקאָרדירונג קומט פֿון אַן אינטערוויו, וואָס דער קריטיקער אַבֿרהם טאַבאַטשניק האָט געמאַכט מיט קאַדיע מאָלאָדאָווסקי אין ניו־יאָרק אין די 1950ער יאָרן. די רעקאָרדירונג איז דיגיטאַליזירט געוואָרן דורכן „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס ווי אַ טייל פֿון דער קאָלעקציע פֿון דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל‟. די בילדער האָט געצייכנט קאַדיע מאָלאָדאָווסקי פֿאַר אַ באַנד קינדער־לידער, וואָס עס האָט אַרויסגעגעבן דער „אַרבעטער־רינג‟ אין ניו־יאָרק.

Kadia Molodowsky

הינטער וואַרשע, עק אָכאָטע,
אַ הויף מיט בלאָטע.

וווינט דאָרט אָלקע
מיט דער בלויער פּאַראַסאָלקע.

דער טאַטע אַ שמיד,
די מאַמע אַרבעס בריט.

דער דאַך איז אײַנגעבויגן האַלב,
אונטערן דאַך וווינט אַ שוואַלב.

אין שטוב — אַ טיש מיט אַ בעט
און אַ בוידעם מיט גרעט.

און לעפֿל, און טעלער, און טעפּ, און קריג,
און אַ קינד אין אַ וויג.

Read more


איציק מאַנגערס מגילה, אויפֿגעפֿירט פֿון פּסח בורשטיין און ליליאַן לוקס

Itzik Manger's Megillah Performed by Pesach Burstein and Lillian Luks

די לעגענדאַרע ייִדישע אַקטיאָרן פּסח בורשטיין און ליליאַן לוקס האָבן במשך פֿון העכער 50 יאָר באַחנט דעם ייִדישן עולם אויף פֿינף קאָנטינענטן. מיט זייערע קינדער, די צווילינג מײַקל (מאָטל) און סוזען (זיסעלע) זענען זיי אויפֿגעטראָטן טויזנטער מאָל אין אַזעלכע ספּעקטאַקלען ווי „אַ חתונה אין שטעטל‟ און „דער קאָמעדיאַנט‟. זייער גרעסטער דערפֿאָלג איז געקומען נאָך דעם, וואָס איציק מאַנגער האָט זיי אויסגעקליבן צו שפּילן זײַן „מגילה‟ אין ישׂראל. די פֿאָרשטעלונג איז געוואָרן די סאַמע־פּאָפּולערסטע פּיעסע אויף ייִדיש נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, שפּילנדיק יאָרן־לאַנג אין תּל־אָבֿיבֿ און דערנאָך איבער דער גאָרער וועלט, אַרײַנגערעכנט אויף „בראָדוויי‟.

נאָך דעם וואָס זייער טאָכטער האָט פֿאַרלאָזט די וועלט פֿון טעאַטער, און זייער זון מײַקל איז געוואָרן אַ שטערן אויף אַנדערע שפּראַכן, זענען פּסח און ליליאַן ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט דער מגילה פֿון איציק מאַנגער. יעדעס יאָר זענען זיי אויפֿגעטראָטן מיט אַ ספּעציעלן נוסח פֿון דער פּיעסע אויף דעם ישׂראלדיקן ראַדיאָ. אין מאַרץ 1984 האָט דער „פֿאָרווערטס‟ זיי פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן מיט זייער ספּעקטאַקל פֿאַרן ניו־יאָרקער ראַדיאָ. אָט קענט איר הערן די גאַנצע רעקאָרדירונג, פּונקט אַזוי ווי עס איז טראַנסמיטירט געוואָרן מיט 32 יאָר צוריק.

אינטערעסאַנט איז צו באַמערקן, אַז די צוויי אַקטיאָרן שפּילן ניט בלויז אַלע ראָלעס, נאָר לוקס זינגט אויך מענערישע ראָלעס, בפֿרט די לידער פֿונעם שנײַדער פֿאַסטריגאָסע. עס קען זײַן, אַז פּסח, וואָס איז צו יענער צײַט שוין געווען 87 יאָר אַלט, האָט מער ניט געקענט דערגרייכן די העכערע נאָטן. ניט געקוקט אויף דעם, צייכנט זיך זײַן אויפֿטריט סײַ ווי סײַ אויס מיט זײַן פֿאָלקסטימלעכקייט און זײַן טאַלאַנט. לוקס, וואָס איז דעמאָלט אין די 60ער יאָרן, איז נאָך אַלץ געווען אין שפּיץ פֿון אירע זינגערישע פֿעיִקייטן און ס׳איז פּשוט אַ מחיה צו הערן ווי זי זינגט די לידער, בפֿרט פֿונעם שנײַדער פֿאַסטריגאָסע.


צוויי לידער געזונגען פֿון עטל ריים

Two Songs Performed by Ethel Raim

דער „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟ האַלט אין דיגיטאַליזירן אַלטע פֿילמען פֿון זײַנע קאָנצערטן און זיי אַרויפֿשטעלן אויף „יו־טוב‟. לעצטנס, האָבן זיי פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קאָנצערט לכּבֿוד דעם קלאַרנעט־שפּילער דייוו טאַראַס, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1978 אין ניו־יאָרק. נאָך טאַראַס אַליין זענען אויפֿן קאָנצערט אויפֿגעטראָטן אַ ריי ייִדישע זינגער, אַרײַנגערעכנט עטל ריים. ריים איז ניט בלויז איינע פֿון די בעסטע זינגערינס פֿון ייִדישע באַלאַדעס, נאָר אויך אַ וויכטיקע עטנאָמוזיקאָלאָגין, וואָס אַרבעט איבער באַלקאַנישער, אַמעריקאַנער און ייִדישער מוזיק.

אינעם דאָזיקן פֿילם זינגט ריים צוויי לידער, דאָס אַלטע פֿאָלקסליד „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟ און מאָריס ראָזענפֿעלדס קלאָג־ליד פֿאַר די ניו־יאָרקער אַרבעטער „מײַן רוע פּלאַץ‟. ריימס טראַדיציאָנעלער סטיל און פּרעציז קול גיבן צו די באַקאַנטע לידער אַ נײַעם טעם, וואָס איז סײַ פֿאָלקסטימלעך, סײַ אויסגעשולט. ביידע לידער בלײַבן אַ טייל פֿון איר רעפּערטואַר ביז עד־היום.


באַטײַט פֿון שׂרפֿות אין ייִדישן פֿאָלקלאָר

The Meaning of Fire in Jewish Lore

Yehuda Blum

עס זײַנען געװען צײַטן, אַפֿילו אין דער מאָדערנער געשיכטע, װען אַ שׂרפֿה איז געװען אַ צײכן, אַ װיכטיקער אַטריבוט פֿונעם ייִדישן טאָג־טעגלעכן פֿאָלקס־לוח. מע פֿלעגט אַפֿילו פֿאַרצײכענען, אַז „יאַנקל דודל פּאַרך‟ איז געבױרן געװאָרן אינעם יאָר, װען עס איז אױסגעברענט געװאָרן די באָד־גאַס אינעם שטעטל פּעסעטשקע.

די באַציִונג פֿונעם פּשוטן עמך איז, װי תּמיד, געװען אַ טאָפּלדיקע; פֿון אײן זײַט, מיטלײַדן צו יענעמס צרות און פֿון דער צװײטער זײַט, אַ פּרוּװ איבערצודרײען דאָס רעדל און פֿאַרװאַנדלען דעם זכר פֿון אַ טרױעריקער געשעעניש אין אַ װיץ, אַן אַנעקדאָט, אַ פֿרײלעך מעשׂהלע. עס איז װיכטיק אונטערשטרײַכן, אַז אָט די־אָ טענדענץ זעען מיר כּמעט בײַ אַלע פֿעלקער, כּמעט אין יעדן מינדלעכן און שריפֿטלעכן פֿאָלקלאָר. אַ מאָל, אָבער, באַקומט עפּעס אַ טרױעריקע געשעעניש, װאָס האָט ניט קײן שײַכות צו אַ געװײנטלעכער שׂרפֿה, דעם אַלגעמײנעם באַדײַט פֿון אַן אומגליק און דװקא דורכן װאָרט „שׂרפֿה‟. אַזױ איז דאָס געשען מיט מרדכי געבירטיגס ליד „ס’ברענט‟ (1938); אַ ליד, װאָס איז געװען אָנגעשריבן נאָכן פּאָגראָם אין שטעטל פּשיטיק, נאָך פֿאַרן חורבן. דער טרױער נאָך די הײליקע קדושים איז אינעם מחברס געפֿילן פֿאַרגליכן געװאָרן צו אַ שׂרפֿה, װי אַ סימבאָל פֿון אַ נאַציאָנאַלן װײטיק.

Read more


שלח־מנות

Purim Treats

פֿון שלום־עליכם

Yehuda Blum

האַלב וואָכעדיק, האַלב יום־טובֿדיק, מיט אַ זײַדענער פֿאַטשיילע און מיט אַ פֿאַרטוך, שטייט די מאַמע בײַם טיש, שטאַרק צעטראָגן. עפּעס אַ ווערטעלע אויסצורעדן — כּמעט אַ מאה שלח־מנותן אָפּנעמען און כּמעט אַ מאה שלח־מנותן אָפּשיקן. קיינעם נישט אָנזעצן, חלילה קיין טעות נישט האָבן, געדענקען וועמען וואָס פֿאַר אַ שלח־מנות מע באַדאַרף אָפּשיקן.

צום בײַשפּיל: אַז יענער שיקט אײַך איין פֿלעדל, צוויי קישעלעך, איין מאָהינדל, צוויי שטיקלעך טאָרט, איין האָניק־טײגל, מיט צוויי צוקער־לעקעכלעך — באַדאַרפֿט איר אים אָפּשיקן, געוויינטלעך, צוויי פֿלעדלעך, איין קישעלע, צוויי מאָהינדלעך, איין שטיקל טאָרט, צוויי האָניק־טײגלעך, מיט דרײַ צוקער־לעקעכלעך. מע באַדאַרף האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער, חלילה, נישט אָנמאַכן אַ חתונה, ווי עס האָט זיך אַמאָל שוין געטראָפֿן בײַ אונדז אַזאַ אומגליק, דאָס הייסט, מע האָט אָפּגעשיקט איינער אַ נגידיתטע צוריק איר אייגענעם שלח־מנות, האָט זיך דאָס געטאָן! עס איז אַרויס אַ מחלוקת צווישן די מאַנען, מיט סקאַנדאַלן, מיט פּעטש, מיט מסירות, מיט רדיפֿות, ווי געוויינטלעך… הײַנט די מענטשן, וואָס ברענגען דעם שלח־מנות, באַדאַרף מען אויך עפּעס שענקען, וועמען אַ קאָפּיקע, און וועמען צוויי, און וועמען נאָך מער ווי צוויי…

Read more


צוויי לידער לכּבֿוד פּורים

Two Purim Songs

פּורים איז איינער פֿון די פֿריילעכסטע יום־טובֿים אויפֿן ייִדיש לוח און ס’איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, וואָס עס זענען דאָ אַ סך לידער לכּבֿוד אים. צווישן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער צייכענען זיך אויס צוויי סײַ מיט זייער פּאָפּולעריטעט, סײַ מיט זייער פֿאָלקסטימלעכקייט.

אַזוי ווי אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער, איז „אַז דער רבי אלימלך‟ אין דער אמתן קיין פֿאָלקסליד ניט, ווײַל מע ווייסט, אַז משה נאַדיר האָט עס אָנגעשריבן אין 1927. אַזוי ווי בײַ אַ סך אַזעלכע פּאָפּולערע ייִדישע לידער, איז עס אָבער פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן און מע האָט עס געזונגען אין פֿאַרשידענע וואַריאַנטן. כאָטש דאָס ליד אַליין דערמאָנט ניט דעם יום־טובֿ פּורים, איז עס שווער זיך פֿאָרצושטעלן, פֿאַר וואָס דער רבי אלימלך וואָלט אַזוי זיך אָנגעשיכּורט בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט. אינעם דאָזיקן פֿילם זינגען די ברידער לעמער (יעקבֿ, כעסקי און שלום) זייער נוסח פֿונעם ליד אויף אַ חתונה.

אויך כּדאַי צו הערן איז דער נוסח פֿונעם באַקאַנטן פֿידלער יצחק פּערלמאַן, באַגלייט פֿונעם קלאַרנעט־שפּילער ישׂראל זוהר און אַן אָרקעסטער.

„המן־טאַשן‟ („יאַכנע דוואָשע פֿאָרט אין שטאָט‟ אָדער „האָפּ מײַנע המן־טאַשן‟) האָט מען געלערנט אין כּמעט אַלע וועלטלעכע ייִדישע שולן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. כאָטש עס ווערט, אַזוי ווי „אַז דער רבי אלימלך‟, הײַנט באַטראַכט ווי אַ פֿאָלקסליד ווייסט מען יאָ, אַז מ. פּיראָזשניקאָוו האָט עס מחבר געווען.

אָט איז דער באַקאַנטסטער נוסח פֿונעם ליד, וואָס מע קען געפֿינען אויף אַ סך רעקאָרדירונגען, אַרײַנגערעכנט די דאָזיקע ווערסיע, וואָס טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל האָט געמאַכט אין 1967

אַ מער טראַדיציאָנעלער נוסח האָט געזונגען שׂרה גאָרבי


„דער ווילנער שטאָט־חזן‟ פֿון „ייִדישפּיל‟

The Cantor from Vilna performed by Yiddishpiel

אין 1940 האָט מען אַרויסגעלאָזט דעם פּאָפּולערן ייִדישן פֿילם „דער ווילנער שטאָט־חזן‟. אין דער הויפּט ראָלע האָט געשפּילט דער חזן און פֿילם־שטערן משה אוישער, ווי אַ געוועזענער חזן, וואָס גייט אַראָפּ פֿונעם דרך און ווערט אַן אָפּערע־זינגער.

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט דער „ייִדישפּיל‟־טעאַטער פֿאַרוואַנדלט דעם פֿילם אין אַ מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג, וואָס נעמט אַרײַן עלעמענטן פֿון אָפּערע און חזנות. אין דער פֿאָרשטעלונג האָבן אָנטייל גענומען די אַקטיאָרן יעקבֿ באָדאָ, ששי קשת, ישׂראל טרײַסטמאַן, מאָניקאַ וואַרדימאָן, אורי קאַוואַלסקי און אַנדריי קאַשקער. דער ספּעקטאַקל האָט אויך אַרײַנגענומען אַן אָרקעסטער און אַ טרופּע טענצער.

אָט קענט איר זען די גאַנצע פּראָדוקציע:

און אָט איז אַ סצענע פֿונעם פֿילם מיט משה אוישער:


אַן אַנדער סאָרט ליידן בײַ דער קימפּעטאָרין

Labor Pains of a Different Kind

Yehuda Blum

עס זײַנען געװען צײַטן, װען איך, פּונקט אַזױ װי ס’רובֿ יונגע־לײַט, האָב נישט געקענט אײַנזיצן אױף אײן אָרט; דער נײַגער צו זען און װיסן האָט באַװעגט מײַנע פֿיס און געװאָרפֿן אין סיטואַציעס, מיט װעלכע פֿריִער בין איך נישט געװען באַקאַנט.

נאָר גיט אַ קוק, װאָס עס װערט פֿון אַ מענטשן, װען ער האָט זיך אָנגעזעטיקט מיט די גורל־קלעפּ און כּאילו עקזאָטישע פּײזאַזשן. בנאמנות, אָט גיט מיר אַ מיליאָן, אַז איך זאָל סתּם אַרױסגײן פֿון מײַן צימער, װעל איך אײַך ענטפֿערן: „קינדערלעך, נעמט אײַך צוריק אײַערע גראָשן און לאָזט מיך צו רו!‟ כ’האָב אַפֿילו ניט באַמערקט, װען ס׳איז מיט מיר פֿאָרגעקומען אָט די־אָ מעטאַמאַרפֿאָזע, צו זיצן, װי צוגעקלעפּט, בײַם אַרבעטס־טיש און אינגנאָרירן אַ גוטע אומזיסטע פּרנסה און פֿרישע לאַנדשאַפֿטן און פּנימער. מילא, מע זאָגט דאָך: נער הײתי וגם זקנתי, און דער טײַטש דערפֿון איז — אַ נאַר בין איך געװען און אַן עובֿר־בטל בין איך געװאָרן.

אַז מע גרײט זיך צום עונג־שבת, װילט זיך עפּעס ניט רעדן צו פֿיל װעגן ניט־אָנגענעמע זאַכן, דעריבער טו איך אָן אַ פּאָר ראָזעװע ברילן און זע אַלע געשעענישן געפֿאַרבט אין פֿרײלעכע קאָלירן. די מענטשן האָבן אַ טבֿע צו כאַפּן הײסע לאָקשן און זאָגן: שױן, צו דעם־אָ ענין װעל איך זיך קײן מאָל ניט אומקערן; אָבער, װי איר װײסט דאָך, אַ מענטש טראַכט, אַז דער „ענין‟ איז פֿאַרמאַכט, נאָר דער פּראָקוראָר האָט אײַך נאָך אַ פּאָר יאָר תּפֿיסה צוגעגעבן.

בקיצור, כוליאָ קאָרטאַסאַר מיט זײַן „לעבנס־כראָניק פֿון כראָנאָפּן און פֿאַמען‟ האָט מיך װידער אומגעקערט אין די פֿריִערע זיבעציקער יאָרן, װען איך האָב געהאַט שרײַפֿעלעך אינעם „זײַט מיר מוחל‟, און נישט געקענט אײַנזיצן אױף אײן אָרט, װײַל נאָר מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָט מיר מײַן באַקאַנטע סעניאָרע יהודית ריש דערקלערן, אַז אַזאַ װאָרט װי „פֿאַמאָס‟ איז אין שפּאַניש נישטאָ, נאָר דאָס װאָרט „פֿאַמאַ‟ איז יאָ דאָ און קען האָבן אַ קאָנאָטאַציע אױף אַ ניט קײן פֿײַנע חבֿרהניקעס, הולטײַען, אַזעלכע אױף־צו־להכעיסניקעס. עס װערט מער קלאָר דער מיטאָלאָגישער נוסח, װעלכן קאָרטאַסאַר האָט אַרײַנגעלײגט אין זײַנע העלדן:

„אײן מאָל האָט עפּעס אַ פֿאַם געטאַנצט אַ שטײניאַק און אַ בהמהיאַק (אַ בהמות־טאַנץ) װיז־אַ־װי אַ קראָם, װאָס איז געװען פֿול געפּאַקט מיט כראָנאָפּן און טרױמערקעס. און יענע האָבן באַלד אָנגעהױבן שרײַען: אױ־װײ, פֿאַם, אַנו, טאַנץ נישט קײן שטײניאַק און דעם בהמהיאַק װיזאַװי אָט דער־אָ קראָם. דער פֿאַם אָבער האָט ממשיך געװען צו טאַנצן און דערצו נאָך האָט אָנגעהױבן צו לאַכן. נו, דעמאָלט האָבן די טרױמערקעס באַפֿאַלן דעם פֿאַם און אים גוט קאַליע געמאַכט. אין אַ צײַט אַרום זײַנען צום צעהרגעטן פֿאַם צוגעלאָפֿן די כראָנאָפּן און האָבן אױף אים רחמנות געהאַט און געהאַלטן אין אײן כרומקען: כראָנאָפּ, כראָנאָפּ, כראָנאָפּ… און דער פֿאַם האָט געקענט זײ פֿאַרשטײן, דעריבער איז זײַן עלנטקײט ניט געװען אַזױ ביטער.‟

און צום סוף, נאָך אײן מעשׂהלע פֿון „סיפּורי יהודית ריש‟.

װי איר װײסט שױן, זײַנען יהודית ריש און איר מאַן אָנגעקומען אין שליחות קײן מאָנטעװידעאָ, און מיט זײ — נאָך אַ פּאָר יונגע ייִדישע משפּחות, און צװישן זײ אַ יונג און פֿעיִק ייִדיש פּאָרל, װאָס האָט שױן געהאַט דרײַ קלײנע קינדערלעך. עס קומט די צײַט גײן צו קינד, און די פֿרױ רחל לױפֿט אין אַ זײער גוטן פּריװאַטן „איטאַליענישן‟ שפּיטאָל און… מע דאַרף זיך, קודם־כּל, רעגיסטרירן בײַ דער שװעסטערקע. די שװעסטערקע פֿרעגט, די פֿרױ רחל ענטפֿערט, און צום סוף פֿון דער אױספֿרעג־מעשׂה בעט די שװעסטערקע װײַזן איר די אָפֿיציעלע פּאַפּירן, אַז זי און איר מאַן זײַנען טאַקע אַן אָפֿיציעל און אַ געזעצלעך פּאָרל. ענטפֿערט איר די פֿרױ רחל, אַז זי מיט איר מאַן האָבן שױן דרײַ קינדער און די כּתובֿה איז געבליבן אין ישׂראל. עס האָט געהאָלפֿן װי אַ טױטן באַנקעס: נײן, ברענגט אונדז די כּתובֿה, אַניט װעלן מיר רעגיסטרירן דאָס נײַ־געבױרן קינד װי אַ ממזר, אַ באַסטאַרד, גאָט זאָל באַהיטן. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן… אַז מע האָט נישט קײן ברירה, שטעלט מען די חופּה גלײַך אינעם קאָרידאָר פֿונעם „איטאַליענישן‟ שפּיטאָל, און מיט אַ פֿריש געבאַקענער „כּתובה‟ לױפֿט מען אינעם געבורט־זאַל, און אין אַ גוטער און אַ מזלדיקער שעה האָט מען אַ „כּשר‟ זכרל, אַ לעבן אױף אים, ועל כּל עם־ישׂראל! אָמן. סלה.


געצי־גובערנאַטאָר

Gentsi the Governor

פֿון שלום־עליכם

די אַקטריסע שׂרה בלאַכער־רעטער לייענט פֿאָר די דערציילונג, רעקאָרדירט פֿונעם חיפֿהר אוניווערסיטעט ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט „וועלט פֿון ייִדיש‟.

געצי־גובערנאַטאָר — דאָס איז דער שמשׂ פֿון אַלטן בית־המדרש.

אומעטום, אין אַלע בתּי־מדרשים פֿון דער גאַנצער וועלט, זענען אפֿשר די שמשׂים — שמשׂים. געצי דער שמשׂ פֿון אונדזער אַלטן בית־המדרש איז מער בעל־הבית, ווי שמשׂ. וואָס זאָג איך? ער איז בעל־הבית איבער אַלע בעלי־בתּים.

Yehuda Blum

געצי לאָזט נישט פֿירן קיין וועלטן אין בית־המדרש. ער זאָגט, אַז אַ שיל איז אַ מקום־קדוש. ווילט איר רעדן געשעפֿט — קאָנט איר גיין אינעם מאַרק. ווילט איר שמועסן פּאָליטיק — איז דאָ, להבֿדיל, אַ מרחץ. בשום־אופֿן וועט איר בײַ אים נישט פּועלן, ער זאָל אײַך לאָזן רעדן אַפֿילו שבת צו אויסעמענס. געצי איז אַ ייִד, וואָס לייגט נישט קיין כּבֿוד אויף קיינעם. איר קאָנט אײַך שטיין אויבנאָן אין מיזרח־וואַנט, און מעגט אײַך נישט בטל. איר קאָנט אײַך זײַן דער גרעסטער גבֿיר פֿון שטאָט, רב יהושע־העשל אַליין, ווילט איר נאָך אויסרעדן אַ וואָרט, אַזוי דערהערט איר אַ זעץ איבערן שולחן און אַ געשריי „שששאַ!‟ — אַז איר ווערט פֿאַרטויבט.

Read more


דער בלומענקראַנץ פֿון שלמה סמולעוויץ

The Garland of Flowers by Solomon Smulewitz

אינעם ייִדישן טעאַטער זענען די טרויעריקע לידער געווען פּאָפּולער פֿון סאַמע־אָנהייב אָן. אַז מע הערט זיך צו צו די אַלטע רעקאָרדירונגען קען מען אַמאָל מיינען, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן פֿון די 1910־1930ער יאָרן זענען געווען גאָר דעפּרעמירט. און אפֿשר ליגט אין דעם טאַקע אַ שטיקל אמת, ווײַל עס דאַכט זיך מיר, אַז ס׳איז אַ שיטה בײַ ייִדן צו דערמאָנען זיך אין טראַגעדיעס בײַ שׂימחות, כּדי מע זאָל קיינמאָל ניט פֿילן הונדערט פּראָצענט פֿריילעך.

דווקא אַזאַ שיטה פֿאָלגט דער באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר שלמה סמולעוויץ, בעסער באַקאַנט ווי „סאָלאָמאָן סמאַל‟, אין זײַן ליד „דער בלומען־קראַנץ‟, וואָס וועבט צונויף אימאַזשן פֿון אַ חתונה מיט, לחבֿדיל, סצענעס פֿון אַ לוויה. אינעם ליד ווערן ביידע פֿאַרגליכן צו אַ קראַנץ בלומען, וואָס צעפֿאַלט זיך, אַזוי ווי דאָס לעבן, אין גיכן פֿאַר די אויגן.

שלמה סמולעוויץ איז געווען דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון אַ סך באַקאַנטע ייִדישע לידער אין אַמעריקע, אַרײַנגערעכנט „אַ בריוועלע דער מאַמען‟ אָבער ס׳איז זעלטן וואָס מע הערט זײַן אייגענן קול. די דאָזיקע רעקאָרדירונג, פֿון 1910, האָט דיגיטאַליזירט און אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟ דזשיין פּעפּלער.


„רומעניע, רומעניע‟ נוסח באָראָ־פּאַרק

Romania Romania Boro-Park Style

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אַהרן לעבעדעפֿס ליד „רומעניע רומעניע‟ איז בעצם אַן אַנטי־רעליגיעז ליד, וואָס פּריידיקט די ליבעראַלקייט פֿון די אַמאָליקע רומענישע ייִדן, וואָס זענען, טעאָרעטיש געווען, ווייניקער פֿרום ווי די ייִדן אין פּוילן אָדער אוקראַיִנע, בלײַבט דאָס ליד גאַנץ פּאָפּולער צווישן די הײַנטיקע חסידים. די נוסחאות, וואָס עס זינגען אַזעלכע באַקאַנטע בדחנים ווי יואלי לעבאָוויץ זענען, פֿאַרשטייט זיך, אַ ביסל צענזורירט אין פֿאַרגלײַך מיטן אָריגינעלן נוסח, אָבער דאָס ליד איז, בעצם, דאָס זעלביקע, וואָס עס האָט פֿאָרגעשטעלט אַהרן לעבעדעף.

ניט זעלטן ווערט די מוזיק פֿונעם ליד „רומעניע, רומעניע‟ „געבאָרגט‟ פֿאַר אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס. אין דער דאָזיקער גאָר שיינער פֿאָרשטעלונג פֿונעם חזן אַבֿרהם־מרדכי שוואַרץ זינגט ער אַ ליד לכּבֿוד דער אַלעסקער שיל אין באָראָ־פּאַרק צו דער מוזיק פֿון „רומעניע רומעניע‟. אַנשטאָט בענקשאַפֿט נאָך אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט, דריקט דאָס ליד אויס אַ מין נאָסטאַלגיע צום הײַנט. דאָס ליד, צוזאַמען מיט אַן ענלעכן נוסח פֿון יעקבֿ יעקבֿס „מײַן שטעטעלע בעלץ‟ האָט מען פֿאָרגעשטעלט אויף אַן אָוונט, וואָס האָט געשאַפֿן געלט, כּדי אונטערצושטיצן די שיל. אינטערעסאַנט צו באַמערקן דעם פֿאַקט, אַז די זינגער האָבן אויסגעקליבן דווקא צוויי נאָסטאַלגישע לידער וועגן דער פֿאַרגאַנגהייט, כּדי צו אינספּירירן אַנדערע צו געבן געלט צו העלפֿן אַ הײַנטיקע אינסטיטוציע. עס קען זײַן, אַז אַן אופֿן ווי אַזוי צו באַזינגען די מעלות פֿון דער הײַנטיקער שיל איז צו פֿאַרגלײַכן עס מיט די אַמאָליקע שילן פֿון מיזרח־אייראָפּע דורכן אויסקלײַבן אָט די צוויי לידער.


„שנה מעוברת‟ — אַ יאָר פֿון שׂימחה

Leap year: A Year of Joy

אַז מע לעבט אין אַ גרױסער װעלט, פֿול מיט שכנים, שטענדיק גלוסט זיך אַ קוק טאָן אין יענעמס הױף: אַנו, װאָס טוט זיך דאָרט בײַ זײ? און װיפֿל זאָלט איר ניט קוקן אין יענעמס „װײַנגאָרטן‟, און װיפֿל װעט איר פּרוּװן אָנמעסטן אױף זיך יענעמס טבֿעס און מינהגים, סײַ װי װעט איר בלײַבן בײַ דער מײנונג, אַז אונדזער „מלכּה‟ איז די שענסטע. אַ העלפֿט פֿון פֿאָלק־ישׂראל איז געבױרן געװאָרן און אױסגעװאַקסן אין גלות, און ס’איז דאָך נישט קײן חידוש, אַז אין משך פֿון יאָרן פֿון לעבן בשכנות מיט אַנדערע פֿעלקער, שטעקט מען זיך אָן אין זײערע בולטע מינהגים און זאַבאַבאָנעס. אײנע פֿון אַזעלכע פֿאָראורטײלן איז דאָס אײַנגעװאָרצלטע גלײבן, אַז דאָס עיבור־יאָר ברענגט צרות, אַז ס’איז אַ ניט־מזלדיק יאָר, אַ יאָר פֿון קאַטאַסטראָפֿעס און מגיפֿות, אַז בעתן עיבור־יאָר טאָר מען נישט האָבן קײן חתונות, און נאָך אַ גאַנצע מנה־יפֿה פֿון אַזעלכע גאָר ניט קײן סימפּאַטישע זאַכן.

מעשׂיות־בױדעם־קלאָץ… קודם־כּל, לאָמיר זיך דערמאָנען, אַז די מעשׂה מיטן עיבור־יאָר האָט זיך אָנגעהױבן, אַ דאַנק דעם רױמישן אימפּעראַטאָר גײַיוס יוליוס קײסאַר (יוליוס צעזאַר), װעלכער האָט אין יאָר 45 פֿאַר דער נײַער רעכענונג דורכגעפֿירט אַ רעפֿאָרם אינעם רױמישן קאַלענדאַר, װײַל דער גרױסער געלערנטער סאָזיגען פֿון אַלעקסאַנדריע האָט פֿעסט געשטעלט, אַז דאָס אַסטראָנאָמישע יאָר באַשטײט פֿון 365 מעת־לעתן און זעקס שעה. אַזױ אַרום, יעדע פֿיר יאָר האָט איר אַ פּריטשעפּיק פֿון 24 שעה, אַ מעת־לעת.

Read more


רפֿאל בעל־משגיח

Refoyl the Caretaker

פֿון שלום־עליכם

די אַקטריסע שׂרה בלאַכער־רעטער לייענט פֿאָר די דערציילונג, רעקאָרדירט פֿונעם חייפֿער אוניווערסיטעט ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט „וועלט פֿון ייִדיש‟.

Yehuda Blum

רפֿאל איז אַ משגיח. ער גיט אַכטונג.

אויף וואָס גיט ער אַכטונג? אויף אַלצדינג. ער גיט אַכטונג אויף דער תּלמוד־תּורה, די קינדער זאָלן נישט גיין נאַקעט און באָרוועס; אויפֿן ביקור־חולים, אָרעמע לײַט זאָלן דאָרט נישט אויסגיין פֿון הונגער; הײַנט גיט ער אַכטונג אויף די בחורים, וואָס זיצן אין בית־המדרש און לערנען, זיי זאָלן האָבן וואָס צו עסן און נישט גיין אין צעריסענע שטיוול. און גלאַט אויף אָרעמע לײַט אין שטאָט גיט ער אַכטונג, זיי זאָלן האָבן אויף שבת און אויף יום־טובֿ.

ער אַליין טאַקע גייט דאָס פֿון זייערטוועגן איבער די הײַזער, קלײַבט קאָפּיקעס, נעמט צונויף פֿון זייערטוועגן אויף חתונות, אויף בריתן, אויף פּדיון־הבנס און אויף אַנדערע שׂימחות, לאָזט נישט דורך קיינעם, רײַסט פֿון טויט און פֿון לעבעדיק און קריגט זיך, זידלט זיך און שלאָגט זיך פֿאַר „זײַנע‟ אָרעמע לײַט.

Read more


„לאַנסקי‟ געשפּילט פֿון יעקבֿ באָדאָ

Meyer Lansky Played by Yaakov Bodo

איינער פֿון די גרעסטע אָנפֿירער פֿון דער אַמעריקאַנער אונטערוועלט איז געווען מאיר לאַנסקי — פֿון דער היים מאיר סוכאָוולאַנסקי. נאָכן אָנקומען אין אַמעריקע צו 7 יאָר איז לאַנסקי אין זײַנע יונגע יאָרן געוואָרן אַ נאָענטער חבֿר פֿונעם באַנדיט בנימין „בוגסי‟ סיגאַל, אַ וויליאַמסבורגער ייִד, וואָס איז געווען דער הויפּט־גרינדער פֿון אַ „פֿירמע‟, וואָס האָט דערהרגעט מענטשן פֿאַר געלט. די צוויי ייִדישע באַנדידטן, צוזאַמען מיט זייער איטאַליענישן מיטאַרבעטער סאַלוואַטאָרע לוציאַניאַ (באַקאַנט אין אַמעריקע ווי „לאָקי לוציאַנאָ‟), האָבן פֿאַקטיש געגרינדעט די אַמעריקאַנער מאַפֿיע אינעם מאָדערנעם זין. פֿון די דרײַ „גענגסטערס‟, צוזאַמען מיט פֿינף איטאַליענישע משפּחות, איז אויפֿגעקומען אַ ריזיקע אינטערנאַציאָנאַלע אימפּעריע, וואָס האָט בעתן שפּיץ פֿון איר טעטיקייט קאָנטראָלירט כּמעט אַלע קאַזינאָס, נאַרקאָטיק, אַלקאָהאָל און פּראָסטיטוציע אין אַמעריקע.

אַנשטאָט צו דינען ווי אַ שטאַרקער (ווי „לאָקי‟ לוציאַנאָ) אָדער אַ געדונגענער מערדער (ווי „באָגסי‟ סיגאַל) איז מאיר לאַנסקי בעצם געווען אַ מין בוכהאַלטער: ער האָט אָנגעפֿירט מיט די אַלע חשבונות פֿון די אונטערוועלטניקעס און געפֿינען קלוגע אופֿנים, ווי אַזוי צו באַהאַלטן און ריינוואַשן דאָס געלט. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער איז געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע אָנפֿירער פֿון דער קרימינאַלער אונטערוועלט, וואָס האָט אַרײַנגענומען צענדליקער טויזנטער מענטשן און געגנבֿעט ביליאָנען, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג קיינמאָל ניט געקענט באַשטעטיקן זײַן ראָלע אין דער מאַפֿיע פֿאַר אַ געריכט און צוליב דעם איז ער זייער ווייניק געזעסן אין תּפֿיסה. פֿאַקטיש איז ער געווען דער איינציקער וויכטיקער מאַפֿיאָזאָ, וואָס האָט דערלעבט צו אַ נאַטירלעכן עלטער אויף דער פֿרײַ. אַלע זײַנע מיטצײַטלער זענען אָדער דערשאָסן געוואָרן דורך ריוואַלן, אָדער געשטאָרבן אין תּפֿיסה, אָדער דעפּאָרטירט געוואָרן, אַזוי ווי לוציאַנאָ.

כאָטש ער איז געשטאָרבן אויף דער פֿרײַ אין מיאַמי, האָט עס אויסגעזען אין די סוף 1960ער יאָרן, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג וועט אים סוף־כּל־סוף אײַנזעצן אין תּפֿיסה אויף אייביק. דערפֿאַר איז ער, אין 1970, אַוועקגעלאָפֿן קיין ישׂראל. נאָך צוויי יאָר האָבן די ישׂראלים אים דעפּאָרטירט קיין אַמעריקע.

אַ פּיעסע וועגן יענער תּקופֿה איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אינעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ, מיט יעקבֿ באָדאָ אין דער ראָלע פֿון מאיר לאַנסקי. אינעם דאָזיקן מאָנאָלאָג באַקלאָגט זיך דער באַנדיט, מחמת די ישׂראלים שיקן אים צוריק קיין אַמעריקע, ניט געקוקט אויף דער פֿינאַנציעלער שטיצע, וואָס ער האָט געגעבן דער ייִדישער מדינה. די פּיעסע, פֿון ריטשאַרד קרעוואָלין און יוסף באָלאָניאַ איז לכתּחילה געווען אויף ענגליש, מיטן ייִדישן אַקטיאָר מײַק בורשטיין אין דער הויפּט־ראָלע. אַבֿישי פֿיש האָט זי איבערגעזעצט אויף ייִדיש.


„געווען אַ מאָל אַ פּאַסטעכל‟ פֿון מרדכי הירשמאַן

There Once was a Shepherd Sung by Mordechai Hershman

עס זענען דאָ אויף ייִדיש, ווי אויך אויף אַ ריי מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַכן, אַ סך לידער וועגן פּאַסטעכער, וואָס זענען אין דער אמתן אַלעגאָריעס אויף גרעסערע טעמעס. איינס פֿון די באַקאַנסטע איז דאָס טרויעריק־ און גאָר מיסטעריעז ליד „ס׳איז געווען אַ מאָל אַ פּאַסטעכל‟. אינעם ליד פֿאַרלירט דער פּאַסטוך זײַן שעפֿעלע און עס דאַכט זיך אים, אַז זײַן „איין און איינציק שעפֿעלע‟ האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ מיאוסער משונה. דערפֿאַר טענהט ער זיך אויס מיטן רבנו־של־עולם, וואָס ענטפֿערט אים, דורך אַ פּויער, אויף אוקראַיִניש.

פֿאַר וואָס פֿאַרמאָגט אַ פּאַסטעך בלויז איין שאָף? און פֿאַר וואָס דאַכט זיך אים, אַז אַ ריי נאָרמאַלע חפֿצים אין פֿעלד זענען די רעשטלעך פֿון זײַן שעפֿעלע? און צי זעט ער באמת די אַלע זאַכן, צי ס׳איז אַלץ בלויז אַ בייזער חלום? די אַלע פֿראַגעס ווערן ניט פֿאַרענטפֿערט אינעם ליד גופֿא, נאָר יעדער צוהערער מוז פֿון די ווערטער געפֿינען זײַן אייגענעם אָפּטײַטש. דאָס ליד איז, אָבער, זיכער, אין אַ געוויסן זין אַן אַלעגאָריע וועגן דער שטערבלעכקייט פֿונעם בשׂר־ודם און זײַן מאַכטלאָזיקייט אין פֿאַרגלײַך מיט גאָט.

דאָס ליד, אַזוי ווי אַ סך אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער, עקזיסטירט אין פֿאַרשידענע נוסחאָות מיט פֿאַרשידענע וואַריאַציעס. אַלע, אָבער, נעמען אַרײַן אַספּעקטן פֿון חזנות, דעם דיאַלאָג אויף אוקראַיִניש און לשון־קודש און שפּורן פֿון פּיזמונים. דער קלעזמער און עטנאָמוזיקאָלאָג זיסל סלעפּאָוויטש, וואָס האָט אַליין רעקאָרדירט זײַן אייגענער „רעפּ‟־נוסח פֿונעם ליד, טײַטשט עס אויס ווי אַ „מוזיקאַלישער מדריש‟.

אינעם נוסח אויבן זינגט דער חזן מרדכי הירשמאַן. אַ געבוירנער אין טשערניגאָוו, אוקראַיִנע, איז ער געווען אַ שטיקל צײַט דער ווילנער שטאָט־חזן. אין 1920 איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט רעקאָרדירט דעם דאָזיקן גאָר־פֿאַרכאַפּנדיקן נוסח פֿונעם ליד. דער פֿילם האָט צונויפֿגעשטעלט דזשיין פּעפּלער.

ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן די אויפֿפֿירונג פֿונעם חזן ישׂראל באַקאָן. אַ באָבאָווער חסיד פֿון קשאָנאָוו, האָט ער, צוזאַמען מיט אַ ריי קרובֿים זײַנע, געהאַלטן וויכטיקע פּאָסטנס ווי אַ חזן אין פֿאַרשידענע שטעט אין פּוילן און דײַטשלאַנד. ער האָט אַ לאַנגע צײַט געוווינט אין בערלין, וווּ ער האָט רעקאָרדירט אַ טוץ לידער אין 1936, אַרײַנגערעכנט זײַן אומפֿאַרגעסלעכן נוסח פֿון „ס׳איז אַמאָל געווען אַ פּאַסטעכל‟. נאָך „קרישטאָלנאַכט‟ אין 1938 האָט ער פֿאַרלאָזט דײַטשלאַנד און איז צוריקגעפֿאָרן קיין פּוילן, וווּ ער, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי און זון, זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינעם פֿאַרטיליקונגס־לאַגער בעלזשעץ, אין 1943.


אַבסורדיזם אין מאָנטעווידעאָ

Absurdism in Montevideo

Yehuda Blum

הײַנט קען מען גאָר זיכער זאָגן, אַז די גלענצנדיקע תּקופֿה פֿון דער גרױסער דרום־אַמעריקאַנער ליטעראַטור האָט זיך פֿאַרענדיקט, און אין דרום־אַמעריקע איז נישט געבליבן קײן אײן שריפֿטשטעלער פֿון אַזאַ װעלט־פֿאַרנעם װי זשאָרזשי אַמאַדו, כוליאָ קאָרטאַסאַר, כאָרכע לויִס באָרכעס אָדער גאַבריעל גאַרסיאַ מאַרקעס. די דאָזיקע תּקופֿה האָט געדױערט אַ גוטע אַכציק יאָר, און אײגנטלעך, פֿאַר יעדער נאַציאָנאַלער ליטעראַטור איז דאָס זײער אַ בכּבֿודיקער דױער־פּעריאָד. איך װײס ניט צי אין צװאַנציקסטן יאָרהונדערט זײַנען אין װעלכער ניט איז נאַציאָנאַלער ליטעראַטור געװען לענגערע תּקופֿות פֿון גלאַנץ און רום.

די זײערע פּאָפּולערע לײַט דיעטאָלאָגן װערן נישט מיד איבערצוחזרן, אַז מיר, מענטשן, זײַנען דאָס װאָס מיר עסן. מילא, װי אַ היפּאָטעזע קען איך עס אָננעמען, אָבער װי אַ שריפֿטשטעלער מיט אַ שטיקל דערפֿאַרונג אינעם שרײַבפּראָצעס, קען איך אױסזאָגן אַ מײנונג, אַז די ליטעראַטור איז אײגנטלעך פּונקט דאָס װאָס דער שרײַבער פֿון אַ געװיסער היסטאָרישער תּקופֿה לעבט איבער. און װען איך גיב אַ קוק אױף דער דרום־אַמעריקאַנער ליטעראַטור פֿון דעם־אָ היפּאָטעזישן װינקל, װאַרפֿט זיך מיר גלײַך אין די אױגן, אַז דער זאַפֿטיקער פֿאָלקסטימלעכער און פֿאָלקלאָריסטישער קאָלאָריט אין די װערק פֿון די דרום־אַמעריקאַנער שרײַבער איז ניט מער װי אַ געלונגענער פֿאָן אין זײערע זוכונגען און פּרוּװן צו געפֿינען אַן ענטפֿער װאָס איז דאָס אַזױנס — די אַבסאָלוטע צײַט.

Read more


בן־גוריונס אַ לאַנדסמאַן

A Man from Ben Gurion's Hometown

פֿון יאָסל בירשטיין

עס לייענט מיכאל בן־אַבֿרהם. די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַלבאָם „יאָסל בירשטיין: אויף די געסלעך פֿון ירושלים‟, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אַרויסגעלאָזט ווי אַ טייל פֿון דער סעריע „מײַסטערס פֿון ייִדישער פּראָזע‟.

Yehuda Blum

מײַן שכן מאַרקוס האָט אין די איצטיקע טעג פֿאַרלוירן דעם חשק צו זײַן אַרבעט. ער איז אַרײַנגעקומען צו מיר אין שטוב אַרײַן מיט אַ טראַנזיסטאָר אין דער האַנט, צוגערוקט אַ שטול צום זיצן, נעענטער צו מיר, און אָנגעזאָגט אַז באַלד וועט מען הערן די נײַעס. אין צפֿון, האָט ער זיך אונטערגעריכט, פֿירט זיך אַ מלחמה, אונדזערע בחורים שטעלן דאָרט אין סכּנה זייער לעבן, און ער דאָ, וואָס? וואָס טוט ער דאָ? „אַ לאַטע און נאָך אַ לאַטע‟.

אויך בײַ מיר איז דאָס זעלבע, האָב איך זיך אָנגערופֿן: „אַ וואָרט און נאָך אַ וואָרט‟.

מיט דעם איז מאַרקוס יאָ און נישט מסכּים געווען. לויט זײַן שׂכל איז אַ שנײַדער פֿאָרט עפּעס אַ פֿאַכמאַן און שרײַבערײַ לאָזט זיך נישט אָנטאַפּן. נישט צום פֿאַרגלײַכן ביידע פֿאַכן. אַ חוץ דעם האָט ער חושד געווען אַז איך צי אים אָן, מיין נישט וואָס איך זאָג. אַז איך מאַך זיך תּמעוואַטע. ווײַל ס׳איז באַוווּסט אויף דער גאַנצער וועלט אַז דער וואָס שרײַבט — שרײַבט. ווען ער אַליין וואָלט געקענט די דאָזיקע מלאכה, ווען ער וואָלט געכאַפּט דעם שניט פֿון שרײַבן, וואָלט ער שוין נישט געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט. ער וואָלט שוין פֿון לאַנג געהאַט אָנגעשריבן אַ גאַנץ בוך. און אשפֿר גאַנצע דרײַ. וועגן וואָס צו שרײַבן האָט נישט געפֿעלט. שוין דער פֿאַקט אַליין וואָס ער איז געבוירן געוואָרן אין פּלאָנסק, זאָגט עפּעס און ס׳האָט אים ווויל געטאָן וואָס איך האָב זיך גלײַך געכאַפּט אויף מײַן רמז.

Read more